Skip to main content

Full text of "Yomṭeṿ inmiṭn ṿokh roman, dertseylungen un noṿeln, rayze-bilder"

See other formats


תג מ8מ1.ן חאפו1ומתמ1נצ 41,ד1611ם 6תע2עמ8מ/2ע21עפ אע צע1פ 


1 .טס זאו 


האסצ א1וואאן /+608118צ 


יע 
4 ט 


ת24ת1019) 116תס 


צצפצט,ז4,ע 48 זא /1נ1 
08 1,261 01:) טמ אעשידג, 111 מופ!נפמסזצ 


2 


אה דאוםי) 8668 ופוטסנ1צ, זא א116,/וו 


פ5דזדעפטע1,8559861א , 51 111 ג, 


אט דאעס צססם תמפנסטפנצ 41 א10דע, א 
פדדעפט4-4 ,59 1א , 1דפ עט 1ד דע 


60 881124מ19110פסנצ | 250-4900 413 


)תע0ס. מע ויאע6אצ0ס80מגפ1נסמ1צ. ציעלעץ 


עתד תסע ספאזספתאש? עס ןא,זא 
צתע4א תמ1ן1 תפ1וממנצ }ג,;11טסו1ם סתע8 ןעפ אק צ4ע1פ 


;צם פעפונצסעע ,לע 


4 1 01960ט) .ם 1006 1 

1 1זט06ץט) 106 67 4716/ 
/ד111זזם1 11811ט711ב) זזוסנוזש6פ 1116 
101111601101 1 ז111/50//10 .ם חזחטזסם הוח 100016 
8160 208 
06 +ז6ט10 
1ס1011110011 16/3008 151911160118 
0561 .כן /161 

1010111115/6 800 614 5001 
101111601101 679ט0111/'ש 160116116 8114 /רזזהבן 
2 עס פמתאטזםץ סא פּמתעמזאתזא זא 
ז6116) 000 310615/1 8 1101 


{ססתץפ 1201010021 8 68000/4.18קן 201060 עס ,6טחט 6װ00/66 סת 1 
זסז1 002068 תסתק010ס עטס ע10 תסחהז1קפת1 סת 1 . ש016811014 100150 04 
.151261 ,0ז16:05216 }0 1ת11202 600161/' 2084 0ס1סת 406 שט 4692 8 


1285 /?זסקןסענק 4611606021ת1 סת8 +12עץעקסס 106 16506048 /6016-) 8008 ת310015 21ת14210 סת 1 
תזגמנסס ססטק סח} ת1 /6ח614 18 4106 415 ,1606טשסתא עטס 04 0684 106 10 .פאססט ;טס תז 
-1460414160 06 גס ז106ס0 124עץעקסס +תסעזטס סת חס1תטצ 104 אעסטץ תגםקזס תג 15 +1 עס 
-- 0068 סתטז ששסחא טסץ 14 עס - צעסטצ 4018 0 +18צץקסס 6ע2061 תג 0(סת טסץ 1 
.18061ט0ץ8ע01981121110 21 11גתזס צט עס ,153א 413-256-4900 24 סתסתק עט 5ט 024204ס 16256קן 


דיי 


רז 


עי א 4 
זי וע 27 
פארלאג יסאָוועטסקי 


1984 


שירע גאָרשמאן איז באװוּסט דעם לייענער מיט דערציילונגען װעגן איר אָרֹגאני- 
שער באהעפטונג מיטן לעבן אין אלע זײַנע אספּעקטן: ליבע און האס, מאן און קינד, 
סאָציאלע גערעכטיקײַט און אינדיווידועלע פרייד. באזונדערס טיף דערקלײַבט זי זיך 
מיט עכט קינסטלערישע מיטלען צום אינערלעכן ועזן פון דער פרויישער פּסיכאָלאָ- 
גיע, באװוליזט איר אייגנארטיקײַט, זאָרגן און ראיוינעס. דער ראָמאן ,כאנעס שאָף און 
רינדער? שפּיגלט אָפּ די שפּראָצונגען פון דער נײַער, קאָלעקטיװויסטישער מאָראל, װאָס 
שאפט זיך אין די באדינגונגען פון דער קרימער קאָמונע ,וװאָיאָ נאָווא". 

אין די דערציילונגען און נאָװעלן, וועלכע זײַנען אײַנגעשלאָסן אין דעם דאָזיקן 
בוך, מאָלט דער מעכאבער די סאָוועטישע פעלקער-פרײַנטשאפט, די האָרעוואניע און 
מי אין די יאָרן פון דער גרויסער פּאָטערלענדישער מילכאָמע און אויך דעם שטייגער 
און די לײַדנשאפטן פון די פּאָשעטע ייִדן און ליטווינער אין דער פארסאָוועטישער 
ליטעי 


+1 .111 24זאעוטסז 

ססיץת ,זמ/ח11086 2082 286/6צ6 מהס0ס אעװה11023 7 } 
--.1984 ,מח216סעח /ע8ס200861) :.241 .83 .ק8ס 112 .עאד0א32 
376 


אגאעוקסן זמקחזזן ומועממחסוזגסעת 680620404 238601808 צזעהא סנצמסםג 3ם 
ו: .|/618א32 6826נץה ח מװח8086 , ;2281 4012240 הגאסם עהמוסם 


4702200000--18 


כ(קמת)ס 4--380 8 0831 


ין 1984 ,2מח26סעז 4608610844 0080מ1132800 (ס) 


= 


א א . 


הב זי 


ערשטער טײל 


טאָג נאָך טאָג אינעם לעצטן זומער-כוידעש פונעם דרײַסיקסטן יאָר איז 
כאנע ארומגעפאָרן רײַטנדיק אף איר פערד און באשפּרענקלט מיט זאלץ דאָס 
פארוויאנעטע גראָז פינעם קרימער לײימיק-צעשפּאָלטענעם סטעפּ. דאָס איז 
געווען טאקע איר אײַנפאל -- די בעהיימעס האַבן מיט מער כיישעק ארייג- 
געכאפּט מיט זייערע בייגעוודיקע בערשטלדיקע צינגער די פארוויאנעטע גע- 
לע פּאשע, װאָס האָט' אויסגעזען, װי צעדריבלטע ראָגאָזשע. די פאנאנדער- 
געשאָטענע זאלץ האָט געבלאנקט אף דער זון, וי געשטויסן גלאָז, װאָרעם, 
כאָטש די זאלץ איז געווען טונקל, איז זי דאָך געווען העלער פון דער 
אויסגעסאָכנעטער ערד און אויסגעדארטער פּאשע. דאָס פערד האָט באדאכט 
געשטעלט זײַנע גלאנציק-פּאָלירטע טלאָען מיט די העל-ברוינע בערשטעלעך 
בא די קנעכלעך. די העל-ברוינע גריווע זײַנע האָט דער װוינט צעפעכערט, 
די ברוסט-מוסקולן האָבן בוילעט-רונדיק זיך ארויסגעזען דורך דער דינער 
ברוינער פעל. כאנע האָט ניט געקערעוועט. דאָס צײַמל איז געלעגן אפן 
פערדס קארק. זי האָט נאָר װײַלעװײַז, ווען דאָס פערד האָט געכיטן דעם 
טראָט, שטיל און ערנסט געלאָזט פאלן; ,באָרעך, באָרעך, דו ביסט טאקע א 
גרויסער כאָכעם, אָבער אָן שטיפערײַ, זײַ א מענטש". באָרעך, אי האָט 
כאנע גערופן דאָס פערד, האָט גלײַך גענומען גיין מיט זײַן ווייכן שווים- 
רויִקן טראָט. כאנע האָט מיט איר קליינער פארהאָרעוועטער האנט געגלעט 
זײַן ווארעמען האלדז און ווידער אָנגעשעפּט אין דער טאָרבע א זשמעניע 
מיט זאלץ, ווידער געשאָטן, קעדיי דאָס בידנע גראָז זאָל מער באטאמט װערן, 

שטיל, פרײַ, באלויכטן אף דורך-אין-דירך איז געלעגן די ראכוועס פון 
סטעפּ ביז צום סאמע הימל-גארטל. אן איבערגעדריידלטער, איבערגעקרימ- 
טער עכאָ-אָפּהילך האָט זיך אומגעקערט צו כאנען פון איר געזאנג, איר טיפע 
קלינגענדיקע שטים האָט זיך געשפּרײט, זי האָט הויך געזונגען א ניגן אָן 
ווערטער. באַרעכס אויערן האָבן געציטערט, און פין זײַן חאלדז האָט ארויס- . 


6 


געשׂאלט א דין מילד הירזשען, װי ער װאָלט אונטערגעהאלטן דאָס געזאנג 
פון זײַן ליבער רײַטערן. יאָ, זײַן ליבע רײַטערן, װאָרעם כאנע האָט געהאלטן 
באָרעכן קימאט, װי איר גלײַכן, קיינמאָל אף אים דאָס קאָל ניט אופגעהויבן, 
קיינמאָל קיין בײַטש, קיין שטעקל אין האנט ניט געהאלטן, בייס זי איז 
געריטן. אין יענעם פרימאָרגן, ווען זי האָט באָרעכן ארײַנגעפירט אין שטאל, 
האָט זי געזאָגט צו שימקען: 

-- דו זעסט, װאָס פאר א מאָנארך איך האָב געבראכט? בעט איך דיך 
זייער, אז דו זאָלסט אים ניט געבן אין שפּאן אפילע דעם פאָרזיצער, ער 
הייסט באָרעך, און דאָס איז מײַן פערד, 

-- װאָס הייסט דײַנס? אין קאַמונע האָט קיינער גאַרנישט, אין אלע 
האָבן אלץ, -- האָט שימקע געפּרװוט קלאָר מאכן דעם איניען. נאָר כאנע 
האָט אים איבערגעשלאָגן: 

-- טי מיר א טויווע, זיפּ ניט מײַן באװוסטזײַן. פארגעס ניט, װאָס איך 
האָב דיר געזאָגט! פון הײַנט אָן בין איך א באלענאַסטע ניט נאָר פון א 
סאך בעהיימעס און לעמער, נאָר איך האָב שוין מיט מאזל א פערד אויך, 

פון יענעם פרימאַרגנדיקן שמועס איז אוועק שוין א חיפּשע צײַט, 

איצט האָט כאנע געקוקט, װי באָרעכס דינע אויערן קנייטשן זיך, זי 
האָט געהערט זײַן דין צארט הירזשען, זי האָט פאנאנדערגענומען איר פויסט 
אין דער ברייטער טאָרבע מיט זאלץ און האָט אף א רעגע פארגעסן, װאָס 
צו טאָן. דאָס צײַמל איז, װי פריִער, געלעגן אף באָרעכס קארק. כאנע האָט 
געזונגען, און אירע באָרװעסע צעשפּאָלטענע פיאטעס מיט די פּיטשינקץ 
קרעלעכלעך פארטריקנט בלוט ארום די שפּאלטן-קארבן האָבן זיך געהויבן 
אין אראָפּגעלאָזן, װײַל דעם פערדס בויך האָט זיך וייך געבערגלט פון 
זײַן יונגן קרעפטיקן אָטעם. דאָס פערד איז אלט געווען, לוט װי כאנע האָט 
געשאצט, באטראכטנדיק זײַנע ציין, ניט מער װי פיר יאָר,. כאנע אין אלט 
געווען דר? און צוואנציק. האָט זי אויסגערעכנט לוט די יאָרן, װאָס א 
פערד קאָן לעבן און א מענטשן קאָן באשערט זײַן, אז זי איז מיט אים אין 
איין עלטער. זי האָט אויך געהאט א פעסטן גרונט אים רעכענען, װוי איר 
מיטצײַטלער, אָבער װעגן דעם שפּעטער. ווען די קרימער זון האָט גוט א 
סמאליע געטאָן, זײַנען ביידע זאלץ-טאָרבעס אױיסגעליידיקטע געהאנגען אף 
כאנעס אקסלען. זי האָט שוין מיט באָרעכן ,אױסגעמאָסטן" שיינע עטלעכץ 
חעקטאר, און ער האָט געװוּסט, אז ער דארף איצט אוועק צו דער באלקע, 
װאָס לעבן דאָרף דזשאבאהי. פּאװאַליעטשקע האָט ער זיך אראָפּגעלאָזט פון 
באלקע-ראנד. כאנע איז אראָפּגעשפּרונגען, געבליבן שטיין אף די שפּיץ 
פינגער, קעדיי די שפּאלטן אין די פּיאטעס זאָלן ניט טיפער װערן. זי האָט 
פאנאנדערגעזאָטלט באָרעכן, און װי נאָר זי האָט א װאָרף געטאַן דעם זאָטל 
אפן גראָז (אין באלקע-בעקן איז נאָך דאָס גראָז געווען געדיכט און ווייך), 
האָט זיך באָרעך עטלעכע מאָל דורכגעטראָגן חין און צוריק מיט א שאלנ- 
דיק הירזשען, דערנאָך איז ער אוועקגעפאלן און זיך גענומען קײַקלען 
פין רוקן אף איין זײַט, אף דער אנדערער זײַט, אזוי, אז זײַנע פיס זײַנען 


7 


צום הימל געשטרעקט געווען, און אין א רעגע ארום זײַנען זי אפן גראָז 
געווען אויסגעצויגן. כאנע האָט זיך צוגעקוקט, װי ער טוט עס, כאָטש זי 
האָט עס געזען ניט צום ערשטן מאָל. זי האָט ארױיסגעלאָזט ניט קיין געזאנג, 
נאָר א מין אורשפּרינגלעך יונגפרוי-געשריי, אײַנגעבױגן די קני און זיך 
אראָפּגעקײַקלט פון באלקע-ראנד. אזוי עטלעכע מאָל קעסיידער. באָרעך האָט 
זיך א שטעל געטאָן, און בייס כאנע איז געלעגן אפן גראָז, איז ער פּאמעלעך 
צוגעגאנגען, האָט אראָפּגעלאָזן צו איר זײַן מאָרדע, זײַנע ליפּן האָבן זיך אופ- 
געהויבן, א האָרעלע א קנייטש געטאָן, װי ער װאָלט מיט זײַן שמייכל בא- 
גיטיקט, װאָס כאנע איז אזוי שפּילעװודיק. כאנע האָט זיך צעלאכט, װײַל 
זײַן מאָרדדע איז געלעגן אף איר אקסל. 

ניט קוקנדיק אף דעם, װאָס כאנע איז געווען אזוי שטיפעריש, איז 
זי שוין געווען א מאמע פון דרײַ מיידעלעך. זי האָבן זיך, װי אלע קינדער, 
געפונען אין קינדערחיים פון קאָמינע, אין זי איז, װי אלע מאמעס, געווען 
פדײַ פון האָדעואניע-יאָך און געטאָן איר ארבעט. כאנע איז געווען דער 
הויפט-בריגאדיר פון שטאל-בריגאדע. דאָס איז ניט קיין פּאַשעטע זאך. זי 
האָט גענוג זאָרג וועגן דער פּאשע, וועגן דעם, װי מע פארלייגט סילאָס אין 
די טורעמס, זי האָט געדארפט אכטונג געבן, אז די בעהיימעס זאָלן האָבן 
אלץ צו דער צײַט, די בידאָנעס מילך זאָלן אוועק קיין סאקי אף די קו- 
ראָרטן ניט געזײַערט. דער קינדערהיים, די קיך זאָלן ניט ווארטן אף קיין 
מילכיקס. אָבער ניט קיקנדיק אף די אלע דײַגעס, האָט זי פונדעסטוועגן 
געדארפט מעלקן, װי אלע מעלקערנס, דרײַ מאָל אין טאָג. עפּעס א זכוס איז 
איר מאמעש בײַגעשטאנען -- די בעהיימעס, װאָס האָבן הארטע אײַטערס, 
צעשפּאַלטענע סאָסקעס, שטייען קיין איין רעגע ניט אף די פיס, פאָכן 
קעסיידער מיט די וויידלען, -- מעלקן זיך בא איר רויַק. זי מעלקט און בעט 
שטיל: ,האָגאָר', שטיי, טײַערינקע, ליבינקע. א געזונט אין דײַנע הינטער- 
שטע פיס... אין די שטאל-ארבעטער װוּנדערן זיך, װאָס ,האָגאָר", וועלכע מע 
רופט ווילדע בריע, האָט נאָך קיין איין מאָל ניט איבערגעקערט מיטן פוס 
דעם עמער מילך, װועלכן כאנע האלט שטײַף מיט אירע ביידע קני. 

די זון האָט געפײַערט. דער סטעפּ איז געלעגן אייסגעדייווערט, װען 
כאנע איז ארויסגעריטן פון באלקע. עס איז זי פּלוצעם באפאלן אן אומרו, 
עס האָט זיך איר אויסגעויזן, אז ניט נאָר דאָ אין סטעפּ איז זי אונטערן 
הויכן הימל פארבליבן אליין, איינע אליין, נאָד אז אימעטום אין קאָמו- 
נע, װוּ זי װעט באלד קומען, װעט זי ניט טרעפן קיינעם. 

ארױיסגעפאָרן איז זי אהער נאָכן ערשטן געמעלק פארטאָג. פארשטייט 
זיך, אז קיין אָנבײַסן האָט זי נאָך ניט געגעסן. איצט איז שיין געווען די 
עלפטע שאָ -- עס האָט גוט געצויגן אונטערן לעפעלע. זי איז געזעסן אין 
זאָטל ניט שטײַף, אירע פיס האָבן זיך געבאָמבלט באם פערדס זײַטן, איר 
קאָפּ האָט זיך געשאָקלט הין און הער; ווען עמעצער זאָל אף איר איצט א 
קוק טאָן, װאָלט ער געווען זיכער, אז זי דרעמלט. אָבער כאנע איז געווען 
וואך, און איין גאָט װייסט, פארװאָס עס האָבן אף איר גראָד איצט א פלייץ 


:( 


געטאָן דערמאַנונגען. זי האָט געטראכט וװעגן דעם, אז קיין מענטש האָט 
זיךד אליין ניט געטאַן אזויפיל שלעכטס, וי זי. , זיך געײַלט, ניט געהערט, 
װאָס טאטע-מאמע זאָגן, אין גערעכט זײַנען זיי געווען, אַבער צוריק כאפּן -- 
איז פּונקט װי פארבינדן דעם ווינט אין א פאטשיילעכל". דערבײַ האָט זי זיך 
דערמאַנט אין דעם מאז אירן, װאָס איז געווען עלטער פון איר מיט פופצן 
יאָר. זיך דערמאָנט און קיין פּיצל כאראָטע ניט געהאט, װאָס זי איו פון 
אים אוועק, גלײַך װוי זי האָט געבוירן דאָס דריטע מיידעלע, אזוי זיך הוי- 
דענדיק אין זאָטל, האָט פאנע געטראכט, אז די קאָמונארן זײַנען אין א 
געװויסן זין ניט בעסער, ניט אומגעוויינלעכער װי אלע אנדערע. 

גאנץ אָפט קומט איר אויס אָפּצוווארפן אימגעבעטענע איפמערקזאם- 
קײַט. אָט, אשטייגער, האָט יענע װאָך נאָך וועטשערע צו איר געזאָגט כאימ" 
קע פון פעלד-בריגאדץ: 

-- כאנקע, לאָמיר זיך דורכגיין, אזא אויצער, וי דו, גייט אין ניוועץ, 
אין סטעפּ איז א מעכײַע. שטערן פאלן סנאַפּעסװײַז, 

כאנע האָט ניט געזאָגט, װאָס עס איז איר געלעגן אף דער שפּיץ צונג, 
װײַל עס איז אָנגענומען, אז א מאמע פין דרײַ קינדער דארף ניט פּערעבעג- 
דעווען. זי האָט אים אָנגעקוקט פארווונדערט-אימעטיקלעך און מיט א גע- 
פאלן קאָל באמערקט: 

-- איך פרעג דיך, כאימקע, אוב איך זאָל מיט דיר טאקע יאַ גיין אין 
סטעפּ, װעלן די שטערן אופהערן פאלן, אָדער די אראָפּנעפאלענע שטערן 
װעלן צוריק ארוף אפן חימל? 

כאימקע האָט קוים פארשטאנען, װאָס ער הערט. ער האָט א קנייטש 
געטאָן מיט די אקסלען און גאנץ גלײַכגילטיק צוגעװאָרפן 

-- ניין, איז ניין, -: 

בייס ער האָט עס געזאָגט, האָט שוין כאנע געשפּאנט צו דער נײיער 
שטוב, װוּ זי האָט אין א צימער געװווינט. ריכטיקער, גענעכטיקט מיט נאַך 
צוויי קאָמונארקעס, מיט ריווקען און מיט כעװעדן. דאָס איז געווען ניט דער 
איינציקער פאל. כוץ כאימקען, זײַנען געווען נאָך באלאַנים. עס אין איר 
אפילע אויסגעקומען צו הערן פון סראָליקן, װאָס ארבעט אין שמידערײ: 

-- כאנעטשקע, אז מע האָט דרי קינדער, האָט מען שוין ניט װאָס צו 
היטן! 

און כאנע האָט עס אויסגעהערט און געשוויגן, 

דאָס אלץ האָט כאנע זיך איצט דערמאָנט, און עס איז איר געװאָרן זייער 
באננלעך. 

באָרעך איז געגאנגען פּאװאָליע, זײַנע הינטערשטע פיס האָבן געטראַפן 
פּונקט צו די פאָדערשטע טלאַען. ס'האָט זיך געקאַנט אױסװײַזן, אז אויך 
ער באטראכט עפּעס. כאנע האָט אף אים געקוקט דורך די אראָפּגעלאָוטע 
ויעס און צוגעפּעטשלט זײַן האלדז, ער זאָל גיכער גיין. אין הויף פין קאַ- 
מינע אין זי ארײַנגעריטן האסטיק און האָט גלײַך דערזען, וי אינמיטן הויף 
שטייט א געזעמל אימגעוויינלעכע מענטשן, ניט אזוי די מענטשן זײַנען 


9 


געווען אומגעוויינלעך, וי זייערע פּאַלירטע קעסטלעך, וועלכע זײַנען אף 
רימענס געהאנגען בא זיי אף די אקסלען. אנדערע זאכן זײַנען געווען 
פארקנעפּלט אין טשעכאָלן, פּלאטשיקע פירקאנטיקע היפּשע פעקלעך זײַנען 
געווען פארנייט אין לײַװנט. טשעמאָדאנעס האָבן אויך ניט געפעלט. כאנע 
האָט ארייַנגעכאפּט דאָס צײַמל אין דער רעכטער האנט אזוי, אז באָרעכס 
קאָפּ האָט זיך פאריסן, און ער האָט פארהאלטן זײַן טראָט. ווען ניט דאָס, 
װאָלט זי מיטן פערד געטראָפן גלײַך אינעם געזעמל. אין די וגעציילטע רע- 
געס, בייס זי איז פארבײַגעריטן אזוי נאַענט לעבן די מענטשן, האָט זי זיך 
א דריי געטאָן אפן זאָטל מיט דער פּלייצע צום פערדס קאָפּ, מיטן פּאָנעם צו 
די געסט און באוויזן צו באמערקן א גאנץ הויכן באָכער מיט א בלאָנדער 
געקרײַזלטער פּאטלע, מיט א לאנגער נאָז, אזוי אז זי האָט אפילע א טראכט 
געטאַן: ,צי קען נאָך זײַן א מויל אונטער אזא לאנגן כויטעם". זי האָט 
אויך א כאפּ געטאָן מיטן בליק א קליינוווקסיקן, זייער שווארצן באָכער מיט 
א ריזיקן פּעך-שווארצן צעקידלטן קאָפּ. עס איז אויך געווען א מאָגערע פרוי 
אין א טיף-אויסגעשניטענעם סאראפאן, און גאָר צום לעצט האָט זי באמערקט 
נאָך איינעם, אויך א קליינוווקסיקן, א שווארצכיינעוודיקן, אפן קאָפּ האָט ער 
געטראָגן א טיובעטייקע, און, װי איר האָט זיך אויסגעוויזן, איז אף זײַן 
לענגלעך איידל פּאַנעם אופגעגאנגען א הארציקער שמייכל, װען ער 
האָט באמערקט, װי זי שטויסט מיט די באָרװעסע פּיאטעס דעם פערדס 
זײַטן. בא דער פערד-שטאל האָט זי פאנאנדערגעזאָטלט באָרעכן און געזאָגט 
צום פערד-וועכטער: | 

-- מאזלטאָוו, שימקע, מיר האָבן שוין געסט. צום אומגליק בין איך 
דער פאַרזיצער פון קולט-קאָמיסיע, עס פעלט מיר ארנעט! עס װעלן זיך 
ווידער אָנהײבן פראגעס, װאָס איז דאָס פאר א קאָמונע, פונוואנען האָט זי 
זיך גענומען. | | 

כאנע האָט נאָר געהאט א סאך װאָס צו זאָגן, נאָר שימקע האָט זי גע- 
טרייסט:; 

-- קלעם זיך ניט, כאנקע, עפשער האָט עס גאָר קיין שײַכעס ניט צו 
דער קולט-קאָמיסיע, עפשער זײַנען געקומען זעמליעמערן? - 

-- מויכל, מויכל, מע האָט שוין געמאָסטן טויזנט מאָל, -- האָט כאנע 
מיט הארץ געזאָגט און זי איז אוועק עסן. 


ס'איז דאָ א ווערטל, אז דאָס באשערטע קומט אין שטוב ארײַן. ווען כא- 
נע איז ארײַנגעגאנגען אין עסצימער, זײַנען די געסט געזעסן בא איינעם 
פון די טישן. עס האָט זי מאמעש דורכגעשטאָכן א פארדריסלעך געפיל, 
װאָס עס טראָגן זיך ארום כמארעס פליגן. קיין סופיט אין עסצימער איז 
ניט געווען. אף די קראָקװעס זײַנען געזעסן פייגל, און פון דאָרט איז גע- 
דיכט געפאלן דאָס, װאָס די פייגל האָבן מער ניט געדארפט. די ערדענע 
פּאָדלאָגע אין עסצימער האָט אויך געמענט זײַן ניט אזוי בערגלדיק -- יענע 


10: 


װאָר זײַנען גראָד געגאנגען רעגנס, האָבן די קאָמונארן אָנגעשלעפּט אף 
זייערע שטיוול גענוג ליים, און אזוי איז זי אויסגעטריקנט געװאָרן. כאנען 
האָט עס ניט נאָר פארדראָסן, א דריקנדיקע כארפּע האָס זי ארומגעכאפּט, 
זי איז האסטיק צוגעגאנגען צום קיך-פענצטערל, גענומען דעם אָפּגעלו- 
פּעטן עמאלירטן טעלער מיט דער גרוילעך-געדיכטער גערשטענער באלאנדע 
און זיך געזעצט באם לעצטן טיש -- װאָס װײַטער פון די געסט. זי האָט נאָך 
ניט באוויזן אופצועסן א העלפט פון דעם, װאָס איז געווען אין טעלער, ווען 
א טשאטע הינער מיט הענער, קלאָר-װײַסע װי שניי, האָבן זיך דורך דער 
אָפענער סיר ארײַנגעלאָזן און זיך צעשאָטן איבערן עסצימער. ראָכקע איז 
גראָד געגאנגען פון קיך צוֹ די געסט מיט צוויי טעלער אין ביידע הענט. 
זי האָט האסטיק אוועקגעשטעלט די טעלער אפן טיש און גענומען טרײַנן 
די אויפעס. די צעפּאַלאַָשעטע הינער האָבן זיך א לאָז געטאָן אונטער און 
אף די טישן. די געסט האָבן שטייענדיק געפאָכט מיט די הענט. די הינער 
מיט די הענער זײַנען אראַפּ פון די טישן, זיך געלאַזט מיט צענומענע פלינל 
איבערן גאנצן עסצימער און, צעטומלטע, ניט געקאַנט געפינען די טיר, דורך 
וועלכער זיי זײַנען אהער ארײַן, כאנע איז געווען אזוי פארלאָרן, אז זי האָט 
ניס פארשטאנען, פארװאָס די געסט זעצן זיך ניט. האָט זי געלאָזט שטיין 
איר טעלער און איז צוגעלאָפן צו יענעם טיש, װוּ די אומבאקאנטע זײַנען 
געשטאנען. דערזען אפן טיש די ,וויזיט-קארטלעך", װאָס די הינער האָבן 
איבערגעלאָזט, איז זי אװעקגעלאָפן אין קיך, זיך באלד צוריקגעקערט מיט 
א שמאטע און מיט א טשײַניק וואסער. אין א װײַלע ארום האָבן די געסט 
געהאט די געלעגנהײַט ניט נאָר צו זיצן בא א ריינעם טיש, נאָר זיי האָבן 
אויך געקאָנט אַנקוקן כאנעס ברוינלעכע, פלינקע, שטײַפע הענט, אירע 
בלויע קרומלעך-געשניטענע אויגן, אירע בוילעטע קינבאקן, אף ועלכע 
ס'האָט דורך דער צוגעברוינטער הויט זיך דורכגעשלאָגן א זאפטיק-ראַזלע- 
כע פארב. אירע פולע פרישע ליפּן האָבן רוילעך, וי נאָרװאָס נאָך א שארפן 
מעסער-שניט, זיך ליבלעך געקנייטשט, אזוי אז די געסט האָבן פארגעסן 
אין די טעלער מיט דער גרויער באלאנדע און, װי פארקישעפטע, נאַכגע- 
קוקט כאנעט יעדער באוועגונג. זי האָט אויך באוויזן באטראכטן יעדערן פון 
די געסט. א קורצע רעגע האָט זי געקוקט אף דעם קליינוווקסיקן, אף זײַן 
לענגלעך, איידל פּאָנעם, זײַן צארטן שמייכל, צום עסן האָט זי זיך מער ניט 
צוגערירט. מיט א ביטער געפיל איז זי ארויס פון עסצימער. זי האָט ארויס- 
געפירט באָרעכן פון פערד-שטאל, אים האסטיק אָנגעזאָטלט, זיך ארופגע- 
כאפּט אף אים, ארײַנגעטאָן אירע באָרװעסע פיט אין די סטרעמענעס, דאָס 
פערד האָט זיך געלאָזט מיט זײַן שווימענדיקן, גלײַכמעסיקן גאנג צום סטעפ, 
צו דער טשערעדע, צו וועלכער ער האָט שוין גוט געװווסט דעם ועג, 

נאָךר פונװײַטן האָט כאנע געזען די מאזשארע מיט די אופגעהויבענע 
האָלאָבליעס, די טשערעדע, די פּאסטעכער, די מעלקערנס מיט די רױיטע 
און װײַסע פאטשיילקעס אף די קעפּ. זי האָט פעסט אָנגעצויגן דאָס צײַמל, 
דאָס פערד האָט פארהאלטן דעם גאנג און איז שטיין געבליבן בא דער סא- 


11 


מע מאזשארע. כאנע איז מאמעש ארויסגעפלויגן פון זאָטל, און איר קרעפ- 
טיק קאָל האָט א הילך געטאָן איבערן סטעפּ: 

-- טויבקע, װאָס בלאַנדזשעסטו מיט דער דויניצע, וי אין פינצטערן 
וואלד? אַ-האָ-אַָן איז דײַן , ווענערא"! 

ניט אומזיסט איז אין כאנעס געשריי געווען אי פאָרװורף, אי שפּאָט. 
זי איז געווען אויסער-זיך, װאָס די מעלקערנס דרייען זיך איבערן סטעפּ, װי 
פארטשאדעטע, און דערקענען ניט די בעהיימעס, וועלכע זיי מעלקן צװיײי 
יאָר דרײַ מאָל אין טאָג. וויפל מאָל האָט זי געזאָגט: ,קוקט זיך צו, װי די 
קי שטייען אין שטאל צוגעבונדן איינע לעבן דער אנדערער, אזוי לייגן זי 
זיך אין סטעפּ איינע לעבן דער אנדערער". 

מער פון אלעמען האָט טויבקע ניט דערקענט , אירע" קי. כאנע האָט זי 
מאמעש פאר דער האנט געפירט פון איין בעהיימע צו דער אנדערער און 
מיט הארץ געטײינעט: 

-- גיב א קוק, , גערע" ליגט לעבן ,װיקטאָריען", , כאווע" ליגט לעבן 
,דזשוליעטען", און די איבעריקע ליגן אויך אזוי. װוּ זײַנען דײַנע אויגן, צו 
אלדי רוכעס? קוקסט און זעסט א פּײַג אונטער א דעכעלע! 

וויפל מאָל האָט כאנע געבעטן, אז די מעלקערנס זאָלן טאָן, װי זי טוט. 
זי זאָלן אויסוואשן די אײַטערס ניט בא איין בעהיימע און גלײַך נעמען ציִען 
און ציִען, ביז די מילך קומט, נאָר זי זאָלן אויסוואשן די אײַטערס בא צוויי- 
דדײַ בעחיימעס, װעלן זיי פארשפּאָרן צו ווארטן, װאָרעם ווען זיי װעלן צוגיין 
מעלקן די דריטע בעחיימע, װעט שוין די מילך רינען. 

איצט איז זי צוגעגאנגען צו שיפרע גרינבלאט און מיט רוגזע געזאָגט: 

-- שיפרע, איך װעל זאָגן דער בעהיימע, זי זאָל דיך אויסמעלקן. װאָס 
בריקעסטו זיך? נעם אוועק דײַנע הינטערשטע פיס פון איר בויך! 

געוויזן, געזאָגט, זיך געבייזערט. צום סאָף האָט כאנע גענומען דעם 
בלעכענעם עמער און איז אוועק מעלקן אירע , אייגענע" קי. אינגיכן איז זי 
צוגעגאנגען מיט א פולן עמער מילך, האָט זיך מיט איין פוס ארופגעשטעלט 
אף דער ראָד פון דער מאזשארע, אױסגעגאָסן די מילך דורך דעם זײַיטיכל, 
װאָס איז געווען צוגעבונדן צום בידאָן. א קוק געטאָן אף באָרעכן, װי ער 
שטייט אף דער סאמע זון, האָט זי אראָפּגענומען די פאטשיילקע פון קאָפּ 
און זי אויסגעבונדן מיט צוויי עקן דעם פערד ביז די אויגן. בייס זי האָט 
עס געטאָן, איז ער געשטאנען, װי צוגעשמידט, דערנאָך פּאװאַליע אװעק 
צו דער באלקע, שטיל א הירזשע געטאָן, װי ער װאָלט געזאָגט: איך װעל 
באלד צוריק קומען, 

רוווקע דער פּאסטעך, װאָס האָט עס געזען ניט איין מאָל, האָט זיך גע- 
וויצלט: 

-- כאנטשע, איך בין מעקאנע באָרעפן.. 

מער האָט ער גאַרנישט באוויזן צו זאָגן, װײַל כאנע האָט אים געשענקט 
א שיינריידנדיקן קוק, און, כאָטש זי האָט זיך זייער געײַלט, האָט זי געלאָזט 
פאלן; 


19 


= 


-- רענ רוּוון, איך זאָל אזוי לעבן, וי אין באָרעכס מויעך איז דאָ מער, 
װי אין דײַנעם, -- און זי איז אװעקגעלאָפן מיט דער דויניצע טאָן װאָס זי 
האָט געדארפט, 

אָט אזוי זײַנען געגאנגען כאנעס טעג. זי האָט קוים אויסגעשניטן א שאָ 
אף או"ינצולויפן אין קינדערהיים צו אירע קינדער. אָבער די שאָ איז געמלעך 
געווען די סאמע געמיטלעכע און געגארטע פון גאנצן מעסלעס, 

ס'האָט זיך אזוי געמאכט, אז דרײַ-פיר טעג האָט כאנע די געסט ניט 
געזען, אָבער געהערט וועגן זי האָט זי גראָד יאָ. אירע שכיינעס ריווקע און 
כעוועד האָבן צװישן זיך גערעדט אין די אַװנטן 

-- די כודאָזשניקעס שלאָפן אף די סקירדעס שטרוי, 

-- זיי זײַגען גערעכט, -- האָט ריווקע באגיטיקט, -- אונדזערע וואנצן 
האָבן אזוינס נאָך קיינמאָל ניט פארזוכט, די כודאָזשניקעס װאָלטן בעמיילע 
געמאכט פּלייטע, נעכטן זײַנען זי אלע געווען אין גאָרטן, זיי האָבן זיך 
אויסגעשטעלט מיט זייערע ווארשטאטלעך און געװאָלט אראָפּריסעװען פיי- 
גען, אָבער זי האָבן ניט געפּױעלט בא איר, זי זאָל שטיין א װײַלעטשקע, 
װי קאָן זי שטיין, אז זי דארף טראָגן די פּאָמידאָרן צו דער מאזשארע? זײַנען 
זי אין קאס געװאָרן, האָבן געכאפּט זייער קלאפּערגעצײַג און אועק צו די 
סילאָס-טורעמס, 

אזוי האָט זיך כאנע דערװוּסט, אז די געקומענע זײַנען קינסטלער, און 
אין די קומענדיקע אָװנטן האָט זי נאָך געהאט אויסצוהערן, װי אירע שביי- 
נעס ריידן ארום די בילדער, וועלכע די קינסטלער מאָלן, 

-- איך בין זיך אזוי צוגעגאנגען, שטיי איך הינטער זײַן פּלייצע, -- 
האָט כעוועד דערציילט, -- די סקירדעס האָט ער אָנגעריסעװעט מיט בלויער 
פארב, די אַקסן מיט דער מאזשארע -- מיט ראָזער פארב, די ערד -- מיט 
געלער. איך פיל, אז איך װוער צעפּלאצט פון געלעכטער. בין איך ארײיַנגע- 
גאנגען אין וואגאַנטשׂיק, די כעוורע האָבן אָפּגעגעסן ווארמעס, איך וואש 
די שיסעלעך, מיטאמאָל -- ער גייט ארײַן, 

-- ווער איז דער ער? -- פרעגט ריווקע, 

-- דער מיט די בלאַנדע געקרײַזלטע האָר. ,יאָ, מאכט ער צו מיר, װי 
איז דײַן נאָמען? איך וויל זיך מיט דיר באקענען". זאָג איך: ,מע רופט מיך 
כעוועד. אָבער איר האָט ניט װאָס זיך צו באקענען מיט מיר, איך האָב שוין 
א כאווער". קוקט ער מיך אָ, טוט א גענעץ אינמיטנדערינען און זאָגט: 
,האָסט, האָב געזונטערהייט!" 

-- זעסטו, ריסעווען אליין קלעקט אים ניט.., אָבער װאָס האָסטו זיף 
אָפּגעזאָגט? איך אף דײַן אָרט װאָלט זיך יאָ באקענט מיט אים, -- האָט ריו- 
קע ערנסט באמערקט, 

,כאכמאניעס", -- האָט כאנע א טראכט געטאָן און איז אײַנגעשלאָפן, 

באגינען, ווען זי איז אופגעשטאנען צום ערשטן געמעלק, האָט זי זיף 
דערמאָנט אין כעוועדס מעווינעס װעגן די קינסטלערט ארבעט, און עס איז 
איר פּריקרע געװאָרן, װאָס כעוועד איז אזוי טעמפּ און דערצו זיכער, אז זי 


15 


פארשטייט עפּעס אין דעם. כאנע האָט זיך אזש צעלאכט, בייס זי איז גע- 
גאנגען דורכן פּוסטן באגינענדיקן הויף צו דער קו-שטאל. דער איינציקער 
בוים לעבן קינדערהיים איז געשטאנען פארשלייערט אין קילער שטילקײַט, 
קיין בלעטעלע אף זײַנע צװײַגן האָט זיך ניט באוועגט. די לופט איז געווען 
קיל, די קוזניע, די סילאָס-טורעמס, די איינציקע נײַע שטוב, די קאַשארע 
און די אלטע שטוב, װאָס זײַנען גאנץ פארבליבן נאָך דער רעװאָליוציע, 
זײַנען געווען פארחילט אין נאכטיקער רו, פון דער קו-שטאל האָט זיך גע- 
לאָזט הערן א קלימפּערן פון די בידאַנעס, פון די בלעכענע דויניצעס. עס 
האָט זיך אַנגעהױבן א נײַער טאָג 

כאָטש כאנע איז געווען זייער פארטאָן, האָט זי צומאָל דורכגענומען א 
כארפּע פון דער אויסקומעניש, מיט װעלכער די קאָמונארן זײַנען געווען 
ארומגערינגלט. ,װי קאַנען מיר לערנען אנדערע, -- האָט זי געטראכט, -- 
אז מיר אליין ווילן זיך ניט לערנען, און אזוינע ווייסערקעס, װי כעוועד, 
וועלכע האָבן קיינמאָל קיין קינסטלער, קיין בילד אין זייערע אויגן ניט גע- 
זען, כויזעקן?" כאנע איז געווען צערודערט פון דעם, דעריבער איז איר די 
ארבעט ניט געגאנגען װי עס דארף צו זײַן, 

זי איז געזעסן אפן נידעריקן בענקעלע מיט דער בלעכענער דויניצע און 
האָט אײַנגערעדט דער בעהיימע: ,שטיי, פּלאָרע, ליבינקע", -- אָבער , פלאָ- 
רע" איז ניט אײַנגעשטאנען קיין רעגע. זי האָט געדרייט מיטן קאָפּ, געפאַכט 
מיטן עק און קעסיידער געהויבן די הינטערשטע פיס, פּונקט װי זי װאָלט 
געפילט, װאָס עס טוט זיך בא כאנען אין הארצן. עס האָט כאנען א שווייס 
באשלאָגן, ביז זי האָט אױסגעמאָלקן ,פּלאָרען", דערנאָך האָט זי געהאָלפן 
אָפּבינדן די קי, און, ווען די פּאסטעכער זײַנען אוועק מיט דער טשערעדע 
אין סטעפּ, האָט כאנע מיט די מעלקערנס אױסגעריניקט די שטאל, אָנגע- 
שאָטן האַבערנע מעל מיט געשטויסענער מאקוכע אין די קאָרעטעס און איז 
אוועק צו דער פערד-שטאל, 

זי האָט אָנגעזאָטלט באָרעכן, געשמייכלט פון שימקעס רייד: 

-- כאנע, דו גלעטסט אים און גלעטסט, ער בלײַבט אָבער אלץ א פערד! 

-- דאָס טרעפט מיט צווייפיסיקע אויך, -- האָט כאנע באמערקט און 
האָט ארויסגעפירט באָרעכן פון שטאל, און כאָטש זי האָט געהאט נאָך װאָס 
צו ענטפערן שימקען, איז זי אוועקגעריטן צום ברונעם -- זי האָט דערזען, 
אז די קאָרעטעס זײַנען טרוקן. עס האָט זי דורכגענומען א בראנדיקער צאָרן, 
װײַל זי האָט פארשטאנען, אז די פּאסטעכער האָבן אוועקגעטריבן די טע- 
לעצעס מיט די ביקלעך ניט קיין געפּאָיעטע... זי האָט מיט די פיאטעס גע- 
פּױיקט באָרעכן אין בויך אזוי, אז דער אָטעם האָט איר פארכאפּט, פליענדיק 
איבערן סטעפּ. ערשט חינטער דעם דאָרף קאראהורט האָט זי דערזען די 
פּאסטעכער און די בלאַנקענדיקע יונגע טשערעדע. די פאסטעכער זײַנען 
געזעסן און האָכן גאנץ געשמאק צוגעביסן. כאנע האָט געקוקט, וי זיי בײַסן 
אָפּ היפּשע שטיקלעך פון די לוסטעס ברויט און װי זי זופּן נאָך יעדער ביסן 
ברויט פון דער פלאש מילך. זי האָט דערפילט, װי א זודיקער װינט האָט 


15 14 


פארכאפּט אירע נאָזלעכער, װי ס'האָט זיך אופגעהויבן צו איר האלדו א 
שוועבלדיקער גרימצאָרן, און זי האָט אויסגעשריען: 

-- די טעלעצעס צום ברונעם! 

די פּאסטעכער האָבן אוועקגעשטעלט אף דער ערד די פלעשער מיט 
דער איבערגעבליבענער מילך. זיי האָבן זיך אופגעהויבן און רויִק געזאָגט: 

--- זיי װועלן זיך אָנטרינקען ווארמעס-צײַט, 

-- פארװאָס האָט איר ניט אָפּגעלײגט אײַער אָנבײַסן ביז ווארע-ע-ע-ע- 
ממעע-סטס! -- האָט כאנע אויסגעשריען אזוי, אוֹ די פּאסטעכער האָבן שפּאַ- 
רעװודיק גענומען שטעלן די פיס אף הינטערװײַלעכס. אָבער כאנע איז שוין 
מער ניט געווען קיין באלעבאָסטע איבער זיך. זי איז ארױיסגעשפּרונגען פון 
זאָטל, זיך א לאָז געטאָן צו די פּאסטעכער, זיי דעריאָגט און גענומען 
פלעמען איינעם און דעם אנדערן איבער די באקן, איבער די קעפּ. זי האָט 
געזען, װי זי פאָכן מיט די הענט און װערן זיך פון איר. זי װאָלט זיי נאָך 
היפּש אײַנגעטײלט, ווען זי װאָלט פּלוצעם ניט דערזען, װי עס רינט בלוט 
בא איינעם פון דער נאָז, זי האָט נאָך געפונען אין זיך קרעפטן איסצו- 
שרײַען; 

-- מענוּװאָלים, פויליאקעס, נישטיקײַטן! זיך צוגעװוינט אין וויניצע צו 
פארקויפן הערינג! די טעלעצעס פארנעמט! 

דאָס אלץ ארויסגעשריען, איז זי אף די שפּיץ פינגער צוגעלאָפן צו 
| באָרעכן, האָט זיך ארײַנגעכאפּט אין זאָטל און ווידער מיט די פיאטעס גע- 
פּױיקט זײַן בויך אזוי, אז דאָס פערד איז עטלעכע רעגעס א פארוונדערטער 
געשטאנען אף איין אָרט, בלויז געביטן דעם טראָט, און ערשט דערנאָך א 
הירזשע געטאָן און זיך געלאָוט גלאט אין דער װעלט ארײַן. כאנע האָט 
ארומגעדרייט דאָס צײַמל אף דער רעכטער האנט אזוי, אז באָרעכס קאָפּ 
האָט זיך פאריסן. זי האָט אים פארקערעוועט װוּ זי האָט באדארפט און גֹע- 
האָלפן פארנעמען די טשערעדע צום ברונעם. ערשט ווען זי האָט געזען, װי 
די פּאסטעכער האָבן אָנגעפּאָמפּעט וואסער אין די קאָרעטעס און די בעהיי- 
מעס האָבן זיך א לאָז געטאָן צו דער וואסער, איז זי אוועקגעריטן אין סטעפּ, 
כאָטש עס איז נאָך געווען לאנג צום באטאָגיקן געמעלק, 

איצט האָט זי ניט געקערעװעט. באָרעך איז אוועק צו דער באלקע, און 
בייס ער האָט זיך מיט איר אראָפּגעלאָזט אין דער נידער, איז זי ארויס פון 
זאָטל און אוועקגעפאלן אפן גראָז. זי האָט זיך אויסגעדרייט מיט דער פּלײיצע 
צום הימל און אזוי געלעגן, אײַנזאפּנדיק אין זיך די רו, װאָס האָט געאָטעמט 
צו איר פון דער ערד, 

זי האָט ניט געזען, װי באַרעך איז געשטאנען מיט אן אראָפּגעלאָזטן קאפ 
און װי פון זײַנע ליפּן איז געפאלן אף דער ערד געדיכט-אופגעשלאַגענער 
געלער שוים. זי האָט עס ניט געזען ניט נאָר דערפאר, װאָס זי איז געלעגן 
מיטן פּאַנעם אראָפּ, נאָר װײַל זי איז אײַנגעשלאָפן, ווען כאנע האָט זיך אופ- 
געכאפּט, איז באָרעך געלעגן אף דער ערד. זי האָט א גלעט געטאָן זײַן 
האלדז און דערפילט, אז ער איז נאס, דעריבער האָט זי אים געלאָזט ליגן, 


15 


אָבער די זון האָט באוויזן, אז ס'איז שוין צײַט צו מעלקן דאָס צווייטע מאָל. 
זי האָט א צי געטאָן דאָס צײַמל, און באָרעך האָט זיך אופגעהויבן און זיך 
געלאָזט שפּאנען נאָך איר, 

אפן באשטימטן אָרט אין סטעפּ, װוּ די פּאסטעכער האָבן אלעמאָל צו- 
נויפגעזאמלט די בעהיימעס, איז געשטאנען די מאזשארע מיט די לײידיקע 
בידאָנעס. די מעלקערנס האָבן שוין אָנגעהױבן מעלקן. כאנע האָט איך 
גענומען די בלעכענע דויניצע און איז אוועק טאָן, װאָס אלע טוען. בייס זי 
איז צוגעגאנגען צו דער מאזשארע אויסגיסן די מילך אין בידאָן, האָט זי 
דערזען דעם שווארצכיינעוודיקן קינסטלער, וועלכן זי האָט אויסגעטיילט 
פון די איבעריקע, בייס זי האָט אים יענעם טאָג דערזען אין געזעמל. זײַן 
לענגלעך, איידל, טונקל פּאָנעם און זײַנע שווארצע אויגן האָבן געשמייכלט 
און אויסגעדריקט געבעט מיט צווייפל איניינעם. ער האָט א קורצע רעגע 
געקוקט כאנען אין די אויגן, צוליב עפּעס האָט ער אראָפּגעכאפּט די טיו- 
בעטייקע פון קאָפּ און שטיל געזאָגט: 

-- כאווערטע בריגאדיר, עפשער איז מעגלעך צו פארהאלטן די סטאדע 
אף א שֹאָ אָנדערהאלבן, אויב יאָ, װאָלט עס געווען זייער װויל. 

כאנע האָט געקוקט אף זײַן אראָפּגעלאָזענער רעכטער האנט, אין וועל- 
כער ער האָט געהאלטן די טיובעטייקע. 

-- אָבער ניט מער װי אף אָנדערהאלבן שאָ, װאָרעם בעהיימעס זײַנען 
ניט קיין מענטשן. זיי דארפן זיך פיטערן און מע דארף זיי מעלקן, -- גע- 
זאָגט, ניט אופגעהויבן די אויגן צו אים און אוועק מעלקן. 

ער האָט פאנאנדערגענומען דעם מאָלבערט, ארופגעשטעלט אף אים א 
דיקטן ברעטל מיט צוגעקלעפּטן פּאפּיר, האָט פאנאנדערגעלייגט דאָס אי- 
בעריקע געצײַג און זיך גענומען צו דער ארבעט. 

כאָטש כאנע האָט געזאָגט אווינע הארבע ווערטער צום קינסטלער, האָט 
זי נאַכן געמעלק אָנגעזאָגט די פּאסטעכער, אז יענע זאָלן די טשערעדע 
פארהאלטן. די מאזשארע מיט די בידאָנעס מילך מיט די מעלקערנס איז 
אװעקגעפאָרן,. כאנע איז אויך אוועקגעריטן. זי איז צוגעפאָרן צו דער בע- 
קערײַ. דער בעקער האָט איר געגעבן א שטיקל פריש ברויט, און זי איז 
אוועק מיט באָרעכן צום גאָרטן, דאָרט האָט איר אָפּגעגליקט, -- די בריגא- 
דירקע פון גאָרטן-בריגאדע כײַעלע גרינשטיין האָט איר געגעבן א לאנגע 
גרײַפּלדיקע אוגערקע און א פּאָמידאָר. דערבײַ האָט כײַעלע באמערקט: 

-- כאנטשע, ווען איך גיי ארײַן אין קו-שטאל, װאָלסטו מיר געגעבן א - 
גלאָז מילך? 

-- א נײַע נײַס! -- האָט כאנע באמערקט, אָפּגעביסן דאָס געלע וי" 
דעלע פונעם שפּיץ אוגערקע, עס ארויסגעשפּיגן, ארײַנגעלאָזן די ציין אין 
סאמע אוגערקע-טיף, א שמייכל געטאָן, א קוק געגעבן אף כײַעלען בארויִקט: 

-- כײַעלע, איך בין הײַנט זייער מיד, וויפל, מיינסטו, איז דער זייגער? 
לײַטישע מענטשן האָבן שוין לאנג אָפּגעגעסן ווארמעס. די קאָמונארן אויך. 


16 8 אוגוקס} .11 { 


-- עס, עס, כאנטשע, דו האָסט דאָך קימאט געפאסט. װי מיינסטו, 
כאנעלע, די אופקומענדיקע נײַע מענטשהײַט װעט אף אונדז קיין פאריבל 
ניט האָבן? װאָס זאָל מען טאָן, מע זינדיקט אָפט, און איך ניט װוינציקער פון 
אנדערע. ניט דו איינע קומטט אחער. דער גאָרטן אין מאמעש װי האָניק 
פאוי בינען, -- האָט כײַעלע אין פארלעגנהײַט געזאָגט. 

כײַעלע איז געווען פון די קאָמונארקעס, וועלכע איז זייער געווען כאנען 
צום הארצן, זי האָט מיט גרויט האנאַע געגעסן די אוגערקע מיטן פּאַמידאָר, 
אָבער זי האָט קימאט זיך געגעבן א ניידער, אז זי װעט אחער מער ניט קו- 
מען, און זי װעט עסן דאָס, װאָס אלע קאָמונארן עסן. און שוין זיצנדיק אין 
זאָטל, האָט זי צוגעזאָגט: 

-- כײַעלע, דײַגע ניט. די קומענדיקע מענטשהײַט װעט זיך דערמאָנען, 
די קומענדיקע מענטשהײַט װעט וויסן, אז דו האָסט בישטיקע געטיילט די 
קאָמונארן גרינס, און איך בין זיכער, אז דו װעסט ניט שטרענג געמישפעט 
וערן! 


געוויס האָט כאנע ניט פארגעסן, אז דער קינסטלער מאָלט דאַרט די 
טשערעדע. און אינגיכן האָט ער דערהערט א טופּען פון טלאָען. באלד האָט 
ער אויך דערזען, וי כאנע איז מיט איין פוס געשטאנען אף דער ערד, בייס 
דער צווייטער פוס איז נאָך געווען אין דער סטרעמענע. ער האָט אוועקגע- 
נומען דאָס פענדזל פונעם פּאפּיר און געקוקט, װי זי שפּרינגט אף איין פוס, 
און ווען זי איז, ענדלעך, שטיין געבליבן לעבן פערד, האָט ער זיך װי- 
דער גענומען צו דער ארבעט. זי איז געשטאנען הינטער זײַן פלייצע, גע- 
קוקט, װי ער ארבעט, און דאָס איז איר אזוי געפעלן געװאָרן, אז זי האָט 
אוש אײַנגעהאלטן דעם אָטעם. זי איז געווען אויסער זיך, װאָס אף אזא 
קליינעם בויגן פּאפּיר האָט געקלעקט אָרט פאר אזא הויכן לויטערן הימל, 
פאר אזא ראכװעסדיקער ערד, און עס איז נאָך גענוג אָרט געבליבן פאר 
דער טשערעדע און פאר די מעלקערגס. כאָטש זיי זײַנען געווען קוים אָנגע- 
מערקט, האָט כאנע הויך אויסגערופן: , דאָס איז דאָך טײַבל, און דאָס איז 
ראָכקע, און דאָס איז שיפרעלע". דער קינסטלער האָט אופגעהערט צו אר- 
בעטן, האָט אויסגעקערעװעט דאָס פּאַנעם צו כאנען און געלאסן געפרעגט: 

-- איר האָט זיי דערקענט? אזוי גאָר? גאנץ װויל, -- דערביי האָט ער 
אזוי הארציק געשמייכלט, אז כאנע האָט קיין מוט ניט געהאט אים צו זאָגן 
דאָס, װאָס זי האָט געװאָלט, 

טאקע דעריבער איז זי אוועק צו די פּאסטעכער, עפּעס גערעדט צו זײ, 
דער קינסטלער האָט פוגװײַטן געזען, װי די פּאסטעכער שאַקלען מיט די 
קעפּ. דערנאָך איז כאנע װידער צוגעגאנגען און אים געזאָגט, װאָס זי האָט 
געטראכט, 

-- איר האָט שוין אָפּנעשפּיגלט? אויב יאָ, דארף די טשערעדע גיין צו 
די באלקעס, װאָרעם דאָ האָבן די בעהיימעס ניט װאָס צו נעמען אין מויל, 


17 


מענטשן קאַנען זײַן פּוסטע, אָבער אײַטערס דארפן זײַן פולע. -- געזאָנט, 
צוגעגאנגען צו באָרעכן, ארײַנגעשפּרונגען אין זאָטל און אוועק. 

ניט אלץ, װאָס כאנע האָט געזאָגט, איז דערגאנגען צום קינסטלער, װאָ- 
רעם אין מאַסקװע האָט ער גערעדט מער רוסיש װי מאמעלאָשן. פונדעסט- 
װעגן האָט ער פארשטאנען, אז ער איז דאָ שיר ניט געגליכן געװאָרן צו די 
בעהיימעס, און ער האָט זיך געװונדערט, װאָס דאָס האָט אים ניט באליי- 
דיקט -- פארקערט, דאָס האָט אים אָנגענעם איבעראשט. ער האָט א טראכט 
געטאָן: ,זי איז ניט נאָר א בריגאדיר, זי איז אן אָריגינעל מיידל". ער האָט 
צונויפגענומען זײַן קלאפּערגעצײַג און זיך דערמאָנט די אלע , טרעפלעכע" 
קלאָצקאשעס, מיינונגען, געלעכטערלעך, װאָס ער האָט איסגעהערט פון 
די קאָמונארן, בייס ער האָט געמאָלט אין פעלד-בריגאדע, בא די סילאָס- 
טורעמס, יבא די שאָף-פּאסטעכער, און עס האָט זיך אים געשמייכלט, װאָס 
די בריגאדירקע האָט זיך אזוי אויסגעטיילט צום גוטן פון די, מיט וועלכע 
ער האָט זיך שוין באגעגנט, 

דער לאנגער טאָג האָרעוואניע, דער פארדריסלעכער צופאל מיט די 
פּאסטעכער האָט כאנען דעם געמיט ניט גרינגער געמאכט. פונדעסטוועגן 
איז זי דעם לאנגן עסצימער דורכגעגאנגען מונטער. זי האָט זיך געזעצט 
בא א קימאט ליידיקן טיש, װאָרעם די מערהײַט קאָמונארן האָבן שוין אָפ 
געגעסן ועטשערע. באם סאמע לעצטן טיש זײַנען געזעסן די קינסטלער, 
זי האָט נאָך ניט געענדיקט עסן, בייס עס האָט זיך דערהערט, װי מע קלאפּט 
אין דער אײַזערנער רייף, דאָס האָט באטײַט אן אלגעמיינע פארזאמלונג 
(װײַל צוליב זיצונגען פון קאָמונע-וראט און פון די בריגאדעס האָט מען אין 
רייף ניט געקלימפּערט), 

פונעם עסן איז שוין כאנען ניט באשערט געווען האנאָע צו האָבן. זי 
האָט פארשטאנען, װאָס פאר א סיבע סהאָט ארויסגערופן די אלגעמייגע 
פארזאמלונג. זי האָט געזען, װי דער פאָרזיצער פון קאָמונע און דער סעק- 
רעטאר פון פּארטיי-קעמערל האָבן זיך אופגעהויבן אף דער בינע, וועלכע 
כאנע האָט פאר זיך גערופן די בריק. דער פאָרזיצער האָט עטלעכע מאָל א 
פּאטש געטאָן איבערן טיש. אין עסצימער האָט געהערשט א מאָדגע שטי- 
מונג. די קאָמונארן און די קאָמונארקעס האָבן אי געשמייכלט, אי זיי האָבן 
אויסגעדריקט שאָדן-נײַגעריקײַט. דאָ און דאָרט האָט פּלוצעם אויסגעפּראלט 
א געלעכטער. דער קאָמונאר פון פעלד-בריגאדע, וועלכער האָט אנומלטן 
פאָר געלייגט כאנען זיך דורכגיין מיט אים אין סטעפּ ,א קוק טאָן, װי די 
שטערן פאלן", האָט הויך געפרעגט: 

-- כאנטשע, װאָס האָסטו זיך אזוי צוגעכאפּט צו די פּאסטעכער? דו 
ביסט זייער פּריצטע? זיי זײַנען דײַנע הינט? 

כאנע האָט זיך א בייג געטאָן, און פּונקט אזוי, װי ער האָט הויך גע- 
פרעגט, אזוי אויסדריקלעך און ערנסט האָט א קלונג געטאָן איר קאָל איבערן 
גאנצן עסצימער: 


18 


-- איך האָב דיך אין זינען, װי דעם פאראיאָריקן שניי, נאָר איצט װאָלט 
איך גראָד געװאָלט א קוק געבן, װי דײַנע ציינער זעען אויס. 

-- שטילער, שטיל זאָל זײַן! -- האָט דער פאָרזיצער ווידער א פּאטש 
געטאָן איבערן טיש און באלד אויסגערופן: 

-- קאָמונארקע כאנע פײַנבערג, גי צו געענטער צו דער בינע. קאָמו- 
נארן געליטענע דאַװיד שאפּיראַ און יאנקל צוקערמאן, קומט אויך אהער. 

כאנע איז שטיין געבליבן פון דער רעכטער זײַט בינע, די געליטענע 
האָבן זיך אוועקגעשטעלט לעבן דער לינקער זײַט. בא איינעם פון זײי, בא 
דאָװוידן, איז דאָס פּאָנעם געווען פארבונדן מיט א רויטער פאטשיילקע, ס'קאַן 
זײַן, או צוליב דעם טאקע איז דער עסצימער פארטויבט געװאָרן פון א 
מוירעדיקן געלעכטער. ענדלעך איז שטיל געװאָרן, 

-- כאווער קאָמונאר צוקערמאן, -- האָט דער פאָרזיצער זיך געװענדט 
צום געליטענעם, -- דערצייל פּינקטלעך, װי דאָס איז געווען. 

ער האָט לאנג דערציילט, צוקערמאן, װי ער האָט מיט דאַװוידן ארויס- 
געטריבן די טשערעדע טעלעצעס, װי ס'האָט זי געכאלעשט דאָס הארץ, 
דאָ האָט אים כאנע איבערגעשלאָגן: 

-- וועמען האָט געכאלעשט דאָס הארץ, אײַך, צי די קעלבער? 

א רעכטע װײַלע האָט געשאלט א געלעכטער, דערנאָך האָט דאָװיד 
דערציילט, אז די קאָמונארקע כאנע פײַנבערג איז אים באפאלן, װי אן עמע- 
סע גאזלענטע, און האָט אים פארבלוטיקט, 

אויסגעהערט די טײַנעס פון די געליטענע, האָט דער סעקרעטאר פון 
פּארטיי-קעמערל געהייסן ריידן כאנען. כאנע האָט אױסגעמאָלט אָט װאָס: 

-- כאוויירים קאָמונארן! איך דארף דאָ ניט דערציילן, וויפל מע דארף 
האַרעװען, ביז מע האָדעװעט אויס א קו. ווען איר װאָלט געזען, װי די טע- 
לעצעס מיט די קעלבער האָבן זיך ארומגעדרייט אין סטעפּ פארכאלעשטע 
פון דאָרשט! און אין דער זעלבער צײַט זײַנען זיך די צוויי מוישע ראביינוס 
האָרעפּאשניקעס געזעסן און געפּראװעט א סודע. ווייס איך ניט, צי עמעצער 
פון אײַך װאָלט געטאָן אנדערש וי איך. איך האָב קיין כאראָטע ניט, איך 
האָב אלץ געזאָגט! 

דערנאָך זײַנען ארױסגעטראָטן קאָמונארן און האָבן געװאָלט ווייכער 
מאכן די זאך. ס'האָבן זיך אויך געפונען אזוינע, װאָס האָבן גערעדט הארב 
און שארף. נאָך די ארויסטרעטונגען פון די קאָמונארן האָט גענומען א װאָרט 
דער סעקרעטאר פון פּארטיי-קעמערל. ער האָט אָנגעהױבן פון װײַט; 

-- װוינטער האָבן מיר פארורטיילט די האנדלונג פון איינער א קאָמו- 
נארקע, װאָס האָט זיך אָפּגעזאָגט אָנצוזױגן א קליינעם קאָמונאר, א ברעקל 
קינד, ניט קוקנדיק אף דעם, װאָס זי האָט געהאט גענוג מילך, איר גע- 
דענקט, כאוויירים, וי מיר האָבן זי אױסגעשלאָסן אף א גאנצן קווארטאל 
פון אונדזער קאָמונע. כאָטש איך האָב דאן געזאָגט, אז דאָס איז אן אי- 
בעריקע זאך. איצט האָבן מיר אן אומדערהערטן צופאל. וען דאָס װאָלט 
געטאָן אן אנדערער אף כאנעס אָרט, װאָלט איך דער ערשטער אופגעהויבן 


19 


מײַן האנט, אז דער דוך פון אזא מענטשן, פון אזא קאָמונאר זאָל בא אונדז 
ניט זײַן. איך זאָג א קאָמונאר, װײַל אלע ווייסן, אז כאנע פײַנבערג טוט 
פאר צװויי-דרײַ מאנצבלען. אָבער אופהייבן די האנט אף א כאװער! איך לייג 
פאָר זי אויסשליסן אף א קווארטאל פון קאָמונע-ראט, איך האָב געענדיקט, 

מע האָט אָפּנעשטימט. די מערהײַט איז געווען פאר דעם פאָרשלאָג, 
װאָס דער פּארטיי-סעקרעטאר האָט ארײַנגעטראָגן, אין עסצימער איז געווען 
א ראש און א טומל, פּלוצעם האָט דאָװיד שאפּיראָ, דער, װאָס איז געשטא- 
נען ארומגעבונדן מיט א רוט טיכל, אופגעהויבן די רעכטע האנט און גע- 
לאָזט װיסן; 

-- איך האָב פארגעסן צו זאָגן, אז די כאווערטע פײַנבערג האָט גע- 
שריִען, בייס זי האָט אונדז געשלאָגן, אלערליי מיעסע ווערטער, און זי האָט 
געזאָגט, אז מיר זאָלן פאָרן האנדלען אין וויניצע מיט הערינג. איך האלט, 
אז עס איז א קורקולסקע אגיטאציע. 

ניט קוקנדיק אף דער דאָזיקער מעלדונג, האָט זיך דערהערט אזא גע- 
לעכטער, אז אייניקע קאָמונארן האָבן אזש געשלוקערצט, 

-- די פארזאמלונג איז געשלאָסן! -- האָט דער פאָרזיצער געמאַלדן 

עפראים דער שאָף-פּאסטעך האָט זיך א טראָג געטאָן אף דער בינע, 
ארויסגענומען זײַן מויל-הארמאָניקע פון קעשענע. ער האָט געשפּילט עפּעס 
פון , קארמען", געטופּעט מיט די פיס, געשריען: 

-- כעוורע, כאנעלע, אהערצו גיי, ארוף אף דער בינע, מע דארף דאָס 
פארטאנצן! 

עטלעכע קאָמונארן האָבן זיך שוין געדרייט אין א שווינדלענדיקער פּאַל- 
קע, און כאָטש כאנע איז אלעמאָל געווען איינץ פון די ערשטע אומדערמיד- 
לעכע טענצערנס, האָט זיך איר איצט ניט געטאנצט. זי האָט א קוק געטאָן 
אף דער בינע, װי דאָרטן װאָלטן זיך געדרייט מעשוגאַיִם, און איז ארויסגע- 
גאנגען פון עסצימער, זי האָט געמאכט עטלעכע טריט, דערהערט, װי עמץ- 
צער גייט הינטער איר, און זיך אָפּגעשטעלט, דערזען דעם קינסטלער, האָט 
איר א קלעם געטאָן באם הארצן, לעמײַ זי האָט צו אים באטאָג גערעדט אזוי 
הארב. ער האָט אָבער, אפּאָנעם, פארגעסן וװעגן דעם, װײַל ער האָט אזי 
שטיל-בעטנדיק זיך געווענדט צו איר; 

-- כאווערטע כאנע, אוב איר זײַט ניט זייער מיד און איר האָט גאָר- 
נישט קעגן, װאָלטן מיר זיך עפשער דורכגעגאנגען מיט אײַך א ביסעלע? 

זי האָט עס גוט געהערט און האָט ניט צוגענומען איר האנט, בייס זײַנע 
ווייכע ווארעמע פינגער האָבן זיך צוגערירט העכער פון איר עלנבויגן. נאָר 
ווען זיי זײַנען באנאנד אוועקגעגאנגען, האָט ער זײַן האנט צוגענומען און 
נאָך א רעכטער װײַלע שװײַגן שטיל באמערקט: 

-- דאָס ערשטע מאָל אין מײַן לעבן גיי איך מיט א מיידל, װאָס האָט 
אטאקירט צוויי מאנצבלען, 

-- איך שאץ אײַער שרעקלאַזיקײַט. איד זײַט בײַגעװען אף דער פאר- 
זאמלוגג? 


20 


-- איר האָט דען ניט באמערקט, אז מיר זײַנען געווען אין עסצימער? 

-- איך האָב געזען, איך האָב געמיינט, אז איר זײַט אוועקגעגאנגען. 

-- דאָס איז ניט וויכטיק. איך װאָלט נאָר געװאָלט, איר זאָלט ניט אי- 
בערשאצן מײַן שרעקלאָזיקײַט, װײַל איך האָב שוין געזאָגט, אז אזא מיידל 
באגעגן איך דאָס ערשטע מאָל, 

-- איך װעל אלץ אָפּשאצן זייער באדאכט. איר האָט אָבער א טאָעס, 
דאָס מאָל האָט איר באגעגנט א מאמע פון דרײַ קינדער, -- האָט כאנע גע- 
זאָגט, 

זי האָט געהערט, װי ער האָט טיף אָפּגעאָטעמט. זיי זײַנען פארבייגשי 
גאנגען די קוזניע, די סילאָס-טורעמס, האָבן זיך פארנומען רעכטס אין סטעפּ 
ארײַן, זי האָבן געשוויגן, און כאנעץ האָט געווארט, אז ער זאָל זאָגן ,א גוטע 
נאכט, כאווערטע פײַנבערג". ער האָט זיך פּלוצעם אָפּגעשטעלט און איבע- 
ראשט געפרעגט: 

-- איר, דרײַ קינדער? װי אלט זײַט איר? 

אין זײַן פראגע האָט זי דערהערט אזוינע טענער, װוי ער װאָלט געגארט, 
זי זאָל זאָגן , כ'האָב זיך געוויצלט". ערשט איצט האָט זי אים געװאָלט 
ווינטשן א גוטע נאכט. אָבער זי האָט דערפילט זײַן האנט אף אירער און 
שטיל איבערגעכאזערט; 

-- יאָ, איך האָב דרײ מיידעלעך, דעם קומענדיקן פרילינג װערט מיר 
פיר און צוואנציק יאָר, 

כאנע האָט עס געזאָגט און דערפילט זיך קליינמוטיק, אזא געפיל אין 
געווען בא איר דאָס ערשטע מאָל, זינט זי איז אוועק פונעם מאן, 

אין סטעפּ איז געווען שטיל, װי אלעמאָל, ווען כאנע פלעגט ארויסגיין 
איינע אליין א שפּאציר טאָן. דער חימל איז אויך, װי אלעמאָל, געווען זייער 
טונקל און געדיכט באשטעפּט מיט שטערן. אָבעֶר כאנען האָט זיך אויסגע- 
וויזן, אז דאָס ערשטע מאָל זעט זי אזא טיף-געוועלבטן חימל, אזוינע בלייכע 
שטערן, אזא גלײַבגילטיקע שטילקײַט. א באנומענע פון דער פּלוצעמדיקער 
קלײינמוטיקײַט, פון דער שטילקײַט און פון זײַן שװײַגן, האָט זי ניט גלײַךף 
דערהערט זײַן שטילע פראגע: 

-- וו איז דער פאַטער פון אײַערע קינדער? 

כאנע האָט אים אָנגעקוקט, א רעגעלע געשוויגן און ערנסט געזאַנט: 

-- וועמעס טאטע? מײַנע קינדער האָב איך מיר אליין געהאט, 

ער האָט א נעם געטאָן כאנעס האנט און זי לײַכט א צי געטאַן פאָרויס, 
אזוי זײַנען זי זיך געגאנגען, געשוויגן, ביז ער האָט א פרעג געטאַן; 

-- איר געדענקט, װי איר זײַט ארײַנגעריטן אין הויף יענעם פרימאָרגן, 
ווען מיר זײַנען געקומען אין קאָמונע? 

-- געוויס געדענק איך. עס איז מיר אײַנגעפאלן דאָס הארץ. איך בין 
דאָך דאן שיר ניט ארופגעריטן אף דעם שווארצן, װאָס איז געשטאנען לעבן 
דער פרוי, וועלכע איז מיט אײַך געקומען, 


21 


-- איך האָב זיך ניט דערשראָקן, איך האָב זיך שיר ניט צעלאכט, ווען 
דער שווארצער, מע רופט אים ליאָװע, האָט געכאפּט זײַן טשעמאָדאן. דער- 
אָ שווארצער איז זייער א גוטער קינסטלער, דארפט איר וויסן. איך האָב 
יענעם פרימאָרגן אײַך קוים געכאפּט מיטן אויג, איר האָט אזוי גיך פאר- 
קערעוועט און פארשװוּנדן געװאָרן מיטן פערד איניינעם. בייס איך האָב גע- 
מאָלט די בעהיימעס, איז מיר זייער געפעלן געװאָרן, װי דאָס פערד שטייט 
מיט א װײַס טיכל פארבונדן דעם קאָפּ, דאָס האָט איר אים אזוי אויסגעץ- 
פּוצט? 

-- װאָס װוּנדערט איר זיך, עס איז דאָך געווען אזא היץ, 

-- איך פארשטיי, אָבער עס װוּנדערט מיך, װאָס איר באגייט זיך מיט 
אים אזוי גוט, 

-- אוינ איר אײַלט זיך ניט, װעל איך אײַך דערציילן, פונוואנען און 
ויאזוי ער איז צו מיר געקומען. כאָטש ניט נאָר דערפאר באגיי איך זיך 
אזוי מיט אים, אז מע שלאָגט און מע פּײַניקט א באלעכײַ, איז מען קיין 
מענטש ניט. 

-- איך אײַל זיך אין ערגעץ ניט. איך ווייס ניט, װאָס איר װעט דער- 
ציילן, נאָר איך דארף אײַך זאָגן, אז דאָס קנאפּע, װאָס איך האָב פון אײַך 
געהערט, זאָגט ניט צו קיין לאנגװײַליקײַט. 

קוים האָט זי אָנגעהױיבן דערציילן, איז איר קאָל געװאָרן שטיל, טיף 
אײַנגעהאלטן, און אירע וערטער זײַנען שפּאָרעװדיק געפאלן אין דער נאכט, 

-- מיט א כאדאָשים זיבן צוריק, -- האָט זי דערציילט, -- בין איך 
אוועקגעגאנגען אין סטעפּ איינעץ אליין. גיי איך אזוי פארטראכט, דעם ועג 
ווייס איך. מיטאמאָל -- א װיאָרסט פיר פון דער קאָמונע, אין סטעפּ, װוּ 
ס'איז קיינמאָל קיין שום צוים ניט געווען, זע איך ארײַנגעהאקטע סטויפּעס, 
אף די סטױיפּעס -- געדיכט אָנגעצויגן שטעכל-דראָט. ס'איז געווען א לים- / 
טיקע לעװאַנע-נאכט. איך גיי צו נעענטער, נאָר איך הייב ניט אָן צוֹ פאר- 
שטיין, װאָס דאָס איז. הינטער דער שטעכעדיקער וואנט האָבן זיך צונוים- 
געשלאָגן אָן א שיר פערד. װען ניט די שטעכלקעס, װאָלטן די פערד זיך 
געקאַנט צורוקן צו דעם צוים און די ענגשאפט װאָלט ניט געװוען אזוי מוי- 
רעדיק, אָבער אזוי האָבן זיי זיך נעבעך צונויפגעקנוילט און האָבן אזוי גרוי- 
ליק און אומעטיק געחירזשעט, אז דער מאמעס מילך איז מיר אנטרונען 
געװאָרן. דערנאָך האָבן זיך אייניקע פערד א הייב געטאָן אף די הינטערשטע 
פיס, װוּ אראָפּצולאָזן די פאָדערשטע האָבן זיי דאָך ניט געהאט, סײַדן אף 
די רוקנס פון די, װאָס זײַנען קימאט געווען צוגעקלעפּט צו זיי, זײַנען זײ 
אזוי געשטאנען און נאָכאנאנד געפאָכט מיט די פיס אינדערלופטן. איך האָב 
זיך אזוי דערשראַקן, אז איך בין אװעקגעלאָפן אין קאָמונע. אפמאַרגן האָב 
איך קיין פרײַע מינוט ניט געהאט צוצולויפן א קוק טאָן, װאָס מיט די פערד 
טוט זיך, און איך האָב דאָס דערציילט דעם פארטיי-סעקרעטאר. האָט ער 
צו מיר געזאָגט; ,װאָס ביסטו אזוי צערודערט, דאָס זײַנען באלעגופישע 
פערד!" זאָג איך;: ,מע האָט זיי געוויס ניט געגעבן קיין עסן און קיין טרין- 


22 


קען". מאכט עֶר צו מיר: ,, הײַנט-מאָרגן װעט מען זי פאנאנדערטיילן". בע- 
קיצער, צוויי טעג האָב איך קיין צײַט ניט געהאט אהין צוצולויפן, ערשט 
אפן דריטן טאָג בין איך אחין אוועק. און דאָס, װאָס איך האָב דערזען, האָט 
מיך גאָר אומדערווארט דערפרייט. אלע סטויפּעס זײַנען געווען אוועקגע- 
וואלגערט. דאָס שטעכל-דראָט איז געלעגן צוישן די סטױיפּעס און קיין איין 
פערד איז ניט געװען! נאָר איך האָב דערהערט עפּעס א מאָדנעם קלאנג, 
אקוראט װי מע װאָלט מיט א בארשט געשארט איבער דער ערד. האָב איך 
אריבערגעשפּרײַזט איבערן שטעכל-דראָט און דערזען, װי איין פערד ליגט 
אף דער ערד און רײַבט מיטן האלדז די ערד. אזויווי איך האָב דאָס דערזען, 
האָב איך זיך געלאָזט לויפן אין דאָרף, װאָס איז געווען נעענטער װי די 
קאָמוגע. איך בין געלאָפן און געוויינט, נאָך גוט, װאָס קיינער איז אין סטעם 
ניט געווען. איך האָב אין דאָרף געקראָגן א ביסל האָבער, א פּוױערטע האָט 
מיר אנטליען אן עמער, איינס-צוויי האָב איך אָנגעשעפּט וואסער און בין 
אװעקגעלאָפן צום פערד. צום האָבער האָט ער זיך ניט צוגערירט, די וואסער 
האָט ער אין זיך ארײַנגעוויגן מיטן קוק. איך האָב געװווסט, אז סװאַלט גוט 
געווען, ווען איך גיב אים אלע טאָג א שטיקל צוקער. אָבער װוּ האָב איך 
געקענט נעמען צוקער? בעקיצער, אזוי בין איך געגאנגען צום פערד אלע 
טאָג. האָב איך קיין צײַט ניט געהאט, בין איך געגאנגען באנאכט. ביז איין- 
מאָל, איך געדענק שוין ניט אפן וויפלטן טאָג, בייס איך בין געקומען און 
האָב געבראכט פאר אים גערשטענע קלײַען, האָט ער זיך אופגעהויבן און 
איז מיר נאַָכגעגאנגען. אָבער איר ווייסט, װי ער איז מיר נאָכגעגאנגען? 
ער האָט ארופגעלייגט זײַן מאָרדע אף מײַן אקסל, און אזוי בין איך מיט אים 
געגאנגען ביז דער פערדן-שטאל. כ'האָב אים ארײַנגעפירט אחין און געזאָגט 
צו שימקע דעם קאָניוך, אז דאָס פערד רופט מען באָרעך און אז ער זאָל 
אים ניט שפּאנען אפילע פארן פאָרזיצער. אָט אזוי וי איר הערט! 

-- אזוי, אזוי.,. און װאָס איז געװאָרן מיט די איבעריקע אומגליקלעכע 
פערד? -- האָט ער געפרעגט. 

-- װאָס זאָל װערן? מע האָט זיי פארשפּאָרט צו צעטיילן, איך האָב 
אליין עטלעכע מאָל געזען, וי פערד לויפן איבערן סטעפּ. מענטשן האָבן 
דערציילט, אז איבער די דערפער האָבן געיאָגט צעווילדעוועטע פערד, בין 
די אָרגאניזירטע קאַלװוירטן האָבן זיי געכאפּט. 

ווען ער װאָלט ניט געזאָגט , די אומגליקלעכע פערד", װאָלט כאנע אים 
עפשער געבעטן גיין צוריק, װײַל, וי געזאָגט, האָט זי לאכלוטן ניט געהאט 
קיין שום שײַכעס צו די יעניקע, װאָס האָבן געמיינט, אז זיי זײַנען די קרוין 
פון דער נאטור, 

זי האָט אָפט אין יענער צײַט געטראכט: ,וויבאלד לעבעדיקע באשעפץ- 
נישן װערן אזוי געפּײַניקט, װעט בארעמהארציקײַט אף זיך לאנג לאָזן 
ווארטן". איצט, ווען זי האָט דערהערט, וי ער האָט געזאָגט ‏ אומגליקלעכע 
פערד", האָט זי דערפילט, אז זי האָט עס דערציילט א מענטשן, װאָס האָט 
פארשטאנען און געפילט אירע רייד, 


28 


-- צײַט צו גיין, עס באגינט, -- האָט זי געזאָגט, 

זי זײַנען אוועק צו דער קאָמונע, און לעבן דער קו-שטאל האָט ער צו 
איר געזאָגט: 

-- איך װעל אײַך שוין מער ניט רופן כאווערטע כאנע, און אויב איר 
וועט מיר ניט אָפּזאָגן, װויל איך, אז מיר זאָלן זיך מאָרגן אויך באגעגענען. 

-- דאָס איז שוין ניט מאָרגן, נאָר הײַנט, און הײַנט גיי איך צו מײַנע 
קינדער, װעלן מיר זיך באגעגענען א ביסעלע שפּעטער, װי נגעכטן, 

-- איר האָט קיין כאראָטע ניט? -- האָט ער שטיל געפרעגט. 

--- ניין, א האָר אויך ניט. זײַט רויַק, סאיז שוין א היפּשע צײַט, װי 
איך סטארעווע זיך צו טאָן, אף וויפל עס איז מעגלעך, נאָר דאָס, װאָס איך 
וויל, -- האָט כאנע געזאָגט און איז פארשװוּנדן אין קו-שטאל. 

עס איז געווען א טאָג, װי אלע טעג. כאנע איז געריטן אין סטעפּ, גץ- 
שאָטן זאלץ, געמאָלקן, און נאָכן באטאָגיקן געמעלק האָט זי מיט די פּאס- 
טעכער און מיט די סקאָטניקעס געדארפט אָפּקלײַבן די יונגע ביקלעך, וועל- 
כע מע האָט געטריבן אין יעװפּאטאָריע אף פלייש-פארגרייטונג. כוץ דעם, 
װאָס דאָס איז פאר כאנען געווען פּײַנלעך, איז עס נאָך געווען א גרויסער 
קלאָפּאָט. ביז מע האָט אָפּגעטײלט די ביקלעך פון די טעלעצעס מיט די 
קעלבער, איז כאנע געווען אין סטעפּ. עטלעכע מאָל האָט זי אָנגעזאָגט: 

-- יאָגט זיי ניט, זאָלן זי זיך פיטערן צוביסלעך. אין סאקי זאָלט איר 
זי אָנפּאיען, װאָרעם, כוץ צאר-באלעכאים, װעלן זי אָנװערן װואָג, אויב איר 
וועט זיי קיין וואסער ניט געבן, 

אָנגעזאָגט, באגלייט א דרײַ-פיר קילאָמעטער, האָט כאנע פארקערעװװעט 
דאָס פערד צו דער קאָמונע. אָבער איינער פון די פּאסטעכער, שמולקע דער 
זשמערינקער, האָט זי אָנגעיאָגט און מיט א ראכמאָנעס-קאָל געזאָגט: 

--- וי װעל איך גיין א באַרװעסער אזא מעהאלעך? 

-- דו וועסט גיין, װי איך װאָלט געגאנגען. 

-- דו רײַטסט מערער וי דו גייסט צופוס. און א פערד האָט פּאָדקאַ- 
ועס! 

-- דו ניסט גערעכט, שמולקע. איך װעל שטעלן די פראגע אין קאָמו- 
נע-ראט, מע זאָל קריגן שטיוול פאר דיר און פאר אלע פּאסטעכער, -- האָט 
כאנע צוגעזאָגט, און איר פארדראָס, װאָס שמולקע און די איבעריקע פּאס- 
טעכער װעלן א לאנגן טאָג שפּאנען אף דער שטעכעדיקער סטערניע, האָט 
זי פּלוצעם אױסגעלאָזן צו באָרעכן. עֶר האָט ניט געקאַנט וויסן, פונוואנען 
בא כאנען אין האנט האָט זיך גענומען א בײַטש, זי אליין האָט עס אויך ניט 
געדענקט. ווען מע האָט אָפּגעטײלט די ביקלעך, האָט זי מיט דער בײַטש 
געפאָכט, קעדיי יענע זאָלן זיך צונויפנעמען. איצט האָט עס באָרעך געפילט 
אף זײַן האלדז און אף זײַנע זײַטן. ערשט אין קאָמונע-הויף איז כאנע גע- 
קומען צו-זיך און האָט אראָפּגעלאָוט די בײַטש. שימקע האָט געקוקט, װי 
זי נעמט אראָפּ דעם זאָטל פון באָרעכס פארשוויצטן רוקן, און ער האָט 
געמיטלעך איר אָנגעזאָגט: 


04 


-- אין סטאַלאָװע איז הײַנט אן ארבעסענער זופּ -- די פינגער צו לעקן. 

-- װאָס זאָגסטו, א זופּ? ס'איז טאקע ניט איבעריק! באַרעך איז דער- 
שוויצט, זאָל ער זיך אָפּקילן. און איך װעל גיין צום ארבעסענעם זופּ. 

נאָכן עסן איז כאנע ווידעראמאָל געווען אין סטעפּ ביז פארנאכט. װי 
אלע טאָג, האָט זי געטאָן װאָס מע האָט געדארפט, פונדעסטוועגן האָט 
שיפרעלע, איינע פון די בעסטע מעלקערנס, באם פארנאכטיקן געמעלק בא- 
מערקט, אז כאנעס גאנג איז עפּעס אן אנדערער, און שיפרעלע האָט זיך א 
וויצל געטאָן: 

-- כאנע, װאָס איז מיט דײַן פּאַכאָדקע? ביז דו װעסט צוטראָגן די 
מילך צום בידאָן, װעט זי זויער ווערן. 

-- די מילך זאָל זויער װערן, אבי דו זאָלסט זײַן זיס, וי האָניק. 

-- יאָ, מײַן האָניק און דײַן גיפט, -- האָט שיפרעלע צוגעװאָרפן. 

אפן הארצן איז כאנען געווען ניט מעקאנע צו זײַן, דערפאר האָט זי 
שיפרעלען ניט געענטפערט. זי האָט ניט פארגעסן, װי שמולקע חאָט צו איר 
געזאָגט: , דו רײַטסט מער וי דו גייסט צופום". 

די פארגאנגענע נאכט האָט זי אויך רוען ניט געלאָזט. כאָטש ער האָט 
אזוי װינציק גערעדט און זי האָט נאָך אפילע רעכט ניט געװוסט, װי מע 
רופט אים, האָט זיך אין איר ארײַנגעכאפּט א מאָדנער אומרו, װאָס האָט ניט 
אָפּגעלאָזט. זי האָט נאָך, פארשטייט זיך, גאָרנישט געװוּסט, אָבער געפילט 
האָט זי, אז דער קינסטלער האָט זיך געװאָלט באגעגענען מיט איר ניט צו- 
ליב גרינגער צעשטרייונג. דעריבער איז זי אין אָװונט ארײַנגעגאן אין קין- 
דערחיים ניט מיט קיין גרינג געמיט. 

קינדער זײַנען א טרייסט. זי האָט זיך מיט זיי געשפּילט, װי מיט איר 
גלײַכן, די קינדער האָבן עט געפילט, און ניט נאָר אירע אייגענע מיידעלעך, 
נאָר דאָס גאנצע קליינווארג איז לוט דער ריי געזעסן אף איר רוקן, זי האָט 
זי געזונגען: ,א רעגנדל, א רעגנדל, א רעגן טריפט און טריפט". דערנאָך 
האָט זי זיך געזעצט מיט זיי אף דער פּאָדלאָגע און זיי דערציילט א מײַ- 
סעלע: ,וי איינע א באבעשי האָט געהאט א שעפּסעלע און די באָבעשי האָט 
עס ליב געהאט. געהיט און געצערטלט, דער באָבעשיס אייניקלעך האָבן 
אויך ליב געהאט דאָס שעפּסעלע, נאָר פּלוצעם איז דאָס שעפּטעלע פאר- 
פאלן געװאָרן. צי דערפאר, װײַל דער פּאסטעך אין געווען א פארשלאָפענער, 
צי דערפאר, װײַל דאָס שעפּטעלע איז געווען א שטיפערקע. א שעפּט האָט 
דאָך א קורצן זיקאָרן, איין טאָג ניט געקומען, נאָך א טאָג ניט געקומען 
איז די באָבעשי זייער פארומערט געװאָרן. די שכיינעס האָבן דערזען, אז 
בא דער באָבעשי גייט ניט קיין רויך פון קוימען, האָבן זי פארשטאנען, אז 
זי קאָכט ניט קיין קאשע פאר זיך און קיין בולבע-שאַלעכץ פאר דעם שעפ- 
סעלע. איז א שכיינע אריַנגעגאנגען צו דער באָבעשי און געפרעגט, װאָט 
איז דער מער? האָט די באָבעשי דערציילט, אז איר איינציק שעפּטעלע איז 
פארפאלן געגאנגען. האָט מען געזוכט א טאָג און נאָך א טאָג, און דאָס 
שעפּסעלע האָט מען ניט געפונען. אפן דריטן טאָג זיצט די באָבעשי אפן 


נידעריקן בענקעלע און וויינט. זי קאָן שוין ניט אריבערטראָגן אירע צאָרעס, 
מיטאמאָל דערהערט זיך אזוי שטיל און ציענדיק ,ב-ע-ע-ע". טוט זיך די 
באָבע א לאָז צו דער טיר, לויפט ארויס. און װאָס האָט זי דערזען? זי האָט 
דערזען איר שעפּסעלע מיט צוויי קליינינקע שעפּסעלעך. , כאכאָמעלע מײַנע, 
מאמעלע מײַנע!" -- האָט די באָבע אויסגעשריען. פארװאָס האָט זי אזי 
אויסגעשריען, קינדערלעך? פארװאָס?" --- ,װײַל זי האָט זיך דערפרייט מיט 
איר שֹׂאָף און מיט די שעפעלעך", -- האָבן די קינדער אויסגעשריען און 
געטאנצט פון פרייך, 

כאנע האָט אויך געטאנצט מיט זיי אין ראָד. נאָר ווען זי איז ארויסגע- 
גאנגען פון קינדערהיים, האָט הענקע, וועלכע האָט דאָ געארבעט, זי דער- 
יאָגט און שטיל באמערקט: 

-- כאנקע, דו האָסט זיי אזוי צערודערט, אז זיי װעלן לאנג ניט אײַן- 
שלאָפן. צי שוין זשע פארשטייסטו ניט, אז עס װאָלט געװען בעסער, וען 
דו קומסט אלע טאָג אף א שאָ, איידער צוויי מאָל א װאָך אף צוויי שאָ מיט 
א מײַסע? 

כאנע האָט געהאט װאָס צו ענטפערן, װײַל זי איז געװען זיכער, אז 
אמאָל איז בעסער צו הערן אפילע א טרויעריק מײַסעלע, װאָס צערודערט, 
איידער גאָרנישט הערן און רויק אײַנשלאָפן. אָבער זי האָט הענקען גאָרנישט 
ניט געענטפערט און איז אוועק צום עסצימער. זי האָט נאָך ניט באויזן 
פארזוכן דעם ארבעסענעם זופּ, װאָס מע האָט איר דערלאנגט, װי דער נאכט- 
סקאַטניק האָט זיך באוויזן אין דער אָפענער טיר און זי א רוף געטאָן אין 
קו-שטאל, ניט צו דער צײַט, אינמיטנדערינען האָט זיך ‏ האָגאָר" אוועקגע- 
לייגט פּראווען קימפּעט. כאנע האָט פארקאטשעט די ארבל, געריבן דער 
בעהיימעס זײַטן, ביז כאנע האָט דערזען דאָס מאַרדעלע, א שפּיץ צינגל, 
דערנאָך דאָס קעפּעלע מיט צוויי געלע טלאָעלעך פון ביידע זײַטן קעפֿל, 
האָט זי א שווייס באשלאָגן. פּלוצעם האָט זיך די בעהיימע א שטעל געטאָן 
אף דער שטרוי, װאָס דער נאכט-סקאָטניק האָט אונטערגעבעט, און אף דער 
שטרוי איז מיט א פּאטשנדיקן כליופּ אוועקגעפאלן דאָס קעלבל. ביז כאנע 
האָט עס אויסגעווישט מיט א זאק, ביז זי האָט עס אװעקגעטראָגן אין קעל- 
בער-שטאל, איז שוין געווען גאנץ שפּעטלעך. פונדעסטוועגן, איז זי ווידער 
אוועק צום עסצימער. אָבער זי האָט ניט באוויזן ארײַנגײן אהין, װײַל זי האָט 
דערהערט א שטילן, זייער ווייכן , גוט אָװנט, כאנע". 

-- איר האָט אף מיר קיין פאריבל ניט, װאָס איך האָב פארשפּעטיקט? 

-- דעם עמעס געזאַנט, האָט עס מיך פארדראָסן, אָבער איצט איז אלץ 
אוועק, -- האָט דער קינסטלער געזאָגט. 

ווידער האָט כאנע דערזען זײַן מילדן שמייכל, װאָס האָט אופגעשײַנט 
אף זײַן לענגלעך פּאָנעם און אין זײַנע טיפע שווארצע אויגן. 

-- װוּחין װעט איר מיך חײַנט פירן? -- האָט ער געפרעגט און ארום- 
געלייגט זײַן האנט אף איר אקסל, 


26 


-- איך װעל אײַך פירן צו א שיינעם קאנט, אוב איר האָט ליב און 
איר װעט ניט מיד ווערן צו גיין צופום, 

זיי זײַנען געגאנגען פּאמעלעךר דורך דער שטילקײַט פון סטעפּ. קיין 
פּיצל אָטעם פון א ווינט האָט זיך ניט צוגערירט צו זייערע פּענעמער, אפילע 
די שטערן אין הימל האָבן זיך ניט איבערגעווונקען. דער מוילעד האָט זיך 
צוגעשפּיליעס א גרינלעכן שטערן באם שארף-אױיסגעשניטענעם האלדו 
עס האָט זיך פארשפּרייט אף דער גאנצער ראכוועס א בלייך-גרינלעכע שײַן, 
אלע פּראָטים אף דער ערד זײַנען געװען װי פארהילט אין א גרינלעכן 
שלייער. און דאָס אָרט, װוּ דער הימל איז צוגעגארטלט צו דער ערד, איז 
געווען אזוי נאַענט, אז עס האָט זיך געקאָנט דאכטן, ווען מע זאָל גיין אזוי 
גלײַך און גלײַך, װאָלט זיך דער שײַנענדיקער גורט איבערגעריסן און מע 
װאָלט דערזען, װי דער ראנד פון דער ערד ענדיקט זיך, 

-- אײַך געפעלט דאָ? -- האָט כאנע געפרעגט. 

-- איר געפעלט מיר, 

ווידער האָבן זיי געשוויגן, 

-- װוּ איז דער שיינער קאנט, װאָס איר האָט צוגעזאָגט? 

-- ס'איז שוין ניט װײַט, -- האָט כאנע שטיל געענטפערט, און ס'האָט 
זי ארומגענומען אן אומרו, אפילע א פארלױירנקײַט, עפּעס אזוינס, װאָס זי 
האָט נאָך קיינמאָל ניט געפילט. זי האָט אים אראָפּגעפירט אין יענער באלקע, 
װוּ זי איז ניט איין מאָל געקומען צו רײַטן. זי האָבן זיך אוועקגעזעצט אפן 
ווייכן קילן גראָז, און כאנע האָט צוגעדעקט אירע בארוועסע פיס מיטן פֹּאַ- 
דאָלעק פון איר שווארצן סאטינענעם סאראפאן. זי האָט פארנומען זײַן אָפט 
אָטעמען, בייס ער האָט זיך צוגעצויגן צו איר. עס איז זי באפאלן א שרעק 
און א שוואכקײַט. זי האָט זיך פון אים אָפּגערוקט. ער האָט מיט קויעך זי 
ארומגענומען מיט ביידע הענט און זי באהאַגלט מיט מילדקײַט פון זײַנע 
ווארעמע ליפּן,,. זי האָט דערפילט, וי דאָט הארץ אירס לעשט זיך און צינדט 
זיך ווידער אַן העל, און זי האָט זיך אין יענער באשערטער נאכט מער ניט 
געווערט.. 


דאָס הארץ האָט אזוי געפּױקט אין איר, אז עס האָט פארטויבט זײַן 
פראגע: 

-- איר טרויט מיר? איר זײַט זיכער אין מיר? -- האָט ער געפליסטערט. 

-- װאָס? יאָ, מיטן גאנצן הארצן, 

-- רעכט אזוי. אי װעל זיך מיט אײַך קיינמאָל ניט שיידן. איר ווילט 
דאַָ זיצן, אָדער איר װילט א ביסעלע זיך דורכגיין? -- האָט ער גע- 
פרעגט, 

-- איך ווייס נאָר, אז איך וויל ניט אוועקגיין פון אײַך, -- האָט כאנע 
געזאָגט. 

עס האָט שוין באגינט, ווען זי זײַנען ארײַן אין קאָמונע-חויף. 


22 


-- חײַנט אין אַװונט װעל איך אף אײַך ווארטן, כאנעלע, און איר זאָלט 
װויסן, אז דאָס ווארטן װעט מיר זײַן ניט גרינג, -- האָט ער געזאָגט. 

-- מיר אויך אזוי, -- איז זי זיך מוידע געווען, און זי איז פארשוווּנדן 
אין דער טיר פון דער שטוב, װוּ דער צימער, אין וועלכן זי האָט געװוינט 
מיט אירע שכיינעס, האָט זיך געפונען. 

-- כאנקע, װוּ ביסטו געווען א גאנצע לאנגע נאכט? -- האָט כעװועד 
פארשלאָפן געפרעגט, 

,פאר וועמען די נאכט איז לאנג אָן א סאָף, פאר װועמען קורץ, װאָס 
קירצער קאָן ניט זײַן!" -- האָט כאנע געטראכט און אין אָנטאָן זיך א װאָרף 
געטאָן אפן בעטל, אָכער זי האָט אן אויג ניט צוגעמאכט ביז צום סאמע 
אינדערפרייקן געמעלק, 


נאָכן געמעלק איז כאנע אוועקגעריטן קיין סאקי. זי איז שוין לאנג ניט. 
געווען אינעם קוראָרט פון בלאָטע-הײלונג, װוּהין זי האָט דאָס דריטע יאָר 
קעסיידער אָפּגעשיקט די גאנצע מילך, 

באָרעך האָט ניט אַנגעהױיבן צו פארשטיין, װאָס מיט זײַן רײַטערן טוט 
זיך. זי האָט אים קיין איין מאָל ניט קיין גלעט געטאַן, אירע פּיאטעס האָבן 
זיך ניט צוגערירט צו זײַן בויך, און זי האָט קיין איין גוט װאָרט צו אים 
ניט געזאָגט. האָט ער זיך געפּרװוט א הייב טאָן אף די הינטערשטע פיס, 
דערנאָך זיך א דריי געטאָן אף איין אָרט און פּלוצעם געלאָזט זיך גאלאָפּ, 
כאנע האָט זיך אָנגעבױגן ביז צו זײַן האלדז. ער האָט דערפילט, װי איר 
האנט האָט אים א פעסטן פּאטש געטאָן איבערן קארק. זי האָט צו אים גע- 
זאָגט: , באָרעך, מאך ניט קיין לײַטיש געלעכטער!" 

ארײַנגעריטן אין הויף פון קוראָרט, האָט זי ארופגעװאַרפן דאָס צײַמל 
אף א סטױפּיק פון נידעריקן פּארקן, ארױיסגעשפּרונגען פון זאַטל און איז 
אוועק אין קאַנטאָר. מע האָט ארויסגערופן דעם פארוואלטער פון קוראָרט 
פיאָדאָר פּעטראַװיטשן, ער האָט צוגערוקט כאנען א שטול. זי האָט זיך 
אוועקגעזעצט, און זי האָכן גענומען שמועסן, װי טאָמיד, װען זי פלעגט 
אהער קומען, זיך דורכגעשמועסט, האָט פיאָדאָר פּעטראָװיטש געזאָגט: 

-- כאנא דאװידאָוונא, איך האָב אײַך שוין געזאָגט, אז די קראנקע 
זײַנען זייער צופרידן, זי לויבן די מילך פון קאָמונע. וויפל מאָל האָב איך 
אײַך געבעטן, איר זאָלט בלײַבן בא אונדז אף מיטיק. און אלעמאָל זאָגט 
איר, אז איר אײַלט זיך. 

-- צום באדויערן, האָב איך איצט אויך קיין צײַט ניט, פיאָדאָר פּעט- 
ראָװיטש. מיטיק װי מיטיק, אָבער איך װאָלט געװאָלט, איר זאָלט מיר טאָן 
א גרויסע טויווע. ווען ניט דאָס, װאָלט איך עפשער הײַנט ניט געקומען צו 
אײַך, 

-- װאָס נאָר איך װעל קענען, כאנא דאװידאָװנא, װעל איך טאָן, -- 
האָט ער זי איבערגעשלאָגן, 


28 


-- איר ווייסט דאָך, אז איך דארף גאָרנישט. נאָר די פּאסטעכער און די 
סקאַטניקעס פון שטאל-בריגאדע האָבן קיין שוכווארג ניט. דער זומער גייט 
אוועק, באלד װעלן זיך אַנהײיבן די רעגנס. מיט איין װאָרט, איך דארף האָבן 
א צען פּאַר שטיוול, שיך, אַדער כאָטש לאפּטיעס. 

-- דאָס איז ניט קיין גרינגע זאך, אָבער איר וייסט דאָך דאָס ווערטל, 
אז עס זײַנען ניטאָ אזוינע פעסטונגען, װאָס באָלשעװיקעס זאָלן ניט אײַנע- 
מען. מיר פּרעמירן אלע יאָר די קאָמונארן פון שטאל-בריגאדע און אײַך אויך, 
װעל איך שוין זען, אז די פּרעמיע זאָל האיאָר זײַן אזא װוי איר בעט. בלײַבט 
איר צו מיטיק? 

-- ניין, א גרויסן דאנק אײַך, די קי בענקען נאָך מיר, -- האָט כאנע 
זיך געוויצלט און זיך אופגעהויבן פון שטול, ווען זי איז שוין געשטאנען 
לעבן באָרעכן און האָט פארהויבן א פוס צו דער סטרעמענע, האָט זי דער- 
זען, װי פיאָדאָר פּעטראָװיטש גייט האסטיק צו איר מיט א װײַסער טאָר- 
בעטשקע אין דער האנט. ער איז צוגעגאנגען, אויסגעצויגן די האנט מיט 
דער טאָרבעטשקע צו כאנען און ניט געזאָגט, נאָר געבעטן: 

-- כאנא דאװידאָוונא, דאָס איז א ביסל צוקער פאר אײַער קינדערהיים. 
נעמט, נעמט, דאָס איז דאָך ניט פאר אײַך. װאָס זײַט איר אזוי רוט גע- 
װאָרן? -- ער האָט פון ערגעץ אונטערן קראגן אָפּגעשפּיליעט א זיכער- 
נאָדל, זי דערלאנגט כאנען מיט דער טאָרבעטשקע אינינעם און איז 
אוועק, 

זיצנדיק אין זאָטל, האָט כאנע מיט דער זיכערנאָדל, װאָס פּיאָדאָר פּעט- 
ראָװיטש האָט איר געגעבן, צוגעשפּיליעט דאָס זעקעלע מיטן צוקער צווישן 
די קנעפּעלעך פון דער קאָסאַװאָראָטקע. כאָטש ס'האָט זיך איר זייער גע- 
װאָלט געבן א ציגעלע צוקער באָרעכן, האָט זי עס ניט געטאָן, זי איז האס- 
טיק ארויסגעריטן פון סאקי, אירע ברוינע פיס זײַנען קימאט געשטאנען אין 
די סטרעמענעס. פון זינען איז איר ניט ארויס דער נעכטיקער אָװנט... ,איך 
ווייס דאָך אפילע ניט, װאָס פאר א מענטש דאָס איז, -- האָט זי גע- 
טראכט, -- צעגאנגען געװאָרן, װי שניי פון דער זון". דערהערט א סקריפּען 
פון רעדער, האָט זי זיך א קערעווע געטאָן אפן זאָטל און דערזען דעם 
פאָרזיצער. ער האָט אָפּנעשטעלט דאָס צוויירעדערדיקע וועגעלע, אַנגעקוקט 
כאנען, און כאָטש זי איז מיטן פערד שטיין געבליבן זייער נאַענט פון דער 
בעדארקע, האָט ער צו איר א געשריי געטאָן: 

-- פונוואנען? 

-- פון סאקער קוראָרט, רעב פאָרזיצנדער, 

-- װאָס הערט מען גוטס? 

-- ניט צו פארזינדיקן, פיאָדאָר פּעטראָװיטש האָט צוגעזאָגט שטיוול 
אָדער לאפּטיעס פאר די שטאל-ארבעטער צו די נאָיאבער-טעג, 

-- אוב לאפּטיעס, איז דאָס א מוירעדיקע טויװע! -- האָט דער פאָר- 
זיצער צעשטרייט געזאָגט צו כאנען, און אין דער זעלבער צײַט האָט ער 
זייער אופמערקזאם געקוקט אף כאנעס פיס אין די קורצע סאטינענע שוואר- 


29 


צע שאראָווארן. געקוקט, געקוקט און אומדערווארט פאר כאנען א זאָג גע- 
טאָן: -- ס'װאָלט געווען א זינד, ווען דײַנע שאראָווארלעך זײַנען לענגער, 

-- װאָס, װאָס פאר א זינד? -- האָט כאנע ניט פארשטאנען. 

-- איך זאָג, ס'װואָלט געווען א זינד, װען דײַנע שאראָווארלעך װאָלטן 
געווען לענגער, 

-- אזאזא! -- האָט כאנע א צי געטאָן, -- וי קומען זיי אהער? מיר 
האָבן דאָך גערעדט וועגן פּרעמיעס פאר די שטאל-ארבעטער. אויב איך האָב 
קיין טאָעס ניט, איז עס ניט מײַן אייסעק, װאָס די פּליודערן געפעלן דיר! -- 
האָט זי באמערקט, א צי געטאַן דאָס צײַמל, און באָרעך איז אװעק, װי א 
ווינט, 


האָרעוואניע און האָרעוואניע. נאָכן אָװנטיקן געמעלק איז כאנע אוועק 
אין קינדערהיים, און ווידער האָט זי דערציילט מײַסעלעך, געזונגען און גע- 
טאנצט מיט די פּיצלעך. די קינדער האָבן שיר ניט געװיינט, ווען זי איז 
אוועק עסן וועטשערע. 

| אף וועטשערע איז ווידער געווען א גערשטן-קאָרענע פארמישקע.. זי 

האָט זי גיך ארײַנגעזפּט און איז אוועק צום באשטימטן אָרט. ער איז ארומ- 
געגאנגען חין און צוריק לעבן ברונעם. זי האָט דערפילט, װי דאָס הארץ 
אירס האמערט איר אין די שלייפן, 

כאנע איז מאמעש ארײַנגעפאלן אין זײַנע פאנאנדערגעשפּרייטע אָרעמס, 
דאָס ברונעם-מויערל האָט אף זיי געװאָרפן א שאָטן, דעריבער האָט זי ניט 
געזען זײַנע אויגן, אָבער זײַן טיפהארציקע שטימע האָט זי גוט געהערט, 

-- איר טרויט מיר הײַנט װי נעכטן? איך האָב זיך געשראָקן, צי זײַט 
איר ניט בייז אף מיר? 

-- וי איז אײַך דאָס געקומען אפן זינען? איר האָט פארגעסן, װאָס איך 
האָב אײַך נעכטן געזאָגט? איך האָב דאָך געזאָגט, אז איך טרוי אײַך. און 
אויב שוין יאָ זײַן בייז, דארף איך בייז זײַן אף זיך, צי דען מיינט איר, אז 
דאָס, װאָס עס האָט נעכטן געטראָפן, טרעפט מיט מיר אָפט?! צי דארף איך 
אײַך זאָגן, אז איך האָב אײַך ליב? איצט זעט איר, אז איך האָב ניט געווארט, 
ביז איר זאָלט מיר זאָגן, װאָס איך האָב אזוי געװאָלט הערן פון אײַך. 

ער האָט זי אזוי שטײַף צונעדריקט צו זיך, אז דער אָטעם האָט איר 
פארכאפּט. אין א רעגע ארום האָט ער זי אָפּגעלאָזט, און זיי זײַנען אוועק 
אין סטעפּ ארײַן, זיי זײַנען געגאנגען פּאמעלעך. זיי האָבן קיין איין װאָרט 
ניט ארויסגערעדט. װײַלעװײַז האָט כאנע געהאט א געפיל, אז כוץ זי ביידן 
איז אף דער וװועלט קיינער ניטאָ, פּלוצעם האָט זי שטיל געפרעגט: 

-- װי רופט מען אײַך? 

-- נעכעמיע איז מײַן נאָמען. 

-- נעכעמיע איז טרייסטונג, -- האָט כאנע פארטײַטשט און װײַטער 
געפרעגט: 


2* | 0 


--- פונוואנען זײַט איר! 

-- איך בין פון װײַסרוסלאנד. איצט ווייסט איר שוין װעגן מיר מערער, 
וי איך װעגן אײַך, 

-- מיר ווייסן שוין איינער װעגן אנדערן ניט װינציק, און פונדעסט- 
וועגן האָב איך צו אײַך אָן א שיר פראגעם. 

-- בעסער דערציילט איר, איר האָט אזוי שיין אױסגעמאָלט די 
פערד. איך האָב געהערט און אלץ געזען, װי מיט מײַנע אויגן, 

--- איך בין פון ליטע, א מאמע האָב איך געהאט, קיין טאטן ניט, איי1- 
מאָל האָט די באָבע געזען, װי דער שטיפטאטע שלאָגט מיך, האָט זי מיך 
ארויסגעריסן פון זײַנע הענט, און פון דעמלט בין איך געוען בא דער באַ- 
בען מיטן זיידן, 

-- כאָטש איר האָט קיין װאָרט ניט געזאָגט װעגן דעם, צי איז אײַך 
גוט געװוען בא זיי, פיל איך, אז איר האָט זיי זייער ליב, 

-- ליב? איך האָב זיי האָלט, וי מײַן לעבן, 

-- װאָס איז דאָס האָלט? 

-- האָלט איז מער, װי ליב! איר װעט זיך אין קאָמונע אויסלערנען 
ריידן ייִדיש. 

-- איך רייד שוין ניט שלעכט, װאָרעם, אז איך הער װי איר רעדט. 
דערמאָן איך זיך, װי מײַנע שטוביקע האָבן גערעדט, און ווערטער, וועלכע 
איך האָב יאָרנלאנג ניט געהערט, פליִען צו מיר פון אלע זײַטן, אָבער דער- 
ציילט מיר בעסער װעגן זיך, וועגן אײַער קינדערקיַט? 

-- ניט קינדערקײַט, קינדהײַט דארף מען זאָגן. אָבער דאָס איז א לאנ- 
גע מײַסע. בעסער װעל איך אײַך דערציילן, װאָס פאר א בריוו מײַן באַבע, 
אָלעאָהאשאָלעם, פלעגט מיר שרײַבן, אליין האָט זי, פארשטייט זיך, שרייבן 
ניט געקאָנט, אָבער פון די בריוו האָב איך געפילט, א געשריבן זײַנען זי 
אקוראט, וי זי האָס דיקטירט. אין אלע בריוו האָט זי בא מיר געװאַלט דער- 
גיין א טאָלק, וויפל איך פארדין, צי האָב איך אן אייגענע שטוב פון גע- 
הילץ, צי עפשער האָב איך גאָר א מויער פון ציגל? אין לעצטן בריוו האָט 
זי געפרעגט: ,זאָג מיר, מײַן קינד, מײַן אויג אין קאָפּ, ווער זײַנען דײַנע 
שוטפים? דו שרײַבסט, אז דו האלטסט בא די דרי הונדערט בעהיימעס און 
בא די צוויי טויזנט שעפּסן, קיין אײַנהאָרע! בעט איך דיך, דו זאָלסט אכטונג 
געבן אף די כעזשבוינעס, דו װייסט דאָך, אז דער זיידע איז א גרויסער 
לאמדן. דו געדענקסט, װי ער האָט מיט דיר געלערנט כומעש, טאנאך און 
װאָס ניט! ער האָט קעסיידער געזאָגט, אז וען עס פעלט דיר ניט איין קליי- 
ניקײַט, װאָלסטו געוויס געווען א ייַנגל, װאָרעם אזא אַפענער מויעך טרעפט 
בא איינעם פון הונדערט ייִנגלעך! טײַנעט ער איצט צו מיר, איך זאל דיר 
שרײַבן, זאָלסט אכטונג געבן אף די כעזשבוינעס, און דו זאָלסט זיך כאס- 
װעשאָלעם אף דײַנע שוטפים ניט פארלאָזן". 

אז איך האָב איבערגעלייענט װעגן די שוטפים, האָב איך געפּלאצט פון 
געלעכטער. אָבער פון נאָך א בריוו איז מיר שוין אלץ קלאָר געװאָרן, װײַל 


1 


דאָרטן איז געשטאנען: ,, בייס דו ביסט פון אונדז אנטלאָפן, זײַנען מיר ארומ- 
געגאנגען, װי צעדולטע, דער זיידע איז געווען אויס מענטש! דערנאָך האָבן 
מיר פון דיר גענומען קריגן בריוו, אז דו ביסט מיט נאָך כאוויירים אין קרים, 
און אז איר האָט אזויפיל בעהיימעס מיט שעפּסן, קיין אײַנהאָרע, דעמלט 
האָט דער זיידע דיר גלײַך אוועקגעשיקט א בריוו, דו זאָלסט זיך אף דײַן 
זיקאָרן ניט פארלאָזן, דו זאָלסט אליין אלץ פארשרײַבן ביז א האָר. איצט 
בעט איך דיך, שרײַב אונדז, װוּ דו מיט דײַנע שוטפים זעצן אָפּ דאָס מיל- 
כיקס, די װאָל פון די שעפּסן און דאָס שעפּסענע פלייש? װײַטער האָב ראכ- 
מאָנעס און שרײַב אָפטער, װאָרעם ביז מיר דערווארטן זיך אף א בריוו פון 
דיר, קריכן אונדז ארויס די אויגן פון קאָפּ. מיר האָבן דיך גרײַלעך האָלט. 
זײַ געזונט, גריס דײַנע שוטפים, װי עס װוינטשן דיר דײַנע באָבע-זיידע". 

-- פּרעלעסט! -- האָט נעכעמיע אויסגערופן און האָט זיך צעלאכט. 

-- װאָס עפּעס א / פּרעלעסט", זאָגט בעסער ,א פּראכט" אָדער ,װוג- 
דערלעך". אָבער לאָמיר גיין א ביסל גיכער, עס איז מיר קאלט, -- האָט 
כאנע געזאָגט. 

-- אויב אזוי, װעלן מיר גיין צוריק. כוץ דעם, װאָס אײַך איז קאלט, 
דארפט איר א שלאָף טאָן, עס איז שוין גוט נאָך האלבער נאכט, -- האָט ער 
פאָרגעליגט, 

כאנען האָט אזש גענומען באם הארצן פון דעם, װאָס ער האָט מיט אזא 
זארג עס ארויסגערעדט, זי האָט ארויסגעכאפּט איר האנט פון זײַנער, איז 
צוגעפאלן מיט אירע לִיפּן צו זײַן שטערן, צו זײַנע באקן. ווען ער קלאמערט 
ניט ארײַן איר קאָפּ אין זײַנע הענט, װאָלטן אירע ליפּן נאָך א ביסעלע גע- 
בלאַנדזשעט, ביז זיי װאָלטן זיך געטראָפן מיט זײַנע, | 

זי זײַנען א װײַלעטשקע געשטאנען וואקלענדיק זיך און אוועק צו דער 
קאָמונע, לעבן דער שטוב, װוּ כאנע האָט געװוינט מיט אירע שכיינעס, האָט 
זי זיך צוגעבויגן און געזאָגט: 

-- עס איז ניט אזוי געפערלעך, װי אומדערווארט. אָבער גוט, װאָס 
בעסער דארף איך ניט. א גוטע נאכט. -- און איז פארשווּנדן, 


,דוכט זיך, גאָר ניט לאנג, װי זיי זײַנען באקענט, זי האָבן אזוי קנאפּ 
און פונדעסטוועגן גענוג גערעדט. גענוג, אז ער זאָל פארשטיין און אָפּשאצן, 
װאָס ער האָט אזוי אומגעריכט געפונען" -- אזוי האָט געכעמיע געטראכט, 
קוקנדיק, װי זי גייט אוועק פון אים. ער האָט זיך דערמאַנט, אז ער האָט 
ניט אָפּגערעדט מיט איר, װוּ זיי זאָלן זיך מאָרגן באגעגענען, און האָט 
ווייטעקלעך א טראכט געטאָן: , עפשער װעט זי מאָרגן מיך ניט װעלן זען?" 
מיט א שווער געמיט איז ער ארײַנגעגאנגען אין אלטן הויז, װוּ ער האָט 
זיך געפונען מיט די איבעריקע קינסטלער. 

ער װאָלט געוויס גיכער אײַנגעשלאָפן און זיך העכער געשאצט, ווען ער 
ווייסט, װאָס זי טראכט, אָבער... װי האָט ער עס געקאַנט װיסן? 


29 וגאזעקס1 6זון 9 


כאנע איז אין אָנטאָן ‏ געלעגן אף איר געלעגער און האָט פון פרייד 
ניט געקאַנט אײַנשלאַפן, עס האָט קוים א שפּראַץ ‏ געטאַן אף טאָג, איז 
זי אראָפּגעשפּרונגען פון געלעגער און אועק צו דער קו-שטאל. 

דער הויף איז געווען פּוסט. די עטלעכע שטיבער, די קוניע, די 
סילאָס-טורעמס, דער איינציקער בוים באם קינדערחיים, דער הימל און 
די ערד זײַנען געווען אײַנגעהילט אין א גרינגן נעפּל. אלץ איו נאָך גע- 
שלאָפן אין לעצטן זיס-באגינענדיקן שלאַף, כאנע איז אריינגעגאנגען אין 
קי-שטאל און האָט דערזען, װי אין סאמע עק שטאל שטייט ייִסראָעל פון 
טולטשין, ער איז געשטאנען אָנגעלענט צו דער וואנט, װאָס האָט אָפּגע- 
טיילט די בוהלַעס פון די קי, און כאנע האָט פארשטאנען, או ער שלאַפט. 
זי אין אוועק הינטער די קאָרעטעס, װוּ עס איז געלעגן טרוקענע האָבער- 
נע שטרוי, זיך אײַנגענורעט אין דער שטרוי, און א זיסע מידקיט האָט 
דורכגענימען אלע אירע גלידער, אײַנשלאַפנדיק, האָט זי א טראכט געטאָן: 
,אזא מין טרייסט, אזא טײַערקײַט, װי אומגעריכט דאָס איז. פונוואנעז 
האָט זיך גענומען אזא גליק צו מיר?" 

כאנע איז געשלאָפן סאכאקל א קארגע שׂאָ, זי האָט דערהערט, װי די 
בידאָנעס מיט די בלעכענע עמער קלימפּערן, האָט זי זיך א הייב געטאָן 
און זיך פארווונדערט, װײַל זי האָט דערפילט אזא פרישע קרעפטיקײַט, 
אז זי האָט זיך צעזונגען. די קי האָבן א רעגע אופגעהערט מאלעגיירען, 
אזוי הארציק האָט געקלונגען איר שטים: ;אפן בוידעם שלאָפּט דער 
דא-א-אך"... 

-- אז מע שלאָפּט אליין ניט, שלאָפט דער דאך, -- האָט זיך גע- 
ווערטלט טײַבעלע די באָברױסקער. זי האָט זיך אוועקגעזעצט אפן נידע- 
ריקן בענקעלע און גענומען וואשן דער , יאכסנטעס" אײַטער, 

,מײַנע שכיינעס האָבן שוין צעפּיקט", -- האָט כאנע אין זיך גע- 
שׂמייכלט, דערביי געמאָלקן אזוי גיך, אז די איבעריקע מעלקערנס זײַנען 
אינגיכן געבליבן הינטערשטעליק מיט דרי בעחיימעס, און זי האָבן מיט 
קינע געקוקט, װוי כאנע לויפט נאָכאנאנד מיטן עמער שוימיק-אופגעשלאָגע- 
נער מילך צו די בידאַנעס, 

-- כאנעטשקע, עס קלעמט דיר דאָס הארץ, װילסט גיכער ארײַנכאפּן 
דעם געשמאקן אַנבײַסן? -- האָט טײַבעלע זיך געכאַכמעט. 

-- שרײַ ניט, די בעחיימעס שרעקן זיך! אויב דיר איז פּוסטעוואטע, 
נעם א זופּ מילך, הײַנט מעג מען! 

-- א נעס, װאָס דער וואלד איז װײַט, קאָן איך ניט צולויפן א קוק 
טאָן, וויפל בערן עס האָבן געכאפּט די פּעגירע, -- האָט איבערגעשלאָגן 
שיפרעלע און פאריינס אונטערגעשטעקט כאנען א שפּילקע, -- טויבקע, 
מאך א בראָכע, װאָס פון אונדזער ברינאדיר האָט דער שלאָף זיך אָפּגע- 
טאָן, אָבער קיין מילך זאָלסטו ניט פארזוכן, זאָלסט וויסן זײַן, אז עס װעט 
דיר ארויס באָקאָם! 


959 


-- פארװאָס באָקאָם? אויב עס איז אזא מילך-מאניפעסט, װעט זיך 
טרינקען אויסגעצייכנט! -- האָט זיך געכאָכמעט רייזל פון אומאן. 

-- טרינקט, כאווערטעס! -- האָט טײַבעלע איבערגעשלאָגן רייזלען מיט 
יענערס נוסעך. 

ווען כאנע איז ארויסגעגאנגען פון דער קו-שטאל, האָבן זיך בא איר 
ד' קני אונטערגעבויגן פין פריידיקער איבעראשינג, -- נעכעמיע איז גע- 
שטאנען לעבן שטאל-טויער, 

-- גוטמאָרגן, מײַן ,פּרעלעסט". יאָ, יאָ, איך ווייס, אן מע דארף 
זאָגן מײַן ,פראכט", -- האָט נעכעמיע אױסגעשאָטן, זיך צוגעבויגן צו איר 
און זי א קיש געטאָן. כאנע איז שטארק רויט געװאָרן, 

-- נעכעמיע, נעכעמיע! -- האָט זי שטיל איבערגעכאזערט זײַן נאָמען, 
וי זי װאָלט אים געװאָרנט פון א סאקאַנע, 

-- האָסט זיך דערשראָקן, װילסט ניט, דײַנע קאָמונארן זאָלן זען? 
נארישקײַטן, אלע ווייסן שוין! מײַנע ווייסן שוין, אז איך בין מיט דיר 
געגאנגען שפּאצירן, און איך האָב דאָס ניט אָפּגעלײקנט. 

-- איך בין זיך מיידע, אז איך שרעק זיך ניט און איך שעם זיך ניט! 
אָכער איך קאַן זיך באגיין, או בייס איך קוש עמעצן, אָדער בייס מע טוט 
עס מיר, זאָלן קיין איבעריקע אויגן ניט זען. 

-- גוט, װוּ װעל איך דיך טרעפן אין אָװונט? 

-- איר ווייסט, װו די קאַשארע איז? 

-- איך װייס, איך האָב דאָרט געצייכנט, װען די טשאבאנעס האָבן 
געמאָלקן די שאַף, 

-- איך װעל דאָרט אף אײַך ווארטן נאָך וועטשערע,- 

-- כאנעלע, זאָג מיר איין מאָל ,דו" -- גי איך אװועק, אז ניט, גיב 
איך דיר עטלעכע קושן. זעסט, אָט טרײַבט מען דעם סקאָט, װעלן דײַנע 
פּאסטעכער זען. 

-- ,דו" װעל איך זאָגן, װען עס װעט זיך זאָגן פון זיך אליין. איך 
מוז לויפן,. איך דארף אָפּשיקן די מילך, -- האָט כאנע געואָגט און זי 
איז אוועק אכטונג געבן, װי די שטאל-ארבעטער שטעלן אוועק די בידאָ- 
נעס אין מאזשארע, 

-- נאָך א ביסל שטרוי, סראָלקע! אז ניט, ועסטו ברענגען קיין סאקי 
ניט קיין מילך, נאָר פּוטער! -- האָט כאנע געװאָרנט, אוֹן זי איז אוועק צו 
דער בעקעריי. 

זי האָט קוים באוויזן אריבערשפּאנען די שוועל, האָט דער בעקער איציק 
פין אומאן ערנסט און אָן א מינדסט שמייכעלע געפרעגט: 

-- געבן דיר א פריש שטיקל ברויט? טאקע פאר דיר און א נעכטיקן 
שטיקל פאר דײַן סוס? 

-- פארװאָס זידלסטו באָרעכן? 

-- ווער זאָגט עס, אז סוס איז געזידלט? 


94 


-- איך האָב קיין צײַט ניט, גיב שוין גיכער, -- האָט כאנע געבעטן. 
זי האָט מאמעש ארויסגעכאפּט פון איציקס הענט דאָס ברויט און איז אוועק 
צו דער פערד-שטאל. מיט דער לינקער האנט האָט זי צום מויל צוגעטראָגן 
דאָס ברויט, מיט דער רעכטער אופגעהויבן דעם זאָטל, 

-- לאָז, איך װעל אָנזאָטלען דײַן ,מעיוכעס", -- האָט שימקע פאַרגע- 
לייגט און פאריינס ארויסגעלייגט זײַן טרעפלעכע באטראכטינג; 

-- כאנטשע, דײַן מינע מיט דײַן פּאַלאדקע איז נײַ-געניצעוועט. אי 
קוק אף דיר אוֹן איך פארשטיי ניט, װײ+ט מיט דיר האָט געטיאַפן? דו 
האָסט איינס-און-צװויי פארגעסן, או מע װאָט דיךף אױסגעשלאָסן פון 
קאָמונע-ראט! | 

-- איך װעל דיר געבן א כאווערישע אייצע, דערמאָן דאָס, װאָס איך 
וויל, -- האָט כאנע געזאָגט און זיך ארײַנגעכאפּט אין זאָטל, באָרעך האָט 
געפּרװוט אונטערטענצלען, אָבער זי האָט אַנגעצױיגן די צוים. דאָס פער 
איז אוועק רויִק און שפּאָרעװדיק. די בעהיימעס האָבן גאנץ געשמאק זיך 
געפיטערט, כאָטש די זאלץ איז שוין קימאט נעלעם געװאָרן און איז גע- 
בליבן בלויז ערטערװײַז, בא די סאמע װאָרצלען פון די פארוויאנעטע גרע- 
זער, טאקע אהין, װוּ די זאלץ איז נאָך געלעגן, האָבן די בעהיימעס גע- 
שטרעקט די אויסגעבייגענע, הארטבארשטיקע, גרײַפּלדיקע לעקערס און 
האָבן, װי מיט טעמפּע סערפּן, ארויסגעכאפּט, געריבן אין געמאָלן מיט די 
ציינער די פעדעמדיקע פּאשע. 

ביז צום באטאָגיקן געמעלק איז נאָך געווען א גוטע שאָ. כאנע האָט 
זיך דערמאַנט, אז הײַנט האָט מען אָנגעהויבן פירן די קוקורוזע צו די 
סילאָס-טירעמס, און זי איז אוועקגעריטן אהינצו, 

בא די קײַלעכדיקע סילאָס-טורעמס זײַנען געשטאנען עטלעכע מא- 
זשאר'עס מיט גרין-געבראַקטער קוקורוזע. פון אינװײיניק פון די טורעמס 
האָבן זיך געהערט שטימען און א וייך טיפּען, װי מע װאָלט געטאנצט 
אף פּערענעס. א פריש-זויערלעכער רייעך האָט זיך געשפּרײיט ארום אוז 
ארום, װי דאָ װאָלט אין א באקדייזשע זיך געזײַערט און געיוירט א מוי- 
רעדיק-גוויסע קאָרענע ראַשטשינע, 

כאנע איז ארױיסגעשפּרונגען פון זאָטל, דאָס פערד האָט זי צוגעבינדן 
צו א דראבינע פון א מאזשארע, און אליין איז זי אוועק צום צווייטן טורעם, 
זי איז שוין געװוען אף די ערשטע טרעפּ, בייס זי האָט דערהערט זײַן 
שטילע שטים: 

-- קאָנסט זיך ניט אוועקדרייען פון מיר. קום אהער, לאָז מיך אָנקוקן 
דײַן קליינעם שטערן, -- האָט ער שטיל געבעטן אזיי, אז זי האָט עס ויי 
כער פארשטאנען לוט דעם, וי ער האָט באװועגט מיט זײַנע ליפּן, װי לוט 
דעם, וי ער האָט עס צו איר געזאַנט, 

זי איז צוגעגאנגען און האָט זיך אוועקגעשטעלט אחינטער זײַן פּלייצע. 
ער איז געזעסן אף א נידעריק בענקעלע, אנטקעגן אים אף א קליינעם 
מאָלבערט איז געשטאנען א דיקטן ברעטל מיט א צוגעקלעפּטן בויגן פּא- 


99 


פּיר. זי האָט געזען אפן פּאפּיר די סילאָס-טורעמס ניט אזוי, װי זי פלעגט 
זי טאָמיד זען. אפן פּאפּיו זײַנען די טורעמס געװען געל און זיי זײַנען 
וי אופגעהויבן געװאָרן אינדערלופטן צום הויכן הימל. די מאזשארעס 
זײַנען געווען טונקל-גרין, און די פערד ראַזלעך. די ערד איז געווען ברוין, 
די מענטשן -- װער רויטלעך, װער ליכטיק-גראָ, אין אלץ איניינעם האָט 
אפן בילד אייסגעזען דערהויבן און יאָמטעװדיק. 

-- גײ צו נעענטער, װעסט מיר ניט שטערן, איך האָב שוין געץ:- 
דיקט, -- האָט ער געואָגט, און ער האָט שטילינקערהייט געפרעגט, בייס 
כאנע איז נאָענט צוגעגאנגען: 

-- עס געפעלט דיר? 

כאנע האָט געשוויגן און געקוקט. װי אים האָט זיך אייסגעוויזן, האָט 
זי צו לאנג געשוויגן, 

-- עס געפעלט דיר ניט? -- האָט ער איבערגעכאזערט אומגעדולדיק. 

-- װאָס פאלט אײַך אײַן? עס געפעלט מיר זײיער! גיט אליין א קיק, 
די טורעמס זײַנען אזוי גרינג, אזוי לופטיק, אז מיר דיכט זיך, איך װאָלט 
זי אופגעהויבן. איך האָב אפילע קײנמאָל ניט געטראכט, אז זיי קאָנען 
לײַכטן, װי כאנעקע-לאמטערנס, -- האָט זי אויסגעדריקט איר מיינונג, און 
א זאפטיקע רױטקײַט האָט באשלאָגן איר פּאָנעם ביז צום שטערן, 

-- כאנעקע-לאמטערנס?! דאָס האָב איך שוין לאנג, לאנג פארגעסן, 
איך האָב דאָך אזוי ליב געהאט כאנעקע. דו דערמאַנסט מיר אלץ, אדאנק 
דיר קומען צו מיר אזויפיל געוועוענע זאכן, װאָס זײַנען געווען אזוי בא- 
ליבט, וויכטיק... דו האָסט געשפּילט אין דרייהלעך? מיסטאמע ניט, מייד- 
לעך שפּילן ניט אין קיין דרײידלעך! 

-- פארװאָס עפּעס ניט? דער זיידע פלעגט אלע יאָר אָפּניסן פאר מיר 
א צינען דריידל, צו פינף יאָר האָט מיר דער זיידע געוויזן: די נון, גימל, 
היי, שין, אין ער האָט מיר געזאָגט, װאָס דאָס באטײַט. 

-- איך האָב זיך שוין דערמאָנט, דאָס באטײַט: נעס גאָדל הָי 
שאָם. עמעס? 

-- יאָ, 

-- איצט װעל איך דיך רופן , כאנוקל". װי דערלעב איך שוין דעם 
פארנאכט? 

-- פאר מיר װעט זיך אויך דער טאָג ציען װי פון פּעך,-- האָט כאנע 
אים געטרייסט און איז אוועק צום פערד, 

ער האָט א פארקישעפטער געקיקט, װי געשיקט זי האָט ארײַנגעטאָן 
אירע באָרװעסע קליינע פיס אין די סטרעמענעס, װי פלינק זי האָט זיך 
א הייב געטאָן און זיך ארײַנגעפאסט אין זאָטל. דאָס פערד און זי האָבן 
זיך שוין פונדערװײַטן געזען אפן פרײַען סטעפּ, װי א נעקודע אף א 
גרויסן ליידיקן בויגן פּאפּיר, און נעכעמיע איז נאָך אלץ געשטאנען און 
געקוקט, ביז דאָס נעקידע-פינטעלע איז פארשווונדן. דערנאָך האָט ער 
צונויפגעלייגט זײַן געצײַג, אױסגעגאָסן די וואסער פון קאָנסערוון-פושקע- 


90 


לע, אין וועלכן ער האָט געשװענקט די פּענדזלעך פון דער אקווארעל- 
פארב, און ער איז אוועק צו דער שטוב, װוּ ער האָט געװוינט מיט די 
איבעריקע קינסטלער, 

נעכעמיע איז נאָר ארײַנגעגאנגען, האָט ער גלײַך דערפילט, אז עס 
איז ניט קעשורע. דער קלײנװוּקסיקער מיט דער פּעך-שווארצער טשיפּ-י- 
נע האָט געשפּאנט הין און צוריק איבערן צימער, דער בלאַנדער איז גע- 
זעסן אף דעם איינציקן טאבורעט, זײַן קאָפּ איז געווען אראָפּגעלאָזט, גלײַף 
עס האָט אים געטראָפן אן אימגעריכטע צאָרע. נעכעמיע האָט פארוונ- 
דערט אָנגעקוקט איינעם אין דעם אנדערן, 

-- איר, וי איר װוילט און וי איר געפינט פאר נייטיק. איך פאָר 
מאָרגן אװעק! איך וויל ניט עסן מיט די הינער פון איין שיסעלע, איך האָב 
קיינעם ניט געגעבן קיין װאָרט, או די בלוטדאַרשטיקע וואנצן זאָלן מיט 
מיר טאָן, װאָס זיי ווילן! -- האָט קימאט וי געשריען דער קליינװוק- 
סיקער. 

-- ערשטנס, שרײַ ניט אזוי, צווייטנס, איו דאָס ניט באקוועם. מיר 
זײַנען דאָך פאָרט א בריגאדע. נעכטן אין אידע אװעקגעפאָרן, איצט 
סטראשעסטו די וואנצן, -- האָט נעכעמיע ערנסט און שטיל כאמערקט. 

-- איך פאָר אויך אוועק, -- האָט אָנגעזאָגט דער בלאַנדער. -- און 
דו? -- האָט ער זיך געווענדט צי נעכעמיען. 

-- איך בלײַב. כ'האָב געװוּסט, אז קיין האַטעלן ווארטן דאָ אף מיר ניט, 

-- כוץ דעם. װאָס דו האָסט אזוי גוט געזען, איז דאָ נאָך א וויכטי- 
קע סיבע, וועלכע דו האָסט ניט פֿאַרויסגעזען.. קיין פארבאָרגענע זאכן 
זײַנען ניטאָ, נעכעמיעלע, -- האָט דעד בלאַנדער כאמערקט. 

-- קיין פאדבאָרגענע זאכן זײַנען טאקע ניטאַ: איך יל -- זאָג איך, 
איך װיל -- שװײַג איך. אוב דו ביסט מיר א פּרײַנט, װינטש מיר, אז 
די וויכטיקע סיבע זאָל װערן א שטענדיקע, אפילע אן אײביקע, -- האָט 
נעכעמיע שטיל געזאַגט. 

-- האָב אף מיר קיין פאריבל ניט. האלעװײַ זאָל זײַן, וי דו ווילסט, 
אָבער איצט װײַז, װאָס די האָסט געמאכט, 

-- איך הענג ניט איף קיין שלעסל אף מײַן פּאפּקע מיט די עטיודן. 
אז איך בין ניטאָ אין צימער, קוקסטו דאָך אלעמאָל, װאָס דאָרטן ליגט. 
װאָס זשע בעטסטו איצטער בא מיר, אז איך זאָל דיר' װײַזן? נעם און. קיק. 

דער בלאַנדער האָט ארויסגענומען אן עטיוד, א קיק געטאַן און גלײַך 
געגימען אייצען, וי זײַן שטייגער איו געווען: 

-- האָסט געדארפט מאכן די פערד אין װעגענער אזי לײַכט, װי 
דעם הימל, װאָלט עס געווען מער פארגאנצט. 

-- דו ביסט גערעכט. די פערד, די װעגענער, די ערד זײַנען אומגע- 
לומפּערט שווער. פארשטייסט, איך װויל זיך אָפּשאַקלען פון געיויסע זאכן, 
איך פארשטיי, פארװאָס דער חימל געפעלט דיר. ער געפעלט דיר, װײַל 
ער איז ענלעך אף דײַנע הימלען... 


| -- גאר אזוי? פארװאָס האָסטו דאָס מיר קיינמאָל ניט געזאָגט אין 
מאָסקוע? 

-- דו ניסט א מאַדנער מענטש! אין מאָסקװע האַב איך געזען, װי 
דו מאכסט איליוסטראציעס; דאָ האָב איך דערזען, װי דו ארבעטסט פון 
דער נאטור, און איך האָב א געפיל, אז איידער דו זעסט דעם הימל, די 
ערד, ווייסטו שוין, װאָס דו װועסט נעמען פון דער פּאליטרע... איצט פאר- 
שטייסטו מײַן מיין? 

-- געוויס פארשטיי איך. יעדערער האָט זיך זײַן צוגאנג. איך װיל 
דיר אָבער זאָגן װעגן דײַן פּלוצעמדיקער באגעגעניש. דו ביסט מיר צו 
נאַענט, אז איך זאָל דאָס פארשװײַגן. באקלער זיך גוט. אירע קינדער 
ווערן דײַנע קינדער. ניט געטראכט, ניט געדאכט פאר א טאטן דיך גע- 
מאכט. דאָס איז ערשטנס, צווייטנס, איז זי גאָר פון אן אנדער סוויווע. 
דאָס איז װויכטיקער, װי עס קאָן זיך אױיסװײַזן. דריטנס, מיילע.. 

-- װאָס דריטנס, ווייס איך ניט, -- האָט נעכעמיע איבערגעשלאָגן 
דעם בלאָנדן, -- אָבער זאָג מיר בעסער: דו ביסט זיכער, אז דו ביסט בי 
איצט קיינמאָל קיין טאטע ניט געווען? 

-- װאָס רעדסטו, נעכעמיע? 

-- איך זע, אז דו האָסט זיך איבערגעשראָקן, װעל איך בעסער ריידן 
וועגן זיך. איך ווייס טאקע יאָ, אז איך װאָלט געקאַנט זײַן א טאטע. דו 
געדענקסט דאָך, אז איך האָב געהאט א סטודענטקע פון סקולפּטור- 
פאקולטעט. מיר זײַנען, פארשטייט זיך, געווען װי מאן און װײַב. אין איינעם 
אן אָװנט האָט זי מיר געזאָגט, אז זי טראָגט. איך בין געווען געפלעפט, 
כ'האָב געקראָגן געלט, און זי איז פּאָטער געװאָרן דערפין. װײַטער װעגן 
דער סוויווע, איך פארשטיי, דו ווילסט זאָגן, אז זי איז ניט פון קיין שעפע- 
רישער סוויווע, | 

-- יאָ, יאָ, דאָס מיין איך טאקע. 

-- שלאָג מיך ניט איבער, זאָג מיר אזא זאך: דו מיינסט, אז אלע 
דײַנע באקאנטע קינסטלער און קינסטלערנס זײַנען שעפערישע מענטשן? 

-- ס הייבט זיך גאָרניט אָן. 

-- איך ווינטש מײַנע באקאנטע קינסטלערנס, זי זאָלן זײַן אזי 
אומיטלכאר, אַריגינעל, אופריכטיק, װי כאנע. איך וואג שוין צו זאָגן; װי 
מײַן כאנע, -- האָט נעכעמיע אייסגעפראלט; 

-- איך זע, אז דו ביסט פארטיק. איך װאָרן דיך: באטראכט זיך גוט, 
איידער דו נעמסט זי! 

-- איך האָב געמיינט, אז דער' שמועס איז געענדיקט, אָבער איך האָב 
ניט געװווסט, אז דו ביסט אזא שטארקער נעמער. פינוואנען קומט עס די 
זיכערקײַט, אז נאָר מיר נעמען? עס פאלט דיר ניט אײַןן אז מע נעמט 
אונדז פּונקט אף אזויפיל? דע- שוואכער מילדער פּרעכטיקער געשלעכט 
איז ניט קיין ערגערער נעמער פין אונדז. טו א טראכט װעגן דערוף. 
איך בין דיר דאנקבאר פאר דײַנע װאָרענונגען. איך פאָר דערװײַל נאָך 


58 


ניט אוועק, -- האָט נעכעמיע געזאָגט און זיך גענומען צו זײַן מאַלערײ" 
געצײַג. - 

ביז פארנאכט האָט ער זיך ארומגעדרייט אין סטעפּ, נאָר ניט גע" 
טראָפן עפּעס אזוינס, װאָס זאָל זיך אים װועלן מאָלן. ער איז אוועק אהיים 
מיט א שווער געמיט. יענעם אָװנט האָט ער זיך מיט כאנען ניט געטראָפֿן. 


אף מאָרגן זײַנען די קינסטלער אװעקגעפאָרן קיין יעװפּאטאָריע. אין 
אַװונט האָט נעכעמיע אָפּגעווארט כאנען בא דער קו-שטאל, און ער האָט איר 
גלײַך אָנגעזאָגט: 

-- איך נין אליין אין צימער, דער הימל איז פארװאָלקנט, קום צו מיר, 

-- דאָס איז א גוטע בסורע, אָבער בעסער א פארװאַלקנטער הימל, 
װי א ליכטיקע סטעליע. קומט לאָמיר גיין אין סטעפּ, 

היפשע עטלעכע שאַ זײַנען זיי ארומגעגאנגען, מער געשויגן װי 
גערעדט. פארשטייט זיך, אז כאנע האָט געפילט -- נעכעמיען איז שווער 
אפן הארצן, געפרעגט האָט זי אָבער גאָרנישט ניט. פּלוצעם איז ער שטיין 
געבליבן, האָט זי אָנגענומען בא די הענט, צוגעצויגן צו זיך אזוי ראפ- 
טאָם, אז זי איז שיר ניט אוועקגעפאלן. ,אוי", האָט זי װוי א קרעכץ געי 
טאַן, און דערפילט, װי זײַנע ליפּן לויפן איבער אירע באקן, איבער אירע 
אויגן, בא די שלייפן, אף אירע האָר. זי האָט אים צוגעטראָגן אירע ליפּן, 
אדויסגעפליסטער 

-- האָב ראכמאַנעס. 

-- ראכמאָנעס? דו זאָג בעסער, פון װאָס פאר א סוויווע ביסטו, װאָס 
איז דײַן ייַכעס, דו, מילך-בארישניע? 

-- װאָס ייִכעס, ווער סוויווע, װאָס רעדסטו? -- האָט זיך כאנע דאָס 
מאָל געווענדט צו אים אף דו, 

ער האָט זיך צעלאכט אין קוים ארויסגערעדט; 

-- הא-הא! סווי-ווע, שע-פע-רר, מע קאַן שטארבן! 

-- װאָס רעדסטו, איך פארשטיי א האָר ניט, -- האָט זי געזאָגט, 

ערשט אין קאָמונע-הויף האָט ער קימאט אויסגעשריען: 

-- סוויווע אהין, סוויווע אהער, קוק ניט אזוי אף מיר. אז מע איז 
פארליבט, אָדער, װוי דו זאָגסט, אז מע איז פארהאַלטעװועט, איז אלץ רעכט! 

זי האָט טאקע אף איט געקוקט ערנסט און שטרענג, װײַל דער הימל 
איז געווען פארװאַלקנט, ניט אויסגעשטערנט, איז דאָס פּאַנעם זײַנס געווען 
ניט בוילעט, נאָר זײַנע שווארצע אייגן האָבן געשפריצט, װי מיט היימלע- 
בע פײַערלעך. דער באגינען האָט אָפּגעבערשטלט די װאַלקנס פין הימל, 
און כאנע האָט געקוקט אף אים מיט אזויסיל געטרײַקײַט און גינציקײַט. 

-- בּיז מאָרגן, טײַער קינד מײַנס, -- האָט נעכעמיע געזאָגט. 


39 


-- ניז הײַנט פארנאכט, איינציקער נאכעס מײַנער, לעבן מײַנס, -- 
האָט כאנע אים ארײַנגעאָטעמט גלײַך אין אויער ארײַן און איז אוועקגע- 
לאָפן צו דער קו-שטאל, | 

די קומענדיקע טעג איז נעכעמיע געווען אומגעריכט דערפרייט, װאָס 
די ארבעט איז בא אים אוועק. צוויי עטיודן א טאָג האָט ער געמאכט. עס 
זײַנען געווען אזוינע טעג, ווען ביידע עטיודן זײַנען אים געפעלן, אין איינעם 
אן אָװנט האָט ער געזאָגט צו באנען: 

-- אויב עס וועט אזוי גיין װײַטער, װעט זײַן גוט, 

-- עס װעט גיין, אוואדע װועט גיין, -- האָט כאנע מיט הארץ געזאָגט, 

-- פונוואנען ווייסטו אזוינע זאכן, דו, מילך-קאָמונארקע? 

-- איך ווייס נאָך זיך נאָך, אז סאיז גוט אפן הארצן, איז די ארבעט 
באשמירט מיט פּוטער. 

-- אהא, אָבער פארװאָס װוייסטו ניט, אז דו דארפסט מיך א קוש טאַן? 

-- א נײַע נײַס! אָט וועסטו שוין באלד זען! 

באלד איז זי שוין געווען אײַנגעקלאמערט אין זײַנע אָרעמס, װי אין אן 
אײַזערנער רייף. איר הארץ שפּרינגט ארויס פון איר גוף און פלאטערט אזוי 
פּײַנלעך-זיס ערגעץ אין גריבעלע בא איר האלדז, 

דערנאָך? דערנאַך זײַנען זיי זיך געגאנגען פּאמעלעכקע, זי האָט פון 
אים אירע אויגן ניט אראָפּגענומען, װײַל זי האָט ניט באנימען, װוּ, פון- 
וואנען נעמט זיך צו אים דער פארכאפּנדיקער מוירעדיקער קויעך, װאָס 
פּענטעט זי און באפרײַט זי פין זיך אליין. דאָס מאכט זי אזוי שוואך, 
אז זי פארשווינדט, זי וערט װוי אײַנגעזינקען אין אים, 

-- קוק ניט אזוי אף מיר, איך קאַן דאָס ניט אריבערטראָגן, -- בעט 
ער זיך בא איר אין קושט באזונדער יעדער פינגער פון אירע הענט. זי 
קוקט אָבער פאַרט אף אים און זעט, װי זײַנע אראָפּגעלאָזטע אויגן דרינ- 
גען אין איר נעשאָמע ארײַן, זי פרעגט ניט אים, זי פרעגט בא דער צעזיפּ- 
טער גרינלעכער שטערן-שײַן 

-- פונוואנען, פינוואנען נעמען זיך די קויכעס? 

-- וועמענס קויכעס, כאנעלע? 

-- דײַנע קויכעס, דו ביסט ניט הויך, דײַנע פּלייצעס זײַנען ניט ברייט, 
גיב א קיק, װי קליין דײַנע הענט זײַנען, װוי דין דײַנע פינגער זײַנען, -- 
רעכנט זי אייס פארטראכט, 

-- זאָג דאָס ניט, -- לייגט ער פּלוצעם ארײַן די הענט אין די קע- 
שענעס, -- מײַנע הענט האָבן א סאך קויעך, און זאָלסט ויסן זײַן, אז 
א קינסטלער דארף האָבן מער קויעך פון אן ערד-ארבעטער, פין א שמיד, 
פון וועמען דו ווילסט אף דער װעלט! קום צו מיר, טו מיך א קיש, א 
לעצטן קוש און לויף כאפּ א שלאָף, טײַער קינד מײַנס, 

לויפן כאפּן א שלאָף איז כאנען ניט באשערט געווען ניט דעם באגי- 
נען, ניט אין די קומענדיקע נעכט און באגינענס. ניט איין מאָל האָט זי 
אין יענע טעג צו אים געזאָגט: 


-- וי גרינג די הענט לויפן, װי ליד די ארבעט װערט אויסגעלעקט, 
מע דארף דעם שלאָף אף קאפּאָרעס, בייס דאָס גליק איז אונטער דער 
האגט... 


ריכטיק האָט דער בלאַנדער קינסטלער געזאָגט: , קיין פארבאַָרגענע 
זאכן זײַנען ניטאָ". -- אָנער נאָך ריכטיקער איז געווען, װאָס כאנע מיט 
נעכעמיען האָבן זיך לאכלוטן ניט פארבאָרגן. די קאָמונארן האָבן זיי געוען 
אין קו-שטאל, אין סטעפּ, בא די סילאָס-טורעמס, אין קינדערהיים. די טעג 
האָבן זיך געקײַקלט, אלץ נעענטער האָט זיך צוגערוקט נעכעמיעס אוועק- 
פאָרן. איצט איז כאנע מיט אים זעלטן געגאנגען אין סטעפּ. צו אלע 
ארבעטן איז איר צוגעקימען נאָך אנדערע זאָרגן; אין קאַלװוירט ייִדישער 
פּױיער" האָט מען געבראכט פופצן קי, האָס מען זיך דאָרטן גענייטיקט 
אין אירע אייצעס. דער קאָלװוירט האָט זיך געפונען פינף קילאָמעטער 
פון קאָמונע, איז דאָס כאנען ניט גרינג אָנגעקומען, זי האָט דאָרט פאר" 
בגראכט ניט איין שאָ אין טאָל, 

נעכעמיע האָט זיך געווערטלט: 

-- ס'איז נאָך א גליק, װאָס דוֹ גייסט ניט מעלקן די בעהיימעס אין 
דזשאנקאָי און אין פרײַדאָרף. קיין ייִדישע ווירטשאפטן פעלן ניט אין קרים, 

-- דאָרטיקע ייִדישע פּייערים ניטיקן זיך ניט אין מײַנע אײצעטס. 
זי זײַנען מער נאהאוונט פון מיר, -- האָט כאנע באמערקט, 

ניס נאָר דערפאר װאָס כאנען איז צוגעקומען דײַגעס, איז זי איצט 
זעלטענער געגאנגען מיט נעכעמיען אין סטעפּ. זי האָט דערפילט, אז זי 
האָט שוין איבערגענוג װואָס זיך צו דערמאָנען, װען ער װעט אװעק- 
פאָרן,.. פאר שטייט זיך, אז אזא אומיטלבארער מענטש, װי כאנע, האָט עס 
ניט אויסגערעכנט, אָבער, װי געזאָגט, האָט זי געפילט אין זיך אפילע 
אָפט געשראָקן דערפאר, װאָס נעכעמיע האָט זי באשאַנקען מיט אזא שלאל 
אומגעפּרוווטע מעסיקעס, װעגן וועלכע זי האָט לאכלוטן ניט געװוּסט אין 
ניט כוישעד געווען. זי האָט טאקע אנומלטן צו אים געזאָגט, ווען ער האָט 
זי גערופן אין סטעפּ: 

-- ניין, געכעמיעלע, האָב ניט קיין בייז הארץ אף מיר, װאָרעם איך 
הייב ניט אָן צו וויסן, װאָס עס טוט זיך מיט מיר, װאָס פאר א קישעף 
שטעקט אין דיר. איך בין געווען פארהארטעוועט, װי א שטיין, דו האָסט 
מיך ווייכער געמאכט פון א מאלינע.. פאָלג מיך, מײַן טײַערער, קום 
מיט מיר צו די קינדער, מײַנע קינדער פעלט, באָרעכאשעם, געניג. האלע- 
װײַ זאָל זיי דאָס צוקימען, 

נעכעמיע האָט, פאו שטייט זיך, געװאָלט גיין נאָר מיט כאנען אַבער 
ער איז געוװוען גענוג איידל, קעדיי ניט צו דערװידערן. אין קינדערחיים 
איז ער געגאנגען, מיטנעמענדיק קליינע פירקאנטיקע שטיקעלעך וואטמאן. 
ער האָט אף דעם געמאָלט פאר די קינדער לאַשעקעס, לעמעלעך, חינער 


41 


און הענער. די קינדער זײַנען געוען אזוי פארגאפט פון די געמעלן אז 
זי האָבן אפילע ניט באמערקט, װי אף אייניקע שטיקעלעך וואטמאן האָט 
ער פאריינס אָנגעצייכנט קינדער-געזעמלעך, פארוונדערטע און פאר- 
כאפּטע. 

אין איינעם א טאָג, נאָכן באנינענדיקן געמעלק, איז דער פֿאָרזיצער 
ארײַנגעגאנגען אין קו-שטאל. ער האָט באטראכט די בעהיימעס, די בו- 
הײַעס, איז א װײַלינקע געשטאנען און געקיקט, װי כאנע מעלקט, און 
געזאָגט צו איר; 

-- נאַכן געמעלק, זײַ אזוי גוט, גיי ארײַן אין קאָנטאָר. מיר דארפן 
א שמועס טאָן װעגן זייער א וויכטיקן איניען. 

-- דער איניען איז װענן דעם היי, װאָס ליגט אין יעװפּאטאָריער 
,אָזעט?" -- האָט כאנע געפרעגט. 

-- דו גיי אריַן, װעסטו שוין הערן. װאָרעם עס איז ניט פײַן, אז אזא 
פארנימענער מענטש, װי איך, זאָל דארפן ווארטן אף אזא פוסטעפּאסניצע, 
װי דו. 

-- ניסט גערעכט, כזועל ארײַנגיין. 

בייס כאנע איז ארײַנגעגאנגען אין קאָנטאָר, איז איר אייסגעקומען 
גאנץ מאָדנע, װאָס קיין איין מענטש איז דאָ ניטאָ, כוץ איר און דעם פאָר- 
זיצער. ער האָט צוגערוקט א טאבורעטקע צו כאנען און געזאָגט: 

-- זעץ זיך, רו זיך אָפֿ, 

-- כ'האָב קיין צײַט ניט, כזועל שטיין. 

-- וועז מע קאָן זיצן, דארף מען ניט שטיין, -- האָט ער אייסגעניצט 
דאָס באוווסטע גלײַכװערטל און ערנסט אָנגעהױבן: 

-- כאנע, איך האָב געהערט, אז דו פארברענגסט די פרײַע צײַט 
מיטן כודאָזשניק, און עס ארט אים ניט, װאָס די בעחיימעס זײַנען איינזאם 
און עלנט. כוץ דעם... 

כאנע האָט אים אַָנגעקוקט און איבערגעשלאָגן: 
| -- כוץ דעם, האָב איך גופע גאָרנישט קעגן דעם כידאָזשניק. 

-- זע, װי דו לאָזט קיין װאָרט ניט אויסריידן. ווארט אויס, איך בין 
מיט א מיטװאָך עלטער פון דיר. װעגן אים קאָן איך גאָרניט זאָגן, ס'קאָן 
זײַן, אז ער איז זייער א לײַטישער מענטש, אָבער דו דארפסט וויסן, אז 
ער איז פארקנאָטן אף גאָר אנדערע הייוון... 

-- איך ווייס ניט, אף װאָס פאר א הייוון איז ער פארקנאָטן, איך ווייס 
אָבער, אז ער איז מיר זייער צום הארצן. 

--- לאָז זיך דינען, שלאָג מיך ניט איבער. דו מאָלסט דיר אויס, װי 
דו װעסט זיך פילן, אפילע אין בעסטן פאל, אייב ער מיינט עס ערנסט 
און ער װעט דיך מיט די קינדער אריבערנעמען קיין מאָסקוע. 

-- כווייס ניט, װאָס ער מיינט און װאָס ער טראכט, איך ווייס אָבער 
מיט מײַן גאנצן הארצן, אז איך װעל גיין מיט אים עק וועלט. כ'פארשטיי 
ניט, פארװאָס דו דײַגעסט וועגן דעם! 


12 


-- איך דײַגע וועגן זיר, כאנע. צי דען האָסטו ניט געפילט, אז דו 

געפעלסט מיר, אז איך בין אָפט אנציקט פון דיר? עס איז שווער עפעם 
פאָרויסזען, די צײַט איז זייער אַנגעשטרענגט. ס'קען זײַן, אז די קאָמונע 
וועט דיך שיקן זיך לערנען אין סימפּעראָפּאָל, װער ניט ניספּאַעל, װאָט 
ער איז א כודאַזשניק, כאפּ ניט, סאיז ניט קיין טייגלעך מיט פאסאָליעס. 
געדענקסט, וי איך האָב דיך באגעגנט, דו ביסט געריטן פין סאקי. כ'האָם 
דיר דאן געזאָגט עפעס א נארישקײַט, אז דײַנע פיס געפעלן מיר, האָסטו 
מיך אזוי אָפּגעשניטן, אז די צונג האָט מיר אָפּנענומען, 

-- יאָ, איך געדענק, 

ער האָט א שפּאן געטאָן אין ארופגעליינט זײַגע הענט אף אירע 
אקסלען, און זי האָט דערפילט, װי די הענט זײַנע שארן זיך פּאװאָליע 
צו איר האלדז, האָט זי זיך ראפּטאָם א קערעווע געטאָן און, שוין שטייעג- 
דיק בא דער טיר, שטיל און אייַנגעהאלטן געזאַנט: 

-- עס קומט מיר אויס, אז דו װילסט מיט צוויי פיס גיין איבער צען 
סטעזשקעס מיטאמאָל. דו האָסט שוין קינדער פין דרײַ מאמעס. קיין פינפ- 
טע ראָד צום װאָגן װעל איך קיינמאָל ניט זײַן! הערסט, אזריעל! 

--- שטיי, כאנטשע! אזוי װעסטו פון מיר ניט אוועק! 

 --‏ גענוג. דאָס װעט קיינמאָל אף דער װעלט ניט זײַן, -- האָט כאנע 
אייסגעשריען און איז ארוסגעלאַפֿן פון קאַנטאַר, 

כאָטשׂ כאנע האָט געהאט גענוג ארבעט אין שטאל, איז זי פארביי 
דער קוזניע אוועק מיטן װעג צום דערפל סאבאנטוי. זי האָט זיך צוֹגץ- 
זעצט אף דער ערד, גלײַך װידער אופגעשפּרונגען אין גענומען שפאנען 
הין און צוריק, אזוי צערודערט איז זי געווען. און ניט אזיי דערפין, װאָס 
זי האָט ניט לאנג צוריק אויסגעהערט, וי דערפון, װאָס זי האָט דאָס אלץ 
נִיט געקאַנט באנעמען. װען זי איז צוריקגעגאנגען צו דער קאָמונע, איז 
איר אנטקעגן געגאנגען אזריעל, זי איז גיכער אוועקגעגאנגען, אַבער ער 
האָט ברייט א שפּאן געטאָן איין מאָל אין נאָכאמאָל, זי אַנגעכאפּט פאר 
א האנט און גיך-גיך צו איר געזאַגט: 

-- אזוי,. כאנקע, אזוי פּאטערט מען מיך ניט אָפּ. כייס איך זאָג: 
עס געפעלט מיר, איז געזאָגט! 

-- כאפּ ניט אזוי, דו ביסט ניט מײַן פּאַרעץ, איך בין ניט דײַן חינט, 
דו ביסט פאַרזיצער ניט דאָס ערשטע יאַר אין קאַמינע. װאָס בין איך די- 
פּלוצעם געפעלן געװאָרן? מײַן מאמע פלעגט זאָגן בעסער איין מויגל 
אפן צװײַגל, איידער צוויי אין שטײַגל, האָסט געווארט, איך וְאֶל צײַטיק 
װוערן? איך פארשטיי דאָס, דײַנע געבליטן האָסטו געואט מיט װוקָם אײן- 
צושטילן. ביסט ניט קיין נאר, אָבער אײַנשׂמען דײַן גײַװע קאַנסטו גיט, 
סאיז ניטאָ וועגן װאָס צו ריידן, -- האָט בכאנע געענדיקט אין חיז אוועק 
צו דער קו-שטאל. דאָרט האָט זי שוין דערזען געכעמיען, ער האָט זי 
אָנגעקיקט אין געפרעגט! 

-- װאָס איז, טײַערע, ס'איז עפּעס פארלאָפן אף דער ארבעט? 


13 


-- יאָ, א ביסעלע. 

-- װאָס זשע, זאָג גיכער. 

-- װאָס האָט געטראָפן? דו ווייסט ניט? דו האָסט אף מיר אָנגעשיקט 
עפּעס א מאָדנע אָנשיקעניש: װוּ איך גיי און װו איך שטיי, ביסטו פאר 
מײַנע אויגן, איך קאָן אָן דיר קיין מיניט ניט זײַן. איך פרעג דיך: װאָס 
װעל איך טאָן, אז דו װעסט אװעקפאָרן? 

-- אויסגעצייכנט! אזוי דארף זײַן! איך װעל אװעקפאָרן, נאָר איך װעל 
ווידער קומען און װעל דיך צונעמען. איך בין אויך מעסוקן קראנק. איך 
גי (פון פעלד-בריגאדע אין איך פיל, אז איך מיז דיך זען די מינוט, שוין 
איצט, און דו שטייסט טאקע. אָרעם כאנעלע מײַנס, קום, טו מיך א קוש. 

-- די סקאַטניקעס דרייען זיך דאָ. 

-- זאָלן זיי זיך אויך קושן. קום, -- האָט נעכעמיע גיכער ארויסגע- 
קרעכצט, װי געזאָגט,. און ער האָט באקרענצלט מיט זײַנע ליפּן אירע 
באקן, אירע אויגן, איר שטערן און איר קאָפּ. ענדלעך האָט ער װיך אָפּגע- 
ריסן פון איר, זי אָנגעקוקט און שטילינקערהייט געבעטן: 

-- דו ביסט מײַן לעבן און מײַן אָטעם, גיי זשע א ביסעלע אװועק, 
איך װויל זען דײַן גאנג אין דער זוניקער שײַן, בייס דו גייסט אזוי װײַט, 
װײַט.., 

-- אלץ, װאָס דו הייסט, װעל איך טאָמיד טאָן. איך װעל דיך אלעמאָל 
פאָלגן, און טאָמער, כאַלילע, װעסטו מיך אמאָל פײַנט קויגן, זאָלסטו מיר 
די מינוט זאָגן. לאָז, כזועל א גלעט טאָן דײַן פּאָנעם, -- האָט כאנע גע- 
זאָגט מיט א ציטערדיק קאָל און אנטלאָפן אין שטאל. 


בייס כאנע איז אין אָװנט ארויסגעגאנגען פון קינדערהיים, האָט נע- 
כעמיע שוין אף איר געוואר | 

-- כאנוקע, װאָס שװײַגסטו? 

-- שװײַג אויך. לאָמיר ביידע שװײַגן. הער זיך אײַן. דו הערסט, װאָס 
עס טוט זיך אין סטעפּ? דאָ שפּילט זיך א ניגן, װי נעכעמיע מיט כאנען 
גײען זיך דאָ אזוי שטילינקערהייט, אין ביידע שװײַגן זיי. און די שטערן 
קוקן אף זי און פּינטלען צו -- זי װונדערן זיך, פונוואנען האָט זיך גע- 
נומען אזא פּאָרל,.. 

-- מײַן גליק, מײַן פרייד, -- זאָגט נעכעמיע, און מער קאָן ער קיין 
װאָרט ניט ארויסברענגען, װײַל זייערע ליפּן זײַנען צונויפגעכאסמעט. זי 
זײַנען אזוי באהעפט, װי דער הימל איז באהעפט מיט די שטערן. באגינען, 
ווען זי גייען צוריק צו דער קאָמונע, זאָגט געכעמיע: 

-- איך בין קיינמאָל, קיינמאָל אָן דיר ניט געווען. װי איז דאָס מעג- 
לעך, ויאזוי האָבן מיר ניט געװוּסט איינער ועגן צווייטן? װאָס װײינסטו? 
זאָלסט ניט סמייען צו װיינען! איך ווייס, די קינדער! אָבער דו זאָלסט 
וויסן, אז װעגן אונדזערע קינדער האָסטו ניט װאָס צו װיינען. זי װעלן 


44 


זײַן מערער מײַנע, װי אלע קינדער בא זייערע טאטעס! קום צו מיר, מײַן 
אָרעם קינד. כוועל אויסקושן דײַנע שיינע אויגן, דײַן קליינעם שטערן, 
װאָס קאָן באהאלטן אזויפיל פארשטאנד און ליבע. קום װידער, קום ווי- 
דער, צוֹ מיר, מײַנע קויכעס גייען מיר אויס, -- פליסטערט ער צו איר, 


אפילע אזא זעלט|-זעלטנסטע ליבע, װי עס איז צװישן נעכעמיען און 
כאנען, א ליבע, װאָס איז געווען ריין פין ערעגײַץ, פון געלטגײַץ, פון 
וועלכער-סאיז-ניט-איז אייגננוץ, װאָס איז געווען דורכגעדרונגען מיט 
דער איין-איינציקער לײַדנשאפט צו זײַן איניינעם, האָט פאָרט ניט געקאָנט 
אָפּשטעלן די צײַט. ניט איין מאָל האָט כאנע (געטראכט: ,וי האָב איך 
געלעבט אָן אים ביז איצט, װי װעל איך בלײַבן אָן אים? דאָס איז דאָך 
א גרוילן" - 

איצט האָט כאנע קלאָר געװוסט, אז זי האָט ניט אָנגעהױבן צו פאר- 

שטיין, ביז זי האָט באגעגנט נעכעמיען, װאָס ליבע איז, זי האָט שוין ניט 
איין מאָל געפרעגט בא נעכעמיען: 

-- זאָג מיר, מײַן כיִעט, װיָאזוי האָסטו געװוּסט, אז דו דארפסט קימען 
אהער? 

-- כ'האָב גאָרנישט געװוּסט, נארעלע. אָבער קוים האָב איך דיך דער- 
זען, געדענקסט, בייס דו האָסט אויסגעװישט דעם טיש, װען די הינער 
זײַנען ארײַנגעלאָפן אין עסצימער, אָט יענעם טאָג האָב איך דערפילט, 
אז איך מוז זיך אומבאדינגט באקענען מיט דיר. איצטער פארשטייסטו 
עפּעס? איך פאָר אוועק, און דאָ בלײַבט מײַן נעשאָמע און מײַן הארץ, 
אָבער דו זאָלסט גאָרניט איבערטראכטן, מיר װעלן זײַן איניינעם. אזוי 
ועט זײַן! 

כאנע האָט אים געגלייבט מיטן גאנצן הארצן. אָבער איר גלויבן האָט 
ניט געקענט אָפּשטעלן דעם האסטיקן לויף פון דער צײַט, און זי האָט 
אין אָװונט געזאָגט צו געכעמיען: 

-- פארװאָס זײַנען מיר געווען אזוי בלינד? א גאנצע װאָך איז צץ- 
רונען געװאָרן, ביז מיר האָבן זיך באקענט. 

-- יאָ, א גאנצע װאָך! און אין דרײַ טעג ארום פאָר איך אוועק-- 
האָט נעכעמיע געזאָגט מיט אזא הארצרײסנדיק קאָל, אז כאנע האָט זיך 
פון אים אָפּנערוקט אין זיך ווידער צעוויינט. 


פאר די לעצטע דרײַ טעג זײַנען זיי אין אָװנט געגאנגען נאָר אין 
קינדערהיים. און ניט נאָר זיי זײַנען געווען דערשלאָגן, -- אפילע די קין- 
דער זײַנען אויך אומעטיקער געװאָרן, װי זיי װאָלטן געפילט, װאָס עס 
פארלויפט זיך צװישן כאנען און נעכעמיען, 

אין נאשטימטן טאָג האָט כאנע ארויסגעפירט באָרעכן פון פערך- 
שטאל, זי האָט אים פּאװאָליע געשטופּט אף הינטערװײַלעך, ביז דאָס פערד 
אי! שטיין געבליבן צוישן די האָלאָבליעס פון צוויירעדערדיקן װועגל. כא- 


15 


נע האָט אים אײַנגעשפּאנט. דאן האָט נעכעמיע געבראכט זײַן קלאפּער- 
געצײַג אין עס ארײַנגעלייגט אין װעגל. דערנאָך האָבן זיך ביידע -- 
כאנע מיט נעכעמיען -- ארײַנגעזעצט אחין. כאנע האָט א צי געטאָן די 
לייצעס, געזאָגט עטלעכע גוטע װערטער צו באָרעכן, אָבער יענער האָט 
זיך פון אָרט ניט גערירט. כאנע איז ארױיסגעשפּרונגען פון וועגעלע, האָט 
א צי געטאָן פארן צײַמל. דאָס פערד האָט זיך געמאכט ניט װיסנדיק. 
א רעכטע װײַלע האָט זי גענוקעט, געהאלטן די לייצעס אין דער האנט, 
אפילע א גרינגן שמיץ געטאָן מיט דעם קורצן בײַטשל באָרעכן, עס האָט 
אָבער געהאָלפן, װי א טויטן באנקעס. צום סאָף איז כאנע געפאלן אף 
א האמצאָע: זי אין אװעקגעלאָפן אין פערד-שטאל און געבראכט דעם 
זאָטל, װי נאָר זי האָט באָרעכן אָנגעזאָטלט, איז באָרעך אוועק, װי אלע- 
מאָל, מיט זײַן שווים-רויִקן טראָט. 

די פרייד פון די זעלטענע פוסגייער, װאָס האָבן יענעם טאָג באגעגנט 
אין סטעפּ, אפן װעג צו סאקי, דאָס מעשונעדיקע געשפּאן מיט דער רײַ- 
טערן פון אויבן, האָט נעכעמיע, צום באדויערן, ניט צעטילט. ער איז 
געזעסן איינינקער אליין, אן אומעטיקער אין וועגעלע צװישן זײַן באגאזש 
און האָט אויסגעזען לעכערלעך, װײַל דעם גרויסן שירעם, װאָס ער האָט 
פארשנורעוועט אין א טשעכאָל, האָט ער אָנגעטאָן אפן אקסל, װי א ביקס. 
דאָס האָט אויך פריילעך געמאכט די זעלטן באגעגנטע, אָבער ער איז 
געווען װײַט פון געלעכטער, ער האָט נאָר פון צײַט צו צײַט געלאָזט פאלן 
מיט אן אומעטיק קאָל: , עפשער האָט זיך שוין באָרעך צוגעװוינט, פּרזּו 
זיך זעצן לעבן מיר", -- כאנע האָט געפאָלגט, זי איז ארויסגעשפּרונגען 
פון זאָטל. באָרעך האָט זיך אָפּגעשטעלט און מער פון אָרט זיך ניט 
גערירט, 

בא סאקער װאַקזאל איז די באוועגונג פארגליווערט געװאָרן, בייס 
דאָס צװויירעדערדיקע וועגעלע איז מיט כאנען אין זאָטל שטיין געבליבן. - 
דערנאָך האָבן די פאסאזשירן לעבן וואגאָן פון צוג, װאָס האָט געדארפט 
אָפּגײן אף מאַסקװע, מיט גרויס נײַגער געקוקט, װי נעכעמיע האָט אויס- 
געקושט כאנעס פּאַנעם, אירע הענט און איר פאטשיילקע אף איר קאָפּ, 
איינע א פרוי, װאָס איז געשטאנען דערבײַ נעענטער פון אנדערע, האָט, 
בייס דער צוג איז שוין אוועק, געזאָגט צו כאנען: 

-- שוועסטערקע, ניסט א גליקלעכע, ער שטארבט, ער גײט אויס 
נאָך דיר. כאפּ דאָס גליק פאר דער פּאָלע. כאפּ, הערסט, װאָס איך זאָג 
דיר! און האלט שטײַף, מיט ביידע הענט! 


יענעם טאָג האָט כאנע זיך געטרייסלט אין זאָטל, און דאָס ועגעלע 
האָט געקלימפּערט הינטער איר, אָבער זי האָט ניט געהערט און ניט 
געזען גאָרנישט. דאָס ערשטע מאָל האָט זי פארשפּעטיקט צום פארנאכ- 
טיקן געמעלק, דאָס ערשטע מאָל... 


40 י 


צ װו ייטער טיײל 


ווען נעכעמיע װאָלט איײנצײַטיק געקאַנט זײַן אין מאָסקװוע און אין 
דער קאָמונע, װאָלט ער געווען געפּלעפט דערפון, װאָס כאנע איז אװי 
פארביטן געװאַלן; איר פּאַנעם, אירע באוועגונגען, איר שטימע אין װי 
אויסגעלאַשן, זי האָט אליין ניט געװווסט, װאָס מיט איר טוט זיך, עס האָט 
ניט איין מאָל געטראָפן, אז די שטאל-ארבעטער פרעגן עפּעס און זי 
ענטפערט ניט, זײ הערט ניט זיערע װערטער. עס זײַנען געווען טעג, או 
ווען ניט די ארבעט, װאָלט כאנע זיך ניט אופגעהויבן פון געלעגער, דער 
סטעפּ, דער הימל האַבן ניט געװעקט איר פריד, װי אמאָל, פארקערטן, 
באם באטאָגיקן געמעלק האָט זי די אויגן ניט אופגעהייבן צום הימל, אזי 
גלײַכגילטיק האָט איר אויסגעזען די בלויע קלאַרקײַט, די זון, װאָס האָט 
וי פריער געשײַנט און געבלענדט. עס האָט זיך איר אויסגעויון, אז / 
הערט געכעמיעס אומגעוואנטע פראגע: / כאווערטע בריגאדיר, עפשער 
קאַנט איר דאַ פארהאלטן די טשערעדע?", און גלײַך דערנאַך ווידער דער 
באלויכטענער סטעפּ, װידער די בעהיימעס, וידער די אלטעגלעכקיט.. 

בא די סילאָס-טורעמס, אין הייף פון קאָמונע, נאם ברונעם האָט כאנץ 
שטענדיק געווארט -- אָט-אָט װעט ער אונטערקומען. עס האָט זך איר 
אויסגעוויזן, אז עס איז אװעק אן אײביקײַט, זינט ער איו אװעקגעפאַרן. 
אינדער עמעסן זײַנגען אוועק קארגע צוויי װאָכן, זינט זי האָט אים באגלייט 
קיין סאקי, 

יענער טאָג טרעט ניס אָפּ פון איר, זי הערט נאָכאנאנד דער אומבא- 
קאנטערס װערטער: , שוועסטערקע, ביסט א גליקלעכע באבע, כאפ דאָס 
גליק פאר דער פּאָלע, לאָן עס ניט ארויס פון דײַנע הענט!, ,כאם. -- 
טראכט כאנע -- ,ווו איז ער? געוויס מאָלט ער, און ער איז אזוי ארײן- 
געטאַן אינדערוף, אז ער האָט ניט אין זינען אַנצושרײַבן עטלעכע וער- 
טעֶר" + 

עס איז גוט, װאָס נעכעמיע איו װײַט פון כאנען, װאָרעם קוים װאַלט 
עֶר געווען דאָ, װאָלט ער געדארפט אויסהערן ביטערע װערטער, מיט א 
פּאָר טעג צוריק, בייס כאנע איז נאָך ווארמעס ארויסגעגאנגען פון עסצי- 
מער, האָט זי אָפּגעשטעלט דער פאָרזיצער, 

-- האָסט ניט קיין בריוולעך? פארשטייסט, ער איז אן אינטעליגענט, 
א פארנומעגער מענטש. ער האלט ניט פון אזוינע קלײניקײַטן. 

-- האָב קיין יעסורים ניט, איך װעל קריגן בריוו. איך בין דיר זייער 
דאנקבאר, װאָס דו טרייסט מיך, -- האָט כאנע געאָגט און האסטיק 
אוועקגעגאן צו דער פערד-שטאל -- עס איז געווען די צײַט פון באטאַ- 
גיקן געמעלק. 

אָנגעזאָטלט באָרעכן, איז זי אוועקגעריטן אין סטעפּ. װי אלעמאָלן 
אױיסגעמאָלקן די קי, געהייסן די פּאסטעכער טרײַבן די טשערעדע צו 
די באלקעס, און דערנאָך אוועקגעריטן גלאט אין דער װעלט ארײַן. וען 


47 


דאָס פערד װאָלט געקאַנט ריידן, װאָלט עס געוויס כאנען געזאָגט האר" / 


ציקערע װערטער, איצט האָט עס עטלעכע מאָל א הירזשע געטאָן, אופגע- 
פעכערט דעם עק, מיט א טלאָ פינעם פּאַדערשטן פוס א גראָב געטאַן 
די ערד און אוועק גאלאָפּ, װי עס װאָלט מיט דעם געװאָלט צעשטרייען 
כאנען. 

אָבער יענעם טאָג איז כאנען ניט אייסגעקומען צו פארגרינגערן איר 
געמיט. ביז פארנאכט איז זי ארומגעריטן אין סטעפּ, זי איז אויך צַוי 
געפאָרן א קוק טאַן, װי די בעהיימעס פיטערן זיך. שוין שפּעט פארנאכט, 
ווען עס איז קיל געװאָרן, איז זי אוועקגעריטן צו דער קאָמינע. ,סטאַי!" -- 
האָט זי דערהערט א שטילן באפעל. זי האָט ניט געזען דעם, װער עס 
האָט איר געהייסן זיך אָפּשטעלן, אָבער זי איז לאכלוטן ניט גענייגט געווען 
צו פאָלגן, זי האָט אָנגעצױגן דאָס צײַמל אין אזוי געפּױקט מיט די פיס 
באָרעכס זײַטן, אז ער איז אוועק. אָבער יענער, װאָס האָט געשריען ,סטאַי!", 
האָט כאנען דעריאָגט און איז, װי פון אונטער דער ערד, אויסגעוואקסן 
לעבן ,באָרעכס" מאָרדע, ער האָט מיט ביידע הענט אָנגעכאפּט דאָס צײַמל 
און שטיל געזאָגט: --,סלעזײַ', כאנע האָט זיך אײַנגעבויגן, אָפּגעריסן 
דעם מענטשנס הענט פינעם צײַמל, און באָרעך איז װידער אװועק, װי א 
ווינט. זי האָט אָבער געהערט, װי יענער איז נאָכגעלאָפן און געשריען: 

-- דאָט פערד װעט זײַן מײַנס! עס איז געווען מײַנס און מײַנס װעט 
עס זײַן! א פּאסקודניאק האָט אף מיר אָנגערעדט, מע האָט מיך ארויסגע- 
שיקט, װי א באלעגוף. אָבער איצט בין איך ווידער 'דאָ! 

בייס כאנע איז צוגעריטן צו דער פערד-שטאל, האָט שימקע גע- 
פרעגט: 

-- כאנטשע, װאָס האָט געטראָפן? דו האָסט דאָך קיין בלוט-טראָפּן 
ניט אין דער צורע, 

-- גאָרניט. באַרעך האָט זיך א ביסל צעיאָגט, -- האָט כאנע געזאָגט 
און איז אוועק צו דער קו-שטאל, 

די מעלקערנס האָבן אייך באמערקט, אז כאנע איז צעטראָגן, 

-- ביסט ניט געזונט? -- האָט טויבקע געפרעגט. 

-- װאָס פאלט דיר אײַן? איך בין פּאָשעט פארמאטערט. 

-- מיר האָבן זיך געװוּנדערט, װאָס דו ביסט ניט געקומען צו דער צײַט, 
מיר מעלקן שוין די דריטע קו, 

-- קיין בייז ניט, כזועל אײַך דעריאָגן, -- האָט כאנע קימאט רויק 
געזאָגט. 

נאָך װועטשערע איז כאנע געגאנגען מיט כאיעלען און זי האָט איר 
דערציילט, װאָס עס האָט געטראָפן, 

-- ס'קאָן זייער זײַן, -- האָט כאיעלע געזאָגט, -- װינציק אױסװוּרפן 
זײַנען דאָל! עס האָט זיך געפונען אזעלכער, װאָס האָט אים געמאסערט. 
אין דאָס פערד איז טאקע געוויס זײַנס, -- האָט כאיעלע ערנסט געזאָגט. -- 
פארגעס וועגן דעם, -- האָט זי צוגעגעבן. 


48 ווזקסן וז 3 


אָבער פארגעסן האָט עס כאנע ניט געקאַנט. א גאנצע נאכט האָט 
זי קיין אויג ניט צוגעמאכט. עס איז איר געשטאנען פאר די אויגן דער 
מענטש אין צעפליקטן וואטניק, מיט א נאקעט-האָריקער ברוסט, און זי 
האָט געהערט זײַן שטילן באפעל --- ,סלעזײי!", 

נאָכן אינדערפרייקן געמעלק איז זי אוועק צו דער פערד-שטאל, זי 
האָט גלײַך דערזען, אז באָרעך איז אף זײַן שטענדיקן אָרט ניטאָ. לעבן 
דער שטאל איז שימקע איר אנטקעגן געקומען, 

-- דו האָסט עמעצן געגעבן באַרעכן? 

-- א נײַע נײַס. כ'האָב געמיינט, דו האָסט אים גענומען. אָבער ווען 
כ'האָב דערזען, אז דער זאָטל ליגט אף אן אָרט, האָב איך פארשטאנען 
מײַן טאָעס, 

-- דריי מיר ניט קיין קאָפּ, דו האָסט דאָך אים עמעצן געגעבן? 

-- דריי יאָ, דריי ניט. ס'האָט גענומען טאָגן, בין איך אװעק עפּעס 
איבערבײַסן, איך קום צוריק, -- באָרעך איז ניטאָ! 

-- ביז דו ביסט געגאנגען איבערבײַסן איז ער יאָ געווען? 

-- װאָט פרעגסטו אזוינע קאשעט? 

-- כווייס, אמאָל כאפּט מען א דרעמל? 

-- אמאָל כאפּט מען און דאָס מאָל ניט. מע דארף מעלדן אין מילי- 
ציע. נאָר מיר װײַוט זיך אויס, אז מע קאַן אָנשיטן זאלץ אפן עק. 

-- מירן זען, -- האָט כאנע באמערקט, אָכער זי האָט גוט פארשטאנען, 
ווער עס האָט אוועקגעפירט באָרעכן, 

דאָס פערד איז װי אין וואסער ארײַן. צום באטאָגיקן געמעלק איז 
כאנע געפאָרן מיט די איבעריקע מעלקערנס אין דער מאזשארע. אלע 
האָבן גערעדט װעגן דער גנייווע, כאנע האָט געשויגן. כעוועד, מיט 
וועלכער כאנע האָט געװווינט אין איין צימער, איז ארײַנגעלאָפן מיט א 
קאָנװערט אין דער איפגעהויבענער האנט. זי איז צוגעלאָפן צו כאנען, 
האָט אױיסגעשריען: -- ,א בריוו פאר דיר!" כאנע האָט שטיין געלאָזן די 
טעלער, גענומען דעם בריוו און איז אוועק צו די סילאָס-טורעמט. דאָס 
הארץ אירס האָט אזוי געצאפּלט, אז זי האָט קוים אופגעריסן דעם קאָנ- 
ווערט. זי האָט זיך אוועקגעזעצט אפן אונטערשטן טרעפּל פונעם ערשטן 
שטאָק, װאָס האָט געפירט צו די באלקאָנטשיקעס פונעם סילאָס-טורעם, 
פארמאכט די אויגן און אזוי א ביסעלע געזעסן, דערנאָך ערשט ארויס- 
גענומען דעם בריוו פון קאַנװערט, 

,מײַן װוּנדער, מײַן לעבן, מײַן כאנוקעלע! אָט איז הײַנט דער צוועלם- 
טער טאָג, װי איך בין אליין. איך האָב זיך אפילע ניט פאָרגעשטעלט, אז 
איך זאָל אזוי בענקען. די ארבעט פאלט פון מײַנע הענט. און ארבעטן 
דארף מען דאָך. נעכטן בין איך שיר ניט אװועק אפן קורסקער װאַקזאל 
קויפן א בילעט, אָבער איך האָב דאָס ניט (געטאָן, און כ'האָב זיך פונדעסט- 
ועגן געזעצט ארבעטן. איך האָף, אז אָנהײיב נאָיאבער װעל איך ענדיקן 
די באשטעלונג, און אין אפּרעל װעל איך קומען דיך נעמען מיט די 


49 


קינדער, איצט איז סאָף סענטיאכער, צייל מיט מיר איניינעם: אָקטיאבער, 
נאָיאבער, דעקאבער, יאנוואר, פעווראל, מארט! אפּרעל צייל ניט, װײַל 
די ערשטע װאָך פון אפּרעל יװעל איך ארױספאָרן צו דיר. איצט הער מיט 
קאָפּ, איך האָב פאר מײַן אװעקפאָרן אונטער דײַן מאטראץ געלאָזט פאר 
דיר א דין ביכעלע, דאָס רופט זיך אקרעדיטיוו. װוען דו װעסט זײַן אין 
סאקי, זאָל דאָס ביכעלע זײַן מיט דיר. װעסט ארײַנגײן אין סבערקאסע, 
װעט מען דיר דאָרט געבן א פאפירעלע, װעסט פרעגן, ויאזוי מע דארף 
עס אָנשרײַבן. דערנאָך װעסטו אוועקגעבן דאָס קוויטעלע און מע װעט דיר 
געבן געלט. דער אקרעדיטיוו איז אף דרײַ הונדערט רובל. קאָנסט מיט 
דעם טאָן װאָס דו װילסט, נאָר איך אייצע, דו זאָלסט קויפן א וואטניק, 
שיך און א ווארעם שאלעכל. איך האָב דיר ניט געגעבן דעם אקרעדיטיוו 
אין האנט, װײַל איך האָב געװוּסט, אז דו װעסט ניט נעמען. איך בין 
דאָך זיכער, אז דו האָסט מיך ליב, װעסטו טאָן, וי איך בעט דיך. אין 
קרים איז שוין אויך געוויס קילבלעך, און דו ביסט באָרװעס און נאקעט. 
אין דעם בריוו האָכ איך ארײַנגעלײגט א קאָנװערט מיט מײַן אדרעס. שרײַב 
מיר גלײַך אָן, איך האָב דאָ אין מאָסקװע באקאנטע ייַדישע שרײַבער, 
רייד איך מיט זי ייִדיש. איך האָב אפילע אָנגעשריבן עטלעכע װערטער 
און געוויזן דאָבדושינען. דו דארפסט אים קענען, ער איז דאָך מיט נאָך 
שרײַבער געווען אין קאָמונע. ער האָט מיר געזאָגט, אז ער קען דיך. 
ער האָט מיר אויך געזאָגט, אז איך שרײַב ייִדיש גאנץ פײַן, נאָר איך 
דארף ניט ארײַנמישן אזויפיל רוסישע װערטער. איך בעט דיך זיער, 
זאָלסט גלײַך אָנשרײַבן. איך קוש דיך א סאך מער װי דאן, װען איך 
בין געווען מיט דיר. איך קאָן ניט לעבן אָן דיר, מײַן קינד, מײַן ,פּרע- 
לעסט". אין צווייטן בריוו װעל איך דיר אָנשרײַבן, װאָס איך טראכט צו 
טאָן, אז דו זאָלסט װאָס גיכער מיט די קינדער זײַן מיט מיר. דײַן עלנטער 
נעכעמיע". 

פארשטייט זיך, אז כאנע האָט איבערגעלייענט דעם בריו ניט איין 
מאָל. זי האָט זיך מאמעש דערשראָקן, ווען זי האָט ענדלעך פארשטאנען, 
װאָס עס באטײַט דאָס װאָרט אקרעדיטיוו. און גלײַך האָט זי באשלאָסן, 
װאָס זי װעט טאָן. אף מאָרגן האָט כאנע גראָד געדארפט זײַן אין סאקי. 
געקומען אהין, האָט זי מיט פיאָדאָר פּעטראָװיטשן געמאכט דעם כעושבן 
פאד דער מילך און ער האָט צוגעואַנט, אז סאָף װאָך װעט דער קוראָר 
אריבערשיקן דאָס געלט אין באנק אף דער קאָנטע פין קאָמונע. ער האָט 
אויך, װי אלעמאָל, אײַנגעלאדן כאנען אף מיטיק. זי האָט זיך אָבער, וי 
שטענדיק, אָפּגעזאָגט. ער האָט דערפילט, אז כאנע איז עפּעס צערודערט. 
האָט ער איידל, אף זײַן שטייגער, ניט געפרעגט, נאָר װי באמערקט: 

-- מיר דוכט, אז איר זײַט עפּעס אומרויק. 

-- איר האָט קיין טאָעס ניט, הײַנט בין איך געקומען צופוס. 

-- די פארוואלטונג האָט צוגענומען דאָס פערד? 

-- דאָס פערד האָט מען צוגעגאנוועט. 


0 


-- איר האָט געמאָלדן אין מיליציע? 

-- יאָ, דערװװוײַל האָט מען קיין שפּורן ניט געפונען. 

-- איר זײַט עמעצן כוישעד? 

גיין, 

-- א טשיקאווע גנייווע. מער האָט דער גאנעוו גאַרנישט גיט געי 
נומען? 

-- אפילע קיין צײַמל ניט, קיין זאָטל ניט, כאָטש דאָס אלץ ליגט 
הינטערן ווענטל, א שפּאן פון דאָרטן, װוּ די פערד שטייען, -- האָט כאנע 
געזאַגט, 

-- סאיז ניט גרינג צו וויסן, װער דאָס האָט געטאָן, אָבער די צײַט 
איז זייער אומרויק, דאָ דרייען זיך ארום אנטלאָפענע פון פארשיקוטג. 
עס זײַנען געוװען פאלן, װען מע האָט פארשיקט ניט קיין באלעגופים 
אויך. קאָן זײַן, אז איינער ופין זי האָט עס געטאָן. 

-- פונוואנען װייסט איר, פיאָדער פּעטראָװיטש, אז דאָ דרייען זיך 
ארום אזעלכע? און צי דען זײַגען טאקע געווען אזויגע טאַעסן? 

-- אז איך זאָג, ווייס איך. און איר, כאנע דאװידאָוונע, זײַט שוין 
אויך ניט קיין קינד, דארפט איר פארשטיין, אז אין יעדן דאָרף געפינט 
זיך אזא איינער, װעמען עס געפעלט דעם שאַכנס שטוב, דעם שאָכנס 
געשפּאן. שרײַבט ער אָן, װאָס ער װויל, און יענער איז שוין װײַט פין 
דאָרף,. די צײַט איז זײיער און זייער הארב. בין די גײַע אָרגאניזירטע 
קאָלװירטן װעלן ארײַן אין דער קאַלײיע, דארף געדויערן, -- האָט פיאָדאָר 
פּעטראַװיטש ערנסט גערעדט, 

װי כאנע איז ניט געווען צערודערט פון זײַנע װערטער, האָט זי דאָס 
ביכעלע ניט פארגעסן. זי האָט עס ארויסגענומען פון אונטער דער פא" 
טשיילקע און עס אים דערלאנגט, װי עפּעס אן אימציכטיקע זאך. ער האָט 
באטראכט דאָס ביכעלע, פארווונדערט אָנגעקוקט כאנען און געזאָגט: 

-- איך פארשטיי ניט, פארװאָס גיט איר עס מיר? 

-- א מענטש, מיט וועלכן איך האָב זיך די לעצטע צײַט נאָענט בא- 
קאנט, האָט עס מיר איבערגעלאָזט, אָבער איך קאָן עס ניט נעמעף איר 
פארשטייט, איך ווייס ניט, ויאזוי דאָס אָפּצושיקן, און איך האָב פאר קיין 
פאל ניט געװאָלט, אז עמעצער פון די קאָמונארן זאָל װיסן װעגן דעם, 
האָב איך אײַך געװאָלט בעטן, איר זאָלט אזוי גוט װײַן און צוגיין מיט 
מיר אף פּאָטשט דאָס אָפּשיקן, 

-- דעם אדרעס האָט איר? 

-- יא. 

-- גייען מיר, 

אָפּגעשיקט דעם אקרעדיטיוו מיט א דעקאָמענדירטן בריוו, פאר וועלכן 
דער פארוואלטער פון קוראָרט האָט באצאָלט, איז כאנען אראָפּ א שטיין 
פון הארצן. 


1 


-- איך בין אײַך אזוי דאנקבאר, איר קאָנט זיך דאָס גאָר ניט פאָר- 
שטעלן. עס איז מיר אָבער... 

-- כאנע דאװדאָוונע, איך פארשטיי אײַער ,אָבער". מײַנע עטלעכע 
קאָפּעקעס? דאָס איז א קלײניקײַט, איך ווינטש אײַך, איר זאָלט אלעמאָל 
זײַן אזא, װי איר זײַט, און װײַטער איז גאַרנישט ניט וויכטיק, 

-- זײַט געזונט, איך מוז לויפן, ביז װאָס-װען װעט זײַן צײַט צום 
אָװונטיקן געמעלק, װײַל איצטער כין איך דאָך א פוסגייערן, 

כאנע איז טאקע געקומען צו דער צײַט, נאָכן אָװנטיקן געמעלק, 
ווען מע האָט געענדיקט די ארבעט אין דער קו-שטאל, איז זי אוועקגע- 
גאנגען אין קינדערחיים. פארבראכט מיט די קינדער העכער א שאָ, און 
דערנאָך אוועק צום סעקרעטאר פון דאָרפסראט. ער האָט איר אנטליען 
טינט-און-פעדער, א צוויי זײַטעלעך ריין פּאפּיר און אן אלטע צײַטונג, 

-- קאָנסט. זיך א ביסל צולייגן אין קעלבער-שטאל, -- האָט זי גע- 
זאָגט צום נאכט-סקאַטניק, -- דאָרטן האָט מען געבראכט פרישע שטרוי, -- 
ווען דער נאכט-סקאַטניק איז אוועק כאפּן א שלאָף, האָט כאנע אופגע- 
זוכט א ברעטל און זיך אוועקגעזעצט אפן ראנד פון א קאָרעטע, אנטקעגן 
דער שײַן פון לאמטערן. די צײַטונג האָט זי פארשפּרייט אפן ברעטל, 
גוט אָפּגעװישט די הענט מיטן פּאָדאָלעק פון סאראפאן, אף דער צײַטונג 
אוועקגעלייגט די ריינע זײַטעלעך פּאפּיר, װאָס דער סעקרעטאר האָט איר 
געגעבן, און זי האָט גענומען שרײַבן, 

;נעכעמיעלע, נעכעמיעלע! דײַן בריוו האָט מיך זייער דערפרייט, מײַן 
טײַערער, אָבער נאָך מער װאָלט איך זיך געפרייט, װען איך קריג אים 
פריִער. עס טרעפט דאָך אפילע, אז מע קלאפּט א טעלעגראמע בייס מע 
פילט װי יענער קימערט זיך, עלף טעג, װי איין שאַ, האָב איך געווארט, 
מער זאָלט איר אזוי קײנמאָל-קיינמאָל ניט טאָן! איך זאָג ,איר", ניט 
דו", װאָרעם א ווילד-פרעמדער מענטש האָט זיך מיט מיר אזוי געקאַנט 
באגיין! איצט דארף איך אײַך זאָגן, אז איך האָב אָפּגעשיקט דאָס ביכעלע, 
וי איר רופט דאָס, דעם אקרעדיטיוו. װוי איר װעט עס קריגן, זאָלט איר 
מיר גלײַך אַנשרײַבן, איך װונדער זיך, װי אײַך איז דאָס אײַנגעפאלן, 
וי איז אײַך אזוינס געקומען אפן זינען? צי דען ווייסט איר ניט, אז איך 
בין רײַך, צי דען פארשטייט איר ניט, אז רײַכער וויל איך ניט זײַן?. 
פארװאָס שרײַבט איר מיר ניט, װאָס פאר א זאקאז איר מאכט? איר מיינט, 
אז איך. װעל ניט פארשטיין? זאָג איך אײַך, אן איר האָט א טאָעס. 
שרײַבט מיר אָן גענוי, װאָס און פאר װועמען איר מאכט אים, װעל איך 
גלײַך פארשטיין. איצטער וויל איך אײַך דערציילן, װאָס מיט מיר האָט 
געטראָפן, ניט מיט מיר אליין, מיט מיר און מיט די שעפּסן. יענע װאָך 
בין איך געווען אין סטעפּ, די שעפּסן האָבן זיך גראָד געפיטערט ניט װײַט 
פון די קי. פּלוצעם האָבן שווארצע װאָלקנס פארדעקט דעם גאנצן הימל 
און עס האָט זיך אופגעהויבן אזא שטורעם, אז די קי האָבן אַָגעהױבן 
רעווען און די שאָף האָבן אויך ניט געשויגן. מיטן קוק האָט א פלייץ 


52 


געטאַן א רעגן, עס האָט געגאָסן עמערװײַז, און די שעפּסן האָבן זיך אלע 
וי איינער געלאָזט אין א מוירעדיק געליף, אלע טשאבאנעס, די פאסטע- 
כער און איך האָבן די שאָף ניט געקענט אַפּהאלטן, ביז דער רעגן האָט 
ניט אופגעהערט. אלע זײַנען מיר געקומען אין קאָמונע דורכגעווייקט ביזן 
לעצטן פאָדעם. א פּאַר צענדליק שאָף זײַנען צעטראָטן געװאָרן, אָבער 
דאָס האָב איך דערזען ערשט אף מאָרגן, ווען איך בין געקומען אין סטעפּ 
צום באטאַגיקן געמעלק. איך האָב נאָך אזוינסט קײנמאָל ניט געזען אין 
איך חאָב ערשט פארשטאנען, פארװאָס מע זאָגט: נאריש, װי א שעפּס, 

װײַטער בין איך זייער אין קאס, װאָס איר שרײַבט מיר עפּעס מאָדנע: 
רעכן ניט דאָס, רעכן ניט אפּרעל, אײַך איז גרינג צו זאָגן, אָבער מיר 
איז יעדער טאָג, װי די זיבן יאָר, װאָס יאנקעוו האָט זיך געפּײַניקט בא 
לאָװאָנען. איר ווייסט געוויס ניט, װאָס דאָס איז, װעט איר פרעגן בא דאָב- 
רושינען, ער װעט אײַך שוין זאָגן,. געוויס קען איך אים, און איך געדענק 
אים, גריסט אים פונמײַנעטוועגן גאָר הארציק, איך גיי ארום, װי א כוי- 
לע. איך בענק אווי, אז איך קען אײַך דאָס גאָר ניט זאָגן, כוץ דערוף 
האָב איך גרויס הארצווייטעק, מע האָט צוגעגאנװועט באָרעכן. ווען מיר 
וועלן זיך זען, װעל איך אײַך דערציילן, װאָס און וויָאזוי. איך ווארט מיט 
אימגעדולד אף אײַערע בריוו, זאָל זײַן קנאפּער ,טײַערע, פרעלעסט", 
אבי אָפטערע סימאָנים, אז איר ווייסט, װאָס מיט מיר טוט זיך, אײַער 
עלנטע גינציקע כאנע", 

װי נאָר כאנע האָט אראָפּגעלאָזן דעם בריוו אין פּאָטשט-קעסטל בא 
דער קאָנטאָר, האָט זי שוין גענומען ווארטן אף אן ענטפער, איר גלִיק 
איז געווען, װאָס די ארטעט האָט זי אונטערגעיאָגט און פון גאנצן מעסלעס 
איז איר געבליבן א פיר-פינף שא אף צו שלאָפן, דערװײַל איז אין קאָמו- 
נע געשען אָט װאָס: מע האָט אראָפּנענומען דעם אלטן פאַרזיצער און 
מע האָט צוגעשיקט אף זײַן אָרט אן אנדערן. די קאָמונארן האָבן גע- 
שמועסט, אז מע האָט יענעם אראָפּגענומען דערפאר, װאָס עס האָט אים 
ניט געארט וי די קאָמונארן לעבן. װעגן נײַעם פאַרזיצער האָט מען דער- 
ציילט פּילע-פּלאָימדיקע ‏ מײַסעס. די קאָמונארן פון פעלד-בריגאדע האָבן 
געזאָגט, אז דער נײַער פאָרזיצער ווייסט! ניט דעם כילעק צווישן האָבער 
אין ווייץ. שיפרעלע די מעלקערן האָט דערציילט אין עסצימער, אז דער 
נײַער פאָרזיצער איז ארײַנגעגאנגען אין שטאל, באקוקט די בעחיימעס, 
דערנאָך איז ער צוגעגאנגען צו די ביקעס און זיך געװוונדערט, װאָס זי 
האָבן אזיינע קליינע אײַטערס. ‏ די קאָמונארן האָבן געלאכט ביז טרערן. 
מע האָט געלאכט און זיך געװונדערט, װאָס מע האָט גראָד צוגעשיקט 
אזא מענטשן, מע האָט זיך דערוווסט, אז אין סימפעראָפּאָל איז ער געווען 
א דירעקטאַר פון א שנײַדער-פאבריק. שפּעטער האָט זיך ארויסגעוויזן, 
אז ער איז שוין גאָר ניט אזא לוי-יוצלעך, ער האָט אָנגעהױבן באנעמען עטעס 
אין דער באלעכאטישקײַט, און דאָס אויסקומעניש אין דער קאָמינע איז 
געװאָרן גאַר אנהערש. כאנע װאָלט זיך איצט ניט געדארפט שעמען פאר 


יה 


0 (2 


געסט. דאָסמאָל האָט זי אף קיין בריוו קאנג ניט געווארט. נעכעמיע האָט 
געשריבן: 

,מײַן טײַערסטע, מײַן איינציקע כאנוקע, כ'האָב געקראָגן דעם אקרע- 
דיטיוו און דײַן בריוו. איך האָב (געקאַנט ווארטן אף א' סאך זאכן, נאָר 
אף אזוינס?.. איך האָב דאָך געװאָלט, דו זאָלסט זײַן ווארעמער אָנגעטאָן, 
און דו זאָלסט ניט גיין באַרװעס. װאָס זשע קאָן איך (מיט דיר טאָן? דײַן 
גליק איז, װאָס איך קאָן אף דיר ניט זײַן בארויגעז, אָבער מיך האָסטו 
ניט געטאָרט אזוי באליידיקן. איך האָב געמיינט, אז דו ביסט מײַן װײַב 
אין איך בין דײַן מאן. לאָזט זיך אויס, אז איך האָב געהאט א טאָעס. ווען 
איך װעל קומען אין קאָמונע, װעל איך דיר גוט אָנבייקערן די ביינער 
דערפאר. און גענוג זועגן דעם. דו פרעגסט, װאָס פאר א זאקאז איך מאך, 
איך מאך איליוסטראציעס צו א רוסיש לערנבוך. איך װעל שוין אינגיכן 
אָפּגעבן די ארבעט. גלײַך האָב איך דיר ניט געשריבן פּאָדראָבנע, װײַל 
איך האָב געמיינט, אז דאָס אינטערעסירט דיך ניט. איצט װעל איך דיר 
שטענדיק שרײַבן װעגן אלץ. און דו, מײַן ,פּרעלעסט", זאָלסט מיר אויך 
שרײַבן מערער וועגן זיך און װעגן די קינדער, װעגן די קי אין װעגן 
די שעפּסן מעגסטו מיר אויך שרײַבן. װאָס האָב איך געדארפט פרעגן 
בא דאָברושינען? כ'האָב דאָך געלערנט כומעש! און אז דו האָסט אָנגע- 
שריבן וועגן יאנקעוון, האָכ איך זיך דערמאַנט די גאנצע מײַסע. לאַװאָן 
איז געווען א פּאָדלעץ, ניט גענוג װאָס ער האָט עקספּלואטירט יאנקעוון, 
האָט ער אים נאַך אונטערגערוקט זײַן טאָכטער לייע מיט די קראגקע 
אויגן, אָבער מיך װעט קיינער ניט אָפּנארן. און די, וועלכע איך האָב 
מיר אויסגעקליבן, װעט זײַן /מײַנע אף אײיביק. ניט אזוי, מײַן לעבן? איצט 
הארף איך דיר װאָגן, אז איך 'האָב גענומען נאָך א זאקאז. װײַל וען איך 
װעל דיך מיט די קינדער נעמען אהער, װעט דאָס געלט ניט איבעריק 
זײַן. אומזיסט 'מיינסטו, אז איך האָב ניט געװוּסט, װי רײַך ודו ביסט, 
פארקערט, דו װעסט נאָך מיר געבן פון דײַן רײַכקײַט. װען איך װאָלט 
ניט געװוסט, װוי רײַך דו כיסט, װאָלסטו מײַן װײַב ניט געװאָרן. איך האָב 
גענומען דעם צווייטן זאקאז דערפאר, װאָס עס קאַן טרעפן, אז א לענגע- 
רע צײַט זאָל איך קיין באשטעלטע ארבעט ניט האָבן. ליידיק װעל איך 
ניט זיצן. װי איך האָב געארבעט אין קאָמונע, געדענקסטו? אזוי קאָן 
איך ארבעטן אויך דאַ. עמעס, דאָ זײַנען ניטאָ קיין קי, און קיין סטעפֿ, 
אָבער עס זײַנען דאָ מענטשן, שטיבער, גאסן -- אין דאָס איז אויך נאטור. 
איך מיין, אז דו פארשטייסט, װוי וויכטיק מײַן ארבעט איז פאר מיר. איך 
דארף נאָר צוגעבן, אז װיכטיקער און ערנסטער פון מײַן ארבעט איז אף 
דער װעלט פאר מיר גאָרנישט ניטאָ! און איך װויל, אז דו װאָלסט עס 
וויסן, אָט איז שוין באלד סאָף אַקטיאבער, באלד װעלן זײַן די נאָיאבער- 
יאָמטױװים, פאר ומיר ציִען זיך אויך די טעג זייער לאנג און נודנע. װי 
דערלעב איך שיין די מינוט, איך װאָל ארויס פון וואגאָן קאם סאקער 
װאָקזאל און איך זאָל דיך ארומנעמען. איך שיק דיר ארויס א ביסל געלט, 


4 


וועסט קייפן (פאד די קינדער װאָס דו וילסט, פאר זיך זאָלסטו גאָרניט 
קויפן, גיי באָרװעס! דאָברושין האָט געבעטן, איך זאָל דיר איבערגעבן 
א גרוס, מײַן איינציקע, מײַן ליבסטע מאדאם ראָטשילד! דײַן נעכעמיע". 

כאנע האָט טאקע געקראָגן דאָס ביסל געלט פון נעכעמיען, ‏ און אזיי- 
וי ד" נאַיאבער-טעג האָבן זיך שוין צוגערוקט, האָט זי געקויפט צוקער- 
קעס אין זי האָט צעטיילט צװישן קינדערהיים פון קאָמינע אין דעם קינ- 
דערחיים פין קאַלװירט , ייִדישער פּויער". דאָרטן האָט כאנען קיין ארבעט 
אייך ניט געפעלט, װער רעדט נאָך איצט, ערעוו יאָמטעו. דער נײַער פאָר- 
זיצער האָט פון ערגעץ געבראכט ברעטער, מע האָט געמאכט פּאָדלאַָגעס 
אין עסצימער, ער האָט אויך פון ערגעץ געבראכט צעראטעס (אף די טישן. 
מע האָט געקוילעט זעקס שאָף, וועלכע װאָלטן בעמיילע ניט לאנג בא- 
לעסטיקט די זינדיקע ערד. אף יאָמטעוו האָט דער בעקער אויסגעבאקן 
אזעלכע גרויסע געפלאַכטענע קוילעטשן, אז מע האָט זיי געבראכט אין 
עסצימער אף נײַע טראָג"ברעטלעך. מע האָט אויך געקראָגן אין "עװופּאטאַ- 
ריע צאפּלדיקע קאמבאלעס. אין די קעכן האָט געמאכט עמעסע געפילטע 
פיש. כאיעלע די גערטנערן האָט געגעבן די לעצטע אויסגעקרימטע ובליי- 
כע איגערקעס. סזײַנען אויך געקומען געסט פון דער קאָמונע ,רויטע 
גווארדיע". זיי האָבן געבראכט א גוזמע היימישן כאזער-ווורשט איז צוויי 
היפּשע פעסעלעך װײַן. פיאַדאָר פּעטראָװיטש איז אויך געקומען. ער האָט 
געבראכט גרויסע קרענץ טרוקענע בייגל, פולע טוטלען מיט צוקערקעס 
און א קאסטן עפּל פארן קינדערחיים. נאָך די ערשטע רעדעס ועגן די 
דערפאַלגן פון ראטנלאנד און װעגן קראך פון קאפּיטאליזם האָט פיאַדאָר 
פּעטראַװיטש אַנגעזאָגט, אז ער האָט געבראכט שטיוול פאר דער שטאל- 
ב"יגאדע. ער האָט אויך געפונען פאר נייטיק צו זאָגן, אז אזויווי ער קען 
כאנע דאװידאַװנען מער װי אנדערע קאָמינארן, גיט ער איבער די דאנק- 
בארקײַט צו איר און (צו דער קאָמונע פאר דער מילך, װאָס אין גענוג 
פעט אין איז נאָך קיין איין מאָל ניט זויער געװאָרן פאר די גאנצע צוויי 
יאָר זינט דער קוראָרט אין סאקי באקומט ומילך, 

נאָך דער פײַערלעכער פארזאמלנג איז אוועק די יאָמטעװודיקע וועטשע- 
רע. אזוינע געגרייטע טישן האָבן די קאָמונארן ניט געזען אף די געוועזע- 
נע יאָמטױיװים, דיי געפלאַכטענע קוילעטשן, די געפילטע פיש, דער פעטער 
כאזער-ווורשט האָבן געצויגן צו זיך די קאָמונארן, װי מיט צוואנגען. די 
וועטשערע האָט זיך פארצויגן (ביזן װײַסן טאָג ארײַן אין בייס כאנע האָט 
באגלייט פיאָדאַר פּעטראָװיטשן, האָט ער זיך צו איר אראָפּגעבײגן פון 
וועגעלע און געפרענט: 

-- איר האָט געלייענט אין צײַטונג דאָס ארטיקל , קאָפּשװינדל פון 
דערפאַלגן"? 

= יא. 

-- איצט וועלן ניט װינציק אראָפּפליִען פון זייערע ערטער, -- האָט ער 
ערנסט כאמערקט, 


אין פלוג האָט כאנע ניט פארשטאנען זײַן מיין, נאָר דערנאָר האָט זי עס 
גוט באנומען.. 

נאָכן אינדערפרייקן געמעלק האָט כאנע זיך געזעצט שרײַבן א בריוו, 

,די ערשטע זאָך װויל איך אראַפּנעמען פון דײַן הארצן די שטיינער, 
מײַן טײַערער, מײַן איינציקער נעכעמיעלע. דו זאָלסט וויסן, און וויסן זײַן, 
אז בייס איך װעל קומען צו דיר, װעל איך ניט זיצן און ווארטן ביז דו 
וועסט פארדינען. דו האָסט דאָך געזען מיט דײַנע אויגן, אז איך בין ניט 
קיין פוילערקע, אין מאָסקװע זײַנען טאקע ניטאָ קיין בעהיימעט און קיין 
סטעפּעס, עס װײַנען אָבער דאָ זאװאָדן, פאכריקן אין נאָך אנשטאלטן, װוּ 
מע דארף האָבן ארבעטער, דו שרײַבסט, אז ווען מיר וועלן זײַן איניינעם, 
וועט געלט ניט זײַן איבעריק. כאָטש עס איז שוין דרײַ יאָר װי איך האָב 
קיין קאָפּעקע ניט געזען אין די אויגן, פארשטיי איך, אז דו ביסט גערעכט. 
ס'איז גוט, װאָס דו האָסט אָנגעשריבן, אז דײַן ארבעט איז װיכטיקער 
פאר דיר װוי אלץ אף דער װעלט. איך פארשטיי דאָס, אָבער עס קימט 
מיר אפילע א האַר ניט אין זינען, אז א קינסטלער מיט זײַן מישפּאַכע 
דארף לעבן בעסער, גרינגער, װי אנדערע האָרעפּאשניקעס. װײַטער װײַזט 
זיך מיר אייס, אז דו האָסט מיך א ביסעלע געװאָלט דערשרעקן. זאָלסטו 
וויסן זײַן, אז איך בין ניט פון די שרעקעדיקע. אָבער טאָמער מיינסטו, 
אז צוליב מיר און צוליב מײַנע קינדער איז דײַן ארבעט אין ריזיקע, זאָג 


איך דיר, אז װאָס א טאָג װײַטער, האָב איך דיך אלץ מער ליב, אז אָן 
דיר איז מײַן לעבן קיין לעבן ניט. דײַן געטרײַע גוטווינטשנדיקע כאנע". 

אָנגעשריבן, ארײַנגעלײגט אין קאַנװערט, אראָפּנעלאָזט דעם בריוו אין 
פּאָטשט-קעסטל לעבן דער קאַנטאָר, איז כאנע אװעק מעלקן. און אף 
מאָרגן, אף איבערמאָרגן, װי נעכטן און הײַנט. ארבעט און ארבעט און 
צווישן דערין די פרייד פין נעכעמיעס בריוו. און זײַנע בריוו זײַנען וגע- 
קומען אלץ אָפּטער און אָפּטער, און כאנע האָט פון דעם געהאט ניט נאָר 
פרייד... אָט האָט נעכעמיע געשר"בן: 

;מײַן איינציקע, מײַן טײַערע, דײַן לעצטן בריוו האָב איך איבערגע- 
לייענט עטלעכע מאָל. װאָס זאָל איך דיר זאָגן? דו' האָסט מיר פּאַשעט 
געװאָרפן א שטיין אין קאָפּ מיט דײַנע צוויי ווערטער ,ביסט פרײַ". װען 
דו ווייסט, װי דאָס האָט מיך געטראָפּן, װאָלסטו ‏ קיינמאָל אזוינס פון דײַן 
מייל ניט ארויסגענראכט. איך האָב דיך ניט געװאָלט באלײידיקן, ניט 
שרעקן, כהאָב געװאָלט, זאָלסט װויסן, אז א קינסטלער גייט אף שטעכע- 
דיקע דערנער. איך דארף דיר זאָגן נאָכאמאָל, אז קונסט איז מיר טײַע- 
רער פון אלץ אין דער װעלט. און אז מײַן ארבעט איז די הויפּט-זאך. 
איך זאָג דיר דאָס נאָכאמאָל, װײַל מער װעל איך קינמאָל וועגן דעם ניט 
ריידן. פארװאָס ענטפערסטו ניט גלײַך אף מײַנע בריוו, װאָס טוסטו אין 


90 


די אָװנטן? עס בלײַבט דאָך דיר די גאנצע צײַט, װאָס איך פלעג בא 
דיר צונעמען. די טעג זײַנען איצטער קורץ, אָבער די נעכט זײַנען אזי 
אומעטיק און צעצויגן,. איך קוש דיך פאר אלע טעג און נעכט, זינט מיר 
זײַנען צעשיידט, דײַנער און דײַנער, װייסט שוין אליין ווער", 

דאָס מאָל האָט כאנע קימאט דרײַ װאָכן קיין בריוו ניט געהאט. זי 
איז געווען זיכער, אז מער קיין בריוו װעט זי שוין פון אים ניט קריגן, 
עס איז דאָ א ווערטל ,גאָט שיקט צו די רעפוע פפאר דער מאקע". גראָד 
דאָס יאָר האָבן די קי אָנגעהויבן זיך קעלבן אינמיטן דעקאנער. כאנע 
איז דורך די נעכט געווען אין קו-שטאל, װאָרעם זי האָט זיך ניט געקאַנט 
פארלאָזן אפן נאכט-סקאַטניק, שלוימע דעם זשמערינקער, װאָס האָט קיי1- 
מאָל אפילע קיין ציג ניט געהאט, 

עס איז שפּעט באנאכט. ,ווענערע" קעלבט זיך, זי שטייט, שטייט, מי- 
טאמאָל טוט זי זיך א וואלגער אף דער ערד, ציט אויס דעם האלדז, פאר- 
ווארפט דעם קאָפּ |און גלעט מיט א ונאק די ערד. איר בויך בערגלט זיך, 
דאָרטן קײַקלט זיך קעסיידער עפּעס איבער. פּלוצעם שטעלט זי זיך אוף, 
רעװעט טויב און באנגלעך, קוקט מיט א ווייטעקלעך-פארווונדערטן בליק 
אפן בויך, װוי זי װאָלט װועלן דערזען דאָס, װאָס ברעכט אף שטיקער איר 
כוטהאשעדרע. כאנע האָט שוין אלץ געטאָן, װאָס מע דארף, און עס דוכט 
זיך איר, אז עס װעט צו דעם קיין סאָף ניט נעמען.. זי גלעט און רײַבט 
דער בעהיימעס בויך, פון דער לאָפּעטקע ביז צום בעקן אראָפּ, שווייס 
פאלט פון כאנעס פּאַנעם אף ,װענערעס" חייסער, פײַכטער מעל. כאנע 
פילט אזא מידקײַט, עס גייען איר אויס די קויכעס. די בעהימע טוט 
א פאל אף דער עֹרד, אלע פיר פיס גיבן זיך א שטרעק מיטאמאָל, כאנע 
שפּרינגט אוף, עס דערהערט זיך א שווער-פּאטשנדיקער כליופּ, און כאנע 
כאפּט אונטער מיט די לעצטע קויכעס א שווארץ-גלאנצנדיק פײַכט ביקל, 
זי װוישט אויס דאָס ביקל מיט אן אויסגעוואשענעם זאק. , מאזלטאָוו", -- 
זאָגט שלוימע, -- ער הייבט אוף דאָס ביקל, טוט אזש א קרעכץ און לאָזט 
וויסן: ,דער רועך האָט עס ניט גענומען, ס'איז שווער, װי בלײַ" --- אין ער 
טראָגט עס אוועק אין קעלבער-שטאל, 

כאנע שפּאנט הין און צוריק איבערן דורכגאנג צװישן די בעהיימעס, 
ביז זי גייט צו צו דעם ווינקל, װוּ עס שטייען ביידע טאטעס פון אלע קעלב- 
לעך. , אמור", א העל-גראָװער , שוועד", ליגט. ,מישקע", א טונקל-רויטער 
,דײַטש", שטייט און מרוקעט. כאנע פילט, אז ער מרוקעט פון הונגער. 
נעמט זי אָן א פולן שופל מיט האַבערנע קלײַען, גייט הינטער-ארום , מיש- 
קעס" קאַרעטע, און װי זי שיט אױס די האָבערנע קלײַען, טוט 
זיך יענער א לאָז, און כאנעס ברוסט-קאסטן איז מאמעש לעבן זײַנע הער- 
נער. א נעס, װאָס זי האָט ניט ארױיסגעלאָזט דעם אײַזערנעם שופל פון די 
הענט. זי האָט זיך ניט פארלאָרן און א זעץ געטאָן מיטן ראנד פונעם שופל 
;מישקען" גלײַך אין די ליפּן ארײַן. ער האָט זיך א ריס געטאַן אף צוריק, 
א טויט-שרעק האָט כאנען ארויסגעשטויסן פון צװישן דער וואנט און קאַ- 


57 


רעטע. א מוירעדיק געשריי האָט קעגן איר ווילן ארויסגעפּראלט פון איר. 
עס האָט געדיערט ביז זי האָט דערהערט, װאָס שלימע האָט גע- 
פרעגט. 

-- װאָס, װאָס זאָגסטו מיר, װוער האָט געשריען? כ'האָנ זיך דאָך 
אופגעכאפּט ניט טויט, ניט לעבעדיק, -- האָט ער איבערגעכאזערט צעטומלט, 

-- שלאָף װײַטער, ס'האָט זיך דיר געכאָלעמט, -- האָט כאנע קימאט 
קאלטבלוטיק געזאָגט. אָבער אינגיכן האָט זי באם פאָרזיצער געפּױעלט, אז 
מע זאָל , מישקען" אוועקגעבן אף פלייש-פארגרייטונג, 

קיין שום זאך, קיין שום פליכטן האלטן ניט אזוי דעם מענטשן באם 
גאָרגל, וי אייגענע טיפע איבערלעבונגען. כאָטש כאנע איז געווען ניט פון 
די, וועלכע האָבן אין זינען נאָר זיך, איז איר איצט געווען אזוי אומדער- 
טרעגלעך ביטער, אז זי האָט זיך מאמעש קיין אָרט ניט געפונען. אפילע 
די קינדער האָבן ניט גרינגער געמאכט איר געמיט. דער קרימער וינטער 
האָט זיך אַנגעהויבן מיט לינדע װעטערן, אפילע נאָך א שניי מיט א רעגן 
האָט די זון ווידער געשײַנט און געווארעמט דורך די קורצע טעג. איצט 
איז געווען װינציקער ארבעט, מע האָט געמאָלקן נאָר צוויי מאָל א טאָג, 
אין סאקי איז כאנע געגאנגען איין מאָל אין צוויי װאָכן. מיטן קוראָרט האָט 
פארוואלטעט אצינד א נײַער מענטש. יעדעס מאָל בייס כאנע איז אהין 
געקומען מאכן די מילך-כעזשבוינעס, האָט זי פארגליכן פיאָדער פּעטראָ- 
וויטשן מיט דעם נײַעם פארוואלטער, און דאָס האָט איר וייטעק ניט גע- 
מינערט. - 


ניט געווען, ניט געווען קיין בריוו פון נעכעמיען, און אָט האָט זי גע- 
קראָגן א טעלעגראמע: , באגעגן דעם 25 דעקאבער, וואגאָן פינף, איך קוש 
דיך, דײַן נעכעמיע". 

דעם טאָג האָט זיך כאנע צונויפגערעדט מיט די מעלקערנס, זיי זאָלן 
אויסמעלקן , אירע" קי, און נאָך האלבער נאכט איז זי מיט א פּֿאָר אָקסן, 
געשפּאנט אין א מאזשארע, אועקגעפאָרן, ריכטיקער אװעקגעקראָכן בא- 
געגענען נעכעמיען. די אָקסן זײַנען געגאנגען פּאװאָליע, די רעדער האָבן 
געסקריפּעט, די צעפלאָכטענע מאזשארע האָט געקרעכצט מיט יעדן שטיקל 
האָלץ, כאנע איז געזעסן, װי אף א הייסער סקאַװורעדע. די נאכט איז געווען 
אן אויסגעשטערנטע, אָבער כאנע האָט ניט געזען גאָרנישט. באטאָג איז 
דער סטעפּ אויך געווען גענוג אײינטאָניק. איצט זײַנען אלע פּראָטים געווען 
צוגעדעקט מיט פינצטערניש. כוץ דעם באדאכטן שפּאנען פון די אָקסן 
סקריפּען און קרעכצן, האָט זי גאָרנישט ניט געהערט, כוץ די ביינערדיקע 
העלדזער און רוקנס פון די אָקסן, האָט זי גאַרנישט ניט געזען. די קאלטע 
נאכט האָט כאנען אלע מאָל אופגעהויבן פון דער מאזשארע, זי איז גע- 
גאנגען פּאזע דער דראבענע, די אויגן האָט זי צום הימל ניט אופ- 
געהויבן, און עס האָט זיך געדוכט, אז זי װעט אװי גי גײן, גײן מיט 


98 


די אָקסן און װעט פארשפּעטיקן צו באגעגענען נעכעמיען. צײַטנװײַז איז 
זי' האסטיק געלאָפן, אריבערגעיאָגט די אָקסן, דערנאָך געלאָפן צוריק. צום 
סאקער װאָקזאל איז זי אָנגעקומען מיט צוויי שא פאר דעם װי דער צוג 
האָט געזאָלט קומען. זי האָט ניט פארגעסן, אז אין ‏ זאגאָטזערנאָ' דארף 
ליגן מאקוכע פאר די קי. האָט זי געלאָזן די אָקסן מיט דער מאזשארע הינ- 
טערן װאָקזאל און אוועק אין , זאגאָטזערנאַ", 

אין הויף זײַנען געשטאנען מאזשארעס פון דער קאָמונע די ,רטע 
גווארדיע", פון קאָלװירט ,ייִדישער פּויער", פון דער קאָמונע ;יונגוואלד", 
אף א מאזשארע זײַנען געזעסן צוויי קאָמונארן פון דער ,רויטע גווארדיץ" 
און האָבן אזוי צוגעביסן, אז כאנען איז געװאָרן ניט גוט. איינער פון די 
קאָמונארן האָט זי דערקענט און א געשריי געטאָן: 

-- קום אהער, עס װעט קלעקן פאר דיר אויך! -- און ער האָט דער- 
לאנגט כאנען א היפּשע שטיק כאזער-פלייש און א שטיק וייצן ברויט. װי 
נאָר כאנע האָט אראָפּגעשלונגען די ערשטע ביסנס, איז איר געװאָרן אזי 
ווארעם, אז זי האָט צעשפּיליעט דעם וואטניק, 

-- סאיז גאָר אן אנדער זאך, אז מע ליגט ארײַן הייץ-מאטעריאל, 
ניטאָ װאָס צו דאנקען. זעץ זיך אויך צו אף דער מאזשארע. פון , זאגאָט- 
זערנאַ" װוערט מען אזוי גיך ניט אויסגעלייזט. װעסט עסן מיט אונדז וואר- 
מעס אויך, מיר זײַגען ניט אזוי איידל געפּאצקעט, װי אנדערע. מיר עסן 
אלע טאָג דרי מאָל. -- האָט זיך געכאַכמעט דער קאָמונאר און צוגעפּינטלט 
צו כאנען, | 

-- ווארמעס-צײַט װעל איך זײַן זאלבעצווייט,. -- האָט כאנע אַנגעזאָגט, 

-- װאָס טויג דיר זאלבעצווייט. גיי ניט אוועק, װעלן מיר זײַן זאלבע- 
דריט, -- האָט זיך יענער ווידער געװויצלט, 

אָבער כאנע האָט עס שין ניט געהערט. זי איז האסטיק אװװעק צום 
װאָקואל. עס האָט זיך איר פּלוצעם אויסגעוויזן, אז נעכעמיע ווארט שױן 
דאָרטן, 

וי פון פּעך, האָבן זיך געצויגן די לעצטע מינוטן, כאנע האָט אזי 
געווארט, אזוי ארויסגעקוקט, אז בייס דער צוג איז שטיין געבליבן, איז 
כאנע פארבײַגעלאָפן דעם פינפטן ואגאָן. אָן אן אָטעם איז זי געלאַפן צו- 
ריק און ארײַנגעפאלן גלײַך אין נעכעמיעס צעשפּרײטע אָרעמס. ער האָט 
זיך מיט איר איניינעם א דריי געטאָן, װי ער װאָלט געהאלטן א קינד אף 
די הענט. דערנאָך זי אָפּגעלאָזט, אָנגעקוקט, צוגעפאלן, זיך אײַנגענורעט 
אין איר וואטניק, זיך אָפּגעריסן פון איר, ווידער זי אָנגעקוקט און דער- 
שראָקן געפרעגט: 

-- כאנוקל, דו ביסט געזונט? איך דערקען דיך ניט, דו ביסט בלייך 
און אזוי אויסגעמאָגערט, 

כאנע האָט אים זייער געװאָלט בארויקן, זי האָט זיך אָבער אזוי צִץ- 
וויינט, אז זי האָט קיין װאָרט ניט געקאַנט זאָגן, 


99 


--- וויינסט? װאָס טוסטו? מער װעלן מיר זיך ניט צעשיידן -- האָט 
ער שטיל גערעדט און אויסגעקושט אירע אויגן און אירע נאסע באקן. 


שפּאנען זיך אזוי די אָקסן באדאכט און פּאמעלעך, סקריפּען די רע- 
דער, קרעכצט די מאזשארע, סווארעמט די זון, ס'צאפּלען די פארוויא- 
נעטע גרעזער פון גרינגן ווינט, און אפן דעק פון מאזשארע זײַנען צווייען 
צונויפגעצווילינגט. ,מײַן נעשאָמע, מײַן טײַער קינד, מײַן גליק" -- פליס- 
טערט נעכעמיע. , מײַן זונעלע, מײַן כאָלעם, מײַן אָטעם און מײַן לעבן" -- 
פּרעפּלט כאנע גלײַך אין נעכעמיעס אוער ארײַן. דערנאָך קוקן זי לאנג 
איינער אפן אנדערן, זיי קוקן אין מעסוקעסדיקן שװײַגן. און ס'דוכט זיך, 
אז זייערע שווארצאפּלען פלאטערן ארײַן פון איינעם אינעם אנדערן. 
די שטומע איידעס, די אָקסן, דער הימל, דער סטעפּ, דער ליכטיקער 
הימל-גורט טוליעט זיך ווייך צום טונקעלן ערד-זוים, אלץ איז אזוי אומ- 
פארמײַדלעך, װי נעכעמיעס און כאנעס באגעגעניש. עס שפּאנען די אָקסן 
באדאכט און פּאמעלעך, זייערע בידנע אנגלען פון די קינען רײַבן די קארגע 
אראָפּגעשלונגענע און צוריק ארופגעבראכטע הארטע שטרוי. אזוי מאלא- 
גיירען זיי גלײַכגילטיק און רעגלמעסיק און הייבן ניט אָן צו װיסן, װאָס 
געשעט איצט אין מאזשארע. 


געקומען אין קאָמונע, האָט זיך כאנע דורכגערעדט מיטן פאָרזיצער און 
געפּױעלט, אז מע זאָל אירע שכיינעס -- כעװעדן מיט ריווקען -- ארײַג- 
זעצן אין דער פרויען-צוזאמענוווינונג. און אף מאָרגן איז זי מיט געכעמיען 
געװאָרן באלעבאטים פון אן , אייגענעם" צימער. 

אין יענער צײַט, פּונקט װי אין אונדזער צײַט, איז גאָר קיין סװאָרע 
ניטאָ, אז מע זאָל קאַנען זײַן אָפּגעשלאָסן פון דער װעלט. נאם אָװנטיקן 
געמעלק האָט כאנע אויסגעזען ביז גאָר יאָמטעװדיק. די מעלקערנס און 
די סקאַטניקעס, װי איר האָט זיך אויסגעוויזן, זײַנען געװען צו איר גוט 
און צוגעלאָזט, די ארבעט איז געגאנגען, װי אף פּוטער. נאָכן געמעלק און 
נאָך דער איבעריקער ארבעט איז זי געלאַפן צו נעכעמיען. ער האָט ארויס- 
גענומען פון טשעמאָדאן אֹ בלוי קלייד, עס צוגעלייגט צוֹ כאנעס אקסלען 
און אײַנגערעדט: 

-- זע אליין, װונדערלעך! 

דערנאָך האָט ער ארופגעװאָרפן אף אירע אקסלען א קרעמעװע גע- 
פרענדזלטע דינע פאטשיילע און אָנגעקװאָלן, קוקנדיק אף איר. פאר די 
קינדער האָט ער אויך געבראכט קליידעלעך און שיכעלעך, נאָר דאָ האָט 
כאנע דערווידערט. 

-- מײַנע קינדער וועלן גיין אין עסיק און אין האַניק? 

-- פארװאָס עפּעס דײַנע? אונדזערע! כ'האָב געבראכט פאר די איבע- 
ריקע אויך. דאָס איז ערשטנס, צווייטנס, װעלן מיר דאָך אװעקפאָרן. װאָס 


00 


קוקסטו אף מיר? אוואדע װעלן מיר אװעקפאָרן, קום, זעץ זיך לעבן מיר 
אפן בעטל, 

אזוי זײַנען זי געזעסן אפן בעטל און א רעכטע װײַלע געשוויגן. פּלוצעם 
האָט זיך כאגע דערמאַנט און געפרעגט: 

-- נעכעמיעלע, דו ביסט ניט הונגעריק! 

-- און דו? 

-- ס'איז מיר אזוי גוט, אז איך וויל אפילע ניט עסן. 

-- װילסט יאָ, ווילסט ניט, אָבער מע דארף גיין, -- האָט עֹר געזאָגט. 

דאָס עסצימער האָט איצט אויסגעזען גאָר אנדערש. די העלע צערא- 
טעס, װאָס דער פאָרזיצער האָט געבראכט אף די נאָיאבער-טעג, זײַנען 
געלעגן אף די טישן, די הילצערנע פּאָדלאָגע איז געווען אויסגעוואשן, קיין 
קראָקװעס האָבן שוין אויך ניט געסטארטשעט -- זי זײַנען געווען באהאלטן 
אונטער א סופיט פון אָפּגעהובלטע ברעטער. די פענצטער און די טירן 
זײַנען געווען אויסגעפארבט מיט העלער פארב. דאָס עסן איז שוין אויך 
געווען ניט דאָס, װאָס זומער: אף די טישן זײַנען געשטאנען געזײַערטע 
פּאָמידאָרן, ברינדזע, פריש ברויט און בא יעדן אליומינעווע קװערטל מיט 
טיי איז געלעגן א ציגעלע צוקער. די מערהײַט קאָמונארן האָבן שוין אָפּגץ- 
געסן. אָבער די, וועלכע זײַנען נאָך געזעסן בא די טישן, בייס כאנע מיט 
נעכעמיען זײַנען ארײַנגעגאנגען, האָבן אויסגעשריען: 

-- כאנע, שטעל לעכאיִם! כאווער כודאָזשניק, קוקט זי אָן, איר האָט 
ארײַנגעבלאָזן אין איר א נײַע נעשאָמע. 

-- אין װעמען אין איר, אין מײַן כאנען? -- האָט נעכעמיע געלאסן 
געפרעגט. זײַנע ווערטער האָבן געמאכט דעם געהעריקן אײַנדרוק -- עס 
איז שטיל געװאָרן, 

נאָכן עסן האָט כאנע מיט נעכעמיען אװעקגעטראָגן די קליידעלעך, 
די צאצקעס, די צוקערקעס, װאָס ער האָט געבראכט פון מאָסקװע פאר 
די קינדער, 

װאָס ס'האָט זיך געטאָן אין קינדערהיים, איז שווער איבערצוגעבן. דעם 
אָװנט האָבן זיך די קינדער געלייגט שלאָפן מיט צוויי שאַ שפּעטער, וי 
געוויינלעך, 

בייס כאנע מיט נעכעמיען זײַנען נאָכן באזוך אין קינדערהיים צוגע- 
גאנגען צו דער טיר פון זייער צימער, האָבן זיי דערהערט פריילעכע שטי- 
מען. געעפנט די טיר, האָט כאנע ארױסגעלאָזט א פריידיק געשרי-- 
ניט אזוי דערפון, װאָס דאָ איז געווען כאיעלע, שימקע, עפראַיִם דער טשא- 
באן, ניט אזוי דערפון, װאָס דאָ איז איצט געווען א טיש, עטלעכע בענק- 
לעך, -- דאָס געשׂריי האָט כאנע ארױיסגעלאָזט, װײַל דעם צימער איז ניט 
געווען צו דערקענען. דאָס פענצטער איז געווען פארפּוצט מיט א פאָרהאנג 
פון געלער מארליע. דער טיש -- פארשפּרייט מיט רױטן ציץ, און אין 
א קאָנסערוון-פּושקע זײַנען געשטאנען קװייטן, לעבעדיקע בעסמערטניקעס. 
זי קאָנען שטיין אָן וואסער יאָרנלאנג און בלײַבן באם קאָליר, דאָס עלעק- 


1 


טרישע לעמפּל האָט גראָד אויך געברענט. באקוקט די דאָזיקע גרויסארטי- 
קײַט, האָט כאנע אופגעװאָרפן כאיעלען: 

-- דאָס איז דײַן ארבעט? װוּ האָסטו גענומען אקריכין פאר דער מאר- 
ליע? 

-- אָבער ס איז שיין? -- האָט כאיעלע געפרעגט און זיך צעלאכט, 

די טיר האָט זיך געעפנט, און עס האָבן זיך באוויזן לייבקע דער טראק- 
טאָריסט, שאכנע דער שמיד און רוּווקע דער פארקויפער, 

-- רוּווקע, אף דיר לייגן מיר חײַנט גרויסע האָפענונגען, -- האָט כאיע- 
לע צו אים געזאָגט. 

רוווקע האָט אף איר א קוק געטאָן און איז נעלעם געװאָרן. מע האָט 
שוין אויסגעזונגען א היפּשע צאָל לידער, מע האָט שוין ניט איין מאָל גע- 
זאָגט נעכעמיען , מאזלטאָװו". כאיעלע האָט שוין געבראכט א טשײַניק מיט 
געזאָדענער וואסער, און ערשט דאן האָט זיך באויזן רוּווקע. ער האָט גע- 
בראכט א ליימען שיסעלע קאמסא, א לעבל ברויט און אין א שקארמיץ 
צונויפגעקלעפּטע ראָז-בלייכע צוקערקעס. ערשט איצט האָט זיך צעברענט 
א מוירעדיקע סודע, עס איז געװאָרן אזוי היימלעך, טאקע נאָר װי אף א 
כאסענע, אָבער פריילעכער פון אלעמען איז געװען כאנע. זי האָט דאָס 
מאָל געזונגען אזוי הארציק, אזוי דווייקעסדיק, אז נגעכעמיע, װאָס איז לע- 
כאטכילע געזעסן אפן בעטל לעבן איר, האָט זיך אופגעהויבן, שטיין גע- 
בליבן אנטקעגן און די גאנצע צײַט קיין אויג ניט אראָפּגעלאָזט פון איר, 

-- ווען װעט מען גיין צו דער כופּע? -- האָט כאיעלע געװאָלט וויסן, 

-- ערשטנס, איז שוין לאנג נאָך דער כופע. צווייטנס, װעלן מיר גיין 
צו דער כופּע, ווען מײַן כאנעלע װעט װעלן, -- האָט נעכעמיע געשטילט 
אלעמענס גײַגעריקײַט, 

װײַט נאָך האלבער נאכט זײַנען אלע אוועקגעגאנגען. ענדלעך האָט כאנע 
געפרעגט: 

-- נעכעמיעלע, פארװאָס האָסטו אזוי לאנג ניט געשריבן און װאָס 
ביסטו אזוי פּלוצעם געקומען? 

-- שרײַבסט מיר אָן ניט מער און ניט װינציקער, אז איך זאָל לא- 
שטשען מײַנע געמעלןן!.. איצט ווייסטו שוין, פארװאָס איך בין אזוי פּלוצעם 
געקומען, איז גי אהער און גיב מִיר א קוש. 

-- אײַ, האָסטו גוט געטאָן, איך קאָן דיר גאָר ניט זאָגן, װאָס פאר 
א מאָלאַדעץ דו ביסט. אָבער אײַל זיך ניט אזוי, כוועל דיר שין געבן 
א קוש. 


די צײַט איז געגאנגען װי אלעמאָל, האָרעוואניע האָט זיך ניט גע- 
מינערט. כאנע פלעגט קומען פון דער ארבעט אזא מידע, אז זי איז מאמעש 
געפאלן פון די פיס. און אין איינעם אן אָװנט, ווען זי איז ארײַנגעגאנגען 
אין צימער, האָט זי דערזען נאָך א געלעגער, 


7 : 02 


-- פונוואנען האָסטו דאָס גענומען? -- האָט זי געפרעגט בא נעכעמיען, 

-- איך בין אוועק צו דער נײַער שטוב, כ'האָב געבעטן בא די סטאַ- 
ליערס, האָבן זיי מיר געגעבן עטלעכע אָפּגעהובלטע ברעטער, זעסט, כ'האָב 
זיי אוועקגעלייגט אף ציגל. א סעניק האָט מען מיר געגעבן אין צוזאמען- 
װוינונג, לײַלעכער האָב איך געבראכט, װעסטו טאקע איצט קענען אָפּרוען 
עטלעכע שאָ, -- האָט נעכעמיע דערקלערט, 

ס'פלעגט אָבער אָפט טרעפן, אז כאנע האָט זיך צוגעזעצט צו נעכץ- 
מיען אף זײַן געלעגער און וי פון זיך אליין גענומען דערציילן װעגן שטעטל, 
ועגן דער קינדהײַט. אזויווי כאנע האָט אלצדינג אויסגעצייכנט געדענקט, 
איז איר דאָס ניט שווער אָנגעקומען. איצט האָט זי טאקע דערציילט: , קיין 
טאטן האָב איך ניט געהאט, דעם שטיפטאטן וויל איך אפילע ניט געדענקען, 
פונדערװײַטנס האָב איך מײַן מאמע האָלט, אָבער קינדװײַז האָב איך ז 
ניט געקאָנט אָנקוקן. זי האָט דאָך געװוסט, אז דער שטיפטאטע שלאָגט 
מיך, און זי האָט זיך קיינמאָל ניט אָנגענומען פאר מיר, איינמאָל האָט די 
באָבע דערזען, װי ער מיימעסט מיך, האָט זי מיך ארויסגעריטן פון זײַנע 
הענט און פון דעמלט אָן בין איך געבליבן בא דער באָבען מיטן זיידן. מײַן 
זיידע איז געווען אָן א גאל און ער האָט געהאט סמיכעס". 

-- װאָס איז דאָס סמיכעס? 

-- ער האָט געקאָנט זײַן א ראָוו. איך געדענק, װי עס זײַנען געקומען 
די שעגסטע באלעבאטים און זי האָבן אים געבעטן, ער זאָל ווערן ראָו אין 
שטעטל, אָבער דער זיידע האָט צו זיי געזאָגט: גייט אײַך געװונטערהייט, 
א דאנק פארן קאָװעד, איך װעל שוין בעסער לעבן פון מײַן מעלאַכע, פון 
מוליערל, װאָרעם איך האָב קיין װאָג ניט פאר מײַנע אייגענע אוויירעס, 

-- װאָס איז עס אוויירעס, כאנעלע? 

-- געכעמיע, דו לאָזט ניט דערציילן. געדענק די װערטער, װאָס דו 
פארשטייסט ניט, און נאָכדעם װעסטו מיך פרעגן. הער זשע װײַטער. זומער- 
צײַט פלעגט מען דעם זיידן אוועקפירן אף א גאנצער װאָך. ער האָט געמאכט 
בא פּריצים קאמינען און קאפלנע אױיוונס. די באָבע האָט זיך אויסגעלערנט 
פארבעריי, דעריבער האָט זיך דער זיידע אָפט געבייזערט. עס פעלט דיר 
אף דער װאָך, צי, כאָלילע, אף שאבעס? װאָס דארפסטו אײַנרײַסן וועלטן 
וי איך ווייס ניט װער! אָבער דאָס האָט ניט געהאָלפן. די באָבע האָט זיך 
געטאָן, װי זי פארשטייט. און מיך האָט זי קײינמאָל ניט געלאָזט זיצן א 
מינוט ליידיק. איך האָב געדארפט יעטן דעם גאָרטן, ראמען די שטוב, העלפן 
טראָגן וואסער,ן װאָרעם צו פארבערײַ דארף מען האָבן א טאך וואסער. געץ- 
װיס האָב איך בעסער געװאַלט ארומלויפן װי אלע מיידעלעך, אָבער איך 
האָב קיין צײַט דערוף ניט געהאט. אז איך פלעג זיך צעקריגן מיט דער 
באָבען, פלעג איך אנטלויפן צום פעטער הירשע דעם מילנער, דערנאָך.. 
דערנאָך איז לאנג צו דערציילן, צו פערצן יאַר בין איך אנטלאָפן פון שטוב, 
און צו אכצן יאָר בין איך אָנגעקומען אין קאָמונע, 


03 


-- איצט פארשטיי איך, פארװאָס דו האָסט מיר געשריבן אזוינע בריון, 
איך בין גאָר ניט אזא, װוי דו. איך בין א שטילער, א פּאָסלושנער, כ'האָב זיך 
געלערנט אין שול און געמאָלט אלץ, װאָס איך האָב געזען, און װוּ עס האָט 
זיך געלאָזט. איך האָב דערפאר ארײַנגעכאפּט א פײַן פּעקל קלעפּ, װאָרעם 
איך האָב געמאָלט מיט קוילן אף די ווענט, מיט קרײַד אפן טיש, האָט עס 
די מאמע ניט געקאַנט לײַדן. דער טאטע איז געשטאָרבן פון טשאכאָטקע, 
ס'איז געווען בא אונדז א פולע שטוב קינדער, מײַן עלטערע שוװעסטער 
האָט זיך אויסגעלערנט פּראָװיזאָר און איז אװעקגעפאָרן קיין קאָסטראָמא, 
זי האָט דאָרטן געארבעט אין אן אפּטײק, האָט זי צוגעשיקט עטלעכע רובל 
און איך בין אװעקגעפאָרן צו איר, אין קאָסטראָמא זײַנען אין צוואנציקסטן 
יאָר געקומען א סאך אינטעליגענטן פון פּעטראַגראד און פון אנדערע שטעט, 
איז אהין אויך געקומען איינער א מאָלער -- ניקאָלײַ ניקאָלײַעװיטש קופּ- 
רעיאנאָוו, מיט איין װאָרט, מײַן שוועסטער האָט אװעקגעטראָגן צו אים 
מײַנע געמעלן. ער האָט דעמלט גראָד געעפנט א מאָלער-שול, האָט ער מיך 
אהין צוגענומען. אין צוויי און צוואנציקסטן יאָר איז ער אװעקגעפאָרן קיין 
מאָסקװע און געװאָרן א פּראָפּעסאָר אין ,ווכוטעמאס" און דעמלט האָט ער 
מיך אהין ארויסגעפאָדערט, מײַן שװועסטער האָט מיר געגעבן אפן װעג 
צוויי הערינג, א האלב לעבל ברויט און דערמיט בין איך אװעקגעפאָרן קיין 
מאָסקװע. כ'האָב אויסגעהאלטן דעם עקזאמען אף איסגעצייכנט. װי דו 
זעסט, בין איך געװאָרן א מאָלער. אָבער ס'איז דאָך שוין זייער שפּעט, און 
מע דארף זיך לייגן שלאָפן, | 

ניט אזוי גיך טוט זיך, װי עס רעדט זיך. כאנע האָט זיך קוים ארויסגע- 
גליטשט פון זײַנע הענט, און אין א קורצער װײַלע ארום איז זי געלאָפן 
איבערן הויף צו דער קו-שטאל. איינציקע בלייכע, קאלטע שטערן האָבן גע- 
קוקט אין הימל, כאנע איז געלאָפן אין צעשפּיליעטן וואטניק, זי האָט ניט 
געפילט, װוי די קילקײַט טוליעט זיך צו איר. אין שטאל האָט זי ניט געהערט, 
װאָס די מעלקערנס ריידן, זי האָט אפילע ניט געהערט, װי די בלעכענע 
עמערס און די בידאָנעס קלימפּערן, װײַל זי איז געווען באטויבט, װי פון 
גלעקער-געקלאנג, פון די אופגעקומענע, אזוי געגארטע געפילן, װאָס האָבן 
זי אינגאנצן באהערשט, | 


כאנעס טעג זײַנען איצט געפלאָסן אין קעסײידערדיקער פרייד. קוים 
האָט זי געענדיקט די ארבעט אין קו-שטאל, איז זי געלאָפן צו ,איר" צימער, 
װאָרעם דאָרטן זײַנען אלע טאָג אופגעקומען װוונדערלעכע זאכן. געכעמיע 
האָט דאָך איצט ניט געקאַנט מאָלן אין סטעפּ, האָט ער געמאָלט אקווארעל- 
פּאַרטרעטן און בלײַשטיפט-פּאָרטרעטן פון די קאָמונארן. װי נאָר כאנע 
פלעגט ארײַנגיין אין צימער, האָט ער אויסגעלייגט דאָס, װאָס ער האָט גע- 
מאכט פארן טאָג, אף די געלעגערס, און כאנע איז געווען אויסער זיך. ניט 
איין מאָל האָט זי געבעטן: 


64 װגאנעקסז .ון 4 


-- נעכעמיעלע, כאפּ ניט צו. לאָז, דאָס איז דאָך לייבקע-טשארלי, ער 
איז װי אױסגעגאָסן, | 

נעכעמיע האָט געשמייכלט, אמאָל שטיל באמערקט: 

-- כאנוקעלע, דו פארשטייסט נאָך ניט, דערפאר לויבסטו. | 

-- ביסט גערעכט, אָבער װאָס זאָל איך טאָן, אזו עס געפעלט מיר 
פאָרט, | 

-- עס געפעלט דיר? קוק און שװײַג, 

האָט זיך טאקע כאנע אויסגעלערנט קוקן און שװייגן. 

אין די אָװנטן איז זי מיט נעכעמיען אָפט געגאנגען צו די קינדער. ער 
פלעגט צוגרייטן פירקאנטיקע שטיקעלעך פּאפּיר און מאָלן פאר די קינדער 
פערד, לאַשעקעס. ניט זעלטן האָבן זיך די אַװנטן געענדיקט מיט טרערן, 
װײַל די קינדער האָבן ניט געװאָלט, אז נעכעמיע מיט כאנען זאָלן אוועקגיין, 

װאָס א טאָג װײַטער, האָט כאנע אלץ מער געפילט, אז זי קאָן ניט לעבן 
אָן נעכעמיען. זי האָט אָבער גוט געזען, אז ער קאָן אויך ניט זײַן אָן איר, 
טאָמער האָט זי זיך צוליב עפּעס פארהאלטן אף דער ארבעט, איז ער שוין 
געווען אין שטאל. ס'איז דערגאנגען דערצו, אז כאנע האָט פאר אים נְצִי 
קראָגן א וואטניק און ער האָט געהאָלפן רייניקן דאָס מיסט, פאנאנדערלייגן 
מאקוכע אין די קאָרעטעס. אוב ניט דאָס, איז ער געשטאנען מיט א בלאָק- 
נאָט און מיט א בלײַקע און האָט געצייכנט די מעלקערנס, די בעחיימעס, 
דעריבער האָט שלוימע דער נאכט-סקאַטניק צו אים געזאָגט: 

-- ס'איז בעסער א פויגל אפן צװײַגל, איידער צוויי אין שטײַגל, איר 
דארפט שוין ניס פאָרן אין אײַער מאַסקװע, די קאָמונע פּאַליבעט אײַך. 

-- די קאָמונע איז טאקע גוט, -- האָט נעכעמיע געזאָגט. 

אין די טעג, ווען כאנע פלעגט פאָרֹן קיין סאקי, איז נעכעמיע מיטגע- 
פאָרן מיט איר. איינמאָל האָט כאנע ניט געװאָלט, ער זאָל מיטפאָרן, עס איז 
געווען קאלט, ס'איז אויסגעפאלן א שניי, און זי האָט געפּױעלט בא אים, 
ער זאָל בלײַבן אין דער היים. א גאנצן טאָג האָט ער געארבעט און פאר- 
נאכט אוועק באגעגענען כאנען. נאָר ס'איז אוועק א געדיכטער שניי, און 
ער האָט זיך אומגעקערט. בייס כאנע איז געקומען פון סאקי, האָט זי גע- 
טראָפן געכעמיען אין דרויסן בא דער שטוב. ער האָט פאנאנדערגענומען 
די פּאָלעס פון זײַן מאנטל, זי צוגעטוליעט צו זיך און מיט א פארכאפּטן 
אָטעם געפרעגט: 

-- װוּ ביסטו געווען אזוי לאנג?! 

-- דו האָסט שוין געגעסן, נעכעמיע? 

-- װאָס פרעגסטו גארישקײַטן, װאָס עסן? כ'האָב געמיינט, אז איך 
װער מעשוגע. 

-- איך האָב גראָד יאָ געגעסן. קום, כ'האָב גוטע נײַס, -- האָט כאנע 
געזאָגט פול מיט פרייד, אזוי, אז ער האָט זיך אזש געפילט געטראָפֿן, 

אָבער הערנדיק װאָס כאנע דערציילט, האָט ער זיך אויך געפרייט ניט 
װינציקער פון איר, 


05 


-- איך ווייס ניט, צי דו װײיסט, װאָס איז געשען מיט פיאָדאָר פּעטראָ- 
וויטשן. ער איז זייער א גוטער מענטש, דאָס האָט ער מיר געהאָלפן אָפּשיקן 
דעם אקרעדיטיוו. װאָס זאָל איך דיר לאנג ברײַען, איך קום הײַנט אין סא- 
קי, גי ארײַן אין דער קאָנטאָר, פיאָדאָר פּעטראָװיסש איז דאַָ! ער האָט מיר 
דערציילט, אז מע האָט אים אראָפּגענומען פון דער ארבעט דערפאר, װאָס 
ער האָט געהייסן די אויפעס מיט די גענדז ארײַנעמען אין דער קאָלווירטי- 
שער באלעבאטישקײַט. מיט איין װאָרט, מע האָט זיך געכאפּט, או עס איז 
א טאָעס, און מע האָט אים אופגעשטעלט. איך האָב הײַנט ניט נאָר געגעסן 
ווארמעס אפן קוראָרט, כ'האָב אויסגעטרונקען א גלעזל בראנפן אויך. 

-- פאר אזא זאך קאָן מען אויסטרינקען!.. איצט טו א קוק, װאָס איך 
האָב הײַנט געמאכט. 

-- אָט די געפעלט מיר און אָט די געפעלט מיר, אָבער דו זאָגסט דאָך, 
איך זאָל שװײַגן. 

נעכעמיע האָט געקוקט אף איר און געשמייכלט. -- ער האָט האנאָע גע- 
האט, װאָס זי האָט טרעפלעך געוויזן אף די בילדער, װאָס ער אליין האָט 
אויך גערעכנט, אז זי זײַנען אים געראָטן, 

איצט, אז נעכעמיע איז געווען מיט כאנען איניינעם א סאך מערער, װי 
פאר זײַן אװעקפאָרן, האָט ער גוט פארשטאנען, װאָס פאר א מענטש זי איז. 
סזײַנען אָבער אויך געווען סיבעס, װאָס האָבן א ביסל פארשאָטנט זײַן גע- 
מיט. ער האָט געזען, אז כאנע איז ניט אינגאנצן די, װאָס זי איז געווען. 
ער האָט איצט ניט געהערט פון איר קיין פעפערדיקע װערטער בא דער 
ארבעט, זי האָט ניט געמוסערט די מעלקערנס, זיך ניט געבייזערט אף די 
סקאַטניקעס, שוין אָפּגערעדט דערפון, אז מיט אים, מיט געכעמיען, איז זי 
געווען אזוי נאָכגיביק, פאָלגעוודיק, און גראָד דאָס פלעגט אים אָפט פארו- 
מערן. נעכעמיע האָט עס ניט געװאָלט, אים איז בעסער געווען צום הארצן 
איר װידערשפּעניקײַט, און ער האָט ניט פארשטאנען, פארװאָס זי האָט זיך 
אזוי געביטן. ניט איין מאָל האָט ער זיך דערמאָנט דעם מישפּעט, דערפאר 
װאָס כאנע האָט געשלאָגן די פּאסטעכער, און ער איז געװען זיכער, אז 
איצט װאָלט זי אזא זאך ניט געטאָן. 

אנומלטן האָט ער זי א פרעג געטאָן: 

-- כאנוקעלע, פארװאָס ביסטו געװאָרן אזא פּאָדאטליוע, אזא שטילע? 

-- וי זאָל איך דיר דאָס זאָגן? פארשטייסט, איך זע, אז דו אליין ביסט 
אויך א שטילער. דו טוסט זיך דײַן ארבעט און דו שװײַגסט. עמעס, איך 
ווייס, אז ניט אלץ, װאָס מע זאָגט אין דער שטיל, איז קלוג, און ניט אלץ, 
װאָס מע זאָגט אין דער הייך, איז נאריש, אָבער איך זע דאָך, אז איך זאָג 
אפילע אין דער שטיל, פאָלגט מיך די בריגאדע ניט ערגער װי פריער. אף 
דיר זאָל איך שרײַען? װי פארשטייסטו דאָס ניט? איך בין גאָר ניט פּאָדאט- 
ליווע. כוויל זײַן אזא גוטע און אזא שטילע, װי דו. בייס איך הער, װי 
סרײַסט זיך ארויס פון מיר א געשריי, קאָסט עס מיך געזונט. און איך גיב 
זיך א שוווע, אז איך װעל קיינמאָל-קיינמאָל מער ניט שרײַען. 


00 


-- אוי, טײַערינקע, װאָס פארא , פּרעלעסט" דו ביסט! -- האָט געכעמיע 
דאָס מאָל גראָד יאָ אויסגעשריען. 

כאנע האָט געזאָגט, אז װוען זי שרײַט ניט, פאָלגט איר אויך די ברי- 
גאדע. אָבער דאָס איז געווען ניט נאָר דערפאר, װאָס זי איז געװאָרן שטי- 
לער, עס איז געוװען א וויכטיקע און ערנסטע סיבע, און די סיבע האָט א 
נאָמען -- גליק. די מעלקערנס, די פּאסטעכער, די סקאָטניקעס -- אלע האָבן 
געזען און געפילט, אז אף כאנען רוט די שכינע, זי האָבן געזען, אז זי 
איז אײַנגעהילט אין עפּעס אזוינס, װאָס מאכט זי דערהויבן, און קיין איינער 
פון זיי װאָלט כאנען ניט געקאָנט אָנטאָן קיין הארצווייטעק, 

און די צײַט איז זיך דערװײַל געפלאָסן. נײַיאַר האָבן עטלעכע קאָמו- 
נארן און קאָמונארקעס באגעגנט מיט כאנען און נעכעמיען. לייבקע-טשארלי 
האָט געשפּאנט הין און צוריק איבערן צימער און אויסגעזונגען: 

-- אלע נעכט פון א גאנץ יאָר איז טרוקן אין האלדז, װוּ זשע נעמט 
מען עפּעס אין דער דאָזיקער נא-א-כט?,., 

-- דאָרשטיקע זאָלן דערקוויקט וװערן, הונגעריקע זאָלן געזעטיקט 
זײַן, -- האָט פראָיִם דער טשאבאן אויסגערופן, 

-- אוֹי, ציט אונטערן לעפעלע, -- האָט זיך פּלוצעם דערמאַנט כאיעלע, 

-- גיי נעם א לעק שניי אף דײַן גאָרטן, -- האָט זיך געוויצלט שאכנע 
דער שמיד, 

נא די ווערטער האָט זיך געעפנט די טיר און שימקע דער קאָניוך האָט 
זיך באוויזן. די רעכטע פּאָלע פון זײַן וואטניק איז אָפּגעשטאנען, ער האָט 
ארויסגענומען פון דאָרטן א קײַלעכדיק לעבל ברויט און א פירקאנטיק היפּש 
פּעקל אין א שמאטקע. 

-- װוּ האָסטו דאָס גענומען? -- האָבן אלע מיטאמאָל אויסגעשריען. 

-- בעריעס, גייט נעמט! איך שטיי מיר אזוי מיט דער בײַדארקע און 
מיטן פערד בא סאקער װאָקזאל און איך ווארט אפן פאַרזיצער, זע איך עס 
שפּאנט מיט א פּאַרטפעל דער לערער שאפּירע פון טשעבאָטארקער לאנד- 
ווירטשאפטלעכן טעכניקום. זאָגט עֶר צו מיר: װאָס שטייסטו דאָ, קום. און 
ער פירט מיך צו צום װאָגן, װאָס ווארט אף אים. בעקיצער, דער באלעגאָלע 
פון טשעבאַטארקע האָט מיר געגעבן די מאטאָנע. 

-- לעקיש איינער, האָסט אליין אויך געמעגט צובײַסן, -- האָט כאיעלע 
באמערקט, 

-- א פארשפּעטיקטע אייצע איז א שטיין אפן הארצן. א מעסער האָט 
איר דאָ, ייִדן? -- האָט שימקע זיך געכאָכמעט. 

כאָטש מע האָט װינציק צוגעביסן און כוץ וואסער האָט קיינער קיין אנ- 
דער געטראנק ניט פארזוכט, איז מען געזעסן ביזן װײַסן טאָג ארײַן. מע 
האָט זיך געװונטשן, אז דאָס איין-און-דרײַסיקסטע יאָר זאָל זײַן א גליק- 
לעכס און א געראָטנס, סזאָל זײַן א גוטע גערעטעניש און סזאַלן געבאָרן 
ווערן א סאך קאָמונארלעך. פארװאָס איז כאיעלען באפאלן אזא געלעכטע", 


67 


איז געווען אומפארשטענדלעך, אָבער זי האָט אזוי געקײַכט, אז זי האַט אזש 
גענומען שלוקערצן. 

-- לאך ניט, כײַטשע, גיב בעסער א גרינע אוגערקע, -- האָט שימקע 
אומעטיקלעך געזאָגט. 

אָכער קיינער האָט עס שוין ניט געהערט, װײַל כאנע האָט געזונגען 
;גי איך מיר ארויס אפן גאנעקל" און ,שטערנדל, שטערנדל, בלויער שטא- 
פעטעלע..." זי האָט געזונגען ביזן אינדערפרייִקן געמעלק. בייס זי איז נאָכן 
געמעלק ארײַנגעגאנגען אין צימער, האָט זי געזען װי נעכעמיע שלאָפט 
אין אָנטאָן. זי האָט אים אײַנגעדעקט מיט זײַן מאנטל און מיטן אנטליענעם 
וואטניק. שטילערחייט ארויסגעגאנגען און איז אינגיכן צוריקגעקומען מיט 
א שיסעלע ארבעסענע קאשע. נעכעמיע איז שוין ניט געשלאָפן. כאנע האָט 
זיך געזעצט אפן בעטל לעבן אים און זיי האָבן ביידע געגעסן -- א לעפל 
קאשע זי, א לעפל קאשע ער. 


עס האָט זיך ארויסגעוויזן, אז דער נײַער פאָרזיצער איז גאָר ניט אזא 
שלימאזל, וי די קאָמונארן האָבן לעכאטכילע געמיינט. ניט קוקנדיק אף 
דער גאנצער באלעבאטישקײַט, האָט ער געפונען צײַט ארויסצורופן א דע- 
זינפעקציע-בריגאדע פון יעװפּאטאָריע און אין קאָמונע איז ניט געווען צו 
געפינען א וואנץ אף א רעפוע. אף די רו-טעג האָט מען געקילעט צויי 
שאָף אָדער אן עקסל. אלע קינדער האָבן געהאט שיכעלעך און מאנטעלעך. 
דאָס אויסקומעניש איז געװאָרן געמיטלעכער, גרינגער, אָבער עס האָט זיך 
פארשפּרייט א קלאנג, אז פון דער קאָמונע װעט ווערן א קאַלװירט. קאָמו- 
נארן האָבן אָנגעהױבן דערלאנגען מעלדונגען, אז זיי פארלאָזן די קאָמונע. 

כאָטש כאנע האָט געװוסט, אז זי װעט אינגיכן אװעקפאָרן מיט נע" 

כעמיען, האָט זי נאָך דערװײַל קיין מעלדונג ניט אָנגעגעבן, זי האָט געאר- 
בעט, װי פריִער. בא נעכעמיען זײַנען אויך די טעג ניט אוועק אומזיסט, ער 
האָט שוין געהאט צענדליקער אקװארעלפּאַרטרעטן און צייכענונגען. 
אנומלטן האָט כאנע צו אים געזאָגט: 

-- נעכעמיעלע, װילסט װײַזן דײַנע געמעלן, װעלן מיר אריבערפירן די 
קעלבער אין קאשארע צו די שאָף, די קעלבער-שטאל וװעלן מיר אויסראמען 
און אויסקאלכן, װעסטו דאָרטן קאָנען אויסהענגען דײַנע בילדער. 

-- װאָס פאלט דיר אײַן? ערשטנס, איז קיין גלאָז ניטאָ; צווייטנס, ווייס 
איך ניט, צי די קאָמונארן דארפן דאָס. 

-- ערשטנס, וויל איך וויסן, צי דו דארפסט דאָס. װײַטער איז דאָך 
איצטער ניט זומער, קיין פליגן זײַנען ניטאָ. װאָס װעט שאטן דײַנע בילדער, 
אז זי װעלן הענגען אף די װענט א צװײי-דרײַ טעג? 

-- איך װאָלט זייער װעלן זען מײַנע ארבעטן אף די װענט, אָבער װי 
װעט עס אויסזען אין קעלבער-שטאל? -- האָט נעכעמיע שטיל און פאר- 
טראכט געזאָגט. 


8 


מער האָט כאנע מיט נעכעמיען װעגן דעם ניט גערעדט, אָבער זי האָט 
אלץ געטאָן, װי זי האָט געזאָגט. און ווען נעכעמיע איז ארײַנגעגאנגען אין 
קעלבער-שטאל, האָט ער זיך געװוונדערט, װי ליכטיק און ריין דאָרטן איז. 
דער ראט פון קאָמונע האָט אויסגעטיילט צוויי קאָמונארן און אין גאָענטסטן 
טאָג איז די אויסשטעלונג געעפנט געװאָרן, 

די ערשטע זײַנען געקומען די דערציערנס מיט דער עלטערער גרופּע 
קינדער. די קאָמונארן האָבן זיך פון אָנפאנג ארומגעדרייט שטיל, אקוראט 
וי זי זײַנען שוין ניט איין מאָל געווען אף אן אויסשטעלונג. נאָר פּלוצעם 
האָט זיך געלאָזט הערן: , דאָס איז דאָךר שימקע, גוואלד, זע נאָר, פראַיִם? 
און אָט איז כאיעלע!" 

דער פאָרזיצער האָט א געשריי געטאָן: 

-- שטיל זאָל זײַן! -- און ער האָט געבעטן, אז נעכעמיע זאָל דערציילן, 
צי האָט ער זיך אויסגעשטעלט אין מאָסקװע, צי זײַנען זײַנע בילדער דאָ אין 
א מוזיי.. 

נעכעמיע האָט געענטפערט אף דעם, װאָס דער פאָרזיצער האָט גע- 
פרעגט, דערציילט וװעגן זײַן ארבעט. קימאט א װאָך זײַנען געהאנגען די 
ארבעטן און עס זײַנען געקומען ניט נאָר די קאָמונארן. די סטודענטן פונעם 
טשעבאָטארקער לאנדווירטשאפטלעכן טעכניקום זײַנען געקומען, אױיך 
מענטשן פון די דערבײַיקע קאָלװירטן, עס זײַנען אפילע געקומען באזוכער 
פון סאקער קוראָרט. אנומלטן האָט דער פאָרזיצער געזאָגט צו געכעמיען 

--- אויב איר װילט, קאָן מען מאכן אן אויסשטעלונג אין סימפּעראָפּאָל, 
דאָרטן איז א קולטורעלער אוילעם. סימפּעראָפּאָל איז מײַן שטאָט, און דאָס 
קאָן מען מאכן איינס און צוויי, 

-- א גרויסן דאנק, אָבער אי כאסענע האָבן, אי פאָרן מיט אן אויס- 
שטשלונג קיין סימפעראָפּאָל איז שווערלעך, -- האָט נגעכעמיע געשמייכלט, 

עס האָט ניט געהאָלפן, װאָס כאנע האָט אים אויך צוגערעדט: 

-- איך פארשטיי ניט, דו מאָלסט דאָך ניט פאר זיך. סימפּעראָפּאָל איז 
א גרויסע שטאָט, איצט איז ווינטער, איך קאָן נעמען עטלעכע טעג אורלויב, 
וועסט מיר װײַזן װיָאזוי, װעל איך דיר העלפן, וויפל איך װעל קאַנען. 

אָבער געכעמיע איז געשטאנען אף זײַנעם. א גאנץ לעבן האָט כאנע 
דערנאָך זיך געװונדערט, װאָס זי קאָן נעכעמיען ניט איבעריידן. אזוי װי 
ער באשליסט, אזוי טוט ער. 

די צײַט איז ניט געשטאנען, כאנע האָט װי פריער געארבעט, און וי 
פריִער האָט זי אָפּט געטראכט, אז די קאָמונארן זײַנען ניט קיין אומגעווייג- 
לעכע מענטשן, אָבער צומאָל פלעגט איר מאמעש וויי טאָן דאָס הארץ, װאָס 
זי װעט אינגיכן פארלאָזן די קאָמונע און װעט זיך דארפן צוגעװוינען צו 
גאַר אנדערע מענטשן, צו א נײַער סויווע, וועלכע זי האָט לאכלוטן ניט 
געקענט און ניט געװוּסט. כאָטש ניט אלע קאָמונארן זײַנען צוישן זיך גע- 
ווען פרײַנטלעך, זײַנען אָבער אויך געװען שטארק נאָענטע, הארציקע 
כאוויירים װוי, לעמאָשל, כאיעלע גרינשטיין, שימקע דער קאֲניוך, לייבקע- 


69 


טשארלי, פראַיִם דער טשאבאן. עס זײַנען אויך געווען אזוינע, װאָס כאנע 
האָט ניט געקאָנט אָנקוקן. איינע פון זיי --- פייגע דימענשטיין, װעלכער 
כאנע האָט געגעבן א צונעמעניש , פייגע די רעבעצן'", און דער נאָמען איז 
אזוי צוגעשטאנען צו יענער, אז אוב פייגע האָט אף א פארזאמלונג געבעטן 
א װאָרט, פלעגן די קאָמונארן גאנץ הויך אױסשרײַען; , שטילער, די רע- 
בעצן װויל דאבערן". פייגע איז געווען א הויכע, מיט גרויע אויגן, מיט העלע 
שיטערע גלײַכע האָר. זי האָט געהאט א מיידעלע, אָבער װער דעם מיידעלעס 
טאטע איז געווען, האָט קיינער ניט געװוסט. נאָר איין מאָל נאָך וועטשערע 
האָט שימקע דער קאָניוך ארײַנגעטראָגן קלאָרקײַט אין דער זאך: 

-- הערט אוף, כעוורע, װאָס איז אײַער דײַגע? אָן א טאטן פאר איר 
מיידעלע איז די רעבעצן זיך ניט באגאנגען. 

האָט מען געלאכט, אָבער כאנע האָט געלאכט העכער פון אנדערע. פייגע 
האָט עס פארגעדענקט, װײַל מע האָט עס איר פּינקטלעך איבערגעגעבן. 
איצט, בייס כאנע האָט מיט נעכעמיען געװוינט אין איין צימער, איז פייגע 
געווען פלאם-פּײַער. זי האָט כאנען פון מויל ניט ארױסגעלאָזט, און װי 
אומעטום, האָבן זיך געפונען אזוינע, װאָס האָבן עס אונטערגעטראָגן כאנען 
מער און געדיכטער, װוי פייגע האָט געזאָגט. | 

ווען נעכעמיע האָט געמאָלט פייגען, האָט יענע געפונען א גינסטיקע 
מינוט און געזאָגט: | 

-- כאווער נעכעמיע, אין מאָסקװע דארף מען מיסטאמע זוכן מיידלעך 
באטאָג מיט ליכט? אוב ניט, װאָלט איר דאָך דאָ זיך ניט אויסגעקליבן קיין 
קאלע? 

נעכעמיע האָט זי אָנגעקוקט און שטיל באמערקט: 

-- כאווערטע קאָמונארקע, פאָרט צו קיין מאָסקװע, װעט איר אליין זען, 

מער האָט נעכעמיע ניט געמאָלט פייגען. 

-- איך האָב געענדיקט, -- האָט ער איר געזאָגט. 

-- מאָרגן איז בא מיר א פרײַער טאָג, זאָל איך קומען? -- האָט פייגע 
געפרעגט. 

-- א דאנק. מע דארף ניט. 


כאנע האָט איצט לאכלוטן קיין צײַט ניט געהאט און ס'איז איר אין קאָפּ 
ניט געלעגן צו טראכטן וועגן זײַטיקע זאכן. נעכעמיע האָט געװאָלט, זי 
זאָלן אװעקפאָרן אין פעווראל. כאנען איז אפילע ניט אײַנגעפאלן צו פרעגן, 
,;װוּ װועלן מיר װױינען?". װאָרעם וויבאלד נעכעמיע זאָגט פאָרן, ווייסט ער 
| דאָך, װאָס ער טוט. זי איז געװוען זייער פארווונדערט, וען נעכעמיע האָט 
צו איר געזאָגט;. 

-- כ'האָב שוין דערלאנגט א מעלדונג אין דאָרפסראט, מיר וװעלן זיך 
פארעגיסטרירן און װעלן גלײַך אװעקפאָרן. 

-- אף אױיסװײיניק ווייסטו ניט, וועמען דו האָסט ליב? צו װאָס דארף 
מען גיין אין דאָרפסראט? 


70 


-- איך ווייס און דו וייסט, אָבער איך האָב דערלאנגט א מעלדונג און 
עס װעט זײַן אזוי, װי איך וויל, 

אזוי איז טאקע געװוען. דעם פופצעטן יאנוואר פון איין און דרײַסיקסטן 
יאָר האָט כאנע געמוזט אָנטאָן דאָס קלייד, װאָס נעכעמיע האָט געכראכט 
פון מאָסקװע, די קרעמעווע געפרענדזלטע פאטשיילע האָט איר געכעמיע 
אויך דערלאנגט, און די פרענדז זײַנען גרויסארטיק געפאלן אפן וואטניק, 
שימקע און לייבקע-טשארלי זײַנען געווען די איידעס. קיין מעכוטאַנים האָבן 
אויך ניט אויסגעפעלט. אין פולן באשטאנד איז געקומען די שטאל-בריגאדע, 
כאיעלע, דער פאָרזיצער. נעכעמיע האָט זיך אָפּגעגאָלט, איסגעבונדן א 
שניפּס, די מעכוטאָנים האָבן געהייסן כאנען אױיסטאָן דעם וואטניק, דאָס 
בלויע קלייד האָט איר זייער געפּאסט, 

קיין זאגס-פּאלאץ איז דעמלט ניט געווען, דער דאָרפסראט האָט געמעגט 
זײַן גערוימער -- די מעכוטאָנים זײַנען געווען צונויפגעפרעסט, וי סארדין- 
קעס אין א שאכטל, 

-- שטילער! -- האָט באפוילן דער סעקרעטאר פון דאָרפסראט. און 
האָט אזוי פּאמעלעך און ערנסט צוגעשטעמפלט דאָס פּאפּיר פונעם נײַעם 
פּאַרפאָלק, אז אלע האָבן זיך צעלאכט. 

-- געפונען ווען צו לאכן! -- האָט דער פאָרזיצער זיך געבייזערט, 

פון דאָרפסראט האָבן די מעכוטאָנים אוועקגעפירט דאָס פּאָרפאָלק אין 
עסצימער, און ס'האָט זיך אָנגעהויבן א סימכע. פראָיִם האָט געקערט װעלטן 
מיט זײַן מויל-הארמאָניק, כאנע האָט מיט אלעמען געמוזט טאנצן, אפילע 
געכעמיען האָט מען אויך ארײַנגעדרײט אין א פּאָלקע. ערשט שפּעט באנאכט 
האָבן כאנע מיט נעכעמיען פארלאָזט דעם עסצימער. 


סאָף יאנוואר איז לעבן קינדערהיים געשטאנען די איינציקע לאסט-מא- 
שין, װאָס די קאָמונע האָט פארמאָנט. שימקע האָט געטראָגן צו דער לאסט- 
מאשין כאנעס , פארמעגן", װאָס איז ארײַנגעגאנגען אין איין הילצערנעם 
געלבלעך-געפארבטן טשעמאָדאן. פון קינדערחיים האָט מען ארויסגעפירט 
כאנעס קינדער און כאיעלע איז געגאנגען הינטער זיי מיט א װײַס פּעקל אין 
די הענט, אין וועלכן עס זײַנען געלעגן צוויי קישעלעך. אלע זײַנען געקומען 
באגלייטן די מישפּאָכע. ס'איז זיך ניט באגאנגען אָן טרערן, אַז געזעגענונגס- 
ווערטער, אָן אויסגעשרייען: , פאָרט געזונטערחייט", , קומט צוגאסט"... באם 
װאָקזאל אין סאקי איז שוין געשטאנען פיאָדאָר פּעטראָװיטש. ער האָט 
געבראכט אין א ציכל צוויי לעבלעך ברויט און עטלעכע פּושקעס קאַנסערון, 
ער האָט אויך געהאָלפן ארײַנטראָגן די זאכן און געזעסן אין ואגאָן ביז 
דער צוג האָט גערירט, 

נעכעמיע האָט באזעצט די קינדער, באװאָרנט די זאכן, געכאפּט א קוק 
אף כאנען און אומרויַק געפרעגט: 

-- פארװאָס ביסטו אזוי אומעטיק, כאנעלע? 


--- כ'ווייס אליין ניט פארװאָס. 

-- דו פארגעסט, אז דו פאָרסט מיט מיר? | 

-- איך געדענק, אָבער עס קלעמט דאָס הארץ. 

-- עפשער האָסטו כאראַטע? 

-- זאָל גאָר אזא טאָג ניט אױסטאָגן.. - 

מער האָט נעכעמיע גאָרנישט ניט געפרעגט. אים איז אויך געװאָרן 
אומעטיקלעך. ניט קוקנדיק אף דעם, האָט ער געצײכנט פאר די קינדער 
אלערליי צאצקעס. דאָס עלטערע מיידעלע, פּערעלע, איז פון אים ניט אָפּי 
געטראָטן. די ייִנגערע צוויי זײַנען געזעסן נאָר לעבן דער מאמען. 

און די מאמע, די מאמע איז געוען ניט צו דערקענען. נעכעמיען האָט 
זיך אפילע אויסגעוויזן, אז זי איז אָפּגעצערט געװאָרן. אף די סטאנציעס 
פלענט ער ארויסלויפן פון וואגאָן עפּעס קויפן, אָבער אין יענער צײַט איז 
געווען גאנץ לײידיק אין די װאָקזאל-בופעטן, אזוי אז דאָס ברויט און די 
קאַנסערוון, װאָס פיאָדאָר פּעטראָװיטש האָט געבראכט, איז זייער צוניץ גע- 
קומעז. ערשט אין כארקאָוו האָט נעכעמיען אָפּגעגליקט: ער האָט געקויפט 
פירעזשקעס מיט פּאַװידלע און צוויי גערייכערטע הערינג. כאנע האָט קי- 
מאט ניט געגעסן, אף איר קוקנדיק האָט נעכעמיע אויך פארלוירן דעם אפּע- 
טיט. קימאט פיר מעסלעס האָט געדויערט די רײַזע ביז מאַסקװע. כאנע האָט 
זייער װינציק גערעדט. פּלוצעם-פלעגט זי א זאָג טאָן צו נעכעמיען: 

-- ס'איז שוין פינצטערלעך, מע האָט שוין אױסגעמאָלקן די קי. 

באנאכט פלעגט נעכעמיע אראָפּקריכן פון דער אייבערשטער באנק און 
אלעמאָל טרעפן כאנען א וואכנדיקע. 

-- כאנעלע, , פּרעלעסט" מײַנע, טו א שמייכל, איך קאַן ניט זע װי 
אומעטיק דו ביסט. רייד, זאָג כאָטש א װאָרט. 

-- איך האָב דיך אזוי האָלט, און דיר פעלט א װאָרט. זאָרג ניט, עס 
װעט איבערגיין. אלץ דארף זיך אָפּשטײן. איינס-און-צוויי ווערט קיין זאך 
ניט, 

פריילעך זײַנען געווען נאָר די קינדער. ס'איז אף זי ארוף א נײַע הויט, 
אלע װײַלע זײַנען זי צוגעפאלן צו כאנען, געשריִען ,, מאמעלע" און זיך פאר- 
גאנגען פון פרייד און פון געלעכטער. 


אפן פערטן מעסלעס אין אָװנט זײַנען זײי ענדלעך אָנגעקומען קין 
מאָסקיע. דער פּעראָן איז געלעגן אין הורבעס שניי. נעכעמיע איז אוועק 
נאָר א באלעגאַלע און האָט זיך היפּש געזאמט. דערנאָך איז כאנע מיט די 
קינדער געזעסן אין א שליטן, װאָס האָט זיי געפירט דורך לאנגע-לאנגע 
גאסן, אויך פארשאָטענע מיט שניי, און ווען כאנען האָט זיך געדוכט, אז זי 
ועט אזוי פאָרן און פאָרן און אין ערגעץ ניט קומען, האָט דער שליטן פאר- 
קערעװועט אין א הויף, און נעכעמיע האָט געזאָגט: 

-- כאנעלע, נעם די קינדער, מיר זײַנען געקומען. 


72 


זי כאנען האָט זיך אויסגעוויזן, האָט נעכעמיע זייער לאנג געדרײיט 
מיטן שליסל אין א טיר, דערנאָך האָט ער געעפנט נאָך א טיר אָן שום שליסל 
און האָט ארײַנגעפירט כאנען מיט די קינדער אין א קליין צימערל. עס האָט 
היפּש געדויערט ביז ער האָט ארײַנגעטראָגן אלע זאכן און דערנאָך האָט 
עֶר אָנגעצונדן א פרימוס. ווען די קינדער האָבן אויסגעטרונקען טיי, האָט 
נעכעמיע אױסגעשפּרײט צײַטונגען אף דער פּאָדלאָגע. אף די צײַטונגען 
האָט ער אָנגעװאָרפן אלטע מאנטלען, כאנע האָט אװעקגעלייגט די קישע- 
לעך, װאָס זי האָט מיט זיך געבראכט. זי האָט אויך פארשפּרייט מיט א לֵיי- 
לעך די מאנטלען, און די קינדער זײַנען אײַנגעשלאָפן, װי איר האָט זיך גע- 
דוכט, איידער זייערע קעפּלעך האָבן זיך צוגערירט צו די קישנס. נאָך א 
געלעגער האָט נעכעמיע געמאכט אף א צעפאָרענער סאָפע. אָבער אפילע 
ווען די סאָפּע װאָלט געווען ווייך און די פּרוזשינעס װאָלטן ניט געטאנצט, 
װאָלט כאנע אויך ניט געקאָנט אײַנשלאָפן. נעכעמיע איז גראָד יאָ אנשלאָפן 
געװאָרן, און גאנץ פעסט. 


דריטער טײל 


כאנע איז ניט געשלאָפן. פונדעסטוועגן איז איר ניט גרינג געװען 
אר אָפּצוגײן פון געלעגער. דאָס קליינע צימערל איז פול געווען מיט פינצ- 
טערער ענגשאפט, די פארפרוירענע פענצטער האָבן ניט דורכגעלאָזן קיין 
טראָפּן שײַן פונעם װוינטערדיקן פרימאָרגן. 

כאנען איז שווער אַנגעקימען אראָפּצושארן די קאָלדרע, זי האָט פֹּא- 
װאָליע אראָפּגעלאָזט די פיס פון דער צעהויקערטער סאָפע און איז אזי 
געועסן א רעכטע װײַלינקע, זיך ארומגעקוקט, גאָרנישט ניט דערזען, אריינ- 
געטאָן די הענט אין די ארבל פון דער סאטינענער שווארצער קאַסאַװאַ- 
ראָטקע, נאָר זיי ניט דורכגעצויגן. אזוי איז! זי געשטאנען מיט אן אראָפּ- 
געלאָזטן קאָפּ, פון צײַט צו צײַט שווער אָפּגעאָטעמט. זי האָט זיך עפּעס 
ניט אײַנגעפאסט אינעם דאָזיקן רעמל, פּונקט װי אהער װאָלט ניט צוגע- 
פּאסט, אשטייגער, א בוים, ווען מע װאָלט אים פּלוצעם דאָ פארפלאנצט, 
סאָפקאָלסאָף האָט כאנע דורכגעצויגן די הענט דורך די ארבל פון דער 
קאָסאַװאָראָטקע און גענומען אָנטאָן די יופּעצע, װעלכע איז אופגענײיט 
געווען פון דעם מין מאנופאקטור, װאָס מע רופט ‏ טשאַרטאָװע קאַושע", 
איצט איז איר געבליבן ארײַנצוקריכן אין די קירזעווע שטיוול, פון וועלכע 
איינער װאָלט געווען איבערגענוג פאר אירע ביידע פיס. און שוין אזוי 
שטייענדיק אין די קאָמונע-בגאָדים, צװישן די קינדער, װאָס זײַנען גע- 
שלאָפן אף דער פּאָדלאָגע אין נעכעמיען, װאָס האָט אזוי רעגנלמעסיק, 
אזוי נרינג-צוציענדיק געאָטעמט אף דער באװווסטער סאָפע, וועלכע סאיז 
שוין לאנג צײַט געווען ארויסצוווארפן, האָט זי זיך פארטראכט. 


8 


וויפל סאיז דער זייגער האָט כאנע ניט געװווסט. אָבער זי איז איפ- 
געשטאנען פּונקט צו דער צײַט פונעם ערשטן געמעלק, מיט דעם כילעק, 
װאָס אין אלע אװעקגעשטראָמטע באגינענס האָט זי פּינקטלעך געװוּסט, 
װאָס זי װעט טאָן. איצט האָט זי לאכלוטן ניט אָנגעהויבן וויסן, ויאזיי זי 
װעט באגעגענען דעם טאָג. זי האָט זיך ארומגעקוקט, אָבער איר שארפע 
ריִע האָט אומזיסט געעגבערט די געדיכטע פינצטערניש. עס האָט זיך 
איר געדוכט, אז די וענט זײַנען מאמעש לעבן אירע אויגן. האָט זי אויס- 
געצויגן א האנט, און זי איז געוװוען פארכידעשט, װאָס איר האנט באוועגט 
זיך פרײַ און טרעפט ניט אין דער וואנט, 

זי האָט געמאכט א פּאָר שפּאן אהער, א פּאָר שפּאן אהין, ענדלעך 
אָנגעטאפּט די קליאמקע פין דער טיר, אריבערגעשפּר=וט די שװעל און 
איז שטיין געבליבן אין דער קיך. די שוואכע שײַן פין עלעקטרישן לעמפּל, 
װאָס איז געהאנגען אונטערן סאמע סופיט, אן ארומגעפלאָכטנס מיט דינעם 
דראָט, האָט ארויסגערופן בא כאנען ראכמאָנעס. א ראכמאָנעס אף דער 
שײַן, װאָס האָט קוים געזשיפּעט דורך דער טונקעלער נעץ פון דרעטלעך. 
און זי האָט א טראכט געטאָן: , שיין בעסער א לאמטערן, אידער אזא 
לעמפּל". עפּעס א קאָל האָט איבערגעריסן איר געדאנק. אָבער כאנע האָט 
ניט גלײַך דערהערט, װאָס עס האָט געזאָגט די עלטערע פרוי, וועלכע כא- 
נע האָט פלוצעם דערזען, יענע האָט איבערגעכאזערט דאָס, װאָס איז שוין 
געזאָגט געװאָרן: 

-- איר דארפט אין קלאָזעט? אָט דאָ. 

כאנע האָט אָנגעקוקט די פרוי, זיך ראפּטום א לאָז געטאַן צו דער 
טיר און איז צוריק ארײַן אין צימער. 

וי פריִער, זײַנען די קינדער געשלאָפן, װי פריער, האָט נעכעמיע רעגל- 
מעסיק-גרינג געאָטעמט. כאנע האָט, ענדלעך, פארשטאנען, או זי איז 
צו פרי איפגעשטאנען. זי האָט אראָפּגעטרײסלט די גרויסע שטיול פון 
אירע קליינע פיס, אין אָנטאָן זיך צוגעשפארט לעבן די קינדער אף דער 
פּאָדלאָגע. זי איז געלעגן מיט אָפענע אויגן, די בידנע שײַן פון לעמפּל אין 
פינצטערן געפלעכט איז געשטאנען פאר אירע אייגן. זי האָט געטראכט, אז 
די מעלקערנס מעלקן איצט די דריטע בעהיימע. אזוי װאָרהאפטיק האָט זי 
עס געהערט, געזען, ווידער געהערט, װי די מילך פאלט מיט א וייכער 
מורמלערײַ אין עמער, און דאָס האָט אָנגעיאָגט אף איר א דרעמל. דער 
לײַכטער דרעמל האָט געבראכט צו איר די קינדהײַט. זי האָט פּלוצעם 
דערזען, װי דער זיידע זיצט באם טיש, וי זײַן יארמלקע שאָקלט זיך א 
ביסינקע, וי ער נעמט פאָרכטיק מיט צוויי פינגער א בלאט פין דער אָפע- 
נער געמאָרע, װי ער בייגט זיך צו די קליינע אויסיעלעך. אלץ נידעריקער 
און נידעריקער זינקט זײַן קאָפּ, אזש די יארמלקע פאלט אים שיר ניט אף 
די אויגן. טוט ער א כאפּ די יארמלקע, גלײַכט זיך אויס, שאָקלט זיך הין- 
און-הער, פּרעפּלט שטיל, פארטיפט, אָפּגעשײדט פון אלץ און אלעמען. און 
אָט פארשווינדט דער זיידע, און באלד װערט א זימערדיקער טאָג, די עפּל- 


74( 


ביימער אין סאָד שטייען אין װײַס-ראָזלעכער בליַונג, עס פלאטע-ן די 
גרינע בלעטער, װי זומער-פייגעלעך. דער זיידע ריסט ארויס װו נאָר א 
גרעזל ארום די שטאמען פון די ביימער, און ער זאָגט טיף-פרום, װי א 
טפילץ: 

-- העלף, טעכטערל. לעבן דײַן פיסל וואקסט א כריין-בלאט. 

זי פאַלגט, אָבער דער געװויקס רירט זיך ניט פון אָרט. דער זידע 
שפּארט אָן דעם רעכטן פוס אפן ראנד פון דער לאָפּעטע, טוט א זיפץ, די 
לאַפּעטע שנײַדט זיך ארײַן אין דער ערד, און אָט ליגט שוין א בלייכער, 
לענגלעכער װאָרצל מיט האָריקע װאַנצעלעך. דער זיידע טוט אים א הייב, 
טרייסלט אָפּ פון אים די ערד און הייסט שטיל: 

-- טעכטערל, ליבינקע מײַנע, טראָג דאָס אוועק דער באָבען, װעט 
זי מאכן כריין צו דער פּעציא. איבערמאַרגן איז דאָר שאבעס, 

פאר אירע אויגן שטייט דער סאָד, די גרינע גלאנציקע קארשן אף די 
צװײַגן פון די קארשנביימער. די װײַמפערלעך-קוסטעס זײַנען מיט אָן א 
שיר קניפּלעך. די בינען זײַנען פארנימען ביז גאָר... דער זיידע שטייט אָנ- 
געשפארט אפן הענטל פון דער לאָפּעטע, קוקט אזוי לײַטזעליק אף אלץ, 
שעפטשעט צו איר; 

-- זעסט, װי מע האָר עװועט, מע ווייסט ניט װאָס פריער צו טאַן, 

-- װוער? -- פרעגט כאנע װי אף דער װאָר, 

-- װער? דער אינדיק מיטן בער! קוק אף די בינען. א דאנק אים אין 
הימל. איך בין זויכע געווען צו זען זײַן באשאף, 

כאנע האָט זיך אופגעכאפט, נאָר אלץ שטייט פאר אירע אויגן. , פאר- 
װאָס איז מיר אזוי אומעטיק? פארװאָס קוועטשט מיר אזוי דאָס הארץ?" -- 
טראכט זי. ניט דאָס ערשטע מאָל איז אזוי, קימאט טאָמיד, ווען זי שטייט 
עפּעס פאר א ניסאָיען, שווימט צו איר די קינדה"ט, קומט צו איר דער 
סאמע באליבטער, טײַערסטער, דער איינציקער אף דער גאנצער װעלט -- 
דער זיידע אירער, 

און אלעמאָל ווערט גרינגער איר געמיט דערפון. אלעמאָל, אַבער ניט 
איצט.., 

-- מאמע, איך וויל צו דיר, -- דאָס האָט זיך אופגעכאפּט דאָס על- 
טערע מיידעלע, פּערעלע, 

-- איך בין דאָר לעבן דיר, מײַן קינד, 

-- מאמעלע, לאָז, איך יל אָנרירן דײַנע באקן און דײַנע ליפּן, סאיז 
אזוי פינצטער, אז איך זע דיך ניט. פארװאָס איז דאָ ניטאָ אזא לאָמפּ, װי 
אין קינדערהיים? 

-- דו געדענקסט ניט, מיר זײַנען דאָך אין מאָסקיװע, 

-- איך ווייס, אף קיין בעטעלע װעל איך שוין קיינמאָל ניט שלאָפן, 

-- װועסט שלאָפֿן, װעסט שלאָפן, לעבן מײַנס. אַבער שטילער, װעסט 
איפוועקן אלעמען. 


5 


-- זאָלן אלע אופשטיין, איך װויל עסן! | | : 
-- כאנוקל, גיב פּערעלען א שטיקל צוקער, -- האָט געכעמיע יך 
איפגעכאפּט און זיך געלאָזט הערן. 


ס'האָט זיך אָנגעהױבן כאנעס ערשטער טאָג אין מאָסקװע. 

עס איז גרינג צו זאָגן -- אזוי האָט זיך אָנגעהױבן כאנעס טאָג. זי 
האָט לאכלוטן ניט געװוּסט, װאָס פריער צו טאָן. א גליק, װאָס נעכעמיע 
האָט ארויסגעהאָלפן. | 

-- כאנוקל, כאפּ ניט, אײַל זיך ניט, זאָלן די געלעגערס ליגן. פרעיר 
טו אָן די קינדער, און איך װעל דערװײַל ארויסלויפן נאָך מילך, -- האָט 
נעכעמיע גענומען דעם רודער אין זײַנע הענט. 

בייס נעכעמיע איז געקומען מיט דער מילך, זײַנען די געלענערס 
געווען אין אָרדענונג. כאנע האָט אָנגעטאָן און ארומגעוואשן די קינדער. 
זי זײַנען געזעסן יעדערער מיט א שטיקל ציקער אין האנט, און דער ציד 
מער איז פול געװאָרן פון זייערע קלינגענדיקע קעלעכלער. - 

נאָך אָנבײַסן איז נעכעמיע מיט כאנען אוועק אפן מארק, װאָס האָט זיך 
געפונען אף ארבאט. אהין איז געגאנגען א טראמװײַ. װי נאָר באנע האָט 
דערהערט, אז דער טראמװײַ קלינגט, האָט זי ארויסגעריטן פון נעכעמיען 
איר האנט און זיך געלאָזט לויפן. ער האָט זי דעריאָגט, װידער גענומען 
איר האנט, שטיל און שטרענג צו איר געזאָגט: 

-- װאָס לויפסטו? דו קענסט גיין װוּ דו װילסט. אָבער דער טראמװײ 
קאָן ניט גיין װי דו, ער מוז גיין נאָר אף רעלסן. דערפאר זאָלסטו זיך ניט 
שרעקן, ער װעט אף דיר ניט ארופאָרן. ‏ - 

בייס זי זײַנען געקומען אפן מארק, האָט נעכעמיע געגעבן כאנען א 
קליין טײַסטערל מיט דרײַ רוכל. דערזען, אז כאנע קוקט אף אים מיט 
אירע בלויע ריינע אויגן, האָט ער ניט פארזאמט זי צו בארויקן: 

-- שרעק דיך ניט, קינדעלע. איך װעל באלד צוריק קומען. גיב אכ- 
טונג אפן טײַסטערל, און דאָ זאָלסטו שטיין. גי אין ערגעץ ניט אוועקי 
אז ניט, װעל איך דיך פארלירן. זײַ א טשוטעטשקע פריילעכער, מײַן 
טרייסט. 

-- בילבע זאָל איך קויפן פארן גאנצן געלט? 

-- װאָס רעדסטו, כאנוקל? אזויפיל קארטאָפּל װעלן מיר דאָך ניט 
דערשלעפּן. מע װעט דארפן א װאגאָן! און געדענק, װאָס איך זאָג דיר: 
אָט דאָ זאָלסטו שטיין! 

כאנע האָט אים באגלייט מיטן בליק, ביז ער איז פארשװװונדן געװאָרן. 
דערנאָך איז איר געפעלן געװאָרן א יונג פּאָרל. דאָס פּאָרל איז געשטאנען 
בא א קליין טישל, ניט װײַט פון דאָרטן, װוּ מע האָט פארקויפט קארטאָפל. 
אפן טישעלע זײַנען געווען אָנגעוואלגערט בלעכענע געצאַקטע פּיטשינקע 
פורעמלעך. און דאָס פּאָרל האָט פריילעך און פארשײַט מיט א ניגן געי 
זונגען: | 


6 


-- ניע פּראָכאָדיטיע מימאָ! ניע פּראַכאַדיטיע מימאַָ! פאָרמאָטשקי דליא 
פּעטשעניא, פאלטשיקי אָבליזשעטיע! -- דאָס באטײַט: קויפט פורעמלעך 
פאר קיכעלעך! די פינגער װעט איר אָפּלעקן! 

כאנען זײַנען די פורעמלעך זיער געפעלן. זי װאָלט געקױפט 
אזוינע דרײַ פאר די קינדער. ניט װינציקער איז איר אויך געפעלן דאָס 
פּאַרל, זי זײַנען געווען אזוי לוסטיק, יונג, אזוי מאָדנע אויסגעפּוצט, כאנע 
האָט פון זיי די אויגן ניט אראָפּגענומען און ניט געקאַנט באשליסן, צי 
זײַנען זי כאָסן-קאלע אָדער זיי זײַנען שוין מאן און װײַב? און װי זי 
שטייט אזוי פארנאפט און קוקט אף זיי, גייט פּליצעם צו אן עלטער 
פרוי, טוט זי א שטארקן שטויס אין אקסל, בייגט זיך אײַן, הייבט עפּעס 
אוף אין װערט פארשווונדן. כאנע האָט געװאָלט א שפּאן טאָן און זאָגן 
דער פרוי א צוויי װערטער, אָבער זי האָט זיך דערמאַנט, אז נעכעמיע האָט 
איר ניט געהייסן זיך רירן פון אַרט. אין טאקע גלײַך האָט זי דערזען, וי 
נעכעמיע גייט צו איר. 

-- האָסט נאָך ניט געקויפט קיין קארטאַפל?. 

כאנע האָט ניט געענטפערט אף זײַן פראגע, װײַל איר צונג איז װי 
געליימט געװאָרן. זי האָט דערפילט, אז איר רעכטע האנט איז ליידיק, זי 
האָט אָנגעקוקט נעכעמיען און באגעגנט אין זײַן בליק מיטגעפיל און װוג- 
דער. ערשט איצט האָט זי פארשטאנען, פארװאָס די פרוי האָט זי אזא 
שטייס געטאָן און דערנאָך זיך גלײַך אײַנגעבויגן. כליפּענדיק, האָט זיך 
כאנע פארענטפערט: 

-- טײַערינקער, איך בין א האָר ניט שולדיק. איך בין די גאנצע צײַט 
געשטאנען, װי דו האָסט מיר געהייסן. פּלוצעם האָט מיך איינע אזא שטור- 
כע געטאָן. נו, האָב איך פארלאָרן דאָס טײַסטערל, און זי האָט עס אום- 
געהויבן, 

-- פארפאלן, מײַן קינד. אָבער װיינען דארפסטו ניט. אין מאָסקװע 
טאָר מען ניט גענעצן. מע דארף זײַן מיט א קלאָרן זינען. װאָרעם דאַ קאָן 
מען פאלן אפילע, ווען קיינער שטופּט ניט. -- אזוי האָט נעכעמיע גע- 
טרייסט כאנען, ניט פארפעלט זי א קוש צו טאָן, און אינגיכן זײַנען זי גע- 
ווען אין שטוב, 

די קינדער האָבן אזוי געשריִען און געקוויטשעט, אקוראט כאנע מיט 
נעכעמיען זײַנען א יאָר ניט געווען אין שטוב. כאנע האָט זיי בארויקט און 
זיך גענומען צו דער ארבעט. זי האָט לאנג ניט געטראכט װאָס צו קאַכן. 
אָבער דער קארטאָפל-זופּ איז זייער געפעלן געװאָרן נעכעמיען אין די 
קינדער. ווען נעכעמיע איז נאָך ווארמעס אוועקגעגאנגען, האָט כאנע זיך 
גענומען ארומקוקן, װאָס עס טוט זיך ארום איר. געעפנט די צווייטע טיר, 
װאָס איז די גאנצע צײַט געװוען פארמאכט, האָט זי דערזען נאָך א קליין 
צימערל. ,אוב אזוי, איז די זאך גרינגער", -- האָט כאנע א טראכט גע- 
טאָן. זי האָט אלץ ארױסגעטראָגן פון צימערל, געעפנט די פאָרטקע, ארומ- 
געווישט דעם שטייב פון די װענט און פון סופיט. ווען דער צימער איז 


77 


געווען אופגעראמט, האָט זי ארײַנגעפירט אהין די קינדער און צוגעמאכט 
די טיר,. צו פארנאכט-צי האָבן ביידע צימערן געבלאנקט, און בייס נעכע- 
מיע איז געקומען פון שטאָט, איז ער שטיין געבליבן פון יענער זײַט טיר 
אף אױיסגעשפּרײטע צײַטונגען. 

-- ניי ארײַן, האָב קיין מיירע ניט, -- האָט כאנע זיך געוװוערטלט. 

-- טרייסט מײַנער, װי האָסטו דאָס באוויזן? -- האָט נעכעמיע זיך 
געווונדערט. און ווען ער האָט דערזען, אז דאָס צווייטע צימערל איז אויך 
ריין, האָט ער טרויעריקלעך אָנגעזאָגט: 

-- װאָס האָסטו געדארפט אופראמען דאָס צווייטע צימערל, עס איז 
דאָך ניט אונדזערס. 

-- וועמענס דען איז דאָס? 

-- כ' האָב דיר דאָך געזאָגט, אז איך ויז מיטן בלאַנדן,. ער איז אויך 
געווען אין קאָמונע, געדענקסט? 

-- איך געדענק, וי זשע? אָבער װוּ איז ער איצטער? 

-- ער איז אװעקגעפאָרן קיין קיעוו מאכן דעקאָראציעס צו א ספֿעק- 
טאקל, 

-- ער װעט קומען צוריק? -- האָט כאנע געפרעגט מיט אזא טאָן, אז 
זי װאַלט זייער געװאָלט הערן, אז דער קינסטלער װעט ניט קומען. 

-- איך זע, אז דו וװוילסט עס ניט, נאָר ער װעט קומען. דערבײַ האָט 
ער געשריבן, אז ער קומט מיט א װײַב, װײַל ער האָט דאָרטן כאסענע 
געהאט. 

-- זעסטי, דאָס פארדריסט מיך גראָד. כײַ װאָלטן זי געזען, װאָס פאר 
א גרויסארטיקער סמיטניק בא זיי אונטערן בעט איז געווען, -- האָט זי 
שאָדנפרײידיק אויסגעשריען. 

-- מיילע, קיין גרויסע טײַנעס וועלן זיי צו דיר ניט האָבן. האָבן זי 
ניט געזען, יפל מיסט זי האָבן פארמאָגט, -- האָט נעכעמיע זיך גע- 
ווערטלט. | 

װאָס א טאָג װײַטער, האָט נעכעמיע אלץ מער געזען, אז כאנע איז 
טאקע ניט קיין פוילערקע. זיכער האָט ער דאָס געװוּסט פריער אייך. און 
פונדעסטוועגן האָט ער זיך ניט אופגעהערט צו װוּנדערן. 

-- קים אהער, זיץ א מינוט, | 

-- מיט דיר, וויפל דו וילסט, -- פלעגט זי גרייטפארטיק זיך אָנ 
רופן. אָבער אין א װײַלינקע ארום איז זי שוין לעבן אים ניטאָ. איז זי װי- 
דער פארנומען מיט עפּעס. גאנץ אָפט פלעגט נעכעמיע אופהערן צייכענען 
און לאנג נאָכגעקוקט, װי זי רייניקט מערן, שיילט בילבע, בראַקט קרויט, 
שײַערט מיט זאמד דעם טשײַניק. װאָרעם װאָס זי זאָל ניט געווען טאָן 
האָבן אירע הענט צו אלץ געקלעפּט. איכער אלע ארבעטן זײַנען זײי גע- 
פלויגן וי די פויגלען. נעכעמיע האָט ניט איין מאָל געזען, װי זײַן מאמע 
אָד ער די עלטערע שוועסטער פלעגן זיך פּאַרען אין קיך. אָבער אז זיי זאָלן, 
װי כאנע, קאַנען אראָפּנעמען אזיינע לאנגע דינע געקרײַזלטע שאָלעכץ פון 


0 78 


א בולבע, מע זאָל אזוי גיך, שפּאָרעװדיק-דין שאָבן א מער, האָט ער ניט 
געזען קיינמאָל, 

-- גי טו, װאָס דו דארפסט, װאָס קוקסטו מיר אין די הענט? - 
האָט אין אזוינע פאלן געזאָגט כאנע. 

-- טרײַב מיך ניט, גיב אף א מינוט דאָס מעסער. כוויל אָפּרײניקן 
א מערל פאר זיך, 

-- נו װאָס כאפּסטו. שנײַדסט און שנײַדסט מיטן מעסער אף איין אָרט. 
גיב אהעד. זעסט, איין שאָב און פארטיק. 

ער האָט געזען, אז זי איז גערעכט, אָבער ער האָט געװאָלט װיסז: 

-- װער האָט דיר עס געוויזן, פונוואנען קענסטו דאָס? 

-- װאָס איז דאָ צו וויסן. דער סייכל דארף האָבן אויגן. זעט מען 
שוין, אז מע דארף ניט מוטשען, װאָס מע האלט אין האנט. מע דארף ניט 
פּאטערן דאָס, אף װאָס מענטשן האָבן געהאָרעװעט. 

דוכט זיך, א קלײניקײַט, אָבער נעכעמיען האָט עס געלערנט צו פאר- 
שטיין, װי דאָס מאזל האָט אים צוגעשפּילט. די שטוב-ארבעט האָט זיך 
אײַנגעשטעלט וי פון זיך אליין, אלץ איז געווען צו דער צײַט, װײַל כאנע 
איז קיינמאָל ניט געזעסן מיט פארלייגטע הענט. אין א פרײַער שא איז זי 
גענאנגען מיט די קינדער אין זאָאָלאָגישן גאָרטן, אָדער זי איז פּאַשעט מיט 
זיי געווען אין הויף, אזוי אז נעכעמיע האָט אלע טאָג געהאט שטילע שאָען 
צו ארבעטן. די קינדער זײַנען, פארשטייט זיך, געווען װי אלע קינדער. 
עס האָט ניט געהאָלפן, װאָס נעכעמיע האָט געזאָגט ניט איין מאָל, אז צום 
טיש, װוּ ער זיצט און ארבעט, טאָר מען זיך ניט צורירן. װי נאָר ער 
איז אף א רעגע אוועקגעגאנגען פון טיש, זײַנען די קינדער שוין געווען 
דאָרטן. מע האָט געכאפּט פּאפּיר, בלײַערס, אזוי אז נעכעמיע האָט געמיזט 
געפינען אן אייצע. ער האָט די קינדער געגעבן פּאפּיר און פארב, א טעמפ 
שערעלע. דאָס אלץ האָט ער אוועקגעלייגט אף דער סאָפע, װוּ די קינדער 
זײַנען געווען פארנומען שאָענלאנג. די עלטערע, פּערעלע, האָט זיך זיי- 
ער צוגעבונדן צו אים. ביילקעלע און רייזעלע פלעגן זעלטן צו אים צוגיין. 

אנומלטן האָט כאנע געהערט, װוי ביילקע זאָגט צו פערעלען: 

-- פארװאָס רופסטו אים טאטע? די מומע פון קיך האָט מיר געזאָגט, 
אז ער איז א פרעמדער פעטער און מער קיינער ניט, 

-- די מומע פון קיך ווייסט גאָרנישט. ווען ער װאָלט ניט געווען אײַער 
טאטע, װאָלט ער אין קאָמונע ניט געקימען. און דו, ביילקע-בולקעלע, 
זאָלסט ניט ריידן מיט דער מומען. און דעם טאטן האָב ליב, װײַל ער האָט 
דיך אויך ליב, -- האָט כאנע געזאָגט צו די קינדער, אָבער אפן הארצן 
איז איר געווען ניט חיימלעך, 

אין אַװנט האָט זי געוואשן א קינדערש געוועש. די שכיינע האָט גע- 
סמאליעט אפן פלאם פון פּרימוס כאזערשע פיסלעך. כאנע האָט פארשטא- 
נען, אז ס'איז די ריכטיקע מינוט צו זאָגן דער שכיינע א צוויי װערטער. 

-- איך בעט אײַך זייער, איר זאָלט ניט ריידן מיט מײַנע קינדער, 


79 


יענע האָט אופגעהערט צו רײניקן דאָס פארשווארצטע פיסל און, פאָכג- 
דיק מיטן מעסער אינדערלופטן, זיך אָנגערופן: 

-- אזוינע באריניעס וי דו גייען בא מיר הונדערט אף א טוץ. בא דיר 
פרעג איך ניט, װאָס צו ריידן און ווען צו שװײַגן! 

כאנע האָט שיין גוט פארשטאנען, װאָס פאר א פּראכט די שכיינע איז 
און האָט מער צו איר קיין װאָרט קיינמאָל ניט אויסגערעדט. די קינדער 
האָט זי ניט ארויסגעלאָזט פון צימער, און װוי נאָר זי האָט געהאט א פרײַע 
שאָז איז זי מיט זיי אוועקגעגאנגען. כוץ אלע ארבעטן, האָט נעכעמיע גע- 
לערנט מיט כאנען רוסיש. זי האָט שוין גאנץ פליסיק געליענט, ניט 
שלעכט געשריבן. דאָס איז אויך געווען א גוט צײַט-פארברענגען פאר די 
קינדער. זיי פלעגן זיצן, וי פארקישעפט, בייס נעכעמיע האָט פאָרגע- 
לייענט. 

גאנץ אָפט זײַנען ארײַנגעקימען קינסטלער, דיכטער. עס זײַנען גע- 
ווען אזוינע, װאָס פלעגן קוקן אף כאנען, װי אף א פּוסטקײַט. אין דערבײ 
פרעגן; , קיינער איז ניטאָ אין שטוב?". , קיינער ניט", -- פלעגט כאנע 
ענטפערן. דערבײַ פלעגט זי דערפילן, װי עס באשלאָגט זי א היץ. 

נעכעמיע איז אנומלטן פון ערגעץ געקומען, גלײַך דערזען, אז כאנע 
איז עפּעס צעטראָגן, און געפרעגט: 

| -- סהאָט עפּעס געטראָפן? 

-- װי זאָל איך דיר זאָגן, דאָ איז געווען קאָרנבלום, צי קאָרנװייץ. 
איך געדענק ניט, װי זײַן פאמיליע איז. קוקט ער אף מיר, װי מע קיקט 
אף א פליי, און גיט א זאָג: ,קיינער איז אין שטוב ניטאָ, כװועל קומען 
שפּעטער..." ענטפער איך אים; , צו וועמען רעדט איר, קיינער איו דאָך 
ניטאָי. | 
-- מאָלאָדיעץ, אזוי זאָלסטו אלעמאָל טאָן. זי װעלן זיך מוזן צוגע- 
וװווינען. 

-- זיי װעלן זיך יאַ צוגעוווינען, ניט צוגעוווינען, אָבער װאָס איז עס 
פאר א כאזערײ? 

-- כאנוקל, האָבן אן אינטעליגענטע פּראַפעסיע איז נאָך װײַט פין 
זײַן אן איידעלער מענטש. צוביסלעך װעסטו זיך אויך צוגעװוינען, כיסט 
דאָך שוין ניט קיין קינד. נעם זיך װאָס װינציקער צום הארצן פון אזוינע 
זאכן. יי 
גאָר גיך איז כאנען פאַרגעשטאנען א גרויס פארגעניגן,. נעכעמיע האָט 
געקראָגן בילעטן אף , פּרינצעסן טוראנדאָט". כאנע האָט אָנגעטאָן דאָס 
בלויע קלייד, װאָס נעכעמיע האָט געבראכט אין קאָמונע. ,דאָס באסענע- 
קלייד", -- האָט כאנע עס גערופֿן. אַבער קיין שיך האָט זי נאָךר ניט גע- 
האט, דעריבער האָט זי אָנגעטאָן די קירזעווע שטיוול. זי האָט ניט בא- 
מערקט, װי אייניקע מענטשן באטראכטן אירע פיס. װען דער פאָרהאננ 
האָט זיך אופגעהויבן, האָט כאנע ביכלאל אין זיך פארגעסן. זי האָט געזען 
פאר זיך אזא יאָמטעװ, אזא פײַערלעכקײַט, אזויפיל רײַכע קאָלירן, אז נע- 


80 מגאזעקסז ‏ ות 5 


כעמיע האָט זי אלע מאָל געדארפט א צי טאָן פארן ארבל, װײַל פון צײַט 
צו צײַט האָט זי ארויסגעגעבן א קוויטש, װוי אין סטעפּ. וען זי זײַנען נאָכן 
ספּעקטאקל ארויסגעגאנגען אף דער גאט, איז קאנע ציגעפאלן צו נעכץ- 
מיען, זי װאָט אויסגעקושט זײַנע באקן, די שלייפן, דעם שטערן און מיט 
א פארכאפּטן אָטעם פון דאנקבארקייט געהאלטן אין איין שיטן: 

-- אוי, װאָס פא א שיינע זאך דו האָסט מיר געוויזן! די גאס און די 
חײַזער זעען איצטער אויס װאָכעדיק. פיר מיך אלעמאָל אין טעאטער, 

-- טרייסט מײַנער, שטילער, מיר זײַנען דאָך אף דער גאס, מענטשן 
קוקן אף אינדז. געוויס װעלן מיר גיין אין טעאטער. געשאָמעלע מײַנע, אלץ 
פארשטייסטו, אלץ פילסטו. דו האָסט מיך נאָך ליב אווי װי אין קאָמונע? 

-- װאָס פרענטטו דאָס, װאָט דו װײיסט? קיינער אין דער װעלט האָט 
נאָך קיינמאָל קיינעם אזוי ניט האָלט ג-ע-ה-א-ט! 

דאָס איז געװוען עמעס. די צװײי מענטשן זײַנען געווען איין גוף און 
איין נעשאָמע. װאָס װײַטער, האָט זיך כאנע אלץ מער ציגעװוינט צו דער 
נײַער אויסקומעניש. ניט אלע קינסטלער, דיכטער, װועלכע פלעגן קומען 
אהער, האָבן געקוקט אף כאנען װי אף א פּוסטן אָרט, עס פלעגט אָפטער 
ארײַנגיין א קינסטלער, װאָס האָט געהאט, װי כאנען האָט זיך אויסגעוויזן, 
א מאָדנע טעוע: ער פלעגט קושן די האנט, וועגן דערוף האָט כאנע אויך 
נאמערקט נעכעמיען. און ער האָט איר קלאָר געמאכט די זאך: 

-- דו געדענקסט, איך האָב דיר דערציילט, אז אין קאָסטראָמא איו 
געווען ניקאָלײַ ניקאָלײַעװיטש קופּרעיאנאָוו, צו וועלכן איך בין אָנגעקומען 
זיך לערנען מאָלער=. און ער האָט מיך ארויסגערופן קיין מאָסקװע. ער 
שטאמט דאָך פון דװאָריאנסטװע. און ניט נאָר דערפאר, ער איז פּאַשעט 
א ריטער, זייער אן איידעלער. קוק זיך צו צו אים. 

ט'פלעגט אויך ארײַנקומען אייגע א קינסטלערן, פרידע בליומבערג, זי 
איז זייער צוגעלאָזט געװאָרן. אָפּט געבראכט צאצקעט פאר די קינדער. 
אנומלטן האָט זי געזאָגט צו כאנען: 

-- עפשער װעט איר זיך באליידיקן אף מיר, אָבער איך װויל אײַך עפעס 
זאָגן. מײַן מאמע איז א פארוואלטערן פון א קינדערגאָרטן. עס קאָן טרעפן, 
אז דאָרטן זאָל זײַן א פרײַ אָרט. עפשעוי װאָלט איר אחין גיין ארבעטן. דאָס 
װאָלט פאר די קינדער אויך געווען בעסער, 

-- פארװאָס זאָל איך זיך באלייזיקן, איך בין אײַך זייער דאנקבאר. דאָס 
װאָלט געווען זייער גוט, -- האָט זיך כאנע אָנגעכאפּט. 

אָבער דערװײַל איז זיך געגאנגען טאָג נאָך טאָג. קיין ארבעט האָט ניט 
געפעלט. נעכעמיע האָט איצט ניט געהאט קיין באשטעלונגען, אָבער אל- 
ציינט איז ער געזעסן גאנצע טעג כאם טיש. כאנע װאָט אים געזען יעדער 
שׁאָ און יעדע מינוט, און אָפט פלעגט זי זיך דערמאַנען דעם זיידן. ס'פלעגט 
איר דורכפליען א געדאנק: ,אזא צאדיק איז מיר באשערט געווען, אזא צא- 
דיק, ער איז דאָך פּונקט װוי דער זייזיע", 

דאָס איז טאקע אזוי געווען, מיט דעם כילעק, װאָט דער זיידע האָט זיך 


81 


געשאַקלט בא דער געמאָרע און נעכעמיע האָט מיט דער בלײַקע אין האנט 
אָדער מיטן פּענדזעלע זיך געראנגלט און געראנגלט, ביז עס איז צו שטאנד 
געקומען אפן פּאפּיר, װאָס ער האָט געװאָלט. און אזוי פריש און לעבעדיק, 
װי עס װאָלט געמאכט געװאָרן מיט איין אָטעם. 

וועגן שמועס מיט פרידען האָט כאנע גאָרנישט געזאָגט געכעמיען. אָבער 
װי עס האָט זיך ארויסגעוויזן, האָט יענע אליין גערעדט מיט נעכעמיען. און 
אין א קורצער צײַט ארום איז כאנע אוועק ארבעטן אין קינדערגאָרטן. 

דער הימל איז געװאָרן העכער און ליכטיקער, די טעג לענגער, אָבער 
פאר כאנען זײַנען זי אלציינס געווען צו קורץ. דאָס פאָרן צום קינדערגאָרטן 
מיטן טראמװײַ האָט געדויערט מער װי א שאָ, װײַל ער האָט זיך געפונען 
אף ראָגאָזשעסקע. דערװײַל איז כאנע געווען א באהעלפערקע אין קיך. אָבער 
אין א מאָנאט ארום איז זי שוין אָפט געשטאנען בא דער פּליטע. די קעכן 
קסעניע טימאַפײעװונע איז נאָכאנאנד ערגעץ אוועקגעגאנגען, זי פלעגט אָנ- 
ואָגן כאנעף ‏ 

-- כאנא דאװידאָװונא, כ'מוז צולויפן אין אן אָרט, קאָך אויס א רײַזד 
קאשע פאר די קינדער. 

-- פארװאָס ניט? גיט מיר רײַז, מילך, צוקער, פּוטער. 

-- אלץ, כוץ פּוטער, איז אפן טיש, 

פארװאָס , כוץ פּוטער", האָט כאנע ניט געפרעגט. זי האָט שוין געװוּסט, 
אז אָפטלעך באגייט זיך די קאשע אָן ,דערוף". דאָס האָט זיך גוט אָנגעזען 
אף דער קעכן גופע. קוקנדיק אף יענער, האָט כאנע געטראכט: ,אף אלע 
מײַנע ליבע געזאָגט געװאָרן.." 

אלץ װאָלט געווען גוט, ווען אין קיך װאָלט ניט געווען א דריטע. געהייסן 
האָט זי יעװדאָקיִע און זי האָט געטאָן אלע שווארצע ארבעטן. װי נאָר די 
קעכן פלעגט ארויסגיין, פלעגט יעװדאָקיע װערן אויסער-זיך: 

|-- אוך, איז דאָס א סטערװע! אליין פרעסט עס און זויפט, אזש די 
שקורע אירע פּלאצט, זי זאָל דאָס אמאָל זאָגן: ,נא דיר, דוסקע, א ברעקל 
פּוטער, א לעק סמעטענע". 

כאנע האָט געהערט און געשוויגן, אָבער ווען די קעכן פלעגט צו איר 
זאָגן: 

-- כאנא דאװידאָװונא, נעם א פלעשל מילך. ווילסט ניט קיין מילך, נעם 
דיר א צוויי הערינג. א סלאָיַקל פּאָװידלע. 

כאנע האָט עס ניט נאָר ניט גענומען, זי האָט זיך געמאכט ניט הערג- 
דיק,. עס זײַנען געווען פאלן, װען כאנע איז אף א נידעריק ועגעלע מיט 
קליינע רעדעלעך אהינטער קסעניע טימאָפײעװונען געגאנגען צו דער באזע 
נאָר פּראָדוקטן, דעמלט האָט יענע אױסגעגאָסן דאָס הארץ: 

-- כאנא דאװידאָװונא, דו מיינסט, איך ווייס ניט? דוסקען קריכן ארויס 
די אויגן, די איבעריקע װאָלטן זיך אויך ניט אָפּגעזאָגט פון א מארך-ביינדל, 
אָבער קיינער זעט ניט, װי איך שלעפּ, װי איך הייב גאנצע זעק מיט צוקער, 
וי איך שטיי און בראָט זיך בא דער פּליטע. 


82 


כאנע האָט געהערט און געשוויגן. זי האָט נאָך ניט געזען, או קסעניע 
טימאַפֿײעװוגע זאָל עפּעס שלעפּן. אנומלטן האָט זי געפרעגט בא דער קעכן; 

-- פארװאָס גייען ניט אײַערע קינדער אין קינדערגאַרטן? איר זאָגט 
דאָך, אז איר האָט צוויי קינדער, 

-- מײַנע קינדער האַבן דאָרטן גאָרנישט ניט פארלאָרן. מײַן מאן איז 
איצט אינדערהיים, מײַן מאן איז ניט קיין שיקער, ניט קיין אויסברענגער, 
מײַנע קינדער װועלן זיך באדרייען אָן דעם קינדערגאָרטן, 

װאָס װײַטער, האָט כאנע אלץ מער פארשטאנען, װאָס אין דער קעכן 
שטעקט. יענע האָט עס דערפילט און זיך געסטארעט אױיסמײַדן כאנען, בייס 
מע האָט געדארפט גיין נאָך פּראָדוקטן אף דער באזע. נעמען יעװדאַקיען -- 
איז געווען ערגער װי שלעכט. דעריבער האָט אף איינער א פארזאמלונג די 
קעכן אזוי לאנג געשריען: ,איך בין ניט קיין פערד, איך װעל גיט שלעפּן 
אף ויך, ביז די פארוואלטערן איז אײַנגעגאנגען אף נאָך א ,יעדיניצע". דאָס 
הייסט, נעמען א מענטשן, װאָס זאָל ברענגען פּראָדוקטן פון דער באוע, האקן 
האָלץ, ארײַנטראָגן קוילן, אײַנהײצן די פליטע, צוקלײַבן ארום דער שטוב, 
די פארוואלטערן האָט נאָר געפאָדערט, ,אז דער מענטש זאָל זײַן א מאנצבל, 
װײַל עס הייבט זיך דער דאך פון די קוילעס אין קיך", 

דערװײַל האָס זיך כאנע היפּש צוגעלערנט לײענען רוסיש. צו דער 
ארבעט און פון דער ארבעט איז זי געפאָרן אלעמאָל מיט א בוך, א גאנצע 
װאָך זײַנען די קינדער געווען אין קינדערגאָרטן. אף זונטיק האָט זיי כא- 
גע גענומען אהיים, איין זונטיק איז זי געגאנגען מיט זיי אין זאָאָלאָנישן 
גאָרטן, א צווייטן -- אף װאָלכאָנקע, אין פּושקין-מוזיי,. כאנע האָט געבעטן 
געכעמיען: 

-- דו גי מיט די קינדער װוּ דו װילסט, איך װעל אליין גיין,. דערנאָף 
װעל איך דיר װײַזן, װאָס מיר געפעלט, 

בייס זי האָט געכעמיען צוגעפירט צו סעזאנען, צו פּיסאראָ, צו דעגא, 
האָט ער מיט א שמייכל באגיטיקט: 

-- סאיז װויל, כאנוקל. עס פּאסט דיר זייער צו קיקן אף גוטע ביל- 
דער. דו שײַנסט, 

-- ניסט גערעכט, דעם קומענדיקן זונטיק, אויב דו װעסט מאטקים 
זײַן, װעסטו ערגעץ גיין מיט די קינדער, און איך װעל אליין גיין אהער, 

אזוי איז טאקע געווען, און קומענדיק פון מוזיי, פלעגט כאנען זײַן 
אזוי אפן הארצן, װי בייס עס פלענט זיך ענדיקן שאבעס אָדער יאַמטעװ 
און די באָבע פלעגט אראָפּנעמען דעם טישטעך פונעם טיש. 

װאָס װײַטער, האָבן זי זיך אלץ מער ליב געהאט. סהאָט נאָך ניט 
געטראָפן, ער זאָל ניט אַפּווארטן כאנען, ווען זי קומט מיטן טראמוו?? פון 
דער ארבעט. ניט אומזיסט זאָגט דאָס װערטל: ,װאָס מער מע האָט, אלץ 
מער וויל מען". אנומלטן האָט כאנע צו אים געזאַנט: 

-- כאגעגענען אין אָװנט איז גרינגער װוי באגלייטן אינדערפרי, 

-- כאנוקל, האָב א ביסל סאָװעסט. איך לייג זיך דאָך זייער שפּעט. 


853 


-- ערשטנס, קימט מיר אויס, אז מע דארף ניט ריידן ביז נאָך האל- 
בער נאכט װעגן קונסט. די בעסטע זאך איז, או דו מאכסט קונסט. אָבער 
ווען דו לייגסט זיך פריער און דו גײסט מיך ניט ארויסבאגלייטן, װאָלט 
איך שוין געװוסט, װאָס איך האָב צו טאָן, 

-- װאָס װאָלסטו געטאָן? 

-- פּרוּוו מיך ארויסכאגלייטן אינדערפרי, װועסטו זען. 

ניט קוקנדיק אף דעם, װאָס כאנע האָט זיך אזוי געװערטלט, איז זי 
געווען ניט די, װאָס אין קאָמונע, און װען נעכעמיע װאָלט ניט געווען 
אזוי ארײַנגעטאָן אין זײַנע זאכן, װאָלט ער דאָס געקאַנט לינדערן. װאָרעם 
כאנע איז געווען פארומערט ניט װײַל זי איז געווען פארהאָרעװועט. איר 
געמיט האָבן געדריקט די שטאָט, די גרויסע הויכע הײַזער, די טראמי 
װײַען, די מענגעס מענטשן, ניט איין מאָל האָט זי געטראכט: ,אן אומ- 
גליק, װאָס אזויפיל מענטשן האָבן זיך צינויפגעקליבן אף איין אָרט". די 
קיך האָט אויך ניט גרינגער געמאכט איר הארץ. דוסיע האָט נאָך אלץ 
צוגעזאלצן אף די װונדן: 

-- אזא פּאראזיטקע! אלץ פאר זיך און נאָר אין זיך! זאָל דאָס אמאָל 
זאָגן: ,נא דיר, דוסיע, א שטיקל פלייש אָדער אן אנדער זאך". 

דוסיען האָט געבראָטן באם הארצן. זי האָט זיך ניט בארויקט: 

-- שװײַגסט? האָסט דאָך אויגן, זעסטו? פארװאָס זאָגסטו ניט װעגן 
דערוף דער פארוואלטערן? נישקאָשע, איך װעל זיך נעמען צו אײַך. א 
פראָש האָט א לאנגן עק אף א קורצער צײַט! 

כאנע האָט עס ניט געקאָנט אריבערטראָגן. פארשטייט זיך, זי האָט גע- 
װוּסט, אז עס זײַנען דאָ גאנאָװים, ליגנערס, כאניפעסניקעס, צװײפּענעמ- 
דיקע ברוים. אָבער אזוי נאָענט לעבן זיך האָט זי דאָס קײינמאָל ניט געזען. 
ס'איז איר איצט ניט איין מאָל געקומען אפן זינען, וי זי פלעגט אמאָל 
זאָגן צו הענקען פון קינדערהיים, װאָס פלעגט קומען נאָך דער מילך אין 
שטאל: ,נא דיר א קווערטל מילך, טרינק אויס". און װי הענקע פלעגט 
נעמען דאָס קווערטל, פלעגט א גאָס טאָן די מילך אין פאן, און א מאך 
טאָן: ,מיט א קווערטל מערער פאר די קינדער". 

די קינסטלער, דיכטער האָבן זיך טאקע צוגעװוינט צו דעֹם, אז כאנע 
איז די באלעבאָסטע פון שטוב. פון מינסק פלעגן אויך קומען דיכטער -- 
דעם בלאַנדנס ברודער און א בארימטער פּאָעט מיט א מױירעדיק-געקרײַזל- 
טער פאטלע האָר. פון זײַנע לידער איז כאנע געווען אנציקט. װען ער 
פלעגט לייענען אף אױסװײיניק, האָט זי געשלונגען די װערטער. אָבער 
האָבן אים פאר א שאָכן איז איר געווען אומדערטרעגלעך. װוּ כאנע האָט 
זיך געווענדט און געקערט, האָט זי געקליבן זײַנע שטײַפע געקרײַזלטע 
האָר, אפילע אין דער גלאָז, פון וועלכער ער האָט געטרונקען טיי, זײַנען 
זי אויך געווען. 

-- גוואלד, װי דערלעב איך שוין, וען פאָרט ער שוין אװעק קיין 
מינסק? 


84 


-- כאנוקל, דו װעסט טאקע זײַנע האָר ניט געפינען, אָבער זײַנע 
לידער װועסטו אייך ניט הערן. 

-- ביסט גערעכט, א קאפּאָרע די האָר פאר די לידער, : 

עס פלעגט טרעפן, אז כאנע האָט ניט געקאַנט צוקלײַבן, װען זי איז 
געקומען פון דער ארבעט. מע איז געזעסן אף דער סאַפע, אף די שטולן, 
אפן פענצטער-ברעט, און עס איז גענאנגען א געפעכט װעגן די אימפּרע- 
סיאָניסטן, וועגן רענעסאנס, וועגן די צוואנציקער יאָרן און װעגן איצטיקער 
קונסט. סזײַנען געווען אזוינע זונטיקס, בייס כאנע האָט ניט געקאַנט אויס- 
באָדן די קינדער. און מאַנטיק אינדערפרי, א מידע, ניט קיין אויסגעשלאַ- 
פענע, גייט זי מיט נעכעמיען און מיט די קינדער צום טראמיו". גוט 
כאָטש, װאָס אף דער ארבעט איז איצט געװאָרן א ביסל רויקער. קסעניע 
טימאַפײעװנע האָט טאקע געקראָגן א שוארצארבעטער אין טאקע א 
מאנצבל, װי די פארוואלטערן האָט עס געװאָלט. דעם מאנצבל רופט מען 
מאקאר. ער איז װוּקטיק, ברײטפּלײציק, רירעוודיק. ווען ניט די באַרד אוז 
װאָנצעס, װאָלט ער אויסגעזען א סאך יינגער. איצט שאצט אים כאנץ -- 
אין א יאָר דרײַסיק. די ארבעט אין קינדערגאָרטן איז פאר אים א שִׁפִּי- 
לעכל. דער הייף ארום קינדערגאָרטן איז שטענדיק ריין. האָלץ, קיילן איז 
צו דער צײַט. די פּראָדוקטן, װאָס כאנע פלעגט ברענגען פאר דרי מאָל, 
ברענגט ער פאר איין מאָל. כאָטש אין דרויסן איז שוין גאנץ לינד, טראָנט 
מאקאר זײַן שאָפן פּעלצל, די אויערן פונעם האָזן-חיטל באָמבלען זיך. 
ווען די קעכן טוט צו אים א געשריי: ,מאקאר, קושאט!", לאָזט ער איבע- 
דאָס שאָפן פּעלצל אין קאָרידאָר, זעצט זיך אף אן איבערגעקערטן עמער, 
עסט פּאװאָליע. די ברעקלעך, וועלכע פאלן אף דער געפארבטער פּאַדלאַ- 
גע, נעמט ער צינויף אין לייגט ארײַן אין קעשענע פון דער וואטענער קאמ- 
זעלקע. נאָכן עסן גייט ער צו צום קראן, טרינקט לאנג, מיט גרויס האנאָע. 
די קעכן טראָגט אים אונטער א גלאָז, ער נעמט זי ניט, װישט אויס די 
װאָנצעס, טוט א שפּאן, און ער איז שוין פון יענער זײַט טיר, דאָרטן 
טרייסלט ער אויס די קעשענעס, אין די שפּערלעך האָבן האנאַע פין די 
ברעקלעך. 

-- א װוילער יונג. פלאם-פײַער, װער עס װעט אים נעמען פאר א 
מאן, װעט זײַן גליקלעך, -- באמערקט קסעניע טימאַפײיעוונגע, 

-- װאָס איז דער טאָלק, אז ער האָט קיין פּאטפּאָרט ניט, -- שטעלט 
ארײַן יעװדאָקיע. 

-- און אז דו ביסט געקומען פון דאָרף, האָסטו געהאט א פּאספּאָרט? 
איצטער ביסטו געװאָרן א כאכאָמע. געדענקסט, װי דו האָסט געגאָסן 
טרערן אין געקליאנטשעט, איך זאָל דיך נעמען, געדענקסט, װי דו האָסט 
געטײַנעט, אז דו װעסט האָרעווען נאָר פארן שטיקל ברויט? 

אזוי פלעגט זיך דורכשמועסן די קעכן מיט דער באהעלפערן. 

כאנע פלעגט אָפּטמאָל קוקן אף מאקארן, און זי האָט געהאט א מאָדנע 
געפיל, עס האָט זיך איר געדוכט, אז װען זי זעט אים ערגעץ אין פעלך, 


85 


װאָלט זי זיך שוין יאַ דערמאַנט װוּ און װאָס.,. אָבער דאָס פלעגט געדויערן 
א רעגע, ניט מער. אין מאקאר, װי ער װאָלט גאָרנישט ניט געהערט, ניט 
פארשטאנען, טוט זיך, װאָס מע דארף. שאבעס נאָך ווארמעס גייט ער מיט 
א בעזעמל אין מערכעץ, קומט פון דאָרטן א רויטער, טרינקט זיך גוט אָן מיט 
וואסער פון קראן, דערנאָך עסט ער אוף א פולע שיסל הירזשענע קאשע 
און זאָגט געלאסן צו כאנען: 

-- כאנא דאװידאָוונא, דו פּאסט זיך אזוי אהער, וי איך. דו מיינסט, 
איך זע ניט. דוסקע װאָלט דיך דערטרונקען אין א לעפל וואסער, 

-- נעמסט צו הארב, -- טוט א זאָג כאנע, װײַל דוסיע שטייט אף א 
לייטערל און וואשט די פענצטער. דאָס לייטערל גיט זיך א דריי א ביסעלע, 
מאקאר טוט א געשריי: 

-- קריך אראָפּ, קריך אראָפּ, זאָגט מען דיר! 

כאנע האָט אופגעהערט איבערצודרייען די קאַטלעטן אף דער סקאַ- 
ווערדע. עס האָט זיך איר אייסגעוויזן, אז פון מאקארס געשריי האָבן זיך 
די טעפּ אף דער פּליטע א הייב געטאַן.. כאנען גופע האָט דער געשריי 
אװעקגעטראָגן װײַט-װײַט פונדאנען. עס איז בא איר קיין סאָפעק ניט גע- 
ווען, אז דער מענטש, ניט קיין אנדערער, האָט זיך דעמלט אין סטעפּ 
געיאָגט נאָך איר, ווען זי איז געזעסן אפן פערד, און ער, ניט קיין אנדע- 
רער, האָט געשריען: ,קריך אראָפּ!". ערשט פארנאכט, פארן אוועקגיין פון 
דער ארבעט, האָט כאנע געלאסן און װי גלײַכגילטיק א פרעג געטאַן: 

-- מאקאר, פונוואנען ביסטו געקומען אהער? 

-- פונוואנען איך זאָל ניט קומען, בין איך שוין דאָרט ניטאָ. 

-- ווילסט ניט. דארף מען ניט. 

ער האָט א מאך געטאָן מיט דער האנט אין דער זײַט, װוּ יעװודאַקיִע, 
אין געשטאנען, כאנע האָט פארשטאנען, אז ער ויל ניט קיין איבעריקע 
אויערן. און זי האָט טאקע געטראָפן. בייס יעװודאַקיע איז ארויסגעגאנגען 
אף א װײַלע פון קיך, האָט מאקאר א שטילן הוסט געטאַן. אָפּגעזיפצט, וי 
ער װאָלט צוגעבראכט נעענטער די װערטער צום מויל, און האָט שטיל 
געאַנט+ / 

-- פונוואנען בין איך? קסעניע טימאָפײיעוונען האָב איך געזאָגט, אז 
איך בין פין קערטש. אינדערעמעסן בין איך פון א דאָרף ניט װײַט לעבן 
סאקי. איך װעל לאנג קיין קיך-מוזשיק ניט זײַן. װוילסט וויסן, פונוואנען 
איך בין? איך בין פון דזשאבאהי. ניט װײַט פון אונדז זײַנען דאָ זשי- 
דאָווסקע קאָמונעס. סהאָט זיך אזוי געמאכט, אז איינער א מערזאוועץ האָט 
געמאסערט מײַן טאטן. ער האָט אַנגעהאװוקעט, אז מײַן טאטע און מײַן 
זיידע זײַנען געווען קילאקעס. מע האָט אופגעדעקט דעם ליגן. דער טא- 
טע מיט דער מאמען האָבן ניט דערלעבט, מײַן װײַב אויך ניט. איך בין 
אָבער געקומען צוריק קיין דושאבאהי, און איין מאָל האָב איך געזען, װי 
א זשידאָווסקע קאָמונארקע רײַט אף מײַן פערד. איך האָב זי אָבער ניט 
געקאַנט דעריאָגן. אוך, ווען איך דעריאָג זי דאן! 


80 


-- װאָס װאָלט געווען? 

-- צעסער פרעג ניט. איך בין דאן געווען זשעדנע נאָך א באבע! נו, 
אָבער דאָס פערד האָב איך גענומען. איך האָב עס פארקויפט, און איך האָב 
געהאט הױצאָעס צו קומען אהער. אף דער באזע האָט מיר איינער געזאַנט, 
אז מע נעמט דאָ בויען א גרויסן זאװאָד, , שאריקאָפּאַדשיפּניק". אחינצו 
װעל איך גיין ארבעטן, 

-- דוֹ ביסט דאָך אן ערד-ארבעטער, װי װועסטו זיך קאָנען באגיין אָן 
ערך? 

-- נישקאָשע, איך װעל זיך באגיין. מיט ערד האָבן מיר מער ניט צַו 
טאָן, כזאָל אפילע װיסן, אז יעדער זאנג איז פול מיט גילדענע קערנער, 
בין איך מער קיין ערד-ארבעטער ניט! נו גענוג, איך װעל גיין א קראץ 
טאָן מיט דער גראבליע דעם הויף, 

אין אַװונט האָט עס כאנע דערציילט נגעכעמיען. 

-- גאנץ פֿײַן! ווען דאָס דערציילט מיר אן אנדערער, װאַלט איך זיך 
אייסגעלאכט, -- האָט נעכעמיע באמערקט, 


דאָס, װאָס יעװדאָקיע האָט געזאָגט צוֹ כאנען: , איך על זיך נעמען 
צו אײַך", האָט כאנען א ברען געטאָן וי פײַער. זי האָט שוין אליין ניט 
איין מאָל געטראכט, אז זי דארף מעלדן װעגן דערוף דער פארוואלטערן. 
איצט האָט זיך די קעכן מיט יעװודאָקיִען געקריגט קימאט אלע טאָג. טאיז 
דאָ א װערטל: ,מע גייט אזוי לאנג מיטן קרוג נאָך וואסער, ביז דאָס 
אויערל רײַסט זיך אָפּ". אין איינעם א פארנאכט האָבן זיך אין קיך אריין- 
געשטעלט צוויי פרויען מיט א מאנצבל, זיי האָבן ארויסגערופן די קעכן, 
און ערשט אין דרײַ טעג ארום איז די קעכן ציריק געקומען אף א װײַלע, 
נאָכאמאָל האָט זי כאנע געזען אפן געריכט. דאָס סאמע מערקווירדיקע אפן 
געריכט איז געווען, װאָס קסעניע טימאַפײעוונעס מאן איז געקומען אן 
אומגעבעטענער. לוט זײַן גוטן װוילן האָט ער זיך ארויסגערופן צו זאָגן 
איידעס, 

-- איך װאָלט ניט געקומען, נאָר שװײַגן קאָן איך ניט. פרעגט בא איר, 
כאוויירים ריכטער, וויפל מאָל איך האָב איר געזאַנט, אז זי זאָל ניט שלעפן 
אזויפיל, מיר האָבן ניט געקאָנט פארניצן דאָס, װאָס זי פלעגט ברענגען, 
פונדעסטוועגן בעט איך באם געריכט, אז מע זאָל זי ניט שטרענג מיש- 
פּעטן, װײַל זי איז א מאמע פון צוויי קינדער. איך האָב אלץ געזאַנט, 

דער פּסאקדין איז געווען ניט קיין הארבער, אָבער אויך ניט קיין װיי- 
כער. קסעניע האָט געקראָגן דרײ יאָר טפיסע. די באלענאָסטע פון פּראַ- 
דוקטן- שפּײַכלער און די קעכן איז געװאָרן כאנע. 

וי באװוסט, איז פאר כאנען גיט געווען קיין נאָװענע האָרעוואניע. אָבער 
איצטער פלענט זי זײַן פארנומען ביז שפעט אין דער נאכט. די שפּעטע נאכט 
איז נאָך געווען א האלבע צאָרע, סאיז אָבער געוען אומעגלעך אריבער- 


87 


צוטראָגן יעװדאָקיעס פּערעבענדעווען. אלע עסן דאָס, װאָס סאיז געבליבן 
פון די קינדער, -- זי װיל א שטיקל הערינג. אלע עסן זופּ, -- זי װיל א 
שטיקל רוי פלייש, װעט זי זיך אין דער חיים אױסקאַכן, װאָס זי האָט ליב, 
ביז כאנע האָט ניט אויסגעהאלטן: 

-- דו ווייסט גוט, דוסיע, אז איך בין ניט קיין קאצעוו. ווילסט ניט 
עסן, װאָס אלע עסן, גי צו דער פארוואלטערן, 

-- יאָ, איצטער קאָן איך גיין װוּ איך וויל, כאָטש קסעניע איז געווען 
א גוטע שטוקע, פונדעסטוועגן.. | 

-- איך װעל ניט גיין זיר פאנאנדערקלײַבן, װאָס דו מיינסט, נאָר איף 
ווייס גאנץ גוט, אז װער עס װעט גאנווענען און דיר אויך געבן א ביילעק, 
דער װעט זײַן פאר דיר גוט. און מער װיל איך מיט דיר װעגן דעם ניט 
ריידן, ווילסט עס, ווילסט ניט, ניט מײַן דײַגע! 

אין א דרײַ-פיר טעג ארום איז מאקאר, װי זײַן שטייגער איז געווען, 
געזעסן אפן איבערגעקערטן עמער און האָט גערייכערט. כאנע איז געווען 
אין פּראָדוקטן-שפּײַכלער, פּלוצעם טיט מאקאר א געשריי: 

-- כאנא דאװידאָװונא, גי גיכער, טו א קוק, װאָס טוט די מאכשייפע 
בא דײַן קאָשעק. 

כאנע איז צוגעלאַפן, מאקאר האָט אליין ארויסגענומען פון קאָשעק א 
חיפּש שטיקל פּיטער און א שקארמיץ מיט צוקער. כאנע האָט אופגעהויבן 
די האנט, און עס װאָלט געשען דאָס, װאָס סאיז געשען מיט די פּאסטע- 
כער אין סטעפּ, דערפאר װאָס זיי האָבן ניט אָנגעפּאָיעט די קעלבער, נאָר 
מאקאר האָט באצײַטנס אַנגעכאפּט כאנעס האנט, מיט דער אנדערער האנט 
פארהאלטן יעוודאַקיען אין געחייסן כאנען לויפן נאָך דער פארוואלטערן, 
אזוי האָט זיך געענדיקט דער בילבל, װאָס יעװודאָקיע האָט געװאָלט מאכן 
אף כאנען. | 

װאָס װײַטער, איז כאנען געװאָרן אלץ שווערער צו ארבעטן. װײַל זי 
פלעגט ענדיקן די ארבעט זייער שפּעט, איז נעכעמיע זי געקומען אָפּנע- 
מען פון דער ארבעט. אוב זי איז פארנומען, דרייט ער זיך ארום אין הויף 
פינעם קינדערגאָרטן, און די צײַט ציט זיך פאר אים, װי א פאָדעם פון א 
פּלאַנטער, דערפאר אין טראמװײַ פלעגט ער זיצן לעבן איר און שעפּן 
נאכעס, ער קוקט און קוקט אף איר, און װונדערט זיך שטילינקערהייט: 

-- כאנוקל, פונוואנען האָב איך דיך גענומען. קוק אף מיר, זאָג איך 
דיר. װאָס קוקסטו דאַרטן אפן יונגן באָכערל, װאָס דארפסטו אים? 

אין די זונטיקס פארמאכט זיך די טיר ניט. פון גאנצפרי הייבן אָן צי 
קומען דיכטער, קינסטלער, אויך אווינע, װאָס קלעפּן זיך גלאט צו קונסט. עס 
קומט, אשטייגער, א הויכער, א שװערװאַגיקער יונגערמאן, וועלכער שרײַבט 
ניט און מאָלט ניט, נאָר הערט ניט אוף צו לערנען אלעמען, װיאזוי מע 
דארף זיך פירן, ויאזוי מע דארף זײַן ערלעך, אָפּגעהיט פון א ניט-ריין 
װאָרט. מיט א װאָך צוריק זונטיק איז ער געקומען האלב אכט אינדערפרי 


88 


און גאנצע צוויי מיט א האלבער שאָ געהאלטן א דראָשע װעגן ערלעכ- 
קײַט. געכעמיע האָט געהערט, געהערט אין באמערקט: 

-- גאָסן, איך פארשטיי, אוֹ דאָס איז זייער נייטיק, אָבער עס װאָלט 
געווען געווונטשן, די זאָלסט דאָ האָבן א צװיי-דרײַ צוהערער, וועלכע פאל- 
שעווען אין קריכן צו יענעם אין קעשענע, 

כאָטש מאנע איז געווען אין קיך, האָט זי דאָס געהערט, און זי האָט 
ויךר זייער צעלאכט. געכעמיע איו דורכגעלאַפן די קיך, האָט א קנייטש 
געטאָן מיט די אקסלען, יי איינער זאָגט: ‏ נישקאָשע פון א רעדע" און 
איז ארויסגעלאָפן נאָל ברויט. בייס ער איז געקומען מיטן ברויט און כאנע 
האָס גענומען גרייטן צום טיש, האָט ױ" ערשט געקײַכט פון געלעכטער, 
װײַל נאָסן איז אין מאנטל געלעגן אף דער צעפאָרענער סאָפע און גע 
שמאק געכראָפּעט, וי א האָלצהעקער, און גאָר ניט װי קיין פילאָסאַף, 
װאָס האָט שרשט געהאלטן אזא טיפע רעדע. 

זונטיק פלעגט אייך קומען ניקאָלײַ ניקאָלײַעװיטש, נעכעמיעס לערער. 
ער גייט ארײַן, כאפּט אראָפּ דעם היט, בייגט זיך אײַן און טוט א קוש בא" 
געס האנט. אוב ז"י טוט עפּעס, וואשט דאָט געפעס אַָדער שיילט בולבע, 
טוט ער זי א קוש באם עלנבויגן. זעצט זיך קיינמאָל ניט אף דער סאַפע, 
גאָר אלעמאָל אף א שטול. נעמט ארויס פון דער אייבערשטער, ברייטער 
רעקל-קעשעגע א װײַסע מויז מיט ראָזע אויגן, װי קרעלן, רופט צוֹ די 
קינדער, און עס הייבט זיך אָן א שפּרינגער מיט א קויטשערי, פאר" 
טויבט צו װערן. ער גלעט די קינדער איבער די קעפּלעך, לייגט ארײַן די 
מויז אין קעשענע און נעמט שמועסן מיט געכעמיען װעגן אן אויסשטע- 
ליגג, װאָס ער האָט געזען, װעגן װאן-גאָגס בריוו צו זײַן ברודער טעא 
אין װעגן נאָך א סאך זאכן. כאנע הערט יך צו אופמערקואם, פונדעס- 
טוועגן באנעמט זי זייער װינציק פון דעם, װאָס ער רעדט. בײס ער גייט 
אװועק, באגלייט אים געכעמיע. ווען ער קומט צוריק, טיילט ער זיך מיט 
זײַנע געדאנקען: 

-- װאָס פאר א װוּנדערלעכער מענטש דאָט איז, װי באשיידן ער פירט 
זיך, און צו מיר באציט ער זיך פּראָסט, חי אן עמעסער ברודער. 

-- דו ביטט גערעכט, נאָר װאָס דארף ער קושן די האנט? פארדרי- 
װאָכן זונטיק איז ער געקומען, האָב איך גראָד געוואשן גרעס, האָט ער מיך 
גאָר א קוש געטאָן אין שטערן, כ'האָב זיך אזוי פארשעמט. 

-- האָסט זיך ניט װאָס צ' שעמען, קיין בייז ניט, -- האָט געכעמיע 
זי פארויִקט, און זי האבן גיידע גענומען צוראמען אין צימער, 

גניס איין װנטיק זײַנען די קינדער געבליבן אומגעבאָדן, קיין געװועש 
האָט כאנגע אויך ניט געקאַנט מאכן, װײַל עס איז געווען פול מיט מענטשן: 
ס'איז געקימען דער דיכטער, דעם בלאַנדנס ברודער פון מינסק, און דער 
דינטער מיט דער מיירעדיקער טשיפּרינע געקרײַולטע האָר, דעם בלאַנדנט 
ברודער האָס געליענט א ל'ך; (און אזוי הייבט זיך אָן דײַן געשיכטע, 


09 


מיטן לעבן, װאָס שלעפּט דיך מיט; האָסט אף אזויפיל געריכט זיך, לאָזט 
זיך אויס -- נאָר א קליינע ליד". | 

כאנען איז עס זייער געפעלן געװאָרן, אָבער זי האָט געפרענט: 

-- דאָס איז דען װינציק? | 

-- אויב א גוטע, איז גאָר ניט קנאפּ. אָבער בעסער אין עטלעכע 
גוטע, -- האָט ער דערקלערט. דערזען, װי זי שטייט מיטן בעזעם, האָט ער 
זי געטרייסט: 

-- לאָז זיך אָפּ פון דערוף, כאנעלע. זײַ ניט בארויגעז אף אינדז, רו 
אָפ א ביסל. זאָל בלײַבן א ביסל מיסט אף איבעראכטאָג, -- און גלײַכ- 
צײַטיק צום דיכטער מיט דער געקרײַזלטער טשופּרינע: 

-- הער אוף, ברעך ניט אָפּ די פלעכטלעך פון אלע בולקעלעך, טרייפע 
קישקע! 

אָבער יענער קײַט שוין גאנץ געשמאק, ער שטייט לעבן קריטיקער, 
װאָס האָט זיך ארײַנגעשארט, װי א שאָטן, רעדט אזוי שטיל, קיים װאָס מע 
הערט, זאָגט כאנען א ווייכן, העפלעכן, פרײַנטלעכן , גוטמאָרגן". 

איצט האלט דער דיכטער מיט דער געקרײַזלטער טשופּרינע דעם קרי" 
טיקערס נאָז מיט צוויי פינגער און יענער בעט שטיל און מילד: 

-- װאָס טוט איר, גענוג, קוועטשט ניט אזוי, איך בעט אײַך, דאָס 
איז מיר זייער אומאָנגענעם, נו! 

יענער לאָזט אָפּ די נאָז, דער קריטיקער דעקט זי צו מיט זײַן האנט, 
אין עס גייט שוין אן אמפּערײַ. מע אמפּערט זיך וװועגן לידער. איינער 
זאָנט, אז האָפשטײנס לידער זײַנען בעסער, דער צווייטער זאָגט, אז האל- 
קינס. דערנאָך טרינקט מען טיי, מע לייענט װוידער לידער. אוב עס מאכט + 
זיך, אז ניקאַלײַ ניקאָלײַעװיטש פאלט ארײַן אין אזא שאָ, נעמט ער ניט 
ארויס די װײַסע מויז פון דער אייבערשטער רעקל-קעשענע, ער קנייטשט 
פארלאָרן מיט די אקסלען, טוט א זאָג צו נעכעמיען: ,קאקאָי שום, קאקאָי 
שום, פּאַשלי נא װאָלכאַנקו"ג, 

גאנץ אָפט האָט כאנע געראמט און געוואשן ביז נאָך האלבער נאכט, 
אָבער אופשטיין האָט זי אלציינס געמוזט פינף אזייגער. זי פלעגט אָפט 
פילן, אז זי פאלט פין די פיס, 


אזוי איז זיך געגאנגען די צײַט. דער פרילינג האָט זיך צוגערוקט, 
ארבעט איז אלץ צוגעקומען און צוגעקומען. כאנע האָט זיך געסטארעט, 
אלץ זאָל זײַן צו דער צײַט. שיין אָפּנערעדט, אז דאָס עסן פאר די קיני 
דער איז געווען געשמאקער, וי פריִער, װײַל אלע פּראָדוקטן זײַנען גענאנ- 
גען אין קעסל. צו דעם אלץ איז טאקע אזוי געשען, װי נעכעמיע האָט 
פאָרױיסגעזאָגט. דער בלאַנדער מיט זײַן װײַב זײַנען געקומען פון קיעו. 
איצט האָט שוין כאנע געװוסט, אז מע רופט אים יאשע, אמאָל פּראָסט -- 


? ,סארא טומל, סארא טומל, קום אף װאָלכאָנקע?. (רוסיש). 
90 


יאק. דאָס װײַב האָט מען גערופן בראָניסלאווע יאָסיפאָװנע. יאקאָוו האָט 
זי גערופן בראַן. אין די אויגן האָט זי געכעמיע גערופן מיטן נאָמען און 
פאַטערנאָמען, הינטער די אויגן האָט ער זי גערופן מאדאם. זי איז געווען 
העכער פון מיטעלן װוקס, איר קליינער קאָפּ איז געווען באוואקסן מיט 
גלײַכע, שטײַפע, װי דר עטלער, געשוירענע האָר. איצט איז זי שוין, אפּאַ- 
נעם, א היפּשע צײַט ניט געווען אין שערערײַ -- זײַנען זיי שטײיַפע, גע- 
דיכטע, שווארצע געשטאנען אף אירע אקסלען. איר הויכער בזעם איז 
געלאָפן פאַרויס, די פּלאטשיקע קליבעס האָבן זיר קים-קוים באועגט. 
אָבער מערקווירדיקער פין אלץ זײַנען אין איר יאָמטעװדיקן אַנבליק גע- 
ווען אירע װאָכעדיקע, טונקעלע קאַלירלאָזע אויגן. פארשטייט זיך, אז 
כאנע האָט גלײַך דעם זעלבן אַװונט ניט פארזאמט צו זאָגן װעגן דעם נע- 
כעמיען, 

-- ריכטיק, מײַן טרייסט, וי האָסטו דאָס מאַמענטאלנע דערזען? אירע 
אויגן זײַנען דאָר טאקע װוי צוויי אָפּגעריבענע קנעפּלעך, 

-- כ'קאַן ניט אויסהאלטן פון דיר. אינדערעמעסן האָסטו דאָס פריער 
געדארפט זען, דו ביסט דאָך דער קינסטלער, 

-- איצט זע איך, אז מיר זײַנען בעעמעס מאן און װײַב, איך דערקען 
אין דײַן טאָן, אז דו האָסט צו מיר טײַנעס, 

-- װאָס רעדסטו? װאָס פארא טײַנעס? װאָס װײַטער, האָב איך דיך אלץ 
מער האָלט, -- איז כאנע זיך מוידע געווען. | 

איצט האָט כאנע ניט געקאַנט פאַרווארפן נעכעמיען, אז ס'איז גרינגער 
אין אַוונט צו באגעגענען, װוי כאגינען צו באגלייטן, אלע טאָג האָט עֶר זי 
באגלייט. דער טראמווײַ גייט שוין -- און ער לויפט נאָך אלץ און װאָרנט: 

-- כאנוקל, זײַ געחיט! איבערן װעג ניט לויפן, ניט לויפן! הערסט, 
װאָס איך זאָג? 

-- איך הער, איך װעל זײַן פאָרזיכטיק, גיי צוריק, קאַנסט נאָך כאפן 
א שלאָף. כזועל ניט לויפן, ניט לויפ! װאָס דארף איך זיך אַנהײבן מיט 
אלע טראמװײַען און מיט אלע איזװואָזטשיקעס, -- שרײַט כאנע, שטייענדיק 
מיט איין פוס אין טאמבור און מיטן צווייטן אפן טראמווי-טרעפּל, 

- גי שוין ארײַן אין װאגאַָן, שטיי ניט אזוי, -- פאָדערט ער, און 
אליין גייט ער צוריק טאקע כאפן א דרעמל, | 

כאנע ווידער זעצט זיך, װײַל אין טראמװײַ אין אין אזא פריער שאַ 
פריי, זי נעמט ארויס דעם בוך, װאָס ניקאַלײַ ניקאַלײַעװיטש האָט אנומלטן 
געבראכט. זי לייענט און פראלט אלע װײַלע ארויט א געלעכטער, אזוי אז 
די פארשלאָפענע פּאסאזשירן קוקן זי פארווונדערט אַן. געקימען צו דער 
ארבעט, שטעלט זי צו קאַכן א הירזשענע קאשע, מאַלט פלייש אף דער 
פלייש-מאשינקע, צעלייגט פירקאנטיקע שטיקעלעך פוטער אף די פלאכע 
טעלערלעך. דערהערט, װוי די טירד עפֿנט זיך, קערעוועט זײ אויס דעם קאָפּ 
און דערזעט די פארוואלטערקע יעליזאוועטע אבראמאוונע. יענע קוקט אַן 
כאנען און וויל װיסן; 


1 


-- װאָס זײַט איר אזוי פריילעך? איך זע, אז אָט-אָט צעלאכט איר זיך, 

-- איר האָט געטראָפן, דער פּרינץ גייט מיר ניט ארויס פון זינען, 

-- װאָסער פּרינץ? 

-- יענער פּרינץ, װאָס האָט געזוכט א שידעך מיט אן עמעסער פּרינ- 
צעסן און האָט נעבעך בעשום-אויפן ניט געקאָנט געפינען אזא. ביז אין א 
גוסרעגן האָט צוגעבלאַנקעט די אויסגעווייקטע, די עמעסע פּרינצעסן צום 
קייזערלעכן פּאלאץ. 

-- איך הייב ניט אָן צו פארשטיין, װאָס איר רעדט, -- האָט יעליזא- 
וועטע אבראמאַיונע זיך מיידע געווען. 

-- װאָס פארשטייט איר ניט? די פּרינצעסן שטייט לעבן טויער פון 
פאלאץ אן אויסגעווייקטע ביזן לעצטן פאָדעם. מע האָט זי טאקע ארײַנגע- 
לאָזט אין פאלאץ, און די אלטע באהאוונטע קייסעריניע האָט געזאָגט: ,,מיר 
װועלן שוין באלד זען, צי זי איז די עמעסע פּרינצעסן, צי ניט?" 

און װי זי זאָגט עס, שלײַדערט זי אראָפּ דאָס גאנצע בעטגעוואנט פון 
בעט, לייגט אוועק אן ארבעס אף די הוילע ברעטער, לייגט אריף צוועלף 
פערענעס. און װאָס זשע מיינט איר, די פּרינצעסן האָט קיין אויג ניט צו- 
געמאכט א גאנצע נאכט איבערן ארבעסל. אף די זײַטן זײַנען איר פאר" 
בליבן ברוין-בלויע סימאָנים, 

-- אוי, דאָס איז אויסגעצייכנט! איך ווײיס שוין, דאָס איז די פּרינ- 
צעסן אפן ארבעסל, -- האָט יעליזאוועטע אבראמאָוונע אויסגערופן אין זיך 
אויך צעלאכט. זיך אייסגעלאכט, האָט זי זיך פארווונדערט: 

-- כאנע דאװידאַוונע, איר לייענט אנדערסענען דאָס ערשטע מאָל? 

-- כהאָב אפילע ניט געהערט קינמאָל, אז עס איז דאָ אזא שרײַבער. 

-- איך בין אײַך מעקאנע, איר װעט נאָך האָבן א סאך פארגעניגן. 
כאָטש איך האָב געלייענט די מײַסעלעך, ווען איך בין אלט געווען נײַן יאָר, 
געדענק איך זיי ביז איצט, -- האָט די פארוואלטערן געזאָגט און איז אוועק 
צו דער טיר, 

-- יעליזאוועטע אבראמאָוונע, איר קענט איצט אָפּעסן פרישטיק, ב'האָב 
אויסגערעכנט און איך זע, אז סזועט זײַן פאר די קינדער איבערגענוג, 

-- ניין, ניין, וי אלע, אזוי איך, -- האָט די פארוואלטערן געזאָגט און 
איז ארויסגעגאנגען. 

זי איז ארויסגעגאנגען און מאקאר איז ארײַנגעקומען. ער האָט זיך גע- 
זעצט, װי שטענדיק, אפן איבערגעקערטן עמער, און כאנע האָט אים דער- 
לאנגט א פולן טעלער מיט קאשע. 

-- דו ווייסט, כאנא דאװידאָוונא, איך עט בא דיר דעם לעצטן אָנבײַסן. 
איך בין געווען נעכטן דאָרט, װו מע בוט , שאריקאָפּאָדשיפּניק", און איך 
גי אחינצו ארבעטן, 

-- װעסט יאָ ארבעטן, װעסט ניט ארבעטן. נא דיר צו דער קאשע א 
גלאָז זויערמילך, 

-- זויערמילך האָב איך ליב, אין דער היים פלעגט די מאמע אָפּקאָכן 


99 


קארטאָפל אין מונדירן, זי פלעגט ברענגען א פולע מאקיטרע זויערמילך, 
עס וויפל דוֹ ווילסט! -- האָט זיך דערמאַנט מאקאר, 

-- עס גיכער, איין פוט דאָ, א צווייטער -- אף דער באזע, װאָרעם 
ווער עס קומט פריִער, דער מאָלט פריער, -- האָט כאנע אונטערגעײלט מא- 
קארן. זי האָט קעסיידער אונטערגעײַלט יענעם און זיך, 

אוב אין קאָמונע פלעגט זי אָפט קומען צו די קינדער ניט צו דער 
באשטימטער שאָ און מע האָט זי ארײַנגעלאָזט, האָט זי איצטער די קין- 
דער געזען נאָר זונטיק, װײַל די דערציערנס פון קינדערגאָרטן האָבן גע- 
זאָגט אויסדריקלעױ: 

-- דו מיינסט, אז דו ארבעטסט דאָ, קאַנסטו ארײַנגײין, ווען עס ווילט 
זיך דיר? -- עס האָט איר אָפט געקוועטשט דאָס הארץ און טרערן האָבן 
זי געװאָרגן. אגעוו, טרערן פלעגן איצט גאנץ אָפט אופזידן אין אירע אויגן, 
איז עמעצער געווען אין קיך, האָט זי זיך געהאמעוועט, אוב קיינער איז 
ניט געווען כוץ איר, איז די מאָס איבערגעגאנגען, זי האָט זיך גוט אויס- 
געװיינט, דערבײַ זיך אָפּגעהיט, די טרערן זאָלן ניט פאלן אין טאָפּ אָדער 
אפן ברויט, װאָס זי שנײַדט, דערנאָך האָט זי גוט אויסגעווישט דאָס פּאַנעם 
און זיך געמוסערט: ,העלדיניע, א מאמע ביסטו? דארפסט נאָך אליין א 
מאמען". עס איז איר איצט אָנגעקומען גאנץ שװער צו גיין פון דער 
ארבעט אהיים, אפילע אוב נעכעמיע האָט זי באגעגנט. זי האָט גוט געפילט, 
אז זי איז אינעם צימערל א פינפטע ראָד צום װאָגן, כאָטש ניט 'אקאָו, 
ניט בראָניסלאווע יאָטיפאָווגע האָבן איר קיין איין װאָרט ניט געזאָגט. אָבער 
כאנע האָט געפילט אף שריט און טריט, אז זי פארנעמט דאָ צופיל אָרט. 
עס זײַנען געווען נאָך סיבעס, װאָס װאָבן כאנען קלאָר געמאכט, אוֹ זי 
איז דאָ ניט זייער גלײַכן, װי נאָר זי פלעגט זיך זונטיק שטעלן וואשן גרעט, 
איז שוין בראָניסלאװע געשווומען מיט א היפש פּעקל קויטיקס אין די 
אויסגעשטרעקטע, ברייט-פאנאנדערגענומענע הענט. זי טוט א װאָרף דאָס 
פּעקל אף דער פּאָדלאָגע לעבן כאנעס פיס און זאָגט, שמייכלענדיק: 

-- פאריינס װעסטו דאָס מאכן, סאיז נאָר עטלעכע שטיקלעך, 

אָפּטער פין אלץ פלעגט זי דאָס טאָן, בייס געכעמיע פלענט ערגעץ 
אוועק מיט די קינדער. און כאנע האָט וועגן דעט אים קײנמאָל קיין װאָר 
ניט געזאָגט. עס איז אָבער דאָ א װערטל, אוֹ עדער שטריק האָט אן 
עק". אין איינעם א זונטיק איז נעכעמיע מיט די קינדער גראָד געװוען אין 
שטוב, װײַל עס האָט גערעגנט. כאנע איו געשטאנען בא דער בלעכענער 
מילטער און האָט געמאכט א געוועש. בראָניסלאווע יאָסיפאָוונע איז ארויס- 
געגאנגען פונעם קליינעם צימערל, טראָגנדיק אין די אויסגעצויגענע הענט 
א היפּש פּעקל. זי האָט עס א װאָרף געטאָן לעבן כאנעס פיס און, װי טאָ- 
מיד פארבײַגייענדיק, צוגעװאָרפן; 

-- עטלעכע שטיקלעך פאריינס, 

נעכעמיען האָט װי א הייב געטאָן פין זײַן אָרט. מיט איין שפּר?ן איז 
ער געשטאנען צװישן כאנען און, װי ער האָט גערופן בראָניסלאװוען, צווישן 


9 


דער מאדאם. ער האָט זי אָנגעקוקט, קוים פארשטאנען, װאָס ער טוט. זײַנע 
פיס האָבן, װי אָן זײַן ווילן, צונויפגעשארט דאָס, װאָס בראָניסלאווע האָט 
צוגעװאָרפן און, עס אזוי שארנדיק, ניט מיט זײַן קאָל אויסגערופן: 

-- וען א טויטער װעט ניטן און איר װעט אים זאָגן ;צו געזונט", דאן 
װעט כאנעלע!. -- און צו כאנען: -- כאנוקל, איך פארשטיי, אז דאָס איז 
ניט דאָס ערשטע מאָל. פארװאָס האָסטו מיר עס ניט געזאָגט? דו האָסט 
ניט געװוסט, אז דו װעסט באגעגענען א כאזער, האָסטו קיין פּאָמױניצע 
ניט צוגעגרייט?! אָך דו, אָרעם קינד מײַנס, -- האָט געמעכיע מיט א נע- 
פאלן קאָל גערעדט צו כאנען און גענלעט אירע האָר. 

כאנע האָט מאמעש ניט געקאָנט אָנקוקן ניט נאָר בראָניסלאװען, נאָר 
אפילע איר קלייד, אירע לאקירטע לאָדעטשקעס. עס האָט איר געשלאָגן צו 
דער גאל, ווען זי האָט געהערט, װי יענע זאָגט: 

-- יאקאָוו, יאשענקע, העלף מיר אױסטאָן די טופליעס. -- יענער האָט 
געפאָלגט, און כאנע האָט עס אָפט איבערגעקרימט. געכעמיע האָט געקײַכט 
פון געלעכטער און באגיטיקט: 

-- כאנוקל, ביסט א מאַלאָדיעץ. דו האָסט אויגן, װאָס זעעןף 


סהאָט זיך ארויסגעוויזן, אז די ,מאדאם" איז א וויסנשאפטלעכער טוער. 
זי האָט אָנגעהױבן מיטארבעטן אין א מאָנאטשריפט, און די שטוב-ארבעט 
פלעגט אָפּטאָן א געקומענע עלטערע פרוי, אנומלטן, בייס די מאנצבלען 
זײַנען אין שטוב ניט געווען, האָט בראָניסלאװע זיך געװענדט צו כאנען 
מיט אזא פראגע: 

-- זֹאָג מיר, זײַ ‏ אזוי גוט, פארװאָס װוילסטו ניט מיט דײַנע קינדער 
לעבן אין בײַשטאָט, עס געפעלט דיר גראָד מײַן דירע? 

כאנע האָט קיין איין װאָרט ניט געענטפערט. פארווונדערט איז זי אויך 
ניט געווען. זי האָט מער אָדער װייניקער שוין געקאַנט אָפּשאצן די דאָזײי 
קע וויסנשאפטלעכע טוערן, אַבער גרינגער איז איר פין דעם ניט געװאָרן. 
זי האָט נעמלעך אויך פארשטאנען, אז נעכעמיע איז ניט קיין באלעבאָס 
אפילע פינעם צימערל, װוּ זי געפיגען זיך. 

אף מאָרגן בא דער ארבעט איז כאנען אלץ געפאלן פון די הענט. די 
פארוואלטערקע האָט געקוקט, װי כאנע טיילט סמעטענע אין קלייגע טע- 
פּעלעך, און ווען דאָס איז געװאָרן אויסגעטיילט, האָט זי, װי גלײַכגילטיק, 
געפרעגט: 

-- כאנע דאװידאָװונע איר זײַט פארמאטערט, אָדער בא אײַך האָט 
עפּעס געטראַפן? 

-- נאָך דער ארנעט, אויב איר װעט האָבן צײַט, װיל איך זיך מיט 
אײַך דורכריידן, 

-- גוט, איך װעל זײַן אין קאבינעט, 

ניט ציליב פּוסטער נײַגעריקײַט האָט יעליזאוװועטע אבראמאָוונע עס 


געפרעגט. ניט דערפאר װאָס כאנע איז גרייט געװען פאר א באליביקן 
אויסגיסן דאָס הארץ, האָט זי געזאָגט: , איך וויל זיך מיט אײַך דורכריידן". 
די פארוואלטערן האָט געזען און פארשטאנען, װאָס פאר א מענטש כאנע 
איז. כאנע האָט זיך אויך גיט גענארט אין דער פארוואלטערקע. גאנץ אָפט 
אין אָװוגט זײַנען זיי געזעסן, געמאכט די כעזשבוינעס, דערבײַ געשמועסט 
צוביסעלעך, פּאװאָליע האָט זיך יעליזאוועטע אבראמאַוונע דערוווסט, וויאזוי 
כאנע איז מעגולגל געװאָרן אהער, 


ייס זי האָט אויסגעהערט, װאָס כאנע האָט גערעדט, איז זי א װײַלינקע 
געזעסן פארטראכט, דערנאָך האָט זי, װי צײילנדיק יעדער װאָרט, אָנגע- 
הויבן; 

-- איך פארשטיי, אז אײַער מאן האָט זייער ערנסט געדארפט דורב- 
טראכטן, איידער ער האָט אײַך מיט די קינדער וענומען אחער. אָבער איר 
האָט אים כאָטש געפרעגט: האָסט א ווינקל? 

-- ס'איז מיר אפילע ניט אײַנגעפאלן, ער איז דאָך ניט קיין ייַנגעלע, 
ער איז אלט קנאפּע דרײַסיק יאָר, 

-- זעט איר שוין, װאָס זשע האָט איר פּרעטענזיעס צו אים? ער איז 
נאָך קיין טאטע ניט געווען, און איר א מאמע זײַט יאָ געווען... אָבער איר 
דארפט ניט זײַן אווי דערשלאָגן,. סװועט זיך געפינען עפּעס אן אויסוועג, 

-- איך האָב צו קיינעט קיין טײַנעס ניט. און איך פארשטיי גאנץ גוט, 
אז די שכיינע מײַנע דארף מיך מיט מײַנע קינדער, װי א לאָך אין קאָפּ, 
אָבער איך קאָן אחין מער ניט גיין, װען איך האָב זיך וו אהינצוטאָן, 
װאָלט מײַן פוס דאָרטן קיינמאָל ניט געווען! 

-- דאָרטן איז דאָך אײַער מאן, איר זאָגט דאָך, אז איר האָט אים 
ליב?,, 

-- זײער! אָבער װי קאָן ליבע דערלאָזן, אז מע זאָל דערנידעריקן און 
באליידיקן? איך האָב אײַך דאָס דערציילט דערפאר, װײל איך האָב גע- 
האָפּט, אז איר װעט מיך לאָזן נעכטיקן דאָ אין קאָרידאָר, ביז איך װעל 
קריגן װוּ צו נעכטיקן מיט מײַנע קינדער, 

-- פארװאָס עפּעס דאָ אין קאָרידאָר? א געוויסע צײַט װאָלט איר גע- 
קאָנט נעכטיקן בא מיר, אָבער איר קענט איצט קיין זאך ניט באשליסן אָן 
אים, דער ערשטער האָט אויך אײַער מאן געדארפט וויסן װעגן דעם. איר 
זײַט באגלײַך שולדיק. פאָלגט מיך, גייט אהין, װי אלע טאָג. דאָס איז 
ערשטנס, צווייטנס, דערציילט אים ניט קיין מײַסעס, װאָס יענע האָט אײַך 
געפרעגט און געזאָגט. רעדט זיך פּאָשעט פּראָסט דורך מיט אים, ברענגט 
אים אפן געדאנק, אז סאיו נייטיק צו קריגן א דירע, אז אין בײַשטאָט 
איז עס מער מעגלעך, אײַער עלטער מיידעלע װעט דעם קומענדיקן הארבסט 
אוועק אין שול. וו װעט איר זי אװעקזעצן מיט א העפט, מיט א ביכלן 
קורץ, איך דארף אײַך ניט לערנען װאָס צו זאָגן. 


95 


כאנע האָט אײַנגעזען, אז די פארוואלטערקע איז גערעכט. אין אָװנט 
האָט זי נעכעמיע באגעגנט, ער האָט גאָרנישט ניט באמערקט. ערשט דער- 
נאָך, ווען זי האָבן אָפּגעטרונקען טיי, האָט ער דערזען און פארשטאנען, 
אז זי איז זייער צערודערט. אזויווי יאקאָוו מיט בראָניסלאווען זײַנען געווען 
אי זייער צימערל, האָט ער שטיל געזאָגט: 

-- קום, לאָמיר זיך א ביסל דורכגיין. 

אף דער גאס האָט ער געפרעגט: 

-- סאיז עפּעס געשען אף דער ארבעט? 

-- װאָס פאלט דיר אײַן? 

-- איך זע דאָך, זאָג, װאָס האָט געטראָפן? | 

-- כװאָלט זיך געװוּנדערט, ווען דו װאָלסט ניט געזען. 

-- װאָס איז, דו פילסט זיך שלעכט? 

-- איך האָב ניט קיין צײַט זיך צו פילן, און איך װיל מער ניט װוינען 
איניינעם מיט זיי. | 

-- איך וויל דאָס אויך ניט. דערװײַל זע איך ניט, מיד זאָלן זיך קאָנען 
ארױסקלײַבן, איך האָב דיר ניט געזאָגט װעגן דעם, אָבער איך האָב דער- 
לאנגט א מעלדונג אין קינסטלער-פאריין, 

-- ביז װאָס-װען מוזן מיר געפינען עפעס א צימערל. די פארוואלטער- 
קע פון קינדערגאָרטן האָט מיר געזאָגט, אז אויסער דער שטאָט קאָן מען 
עפשער יאָ קריגן, 

-- געוויס װעל איך צופאָרן, אָבער מע דארף האָבן געדולד, סאיו 
גאָרניט פון די גרינגע זאכן. איך דארף דיר זאָגן, אז דאָס צימערל, װוּ 
מיר זײַנען, איז טאקע מײַנס. זנאטשיט, דו װױינסט ניט מיט זיי, נאָר מיט 
מיר. איך האָב געהאט א גרויסן ליכטיקן צימער, איז איינמאָל געקומען 
צו מיר יאקאָו, ער האָט גערעדט אין גערעדט און מיך אײַנגערעדט, כ'זאָל 
זיך אריבערקלײַבן צו אים. דערנאָך האָט ער מיר געמאכט די פּֿראָפֿיסקע. 

-- נעכעמיעלע, איך פארשטיי אין דערוף גאָרנישט. נאָר אויב איך 
זאָג דיר, אז איך קאָן דאָ מער ניט לעבן, זאָלסטו װויסן, אז איך װעל ניט 
זײַן אונטער איין דאך מיט יאקאָווס װײַב. װאָס פאר א צימערל דו װעסט 
ניט קריגן, זאָל זײַן פינף שפּאן, װעל איך װזײַן צופרידן, כזועל עס אויס- 
קאלכן, אופראמען, מיר װעלן פרי אָפּעטעמען. 

-- בארויק זיך. גוט, געוויס װעל איך זוכן. און קום אין שטוב. זײַ ניט 
אזוי טרויעריק. איך קען דאָס ניט זען. דו װוײיסט דאָך גאנץ גוט, אז אלץ 
װעל איך טאָן, קעדיי דיר זאָל זײַן בעסער וי דיר איז, 

אין שטוב האָט כאנע מער קיין װאָרט ניט אויסגערעדט. זי האָבן 
אױיסגעלאָשן די שײַן און זיך געלייגט שלאָפן. אינדערפרי האָט געכעמיע 
געהאט א טײַנע: 

-- כאנוקל, פארװאָס טראָגסטו ניט דײַן כאסענע-קלייד? שוין צײַט, 
זאָלסט אוועקווארפן דײַנע קאָמונע-טואלעטן. מע האָט דיר דאָך צום אכטן 


98 ז1אווקס?! :111 6 


מארט געגעבן א פרעמיע -- טופליעס, פארװאָס זשע גייסטו ארום אין די 
שטיוול? 

-- אוב דו האָסט דערפון קלעמעניש, װעל איך אָנטאָן די טופליעס, א 
נאפקעמינע, 

-- טו אָן איצט, 

-- איצט האָב איך קיין צײַט ניט, 

-- פארװאָס? דו זיצטט דאַך בעמיילע. 

-- איך זיץ, װײַל איך וויל זיך דערמאָנען מײַן כאַלעם. שװײַג, שװוייג, 
איך האָב זיך שוין דערמאַנט. איך גיי זיך אזוי באנאכט אין סטעפּ, עס איז 
א כוישעכדיקע נאכט, שטאַקפינצטער. איך גיי און איך גיי אין דער פינצ- 
טער, מיטאמאָל נעמט אופגיין די זון. זי גייט איף פאמעלעך-פאמעלעך, 
פּונקט װי עפּעס א ריז װאָלט זי מיט קויעך ארויסטגעשטופּט פון דער פינצ- 
טערניש. די לינטיקײַט שפּרייט זיך, שפּרײיט זיך, און איניינעם מיט דער 
ליכטיקײַט דערהערט זיך פונדערװײַטן א טופּען פון פערד, א חירזשערל, 
איך הער עס אלץ בוילעטער, אֹלץ נעענטער, און אָט יאָגט שוין איבער 
סטעפּ א טאבון פערד. זי יאָגן מיט פאריסענע קעט און אופגעריסענע מײ- 
לער, אזוי אז איך זע די ציין, און זייערע טלאָען פּויקן אף דער טרוקענע" 
ערד, װי אף א פּױק, איך לויף אויך מיט די פערד איניינעם. אָט-אָט כאפ 
איך זיך שוין אָן בא דער גריוע פין א טונקל-שווארצן פערד, נאָר ער 
טוט א דריי מיטן האלדז, די גריווע גליטשט זיך ארויס פון מײַן האנט, איך 
פאל אנידער. איבער מיר טראָגט זיך א טופען און א הירזשערש, מיט אלע 
קויכעס קוועטש איך זיך צו צו דער ערד. איבער מיר' טראָגט זיך א גוואל- 
דיקע, הירזשענדיקע כוואליע, און די פּלײיצע טוט מיר אזוי וויי, איך כאפ 
זיך אזש אוף פון ווייטעק. דער באלויכטענער סטעפּ פויקט, צי דאָס הארץ 
מײַנט? יאָ, אוואדע דאָס הארץ, עס שפּרינגט אזש ארויס. 

-- טרייסט מײַנער, כאנוקל, בעעמעס דו ביסט דאָך א פּאָעט, 

-- וועסט לאפן פון מיר, אָפט ווילט זיך מיר אזוי אָנשרײַבן, װאָס איך 
ווייס, װאָס איך האָב געזען און װאָס איך זע איצט, סא ווערטעלע צו זאָגן, 
דאָס אלץ צו געדענקען. אמאָל וויל איך אזוי דערציילן ועגן דעם, אז איך 
פיל אף זיך א שווערע-שווערע מאסע, און די מאסע קאָן איך ניט אראָפּ- 
ווארפן. דאָס איז א סאך שווערער וי האָרעווען, 

-- כאנוקל, זאָלסט עס קיינמאָל ניט טאַן, דו דארפסט דאָס גיט! 

-- װאָס רעדסטו, נעכעמיע? פונוואנען ווייסטו, אז איך דארף דאָס 
ניט! 

-- דו מעגטט מיר טוויען, או חו דאהפסט עס ניט. זאָלן דאָס טאַן 
די, װאָס זײַנען מיעס, װאָס זײַנען... מיט איין װאָרט -- דו דארפטט דאָס 
ניט! איך האָב דיך אזוי ליב, אז איך װעל ניט טיילן אונדזער ליבע מיט 
ליטעראטור... איך װעל זיך שוין פּאַסטארעװען צו קריגן א קווארטיר, דאן 
װעל איך ארבעטן מער װי איצט, זו װעסט אװעקגיין פון קינדערגאָרטן, 


97 


דו װעסט זײַן מײַן באלעבאָסטע און מײַן געליבטע. גלייב מיר, עס װעט 
זײַן אויסגעצייכנט! 

-- איך ווייס, אז דו האָסט מיך ליב. איך װײס, אז אומעטום װעט 
אונדז זײַן אויסגעצייכנט. איך האָב דיך ליב מער װי זיך אליין! פונדעסט- 
וועגן, זיצסטו באם טיש און דו ארבעטסט, דו דערציילסט מיט בלײַקעס, 
מיט פּענדזלען װעגן דעם, װאָס דו זעסט, פארװאָס זשע זאָגסטו, אז איך 
דארף דאָס ניט טאָן? ר 

-- טדייסט מײַנער, מיר דערצייל װועגן אלץ, װאָס דו זעסט. און קום 
צום טראמוו?, װעסט פארשפּעטיקן, -- האָט נעכעמיע זי געבראכט צו דער 
װאָר, און װי שטענדיק, בייס זי איז שוין געשטאנען אפן טראמװײַ-טרעפּל, 
האָט ער געװאָרנט: 

-- זײַ געהיט, איבערן וועג ניט לויפן, ניט לויפן! 


צי א מאלעך שנעלט יאָ אין נעזל, בייס א קינד דארף דערזען די ליכ- 
טיקע וועלט, צי ניט, אָבער אז איטלעכער האָט זיך זײַן מאזל, דאָס האָט 
כאנע פארשטאנען. זי גופע האָט ניט געטראכט, צי האָט זי באם געבוירן 
ווערן געכאפט פון א מאלעך ניט קיין מאזלדיקן שנעל,,.. אָבער זי האָט 
אָפט געפילט, אז סװאָלט ניט געווען קיין אוולע, סזאָל איר זײַן א ביסל 
גרינגער, װי איר איז, דערװײַל איז קיין שום אויסזיכט אוֹן קיין האָפענינג 
ניט געוען, אז איר אויסקומעניש זאָל געלינדערט װוערן. 

אין זי קראָמען זײַנען די פּאָליצעס געווען פול מיט פּעקעלעך קאווע 
פון כאזערשע ניס. ברויט קויפן אלע נאָר אף ברויט-קארטלעך. שניט- 
סכוירע, שוכווארג קאַן מען באקומען נאָר ווען מע באקומט אף דער ארבעט 
אן אַרדער, אין קינדערגאָרטן האָט כאנע אויך גוט געזען, װי די מאמעט, 
װאָס ברענגען און נעמען אָפּ די קינדער, זײַנען פארדײַגעט. אָפט זאָגט צו 
כאנען יעליזאוועטע אבראמאָוונע: ,דאָ װעט ארײַנגיין א פרוי, גיט איר א 
צוויי גלאָז רײַז און א שטיקל מארגארין". און לויט דעם, װי די פרוי נעמט 
עס, פארקוועטשט כאנען דאָס הארץ, די לעצטע צײַט איז איר צוגעקומען 
נאָר א דײַגע: זי האָט נאָך וועגן דעם נעכעמיען ניט געזאָגט, אָבער זי 
וויײיסט, אז זי טראָגט, , מער פעלט איר ניט, װי ברענגען אן אויפל צו דער 
, מאדאם", 

עס טרעפט אויך, אז זי מישט מיטן גרויסן הילצערנעם לעפל די היר- 
זשענע קאשע אין אין איר זינען מישן זיך טײַנעס צו זיך זעלבסט: ,א 
מאמע פון קינדער טאָר קיינעם ניט ליב האָבן, אין קאָמונע זײַנען מײַנע 
פייגעלעך געווען װוי אין אייגענע הענט, איצט זײַנען זיי װי איבערגעועצטע 
פלאנצונגען. זי זײַנען עלטער געװאָרן אף צען יאָר, און איך גופע!" דעם 
געדאנק וועגן זיך האָט זי געטריבן פון זיך, װאָרעם אויב די קינדער זײַי 
נען , איבערגעזעצט ע פלאנצונגען", איז זי דאָך װי אן ארויסגעריסענער 
בוים. 


98 


די שטאָט, די גאטן, דער טראמוו?, די איזוואָזשטשיקעס, די הײַזער, די 
מענגעס מענטשן האָבן איר אויסגעזען ווילד-פרעמד. ,דער הימל איז פאר- 
שטעלט פון די אויגן, באנאכט זעט מען ניט קיין שטערן, װײַל מע איז 
מיד און מע אײַלט זיך לייגן שלאָפן. באגינען זעט מען ניט דעם זון-אום- 
גאנג, װײַל מע לויפט אָן אן אָטעם צו דער ארבעט. פארנאכט זעט מען ניט 
דעם זון-פארגאנג, װײַל מע װיל שוין גיכער דערזען דעם טראמוו?, װאָס 
וועט אוועקפירן אחיים. אזויפיל מענטשן, אזא גוזמע שטיבער, אזא געלאָף, 
אוֹא אײַלעניש, אן אומגליק, װאָס אזויפיל מענטשן האָבן זיך צונויפגעני- 
מען אף איין אָרט", -- אזוי האָט כאנע ניט דאָס ערשטע מאָל באזיניקט 
דאָס, װאָס האָט זי ארומגערינגלט. 

װי האָט עס אנדערש געקאָנט זײַן? איר זידנס שטוב אין קליינעם 
שטעטעלע איז געווען ניט װײַט פון פעלד. דאָס פעלד איז געווען נאָענט 
צום וואלד. אלע האָבן געקענט איינער דעם אנדערן. איינער האָט דעם 
צווייטן אונטערגעטראָגן דעם גוטמאָרגן, דערציילט, װאָס נעכטן האָט מען 
געקאָכט און װאָס מע האָט בעדייע צו קאָכן הײַנט. או א קינד האָט וי 
געטאָן דאָס בײַכל, האָט געװוסט די גאנצע גאס, איז געווען אן איבער- 
גאנג מאָזלען, װינט-פּאָקן -- האָבן אלע מאמעס גענייט לײַוװונטענע פַּי- 
טשינקע טאָרבעלעך, אָנגעשאָטן אחין נאפטאלין, צוגענייט בענדעלעך און 
זי אָנגעטאָן די קינדער אף די העלדזלעך. זומערצײַט איז כאנע מיט דער 
באָבען און מיטן זיידן אָפּט געגאנגען אין וואלד, מע האָט געדאויפט צונוים- 
בינדן א סאך בעריאַזעװע בעזעמלעך, עס זאָל זײַן מיט װאָס זיך צו בע- 
זעמען אין מערכעץ. די באָבע האָט געװוּסט, אז ראמונקעס איז צום מאָגן, 
מענטע צו קאָפּװײטעק, טויזנטגעבלעטער צו די געלענקען. קינדװײַז האָט 
עס כאנע געהאָלפן איבערקלײַבן, בינדן. אָן א שיר טרוקענע גראָז-בעזעמ- 
לעך פון ליפּע-בליונג, האָזן-שטשאוו זײַנען געהאנגען אף צװעקעס אין 
דער באָבעס שלאָפקאמער. דער זיידע, זיכרױיגע-ליװוראָכע, האָט געטײַגעט 
צו דער באָבען: 

-- דײַן גראָזווארג קומט מיר צו כאָלעט. דו זאָגסט, עס העלפט פון 
אלערליי כאלאסן? איך זאָג דיר, אז דאָס העלפט נאָר צום גיטן, אפ-טשי, 
אפּ-טשי! -- האָט דער זיידע זיך געמאכט אקוראט װי ער ניסט. 

אין קאָמוגע איז קיין וואלד ניט געװוען, איז אָבער געווען א סטעפּ, א 
הויבער, ברייט-פאנאנדערגעשפּרייטער הימל, א פרײַעד שמעקנדיקער ווינט. 
איז דאָך טאקע גאָר קיין װוּנדער ניט, װאָס כאנע האָט זיך געפילט אינעם 
צימערל, װי אין א שטײַג, און אין קיך אף דער ארבעט -- װוי אין קלעם. 
אָבער בייס א מענטש איז געבענטשט מיט פּעיקײַט צו טראכטן, צו פאר- 
שטיין, װאָס אים רינגלט ארום, האָט ער פרייד פון דעם, װאָס ער קאָן עס 
באזיניקן. כאנע האָט קיין שײַכעס ניט געהאט צו דער מערהײַט מענטשן, 
װאָס טראָגן זיך מיטן יאָך פון דער אלטעגלעכקײַט, פון טיף-פערזענלעכע 
איבערלעכונגען. בייס אין קיך פלעגט קומען א פרוי, וועלכע די פארוואל- 
טערקע האָט געשיקט צו כאנען, האָט כאנע אָפּט אָנשטאָט צוויי גלעזער 


99 


רײַז ארײַנגעשאָטן א ביסעלע מערער. איינע א פרוי פלעגט קומען אָפטער 
וי אנדערע. כאנע פלעגט זי מעכאבעד זײַן מיט א ביסל קאשע, אמאָל מיט 
א גלאָז טיי, איין מאָל, נאָכאמאָל, ביז די פרוי האָט דערציילט, אז זי איז 
אן איינזאמע מאמע, אז דער מאן האָט זי פארלאָזט, איז ערגעץ אוועקגע- 
פאָרן און האָט פארגעסן, אז ער האָט דאָ געלאָזט צוויי קינדער. כאנע האָט 
עס געהערט, מיטגעפילט, זיך דערװוסט בא דער פארוואלטערקע, אז ניט 
מיט איינער טרעפט עס, אז אין קינדערגאָרטן זײַנען דאָ עטלעכע קיגדער, 
וועלכע האָבן קיין טאטעס ניט. כאנע האָט עס געהערט, דערבײ זיר דער" 
מאָנט דעם קינדערהיים פון דער קאָמוֹנע, די דערציערנס פון קינדערהיים, 
וועלכע האָבן קיין ביסן ניט אראָפּנעשלונגען פון די קינדערס עסן. שוין 
אָפּגערעדט דערפון, אז א מאמע זאָל פילן, איר קינד איז געקריוודעט, ניט 
צו זאט אָנגעהאַדעװעט. און אָט קומט איר װידער אפן זינען, װי הענקע, 
װאָס ארבעט אין קינדערהיים, קומט אין שטאל נאָך מילך, װי זי, פאנע, 
דערלאנגט איר דאָס קווערטל מילך און זאָגט: ,טרינקט אויס!", װי הענקע 
גיסט אויס די מילך פון קווערטל אין פאן, טוט א זאָג: ;זײַ ניט בעסער צו 
מיר װי צו זיך", צי דען איז עס צו פארגלײַכן, װי די דערציערנס פין קיג- 
דערגאָרטן זאָגן צו כאנען: ,זשאלעווע ניט, גיב נאָך א צװיי לעפל, מיר 
לייגן גענוג קויכעס פאר די קינדער", 

אף די פארזאמלונגען פון קינדערגאָרטן האָט כאנע ניט אין מאָל 
גערעדט וועגן דערוף, אָבער עס העלפט, װי א טויטן באנקעס. אָט טראכט 
זי װעגן דעם, אָט טראכט זי װועגן עפּעס אנדערש: ‏ אוואדע איז מיר בא" 
שערט א גליק. געוויס איז נעכעמיע א זעלטנהיט, אוואדע' דארף איך דאָט 
שאצן, אָבער ער האָט גאָרנישט ניט פארלאָרן,. אלץ, װאָס ער האָט געהאט, 
איז מיט אים. דערצו האָט ער נאָך מיך אויך", 

אנומלטן האָט זי אים געפרעגט: 

-- נעכעמיעלע, זאָג מיר, װאָס האָסטו געטראכט, וען דו ביסט גע- 
קימען נעמען מיך מיט די קינדער? 

-- איך האָב געטראכט, אז איך װעל דיך נעמען אהער, װעלן זי ניט 
גיין אין קיין קינדערגאָרטן, זיי װעלן זײַן מיט אונדז, איך האָב דאָך ניט 
געוװוסט, אז יאקאָוו װעט אזוי גיך קומען פון קיעוו און דערצו נאָך מיט 
אזא מאדאם. איך ווייס, אז דאָס געפעלט דיר ניט.., 

-- דו געפעלסט מיר, בין איך גליקלעך, פארװאָס װוילסטו קלאָר מאכן 
דאָס, װאָס איז קלאָר? איך האָב געטראכט, דיר זאָגן, צי ניט, נאָר סשװי 
וועסטו דאָס וויסן דער ערשטער. װוּ װעלן מיר זיך אהינטאָן, אב עס 
װעט זײַן נאָך א קינד? 

כאנע האָט עס ארויסגערעדט און זיך אליין דערשראָקן. אָבער נעכעמיע 
איז צוגעפאלן צו איר, געקושט איר פּאָנעם און אירע הענט און אלץ גע- 
װאָלט װיסן; 

-- כאנוקל, דו ביטט זיכער, אָבער געוויס? 


100 


-- הער אוף, נעכעמיע, װאָס װעלן מיר טאָן, װוּ װעלן מיר זיך אהי1- 
טאָן? שטענדיק איז פול מענטשן, מע שרײַט און מע רייכערט. ס'איז אומעג" 
לעך צו ברענגען א קליינס אהער, 


ניט גרינג, אוי ניט גרינג איז כאנען איצט געווען אפן הארצן! ניט 
גרינג איז איר אויך אָנגעקומען די ארבעט. מאקאר איז טאקע אוועק אף 
שאריקאָפּאָדשיפּניק", עמעס, מע האָט גענומען נאָך א מענטשן אין קיך, 
די פארוואלטערקע האָט געזאָגט כאנען, זי זאָל ניט פאָרן נאָך פּראָדוקטן, 
װײַל זי האָט פארשטאנען, אז כאנע איז אף דער צײַט, אָבער די פּראָדוקטן 
קומען ניט אליין אין קיך. די לעצטע צײַט גייט ארײַן יעליזאוועטע אברא- 
מאַװנע, זי העלפט איבערקלײַבן גרױפּן, ארבעס. ס'איז פין איר ניט פאר- 
באַרגן, װאָס בא כאנען אפן הארצן טוט זיך. דערפאר פרעגט זי שטיל, 
אײַנגעהאלטן, 

-- כאנע דאװידאָוונע, אויב איך קאָן אײַך מיט עפּעס העלפן, װעל איך 
דאָס טאָן מיט פארגעניגן. 

-- כ'האָב אליין געטראכט זיך וענדן צו אײַך נאָך הילף. אָבער, 
ערשטנס, האָב איך דערפילט, אז איך וויל דאָס ניט, צווייטנס, איז שוין 
צו שפּעט. 

-- עס איז קיינמאָל ניט שפּעט צו העלפן. 

-- ס'איז דאָ פאלן ווען עס איז שפּעט, סאיז שוין בא מיר דער פער- 
טער כוידעש. 

-- אײַער מאן ווייסט? 

= יא. 

-- איך האָב אײַך געזאָגט עטלעכע מאָל, איר זאָלט אף דער באזע 
נאָך פּראָדוקטן ניט פאָרן, און זײַט ניט אזוי דערשלאָגן און פארלאָרן, א 
בלינדע חון געפינט אויך א קערנדל, אײַער מאן װעט געפינען אן אוים- 
וועג. איך זאָג אײַך נאָכאמאָל, איר זאָלט קיין פּראָדוקטן ניט שלעפּן! 

-- יעליזאוועטע אבראמאָוונע, איך װונדער זיך אף אײַך, איר װײיסט 
דאָד, אז עס איז ניט דאָס ערשטע מאָל, 

-- איך פארשטיי אײַך ניט, איר רעדט, װוי א פּיצל, אין אזעלכע זאכן 
איז אלעמאָל דאָס ערשטע מאָל, 

כאָטש די ווערטער האָבן כאנען געטראָפן אין סאמע הארצן, איז זי גע- 
ווען אזוי זיכער אין זיך, אז זי איז יעדעס מאָל געפאָרן מיטן וועגעלע און 
מיט דער צווייטער ארבעטערקע אף דער באזע. אָפט האָט זי זיך געװונטשן, 
אז זי זאָל פּאָטער ווערן פונעם טראָגן, גאָר קוים האָט זי זיך דערמאָנט, וי 
גליקלעך נעכעמיע איז, װי ער ווארט אף דעט, האָט זי זיך בארויקט. זי 
האָט דאָך גוט געװוסט, װי גינציק, װי געטרײַ, וי כאהעפט נעכעמיע איז צו 
איר, פונדעסטוועגן איז כאנען װאָס װײַטער געווען אלץ שווערער און בי 
טערער, 


101 


.די טעג זײַנען געװאָרן לענגער, ליכטיקער און ווארעמער. כאנע האָט 
געארבעט וי פריער, װי פריִער איז זי אף זונטיק מיט די קינדער געפאָרן 
אהיים אין יעדער מאָל פלעגט זי זיך אפסנײַ װונדערן, װי פאר זעקס טעג 
וואקסט אָן אזויפיל פעטס און ברוד אף אלץ, װאָס געפינט זיך אין צימער: 
די צעראטע, די פענצטער-ברעטער, אפילע די אָנלענען פון די שטולן זײַנען 
געווען וי אויסגעשמירט אין פעטס. אלץ האָט זי געוואשן מיט זודיקער ווא- 
סער. און נעכעמיע האָט זי געטרייסט: 

-- כאנוקל, נעם זיך ניט צום הארצן, אלץ איז באשמירט מיט זייער 
פּוטער. 

-- פינוואנען האָבן זיי אזויפיל פעטקײַט? 

-- זיי קויפן דאָס אין דער קאָמערטשעסקער קראָם. 

דער זונטיקדיקער טאָג פלעגט אוועקגיין איינס-אין-צוויי. אָט האָט זי גע- 
לייגט די קינדער שלאָפן, אָט האָט זי זיי שוין געדארפט װעקן. דאָס איז 
געווען א ביטערע זאך. די קינדער האָבן געוויינט, זיך ניט געלאָזט אָנטאָן, 
צו דער ארבעט איז זי געקומען א פארמאטערטע, און עס האָט זיך ערשט 
פאר איר אָנגעהױבן א נײַער ארבעטסטאָג. 

אָפט הייבט זיך אָן דער טאָג מיט פאָרן נאָך פּראָדוקטן אף דער באזע. 
עמעס, זי פאָרט מיטן וועגעלע דרײַ מאָל אָנשטאָט איין מאָל, פונדעסטוועגן 
קימט עס איר אָן ניט גרינכ, 

יעליזאוועטע אבראמאַוונע איז געווען א באהאוונטער מענטש, אין זי 
איז געווען גערעכט, בייס זי האָט געזאָגט: , אין אזוינע זאכן איז אלעמאָל 
דאָס ערשטע מאָל". כאנע האָט זיך געפילט ערגער וי יענע דרײַ מאָל, דאן 
האָט זי געטרונקען און געגעסן, װי אלע מענטשן. איצט האָט זי נאָר גע- 
טרונקען... פון אלץ האָט איר געיבלט. זי האָט ניט געקאַנט אריבערטראָגן 
דעם רייעך פון די געריכטן, װאָס זי האָט געקאָכט. ניט איין מאָל איז זי 
ארויסגעלאָפן פון קיך כאפּן פרישע לופט. פּלוצעם פלעגט אף איר אַנפאלן 
אזא הארצקלאפּעניש, אז זי האָט געשפּירט -- אָט שפּרינגט איר ארויס דאָס 
הארץ. טאקע איבער די רייכעס פון קיך איז כאנע מיט גרויס כיישעק גע- 
פאָרן אף דער באזע. עטלעכע מאָל האָט נעכעמיע אונטערגעהאָלפן, איצט 
איז ער גראָד געווען פארנומען, ער האָט געהאט א באשטעלונג, און ער 
איז גאנצע טעג און ביז שפּעט אין אָװונט געזעסן נאם טיש. אזוי אז כאנען 
האָט ער באגעגנט, אָבער מער װי אף דעם האָט ער קיין צײַט ניט געהאט, 
אין די זונטיקן פלעגט נעכעמיע זי אָפּרײַסן פון דער שטוב-ארבעט, און 
זי פלעגט עטלעכע שאָ זײַן מיט די קינדער אף דער פרישער לופט. ס'האָט 
זיך אזוי געמאכט, אז דער קינסטלער-פאריין האָט געגעבן נעכעמיען א פּו- 
טיאָווקע אף צוויי װאָכן, און ער איז אװעקגעפאָרן אין א בײַשטאָטישן שע- 
פערישן אָפּרו-הױז. 

איינעם א פרימאָרגן איז כאנע פּאמעלעך געגאנגען באם סאמע טראָ- 
טואר, די שטריק פון וועגעלע האָט זי ארומגעדרייט ארום דער האנט, קעדיי 
דאָס וועגעלע מיט די פּראָדוקטן זאָל גיין גלײַכמעסיק און זיך ניט גליטשן 


102 


אף אלע פיר רעדעלעך, בייס די גאס, גייט א ביסעלש בארג-אראָפּ. א גאנצן 
פֿרימאַרגן האָט זיך כאנע געפילט ניט גוט, אלע גלידער זײַנען געווען וי 
מיט כלײַ אָנגעגאָסן, אין קאָפּ האָט איר א ביסעלע געשווינדלט, נאָר פֿאָרן- 
דיק צו דער באזע, האָט זי זיך צעשטרייט און ס'איז וי גרינגער געװאָרן. 
איצט, פאָרנדיק צוריק, האָט זי פּלוצעם דערפילט א ווייטעק אין קרייץ. מיט 
די לעצטע קויכעס האָט כאנע דערשלעפט די פּראָדוקטן צום הויף פון 
קינדערגאַרטן. אין הויף האָט איר שוין קיין קויעך ניט געקלעקט אריינצו- 
שלעפּן דאָס וועגעלע, א קעלט האָט זי דורכגענומען, און אין דער זעלבער 
צײַט האָט עפּעס הייס א פלייץ געטאָן פון איר, און זי איז אומגעפאלן, 


כאנע איז צו-זיך געקומען אין שפּיטאָל, און זי האָט ניט געפרעגט, ,ווו 
בין איך", זי האָט זיך גלײַך דערמאַנט, װאָס מיט איר האָט געטראַפן. די 
פאלאטע-שוועסטער האָט דערזען, אז כאנע פּרוּווט זיך א קער טאַן אף א 
זײַט, האָט יענע שטרענג געװאָרנט: 

-- קראנקע, איך ווייס, אז סאיז אײַך ניט באקוועם, אָבער ליגט רויק, 
װײַל ערשט נעכטן איז געווען אײַער אַפּעראציע, 

-- װאָס פאר אן אָפּעראציע? 

-- איר האָט דאָך געהערט, איידער מע האָט אײַך געגעבן דעם שלאָף- 
טרונק, װי דער דאַקטער האָט געזאָגט, אז מע דארף ארויסנעמען בא אײַךף 
דאָס קינד. מיט איין װאָרט, אלץ איז אין אַרדענונג, ליגט רויק, אז ניט, 
קאַן זײַן א בלוט-שטירץ, 

פון דער שוועסטערס װערטער איז ארײַנגעדרונגען אין כאנעם גלידער 
א קאלטע פּוסטקײַט. זי האָט א קער געטאָן דעם קאָפּ צו דער וואנט, און 
פּײַנלעכע, הייסע טרערן האַכן א גאָס געטאָן פון אירע אויגן. די שוועסטער 
איז ווידער צוגעגאנגען צו איר; 

--- קראנקע, נעמט זיך די מינוט אין די הענט, צעלאָזט זיך ניט, ווֹאַ- 
רעם איר קענט אינגאנצן פארשפּאָרן געזונט צו ווערן, 

כאנע האָט אופגעהערט צו וויינען, און אף וויפל זי איז געווען בעקויעף, 
האָט זי פונדעסטוועגן אָפּגעענטפערט דער שװעסטער: 

-- סװאָלט געווען גלײַכער, איר זאָלט האָבן צו טאַן מיט געזינטע, זי 
װאָלטן אײַך געענטפערט מיט קעגנזײַטיקער ליבע, 

לאנג האָט כאנע ניט געקאַנט טראכטן װעגז דער שוועסטער. זי האָט 
געטראכט וועגן דעם, װאָס מיט איר האָט געטראָפן, אָבער מער פון אֹלץ 
האָט זי געטראכט וועגן די קינדער: ,ס'האָט געדארפט טרעפן מיט מיר אזא 
אומגליק, קעדיי איך זאָל פארשטיין, װי פאריאָסעמט מײַנע קינדער װעלן 
בלײַבן אָן מיך", 

און די קינדער? 

די קינדער האָבן ניט איפגעהערט צו פרעגן נא די דערציערנס און בא 
יעליזאוועטע אבראמאָוונען: ,ווו איז אונדזער מאמע? פארװאָס איז זי נעכטן 
און נאַכאמאָל נעכטן ניט געקומען צו אונדז, אונדזער מאמע?" 


102 


-- כהאָב אײַך דאָך געזאָגט, אז די מאמע איז קראנק. זי װעט נאָר 
געזונט װערן, װעט זי קומען צו אײַך, 

-- מיר װילן זען, װי זי איז קראנק, -- האָבן אלע דרײַ מיטאמאָל גע- 
זאָגט. | 

-- איר ווייסט דאָך, אז מע טאָר אין שׂפּיטאָל ניט גיין. 

-- מיר װעלן זאָגן דעם דאַקטער, אז מיר זײַנען אויך קראנק, -- האָט 
די קלענסטע געפונען אן אייצע, -י 

אפן זעקסטן טאָג נאָך דער אָפּעראציע האָט יעליזאוועטע אבראמאָוונע 
געפויעלט באם הױפּט-דאַקטער, ער זאָל איר דערלויבן צו ברענגען די קינ- 
דער אין שפּיטאָל. וי נאָר די טיר האָט זיך געעפנט, קוים האָבן די קינדער 
פארשטאנען, אף װאָס פאר א בעטל זייער מאמע ליגט, האָבן זי זיך ארויס- 
געריסן פון דער פארוואלטערקע און זײַנען צוגעפאלן צו כאנען. זיי זײַנען 
זיך פארגאנגען אין אזא ביטער געוויין, אז די קראנקע און אפילע די שווע- 
סטער, וועלכע איז שטענדיק געווען הארב און ניכטער, האָבן געוויינט ניט 
װינציקער פון כאנען, דער דאַקטער האָט דערהערט דעם יאָמער, איז ער 
צוגעגאנגען צו די קינדער און האָט קלוימערשט פארווונדערט געזאָגט: 

-- דאָס ערשטע מאָל זע איך אזעלכע קינדער, װאָס האָבן ניט ליב 
זײער מאמען = { היאו- | = 

די קינדער האָכן נאָך העכער גענומען וויינען. דאן האָט דער דאַקטער 
מיט גוטן און מיט בייזן זי אײַנגערעדט, אז ער האָט עפּעס (פאר זיי אין קא- 
בינעט. ער האָט זיי טאקע געגעבן מאַנפּאנסיע, און אז זי האָבן שוין געהאט 
עפעס אין מויל, האָט ער ערשט געקאַנט זיי אײַנשמועסן, אז אוב זיי וועלן 
וויינען, װעט ער מער אהער קיינעם ניט ארײַנלאָזן. 

בייס יעליזאוועטע אבראמאָוונע איז אוועקגעגאנגען מיט די קינדער, האָט 
דער דאַקטער ערשט גוט אויסגעמוסערט כאנען. זי האָט זיך אופגעגעסן 
װאָס זי איז אײַנגעגאנגען אף דעם, אז נעכעמיע זאָל אװעקפאָרן אין אָפּרו- 
הויז. | י | | 

אף מאָרגן איז געקומען פרידע און האָט דערציילט: 

-- איך בין געגאנגען צו יאקאָוון זיך דערוויסן נעכעמיעס אדרעס. איך 
האָב אים געשיקט א טעלעגראמע, פאריינס האָב איך אים געזאָגט, אין װאָס 
פאר א שפּיטאָל איר ליגט. זי זײַנען געוועז בא אײַך? | 

-- דערװײַל ניט. זיי דארפן מיך אזוי, װי א פראָש א שירעם. צווייטנס, 
בין איך גאָר ניט אזוי איינזאם. אײַער מאמע קומט אלע טאָג, איר קומט. 
יעװדאָקיע האָט מיר נעכטן געבראכט א פלעשל מילך, עטלעכע טרוקענע 
כייגל, אזוי, אז איך קאָן זיך באגיין אָן יאקאָוון מיט זײַן בראָניסלאווע. - 


פון טאָג צו טאָג האָט כאנע זיך געפילט בעסער. זי איז שוין צוביסלעך 
ארומגעגאנגען, זי האָט געפּרוװוט ריידן מיטן דאַקטער װעגן אױיסשרײַבן, 
נאָר ער האָט זיך געמאכט ניט-הערנדיק. כאנע האָט ניט פארשטאנען, פאר" 
װאָס ער פירט זיך אזוי, אָבער א סיבע איז געווען. יעליזאוועטע אבראמאָוו" 


104 


נע האָט זיך דורכגערעדט מיטן דאַקטער, זי האָט אים דערציילט כאנעס 
לאגע און האָט געפּױעלט בא אים, ער זאָל זיך ניט אײַלן מיטן אױסשרײַבן, 
פארשטייט זיך, אז יעליזאוועטע אבראמאָוונע האָט עס ניט דערציילט כאנען, 
אקוראט װוי זי האָט איר קיין װאָרט ניט געזאָגט וועגן דעם, אז אף זונטיק 
נעמט זי די קינדער צו זיך, זי באָדט זי און טוט אלץ, װאָס מע דארף, 

אנומלטן נאָך מיטיק איז כאנע געזעסן אף איר געלעגער אין געלײיענט 
,כאָלסטאָמער". כאָטש די דערציילונג חאָט זי זייער פארכאפּט, האָט זי ניט 
געקאַנט ניט כאמערקן, אז דאָ קומט עפּעס פאָר. סאיז דורכגעלאַמן די 
שוועסטער, דערנאָך איין ניאניע און די אנדערע, מיטאמאָל איז דער דאָק- 
טער אויך דורכגעלאָפן די פּאלאטע, דערנאָך איז שטיל געװאָרן און די 
ניאניע האָט געבראכט אַװנטברויט, 

-- װאָס איז דאָס געווען פאר א טומל נאָך מיטיק? -- האָט כאנע 
געפרעגט בא דער ניאניע, 

-- א טומל? סאיז שוין געווען איינמאָל א מײַטע. עס איז געקומען 
איינער א יונגערמאן צו זײַן װײַנ, נעמט די ניאניע פון דער דריטער פּאלא- 
טע און זאָגט אים אָן א גוטע בסורע, אז זײַן װײַב איז געשטאָרבן, אז ער 
טוט עס א פאל אין כאלאַשעס, מע האָט אים קוים אָפּגעמינטערט, ער ליגט 
נאָך איצט אויך אין אופנאם-קאבינעט. איך בין ארײַנגעגאנגען א קיק טאָן 
אף אים, ס'איז אזא ראכמאַנעט, אז איך קאַן אײַך גאָרניט זאָגן, 

-- פון װאָס איז געשטאָרבן זײַן װײַב? 

-- איך ווייס ניט, איך ארבעט דאָך ניט אין יענער פּאלאטע. אָבער דאָט 
װײַב איז גאַרניט געשטאַרבן. דער דאָקטער האָט געגעבן דער ניאניע, וועל- 
כּע האָט עס ארויסגעליאפעט, יענעם כיילעקו 

כאנע האָט זיך ווידער פארטיפט אין לייענען. אין א װײַלינקע ארום האָט 
זי פארמאכט דעם בוך, אָבער אלץ איז געשטאנען פאר אירע אויגן. זי האָט 
געדענקט יעדער װאָרט פון דער דערציילונג, מאמעש געזען אלץ פאר זי 
אויגן. זי האָט פלוצעם א טראכט געטאָן: ,מיך װאָלט מען אויך אוועקגע- 
שלעפּט, װען איך װאָלט געווען א פערד, בייס איך כין אומגעפאלן". און 
באלד האָט זיך שוין ווידער געדרייט אין איר מויעך דאָס קעסיידערדיקע: 
;װאָלט איך געפאָלגט יעליזאוועטע אבראמאָוונען אין ניט געשלעפּט זי 
פּראָדוקטן, װאָלט דער אומגליק ניט געטראָפן. אָט אזוי קרײַזץ די גע- 
דאנקען, קרײַון אָן א סאָף, און כאנע בלײַנט ליגן א פארכושטע. ויאזוי 
די טיר פון פאלאטע האָט זיך געעפנט, האָט זי ניט געהערט, אָבער זי 
האָט גלײַך דערהערט, װי די קראנקנשוועסטער האָט הויך אױיסגערופן: 

-- כאווערטע פײַנבערג, צו אײַך איז מען געקומען 

נאָר דער שוועסטערס אויסרוף איז לאכלוטן געווען איבעריק, װײַל 
נעכעמיע איז שוין געשטאנען לעבן כאנעס בעט. 

-- װי פילסטו זיך, װוי פילסטו זיך? -- האָט ער געפּרעפּלט. 

-- איך פיל זיך ניט שלעכט. װאָס ביסטו אזוי בלייך? 

די קראנקנשוועסטער איז צוגעגאנגען און האָט געװאָרנט: 


105 


-- דאָ זאַלט איר זיך גוט האלטן. פריער האָרעװעט דאָס װײַב אין 
שטוב און אף דער ארבעט װי אן אָקס! און דער געטרײַער לײַבלעכער 
מאן מאכט זיך ניט-זעענדיק. דערנאָך װערט ער וייך, װי פּוטער, גיסט 
טרערן, מאכט א כאלאַשעס מער װי אף א שאָ, דער דאך הייבט זיך אין 
שפּיטאָל, 

-- יעקאטערינא פּאװולאָוונא, איר זעט דאָך, ער האלט זיך זיער 
גיט, -- און צו אים: -- אָט שטייט א שטול, זעץ זיך. װאָס איז געשען? 

-- א קליניקײַט, מע האָט מיר געזאָגט, אז דו ביסט געשטאָרבן. 

-- דו זעסט דאָך, אז איך לעב. זעץ זיך. פונוואנען האָסטו זיך דער- 
װוסט, װאָס מיט מיר האָט געטראָפן? דו האָסט געקראָגן פרידעס טעלע- 
גראמע? 

-- די טעלעגראמע בלאַנדזשעט ערגעץ, מיסטאמע. פרידע אליין איז 
געקומען, איצטער פארשטיי איך גאָרניט, װי איך האָב געקענט אװעק- 
פאָרן. מיט די אייגענע הענט.. 

ער האָט נאָך עפּעס געװאָלט זאָגן, נאָר כאנע האָט אים איבערגע- 
שלאָגן; 

-- איך בעט דיך, האָב ראכמאָנעס, װאָס איז די פּולע, מיט אייגענע 
הענט, צי מיט פרעמדע הענט. סאיז ניטאָ װאָס צו כאלעשן אין ס'איז 
ניטאָ װאָס צו וויינען. װיש אויס די טרערן. מעגסט זײַן זיכער, אז איך 
האָב שוין געװויינט פאר דיר אויך. רוק צו דעם שטול. װאָס זיצסטו פוג". 
דערװײַטן? איך זע עפּעס, אז זיי לויפן, זי טומלען, נאָר פרעג מיך בעכיי- 
רעם. ערשט דערנאַך האָט מיר די ניאניע דערציילט, אז איינער א יונגער- 
מאן איז געפאלן כאלאָשעס, װײַל מע האָט אים געזאָגט, אז דאָס װײַב 
איז געשטאַרבן, 

-- ניסט גערעכט, סאיז טאקע קיין פּולע ניט. מאָרגן פאָר איך זוכן 
א דירע. דאָס איז איצט דאָס סאמע ויכטיקסטע. דו װעסט מער ניט 
דארפן ארבעטן, ס'הייסט דו װעסט האָבן א סאך ארבעט, אָבער ניט אין 
קיין אנשטאלט, | 

דוכט זיך, אזוי װינציק צײַט איז נעכעמיע געווען אין פּאלאטע, און 
די דעזשורנע שוועסטער הייסט אים שוין גיין פיגדאנען. 

נאָךר נעכעמיעס אוועקניין איז אף א װײַלינקע געקומען יעליזאוועטע 
אנראמאָוונע. זי האָט זיך זייער פארווונדערט, װאָס כאנע האָט בא איר 
געבעטן עטלעכע בייגעלעך פּאפיר. | 

-- איר דארפט אָנשרײַבן א בריוו, װעל איך אײַך ברענגען א קאָנ- 
ווערט אויך, 

-- א דאנק, קיין קאַנװערט דארף מען ניט. איך װיל פּראָסט עפּעס 
פארשרײַבן -- האָט כאנע אױסגעמײַדט א קלאָרן ענטפער. 

כאָטש כאנע איז געווען זייער צוגעבונדן צו יעליזאוועטע אבראמאַוו" 
נען, האָט זי איצט געװאָלט, אז יענע זאָל גיכער אוועקגיין,. װײַל זי האָט 
די גאנצע צײַט געהאט א געפיל, אז איר איז נייטיק עפּעס גרינטלעך 


106 


נאטראכטן, און טאקע, וי נאָר יעליזאוועטע אבראמאָוונע איז אוועקגעגאנ- 
גען, האָט כאנע דערזען א בילד פון איר װײַטער קינדהײַט. ,סאיז א 
ווינטערדיקער שאבייסענאכטס. אפן טיש שטייט א גריסע שיסל מיט 
אָפּגעקאַכטער בולבע אין מונדירן, אין א צוייטער שיסל שטייט זױיער 
קרויט, אף א גרויסן פּאַרצעלײַענעם טעלער ליגן געבאקענע הערינג, ארום 
טיש זיצן עטלעכע שכיינים, עטל כײַקל דעם גלעזערס האָט שוין איר 
ביילעק אופגעגעסן, זי שטייט לעבן אויוון און ווארעמט זיך, קיינער זעט 
ניט, אָבער כאנע זעט זייער גוט, װי עטל האָט אופגעהויבן דאָס אייבערשטע 
קלייד און שטייט אזוי, קעדיי עס זאָל איר זײַן װארעמער. אפּאַנעם, אז 
די באַבע האָט אויך געזען דאָס, װאָס דאָס אייניקל זעט, און האָט זיך 
צעבייזערט: ,טרייפער ביין, מאזיק, װאָס האָסטו צוֹ קוקן, װוּ מע דארף 
ניט!" דאָס אלץ איז אזי אויסדריקלעך-בוילעט געשטאנען פאר כאנעס 
אויגן, אז זי האָט זיך אזש צעשמייכלט, נאָר אין א װײַלע ארום האָט כאנע 
שיין געטראכט: ,פארװאָס זאָגט געכעמיע ,דו דארפסט דאָס ניט", בייס איך 
האָב אים געזאָגט, אז כזויל עפּעס פארשרײַבן. ער האָט עס ניט געדארפט 
זאָגן, דאָס איז ניט גוט, כ'קאָן ניט פארשטיין זײַן מיין דערב", אָבער 
פאָלגן װעל איך אים ניט,,." -- האָט כאנע באשלאָסן, 

וי נעכעמיע האָט כאנען צוגעזאָגט, אזוי האָט ער געטאַן ער איז 
אוועקגעפאָרן קיין אודעלנע, און עס האָט אים אַפּנעגליקט: ער האָט לאנג 
ניט געדארפט זוכן. ניט װײַט פונעם װאָקזאל אין א זײַטיקער גאס האָט 
ער געדונגען צוויי צימערן מיט א באזונדער ארײַנגאנג. די צימערן זײַנען 
געווען ליכטיקע, ניט קיין קליינע, און מער פון די צימערן איז נעכעמיע 
געווען ציפרידן פון דער באלעבאָסטע. פונעם ערשטן קוק איו זי אים 
געפעלן געװאָרן. ערשטנס, האָט זי גערעדט ייִדיש כעסער פון אים, צווייטנס, 
האָט זי גלײַך בא אים געפרעגט: 

-- ווען פארט איר אריבער? 

-- גלײַך וי מע װעט אױסשרײַבן מײַן װײַב פון שפּיטאָל, 

-- פארװאָס האָט איר מיר גלײַך ניט געזאָגט, אז אײַער װײַב אין 
קראנק? 

-- כ'האָב געטראכט, אז דאָס איז ניט װויכטיק צו זאָגן, 

-- װאָט איר האָט געטראכט, ווייס איך ניט, אָבער קיין אדערוף 
װעל איך בא אײַך ניט נעמען. זײַט אזוי גוט, לײיגט ארײַן דאָס געלט 
צוריק אין קעשענע. איך מאך מיט אײַך אָפ אזוי: ביזן פינפטן מײַ איז 
געבליבן א װאָך, חייסט עס, אז אין א װאָך ארום קימט איר צו פאָרן מיר 
זאָגן, צי איר דארפט די דירע, צי ניט? אויב איר זאָגט מיר גאַרניט, װעל 
איך פארדינגען די צימערן, װײַל דאטשניקעס פעלן ניט, די טיר' מאכט זיך 
ניט צו, נאָר אזויווי איר דארפט די דירע אף װינטער אויך, װעל איך 
אף אײַך ווארטן, 

-- פארװאָס נעמט איר דאָס נעלט ניט? 

-- זײַט ספּאַקױנע, בא וועמען סאיז טײַער געלט, בא מיר -- א װאָרט, 


107 


פון אודעלנע איז נגעכעמיע געפאָרן צו כאנען, און כאָטש עס איז 
געווען ניט קיין טאָג פון באזיכן די קראנקע, האָט אים די שװעסטער 
ארײַנגעלאָזט און פאַרגעװאַָרפן; 

-- גייט שוין, גייט ארײַן, װאָס זאָל איך מיט אײַך טאָן. איר קאָנט 
נאָךר ווידער מאכן א כאלאָשעס. 

נעכעמיע האָט זיך געמאכט ניט-הערנדיק, האָטס א שפּאן געטאָן צו 
כאנעס בעט און אָנגעואָגט: 

-- כאנוקל, ביסט א באלעבאָסטע פין צוויי צימערן. 

--- װײַט פון מאָסקװע? 

--- ניין, גיין, ניט װײַט פון מאַסקװע און ניט װײַט פון װאָקזאל, און 
ביידע צימערן האָבן טירן, װעל איך קענען זיצן און ארבעטן, װי א גראף. 

-- נו, אז דו װעסט זײַן א גראף, װעל איך זײַן א גראפיניע. דער 
דאָקטער האָט מיר הײַנט געזאַנט, אז אָנהײיב קומענדיקע װאָך שרײַבט 
מען מיך אויס, 

-- אויב אזוי, פאָר איך מאָרגן אין אודעלנע, זאָל די באלעבאָסטע צו- 
גרייטן די צימערן, -- האָט נעכעמיע געזאָגט צו כאנגען, און ער איז אוועק- 
געגאנגען. 

געקימען צו ניקאָלײַ ניקאַלײַעװיטשן, האָט ער אים דערציילט װאָס 
און װען, און יענער האָט אף אים געקוקט און פין צײַט צו צײַט געזאָגט: 
טאק, טאק, טאק". ער האָט ארויסבאגלייט נגעכעמיען און גערעדט װי מיט 
זיך אליין; | 

-- איך בין געווען בא יאקאָוון, ניט ער און ניט זײַן װײַב האָבן קיין 
װאָרט ניט געזאָגט, אז כאנא דאװידאָוונא איז קראנק. דאָס איז ניט פאר- 
שטענדלעך. -- און מיטאמאָל האָט ער א פרעג געטאָן -- געלט דארפט 
איר? 

-- עיין, א דאנק. 

-- דערלאנגט א מעלדונג אין ,מאָסך"!, אז איר זײַט געבליבן מאמעש 
אפן גאס. דאָס איז דאָך טאקע אזוי, 

-- יאָ, כזועל דאָס טאָן, 

-- יאקאָוו אָדער זײַן װײַב האָכן באזוכט כאנע דאװידאָוונען אין 
שפּיטאָל? 

| -- קיינמאָל ניט. אַבער כאנע דאװידאָוונע איז ניט געװען איינזאם. 

ערשט איצט, ווען נעכעמיע האָט געזאָגט די װערטער: ,כאנע דאװי- 
דאַוונע איז ניט געווען איינזאם", האָט ער אין דער פילער מאָס פאר- 
שטאנען, װאָס יעליזאוועטע אבראמאָוונע און פרידע האָבן פאר אים גע" 
טאַן. בייס ער האָט אין א פּאַר טעג ארום געטראָפן יעליזאוועטע אברא- 
מאַװונען אין כאנעס פּאלאטע און ער האָט איר דערצײלט, אז ער האָט 
געדונגען א דירע, האָט זי מיט א געפאלן קאָל געזאָגט: 


1 מאָסקװער קינסטלער-פאריין. 
108 


-- די ערשטע צײַט זאָלט איר העלפן וויפל איר קענט. כאנע דאווי- 
דאָװונע דארף אָפּרוען. 

און וען זי איז מיט אים ארויס פון פּאלאטע, האָט זי זיך װידער 
א'מגעקערט צו דעם: | | 

-- ס'איז וויכטיק, איר זאָלט ניט זײַן אזוי זיכער װי פריִער, אז כאנע 
האָט אָן א שיר קייכעס און זי קאָן אלץ בײַקומען. מע דארף זייער אכטונג 
געבן אף איר, װײַל זי געהערט צו די מענטשן, װאָט וויפל זי זאָלן ניט 
נעמען אף זיך, דאכט זיך זיי, אז עס איז אלץ װוינציק, 

-- א דאנק, יעליזאוועטע אבראמאָוונע, איך װעל דאָס אין זינען האָבן, 

-- אין זינען האָבן איז װינציק. װאָס איר קאַנט אליין ניט, זאָגט מיר 
און מײַן פרידען, מיר װעלן אײַך העלפן. איר װעט מיר אנטשולדיקן 
נאָר מיר האָט זיך אויסגעוויזן, אז איר פארשטייט ניט אינגאנצן כאנען. 
זי האָט מיר אנומלטן איבערדערציילט אנדערטענס א מײַסעלע מיט אזי- 
פיל געשמאק און פארשטאנד, אז דאָט האָט מיך מער װי פארוונדערט. 
דאָס איז דאָך עמעסע פעיקײַטן, זי נעמט אוף מיט אזא פרישן אַריגינעלן 
געפיל, איך װעל ניט זײַן פארווונדערט, אוב מיט דער צײַט װעלן זיך 
בא איר ארױיסװײַז גאָר זעלטענע פעיקײַטן, אײַך האָט זייער אָפּגעגליקט, 
דאָס טרעפט ניט אזי אָפט, -- האָט יעליזאוועטע אבראמאָוונע געאָגט 
צו געכעמיען, געזאָגט עס ניט נאָר דערפאר, װאָס זי האָט געװאָלט װײַזן, 
אז זי פארשטייט מער פון אים, זי איז אויסן געווען דערמיט, אז ער זאָל 
וויסן, וי הויך זי שטעלט כאנען. 


איצט איז געכעמיע געװען פארנומען מיט אײנאַרדענען די דירץ, 
סהאָט זיך ארויסגעוויזן, אז קיין סאך דײַגעס האָט ער ניט געהאט. די 
באלעבאָסטע האָט געגעבן צוויי בעטן, שטולן, צוויי טישן, אזוי אז ער האָט 
געדארפט קריגן גאָר דאטשע-בעטלעךף פאר די קינדער און שױין ביס 
כאגע איז ארײַנגעגאנגען און האָט דערזען דעם צימער, אפילע צוויי-דריי 
נארציסן מיט א גרין צוװײַגעלע אין א סלאַיקל, װאָט ז"י אזש א פאטש 
געטאָן מיט די הענט פאר פרייד, אין א פּאַר טעג ארום האָט געכעמיע 
גענראכט די קינדער, אין, ענדלעך, זײַנען זיי געװאָרן עמעסע באלעבא- 
טים. איין זאך האָט געכעמיען א ביסעלע פארשטערט זײַן פריד, ער 
האָט געפילט, אז כאנע איז מיט אים ניט ביזן סאָף אָפנהארציק, און ער 
איז געווען גערעכט. אף דעם פּאפּיר, װאָס יעליזאוועטע אבראמאָוונע האָט 
גענראכט כאגען אין שפּיטאָל, האָט זי אָנגעשריבן װעגן דעם, װי איר 
באָבע פלעגט שאבייסענאכטס מעכאבעד זײַן די שכיינע װינטער מיט בול- 
בע אין מונדירן און מיט זויער קוויט, זומער מיט קאלטן שטשאוו, זי האָט 
עס אָנגעשריבן פּונקט אזוי, װי דאָס בילד אין אנטשטאנען פאר אירע 
אויגן, און איינמאָל, בייס געכעמיע איז ניט געווען אין שטיב אין סאיז 
גראָד געקומען פרידע, האָט כאנע פאָרגעלייענט דאָס, װאָס זי האָט 


109 


אָנגעשריבן. פרידע האָט געלאכט און געלויבט. אָבער נעכעמיע האָט א היפּ- 
שע צײַט נִיט געװוסט וועגן דעם. 

יעליזאוועטע אבראמאַוונען האָט כאנע איצט גערופן פּראָסט לייע, און 
ס'האָט זיך ארויסגעוויזן, אז לייע רעדט גאנץ פײַן ייִדיש, א סאך בעסער, 
וי נעכעמיש האָט גערעדט מיט א קורצער צײַט צוריק. כאנע האָט אָנגע- 
שריבן נאָך א קליינינקע דערציילונג ועגן דעם, װי זי האָט זיך געלערנט 
בא שמועל דעם רעבן אין כיידער, און װעגן מיילעכקע סענדערס, װאָס 
איז געזעסן לעבן איר און ניט אָנגעהױבן צו געדענקען קיין איין װאָר 
פון כומעש; און ויאזוי זי, כאנע, פלעגט אים אונטערזאָגן, דערפאר פלעגט 
איר מיילעכקע אלע פרײַטיק געבן א גראָשן, אזוי האָט זיך בא איר 
אָנגעקליבן צוויי קאָפּעקעס און זי, כאנע, האָט געקויפט בא וויכנע דער 
צוקערניטשקע כאלווא. געקומען מיט דער זיסקײַט אהיים, האָט זי זיך 
באהאלטן אהינטערן האָלץ, געגעסן און געגעסן און דערפילט, אז עס גייט 
שוין צוריק. דעמלט האָט זי פארװאַרפן דעם רעשט כאלווא צווישן האָלץ 
און איז ארײַנגעגאנגען אין שטוב. ארײַנגעגאנגען און דערזען װיכנען, 
דערפילט א קעלט אין אלע גלידער, און ניט אומזיסט, װײַל דער זיידע 
האָט געפרעגט: ,פאר אונדז האָסטו געלאָוט א שטיקעלע נאשערײן" 
די באָבע האָט גאָרנישט געפרעגט, זי האָט געגעבן א פּאָר גיטע פּעטש. 
דעריבער האָט כאנע פײַנט כאלווא ביז הײַנטיקן טאָג. דאָס אלץ האָט זי 
באשריבן מיט אלע פּראָטים, און ווען זי האָט עס איבערגעלייענט לייען, 
האָט יענע געקײַכט פון געלעכטער. דערנאָך האָט לייע געפרעגט: 

-- געכעמיען האָט איר דאָס געלייענט? 

-- ער זאָגט, אז איך דארף דאָס ניט, 

-- װאָס דארפט איר ניט? 

-- עֹר זאָגט, אז איך דארף ניט שרײַבן, 

-- איר פאָלגט אים דאָך ניט. 

-- איך פאָלג ניט און װעל ניט פאָלגן! 

אזוי איז טאקע געווען. אָבער עס זײַנען אוועק יאָרן, ביז כאנע האָט 
אופגעהערט צו צערײַסן דאָס, װאָס זי פלעגט אָנשרײַבן, 

עס האָט זיי שטארק אָפּגעגליקט מיט דער באלעבאָסטע. ראַזאליע 
סאַלאַמאָנאָוונע האָט זי בא זיי געהייסן,. בא די קינדער -- באָבע רייזע. 
זי איז טאקע געוען װי א מאמע צו כאנען מיט נעכעמיען און א באָבע 
צו די קינדער. די קינדער האָבן מאמעש אופגעלעבט. סאיז אף זיי ארוף 
א נײַע הױיט, זײער געלעכטער און זייער שפּילן זיך האָט היימלעך געמאכט 
אלץ ארום און ארום. כאנע האָט זיך געװונדערט; 

-- נעכעמיע, איך פארשטיי ניט, סאיז זיי דאָך ניט צו דערקענען. 
פון געבוירן-טאָג אַן זײַנען זי געװוען אין קינדערהיים, און איך האַב 
ניט אָנגעהױבן צו װיסן, אז זיי קאָנען זײַן אזוי פריילעך, 

כאנע האָט זיך גוט פאריכט, די לופט האָט אויך צוגעהאָלפן. א ביסל 
האָבן זיי זיך געערגערט, װײַל זיי זײַנען געוען זיכער, אז רייזע װעט 


: | 110 


אף די זומערדיקע כאדאָשים העכערן דאָס דירע-געלט, אָבער רייזע האָט 
קיין װאָרט װעגן דעם ניט געזאָגט, און נעכעמיע מיט כאנען האָבן גע- 
האט די פולע מעגלעכקײַט צו פארגלײַכן רייזען מיט יאקאָווס װײַב, מיט 
בראַניסלאװען, װאָרעם רייזע האָט געטאָן פּונקט פארקערט, זי פלעגט 
צונויפכאפּן דאָס, װאָס עס האָט זיך איר אויסגעוויזן צו זײַן ניט זייער ריין, 
בייס כאנע איז אין שטוב ניט געווען, אין דערנאָך פלעגט זי זיך ארײַן- 
שטעלן מיט א היפּש פּעקל אױסגעפּרעסטע ציכלעך, האנטעכער, קינדער- 
זאכן, און ס'האָט ניט געהאָלפן, װאָט כאנע האָט יעדער מאָל מאמעש זיף 
געבייזערט, 

-- נו, טאָכטער, װאָס בייזערסטו זיך? ניט צוליב דעם האָב איך זיך 
געשטעלט צו דער מולטער. כ'האָב גענומען װאשן אייגענע זאכן, האָב 
איך זיך דערמאָנט אין דײַנע, הײַנט װאָס קומט מיר דערפאר? 

האָט זי פרײַטיק אינדערפרי געבאקן געבעקט, א פּאַר קוילעטשן, האָט 
זי שוין אויסגעמארקירט, אז עפּעס זאָל בלײַבן אף זונטיק, פאר כאנעס 
געסט, װאָרעם זונטיק פלענט קומען פרידע מיט דער מאמען, ניקאָלײ 
ניקאָלײַעװיטש מיט דער װײַסער מויז אין דער אייבערשטער קעשענע פון 
ועקל, און רייזעס געבעקס איז טאקע גוט צוניץ געקומען. 

דערװײַל האָט זיך די צײַט גערוקט צו זומער-צי, און אָט איז שוין 
טאקע טאמעז. אנומלטן האָט נעכעמיע געזאָגט צו כאנען, אז דער קינטט- 
לער-פאריין גיט אים א שעפערישע קאָמאנדירונג, 

-- װאָס הייסט, דו װעסט אװעקפאָרן? -- איז כאנע געװאָרן אויסער- 
זיך, 

-- טײַע"ינקע, אלע זומער פאָר איך אוועק. װוען ניט דאָס, װי װאָלט 
איך זיך מיט דיר באקענט? 

כאנע האָט זיך געמאכט ניט-הערנדיק. זי איז אוועק אין קיך אָנצינדן 
דעם פּרימוס, פארייגס אויסלעשן דעם פארדראָס. ,אלע זומער פאָר איך 
אוועק. אי דער זומער איז גאָר אן אנדערער, װי די פריערדיקע", -- 
האָט כאנע געטראכט. כאָטש נעכעמיע האָט ניט דערמאַנט װעגן איר 
קרענק, האָט ער זייער גוט פארשטאנען, אז מע האָט דאָס געקאַנט אויס- 
מײַדן. ער האָט זיך מאמעש אופגעגעטן, און ניט איין מאָל איז אים גץ- 
קומען אין זינען: ,ווען איך פארלאָז זיך ניט אף יאקאָוון, ווען איך פאָלג 
אים ניט, און ווען איך דינג גלײַך א דירע, װאָלט דערצו ניט געקומען", 
דאָך איז אים אפילע ניט אײַנגעפאלן, אז דאָס יאָר דארף ער אין ערגעץ 
ניט פאָרן. כוץ דערוף, איז זיך דאָס לענן געגאנגען רעגלמעסיק, די קין- 
דער זײַנען געװען געזונט און זאט, כאנע האָט געפירט די באלעבאטיש- 
קײַט באדאכט און שפּאָרעװדיק. נעכעמיע איז געוען פול מיט ארבעטס- 
אימפּעט. די באָבע רייזע האָט געהאָלפן מיט װאָס זי האָט געקענט. אָבער 
א מענטש וייסט קינמאָל ניט, װאָס עס שטייט אים פאָר. אין איינעם 
א טאָג, בייס כאנע אין געזעסן אפן גאנעק און האָט געלייענט, זײַנען 
צוגעגאנגען א פרוי מיט א מאנצבל. זי האָבן גאָרנישט ניט געפרעגט, 


111 


זײַנען גיך פארבײַגעגאנגען כאנען, זי אפילע א שטויס געטאָן מיטן טשע- 
מאָדאן, און אין א פּאָר שאָ ארום האָט כאנע דערהערט קוילעס פון דער 
באָבע רייזעס צימער ארויס, און זי האָט פארשטאנען, אז עס זײַנען גע- 
קומען יאָרשים. 

כאנע האָט עס ריכטיק פארשטאנען, זי האָט נאָר ניט געװוּסט, אז זי 
װעט אין א פּאַר טעג ארום דארפן זוכן א דירע. זי האָט געלאָזט די קינ- 
דער בא דער באָבע רייזען און איז מיט נעכעמיען צוזאמען אויסגעפאָרן 
זייער א סאך ערטער פון מאָסקװער בײַשטאָט. זי האָבן ענדלעך קוים 
מיט צאָרעס געפונען א קליינעם צימער אין ליובלינאָ. פארשטייט זיך, 
אז נעכעמיע האָט אָפּגעלײגט זײַן רײַזע. ביז זי האָבן זיך א ביסעלע 
אײַנגעאָרדנט, עפּעס געקויפט, איז שוין געװען אװגוסט. טאקע דאן איז 
יאקאָוו געקומען צו זי און האָט כאנען דערלאנגט א בריוו. כאנע איז 
געווען זײיער פארווונדערט, נאָר קוים האָט זי אופגעריטן דעם קאָנװערט 
און איבערגעלייענט די ערשטע וװערטער, איז איר שוין קלאָר געװאָרן 
װאָס און װען. און אָט איז דאָס, װאָס אין בריוו איז געשטאנען: ,כאנע- 
כאנטשע, א גוטמאָרגן אף דיר, שיינער מענטש! אװעקגעפאָרן און ארויס- 
געװאָרפן פון הארצן און פון מויעך. סװאָלט דיר זייער געפּאסט, זאָלסט 
כריוקען.. דו דארפסט זיך ניט װוּנדערן, פונוואנען איך האָב דײַן אדרעט. 
כעוועד האָט אופגעראמט דעם צימער, האָט זי געפונען אין דײַן געלעגער 
א פּוסטן קאַנװערט מיטן מאָסקװער אדרעס. דעם עמעס געזאָגט, האָב 
איך זייער געווארט, דו זאָלסט ארײַנשיקן א צוויי ווערטער. און איך האָב 
אָפֿט געטראכט: כאסענע געהאט און פארגעסן דעם זײַ-געזונט. צי גע- 
דענקסטו כאָטש, מיט װאָס פאר א כיישעק דו פלעגסט אופעסן די אוגער- 
קע אין גאָרטן! אזוי פארגעסן. פּײַן, שענער קאָן גאָר ניט זײַן! עס דארף 
דיר זײַן קלאָר, װי באָב-יויך, אז איך װאָלט דיר אויך ניט געשריבן, אָבער 
נויט ברעכט אײַזן, צו וועמען זאָל איך ריידן? וועמען האָב איך? זאָג שוין 
אליין, װועמען?.. דארפסט וויסן זײַן, אז סאיז שוין אויס קאָמונע. גלײַך 
װי מיר זײַנען געװאָרן קאָלװירטניקעס, זײַנען היפּש קאָמונארן אוועקגע- 
פאָרן. די, װעלכע זײַנען געבליבן, האָבן האסטיק פון האסטיקער זיך גענו- 
מען פּארן, װאָרעם װער עס האָט קיין זיוועג ניט געהאט, דעם האָט די 
פראוולעניע פון קאַלװירט קיין קו ניט געגעבן. כ'האָב דערהערט אזא זאך, 
זאָג איך, אז איך װיל אויך א בעהיימע, אוב ניט קיין געקעלבטע, איז 
כאָטש א קעלביקע, אויב ניט קיין קעלביקע, זאָל זײַן א טעלעצע. מאכט 
צו מיר דער פאַרזצער פון קאַלװירט: ,כײַע, װילסט א בעהימע, 
נעם א מאן!" קורץ גערעדט, איך האָב גוט געלאכט, נאָר אז איך האָב 
דערזען, װאָס פאר א שידוכים מע טוט, האָב איך געלאכט נאָך מער. 
עפויאָים האָט כאטענע געהאט מיט זעלדקען, אײַזיק האָט כאסענע געהאט - 
מיט כעוועדן, מיט דײַן שכיינע, שימקע קאָניוך האָט כאסענע געהאט 
מיט מינען, געדענקסט, אָט די, װאָס האָט געארבעט אין קינדערהיים, 
פארשטייסטו אליין, אז וויבאלד איך האָב ניט געװאָלט קיין מאן, בין איך 


112 וגאנעקס!ן 111 / 


געבליבן אָן א בעהיימע. דעריבער בעט איך בא דיר, דערוויס זיך, צי איז 
טאקע עמעס, צי מע בוט אין מאָסקװע א זאװאָד, וועלכער רופט זיך 
;שאריקאָפּאַדשיפּניק". פאראכטאָגן האָנ איך אוועקגעפירט גױינס קיין טאקי, 
האָב איך זיך אָפּגעשטעלט אָנפּאִיען די אָקסן אין טעמעש באם ברונעם, 
איך זע, אין איין שטיב איז פארקלאפּט די טירן מיט די פענצטער, אין 
נאָך א שטוב, אין א דריטער שטוב אויך אזוי, פר'עג איך בא א פּױערטע, 
װאָס איז צוגעגאנגען צום ברונעם: װאָס טוט זיך דאָ? דערציילט זי מיר, 
אז איינער האָט געקראָגן א בריוו פון זײַן פּלעמעניק פון מאָסקװע, מע 
קאָן דאָרטן גוט פארדינען, שרײַבט דער פּלעמעניק. ארבעט איז דאָ איבערן 
קאָפּ, און אז ער ארבעט טאקע באם בויען דעם גרויסן זאװאָד, און אז 
דעם, װאָס האָט געשריבן דעם בריו, רופט מען, דוכט זיך, מאקאר, אז 
ער האָט גויט געקײַט די ערד, ביו ער האָט געקראָגן ארבעט אין עפּעס 
א קיך, נאָר איצטער װוינט ער אין א באראק, מיט מענטשן גלײַך. האָט 
מאקארט פעטער איבערגעלאָזט האק-אין-פּאק, פארקלאפּט די טירן מיט 
די פענצטער און הײַדא -- קיין מאָסקװע. אנדערע האָבן דערזען אזא זאך, 
האָט מען אויך אזיי געטאָן, װאָלסט איצטער טעמעש ניט דערקענט. א 
פּיסטעניש. בעט איך דיך, כאנע, שרײַב מיר גלײַך אָן װעגן דערוף, איך 
װאָלט דיך אפילע געבעטן, דו זאָלסט זיך דערוויסן דעם אדרעס, װו עס 
בויט זיך דער דאָזיקער , שאריקאָפּאָדשיפּניק", װעל איך פארפאָרן גלײַך 
אהין, װײַל איך זע דאָך, אז דו האָסט פאר פינף כאדאָשים ניט געפונען 
קיין שֹׂאָ אָנצושרײַבן עטלעכע װערטער, האָב איך דיך ניט װאָס צו בא- 
לעסטיקן, וײַ געזונט, פונדעסטוועגן געדענק איך דיך אין איך האָב דיך 
ליב, כײַע פונעם גרינווארג", 

כאגע האָט פאָרגעלייענט דעם בריו, װײַל פרידע און לייע זײַנען 
דאָ גראָד געװען. מע האָט געלאכט, דערנאָך האָט פרידע אומעטיק גע- 
פר עגט: 

-- װאָס װעט זײַן מיט די דערפער? װער װעט זײיען און שנײַדן 
אייב די פּויערים לויפן זיך פאנאנדער? 

-- ווער עס לויפט, און װער עס בלײַבט אף אן אָרט, -- האָט נעכע- 
מיע געטרייסט, 

אינגיכן איז נעכעמיע טאקע אװעקגעפאָון אין א שעפערישער קאָמאג- 
דירונג. באם געזעגענען זיך האָט ער געוען, אז עס װאָלט גלײַכער געוען, 
ווען ער פאָרט ניט, װאָרעם כאנע האָט אים קוים א קיש געטאַן, מיט 
געכאלעשטע ליפּן. געקומען אין שטוב, האָט כאנע דערפילט, אז עס איז 
גאָר ניט אזוי שרעקלעך, װאָס געכעמיע איזן אװעקגעפאַרן, און אין די 
קומענדיקע טעג האָט זי שוין געװוסט װאָס צו טאָן. די נעכט זײַנען נאָך 
געווען ניט אוויי לאנגן און װי נאָר ס'דאָט אָנגעהויבן טאָגן, האָט שין 
כאגע געשריבן, געשריבן, געריסן, ווידער געשריבן און װידער געריסן. 
אָבער פּלוצעם האָט זי אָנגעשריבן וועגן א שווארצער הון, ,װוי די דאָזיקע 
הון, די מארשאס, פלעגט ארײַנלויפן אין שטוב, וי די באַבע פלעגט זי 


119 


נעמען יאָגן און יענע פלעגט ארוף אפן טיש, גראָד דאן, ווען די באָבע האָט 
געזיפּט מעל, װאָלקנס האָבן זיך געהויבן ביז דער סטעליע. דערנאָך איז 
די חון פארפאלן געװאָרן, די באָבע האָט געזוכט און געזוכט און אין ערגעץ 
זי ניט געפונען. אנומלטן האָט די באָבע געדארפט עפּעס אפן בױידעם, 
אין אן אלטן קופערטל האָבן אירע הענט זיך אָנגעשטויסן אף דער הון 
זי האָט צעקרעלט דער באָבעס הענט אין איז װי א מעשוגענע ארויסגע- 
פלויגן פון קופערטל, אפן דעק פון קופערטל האָט די באָבע אָנגעטאפּט 
ווארעמע פלעשעלעך, שפּולקעס פון פאָדעם און נאָך שמאָכטעס. האָט זי 
פארשטאנען, פון װאָס די הון האָט געװאָלט אויסבריען הינדעלעך. האָט 
זי דאָס אלץ ארױסגעשלײַדערט פון קופערטל, געבראכט אָנדערהאלבן 
צענדליק אייער, אוועקגעלייגט אפן אָרט פין די פלעשלעך און די אנדערע 
שמאַכטעס, און ס איז געווען אזוי װי די באָבע האָט געװאָלט. די מארשאס 
האָט אויסגעבריט פופצן הינדערלעך..." אָט דאָס האָט כאנע ניט צעריסן 
שרײַבן איז געווען ניט די גרעסטע צאָרע כאנעס, זי אליין האָט אָפט גע- 
טראכט: ,, מײַן צאָרע איז, װאָס לייענען האָב איך נאָך ליבער, װי שרײַבן, 
עס האָט אָפט געטראָפן, זי זיצט און שרײַבט, מיטאמאָל, זי געדענקט ניט 
וויאזוי, האלט זי שוין א בוך אין די הענט. און אוועקלייגן אים קאָן זי 
שוין ניט. עס איז דערגאנגען דערצו, אז זי פלעגט פין זיך באהאלטן די 
ביכער. אָבער, פונדעסטוועגן, האָט זי געלייענט זייער א סאך, און אקוראט 
וי ס'האָבן זי גערירט שאָלעם-אלייכעם און פּערעץ, אָפּאטאָשו און װײַסג- 
בערג, האָפשטײן און האלקין, אקוראט אזוי פלעגן זי ביז טרערן רירן 
טשעכאָוו אין טאָלסטאָי, סערוואנטעס און דיקענס. ,האָיִשאָ מאָראס כאנץ" 
איז געווען איינע פון אירע באליבטע פּערסאָנאזשן. בייס אנדריי באָלקאָן- 
סקי איז געשטאָרבן, האָט כאנע געקלאָגט, װי מע באקלאָנט א לײַבלעכן 
מענטשן. בייס זי האָט געליענט בא דיקענסן, װי דייויד קאָפּערפילך 
דערציילט, אז , אין ערגעץ וואקסט ניט אזא גרין גראָז, װי דאָס גראָז אף 
דעם בעסוילעם, װו מײַן טאטע ליגט אין אײיביקער רו', פלעגט איר 
פארקוועטשן דאָס הארץ, און נעכעמיע האָט עס געזען לייט איר און 
געכויזעקט: 

-- כאנוקל, װאָס פאר אן אומנליק האָט געטראָפן אין דער קלאסישער 
ליטעראטור? 

-- אין דער קלאסישער ליטעראטור טרעפן אומגליקן דערפאר, װײַל 
דאָס טרעפט מיט אינדז און מיט אלעמעף -- פלעגט כאנע זייער ערנסט 
ענטפערן. און צוגעבן: -- מיט װאָס איז דער , פאָטער גאָריֵאָ' גליקלעכער 
פון ,טעוויע דעם מילכיקן?" 

נעכעמיע האָט נעמלעך פארשטאנען, אז ער דארף מער ניט זאָגן, בייס 
כאנע זיצט און שרײַבט: עלייג זיך, סײַװי װעט זיך גאָרנישט ניט באקו- 
מען". אָפט, ווען ער האָט זיך אופגעכאפּט, האָט ער געזען, װי כאנע זיצט 
באם טיש, און ער האָט זיך געמאכט שלאָפנדיק. װאָס װײַטער, האָט זיך 
זײַן זאָרג װעגן איר געמערט. איצטער האָט ער אָפטער װי פריִער געזאָגט: 


114 


,עס עפּעס". אף באנאכט פלעגט ער אפן טיש אװעקשטעלן א גלאָז מילך, 
א שטיקל ברויט אָדע" א ציגעלע צוקער. נאָך דער קאָמאנדירונג איז ער 
אָפּט געפאָרן אין שטאַט מיט די ארבעטן, װאָס ער האָט געבראכט, אָפּגץ- 
רעדט דערפון, אז כאנע האָט יעדער בויגן, יעדער געמעל באטראכט ניט 
איין מאָל. אָבער אין שטאָט נעכטיקן איז ער קינמאָל ניט געבליבן, אָפט 
געקומען מיטן לעצטן צוג, אָנגעקלאפּט אין פענצטער צוויי מאָל, צונע- 
פלעטשט דאָס פּאָנעם צו דער שויב, שטייט ער אזוי פון יענער זײַט, כאנץ 
פון דער זײַט, אין צימער. זיי שמייכלען א װײַלעטשקע אינער צום 
אנדערן, און כאנע גייט האסטיק עפענען די טיר. פין ליובלינאָ האָבן זײ 
אריבערגעוואנדערט קיין צאריצינאָ, פון צאריצינאָ קיין פּערלאָװוקע, און 
אומעטום איז כאנע געווען אן אויסגערעכנטע, שפּאַרעװדיקע באלעבאָסטע, 
און, װי דאָס פארדינסט האָט נאָכגעלאָזט, אזוי האָט זי געפירט די באלש- 
באטישקײַט, נאָר אזא באלעבאָסטע, װי רייזע, האָבן זיי מער ניט געהאט, 
אין װוּ זיי זײַנען ניט געווען, איז רייזע צו זיי געקומען, אלעמאָל עפּעס 
גענראכט, אָפט גענומען די קינדער מיט זיך. זי האָט זיך זייער געעלטערט, 
נאָר זיך קיינמאָל ניט באקלאָגט, 

-- כאָטש איך בין א שכיינע בא מײַן זון, בין איך נאָךר מיט גאָטס 
הילף א באלעבאָסטע אין מײַן אייגענעם צימער, 

פון די קארגע ווערטער רייזעס האָבן כאנע מיט נעכעמיען גוט פאר- 
שטאנען, װאָס פאר א זון רייזע האָט, 


ערשט אין 1937 האָט דער קינסטלער-פאריין געגעבן געכעמיען א 
זירע, צום סאָף פונעם זעלביקן יאָר האָט כאנע געבוירן א זון, 


פערטער טיײל 


די קנאפּע פיר יאָר ביז דער מילכאָמע האָט כאנע אָנגערופן ,מײַנע 
זיבן גוטע יאָר", זי האָט זיי אָנגערופן אזוי טאקע דערפאר, װאָס זיי װאָלטן 
געמעגט זײַן בעסער, ניט זעלטן פלעגט זי אין יעגע צײַטן זאָגן צו געכע- 
מיען: 

-- װאָס טויג מיר דער גילדענער בעכער? 

זי האָט עס געזאָגט ניט, באַלילע, דערפאר, װײַל איר האָט עפּעס גע- 
פעלט. ווען איר מיט נעכעמיען װאָלט גענוג געווען דאָס אייגענע װױלזײַן, 
װאָלטן זי זיך געקאַנט שעצן גליקלעך. 

אָבער... 

ווען זי זײַנען ארײַנגעפאָרן אין דער נײַער דירע, האָבן זיי קיין כאנו- 
קאס-האבאיס ניט געמאכט. ניט געווען קיין געמיט דערצו. עס האָבן גע- 


115 


פעלט א סאך פרײַנט. מער האָט שוין כאנע ניט געזען דעם דיכטער מיט 
דער געקרײַזלטער פּאטלע פון מינטק, עס האָבן געפעלט אויך אנדערע. כאנץ 
מיט נעכעמיען זײַנען געווען דערשלאָגן, עס האָבן געטראָפן טעג פון קץ- 
סיידערדיקן שװײַגן. פרידע מיט איר מאמען מיט יעליזאוועטע אבראמאַוונען 
פלעגן קומען זייער אָפט. מע איז געזעסן באם טיש און מע האָט אויך מער 
געשוויגן װי גערעדט. 

די זון איז אופגעגאנגען, די זון איז פארגאנגען, די אלטעגלעכקײַט האָט 
כאנען ניט אָפּגעלאָזט, אָבער די ארבעט איז איר געפאלן פון די הענט, אזא 
גליק; צוויי גרויסע צימערן, פון וועלכע נעכעמיע מיט כאנען זײַנען געווען 
די באלעבאטים, און װי באקוועם עס איז געװוען, װאָס די צימערן האָבן זיך 
געפונען אין באזונדערע קאָרידאָרן. דער גרויסער צימער גלײַך אנטקעגן 
דער ארײַנגאנג-טיר, דער קלענערער -- אין סאמע ווינקל פון קאָרידאָר, װוּ 
ס'האָבן זיך געפונען צוויי צימערן, אין ועלכע סהאָבן געװוינט נאָך צוויי 
מישפּאָכעס. 

אין גרויסן צימער האָבן זיך געפונען כאנע, נעכעמיע מיטן דרײַכאדאַ- 
שימדיקן ייִנגעלע. אין קלענערן צימער האָבן זיך געפונען, אָדער ריכטיקער 
געזאָגט, האָבן , זיך אראָפּגעדרײט די קעפּ" די דרײַ מיידעלעך. פּערעלע מיט 
ביילקען זײַנען געגאנגען אין דער ייִדישער שול, װאָס האָט זיך געפונען אין 
מארינע ראַשטשע. זיי האָבן זיך גוט געלערנט, אָבער דאָס האָט ניט גע- 
שטערט נאָך דעם, וי זיי פלעגן מאכן די לימודים, ,א שפּיל טאָן". די שכיי- 
נע פון צימער אהינטער דער וואנט, װוּ דער דרײַלינג האָט זיך , געשפּילט", 
פלעגט עטלעכע מאָל א טאָג אָנקלאפּן אין דער טיר פון גרויסן צימער, און 
אז כאנע פלעגט איר ארויסגיין אנטקעגן, איז יענע געשטאנען מיט פאר- 
בראָכענע הענט און געטײַנעט: | 

-- גיט א קוק, װאָס אײַער טראָיעטשקע טוט. זי װעלן דאָך ברעכן 
האלדז-און-נאקן. ווער האָט זיך געקאַנט ריכטן אף אזא אומגליק? ביז אײַך 
איז דאָ געווען שטיל. אָ, האָספּאָדי! 

-- װאָס זאָל איך טאָן מיט זיי? דאָס זײַנען דאָך קינדער, -- פלעגט 
כאנע זיך פארענטפערן. 

-- איר האָט דאָך געװוסט, אז איר זײַט ניט קיין בעזדעטניצע, פאר- 
װאָס האָט איר ניט כלאָפּאָטשעט, מע זאָל אײַך געבן א באזונדערע דירע? 
די כודאָזשניקעס, װאָס האָבן דאָ געלעבט ביז אײַך, האָט מען דאָך געגעבן 
אף מאסלאָווקע. מע האָט זיי פארבעסערט זייערע לעבנס-באדינגונגען. פאר- 
װאָס זשׂע האָט מען אײַך ניט געגעבן? ווען אײַער מאן װאָלט געווען אזא 
גוטער כודאָזשניק, װי יעגעי.. 

בא די װערטער פלעגט שוין כאנע פארמאכן די טיר. אינגיכן האָבן זי 
די מיידלעך אריבערגעפירט אין גרויסן צימער, און כאנע מיט נעכעמיען מיטן 
ייִנגעלע זײַנען אריבער אין קלענערן. איצט האָט די שכיינע זעלטענער גע- 
קלאפּט אין טיר און זעלטענער פארגליכן יענע קינסטלער מיט נעכעמיעף 
עס איז געווען אויך ניט שלעכט, װאָס איצטער זײַנען די מיידעלעך זעלטן 


116 


צוגעגאנגען צו נעכעמיעס טיש. דער גרויסער צימער, װאָס האָט געהאט 
בא די פערציק מעטער, איז געווען זייער געראם, װײַל עס זײַנען געשטא- 
נען דרײַ נידעריקע בעטלעך, דרי נידעריקע שטולן און א גרויסער נידערי- 
קער טיש. ס'האָט אָפּט געטראָפֿן, א דאָס גאנצע בעטגעוואנט איז אראָפּ- 
געשלעפּט געװאָרן אפן פּארקעט און ביילקע מיט פּערעלען האָבן געוויזן 
דער ייִנגערער שװועסטער, רייזעלען, ויָאזוי אין צירק גייען אף די קעפ 
קונצנמאכער, אזוי, אז זיי האָבן קיין צײַט ניט געהאט ארינצולויפן אין 
קלענערן צימער און א קוק טאַן, װאָס עס טוט זױך בא געכעמיען 
אפן טיש. 

פארשטייט זיך, אז כאנען איז איצט געװען א סאך גרינגער, וי אין 
קאָמונע. אָבער זי האָט קיין פרײַע מינוט ניט געהאט. די מיידעלעך האָבן 
זיך געלערנט אין דער ערשטער מישמוירע. כאנע פלעגט אופשטיין מיט 
אָנדערהאלבן שאָ פריער פון זיי. זי פלעגט קאַכן א גרויסע קאשע פון חירזש 
אָדער פון גערשטענע גרײַפּלעך, אָדער מאכן געבראָטענע קארטאָפל, און 
ערשט דערנאָך האָט זיך אָנגעהױבן דאָס סאמע שווערע, װײַל אופוועקן די 
קינדער איז געווען די אונטערשטע קלאָץ. שוין אופגעשטאנען, שוין אָנגע- 
טאָן זיך, שוין אָפּגעגעסן, דארף מען זיי ארויסבאגלייטן צום טראמוויי, זי 
ארײַנגעזעצט אין וואגאָן, לויפט כאנע אָן אן אָטעם איבער די טרעפּ צום 
דריטן שטאָק, מאכט פרישטיק פאר נעכעמיען, טוט אים א גיכן קוש איז 
שלייף אָדער אין באק, באגלייט אים ארויס. ער אײַלט, װײַל ער איז גע- 
װאָרן א לערער אין אינסטיטוט פון מאַלערײ. כאנע שטייט אין דער אַפענער 
טיר, קוקט, וי ער לאָזט זיך אראָפּ פון די טרעפּ, און װאָרנט אים, װי ער 
פלעגט אמאָל װאָרענען: 

-- נעכעמיעלע, זאָלסט גיין פּאװאָליע, חייב זיך ניט אָן מיטן טראמװוײי. 

-- גוט, גוט. איך כין דאָך גיט געקומען פון דאָרף, קאָמאנדיר! גי 
לייג זיך בעסער צו, ביז דאָס קינד שלאָפט, 

אָבער דאָס קינד שלאָפט שוין ניט. ער האָט קיין צײַט ניט צו שלאָפן, 
ער וויל פרישטיקן, 

אויסרעכענען אלץ, װאָס כאנע האָט פאר א טאָג באוויזן אָפּצוטאָן, וויפל 
קילאָמעטער זי האָט דורכגעשפּאנט, איז ניט באשיידן, װײַל דאָס װאָלט גץ- 
ווען אומגלייבלעך, שוין אָפּגערעדט װעגן דעם, אז אין די נעכט איז זי 
געזעסן און געשריבן, עס פלעגט טרעפן, אז זי האָט געהערט פון געכעמיען; 

-- כאנוקל, עס טאַנט באלד! 

כאנע איז אָבער װײַטער געזעסן און געשריבן. דעמלט האָט ער געזאָגט: 

-- טײַערע מײַנע, קום אהער. רו זיך אויס.. 

געכעמיע איז פּלוצעם ארויס שפּאצירן, 

א צעטומלטע, האָט כאנע מיט די אויגן אים ארויסבאגלייט, געבליבן 
זיצן באם טיש מיט אראָפּגעלאָזטע הענט, אָבער זי איז אים ניט נאָכגעגאן- 
גען. ווען ער איז געקומען, איז שיין געווען גוט ליכטיק. ער האָט ניט גץ- 


117 


געסן דעם אָנבײַסן, װאָס כאנע האָט אים דערלאנגט. און דאָס ערשטע מאָל 
פאר דער צײַט, װאָס זיי זײַנען געווען צוזאמען, האָבן זי עטלעכע טעג קיין 
איין װאָרט איינער צום אנדערן ניט ארויסגערעדט. 


נעכעמיעס נעװוּעס זײַנען ניט מעקויעם געװאָרן. אין די טעג, ווען כא- 
נע האָט מיט אים ניט גערעדט, איז געקומען פרידע. נעכעמיע איז גראָד 
אין שטוב ניט געװען. װי שטענדיק, איז פרידע געווען זייער צוגעלאָזט, 
הארציק, און כאנע האָט איר געלייענט א קליינע דערציילונג װעגן דעם, װי 
מע גייט אין וואלד קלײַבן שוועמלעך, בייס כאנע האָט געענדיקט לייענען, 
האָט פרידע געפרעגט: 

-- איר האָט א קאָפּיץ? 

-- ניין, צו װאָס דארף איך דאָס? 

-- אויב סאיז אײַך ניט שווער, שרײַבט עס איבער. כוועל דאָס אי" 
בערלייענען דער מאמען. נגעכעמיע האָט עס געלייענט? 

פון דער פראגע האָט א שלאָג געטאָן דאָס בלוט כאנען אין פּאָנעם, 

-- װאָס זײַט איר אזוי רוט געװאָרן? -- האָט פרידע זיך פארווונדערט, 
אָבער כאנע האָט געשוויגן. ס'קאָן זײַן, אז אן אנדער מענטש װאָלט גאָר- 
נישט ניט באנומען, אָבער פרידע האָט יאָ עפּעס דערפילט. זי האָט אָנגץ- 
קוקט כאנען און שטיל געזאָגט: 

-- דאָס טרעפט. איך קען איינעם א קינסטלער, וועלכער האָט פאר- 
פאָלגט זײַן פרוי דערפאר, װאָס זי האָט געװאָלט ארבעטן, װײַל זי איז אויך 
געווען א קינסטלערן. און דאָס האָט זיך טרויעריק געענדיקט פאר בײדן, 
זי האָבן זיך געמוזט שיידן, 

-- אף אזויפיל? -- האָט כאנע אומרויק געפרעגט, אָבער מער קיין איין 
װאָרט ניט געזאָגט. ערשט ווען פרידע האָט זיך געקליבן אוועקגיין, האָט 
כאנע געפרעגט גאָר װעגן אן אנדער זאך: 

-- פארװאָס ארבעט מער ניט יעליזאוועטע אבראמאַוונא אין קינדער- 
גאָרטן? 

-- איך ווייס אזוי, װי איר. פריער איז דאָך די מאמע געווען א פאר- 
וואלטערן פון לערן-אָפּטײל אין א מוסטער-שול, נאָכדעם האָט זיך שוין אזוי 
געמאכט, אז זי האָט פון דאָרטן געמוזט אוועק. און אזוי האָט זיך אָנגעהויבן 
איר ארבעט אין קינדערגאָרטן. איצטער איז זי ווידער ארבעטסלאָז, -- האָט 
פרידע געענטפערט מיט טרערן אין די איגן און צוגעגעבן -- שרײַנט 
איבער די דערציילונג, פארגעסט ניט. כ'וועל איבערמאָרגן ארײַנגיין און 
װעל זי נעמען, 

נאָך פרידעס אוועקגיין האָט כאנע ערשט פארשטאנען, אז פאר פרידען 
איז ניט פארבאַרגן געװאָרן, װאָס עס האָט געטראָפן צװישן איר מיט נעכע- 
מיען. כאָטש צװוישן זיי איז איצטער געװען אלץ גוט, 


118 


אין קנאפּע דרײַ כאדאָשׂים ארום האָט כאנע געקראָגן פון קיִעוו דעם 
זשורנאל ,זײַ גרייט" מיט דער דערציילונג , נאָך שוועמלעך". עס איז שוין 
גיט איין מאָל געזאָגט געװאָרן, װאָס פאר א פרייד עס פילט א מעכאבער, 
װאָס האָס דערזען זײַן נאָמען, אָנגעדרוקט שווארץ אף װײַס. כאנען האָט עס 
אויך ניט אויסגעמיטן. זי איז ארומגעגאנגען פארשיקערט. בייס זי האָט גע- 
קראָגן דעם האָנאָראר פון קיעוו און זי האָט עס געטראָגן אוועקלייגן אין 
שופלאָדל פון שרײַבטיש, װוּ עס איז געלעגן דאָס געלט אף דער הױצאֵע, 
איז נעכעמיע גראָד געווען דערבײי. ער האָט עס דערזען, און עס האָט אים 
אָנגעכאפּט א קײַכנדיקער געלעכטער. זײַן געלעכטער האָט כאנען א ביסעלע 
אויסגעניכטערט, זי האָט זיך פאָרגעשטעלט, וי זי גופע האָט אויסגעזען, 
גייענדיק מיטן געלט אין דער אויסגעשטרעקטער האנט, און זי האָט זיך אויך 
מוירעדיק צעלאכט. לאכנדיק, צוגעלאָפן צו נעכעמיען, אויסגעקושט זײַן 
גאנץ פּאָנעם, ארויסגעכאפּט דאָס קינד פון בעטעלע, זיך געלאָזט מיט אים 
איבערן צימער אין א ווילדן טאנץ, דערבײַ געזונגען מיטן זיידנס זמירעס- 
ניגן ,מײַן לעבן, מײַן אויצער, מײַן זונעלע, מײַן טײַערקײַט, מײַן אויג אין 
קאָפּ", מיט איין האנט א כאפּ געטאָן נעכעמיעס א האנט און אים געצווונ- 
גען זיך דרייען מיט איר איניינעם. זיך אָנגעזונגען, אויסגעקושט נעכעמיעס 
פּאָנעם נאָכאמאָל, זיך געכאפּט, אז אין שטוב , קאָן א בער די פיס אויס- 
ברעכן", האָט זי אוועקגעלייגט דאָס קינד אין בעטעלע און אָנגעהױבן, וי 
זי האָט עס אָנגערופן, ,מאכן מיט די פיס און מיט די הענט". ארױסגעלאַפן 
באגעגענען די קינדער פון שול, זֵיי אָנגעהאָדעװעט, אינמיטנדערינען האָט 
דאָס ייַנגסטע זיך צעוויינט: 

-- מאמע, ניי אוף א קליידעלע פאר מײַן ליאלקע, 

איינס-צוויי איז צוגעשניטן און אופגענייט געװאָרן דאָס קליידעלע פאר 
דער ליאלקע, די קינדער זײַנען אװועק זיך שפּילן, דאָס ייִנגעלע איז גע- 
שלאָפֿן, נעכעמיע איז אוועק אין אינסטיטוט. כאנע האָט זיך פּלוצעם דער- 
מאַנט, אז זי דארף ענטפערן כײַעלע גרינשטיין אף א בריוו. 

גוט-מאָרגן און א גוטער יאַר אף דיר, טײַערע כײַעלע! אָסער דיר צו 
מיינען, אז איך האָב דיך פארגעסן, אָדער אז איך װויל דיר ניט ענטפערן. 
װאָס זאָל איך דיר זאָגן? עס גייען אוועק טעג, אז איך ווייס ניט, װו די צײַט 
קומט אהין. די בעסטע, שענסטע זאך װאָלט געווען, זאָלסט קומען צוגאסט. 
דעמלט װאָלסטו מיט דײַנע אייגענע אויגן געזען, אז איך בין גאַרניט אזא 
גרויסהאלטערקע, װי דו מייגסט. אָסער, דו זאָלסט טראכטן, אז איך בין א 
דאָװועראכער, קאַנסט מיינען, לאנג לעבן זאָל דער טערעץ. זאָלסטו טאקע 
וויסן זײַן, אז דו ביסט גראָד ניט גערעכט. איך דריי זיך, װי אן ארבעס אין 
רעשעטע, פון אינדערפרי ניז נאכט. און אלע טאָג איז בא מיר קורצפרײַטיק. 
האָנ קיין פאריבל ניט, װאָס איך האָב פארשפּעטיקט מיט מײַן ענטפער, זי 
געזונט און קום צו פאָרן צו מיר, גריס די כעוורע. דײַן כאנע, װאָס ווארט 
אף דיר מיט אומגעדולד", 

ארײַנגעלייגט דעם בריוו אין קאָנװערט, אָנגעשריבן דעם אדרעס, אוועק- 


}19 


געלייגט אפן טיש אונטער א צײַטונג און פארגעסן װועגן דעם. און פארגעסן 
נאָר צוליב דעם, װײַל מאָרגן איז געווען שאבעס. שאבעס און זונטיק זײַנען 
געווען די שווערסטע טעג פאר כאנען. שאבעס האָט זי אלץ געדארפט צו- 
גרייטן אף זונטיק, װײַל זונטיק איז די גאנצע מישפּאַכע געווען אין שטוב 
און געסט האָבן אויך ניט אויסגעפעלט. א גאנצן שאבעסדיקן טאָג האָבן 
ביידע פּרימוסן ניט אופגעהערט צו זשומען. אף א קליין פײַערל האָט זיך 
געקאָכט א גרויסע גריקענע קאשע, אפן צווייטן פּרימוס -- א זופּ פון בעב- 
לֶעך מיט קארטאָפל. דער פינפליטערדיקער טאָפּ מיט קאָמפּאָט איז שוין 
געשטאנען אהחינטערן קיך-פענצטער. אָבער דער איקער האָט געשטעקט אין 
די ציבעלע-קאַטלעטן. דאָס מײַכל האָט כאנע טאקע אליין צוגעטראכט. 
און ער האָט זייער אויסגענומען ניט נאָר בא דער מישפּאַכע. דאָס ערשטע 
מאָל, ווען כאנע האָט מעכאבעד געווען פרידען מיט יעליזאװעטע אברא- 
מאַװונען, האָבן זיי ניט אָנגעהויבן צו פארשטיין, פון װאָס דאָס איז. כאנע 
האָט זיי פּינקטלעך געגעבן דעם רעצעפּט, און דאָס איז ארײַן אין זייער 
שטייגער אויך. װײַל כוץ דעם, װאָס ציבעלע-קאַטלעטן זײַנען זייער נער- 
האפטיק, זײַנען זי אויך זייער באטאמט. ,מע דארף אָפּקאָכן די ציבעלעס 
גאנצערהייט, דורכמאָלן דורך דער מאשינקע, ארײַנלײגן צעשטיסן גע- 
טריקנט װײַס ברויט, א ביסעלע פעפער, זאלץ און ניט זשאלעווען קין 
אייער", -- האָט כאנע געזאָגט: 

-- אויב איר װעט טאָן אלץ, וי איך, װעלן זיך די קאָטלעטן איבער- 
קערן, בייס זיי װעלן זיך פּרעגלען אף דער סקאַװאָראָדע. אבי נאָר לייגן 
אין זודיקן בוימל, 

מאכן דאָס מײַכל פאר דער גאנצער מישפּאָכע פלעגט בא כאנען צונע- 
מען ניט װינציק צײַט, זי אליין פלעגט זיך װעגן דעם אויסדריקן: 

-- אלץ איז פארטיק, נאָר איך בין אויך פארטיק! 

אָבער ניט קוקנדיק אף דעם, קוים האָבן זיך אלע געלייגט שלאָפן, האָט 
זיך כאנע געזעצט צום טיש, 


אין איינעם א שאבעס איז כאנע געווען נאָך מער פארנומען װי שטענ- 
דיק. עס איז געווען איר ריי צו ראמען די ,אלגעמיינע ערטער". דער שאָכן 
מיכאיל מיטראָפאנאָװיטש איז געשטאנען בא זײַן קיך-טישל און האָט זיך 
געפּאָרעט בא א גאנדז. ער האָט זי ניט נאָר גערײניקט, נאָר אויך זיך 
דורכגעשמועסט מיט איר, דער שמועס איז, צום באדויערן, געווען איינזײי- 
טיק, װײַל די גאנדז האָט געשוויגן, װי אלע געשאָכטענע גענדז. אָבער דעם 
שאָכנס שײינרײידערײַ האָט זיך ניט אויסגענומען: ,אָט אזוי, האָסט געגרא- 
גערט, געטאָפּטשעט די ערד מיט דײַנע לאפּקעס, זיך געפּאשעט, איצט ביסטו 
ארײַנגעפאלן צו מיכאיל מיטראָפאנאָװיטשן אין טאָפּ'. כאנע האָט געוואשן 
דעם דיל און געפילט, אז אָט פאלט זי אוועק פון געלעכטער. זי האָט טאקע 
גוט געטאָן, װאָס זי האָט אװעקגעװאָרפן די שמאטע אין עמער מיט דער 


120 


וואסער און איז ארױיסגעלאָפן פון קיך, אין צימער האָט זי ארויסגעפּראלט 
א געלעכטער. דערהערט, דאָס יאטל ויינט, האָט זי א קוק געטאָן, פאר- 
שטאנען, אז ער איז גערעכט, זי האָט אים איבערגעוויקלט, געגעבן עטלעכע 
לצפעלעך וואסער און איז ווידער אװועק אין קיך וואשן דעם דיל. וי נאָר 
דער שאָכן האָט זי דערזען, איז ער אוש אונטערגעשפּרונגען פון קאט: 

-- וי האָסטו געוואגט? האָסט מיר באשפּריצט מיט דײַן שמאטע די 
הויזן, און װער ביסטו אזא, זאָג מיר? מיינסט, איך ווייס ניט, אז דו ביסט 
געקומען פון דאַרף. די קולאקעס פליען פון דאַרטן, װי פּאצוקעס פון א 
שיף, װאָס טרינקט זיך. איך װעל קלאָר מאכן, װער דו ביסט. איך בין ניט 
אבייווער! אלע ווייסן, אז איך בין אן אקטיװויסט! 

דערהערט אווינע רייד, האָט זיך ערשט איצט כאנע צעלאכט. כאָטש 
דער שׂאַכן האָט נאָך געשריגן, אז ער וװועס קלאָר מאכן, און ווידער איבער- 
געכאזערט, אז ער איז אן אקטיוויסט, אָבער כאנע האָט שוין ניט געהערט, 
װײַל דאָס גלעקל האָט זיךף פלוצעם צעקלונגען, אָן אופהער, װי קיינמאָל, 
זי איז צוגעלאָפֿן, געעפנט די טיר און דערזען.. 

וועמען? כײַעלע גריגשטיין. 


נאָך די ערשטע אויסגעשרייען, קושן, ארומנעמען זיך האָט כאנע אריינ- 
געפירט כײַעלען אין צימער. זי באזעצט און כאשאָטן מיט פראגעס. כײַעלע 
האָט ניט געװוּסט אף װאָס פריער צו ענטפערן. אף כאנעס פראגע: ,וען 
ביסטו געקומען?" האָט כײַעלע זיך פארויטלט און געשטאמלט: 

-- עט איז שוין בא-א-לד א יאָר, וי איך בין אין מאָסקװע, 

כאנע האָט מאמעש אויסגעשריען: 

-- א יאַ-יאָדאָר?! 

-- װאָס שרײַסטו אזוי? דו האָסט מיר אפן בריו ניט געענטפערט, 
האָב איך געטראכט, אז דו האָסט זיך אָפּגעשאַקלט פון דער גאנצער קאָמונע 
מיט אלץ מיטאנאנדער. 

-- וי האָסטו אזוי געקענט טראכטן?! 

-- לאָז זיך דינען. געדענקטט, איך האָב דיר געשריבן, אז פון דער 
קאָמונע איז געװאָרן א קאָלװירט, מע טוט שידוכים, צי מע וויל, צי מע וויל 
ניט. װײַל א בעהיימע גיט מען נאָר די, װאָס ווערן א פּאַרפאָלק, 

-- איך געדענק, אָבער װאָס פאר א שײַכעס האָט עס צו מיר, װאָס דו 
ביסט א גאנץ יאָר ניט געקומען? 

-- שימקען פון פערדשטאל האָסטו נאָך ניט פארגעסן? בעקיצער, מיר 
װאָבן זיך ליב געהאט אין קאָמונע אויך. בעשאס פון קאָמונען איז געװאָרן 
דער קאַלװירט , פעלקער-פרײַנטשאפט", מאכט צו מיר שימקע, אז ער ויפ 
כעסער ‏ ארבעטער-פרַנטשאפט, און נעמט טאקע און פאָרט אװועק קיין 
מאָסקװש, 

-- שימקע איז אויך דאֵ? 


121 


-- שלאָג ניט איבער, הער מיט קאָפּ. שימקע איז דאָ, טיבקע און 
טשארלי זײַנען אויך דאָ. געדענקסט, איך האָב דיר געשריבן, אז איינער א 
מאקאר פון דזשאבאהי האָט צוגעשיקט א בריוו זײַנעם א פעטער, האָט ער 
געשריבן, אז אין מאָסקװע בויט זיך א גרויסער זאװאָד און אז ער, מאקאר 
ארבעט שוין אף דעם דאָזיקן זאװאָד, װוינט אין צוזאמענװווינונג און פאר- 
דינט גאנץ גוס: דער דאָזיקער פעטער האָט עס צעפּײיקט, און מע האָט 
זיך דערװוּסט װעגן דערוף אין קאָמונע אויך. איז אװעקגעפאָרן שימקע און 
שאכנע און נאָך קאָמונארן. ס'האָבן זיך געפונען אפילע אזוינע, װאָס האָבן 
צוריק אוועקגעגעבן די קי אין קאָלװירט און אװעקגעפאַרן קיין מאָסקװע. 
דעם עמעס געזאָגט, האָב איך ניט געװאָלט פאָרן, נאָר שימקע האָט מיך 
באשאָטן מיט בריוו. ער האָט געשריב! (װועסט קיין כאראָטע ניט האָבן 
ארבעטסט אָפּ דײַן סמענע, און ביסט א פרײַער פויגל. װילסט אין קינאָ, גיי, 
וילסט אין קלוב, אדעראבע". בעקיצער, איך האָב געזען, אז אָן שימקען איז 
מײַן לעבן קיין לעבן ניט! 

-- פײַן, שענער קאָן ניט זײַן, -- האָט כאנע באמערקט. 

-- יאָ פּײַן, ניט פײַן, אין יענעמס אויג זעט מען א שפּענדעלע, אין 
דעם אייגענעם באמערקט מען ניט קיין קלאָץ, -- האָט כײַעלע זיך גע- 
ווערטלט, װײַל סאיז איר נאָך אלץ געווען אָנגעזײַערט אפן הארצן, װאָס 
כאנע האָס ניט געענטפערט אף איר בריוו, 

כאנע װאָלט זיך געקאַנט פארענטפערן, נאָר דאָס קינד האָט זיך צע- 
וויינט. זי האָט עס גענומען אף די הענט און זיך אוועקגעזעצט, כײַעלע האָט 
זיך אָפּגערוקט, נאָר כאנע האָט א פאָכע געטאָן צו איר מיט דער האנט, זי 
זאָל זיך אוועקזעצן װוי פריער, 

-- זעסט, װאָס פאר א מאזיק איך האָב, גיב נאָר א קוק, װי ער האָט 
זיך ארײַנגעטאָן אין דער אכילע? 

דאָס קינד האָט טאקע געזויגן מיט גרויס כיישעק. 

כײַעלע האָט זיך צוגעקוקט, וי ער טוט עס, און באמערקט: 

-- דאָס קליינווארג האלט ניט פון קיין פּערספּעקטיון, עס קומט די 
מינוט, דארף מען ארײַנזופּן, װי רופט מען אים? 

-- מע רופט אים סענדערל, נאָך געכעמיעס טאטן. ביסט א מייוון אף 
אזוינע? איך זאָג דיר, אז דאָס איז א כיעס, א זיסקײַט אין די ביינער, און 
גראָד ווען זיי זײַנען פיצלעך, האָב איך זיי ליב. דו ווייסט, כײַעלע, איך 
טראכט אָפט, אז גוטסקײַט איז דער עמעסער קוואל פון אלצדינג. זאָג אליין, 
וי װאָלטן אויסגעוואקסן די ברעקלעך, ווען די מאמעס װאָלטן ניט געשפּרונ- 
גען צען מאָל א נאכט פון בעט, זיי געלאָזט אין דער נעץ און אין דער 
אומרײינקײַט. ניט געהויכט אף זיי מיט האָלטקײַט, ניט אראָפּגעבלאָזן פון 
זי יעדער שטויבעלע. דו, כייעלע, קענסט עס נאָך ניט פארשטיין. 

-- פארװאָס עפּעס פארשטיי איך ניט? ערשטנט, בין איך שוין אלט 
פיר און צוואנציק יאָר מיט א מיטװאָך. צווייטנס, װעל איך אין פיר באדאָ- 
שים ארום אליין האלטן א קליינס אף די הענט. ‏ 


122 


-- טאקע, מאַלאָדיעץ! 

-- מאַלאָדיעץ! דעם עמעס געזאָגט, האָב איך ניט געװאָלט, נאָר שימקע, 
אז ער דערזעט א קינד, ווערט ער אויס מענטש. נאָך דער ארבעט לאָזן די 
מאמעס זייערע קינדער אף זײַן באראָט מיט גרויס כיישעק. די גאנצע צוזא- 
מענװווינונג ווייסט, אז ער איז א געטרײַע ניאנקע, 

-- איך בין דיר מעקאנע. נעכעמיע קאָן קיין מינוט ניט זײַן מיט סענ- 
דערקען. די מיידלעך האָט ער זייער ליב. און אף אזעלכע, װי סענדערקע, 
זאָגט ער, איז ער ניט קיין מייוון, 

-- נו װאָס ווילסטו, כאנע, ניט ער האָט געטראָגן, ניט עֹר האָט גע- 
זױגן, -- האָט כײַעלע ניכטער באמערקט. 

-- דו זיץ דאָ, נעם א ביכל, און איך מוז גיין אויסוואשן די פּאָדלאָגעס 
אין קאָרידאָר, 

-- איך װעל אויך גיין מיט דיר, װעלן מיר דאָס מאכן איינס-און- 
צוויי, --- האָט כײַעלע פאָרגעלייגט, 

דער אקטיוויסט, איז נאָך אלץ געווען אין קיך. ער האָט שוין מער ניט 
פארבראכט מיט דער גאנדז, װײַל זי איז, נעבכעך, געלעגן אין בראָטער. און 
ער, מיכאיל מיטראָפאנאָװיטש, איז געשטאנען באם בײַשטידל פון קיך-טיר 
און סטאם אזוי געװאַרפן װוערטער אין דער לופט. 

-- עס קומט א גאסט, גיט מען אים א שמאטע, ער זאָל וואשן דעם 
פּאָל. ווען צו מיר װעט קומען א גאסט, װעל איך אויך אזוי טאָן. 

אזויווי קיינער האָט אף דעם קיין אכט ניט געלייגט, כאנע האָט גע- 
דרייט די שמאטע און כײַעלע האָט געוואשן דעם דיל, זײַנען זי טאקע אינ- 
גיכן פארטיק געװאָרן. 

נעכעמיע איז געקומען, דערזען כײַעלען, האָט ער אזש אונטערגעטאנצט 
פון פרייד, זי אַנגעקושט און איז גיך ארויסגעגאנגען. ער איז צוריק געקו- 
מען מיט א פלאש װײַן, און ס'איז געװאָרן א מיטיק מיט לעכאיִם און מיט 
אָן א שיר , געדענקסט?". ערשט שפּעט אין אַװנט איז כײַעלע אוועקגעגאנ- 
גען און צוגעזאָגט, אז זי װעט דעם קומענדיקן שאבעס ווידער קומען מיט 
שימקען, 

אזוי איז דאָס טאקע געווען. די שאבאָסים זײַנען איצטער כאנען גרינגער 
געװאָרן. שימקע פלעגט ארויספירן סענדערקען שפּאצירן אף א דרײַ שאָ. 
כײַעלע האָט צוגעהאָלפן אין דער באלעבאטישקײַט, די שכיינע, דעם ,אקטי- 
ויסטס" װײַב, האָט עטלעכע מאָל געפרעגט כאנעץ; 

-- דאָס איז אײַערע א שװעסטער? 

-- מער וי א שוועסטער, -- האָט כאנע געשטילט דער שכיינעס נײי- 
געריקײַט. 

דעם קומענדיקן זונטיק איז דער ,אקטיוויסט" מיט זײַן װײַב געווען גע- 
פּלעפט. עס איז געקומען טשארלי מיט טויבקען, אָט די, װאָס פלעגט ניט 
קאָנען דערקענען די קי אפן פעלד. עס איז געקומען מאקאר מיט זײַן יונג 
װײַב. און, פארשטייט זיך, כײַעלע מיט שימקען. דאָס מאָל איז שימקע מיט 


128 


אלע דרײַ מיידלעך אוועק אין פארק אף גאָרקיס נאָמען. טשארלי האָט 
ארויסגעפירט שפּאצירן סענדערקען, מאקאר האָט זיך געשטעלט שילן 
קארטאָפליעס, און זײַן װײַב האָט געשמועסט מיט כאנען. בייס נעכעמיע איז 
געקומען פון מוזיי, האָט ער טרעפלעך באמערקט: 

-- אָט דאָס איז שיין. אָט האָבן מיר א פיליאל פון קאָמונע. 

-- ביסט ניט צופרידן מיטן פיליאל? -- האָט כײַעלע געװאָלט װיסן 

-- פארװאָס עפּעס? ווען איר קומט אָפטער, װאָלט געווען נאָך בעסער, 

נעכעמיע האָט א האָר ניט איבערגעטריבן, בייס ער האָט געזאָגט, אז 
בא אים האָט זיך געעפנט א פיליאל פון קאָמונע. גאנץ אָפט איז בײַעלע 
מיט שימקען, טשארלי מיט טויבקען געקומען שאבעס אינדערפרי, און 
אוועקגעפאָרן זײַנען זיי מאָנטיק אינדערפרי. ביידע פּאַרפאָלק זײַנען גע- 
שלאָפן אין גרויסן צימער אף דער פּאָדלאָגע, װוּ כאנע פלעגט אױיסשפּרײטן 
צוויי ברייטע מאטראצן. ביז שפּעט אין אָװנט זײַנען די מיידלעך געשפּרונ- 
גען פון די בעטלעך צו שימקען מיט כײַעלען. קיינער האָט אזוי ניט געקענט 
שפּילן זיך מיט די קינדער, װי שימקע. אין איינעם א שאבעס, ווען קיינער 
איז כוץ כאנען און כײַעלען ניט געווען אין שטוב, האָט כאנע איר געוװויזן 
דעם זשורנאל מיט דער אַנגעדרוקטער דערציילונג. כײַעלע האָט איבערגע- 
לייענט, אָנגעקוקט כאנען מיט זייער א געוויינלעכן בליק און ארויסגעזאָגט 
איר מיינונג, 

-- װאָס זאָל איך דיר זאָגן, עס איז אזוי נאטירלעך, װי איך װאָלט מיט 
דיר גערעדט. פארװאָס האָסטו דאָס מיר ניט געוויזן פריער? 

-- כ'האָב דיר זייער געװאָלט װײַזן, נאָר כ'האָב זיך געץשעמט. 

-- דאָס האָב איך זיך שוין פון דיר ניט געריכט. פארשטייט זיך, איך 
קען דיר ניט געבן קיין אייצעס, נאָר דו ווייסט דאָך גאנץ גוט, אז איך בין 
קיינמאָל אָן קיין ביכל ניט געווען, איך ווייס ניט צי דו פארשטייסט עס, 
אַבער מיר דוכט, אז דאָס איז זייער גוט. און דו זאָלסט עס ניט אוועקווארפן, 
שרײַב, װי נאָר דו האָסט א פרײַע מינוט, 

כײַעלע האָט אזוי געמיינט און אזוי געזאָגט, דערבײַ האָט זי גוט פאר- 
שטאנען כאנעס אויסקומעניש. ניט קוקנדיק אף דעם, װאָס זי איז אליין 
געווען אין די הויכע כאדאָשים, פלעגט זי שוין איצטער קומען פרײַטיק 
אפדערנאכט, קעדיי צו העלפן כאנען מיט װאָס זי האָט נאָר געקאָנט. דערי- 
בער האָט כאנע איצט געהאט א פּאַר שאָ אין די פרימאָרגנס צו זיצן און 
שרײַבן, 

נעכעמיע האָט קלוימערשט געמוסערט כײַעלען: 

-- זע נאָר, װי דו האָסט זיך דאָ צעבעריעט? װאָס טראכסטו זיך? 
וועסט דאָך מאכן א פוילערקע פון מײַן װײַט! 

-- װאָס זאָל איך טראכטן, דו ווייסט אליין, אז דײַן װײַב איז א גאנץ 
לעבן געווען א פוילערקע. דערפאר װעט זי שוין קיינער ניט קאליע מאכן. 

--- אוֹי, װײַבער, װײַבער! -- האָט געכעמיע אָפּגעזיפצט און צוגע- 


124 


געבן; -- ווען גאָט האָס באשאפן אָדאָמען, האָט ער געמוזט אָפּרוען, אָבער 
וי נאָר עֶר האָט באשאפן כאווען, האָס שוין קיינער קיין רו ניט געהאט. 

-- זאָג איך דאָך טאקע, אז דײַן װײַב איז אזוי צעפּעסטעט, כווייס ניט 
וי דו האלטסט אויס פון איר, 

--- זיך אױסטײַנען מיט דיר, דארף מען אופעסן א זאק פאסאָליעס, -- 
האָט נעכעמיע זיך געוויצלט און צוגעפּינטלט צו כײַעלען מיט אן אויג, 


פאון אוועקגיין אין אינסטיטוט פלעגט נעכעמיע ארײַנגיין אין קיך, אָנ- 
קוקז כאנען און שטיל זאָגן: 

-- כאנוקל, הײַנט װעל איך ניט קומען פרי, כוועל איבערבײַסן אין 
בופעט פון איגסטיטוט. גיב אכטונג, סענדערקע זאָל זיך ניט ארויסקוליען + 
פון בעטעלע, געדענק, ער זעצט זיך שוין, 


אזוי איז זיך געגאנגען דאָס לעבן בא זיי, און, װי געזאָגט, װאַלטן זי 
געקאַנט זײַן איבערגליקלעך. די קינדער האָבן זיך גוט געלערנט, סענדערקע 
איז שוין ארומגעגאנגען. נעכעמיע האָט ניט אײַנגעריסן די וועלט מיט בא- 
שטעלונגען, װײַל כאנע האָט זייער שפּאָרעװדיק געפירט די באלעבאטיש- 
קײַט. עס איז געווען ריכטיק, װאָס זי האָט טאָמיד געזאָגט: מײַן ארבעט איז 
מײַן רײַכקײַט. זי האָט געמאכט װוינעגרעטן, קארטאָפל-לאטקעס, א גרויסן 
פּודינג פון װײַסן ברויט, די באװווסטע ציבעלע-קאָטלעטן, אופשניט, װוּרשט, 
סארדינקעס, שפּראָטן, פּיראָזשנעס, אלערלי" קעז, װאָס כאנע פלעגט זען 
אף די טישן בא קינסטלער, האָט זי קײנמאָל ניט געקויפט. אלע פרײַטיק 
האָט זי געמאכט א גרויס געװועש, און כײַעלע האָט געהאָלפן. ערשט איצט 
האָט כאנע מער װי אין קאַמוגע פארשטאנען, װאָס פאר א פרײַנט זי האָט. 
ניט איין מאָל האָט כאנע געזאָגט: 

--- כײַעלע, פארװאָס מאכסטו זיך ניט הערנדיק, בייס איך זאָג דיר, דו 
זאָלסט ניט שלעפּן צו מיר קיין הערינג, קיין פיש און נאָך פרעסעריי? 

-- וי קאַן מען זײַן הארטהעריק צו דײַנע געשרייען? װאָס װילסטו פון 
מיר, איך זאָל דאָס לאָזן אין צוזאמענװווינונג אונטערן בעט? סאיז געווען 
שלעכט געהאקטער לעבער, װאָס איך האָב געבראכט? וי שעמסטו זיך ניט? 
שימקע האָט שוין טאקע געזאָגט: ,עפשער יל כאנטשע ניט, מיר זאָלן 
פאָרן צו איר?", און איך טראכט אויך אמאָל, עפשער זײַנען מיר דיר אי- 
בעריק, װײַל דו האָסט געביטן די בעהיימעס אף פּען און פּאפּיר, 

כאנע איז רויט געװאָרן. זי האָט קיין װאָרט ניט געקאַנט זאָגן, זי אין 
ארײַן אין וואנע-צימער און זיך גענומען צום געוועש. אין א װײַלינקע ארום 
איז ארײַנגעגאנגען כײַעלע אויך, און אָט שטייען זיי שוין און טוען באנאנד, 
פּלוצעם טוט א זאָג כאנע: 

-- געדענקסט, כײַעלע, דו האָסט געדײַגעט, אז די קומענדיקע מענטש- 
הײַט װעט דיך טאדלען, װאָס דו ביסט מעכאבעד די קאָמונארן מיט אוגער- 


129 


קעס מוז איך דיר זאָגן, אז איך באדויער די קומענדיקע מענטשהײַט, װײַל 
זי װועט געוויס פארגעסן, װי מיר זײַנען זיך באגאנגען איינער מיטן אנדערן. 

-- װאָס דארפן מיר נאדויערן די קומענדיקע מענטשהײַט? לאָמיר בע- 
סער אליין אױיסמײַדן אָנצוטאָן הארצווייטעק איינער דעם אנדערן. נעם די 
לײַלעכער, כאנע, זי זײַנען שוין אָפּגעריבן, שימקע מיט די קינדער זײַנען 
אין הויף, ועט ער דיר העלפן אָנציִען די שטריק. 

אזוי האָט כײַעלע ריכטיק אָפּגעשאצט כאנעס ווערטער און האָט זי 
אָפּנעקילט, קלוימערשט, מיט דעם, װאָס מע דארף גיכער הענגען דאָס גרעט. 

די לעצטע זונטיקס איז מאקאר ניט געקומען. כאנע האָט געפרעגט בא 
בײַעלען, צִי זי באגעגנט אים ניט אפן זאװאָד. 

-- דו מיינסט, דער זאװאָד איז אזוי װוי דײַן הויף? ,שאריקאָפּאָדשיפּ- 
ניק" איז א גאנצע שטאָט. 

-- דו ווייסט, אז איך קען מאקארן? כ'האָב מיט אים איניינעם געאר"- 
בעט אין א קינדערגאַרטן, גלײַך וי איך בין געקומען פון קאָמונע. אדאנק 
אים בין איך ניצל געװאָרן פון א בילבל. 

און כאנע האָט דערציילט כײַעלען, ויאזוי מאקאר האָט א געשריי גע- 
טאָן דאן אין קיך: ,כאנע דאװידאָונע, זע, װאָס די אלטע מאכשייפע טוט 
בא דײַן קאָשעק!" 

-- איך װאָלט דאָס קיינמאָל ניט געגלייבט אף אים. זעסטו, מע טאָר 
קיינמאָל ניט שאצן גרינג, -- האָט בײַעלע געזאָגט. | 


עס איז דאָ א ווערטל: ,אלץ איניינעם איז ניטאָ בא קיינעם". כאנע האָט 
דאָס ווערטל גוט פארשטאנען. און איצט האָט זי אזוי מארקירט דעם שטיי- 
גער, אז אלע טאָג איז זי געזעסן און געשריבן, און ניט אזוי, וי פריִער, ביז 
באגינען, פון אזייגער צען בין צוויי באנאכט. סאיז אָבער געװוען א זאך, 
מיט וועלכער כאנע האָט זיך ניט געקאָנט קיין אייצע געבן. עס טרעפט אָפט, 
אז זי זעצט זיך צום טיש, און טאָמער האָט זי פאױגעסן צונעמען דעם בוך, 
װאָס זי האָט געלייענט, איז זי שוין א פארפאלענע. זי באװײַזט זיך ניט 
ארומצוקוקן, וי זי האָט געפּאטערט די צײַט אף לייענען. גאנץ אָפט פלעגט 
זי כײַעלען אוועקזעצן לעבן זיך און פאָרלייענען. ס'האָט ניט געהאָלפן, װאָס 
כײַעלע פלעגט זאָגן: ,מע דארף דאָך עפּעס טאָן. 

-- נישקאַשע, נישקאָשע, דיקענס ווייסט בעסער פון דיר, װאָס מע 
דארף טאָן. הער זיך אײַן, װאָס ער זאָגט: ;אן אָרעמאן, זאָגט ער, איז א סאך 
שווערער צו זײַן גוטהארציק, װי דעם גוויר. דער גוויר קאָן זײַן זייער א 
גוטער טאטע, אן אופמערקזאמער מאן, זײַן פרוי איז אויך זייער שיין, גוט- 
הארציק, פילט אויס יעדער קאפּריז פון אירע קינדער. אָבער נעמט אראָפּ 
פון זײַן שיינער פרוי דאָס זײַדן קלייד, די צירונג, צעקודלט איר שיינע פרי- 
זור, נעמט כא דער אָרעמער מאמע די קנייטשן און לייגט זיי אוועק אפן 
פּאָנעם פון דער גווירנטע, גיט דעם גוויר, דעם בײַשפּיללאָזן מאן און פאָ- 


8* 126 


טער דעם אַרעמאנס גראָשנס, דעמלט װעט איר שוין זען װי געהעריק זײַנע 
זעלטענע מײַלעס". 

-- װאָס װעסטו זאָגן, עֶר פארשטייט, דיקענס, איאָ? 

-- װאָס זאָל איך זאָגן, אזא יאָר אף מיר, אָבער לייג אוועק דאָס ביכל, 
מע דארף שווענקען דאָס גרעט, -- באמערקט כײַעלע, 

עס איז געקומען דער טאָג, און כײַעלע איז געלעגן געװאָרן. כאנע האָט 
געפּױעלט, אז שימקע זאָל ברענגען כײַעלען מיטן קינד צו איר, און ביז 
דרײַ כאדאָשים זײַנען זיי געווען בא כאנען. אין די זונטיקס האָט שימקע, 
וי פריער, שפּאצירט אפן בולוואר מיט סענדערקען אין וועגעלע און מיט 
דעם אייגענעם מיידעלע אף די הענט. די מאמעס און די באָבעס, װאָס האָבן 
אויך שפּאצירט מיט זייערע קינדער אפן בולוואר, האָכן געייצעט שימקען: 

-- כאווער, אוב איר האָט א צוילינג, באשטעלט אײַך א דאָפּלטע 
קאַליאסקע. איינס האלטן אף די הענט, דאָס צווייטע פירן איז זייער שווער, 

שימקע פלעגט זיי אָנקוקן מיט א שׂמייכל און שװײַגן... 

די צײַט קריכט פּאװאָליעטשקע, די טעג לייגן זיך צונויף אין יאָרן, 
סענדערקע גייט שוין ארום, כײַעלעס מיידעלע, בליומקעלע, איז שוין אויך 
ארויס פון די ווינדעלעך. עטלעכע קליינע דערציילונגען כאנעס האָט אָפּגע- 
דרוקט דער זשורנאל , שטערן", װאָס איז ארויסגעגאנגען אין מינסק. זי האָט 
פון דאָרטן געקראָגן א גוטהארציקן בריוו. געכעמיע האָט איבערגעלייענט די 
- דערציילונגען און אויסגעדריקט זײַן מיינונג; 

-- סאיז ניט שלעכט, אָבער דו שרײַבסט דאָך נאָר וועגן זיך און וועגן 
זיך! 

כאנע האָט דאָס ניט געקאַנט באנעמען, און זי האָט געזאָגט דאָס, װאָס 
זי האָט געפילט און געטראכט: 

-- װאָס זאָל איך טאָן, אז איך קען קיינעם ניט אזוי גוט, וי זיך אליין? 
דאָס איז ערשטנס. צווייטנס, בין איך זייער צופרידן, װאָס דו זאָגסט שוין 
ניט וועגן מײַן שרײַבן אזוי וי פריִער, 

-- װאָס פאלט דיר אײַן, ווען האָב איך אזוינס געזאָגט? 

-- דו האָסט פארגעסן? אָבער איצט פארשטיי איך אויסגעצייכנט, אז 
אפילע שעפערישע מענטשן פאָדערן פון זייערע נאָענטע, זיי זאַלן פאָלגן... 

אָט אזוי האָט אױסגעשאָטן כאנעס הארמאט, װאָס זי האָט פון לאנג אָנ- 
געלאָדן, 

עס איז ניטאָ אזא זאך, אין וועלכער א מענטש זאָל ניט ארײַן ביזן האלדז, 
שוין אָפּגערעדט, אז שטוב-ארבעט איז אן אָפּגרונט. עס שלינגט אײַן טאָג 
נאָך טאָג. כאנע װײסט ניט װאָס פריִער צו טאָן, איר צײַט איז אָנגעפּיקעװעט 
מיט לויפעניש, מיט ארומזען נעכעמיען. אָט שטייט ער אנטקעגן איר מיט 
אן אויסגעצויגענער האנט, און זי נייט צו א קנעפּל צום מאנקעט פון זײַן 
אויבערהעמד, | 

צוגענייט דאָס קנעפּל, אװעקגעלאָפן אין קיך. און אָט הערט זי שוין 
זײַן מילד שטיל קאָל; 


127 


-- כאנוקל, װוּ איז דער גוטאלין מיט דער שוך-בארשט? 

-- פרעג בא ביילקען, זי איז דאָך די באלעכאָסטע איבער די זאכן. -- 
אייצעט כאנע און רײַבט א גרויסן בורעק אפן ריבײַזן. 

אין א װײַלינקע ארום שטייט שוין נעכעמיע לעבן איר אין קיך. זי גיט 
אים גלײַך אין מויל ארײַן צוויי-דרײַ לעפעלעך אַנגעריבענעם בורעק, װישט 
אים אָפּ די ליפּן מיט דער מארליעטשקע, דורך וועלכער זי קוועטשט דעם 
בורעק-זאפט, ער טוט זי א קוש, זײַנע אוגן גיבן א גלאנץ מיט שווארצן 
גלאנץ, ער ווינטשט איר א ,זײַ-געזונט" און גייט אוועק. 

סענדערקע וויינט. כאנע נעמט אים ארויס פון בעטעלע און, האלטנדיק 
אים אף די הענט, מאכט זי א בורעק-ראַטל. זי לייגט צום טאם זויערזאלץ, 
צוקער, פּאַשעטע זאלץ, פארזוכט, זעט, אז סאיז ניט שלעכט, און לעשט 
אויס דעם פּרימוס. ערשט איצט זעט זי, אז אף סענדערקעס בעקלעך זײַנען 
געבליבן רויטע פלעקן, און זי פארשטייט, אז זי האָט אים, אפּאַנעם, א קוש 
געטאָן. זי וואשט אויס סענדערקעס צורקע באם קראן, גיסט אָן ווארעמע 
מילך אין א קריגעלע און פארשטייט, אז דערפאר טאקע האָט סענדערקע 
געװויינט, ער האָט געװאָלט טרינקען. אויסגעטרונקען די מילך, איז ער גלײַך 
אײַנגעשלאָפן, 

ערשט איצט נעמט זיך כאנע צו דער ארבעט װי ס'באדארף צו זײַן, 
װאָרעם הײַנט איז שאבעס. כײַעלע מיט שימקען קומען איצט זעלטענער, 
װײַל זיך שלעפּן פון ,, שאריקאָפּאָדשיפּניק" צו כאנען איז ניט פון די גרינגע 
זאכן, 

דער טאָג לויפט. זי דערווארט זיך קוים, די קינדער זאָלן שוין אײַנ- 
שלאָפן. אָבער װי נאָר זי זעצט זיך צום טיש, טוט זיך די מידקײַט פון איר 
אָפּ. אָט איז זי אין איינעם אן אַװנט געזעסן, זי ווייסט אליין ניט װוי לאנג, 
נאָר ניט מער װוי א שא פיר. זי האָט זיך דערפילט געחויבן פון איר דערציי- 
לונג װעגן איינער א מאמען, װאָס האָט געהאט א סאך קינדער, א מאן א 
שלימאזל, אָבער דער גרעסטער אומגליק איז, װאָס אירס א ייַנגעלע ווייסט 
ניט פון קיין זעט און איינע א באהאוונטע ייִדענע אייצעט און העלפט אריַנ- 
שטופּן דאָס קינד אין שופלאַד פון קאַמאָד. און דאָס קינד װערט אויס זוי- 
לעל-וועסויוועניק... 

איבערגעלייענט, אויסגעװוישט די טרערן פון די אויגן, האָט כאנע פאר- 
שטאנען, אז זי האָט אַנגעשריבן עפּעס-װאָס וועגן גרויסן עמעס. אָבער גע- 
לייענט האָט זי עס קיינעם ניט. דערװײַל האָט גענומען צו זי ארײַנגײן דער 
בארימטער קינדער-דיכטער קװיטקאַ, װײַל דער קינדער-פארלאג האָט בא 
נעכעמיען באשטעלט איליוסטראציעס צו א ויגליד, װאָס קװיטקאָ האָט 
אָנגעשריבן, 

כאנע איז געווען אנציקט. און בייס איינער א באוווסטער דיכטער האָט 
געלויבט קװיטקאָס קינדער-לידער, האָט כאנע מיט הארץ געזאָגט: 

-- פארװאָס נאָר קינדער-לידער, ווען עס װעט קומען דער טאָג און מע 


198 יי :10 .1ת 8 


וװועט זיך אוועקזעצן און אופמערקזאם דורכלייענען, װאָס קװויטקאָ האָט 
אָנגעשריבן, װעט מען דאָרט געפינען פּרעכטיקע לידער פאר דערוואקסענע, 

די דערציילונג וועגן דעם יינגעלע, װאָס זײַן מאמע מיט דער באהאוון- 
טער ייִדעגע האָבן ארײַנגעשטופּט אין שופלאָד פון קאָמאָד, איז געבליבן 
ליגן אפן טיש. כאנע האָט עס פארגעסן אריַנצולייגן אין דער צײַטונג, וו 
סזײַנען געלעגן נאָך דערציילונגען און ריין פּאפּיר, כאנע איז ארויסגעגאנ- 
גען אין קיך. זי האָט נאָך ניט באויזן אראָפּצונעמען דעם טשײַניק פון 
פּרימוס, וי זי האָט דערזען, אז קװיטקאָ גייט צו איר מיט עפּעס פּאפּירן אין 
די העגט. ער איז צוגעגאנגען נאָענט צו איר, האָט זי אָנגעקוקט, וי כאנען 
האָס זיך אויסגעוויון, זייער שטרענג, אפילע ברויגעזלעך און שטיל גע- 
פרעגט: 

-- דאָס האָט איר אַנגעשריבן! -- און ער האָט א פאָכע געטאָן מיט די 
פּאפּירן בא איר פּאָנעם, 

-- מיסטטאמע איך, -- ענטפערט זי מיט א געפאלן קאֵל, 

-- מיסטאמע? 

-- װײַזט, װאָס איז דאָס?! -- האָט כאנע געװאָלט נעמען די פאפירן, 

-- װאָס װײַזן? איר וייסט ניט? ,דער מיטעסער!" דאָס איז אײַער 
ארבעט, װאָס שװײַגט איר? אוי, וויי איז מיר! כ'האָב נאָך אזוינס ניט גע- 
זען! -- און ער איז מאמעש ארױסגעלאַפן פון קיך, 

כאנץ איז אים נאָכגעלאָפֿן, זי איז ארײַנגעגאנגען אין צימער. ז" האָט 
דערזען, װי ער שטייט אנטקעגן נעכעמיען מיט די זעלנע פּאפּירן, און זי 
האָט געהערט, וי ער שרײַט מאמעש: 

-- זי האָט אײַךף ניט געלייענט? אָרעמער מענטש! איר הייבט ניט אָן 
צו וויסן, ווער איז לעבן אײַך, 

כאנע איז ארויס פון צימער, וי א װינט. דאָס הארץ האָט איר פאר- 
קוועטשט פון גרויס ראכמאָנעס צו נעכעמיען. בייס זי איז אין א װײַלע ארום 
ווידער ארפנגעגאנגען מיטן טשײַניק און האָט אָנגעגאָסן צוויי גלעזער טיי, 
האָט לייב אָכּגערוקט די גלאָז פון זיך און האָט צו איר געזאַגט: 

-- איך נעם עס מיט, איך װעל עס אוועקגעבן קושניראָװן, דאָס װעט 
זײַן אָנגעדרוקט, 

כאנע האָט געשאָקלט מיטן קאָפּ, נאָר זי האָט ניט געפילט, אז זי טוט 
עס, א סקרוך האָט דורכגענומען אלע אירע גלידער, לייב האָט עט, אפּאַ- 
נעם, דערפילט און זי געטרייסט: 

-- װאָס זײַט איר אזוי צעטראָגן, כאנע! איך האָב געלייענט און הוג- 
דערטער מאָל געהערט, וי מאמעס כאלעשן, דאָס קינד זאָל אופעסן נאָך 
עפּעס. אָבער איך האָב נאָך ניט געלייענט און ניט געהערט, אז א מאמע 
זאָל זוכן א טרופע, דער אפּעטיט בא איר קינד זאָל זיך מינערן. זײַט ניט 
אראָפּגעפאלן בא זיך, איר קענט מיר גלייבן. דאָס, װאָס איך זאָג, איז עמעס, 

כאנע האָט טאקע געגעבן קװיטקאָן די דערציילונג, און אין א פּאַר טעג 
ארום, ווען כאנע האָט צוגעקליבן דעם קאָרידאָר, האָט עמעצער אָנגעקלון- 


129 


גען. כאנע האָט געעפנט די טיר און דערזען אן אומבאקאנטן מענטשן. עֹר 
האָט אראָפּגענומען די הוט פון קאָפּ און געפרעגט: 

-- איר זײַט כאנע? 

-- יאָ, נאָר לאָמיר ארײַנגײן אין צימער, 

אפן שטול האָט זיך דער מענטש ניט געזעצט, כאָטש נעכעמיע האָט 
ניט איין מאָל פאָרגעלייגט. שטייענדיק מיט דער הוט אין האנט, האָט ער 
זיך פאָרגעשטעלט: 

-- איך בין מייער ווינער, צו מיר איז ניט צופעליק ארײַנגעפאלן אײַער 
דערציילונג, דאָס איז א מערקווירדיקע דערציילונג. דאָרטן איז ניטאָ קיין 
טראָפּן ליטעראטורארטיקײַט, 

-- אָבער גלייבט מיר, אז דאָס האָב איך טאקע אליין אָנגעשריבן, -- 
כאנע האָט זיך פארהאקט, רויט געװאָרן, 


מייער ווינער האָט אָנגעהױיבן ארײַנגײן גאנץ אָפט. אלץ, װאָס ער האָט 
דערציילט, איז געווען טשיקאווע צו הערן, אנומלטן האָט ער גענומען דעם 
שפּיגל פון קאָמאָד, אים געהאלטן אין ביידע הענט, מיט דער שפּיגל-גלאָז 
צום סופיט און געוויזן, ויאזוי ער איז אומגעגאנגען אין רים אין דער 
סיקסטינער קאפּעלע און האָט באטראכט מיקעלאנדזשעלאָס געמעלן. כאנע 
האָט געגאפט פון מייערס פארשיידענע געשיכטעס ועגן זײַנע רײַזעס, ער 
האָט פארכאפּנדיק גערעדט װעגן דער וועלט-ליטעראטור, װעגן דער ייִדי- 
שער אלטער און נײַער ליטעראטור, זיי האָבן זיך זייער באפרײַנדעט, זײ 
האָבן אפילע געטראכט צו דינגען איניינעם א דאטשע אין קראטאָװע, אָבער 
דער גוירל האָט אנדערש באשטימט.. 

זינט די סאָוועטישע ארמיי האָט באפרײַט ליטע, האָט כאנע אָנגעהויבן 
באקומען בריוו פון דער מאמען. די מאמע האָט געטײַגעט איין טײַנע: קאָל- 
זמאן זי לעבט, יויל זי זיך זען. 

דעם 18 יון 1941 יאָר האָט נעכעמיע באגלייט כאנען מיט רייזעלען, 
מיטן ייַנגסטן מיידעלע, צום װײַסרוסישן װאָקזאל, װײַל כאנע איז אוועקגע- 
פאָרן קיין ליטע. מיט קנאפּע צוואנציק יאָר צוריק האָט כאנע פארלאָזט דאָס 
שטעטל, צו וועלכן זי האָט זיך דעם 19 יון דערנעענטערט מיטן קאָװנער 
צוג, זי איז געווען אופגערעגט, צעטומלט, זי האָט זיך מאמעש געשראָקן 
פאר דער באגעגעניש. זי האָט זיך ניט געקאָנט אויסמאָלן דער באָבעס שטוב 
אָן דער באָבען מיטן זיידן. נאָר מער פון אלץ האָט זי געשראָקן די באגע- 
געניש מיט דער מאמען. זי האָט גוט געדענקט, אז די באָבע איז געקומען 
זי אָפּנעמען מיטן קינד. און די באָבע איז נאָכגעלאָפן דעם װאָגן, זיך גע- 
האלטן בא דער דראבינע און געבעטן: ,סרײַב, כאנקע, סרײַב, האָב ראכ- 
מאָנעס ... 

די מאמע אירע, גיטל, איז שוין א סאך מאָל געלאָפן מיט דער טעלע- 
גראמע צום קאָמאנדיר פון דער סאָװעטישער ארמיי, געבעטן, ער זאָל קיין 


190 


פֿאריבל ניט האָבן, און קעסיידער געפרעגט: , איר ווייסט געװיס, אז דער 
קאָװגער צוג װעט גיט פארשפּעטיקן?" זי האָט ניט גערוט און קיינעם ניט 
געלאָזט רוען. עס איז טאקע געווען אזוי, וי איר מאן הירשע האָט געזאָגט: 
קזינט די טעלעגראמע איז געקומען, שטייט מײַן װײַב אף איין פוס, קײַט 
מיט איין צאָן און שלאָפט מיט איין אויג", 

אין אויוון האָט ניט אופגעהערט צו פלאקערן. סזײַנען שוין פארטיק די 
טאָרטן, געראָטענע און הויכע, װי צילינדערס. די געשלאָגענע באבקעס אף 
געלכלעך מיט סמעטענע איבערגעשאָטענע מיט געריבענע ניס, צימרינג און 
צוקער, גלאנצן, וי לאקירטע. די פלאָדנס, פעטע און פּוכקע, זײַנען װי מיט 
א פרעסטל פארצויגן פונעם צוקער-פּודער. אף די טונקל-געלע לעקעכער 
האָט גיטל אויסגעלייגט פון נעגעלעך גענדז מיט גענדזעלעך. סזײַנען פאר- 
טיק טייגלעך: געצוקערטע, טרוקענע, נאסע, געקאָכטע אין האָניק. סזײַנען 
דאָ געפעפערטע קיכלעך צוֹ געהאקטן לעבער, אין גרויסן געװײַסטן קופּער- 
נעם קעסל האָט גיטל ארײַנגעלייגט רינדערנע און קעלבערנע ביינער, ביי- 
נער פון אויפעס, פון וועלכע זי האָט אראָפּגענומען דעם ביילעק. די לעפל, 
װאָס גיטל האָט אוועקגעלייגט אפן טעלער, נאָכן פארזוכן די יויך, איז צו- 
געקלעפּט געװאָרן צום טעלער, 

-- ער וועט בא דיר אופעטן אזא קרענעצע יויך? -- האָט הירשע ניט 
אויסגעהאלטן, 

-- מע װעט ניט אופעסן, װעל איך ארויסגיסן. װער קומט צו דיר, 
באדאכט זיך! העלף בעסער קלעפּן די קרעפּלעך, לייג זי אף די בעקנט, 
שמיר מערער שמאלץ, זשאלעווע ניט! -- גיטל האָט גערעדט, בײיסמײַסע 
געלייגט געהאקטן לעבער אף די גרויסע פּאָלומעסיקעס, ארומגעפּוצט מיט 
דין געבראַקטע גרינע ציבעלעס, ארומגעשאָטן מיט אָנגעריבענע הארטע 
געלכלעך, װוו-ניט-ווג ארײַנגעשטעקט א ראָז רעטעכל, געשעפּט מיטן קאָב- 
לעפל גענדוענע שמאלץ, ניט אָפּגעזײַט די געלע גריוון, געגאָסן אף דער 
לעבער, 

-- סוועט דאָך בא דיר אוועקשווימען! -- האָט הירשע געװאָרנט. 

-- אבי דו װועסט בא מיר בלײַבן! 

-- ער עס ווינטשט מיר שלעכטס, זאָל האָבן א װײַב א בעריע, 

-- איך ווינטש מײַנע גוטעפרײַנט, אז זייערע װײַבער זאָלן פארשפּאָרן 
צו זײַן בעריעט! -- האָט גיטל געענטפערט, געשטאָכן מיטן שפּיציקן מע- 
טער די שטיקער קעלבערנע ברוסט. א שטאָך -- ארײַנגעשטעקט א קנאָ- 
בעלע, א שטאָך -- א שטיקעלע מער, א פּעטרעשקע, באשפּרענקלט מיט 
געשטויסענעם ענגל-געווירץ, באגאָסן מיט אופגעקלאפּטע אייער, באטרייסלט 
מיט טרוקענער געמאַלענער כאלע, ארומגעלייגט מיט הינערשע פּלאָסטערן 
און -- אין אויוון ארײין.. 

ענדלעך איז אלצדינג פארטיק. גיטל באקוקט די געגרייטע טישן, די 
פלעשער מאשקע צװוישן די טיפע גלעזערנע שאָלן אײַנגעמאכטס. די גרויסע 
דורכזיכטיקע אגרעסן זײַנען גאנץ און געל, װי בורשטינענע. די טונקל- 


131 


רויטע װײַס-געפּינטלטע טריסקאווקעס שווימען אין רויטלעכן זאפט, װי 
נאָרװאָס פון דער בייט. 

אָבער גיטל קוקט שוין ניט אף דעם, גיטל איז איצט װײַט פונדאנען. 
זי האלט כאנקען אונטער די הענטלעך, כאנקע שטעלט די ערשטע טריט, 
און גיטלס מאמע, די באָבע פּעסיע, פירט דורך מיט א מעסער צװישן כאנ" 
קעס געשטריקטע שיכעלעך, זאָגט א שפּרוך: /,לויף, װי א טײַכל, זאָלסט 
וואקסן, װי קראָפּעװע, גוטע לײַט זאָלן זיך פרייען, טאטע-מאמע זאָלן 
קוועלן..." 

יאָ, זי האָט געשריגן, בייס כאנקע האָט געהאט איר מיידעלע: ,מעגסט 
ליגן אין קאַװנע אין ביקער-כוילים, מעג דײַן מאמזער פארלייגן מיטן קעפּֿל, 
איך האָב אין דעם קיין כיילעק ניט". 

גיטלען פארקוועטשט דאָס הארץ: ,כאנקע געדענקט דאָך דאָס אויך... 

גיטל האָט זיך אופגעכאפּט די רעגע, בייס זי האָט דערהערט כאנקעס 
שטים אין שטוב. ס'האָט זיך בא איר ארויסגעריסן א ווילד געשריי, זי איז 
אראָפּגעשפּרונגען פון געלעגער, אף וועלכן זי האָט זיך צוגעשפּארט. זיך 
פארטשעפּעט אָן שװועל, דורך א פּינטלדיקן נעפּל דערזען אױסגעשפּרײטע 
הענט און איז אף זיי געבליבן הענגען... 

-- מאמינקע, דו ביסט יונג, וי אמאָל, 

-- אלט איז דער, װער עס געדענקט ניט די יונגע יאָרן, מײַן קינד. 
זעץ זיך, אָט גיב איך דיר א גלאָז ציקאָריע, נעם א טייגל, 

כאנקע האָט געקײַט א טייגל און זיך פארטראכט, 

-- װאָס טראכסטו, מײַן קינד? | 

-- מאמע, איך האָב מוירע, איך װיל ארײַנגײן צו דער באָבען אין 
שטוב. זאָג מיר, מאמע, וי איז דאָס געווען?.. 

-- די באַבע איז געקומען פרײַטיק פון מערכעץ, ס'איז איר געװאָרן 
ניט גוט, האָט מיך דער זיידע, אָלעװהאשאַלעם, ארײַנגערופן. פרעג איך: 
;מאמע, געבן דיר א לעפעלע געפּרעגלטע קארשן?" זאָגט זי: ,גיטקע, מאך 
זיך ניט צום נאר, צינד אָן ליכט". און גאָר.. 

כאנע האָט באטראכט די געגרייטע טישן און געשמייכלט, װײַל עס 
זײַנען שוין ארײַנגעגאנגען מענטשן. קיינער איז ניט געקומען מיט ליידיקע 
הענט, יעדערער האָט געבראכט מאשקע, לעקעך, מוירעדיקע קיטקעס, מע 
האָט קיינעם ניט געדארפט רופן, 

עס איז געווען שאבעס, א שײַנענדיקער ווארעמער פרימאָרגן, אלע 
פענצטער אין גיטלס שטוב זײַנען געווען אָפן, גיטל אליין האָט אויך גע" 
שײַנט. דאָס ברוינע מוסלינענע לאנגע קלייד מיטן ניפּיורענעם װײַסן הויכן 
קראגן איז געלעגן אף איר װי אױסגעגאָסן. דאָס פארויטלטע פּאָנעם און די 
בלויע אויגן האָבן געשטראלט פון נאכעס. זי האָט אלע װײַלע געװאָרפן א 
בליק אף כאנען, וי זי װאָלט געפרעגט: 

-- שעמסט זיך ניט מיט מיר, מײַן קינד? 

כאנע האָט געקוקט אף דער מאמען און געטראכט: ,איצטער וייס איך 


132 


שוין, װאָס פאר א מאמע איך האָב. מאלע-װאָס עס איז געװוען?,." װאָס מער 
זי האָט געקוקט אף דער מאמען, אלץ מער האָט זי געפילט, סארא גרויס 
גליק עס האָט זי געטראָפֿן, װאָס זי איז אהער געקומען, 

אין פריידיקן טומל האָט מען אף א װײַלע פארגעסן אין רייזעלען. זי 
איז געזעסן בא הירשן אף די קני, ער האָט געגלעט איר קאָפּ, איר דער- 
לאנגט א שטיק טאָרט, און רייזעלע האָט ניט געוווסט װאָס צו טאַן דערמיט, 

א װײַלעטשקע איז געווען שטיל, נאָר אָט איז ארײַנגעגאנגען טײַבעלע 
די בלעכערקע, א ייִדענע א באלמעלאַכע, דאָס איז געווען דער ערשטער 
מענטש, װאָס איז געקומען מיט ליידיקע הענט. זי האָט זיך צעקושט מיט 
כאנקען, צוגעגאנגען צו גיטלעז, שטיל געפרעגט: 

-- װעסט אף מיר קיין פאריבל ניט האָבן, גיטל? איך זאָג דיר, װאָס 
איך האָב אף מײַן הארצן. ביסט געבאָרן געװאָרן אין א זײַדן העמדעלע, זײַן 
קינד איז געקומען צו דיר, איך בין דיר מעקאנע. איך ווינטש דיר, זי זאָל 
פארגעסן, װאָס עס איז געווען, זי זאָל זדיך אזויפיל האָלט האָבן, וויפל טרערן 
זי האָט פארגאָסן צוליב זיר, 

ס'איז שוין שפּעטער אַװנט. גיטל מיט כאנקען זײַנען אליין, גיטלס ליפּן 
באוועגן זיך. צום סאָף רעדט זי ארויס, װאָס זײ טראכט: 

-- זאָג מיר, פאגקע, פארװאָס ביסטו אוועק פון דײַן ערשטן מאז? 

-- מאמע, מיר וװעלן נאָך צײַט האָבן, אָבֶער איך קאָן דיר גאַרנישט 
צוזאָגן. װאָס איך װעל גיט װעלן, װעל איך אלציינס ניט דערציילן, 


פּלוצעם האָט אָנגעהױבן װוי דונערן. 

-- טאטע, װאָס הילכט אזוי? 

-- כ'מיין, אז דאָס איז מאנעוורעס, 

אָבער אף מאָרגן אינדערפרי האָט הירשע כאנען מיט רייזעלען אין א 
פור געפירט צו דער באן קיין דאטנעווע. מ'האָט שוין געװוּסט, אז דאָס זײַ- 
גען ניט קיין מאנעוורעס... 

דער וועג צוריק איז געווען אומװאָרהאפטיק, װוי אין א שרעקלעכן כאַ- 
לעם. אין דאטנעווע האָט זיך הירשע געזעגנט מיט כאנען און מיט רייזעלען, 
זי האָבן אזוי געװויינט, זיך אזוי אײַנגעקלאמערט איינער אינעם אנדערן, 
עס האָט זיך געדאכט, זיי װעלן זיך ניט אָפּרײַסן, אף דער ערשטער ליניע 
לעבן װאָקזאל איז געשטאנען א צוג. הירשע האָט געהאָלפן כאנען מיט ריי- 
זעלען זיך ארײַנזעצן אין א ואגאָן. דאָס איז געווען א ווייכער שלאָף-ווא- 
גאָן, און מער איז קיין איין מענטש ניט געווען. הירשע איז א װײַלינקע גע- 
שטאנען באם פענצטער, און ווען דער צוג האָט גערירט, האָט ער מיט ביי- 
דע הענט פארדעקט דאָס פּאַנעם און איז אוועק צום װאָקזאל, אין קאדאן, א 
סטאנציע ניט װײַט פון דאטנעווע, איז דער צוג געשטאנען. עס האָט זיך 
געהערט א שיסערל. דורכן וואגאָן-פענצטער האָט כאנע געזען, װי מענטשן 
לויפן מיט פּעק, מיט טשעמאָדאנעס, זי לויפן און מיטאמאָל פאלן זיי אום 


טפ 


און בלײַבן ליגן... רייזעלע האָט זיך אײַנגענורעט אין כאנעס שויס, עס האָט 
זי אזוי געטרייסלט, זי האָט אזוי געכליפּעט, זי האָט דאָך אויך געזען דאָס, 
װאָס כאנע האָט געזען. ווען דער צוג האָט גערירט, איז ארײַנגעגאנגען אין 
וואגאָן א ייִדישע פרוי. זי איז געווען צעפּאטלט, זי האָט אויסגעזען װי מע- 
שוגע, און זי האָס דערציילט: 

-- די סמעטאָנאָװוצעס האָבן מיט אװוטאַמאטן אונדז ארומגערינגלט, און 
אלע זײַנען געבליבן ליגן. מײַן מאן און מײַן ייִנגעלע אויך. -- דערציילנדיק, 
האָט די פרוי אַָנגעהויבן שלוכצן און זיך רײַסן די האָר פון קאָפֿ, 

ביז ראדווילישעק איז אין וואגאָן געווען כאנע, רייזעלע און די פרו. 
ערשט אף דער סטאנציע אין ראדווילישעק האָט זיך אין וואגאָן ארײַנגעזעצט 
א גרויסע ייִדישע מישפּאַכע -- מאנצבלען, פרויען, קינדער און אן אלטיטש- 
קע באָבע, װאָס האָט ניט אופגעהערט צו יאָמערן: 

-- אוי, וויי איז מיר, א קלאָג צו מײַן אלטן קאָפּ! װוּ זײַנען מײַנע אי- 
בעריקע זין, זיי האָבן שוין געוויס געלייגט די קעפּ. האלעמײַ, גאָטינקע, 
האָסטו ניט געטאָן פא-א-אר-קערט! האלעמײ זאָל איך שלעפּן מײַנע שאָפע- 
לע אלטע ביינער אזא מעהאלעך! 

װי עס פלעגט זיך אָנהייבן א שיסערײַ, פלעגט די באָבע שטיל וװערן, 
און אויב עמעצער פון דער מישפּאָכע האָט געװאָלט א טרונק און האָט 
אויסגעשטרעקט די האנט צום טשײַניק, איז זי צוגעלאָפן, געפאָכעט מיט 
די הענט און זיך געבעטן: 

-- לאָזט געמאך, דערנאָך! קלאפּט ניט מיטן דעקל פון טשײַניק! 

ניט װײַט פון סעבעזש איז דער טשײַניק שוין ליידיק געװאָרן. איצט 
האָט די באָבע זייער געװאָלט א טרונק, איינע פון איר מישפּאַכע האָט גע- 
נומען דעם טשײַניק, זיך געלאָזט צו דער טיר, די באָבע האָט ארויסגעריסן 
דעם טשײַניק, אים דערלאנגט כאנען און געזאָגט: 

-- טאָכטערל, גיי דו, דײַן קינד װויל דאָך אויך, מיסטאמע, א טרונק, 

נאָר רייזעלע האָט זיך אײַנגעקלאמערט אין דער מאמען, מוירעדיק זיך 
צעשריען: , גי ניט, מאמע, גיי ניט. איך װויל ניט קיין טרונק!" 

נאָך וואסער איז טאקע אוועק דער באָבעס שנור. װי נאָר זי איז ארויס 
פון וואגאָן, האָט זיך אָנגעהױבן א שיסערײַ. ווען ס'איז שטיל געװאָרן, איז 
דער צוג נאָך היפּש געשטאנען, נאָר די, װאָס איז אוועק נאָך וואסער, איז 
ניט צוריק געקומען... די באָבע האָט ווידער געיאָמערט, דער צוג האָט גע" 
רירט, און די מישפּאָכע איז קלענער געװאָרן מיט איין מענטשן. 


רייזעלע איז איצט ניט אָפּגעטראָטן פון כאנען, אף קיין מינוט זי ניט 
אָפּגעלאָזט. אין סעבעזש איז די גרויסע מישפּאַכע אראָפּגעגאנגען. כאנען 
מיט רייזעלען האָט דער נאטשאלניק פון סטאנציע ארײַנגעזעצט אין אן 
אנדער צוג, אין א ואגאָן מיט פרויען פון מיליטערישע, װאָס זײַנען שוין 
אוועק אף דער מילכאָמע. 

דער וואגאָן איז געווען אָנגעפּיקעװעט. כוץ די פרויען, זײַנען געווען 


194 


אָנגעוואלגערט קופערטן, ניי-מאשינעס, װעלאָסיפּעדן, לעדערנע טשעמאָדא- 
געס, קינדער גרעסערע און גאָר קליינע. כאנע האָט אף איר טשעמאָדאנדל 
אוועקגעזעצט רייזעלען, אליין האָט זי זיך געזעצט אף דער פּאָדלאָגע לעבן 
א פרוי, װאָס איז געזעסן מיט א פּיצל קינד אף די הענט. דאָס קינד איז 
געלעגן אף אירע הענט אויסגעצויגן, מיט פארמאכטע אויגן, זײַנע געלע 
דארע פיסלעך זײַנען אראָפּגעהאנגען פון איר שויס. די פרוי האָט אלע װויי- 
לע ארײַנגענומען דעם קינדס פיס-פינגערלעך אין די הענט, און איבער 
אירע באקן האָבן ניט אופגעהערט צו קײַקלען זיך שווערע מוטנע טרערן. 

-- גיט מיר, איך װעל אים האלטן, װי איר. עס װעט אים זײַן בא- 
קוועם, -- האָט כאנע פאַרגעלייגט, 

-- ער איז געווען קראנק. דער מאן איז געקומען צו לויפן, האָט אונדז 
ארײַנגעזעצט אין א מאשין, װי מיר זײַנען געגאנגען און געשטאנען. מיר 
האָבן אפילע ניט באוויזן זיך צו געזעגענען. איך וויל ניט, איר זאָלט אים 
נעמען, מע דארף ניט, אים איז שוין אלציינס... איר װעט מיר העלפן, ווען 
דער צוג װעט זיך אָפּשטעלן?.. 

שפּעט באנאכט האָט זיך דער צוג אָפּנעשטעלט אינמיטן פעלד. אין א 
זײַט פון דער אײַונבאן-ליניע איז געשטאנען א קליין שטיבל פון אײַזנבאן- 
וועכטער. כאנע איז אחין אװעקגעלאָפן, זי האָט דאָרט געטראָפן א פרוי, זי 
האָט דערציילט װאָס-װען, די פרוי האָט געגעבן כאנען א לאָפּעטע, אליין 
אויך גענומען א לאַפּעטע, און אהינטער דעם שטיבל האַבן זיי אױסגעגראַבן 
א שמאָל קליין גריכל. כאנע איז אוועק נאָך דער פרוי, און די פרוי האָט 
מיט אירע הענט אהין אראָפּגעלאָזט דאָס קינד... 

ביז באגינען איז דער באן געשטאנען אף דער סטאנציע. די גאנצע צײַט 
האָט די פרוי געהאלטן אין איין כאלעשן. אינדערפרי איז צום וואגאָן צוגע- 
גאנגען דער נאטשאלניק פון עשעלאַן, ער האָט געמאַלדן, אז דער צוג גייט 
קיין פּענזע. דער צוג איז אָנגעקומען אף דער סטאנציע פּלעכאנאָװע פאר 
טולע. כאנע האָט גענומען דאָס טשעמאָדאנדל, אופגעװעקט רייזעלען, און 
זי זײַנען ארויס פון וואגאַן. אריבערגעשפּרײַזט די ליניעס, איז כאנע מיט 
רייזעלען צוגעקומען צו א וועג, וועלכער איז געווען ליידיקלעך. דער טאָג 
איז געווען א הערלעכער, דער וועג איז געלעגן צווישן פעלדער, די זון האָט 
גענלענדט די אויגן. אָבער סײַװי האָט כאנע קוים געזען װי צו שטעלן די 
פיס. פּלוצעם האָט זי דערהערט שטימען. זי האָט אויסגעקערעװעט דעם 
קאָפּ און דערזען פרויען, וועלכע זײַנען געגאננען מיט ליידיקע מילך-בידאָ- 
נעס אין די הענט, איינע פון די פרויען איז צוגעגאנגען צו כאנען, האָט 
זי אָנגעקוקט, טרויעריק געשאָקלט מיטן קאָפּ. ערשט איצט האָט כאנע בא- 
נומען, װי זי זעט אויס. זי האָט טאקע אויסגעזען שוידערלעך, עס איז שוין 
געווען דער צווייטער יוֹל.. די פרוי האָט, אפּאַנעם, פארשטאנען. זי האָט 
גענומען פון כאנעס הענט דאָס טשעמאָדאנדל און דערקלערט: 

-- צוויי װערסט פונדאנען גייט א באן קיין סערפּוכאָ, איך פארשטיי, 
אז איר זײַט פון מאָסקװע, װעט איר נאָך הײַנט זײַן אינדערהיים, 


195 


די פרוי האָט אויך גענומען רייזעלען פאר א האנט, און ס'האָט ניט לאנג 
געדויערט, זײַנען זי געקומען צו א קליין װאָקזאלכל, זי האָט כאנען בא- 
זעצט אף א באנק און צו איר געזאָגט: 

-- זיצט, איך װעל אײַך ברענגען װאָס צו עסן, 

אזוי איז! טאקע געווען. די פרוי האָט צוגעווארט, ביז דער צוג איז גע- 
קומען, זי האָט געהאָלפן כאנען מיט רייזעלען ארײַנגײן אין וואגאָן, און דעם 
זעלביקן טאָג פארנאכט איז כאנע געווען אין שטוב, 


בייס נעכעמיע האָט זי דערזען, איז ער פארגליווערט געװאָרן. זײַן פּא- 
נעם איז געװאָרן װײַס, װי קרײַד. ער האָט קיין איין װאָרט ניט געקאַנט 
ארויסברענגען. פּלוצעם האָט ער אָנגעהױבן שלוכצן, אָבער קיין טרערן האָט 
כאנע בא אים ניט דערזען. זי האָט עס ניט געקענט זען, אפילע וען ער 
װאָלט געוויינט, װײַל זי איז אוועקגעפאלן כאלאַשעס און ס'האָט היפּש גע- 
דויערט, ביז נעכעמיע האָט זי אָפּגעמינטערט, 

א גאנצע נאכט האָבן זיי קיין אויג ניט צוגעטאָן, כאָטש זיי האָבן וויג- 
ציק גערעדט. נאָר פון צײַט צו צײַט פלעגט נגעכעמיע זי אָנקוקן און זיך 
װוּנדערן: | 

-- כאנע, כאנוקל, איך זע דיך. דו ביסט טאקע דאָ?.. 

רייזעלע איז געווען פארלאָרן, זי האָט געשוויגן, זי האָט זיך ניט גע- 
שפּילט מיט די שוועסטער, װי פריער, און עטלעכע מאָל געפרעגט: 

-- מאמע, פארװאָס האָבן מיר ניט מיטגענומען דעם זיידן מיט דער 
באָבען? 

כאנע האָט געשוויגן, זי האָט דאָך ניט געקענט דערציילן רייזעלען, אז 
דער טאטע מיט דער מאמען האָבן געזאָגט: , כאנעלע, דו פאָר אוועק. אלע 
ווייסן, אז דו ביסט געקומען פון סאָוועט-רוסלאנד". 


מאַסקװע האָט איצט כאנען אויסגעזען מאַדנע. אין די אָװנטן זײַנען די 
פענצטער געווען פארהאנגען, סזײַנען אָפט געווען לופט-אליארעמס. פון 
הויז-פארוואלטונג האָט מען שוין ניט איין מאָל געװאָרנט, אז מע דארף זיך 
עוואקוירן מיט די קינדער. דעם פינפטן אװגוסט 1941 יאָר האָט נעכעמיע 
נאגלייט כאנען מיט די קינדער פון קאזאנער װאָקזאל אין עוואקואציע. אין 
דער ברייטער ואגאָן-טיר איז כאנע געשטאנען מיט סענדערקען אף די 
הענט. נעכעמיע האָט אָנגעזאָגט: 

-- כאנוקל, היט די קינדער, די קינדער היט, הערסט + 

דער עשעלאַן, מיט וועלכן כאנע האָט זיך עוואקוירט, איז געגאנגען קיין 
טשעבאַקטארי. אין וואגאָן, װוּ כאנע איז מיט די קינדער געווען, האָבן זיך 
געפונען דורכויס פרויען מיט קינדער פון מאָסקװער קינסטלער. דאָס איז 
געווען א פראכט-וואגאָן, אָן טרעפּלעך. אין אזעלכע ואגאַנעס האָט מען 
פאר דער מילכאָמע געפירט בעחיימעס, און דאן פלעגט מען געוויס צו- 


190 


שטעלן א טראפ צו דער טיר. אַבער איצט איז אזוינס ניט געווען, מע האָט 
געמווט שפּרינגען גלייך פון וואגאַן אף דער ערד. דער וואגאַן א"ז געווען 
אָנגעפּראַפּט, עס האָט זיך אַנגעהױבן אן , אינטעליגענטע, איידעלע" אממּטר?, 
יעדערער האָט געװאַלט אן אֵרט ניט בא די פענצטערלעך און ניט בא דעף 
ברייטער טיר, ס'איו כעעמעס שווער געווען צו געפינען אן ארט, הו דער 
ווינט זאָל ניט ארײַנבלאַזן, װײַל אין די וואגאָן-װענט זײַנען געוועז ברייטע 
שפּאלטן. כאנע האָט שװײַגנדיק פארנומען א ווינקל אף דער נארע לעבן 
פענצטערל, אײַנגעדעקט די קינדער, אליין זיך אוועקגעזעצט לעבן זיי, גיט 
װײַט פון ריאזאן האַבן זיך צעהילכט קעגנלופט-סירענעס. בא דער סיר אין 
געװאָרן א מוירעדיק געדראנג, פארניי דעם װאנאַן איז געלאַפֿן דער וא" 
טשאלגיק פון עשעלאָן און האָט געשריען: 

-- קריפט ארויס, גיכער, גיכער! 

די סירענעס האַבן מוירעדיק געגרילצט, מע האָט שױין ניס געהערט 
דעם נאטשאלניקט קוילעם. די פרויען, װאָס האָבן קיין קינדער ניט גטהאט, 
זײַנען געשפּרונגען פון וואגאַן, זיך ניט באוויזן אופצושטעלן, און געפּויזעט 
איבער דער ערד, די. קינדער האָבן מוירעדיק געװויינט. פרויען האָבן זיף 
געבעטן: 

-- שטופּט ניט, העלפט מיר, מײַן קינד, מײַן קינדן. 

א פארטויבטע פון די געשרייען, האָט כאנע מיט סענדערקען אף די 
הענט מיט אירע דרײַ מיידעלעך, וועלכע האַנן זיך געהאלטן בא איר קְלייך, 
זיך געשטופּט צו דער טיר, אינניכן האָבן די סירענעס זיך איײנגענומען, פא" 
נע איז מיט סענדערקען אף די הענט ארױיסגעשפּרונגען פון וואגאַן, גצ" 
האָלפן ארױיסשפּרינגען די קינדער, א געשריי געטאַן; 

--- ביילקעלע, פערעלע, נעמט סענדערקען און גיט אכטונג אף רייוֹש" 
לען! רירט זיך ניט פון אַרט! 

אליין איז זי צוגעלאָפן צום וואגאָן, האָט אויסגעשטרעקט אירע הענט 
און געזאָגט צו א פרוי, װאָס איז געשטאנען מיט א קינד אף די הענט: 

--- שפּורינגט, האָט קיין מוירע ניט! איך על ניט אנידערפאלן, 

ווען די פרוי מיט איר קינד איז שוין אויך געשטאנען אף דער ערד, איו 
כאנע צוגעלאָפן צו אירע מיידעלעך מיט סענדערקען, זי האָט עפּעס צִו זי 
גערעדט, אליין ניט ויסנדיק װאָס. צום גליק האָבן די סירענשס אופגעהערט, 
כאנע האָט גענומען שלעפן שטיקלעך שפּאלעט, ציגל, װאָס האַבן זיך דאַ 
געוואלגערט, צו דער ואגאָן-טיר, און סאיז גרינגער געװאָרן אהין ארײן- 
צוגיין, איצט האָט זיך ווידער אַנגעהױבן א קריגערי, װײַל מע האָט צעפּלאַן- 
טערט די ערטער. די פרוי, וועלכער כאנע האט געהאַלפן ארױסשפּריננען 
מיט איר קינד פון וואגאַן, האָט זיך צוגעזעצט צו כאנען, זיך ניט געקענט 
אַנװוּנדערן, װי כאנע האָט אויסגעשטרעקט די הענט צו איר און זי אונטער- 
געכאפּט. ,א דאנק אײַך, א דאנק", -- האָט די פרוי געכאזערט. כאנע האָט 
ניט װילנדיק געשמייכלט, װײַל זי האָט געטראכט: , טײַערינקע מייַנע, ווען 
דו װאָלסט געקאָנט רײַטן, װי איך, געכאפּט ביקלעך צו פלייש-פארגרייטונג, 


157 


װאָלסטו זיך אזוי ניט געװוונדערט און װאָלסט אויך געקענט שפּרינגען װי 
איך". 

ביינע-לעביינע איז צוגעפאלן די נאכט, מע האָט אָנגעהאָדעװעט די 
קינדער, זיך געלייגט װוּ װער עס האָט געקענט. כאנעס אָרט אף די ברייטע 
נארעס איז אויסגעקומען באם סאמע עק. אין דער וואנט זײַנען געווען בריי- 
טע שפּאלטן, דערצו איז דאָס קליינע פענצטערל געווען ניט פארגלאָזט. 
כאנע האָט געפונען צוויי שטיקעלעך האָלץ, מיט א מעסער אויסגעשניצט 
פון זי פלעקעלעך, צוגעפעסטיקט א דעקע צום פענצטער און צו א שטי- 
קעלע וואנט. בא דער סאמע וואנט האָט זי געלייגט די עלטערע מיידעלער, 
לעבן זיי סענדערקען, רייזעלען לעבן אים, און אליין האָט זי זיך געלייגט 
לעבן רייזעלען. די איבעריקע פרויען האָבן געזען, װאָס כאנע טוט, האָבן זי 
אויך פארהאנגען די וענט. איצט האָט װייניקער געבלאָזן. אלע זײַנען אײַג- 
געשלאָפן, מע האָט זיך אופגעכאפּט דאן, ווען דער עשעלאָן האָט זיך פּלוי 
צעם אָפּנעשטעלט, אינגיכן האָט זיך באוויזן דער נאטשאלניק פון עשעלאָן. 
ער האָט אָנגעזאָגט א ,גוטע בסורע", אז מע װעט דאָ לאנג שטיין. עס האָט 
זיך געהערט א קינדערש געוויין. בא דרײַ קינדער זײַנען קאליע געװאָרן די 
מעגעלעך, די מאמעס פון די קינדער זײַנען ניט נאָר געװען פרויען פון 
קינסטלער, זי גופע זײַנען געווען קינסטלערנס און מיטגלידער פון ,מאָסך.. 
זי האַבן זיך פארלאָרן, ניט געװוּסט װאָס צו טאָן. כאנע האָט אָבער יאָ 
געװוסט, זי איז ארויסגעשפּרונגען פון וואגאָן, מיטן קוק האָט זי צעלייגט 
א קליין שײַטערל צװישן צוויי פלאכע שטיינער, בא עמעצן פון די פרויען 
האָט זיך געפונען קארטאָפל-מעל, כאנע האָט געהאט צוקער, און אין א 
װײַלע ארום האָבן די קראנקע קינדער געגעסן קיסעל. כאנעס מיטפאָרערנס 
האָבן ניט אָן ווונדער געקוקט, װי זי שפּרינגט ארײַן און ארויס פון וואגאַן, 
װי זי האָט שוין אָנגעריסן דינע צװײַגלעך פון די קוסטעס בא דער אײַזנ- 
באן-ליניע, געמאכט א בעזעם, געהייסן אלעמען זיצן אף די נארעס, און 
האָט גיך אויסגעקערט דאָס מיסט, װאָס האָט זיך אָנגעקליבן אין װאגאַן. 
,כאנא דאװידאָװונא, כאנא דאװידאָוונא", -- האַָט זיך קעסיידער געהערט, 
און זי האָט ארויסגעהאָלפן מיט װאָס זי האָט נאָר געקענט. אינגיכן איז דער 
עשעלאַן ווידער אוועק. די פרוי, וועלכער כאנע האָט געהאָלפן ארויסשפּרינ- 
גען מיטן קינד פון וואגאָן, האָט זיך צוגעזעצט לעבן כאנען, שטיל און צו" 
טרוילעך אָנגעהויבן: 

-- באליידיקט זיך ניט, איך װיל אײַך עפּעס פרעגן. זאָגט מיר, דאָס 
זײַט איר די, וועלכע נעכעמיע מאַיסייעװיטש האָט געבראכט פון איינעם א 
קרימער קאַלװירט? 

-- יאָ, דאָס בין איך. אַבער ניט פון קיין קאָלװירט. פון א קאָמונע. 

-- פון א קאָמונע? -- האָט די פרוי פארכאפּט געפרעגט. און װאָס מער 
כאנע האָט דערציילט, האָט די פרוי אלץ מער זיך געװוּנדערט. און אלץ 
מער געװאָלט וויסן, װאָס האָט די קאָמונע פארמאָגט און וויפל ייִדישע קאָ- 
מונעס און קאַלװירטן זײַנען ביכלאל געווען אין קרים. 


138 


-- אינטערעסאנט, זייער אינטערעסאנט, -- האָט די פרוי צוגעשאַקלט 
מיטן קאָפּ און דערציילט. -- איך דערמאַן זיך, װי איך בין געווען בא מיי- 
נעם א באקאנטן קינסטלער. האָט דאָרט איינער א גראפיקער דערציילט, אז 
זײַנער א פרײַנט איז געפאָרן אין א שעפערישער קאָמאנדירונג אין א קרי- 
מער ייִדישן קאָלװירט, און ער האָט זיך דאן געווערטלט: ,ער װעט איצטער 
וואגן צו פאָרן אין א קאָלװירט און נעמען א פרוי מיט דרײַ קינדער". 

כאנע האָט עס אויסגעהערט, געשמייכלט און א זאָג געטאָן: 

-- יענער איז טאקע געווען גערעכט, איך פארורטייל דאָס ניט. 

און אף דעם האָט זיך דער שמועס געענדיקט. 

ביז די קינדער האָבן זיך אופגעכאפּט, האָט כאנע באוויזן אױסצוקאָכן 
א הירזשענע קאשע, װײַל דער עשעלאַן איז מער געשטאנען װי געגאנגען. 
ערשט אפן פינפטן מעסלעס זײַנען די עוואקוירטע ענדלעך, אָנגעקומען קיין 
טשעבאַקטארי, 

א טייל פון די פרויען זײַנען געבליבן אין מאר-פּאָסאד, װוּ זי זײַנען 
אף מאָרגן אָנגעקומען. כאנע מיט איבער א צענדליק פרויען מיט א היפּשער 
צאָל קינדער זײַנען פון מאר-פּאָסאד מיט פורן אװעקגעפאָרן אין א דער- 
בײַיקן דאָרף, װאָס האָט געהייסן דימיאַשקינאָ. ניט װײַט פון דימיאָשקינאָ 
האָט זיך געפונען דאָס אָפּרו-הױז פאר טײַך-ארבעטער. אינעם דאָזיקן הויז 
האָבן געדארפט אײַנגעאַרדנט ווערן די קינדער פון די מאָסקװער קינסטלער, 
סענדערקען און רייזעלען האָט כאנע דעם זעלבן פארנאכט מיט די איבערי- 
קע קינדער אוועקגעפירט אינעם אָפּרו-הױז. ביילקע מיט פּערעלען זײַנען 
געבליבן מיט איר, 

דאָס דערפל דימיאַשקינאַ, ניט װײַט פון מאר-פּאַסאד, אפן הויכן ברעג 
װאָלגע, װוּ כאנע מיט די פרויען פון די מאָסקווער קינסטלער איז אַנגעקי- 
מען, איז געווען ניט גרויס. פונדעסטוועגן זײַנען דאַ געווען עטלעכע פאר- 
קלאפּטע שטיבער פון ארויסגעשיקטע נאלעגופים. אנדריי פּאכאָמיטש, דער 
פאָרזיצער פון חיגן קאַלװירט, װאָס האָט געטראָגן דעם נאָמען , זון-אופ- 
גאנג", האָט געזאָגט צו די עוואקוירטע: 

-- נעמט אײַך, באכעס, װאַסערע שטיבער איר ווילט, 

אנדריי פּאכאָמיטש, דער איינציקער מאנצבל פון דאָרף, דער פאַרזיצער 
פין קאָלװירט, האָט געהאט איין אויג און אף ביידע הענט באם גרויסן 
פינגער נאָך איינס א קליינינקס. אַבער װען אנדריי פּאכאָמיטש װאָלט ניט 
באזעסן אזוינע פענאַמענעלע גלידער, װאָלט כאנע ניט אָנגעקומען צו 
זײַן מי.- 

זי האָט געמאכט א קירצן, שטילן מיטינג כא איינער פין די פארקלאפּ- 
טע שטיבער און איז די ערשטע מיט ביילקען און פּערעלען אוועקגעגאנגען 
צום רעמאַנט-ווארשטאט פון קאַלװוירט. 

דער רעמאָנט-ווארשטאט איז געשטאנען מיט אופגעפּראלטע טירן. 
כאנע האָט גלײַך דערזען צוויי שנײַד-מאשינעס אָן מעסערס, עטלעכע װי- 
לעס מיט צעבויגענע ציין, אַבער אפן לאנגן ווארשטאט פּאזע דער וואנט, 


159 


איז געווען אויך דאָס, װאָס זי האָט געדארפט. איין האק האָט זי אליין 
גענומען, די צװייטע געגעבן ביילקען, אן אָפּצװענגע דערלאנגט פּערעלען 
און איז מיט זי אוועק צו די פארקלאפּטע שטיבער. כאנע איז שוין ניט 
געווען די, װאָס אמאָל. אירע רויטע באקן זײַנען בלייך געװאָרן, דער 
מעסער-גלאנץ פון אירע בלאָ-גרױע אויגן האָט זיך אױיסגעלאָשן, עס איז 
אנטרונען די פולע רונדיקײַט פון איר גאנצן שטאלט, זי איז אינגאנצן 
פארוואנדלט געװאָרן אין א טרײַב-קראפט, װאָס איז געװען אָנגעצילט, 
װי א קאנאָן. אינגיכן איז די שטילקײַט פין דאָרף צעשטערט געװאָרן פון 
א קלאפעריי מיט העק און א קרעכצערײַ פין אָפּגעריסן געהילץ. פארנאכט 
זײַנען צװײי שטיבער געשטאנען מיט אָפענע טירן און פענצטער. 

איז די שטיבער זײַנען געװוען צו איין גרויסן צימער, װאָס װער 
אַנגערופן , גאַרניצע", צוויי קלענערע, ועלכע זײַנען מיסטאמע געװען 
שלאָפצימערס, װײַל דאַרטן זײַנען אויך איצט געשטאנען ברייטע הילצער- 
נע טאָפּטשאנעס מיט אַנגעװאָרפענער שטרוי. די װענט פון קלעצער, די 
פאָדלאָגעס, די פענצטער און די טירן זײַנען געוען װי צוגעדעקט מיט 
שפּינועבס און שטויב. אין דער קליינער קיך זײַנען געשטאנען גרויסע 
אױוונס. אין איין אויוון האָט כאנע ארײַנגעקוקט. זי האָט פון דאָרטן 
ארויסגערוקט קײַלעכדיקע נידעריקע טשוהונעס, און זי איז פארגאפט גע- 
װאָרן,. װײַל א גרינבלעך-גראָע שימל-חויט האָט זײ פארצויגן ביז צים 
ראנד. זי האָט גלײַך פארשטאנען: די באלעבאטים האָבן פארלאָזט זייער 
היים אין אזא אײַלעניש, אז זי האָבן ניט באוויזן אופצועסן דאָס געקעכץ, 
װאָס איז געשטאנען אין אויוון פארטיק.. 

אזויווי די איבעריקע פרויען זײַנען אוועק מיט זייערע קינדער צום 
אָפּרו-הויז פון די טײַך-ארבעטער, װאָס איז איצט געװאָרן די היים פאר 
די עוואקויִרטע קינדער, האָט כאנע זיך גענומען צו דער ארבעט מיט 
ביילקען און פּערעלען. און אין א קורצער צײַט ארום האָט איינע פון די 
שטיבער אויסגעזען אינגאנצן אנדערש. בייס די פרויען זײַנען צוריקגעקי" 
מען און האָבן דערזען, װאָס כאנע האָט דאָ באוויזן, האָבן זי זיך ניט 
געקענט אָנכידעשן. כאנע האָט קלאָר געמאכט װאָס-װען: 

-- מיר װעלן זיך איצטער דארפן אויסלערנען טאַן אזעלכע ארבעטן, 
װאָס מיר האָבן קינמאָל ניט געטאָן. מיר זײַנען ניט אף דאטשע, מיר 
האָבן געזען װער עס ארבעט אף די פעלדער, װען מיר זײַנען געפאָרן 
פין מאר-פּאָסאד, איך האָב אוועקגעפירט די קינדער און בין גלײַך צר 
ריקגעקומען. פארװאָס האָט איר זיך אזוי געזאמט? -- האָט כאנע פארענ" 
דיקט איר שמועס מיט א פראגע. 

פינדעסטוועגן איז אף מאָרגן כאנע אוועק די ערשטע מיט אירע טעב" 
טער. זי איז געגאנגען פארבײַ דער שטאל און האָט אהין ארײַנגעקוקט. 
דִיי בעהיימעס זײַנען געווען אין פעלד. כאנע האָט דאָ דערזען אזא בילד, 
אז זי איז װידער אװעק צום רעמאַנט-ווארשטאט. גענומען דר ווילעס. 
געקומען צו דער שטאל און זיך גענומען צו דער ארבעט. אין עטלעכע 


140 


טעג ארום איז די שטאל געווען ניט צו דערקענען. די קראָקוועס מיטן 
דאך האָבן זיך װי אופגעהויבן, װײַל דאָס גאנצע מיסט װאָט כאנע מיט 
צַוײ דאָרפישע ייִנגלעך און מיט אירע טעכטער אויסגעראמט. בא די 
בעהיימעס האָבן ווידער גענומען ואקסן בעועמלעך בא די װײדלעף 
די אײַטערס זײַנען געווען ריין און טרוקן. אנדריי פּאכאָמיטש האָט אין 
איינעם א טאָג געזאָגט צו כאנען: 

-- מאָלאָדיעץ! ביסט א בעריע, כאנע, 

-- דו ביסט אויך א מאָלאָדיעץ, נאָטש דו ביסט ניט קיין ייִדישקע, 
אָבער די בעהיימעט ווייסן, ווער דו ביסט! 

אָט ווען סאיז באנען צוניץ געקומען איר פראקטיק. אָט ווען עס איז 
איר ניט שװער געווען קיין שום ארבעט. אנדריי פּאכאָמיטש האָט שוין 
איצטער ניט געפרעגט קיין שום קאשעס. ער האָט געפאָלגט כאנעס אלע 
אייצעס, זי האָט אײנגעפירט, װי אין קאָמינע, מע זאָל די בעחיימעס ניט 
טרײַבן צום באטאַגיקן געמעלק צוריק אין שטאל ארײַן, זי האָט שוין גע- 
קעגט עטלעכע חיגע קאָלװוירטניצעס אין איז מיט זיי גענאן צו דער טשע- 
רעדע באטאָג אין פעלך, דער זומער איז געווען אן אויסערסט געראָטע- 
נער, דאָס גראָז האָט געגרייכט ביו צו די בײַכער פון די קי. די דרי 
יינגלעך, די פאסטעכער, װאָס זײַנען אלע אינייגעם אלט געווען קוים פינף 
און פערציק יאָר, װאָבן ניט געװאָלט טרײַבן די בעחיימעס אן איבעריקן 
מאָל צו דער װאַלגע, 

-- אנדריי. פּאכאָמיטש, גיב מילך, די ייִגנלעך װעלן זײי טרײַבן -- 
האָט כאנע געייצעט דעם פֿאַרזיצער, 

אזוי איז טאקע געוען, כאָטש דאָס איז אָנגעקומען שווער, װײַל דאָס 
דערפל איז געשטאנען אפן הויכן ברעג, װי בא אן אָפּריס, פונדעסטוועגן 
האָבן די ייַנגלעך געטריבן די טשערעדע אויך באטאָג צום טײַך, 

אינגיכן איז קלאָר. געװאָרן, אן דער קאַלװירט גיט מעל פאר די 
עוואקוירטע, ברויט דארף מען באקן אליין, פארשטייט זיך, איז כאנען צו- 
געקומען ארבעט. די פרויען פין די קינסטלער האָבן געװאָלט, געקאָנט, 
ליב געהאט צו עסן ברויט, אָבער באקן?,, 

אין איינעם אן אָװוגט האָט כאנע צונויפגערופן אן אלגעמיינע פארזאמ- 
לונג, 

-- איך קאָן און איך װועל באקן, אָבער מע דארף גיין אין וואלד נאָך 
האָלץ, | 
-- װאָס זײַנען מיו, וואלדהעקער? -- האָנן געפרענט עטלעכע פרויען 
מיטאמאָל, 

-- דאָס איז שוֹין אײַער זאך. איך לייג פאָר: ברויט װעלן קריגן די, 
וועלכע װעלן ברענגען האָלץ. די איבעריקע זאָלן נעמען מעל, 

דאָס האָט געמאכט דעם גײטיקן אײַנדרוק. עטלעכע פרויען זײַנען 
אף מאָרגן אוועק אין וואלד, און כאנע מיט נאָך צוויי פרויען זײַנען אוועק 
נאָר מעל, | 


141 


א באקדייזשע האָט כאנע אנטליען בא גלאפירען, וועלכע זי האָט שוין 
גוט געקענט. און אין א מעסלעס ארום, גאנצפרי, האָט דער רײעך פו . 
פריש-געבאקן קאָרענעם ברויט אָנגעפילט ניט נאָר די שטוב, נאָר אויך 
דעם דרויסן ארום, אינדערפרי אלע טאָג האָט כאנע געװעקט די פרויען, 
דערביַי געזאָגט א גלײַכװערטל: ,װער עס שלאָפּט לאנג, האָט קורצע 
טעג", די פרויען זײַנען איצטער געגאנגען יעטן קארטאָפל, סזײַגען גע" 
ווען איינציקע, װאָס האָבן זיך צוגעקלעפּט צום קינדערהיים און מער האָט 
מען זי אין דימיאָשקינאָ ניט געזען. 

איין מאָל אין װאָך איז באנע געגאנגען צו סטענדערקען מיט רייזעלען, 
און כאנען פלעגט רײַסן דאָס הארץ, קוקנדיק אף רייזעלען. זי איז געווען 
אומעטיק. די דערציערנס האָבן דערציילט, אז זי שרײַט פון שלאָף, עסט 
שלעכט. מיט כאנען האָט רייזעלע גערעדט נאָר װעגן דער מילכאָמע. 
אירע גראָע אויגן זײַנען ברייט צעעפנט, אין זי האָט שטיל אלעמאָל 
געזאָגט: ,מאמע, דו און אלע דארפן גיין אף מילכאָמע, מע זאָל אויס- 
הארגענען די פאשיסטן ביז איינעם". רייזעלעס װערטער פלעגן פאלן אין 
כאנעס נעשאָמע, וי הייסע קוילן, װײַל עס איז דאָך ניט געווען דער טאָג 
אז כאנע זאָל פארגעסן וועגן אירע טאטע-מאמע. זי האָט זיך אופגעגעסן, 
װאָס זי האָט זיי מיט גוואלד ניט אװועקגעשלעפּט מיט זיך, און זי האָט 
ניט איין מאָל געטראכט: ;דער גוירל האָט אָפּגעשפּילט מיט מיר אזא 
מין זאך, װאָס דאָס איז אומבאגרײַפלעך, ער האָט מיר אף א װײַלע בא" 
וויזן, וועמען איך האָב, קעדיי איך זאָל װיסן, וועמען איך האָב אָנגעװױרן. 
זי האָט אויך גוט פארשטאנען, אז רייזעלע איז אין אזא צושטאנד, װײַל 
זי איז געפאָרן מיט איר קיין ליטע און צוריק. 

פון נעכעמיען פלעגט כאנע קריגן זעלטענע בריו. נאָך דעם קורצן 
בריוול, װוּ נעכעמיע האָט געשריבן: ,מײַן איינציקע, מײַן טײַערסטע, אז 
דו װעסט קריגן מײַנע קארגע ווערטער, װעל איך שוין אין מאָסקװע ניט 
זײַן. איך גיי אין אָפּאָלטשעניע. איך בין זיכער, אז דו פארשטייסט מיך, 
היט זיך, היט די קינדער, מיר זאָלן קאָנען זײַן גליקלעך נאָך דער מילכאָ- 
מע. אײביק דײַנער, געבעמיע". 

כאנע האָט גלײַך געענטפערט: , מײַן טײַערקײַט, מײַן לעבן, מײַן 
קרוין! איך האָב געװוּסט, אז אזוי װעט זײַן און אזוי דארף זײַן. באהיט, 
באשיצט, נאשירעמט זאָלסטו ווערן פון אלע לויערנדיקע געפארן. דו װײסט, 
אז איך בין מיט דיר אומעטום, װוּ דו ביסט און װוּ דו װעסט זײַן. איך 
װאַלט געטאָן װי דו, ווע ניט די קינדער. פון ביילקען און פּערעלען האָב 
איך נאכעס. זי זײַגען געהאָרכזאם און העלפן מיר, וויפל זיי קענען. סענ- 
דערקע איז שין א גאנצער באָכער, אין קינדערהיים רופט מען אים 
פּראָפּעסאָר, װײַל ער האָט א טעווע צו פארלייגן די הענטלעך אפן רוקן 
און ער פארשיט די ארבעטערנס פון קינדערהיים מיט אָן א שיר פראגעס. 
דער קינדערהיים געפינט זיך בא דער סאמע װאָלגע, אין א גרויס, שיין 
הויז, װאָס איז פאר דער מילכאָמע געווען א סאנאטאָריע פאר מאטראָסן, 


9* 142 


פישער, באקענשטשיקעס. װעסט לאכן, נאָר אָפט זאָג איך, וי דער זיידע: 
,כאדעש יאָמײנן קאקעדעם", װאָס איו דער טײַטש -- באנ מײַנע טענ, 
וי פריער, װײַל איך ארבעט אין קו-שטאל. אלע טאָג קריג איך דרײ לי- 
טער מילך. אזויווי איך גיי מיט די קינדער אפן פעלד ארבעטן, גיט מיר 
דער קאָלװירט ווייצענע און קאָרענע מעל. כוץ דערוף, האָט מען מיף 
פרעמירט מיט א צווייכאדאָשימדיק כאזערל. עס געפיגט זיך בא מארוסיען 
אין שטעלכל, מיר האָדעוװען עס בעשוטפעס. אינניכן װעט מען אָנהײבן 
שנײַדן ווייץ. מיר האָבן שוין געפּרוווס, און מארוסיע האָט מיך אויסגע- 
לערנט. דער קרייץ האָט מיר אזוי װיי געטאַן, אז איך בין נאָך לאנג 
געגאנגען אײַנגעבויגן. װעגן מארוסיען װעל איך דיר נאָך אָנשרײַבן, זײ 
געווגט, געקושט. דײַן כאנע", 

ערשט אין צוויי װאָכן ארום האָט כאנע װידער געקראָגן א קירץ 
בריוול פון געכעמיען, און זי איז געווען אויטער-זיך. ער האָט געשריבן: 
,מײַן מאמע פלעגט זאָגן;: א מענטש טראכט, און גאָט לאכט. טײַעריגקע 
מײַגע! איך בין שוין געווען צוגעשריבן צו א געוויסער מיליטערישער טיל, 
איך װאָלט שוין איצט געוויס געווען אפן פראָנט, אָבער איך האָב דער- 
פילט ווייטעקן אין בויך, מע האָט מיך אװעקגעלייגט אין שפּיטאָל אף 
אױיספאָרשונג, און די דאָקטוירים האָבן געפונען, אוֹ איך האָב א בלוט-שטורץ 
פון א געשׂוויר אין דער צוועלפפינגערדיקער קישקע. קורץ גערעדט, איך 
ליג אין שפּיטאָל, איך בעט דיך, דו זאָלסט זײַן רויַק, מע טוט װאָס מע 
דארף, אין שפּיטאָל זײַנען באהאוונטע דאָקטוירים, זיי זאָגן, אז אין א 
מאָנאט ארום װעלן זיי מיך אויסשרײבן, און װעגן גיין אפן פראָנט זאֵל 
איך פארגעסן. איצט פארשטיי איך, מײַן טײַערינקע, פארװאָס עס האָט 
מיר אָפט װויי געטאָן דער בויך, און עס פארדריסט מיך, װאָס איך האָבֿ 
דאָס פון דיר אויסבאהאלטן, זײַ רויִק, היט די קינדער. דײַן נעכעמיע" 
//טײַערער, טײַערער! דײַן בריוו האָט מיך צעטומלט. אוב עס האָט 
זיך שוין אזוי געמאכט, זאָלסטו האָבן געדולד, און וויפל די דאָקטירים 
הייסן דיר, אזויפיל ואָלסטו ליגן אין שפּיטאָל,. איך האָף, אז דו װעסט 
זײַן געדולדיק. איך ווארט אף דײַנעם א מער היימלעכן בריוו, און איך 
שרײַב דיר ועגן מײַגע נײַע באקאנטע, דעריקער װעגן מארוטיען, כאָטש 
איך ווייס ניט, צי דו האָסט איצטער געמיט פאר דעם, שר"ב איך דיר 
און איף האָף, או סװועט דיר זײַן צום הארצן. הער זשע, װאָס איך זאָג 
דיר. דו ווייסט שוין, אז איך געפין זיך אין דימיאַשקינאַ, און דימיאַשקי- 
נאָ איז דער טײַטש -- עס רייכערט זיך.. אָבער דאָס דערפל שטייט זייער 
היימלעך אף א הויכן ברעג, אראָפּלופנדיק צו דער װאָלגע מיט א סאך 
סטעזשקעס. די װאָלגע איז דאָ ניט זייער ברייט, ניט טיף. איך גיי און גיי, 
און דאָס וואסער גרייכט נאָר ביז די קני. פון אנטקעגנדיקן ברעג טונקלען 
זיך זאפטיק און גרין די קאַקשײַער וועלדער. זיי זעען מיר אויס אזי 
נאָענט, מיט דער האנט צו דערלאנגען. אין דאָרף זײַנען נאָר װײַבער און 
קינדעף. נייס איך גיי מיט זיי צו דער ארבעט, זאָגט גלאפירע: ,באבאַנקי, 


1459 


די טרערן אין קעשענע, די צאָרעט אין ארבל, די הענט צו דער ארבעט, 
א כאַליערע זאָל נעמען דעם פאשיסט". אָבער סײַװי וויינען ניט די ,בא- 
באָנקי". עס לאָזט זיך נאָר הערן א שוער זיפצן און זיערע באָרװעסע 
פיס זינקען אין טיפן שטויב פון װעג. מיט א פּאָר טעג צוריק זײַנען מיר 
געקומען צום קארטאָפל-פעלד, רײַסט מארפע װאַָראַביאָוא, וועלכע איז 
געבליבן מיט פינף קינדער, דאָס קריכנדיקע פלעכט-גראָז און קרעכצט, 
װי א כוילע, פּלוצעם ברעכט זי אויס אין א געוויין, פארברעכט די הענט: 
,אימגליקלעך זײַנען אונדזערע כאטעס, ביטערע יעסוימים מײַנע קינדערן 
כ'האָב געכטן געוואשן גרעט, צוגעגאָסן וואסער פין די אויגן. װאָס איז 
דאָס פאר א געװעש אָן מאנצבלש גרעט, באבאָנקי? װוּ האָט מײַנער 
אוועקגעלייגט די ביינער!" | 

-- ,מײַנער, דײַנער, אונדזערער, שװײַג! ס'קלעקט אָן דיר', -- האָט 
אויסגעשריען מארוסיע, און פון אירע אויגן האָבן זיך גיך-ניך געקײַקלט 
טרערן אף דער בולבע-בליונג, 

מיר האָבן קוים באוויזן אויסצויעטן און ארומהויפן די קארטאָפל, װי 
מיר האָבן גענומען שנײַדן דעם ווייץ, װײַל די זאנגען האָבן זיך געבויגן, 
די טעג זײַנען הייסע, און בייס ס'איז װינטיק, פאלן די צײַטיקע קערנער 
אף דר'ערד, כהאָב קיינמאָל ניט געזען אזויפיל פייגל, װי די פייגל-מאכ- 
נעס, װאָס טראָגן זיך איבער די ווייץ-פעלדער. די פייגל פּיקן זיך אזוי אָן 
זי קאָנען זיך אוש ניט אופהייבן חויך. פליען זיי נידעריק-נידעריק. די 
ייִנגלעך שנעלן זיי פון ראָגאטקעס און סראָגן דערגאָך גאנצע בינטלעך 
אף צו פרענלען. אין די פרימאָרגנס שטייען מיר בא דער קאָנטאָר, גלא- 
פירע, מארפע, מארוסיע, אופימיע זײַנען זייער ענלעך אף די פרעסקעס, 
װאָס איך האָב מיט דיר געזען אין א קלויסטער אונטער מאָסקוע. דער 
פאַרזיצער פון קאָלװירט קוקט אף אונדז אלעמען מיט איין אױיג און 
שװיַגט. דערנאָך פרעגט ער: ,אלץ איז קלאָר?" ,קלאָר, קלאָר" -- ענטפערן 
מיר, און מיר גייען אוועק צו די ווייץ-פעלדער. 

איך גיי מיט מארוסיען, זי איז אין די הויכע כאדאָשים,. איר פּאָנעם 
איז אָפּגעניענט פון דער זן, און אירע איגן קוקן פון אונטער דער 
װײַסער פאטשיילקע מיט א פּײַנלעך געבעט. אירע הענט זײַנען איך 
אָפּגעברענט ברוין, זיי זײַנען רונד און הוידען זיך גרינג פון שווערער 
האַרעוואניע,. אלע װײַבער, װאָס גייען דאָ מיט מיר און טראָגן טערפּן אין 
די הענט, זעען אויס לויכטנדיק פון זייערע צאָרעס און פון זייער ניט 
אויסגעשעפּטער װײַבלעכקײַט, דערנאָך גייען מיר אלע געבויגענע איבערן 
פעלד, איך קוק, װי גלאפירע טוט א כאפּ א זשמעניע זאנגען, גיט א שניט 
מיטן סערפּ: ,דזשיג, און פארטיק". איך טו פּינקט װי זי, אָבער בא מיר 
רײַטן זיך ארויס די זאנגען מיט די װאָרצלען, גלאפירע לאכט פון מיר, 
מארוסיע טוט צו איר א געשרי: ,גלאפירקע, הירזשע ניט. כהאק דיר 
אויסט די ציין מיטן סערפּ", זי גייט צו צו מיר, נעמט מײַן האנט מיטן 
טערפּ אין איר האנט און גייט מיר נאָך א היפּשע צײַט. װעסט גלייבן 


144 וגאנעקס! .גתז 0 


נעכעמיעלע, זי האָט מיך אויסגעלערנט! פארנאכט שטעל איך אס די 
סנאָפּעס, װאָס איך האָב אליין געשניטן, צונויפגעבונדן, זי זעען מיר אויס, 
װי גרויסע געפלאַכטענע קיטקעס אף דער סטערניע... דו װייסט, נעכע- 
מיעלע, איך װונדער זיך, אז אין אזא שוידערלעכער צײַט קען איך זיך 
פרייען, װאָס איך בינד די גארבן, און נאָך מער פריי איך זיך, װאָס ביילקע 
מיט פּערעלען האָבן זיך שיין אויך אויסגעלערנט שנײַדן און בינדן. זאל- 
בעדריט שטעלן מיר ביז צוויי הונדערט גארבן א טאָג. פארנאכט טראָגן 
מיר דאָס צו דער פור. אינגאנצן זײַנען דאָ פינף פערד אין קאַלווירט. 
די שקאפּע פון דער פור, צו וועלכער איך טראָג די גארבן, שטייט װי 
פארשעמט. דער אָנטרײַבער, א ייִנגל פון דרײַצן יאָר, שטייט אויבן, אף 
דער פור, ער קוליעט זיך אזש שיר ניט איבער, בייס ער הייבט איף א 
גארב. די שקאפע הירזשעט שטיל, מארוסיע ווארפט אויך א סנאָפּ אֹף 
דער פור, גלעט מיט איר האנט דאָס לאַשעקל, װאָס נורעט זיך אין דער 
מאמען. ווען דאָס לאָשעקל טאנצט אװעק, גיט די שׂקאפּע א שטרעק 
אויס דעם האלדז, דער כאַמעט גליטשט זיך אראָפּ אזש איבער אירע אויערן, 
קאָן זי ניט זען, װי דאָס לאָשעקל איז אוועק. אירע נאָזלעכער ציטערן, 
איר אייבערשטע ליפ פארקאשערט זיך, זי חירזשעט אומעטיק-שטיל, 
מארוסיע זאָגט צום ייִנגל; , ליאָנקע, אומגליק מײַנער, מאך צורעכט דעם 
כאָמעט. האָסט אויגן, זעסטו דאָך, אז סמעשײַעט איר". ליאַנקע הייבט 
זיך אוף אף די שפּיץ פינגער, פאריכט דעם כאָמעט, טוט א גלעט דער 
שקאפּע איבערן האלדז. מארוסיע קוקט, װי ער טוט עס, פון אירע אויגן 
נעמען זיך פּלוצעם קײַקלען גרויסע שווערע טרערן, זי שווענקען אראָפּ 
דעם שטויב פון אירע באקן און לאָזן איבער פײַכטע, בלייכע פאסיקלעך. 

די פור איז שוין אָנגעלאָדן, די שקאפּע שלעפּט דעם סקריפענדיקן 
װאָגן, די זון איז פארגאנגען, און ס'איז קיל געװאָרן. איבערן געצאָקטן, 
טונקעלן וואלד-קאם שפּרײיט זיך א ברייטע פלאמיקײַט. איך גי מיט 
מארוסיען בארג-אראָפּ צו דער װאָלגע, זי גייט פאַרויס, שטעלט די באָרװע- 
סע פיס צוריקגעהאלטן, אָבער איר גוף איז פאָרוֹיס געװענדט, אירע 
הענט הוידען זיך, װי רונד-געטאָקטע רודערן אין דער פארנאכטיקער לופט. 
מיר דוכט זיך, אז זיי קערעווען, פירן, ווענדן מארוסיען, װי א שיפל מיט 
אן אומגעזעענער, פארבאַרגענער מאסע, 

מארוסיע זעצט זיך באם סאמע טײַך, זי טיט זיך אויס, הייבט אוף 
אירע הענט, לייגט אויס די גראָבע, העלע צעפּ ארום קאָפּ, איר האלדן 
איז ברוין פון דער זין, װי אירע הענט. אף איר לײַב האָט די זון קיין 
שליטע ניט. איר לײַב איז װײַס-געלב, װי אופגעשלאַנענע שמאנט... דאָס, 
װאָס װעט אינגיכן דערנערן איר פּיצל, זעט אויס װי צוויי לאָגעלעך כיעס. 
די נאָפּלען האָט ארומגעקרײַזט א טונקעלע קרוין, װי זי װאָלט באהאלטן 
די ריזלדיקע זאפטן, די לאָגעלעך זײַנען שוין גרייט, שווער. װײַבלעך, 
אומשולדיק, הײיליק איז מארוסיעס גאנץ געשטאלט. זי פארשטעלט מיט 
כיידע הענט די לאָגעלעך, לויפט ארײַן אין טײַך, טוט זיך א שטרעק 


145 


אויס, ארום איר פליען ליכטיקע שפּריץ-שטראלן. אוי, געכעמיעלע, װען 
דו זעסט עס, װאָלסטו אָנגעמאָלט א פּרעכטיק בילד. 

באם טײַך איז געווען אזוי קיל, אז איך בין א האָר ניט מיד געװוען. 
איך האָב געקוקט, וי מארוסיעס הענט פאָכען איבערן וואסער, און גע- 
טראכט האָב איך וועגן מײַן מאמען און װעגן נאָך מאמעס און טעכטער, 
װאָס זײַנען נאקעטע און בלענדנדיקע געטריבן געװאָרן צום אומקום. און 
וי איך טראכט אזוי, הער איך, מארוסיע רופט מיך: ,װאָס זיצסטו? קום 
זיך באָדן!" אָבער איך קאַן זיך ניט אופהייבן. לויפט זי ארויס פון טײַך, 
גייט צו צו מיר און פרעגט: ,דו װיינסט? דו האָסט ערגעץ א מאמען, 
כאווערטעס. כײַ װאָלטן זי געקומען אהער. ברויט און אָרט װעט קלעקו 
פאר אלעמען". איך ענטפער גאָרניט. מארוסיע גייט שוין מער ניט אין 
טײַך,. זי זעצט זיך לעבן מיר און צעזינגט זיך פּלוצעם, װי א פאר" 
צײַטיקע קלאָגערן: ,װאָס פאר א ליבע כהאָב געהאט. ער האָט קיינמאָל 
ניט געטרונקען, ניט גערייכערט. פאראיאָרן אין דער צײַט האָבן מיר כא- 
סענע געהאט. וויפל מאָל האָט ער מיך אף זײַנע הענט צום טײַך גע" 
טראָגן. ליגנדיק אף זײַן רעכטן אקסל, בין איך מיט אים באנאנד געשווּ- 
מען, אין אז מיר' פלעגן פון טײַך ארויסגיין, פלעגט ער צו מיר זאָגן: 
,דײַן הוט סקריפּעט, װי די זאמד פון װאָלגע-דנאָ. פארפאלן איז מײַן 
יונגער קאָפּ, פאריאָסעמט בין איך געװאָרן". 

מיר װוילט זיך אויך שרײַען. אָבער דאָס קאָל דינט מיר ניט. איך זע 
מאמעס, טעכטער, קליינע קינדער, ארומגערינגלטע מיט קוילנווארפער. 
און פּלוצעם זע איך מארוסיען, זי װעט באלד א מאמע װערן. איי, נעכע- 
מיעלע, זאָל זי קיינמאָל ניט געפרוווט װוערן מיט דער מאָס פון אונדזערע 
מאמעס, װאָס זײַנען מיט זייערע קינדער געשאַכטן געװאָרן. האָב אף מיר 
קיין פאריבל ניט פאר דעם לאנגן בריוו. זײַ געזונט און שרײַב גלײַך. 
דײַן כאנע", 

אפמאָרגן איז כאנע נאָכן געמעלק אוועק אין מאר-פּאָסאד. געקומען 
אהין, איז זי די ערשטע זאך אוועק צום טײַך-װאָקזאל. זי האָט אויסגעי 
הערט דורך ראדיאָ די אינדערפרײיקע טרויעריקע נײַס, אז אונדזערע מי- 
ליטער-טיילן טרעטן אָפּ אף מיזרעך און אז דער סוינע האָט גרויסע פאר- 
לוסטן אין לעבעדיקע קרעפטן און טעכניק". דערנאָך האָט זי אראָפּגעלאָזט 
אין קעסטל דעם בריוו צו נעכעמיען און איז װוידער ארײַנגעגאננען אין 
טײַך-װאָקזאל, בא דער סאמע טיר, אף דער פּאָדלאָגע, איז געלעגן א 
פרוי און געשלאָפן. כאנע האָט זיך צוגעקוקט, װוּ צו שטעלן די פיס, 
װײַל דאָ זײַנען געלעגן אָן א שיר מענטשן. איר בליק איז געפאלן אף 
דער פרויס פּאָנעם. זי האָט זיך צוגעקוקט און ניט מיט איר קאָל אויס- 
געשריִען: , בײַעלש!" די פרוי האָט געעפנט די אויגן, צעטימלט געקוקט 
אף כאנען, ענדלעך, באנומען, וועמען זי זעט, אויסגעפּראלט א געויין, 
כאנע אויך מיט איר איניינעם. אלע מענטשן האָבן זיך א הייב געטאָן פון 
די ערטער. ווען זי האָבן זיך א ביסעלע בארויקט, האָט כּאנע געזאָגט: 


146 


-- כײַעלע, נעם דײַנע זאכן און קום מיט מיר, 

-- װאָס דו זעסט אף מיר, דאָס האָב איך, -- האָט כײַעלע געענט- 
פערט, 

גייענדיק קיין דימיאָשקינאָ, האָט כײַעלע דערציילט; 

-- שימקע איז אװועק פרײַװיליק, גלײַך װי די מילכאָמע האָט זיך 
אָנגעהױבן. קיין קינדער האָב איך ניט. געדענקסט בליומעלען? זי איז 
געשטאָרבן פון דיפטעריט. מײַן ייִנגעלע האָט געלעבט נאָר א כוידעש. דאָס 
איז געווען הארט פאר דער מילכאָמע. דערפאר טאקע איז עפשער שימקע 
אזוי גיך אוועק אין פײַער, 

כײַעלע איז לאנגע װאָכן געווען דערשלאָגן, אָפּהענטיק און ביז גאָר 
פארצווייפלט, 

כאנע איז אויך געװען גענוג פארלאָרן און פארצאָרנט. אָבער איר 
ארבעט, איר טעטיקע נאטור, די אלגעמיינע צאָרעס, וועלכע האָבן פאר- 
פלייצט מיליאָנען, האָבן זי געצװוונגען זיך צו באהערשן. כײַעלען האָט 
אָבער גאַרנישט געהאָלפן, זי איז אײַנגעזונקען געװאָרן אין אייגענעם 
אומגליק. אוב כאנע האָט זי מיטגענומען צו דער ארבעט, פלעגט ז 
מערער זיצן מיט אן אראָפּגעלאַזענעם קאָפּ. ענדלעך האָט כאנע געפונען 
א מיטל. אין די אָװנטן איז זי געזעסן מיט כײַעלען און האָט איר גע- 
האָלפן שרײַבן בריוו אין א סאך קריגס-קאָמיסאריאטן פון פארשיידענע 
שטעט, אוֹן אין א קורצער צײַט ארום איז טאקע אָנגעקומען א בריוו פון 
שימקען, אז ער געפינט זיך אין א שפּיטאָל אין טאָמסק. און אין עטלעכע 
טעג ארום האָט כאנע באגלייט כײַעלען אין װועג ארײַן. ווען די שיף, װו 
בײַעלע איז געפאָרן, איז אוועק קיין קאזאן, איז כאנע ארײַן אין מאר- 
פּאָסאד אף דער פּאָטשט, צו איר גרויסער פרייד האָט זי געקראָגן א בריוו 
פון געכעמיען, 

,מײַן איינציקע, מײַן טײַערע, כאנוקל! כאָטש ס'איז זייער אומבאקוועם 
איצט זיך צו פרייען, האָט מיך דײַן בריוו דערפרייט. דו דארפסט עס 
פארגעסן, אָבער איך מוז דיר זאָגן, אז איך שטאָלציר מיט דיר. צײַט איך 
האָב זיך אויסגעשריבן פון שפּיטאָל, האָב איך פארגעסן אז איך האָב 
א , צוועלפפינגערדיקע". איך האָף, דו װעסט מיר פארצײַען, װאָס איך האָב 
אוועקגעשיקט דײַן באשרײַבונג וועגן דימיאַשקינאָ. קיין קויבישעוו אין 
אנטיפאשיסטישן קאָמיטעט. איך האָב שוין אן ענטפער פון לייב קוויטקא, 
אז ער האָט עס אָנגערופן , אונדזערע מאמעס" און ער האָט עס אװועקגץ- 
שיקט אין סאַװינפאָרמביוראָ. 

מאָסקװע איז אין די נעכט פינצטער, די שטיבער זײַנען ניט באחייצט, 
כאָטש עס איז זייער א קאלטער הארבסט, איך האָף, איך מיין און איך 
וויל, אז אזוי זאָל זײַן: ווינטער זאָלן מיר שוין זײַן איניינעם. איך בין זיכער, 
אז די פאשיסטן װעלן אונטער מאָסקװע כאפּן דעם עמעסן באגראָב! 

דו שרײַבסט קיין װאָרט ניט װעגן די קינדער. איך בין אומרויק װעגן 
רייזעלען. נאָך דער פריילעכער רײַזע קיין ליטע און צוריק איז זי זייער 


147 


טראוומירט. גיב אכטונג אף אונדזערע טעכטער, באזונדערס אף רייזעלען. 
איך קוש דיך טויזנטער מאָל, מײַן איינציקע, מײַן פּױערטע, מײַן שרײַבערן, 

פארגיב מיר, װאָס כ'האָב אמאָל געפּרװוט אונטערהאקן דײַנע פליגל, 
מיט געטרײַער, אײביקער ליבע. דײַן נעכעמיע", 

כאנע האָט זייער געװאָלט שרײַבן נעכעמיען װעגן רייזעלען. אָבער 
זי האָט עס ניט געטאַן, װײַל דאָס איז געווען צו שוידערלעך. װי נאָר כאנע 
פלעגט קומען צו די קינדער, און רייזעלע פלעגט זי דערזען, פלעגט זי 
איר אנטקעגן לויפן און שרײַען: ,װאָס ביסטו געקומען צו מיר? גײ אף 
מילכאַמע, אלע דארפן גיין אף מילכאָמע! עס זאָל קיין איין פאשיסט ניט 
בלײַבן! דו געדענקסט, װי מיר זײַנען געפאָרן פון דער באַבען? ויפל 
מענטשן האָבן דעמלט די פאשיסטן דערהארגעט!" די דאָקטערשע פון 
קינדערחיים האָט כאנען ניט געטרייסט. זי האָט געזאָגט, אז מע דארף 
רייזעלען אײַנאַרדענען אין א שפּיטאָל פאר גײַסטיק-קראנקע. אָבער װי 
איז דאָס איצטער מעגלעך געווען צו טאַן? כוץ דעם, האָט כאנע נאָך ניט 
פארשטאנען, װי געפערלעך קראנק איר קינד איז. אין איינעם אן אַװנט 
האָט כאנע געשריבן נעכעמיען: 

,מײַן איינציקער, מײַן געטרײַער! איך אנטשולדיק דיך, װאָס דו האָסט 
אָפּגעשיקט אונדזערע מאמעס" קיין קויבישעוו. איך האָב ניט געצווייפלט, 
אז דאָס קאָן מען דרוקן, װײַל איך האָב זיך געסטארעט אָנצומאַלן און 
אויסצודריקן דעם גרויסן ווייטעק, 

איך האָב פאר דיר א סיורפּריזנע נײַס. מיט מיר איז דאָ געווען כײַעלע 
פון קאָמונע. װוי איך האָב זי געפונען, װעל איך דיר דערציילן אין בעסערע 
צײַטן, כ'קאָן דיר נאָר זאָגן, אז פון דער אמאָליקער כײַעלע איז געבליבן 
א שאָטן. ביידע קינדער האָט זי פארלאָרן... נאָר איר האָט זיך אײַנגעגעבן 
אופצוזוכן שימקען, און מיט א קורצער צײַט צוריק איז זי אװעקגעפאָרן 
צו אים קיין טאָמסק, 

דו דארפסט זיך ניט אנטשולדיקן, װאָס דו האָסט געפּרװוט זיך , צו- 
רירן צו מײַנע פליגל", שוין זשע האָסטו ניט פארשטאנען און ניט גע- 
פילט, אז דאָס װעט זײַן אן אומזיסטע טירכע, װײַל עס זײַנען דאָ אזוינע 
פײַפלען, וועלכע עס װעט ניט פארשטאָפּן קיינער... 

רייזעלע איז קראנק. אין קומענדיקן בריוו װעל איך דיר אָנשרײַבן 
גענויער. אונדזערע צאָרעס, אונדזער צעשיידונג קאַן מען קייפלען אף 
מיליאָנען. איך טראכט זייער אָפט, ווען ניט די מילכאָמע, װאָלט איך ניט 
געװוּסט, אז ס'איז דאַ א דימיאַשקינאָ אף דער װעלט, אז אין דימיאָשקינאָ 
געפינט זיך אזא שײַנדל, װי מארוסיע. הער זיך אײַן, װי זי איז געלעגן 
געװאָרן, איך בין אין שטאל, פּלוצעם לויפט ארײַן גלאפירע, א פארפלאמ- 
טע, א פארסאָפּעטע, און שרײַט אױיס: ,כאנא דאװידאָוונא, מארוסקע 
קלײַבט זיך אָפּקעלבן! קום מיט מיר, ביסטראָ!". איך לױף אװעק אהין, 
װוּ איך װוין, כאפּ, צוויי לײַלעכער, זייף און הײַדא צו מארוסיען. איך גי 
ארײַן -- ניטאָ! איך לויף ארויס אין דרויסן, דערזע, אז פון בעדל-קוימען 


148 


גייט א רויך (אלע האָבן דאָ קליינע בעדלעך. און דער רויך גייט טאקע 
אינװײיניק). אַבער מארוסיעס מאן איז געווען א מייוון אף קאָמפאָרט, האָט 
ער ארויסגעפירט דעם קוימען, דער רויך זאָל גיין צום הימל. װאָס מיינס- 
טו? כ'האָב געטראָפן, מארוסיע איז געלעגן אף דער באָד-באנק, זי האָט 
געשריִען, אז דאָס בעדל איז שיר ניט צעשפּרונגען געװאָרן. אופימיע, 
די היגע אקושערן, דרייט זיך ארום, גיסט הייס וואסער אין די הילצערנע 
שעפלעך, שאַקלט צו מיר מיטן קאָפּ און טוט א זאָג: ,עס זעט זיך שוין. 
א גרויסעו' כלאָפּ. דער קאָפּ איז װי א קירבעסל... אופימיע, נעם שפּרייט 
אונטער א לײַלעך!". מארוסיע האָט דערהערט ,א לײַלעך", איז זי שטיל 
געװאָרן, האָט אויסגעקערעװועט צו מיר דעם קאָפּ. אירע אויגן האָבן מיך 
אָנגעקוקט, און זי האָט שטיל א זאָג געטאָן: ,מע דארף ניט, דערנאָך!." 
באם איקער בין איך ניט בײַגעװען, כאָטש כהאָב זייער געװאָלט זעף 
װי א מענטש װערט געבאָרן. אף מאָרגן פארנאכט נעם איך װידער די 
לײַלעכער, גי געװאָרע ווערן די קימפּעטאָרן. איך גיי ארײַן, -- מארוסיע 
זיצט, קײַט ברויט מיט א ציבעלע. ,װאָס טוסטו? -- שרײַ איך, -- לייג זיך 
גיכער אין בעט!" הייבט זי זיך אוף פון באנק און מאכט צו מיר: ,איך בין 
דאָך ניט אין באָלניצע, װאָס דארף איך ליגן?" פירט מיך צו צום בעט, 
איך זאָל אָנקוקן איר בכאָר. װאָס זאָל איך דיר זאָגן, נעכעמיעלע, אף א 
קישן, ארומגעשנורט אין א ויקלשנור, ליגט דאָס קוקעלע, ספּענעמל 
רונד, ראָז, פול, א מעכײַע צו קוקן. אַבער לאנג האָט מארוסיע מיך ניט 
געלאָזט קוועלן, װײַל אף א נײַגעבאָרענעם, זאָגט מארוסיע, טאָר מען לאנג 
ניט קוקן. װי איך האָב געבראכט די לײַלעכער, אזוי האָב איך זיי אוועק- 
געטראָגן, װאָרעם אופימיע, די אקושערן פונעם צוואנציקסטן יאָרהונדערט, 
האָט געװאָרנט מארוסיען, אז פאבריטשנע לײַלעכער זײַנען זייער שעדלעך 
'פאר א קימפּעטאָרן. מארוסיע האָט עס מיר איבערגעגעבן און באדײַטנדיק- 
ערנסט געזאָגט: ,אנא דאװידאַװנא, דאָס איז טאקע זייער שעדלעך, פרעג 
וועמען דו ווילסט". קורץ גערעדט, אין דרײַ טעג ארום איז מארוסיע מיט 
אלע װײַבער איניינעם געווען בא דער ארבעט. מיר האָבן געדרעשט אר- 
בעס. ארבעס, דארפסטו וויסן, שנײַדט מען ניט, מע רײַסט אים מיט די 
װאָרצלען. איבערן דרעש-טאָק האָט זיך געהוידעט א געדיכטע שוארצע 
כמארע. אלע האָבן אויסגעזען, װי די רוכעס. אופימיע האָט געבראכט 
מארוסיעס בכאָר, די מאמע האָט זיך אוועקגעזעצט אף א הורבע אויסגע- 
דרעשטע ארבעס, דאָס קינד האָט זיך גוט אַנגעזויגן, אָבער דאָס פענעמל 
איז בא אים געװאָרן שווארץ פון שטויב, און װען איך האָב זיך פאר- 
װונדערט, האָט אופימיע מיך געטרייסט: , קיין ביין ניט, ס'וועט זײַן א 
געזונטער קאָלווירטניק", אָט אזוי, װי איך זאָג דיר, מײַן טײַערער. עס 
בלײַבט מיר איבער דיר צו װינטשן זאָלסט זײַן געזנט, זאָלסט מיר 
אינגיכן אָנשרײַבן, די פאשיסטן זאָלן ניט דערלעבן אוועקצוגיין, זי זאָלן 
טאקע בלײַבן ליגן בא מאָסקװע און עס זאָל נעמען א סאָף צו דער בלוטי- 
קער מילכאָמע. דײַן כאנע". 


149 


װאָס עס קאָן זיך פארלויפן, איז אומעגלעך אויסצוטראכטן. אין איינעם 
א פארנאכט, נאָכן געמעלק, כאנע רייניקט דאָס מיסט, יאװעט זיך פּלוצעם 
אנדריי פּאכאָמיטש אין שטאל און טוט הויך באפעלן - 

-- אנא דאװידאָוונא, ווארף אוועק די ווילע. זע, װאָס איך האָב פאר 
דיר געבראכט! 

כאנע האָט אויסגעקערעװעט דעם קאָפּ און דערזען אף א ביגעװדיק 
צװײַגל אָנגערײעט עטלעכע היפּשע לעשטשן. און זי האָט װוידער געראמט 
דאָס מיסט, װי פריער, 

-- האָסט ניט געהערט, װאָס כהאָב געזאָגט? ווארף די װילע! מיר 
ועלן זיך אריבערשיפן צום קאָקשײַער וואלד, איך װעל אױסקאַכן אוכא, 
איך האָב ציבעלעס און לאָרבער-בלעטער. װאָס קוקסטו אף מיר װי א 
קאלב? ביסט דאָך ניט קיין נארישע באבע! 

-- אנדריי פּאכאָמיטש, איר זײַט גערעכט, איך װויל, אז איר זאָלט אויך 
זײַן קליגער, און די פיש, װאָס איר האָט געבראכט פאר מיר, זאָלט איר 
אװעקטראָגן פאר אײַער אייגן וויים... 

אנדריי פּאכאָמיטש איז ארויס פון שטאל, װי א װינט. כאנע איז פון 
דערוף געווען זייער צעטראָגן. אָבער דער פאָרזיצער האָט אף מאָרגן זי 
באגעגנט וי קיינמאָל גאָרניט. און מער האָט זיך עס קיינמאָל ניט איבער- 
געכאזערט. 

דער טיפער הארבסט האָט זיך צוגערוקט מיט בייזע װוינטן, מיט אינדער- 
פרייקע פרעסטלעך. די פרויען פון די קינסטלער זײַנען אװעק װער װה 
אין דימיאָשקינאָ איז געבליבן כאנע מיט ביילקען און פּערעלען. די שטוב, 
װוּ זיי האָבן זיך געפונען, איז געווען װי א רעשעטע. די ווענט, די פענצ- 
טער, די טירן זײַנען געווען צעטריקנט, און דער װינט האָט ארומגעפײַפט 
איבער דער שטוב, וי אין דרויסן. אנומלטן האָט גלאפירע געזאָגט צו 
כאנען: | 

-- אנא דאװידאָוונא, װעסט מיט דײַנע טעכטער פארפראָרן װערן 
קלײַב זיך ארינער צו מיר. אינצווייען װעט אונדז זײַן גרינגער צו ברענ- 
גען האָלץ, 

אזוי איז געװוען. בא גלאפירען איז טאקע געװען ווארעם און גע- 
מיטלעך. ברויט האָט כאנע מיט גלאפירען געבאקן פון איין באקדייזשע. 
אין שטאל איז איצט געווען װינציק ארבעט. אין די אָװנטן בא א קליין 
לעמפּעלע האָט כאנע לאנגע שאָען געשריבן. אנומלטן האָט גלאפירע צו 
איר געזאָגט: 

-- אנא דאװידאָװונא, דו שרײַבסט און שרײַבסט, בלענדסט די אױגן 
בא דער קאָפּטילקע. הער בעסער, װאָס איך װעל דיר זאָגן. אופימיען 
קענסטו דאָך. איר זון געפינט זיך אין קויבישעוו אין א שפּיטאָל, מע האָט 
אים אראָפּגענומען א פוס. אופימיע איז צו אים געפאָרן, זי איז דאָך א 
מאמע, האָט איר דער זון דערציילט, אז װוּ די פאשיסטן זײַנען געװען, 
איז קיין איינער פון אײַערע ניט געבליבן. 


150 


כאנע האָט געשוויגן, אָבער זי האָט באשלאָסן, װי נאָר עס װעט זײַן 
די קלענסטע מעגלעכקײַט, װעט זי אװעקפאָרן קיין מאָסקװע. אף מאָרגן איז 
זי געגאנגען אין קינדערהיים, 

רייזעלע איז געזעסן בא דער וואנט אפן דיל, אירע אויגן זײַנען געווען 
צוגעמאכט, די ליפּן האָבן זיך באװועגט. בייס כאנע האָט זי א רוף געטאָן 
איז זי צוגעלאָפן צו איר און א געשריי געטאָן: 

-- גי אף מילכאָמע, וויפל מאָל דארף איך דיר זאָגן זאָלסט גין 
אף מילכאָמע. מיינסט, איך ווייס ניט, דער טאטע גייט אויך ניט אף מיל- 
כאָמע, איך וויל ניט, זאָלסט קומען צו מיר, איך האָב דיך פײַנט! 

כאנע האָט גערופן די דאָקטערשע, מע האָט קוים מיט צאָרעס אײַנגע- 
נומען רייזעלען. אף מאָרגן איז כאנע געגאנגען אין מאר-פּאָסאד, און 
זי האָט גענעבן נעכעמיען א דעפּעש, ער זאָל ארויסשיקן א פאָדערונג 
פאר איר מיט די קיגדער, 

סאָף ווינטער 1941 איז כאנע מיט די קינדער געװוען אין מאָסקװע, 
רייזעלען האָט מען אײַנגעאָרדנט אין א שפּיטאָל פאר פּסיכיש קראנקע, 
כאנען האָט זי צו זיך ניט צוגעלאָזט. דער דאָקטער פון דער אָפּטײלונג, 
װוּ רייזעלע איז געלעגן, האָט געזאָגט: קעדיי צו מאכן אינסולין-אײַנשפּרי- 
צונגען, דארף מען א סאך צוקער. אין שפּיטאָל איז קיין צוקער ניטאָ. 
כאנע האָט געקראָגן צוקער,. מע האָט געמאכט אינסולין-אײַנשפּריצונגען 
צום באדויערן, האָט עס רייזעלען ניט געהאָלפן. ס'איז איר געװאָרן אלץ 
ערגער און ערגער. זי האָט אינגאנצן אופגעהערט עסן. מע האָט זי דער- 
נערט קינסטלעך, דאָס האָט אויך ניט געהאָלפן. סאָף 1942 יאָר איז רייזעלע 
געשטאָרבן, 


כאנע האָט זיך אײַנגעבראָכן. נעכעמיע איז איר נאָכגעגאנגען פוסטריט, 
געטאָן אלע שטוביקע ארבעטן, װײַל ביילקע און פּערעלע האָבן געארבעט 
און זיך געלערנט אין אן אָװנט-שול. ער האָט אָפט געמוסערט כאנען און 
דערוויזן; 

-- באגאבונג איז ניט דײַנע קיין פּריוואטע זאך, האָסט ניט קיין רעכט, 
וי קאָנסטו ניט שרײַבן? 

כאנע האָט געהערט, װאָס עֶר זאָגט. זי האָט אף אים געקוקט מיט א 
בליק, אין וועלכן סאיז געװוען רױיגעז, װוונדער און דערשיטערונג. װוּ איז 
אהינגעקומען איר רירעװדיקײַט? זי האָט געקענט זיצן טעג מיט אראָם- 
געלאָזטע הענט און א געזונקענעם קאָפּ, איר גלײַכגילט איז געגאנגען 
אזוי װײַט, אז זי האָט רויִק צוגעקוקט, װי נעכעמיע איז גאנצע טעג 
פארנומען מיט סענדערקען און מיט דער באלעבאטישקײַט. נאַכדעם זיצט 
ער גאנצע נעכט באם טיש און צייכנט, װײַל קיין ברויט בא דער שװעל 
האָט קיינער ניט אוועקגעלייגט, און פינף מענטשן האָבן געדארפט עסן 
עס טרעפט, אז אין די נעכט הערט אוף נעכעמיע ארבעטן, זעצט זיך לעבן 
כאנען, צערטלט זי, גלעט זי און רעדט צו איר, וי מע רעדט צו א קינד: 


191 


-- כאנעלע, טרייסט מײַנע, דער גרעסטער אומגליק, װאָס קאָן טרעפן 
מיט א מענטשן, טרעפט מיט אים דעמלט, ווען דער אומגליק פארשטעלט 
פון אים די גאנצע וועלט, און דעריקער זײַנע נאָענטע. 

-- נעכעמיעלע, הער אוף. איך מוז עס אליין בײַקומען. קיין אנדער 
טרופע איז ניטאָ! -- זי קוקט אף אים מיט אירע אויגן, װאָס זײַנען פול 
מיט אזויפיל צאר, אז ער קערעװעט אַפּ דעם קאָפּ. ער זיצט נאָך א 
װײַלינקע לעבן איר, קערט זיך צוריק אום צום טיש, און עס טרעפט גאנץ. 
אָפט, אז די בלײַקע אין זײַן האנט קאָן קיין איין שטריך ניט מאכן. 

כאנע האָט ריכטיק געזאָגט, אז זי מוז עס אליין בײַקומען. אין איינעם 
א באנאכט, װען די קינדער זײַנען שוין געשלאָפן און נעכעמיע איז, װי 
די לעצטע צײַט, געזעסן באם טיש, האָט אים כאנע א רוף געטאָן: 

-- נעם פּאפּיר און קום אהער, דער זיידע איז געקומען. 

-- די מינוט גיי איך. 

-- ,,הערסט, נעכעמיעלע, קיינמאָל איז ניט געווען אזוי גרינג-כיישעק- 
דיק אופצושטיין, וי אין די באגינענס, בייס דער זיידע האָט מיך גע- 
װעקט. ער האָט קײנמאָל ניט אראָפּגעשלעפּט די קאָלדרע פון מיר, ער 
האָט זיך קיינמאָל ניט געבייזערט. ער פלעגט אזוי שטיל-שטיל אָנרירן 
מײַן קאָפּ און פלעגט נאָך שטילער זאָגן: , שטיי אוף, כאנעלע, שטיי אוף, 
מײַן קוועקזילבערל". איך געדענק ניט, אָבער מיר דוכט זיך, אז איך פלענ 
זיך גלײַך אופכאפּן, זײַן באַרד פלעגט א ביסעלע ראצן מײַנע באקן און 
אין זײַנע ברוינע שווארצאפּלען פלעג איך זען פריילעכע מענטשעלעך. 
ער האָט געשמייכלט און געהייסן מיר גיך זיך אָנטאָן. ער האָט מיר אופגע- 
גאָסן נעגלוואסער, מיך גענומען פאר א האנט און אוועקגעפירט אין וואלד. 
אָבער איינמאָל איז דער זיידע געגאנגען פארבײַ דעם גאלעכס טײַך, דורך 
דער ליטווישער גאס, און איך האָב פארשטאנען, אז ער פירט מיך צו די 
קאָרן-פעלדער. ער איז געגאנגען פאָרויס, אלע װײַלע האָט ער זיך אויס- 
געקערעװעט צו מיר און גיך געזאָגט: , שטיי ניט אָפּ, שטײ ניט אָפֹּו. 
מארודניצע!" מיר זײַנען געגאנגען פארבײַ דעם קאָרן, צווישן דיי הויכע 
זאנגען האָבן געפּינטלט בלויע בלומען. איך האָב געװאָלט אָנױײַסן, אָבער 
דער זיידע האָט צו מיר א געשריי געטאָן: ,ניטע, זיי װעלן אניוועץ גײן. 
וועסט רײַסן בייס מיר װעלן גיין צוריק". 

עס איז געװוען קיל, פײַכט, העכער איבער די קאָרן-זאנגען האָט גע- 
ציטערט א גרינג, דין רויכל, דער גאנצער הימל איז געװען גרינלעך. 
אָבער אין איין זײַט האָט זיך געשפּרײט א געלבע שײַן. איך געדענק גוט, 
וי עס איז מיר געקומען אפן זינען, אז אװראָם אָװינו פירט זײַן זן 
ייִצכאָקן צו דער אקיידע. און װי איך הער אזוי דעם מאלעכס קאָל: ,טו 
ניט קיין בייז דײַן איינציקן זון, װאָרעם גאָט, דײַן גאָט זעט, אז דו ניסט 
אים געטרײַ און פורכטיק", שלאָגט דער זיידע איבער מײַנע ראיוינעס: 
,שפּרינג ניט, שטיף ניט, זעץ זיך אפן גראָז און ווארט". אליין גייט ער 


152 


א ביסעלע פאָרויס, שפּיליעט אָפּ די אייבערשטע קנעפּ פון דער קאפּאָטע, 
ציט אראָפּ דעם ארבל, פארנעמט אים אהינטער דער פּאכווע מיט דער 
אָפּגעשפּיליעטער פּאָלע איניינעם, פארקאטשעט דעם װײַסן ארבל פון העמד, 
נעמט ארויס פון סאמעטענעם טפילן-זעקעלע די טפילן, הייבט אָן וויקלען 
די רעצוע אף דער נאקעטער האנט. די האנט איז װײַס, און די רעצוע 
איז שווארץ, ווערט די האנט שווארץ-װײַט געשטרײַפט. איך געדענק, אז 
דאָס האָט מיר אויסגעזען אזוי מאָדנע, נאָר נאָך טשיקאווער פון דעם 
איז דאָס, װאָס דער זיידע טוט אָן דעם שעלראָש. דער שעלראָש האָט אויס- 
געזען, וי א קליין צילינדערל, איך האָב ניט פארשטאנען, פארװאָס דער 
זיידע טוט עס, װײַל מיר זײַנען דאָך געווען אין פעלד, ניט אין בעסמעד- 
רעש. נאָךר מער האָט מיך געוונדערט, װאָס דער זיידע האָט געזאָגט ניט 
קיין טפילע, נאָר ער האָט גערעדט, װי ער האָט גערעדט, װי ער רעדט 
מיט דער באָבען. עֶר האָט דעמלט אזי געזאָגט: , גאָט אין חימל, פאָטער 
בארעמהארציקער! ווייסט אלעמענס הערצער, פארנעמסט אלעמענס געבעט, 
זאָלסטו טון-טאָן פארנעמען מײַן געבעט. הערסט, טאטע אין הימל, װאָס 
איך בעט בא דיר. קער און װענד מײַנע קינדער און קינדסקינדער צו 
גוטע מײַסים, זי זאָלן, כאסװעשאָלעם, קיינעם קיינמאָל קיין בייז ניט טאַן, 
אף קיינעם, כאָלילע, קיין זילזולים ניט ברענגען. קיינעם זאָלן זיי ניט 
כאנפענען און קיינמאָל פאר קיינעם זײיער קאָפּ ניט בייגן, שטארק זייערע 
הערצער צו גוטע מײַסים, קרעפטיק זייערץ ביינער צו גוטע טוונגען", 
בא די װערטער נעמט אראָפּ דער זיידע דעם שעלראָש, װיקלט אכ זי 
רעצוע, לאָזט אראָפּ דעם ארבל פון העמד, טוט אריין די האנט אין ארב5 
פון דער קאפּאַטע, פארשפּיליעט די אייבערשטע קנעפּ, זאָגט צוֹ מיר , קוק", 
סײַטלט מיט א פינגער צום הימל: איך זע, איך פארשטיי, די זון װועט באלד 
אופגיין, אין יענער זײַט, װוּ ס'איז געווען די געלבע שײַן, האָבן זיך באוויזן 
דינע, שײַנענדיקע שפּיזלען. דער זיידע גייט פאָרויס און זאָגט צן מיר 
וויד'ער! ;שטיי ניט אָפּ, שטיי ניט אָפּ, די באָבע איז שׂוין געוויס אופגץ- 
שטאנען". און אז מיר זײַנען ארײַנגעגאנגען אין שטוב, האָט ער היימלעך 
א מאך געטאָן: ,א גוטמאָרגן, א גוט-יאָר דיר, פּעסינקע, װאָס האָסטו 
עפּעס אף אָנבײַסן פאר אונדז?" און די באָבע, וי אלעמאָל: ,א גוט-יאָר 
אף דיר, עלינקע, עס קומט די שאָ, מוז מען װײַזז, װאָס אין טעפּל האָט 
זיךר געקאָכט, שפּריכלט זי צו, שטעלט אפן טיש דאָס קופּערנע קעסעלע 
מיט די צוויי אויערן בא די זײַטן און נעמט גיסן מיט דער הילצערנער 
גרויסער לעפל מילכיקע קאָרענע ציפּקעס. די ציפּקעס טונקלען זיך אין 
דער מילך, וי שטיינדעלעך. דער זיידע קוקט, װי די באַבע רוקט דאָס 
ליימענע שיסעלע צו אים, און ער פרעגט: ,פעסינקע, האָסט ניט פארזען 
דעם הימל??" -- ,א נײַע נײַס, מיינסט אוואדע, עליע, אז װער עס מאכט 
ציפּקעס, האָט ניט געזען, וי די זון גייט אוף?" -- ,ביסט א בעריע-ניפלאָע, 
פעסינקע, האלעװוײי אלעמאָל, און װײַטער זאָג איך דיר, דײַן געקעכץ האָט 
הײַגט אלע זיבן טאמען". 


13 


אָט די דערמאָנונג איז ניט אופגעקומען אין כאנען, בייס זי האָט א 
רוף געטאָן נעכעמיען. עס איז איר שוין געװען אלץ קלאָר, איידער זי 
האָט אים גערופן. און פון דער דערמאָנונג אָן איז זי געראטעװועט געװאָר 
פון פּײַן-פּלעט. זי האָט צוביסעלעך גענומען שרײַבן. פארשטיט זיך, 
איבערגענומען די באלעבאטישקײַט אין די אייגענע הענט. 

נאָכן זיג איבערן פאשיזם האָט כאסענע געהאט בילקע, די עלטערע 
טאָכטער, און איז אװועקגעפאָרן מיטן מאן קיין מינסק, 

אין איינעם א טאָג איז כײַעלע מיט שימקען געקומען צו כאנען. כאָטש 
שימקע איז געווען אן אינוואליד, האָט ער וידער געארבעט אין , שארי- 
קאָפּאָדשיפּניק". טאקע פון שימקען האָט כאנע זיך דערװוּסט, אז מאקאר 
און טשארלי זײַנען אומגעקומען אף דער מילכאָמע, פרידע מיט איר מאמען, 
מיט יעליזאוועטע אבראמאָוונען, װי כאנע האָט זיך דערװוּסט, זײַנען גע- 
שטאָרבן פון טיפוס אין א דאָרף ניט װײַט פון סאמארקאנד, 

וי פאר דער מילכאָמע, פלעגט כײַעלע מיט שימקען קומען צו כאנען 
שאבעס פארנאכט, אװעקפאָרן פלעגן זיי מאָנטיק באגינען. עס איז אָבער 
איצטער געווען אינגאנצן אנדערש בא כאנען אין שטוב. זעלטן האָט מען 
געלאכט, ביז גאָר זעלטן האָט זיך כאנע געווערטלט. װאָס װײַטער האָט 
מען זיך אלץ מער דערװוסט װעגן די גרוילן, װאָס די פאשיסטן האָבן 
אָפּגעטאַן. כאנע האָט ניט איין מאָל בוילעט זיך פאָרגעשטעלט, װי אירע 
טאטע-מאמע זײַנען געטריבן געװאָרן צום אומקום, און אירע קרומלעך- 
געשניטענע אויגן האָבן גאנץ אָפּט געגאָסן טרערן. 


סװואַלט נאָך פיל געקאַנט דערציילט װערן װעגן כאנעס אויסדויער, 
ועגן איר האָרעוואניע אין די נאָכמילכאָמעדיקע יאָרן, אָבער עס איז גענוג 
קלאָר, אז כאנע האָט געהערט צו די מענטשן, װאָס זײַנען װײַט פון 
זעלבנסטצופרידנקײַט, פון אײיגננוציקײַט, פון װױלגעמיטלעכקײַט. און גראָד 
דאן, ווען עס זײַנען געװוען אזוינע, װאָס האָבן געקאַנט א טראכט טאַן 
,באגראָבן א טאָכטער פון זעכצן יאָר, און פונדעסטוועגן לאכט זי". אָט 
די יעניקע, װאָס װאַלטן אזוי געטראכט, װאָלטן גראָד ניט געטראָפן. עס 
איז ניט געוען דער טאַג, װען כאנעס נעשאָמע האָט ניט געבלוטיקט. 
אָבער זי האָט זיך ניט געקאָנט פארגינען עס ארױיסצװײַזן, װײַל נעכעמיע 
האָט זיך איצט געפילט ניט אמבעסטן.. 

אין 1948 איז אין פארלאג ,דער עמעס" ארויס א באנד כאנעס דער- 
ציילונגען און נאָװעלן. 

נעכעמיע איז טאָמיד געווען דערנעבן. זײַן נעשאָמע, זײַן ווארעמער 
אָטעם, זײַן מוט האָט זי געקרעפטיקט. און ביז איצט איז עס אזוי. טאָמידך 
איז ער לעבן איר, טאָמיד הערט זי זײַן מוטיק, שטאָלץ קאָל. און דאָס 
העלפט איר אין אלע נויטן 


מײַן באָבעזיירעס פרילינגן 


די ערד האָט ניט באוויזן זיך אָפּצודעקן פון שניי, און מײַן זיידע קאָן 
שוין ניט אײַנזיצן די פרימאָרגנס אין שטוב, | 

איך ווייס װו ער איז, אין סאָד,. ער שטייט מיט א פאריסענעם קאָפּ, זײַן 
בליק בלאָנדזשעט פון די ביימער צום. הימל. ער זאָגט צו זיך: ,א לויטער- 
קײַט... א רײינקײַט"... ער וויל נאָך עפּעס זאָגן, נאָר דער באָבעס קאָל שלאָנט 
אים ארויס פון די ראיוינעס: | 

-- קיין אײַנהאָרע. א ייד בא די שישים זאָל זײַן ערגער פון א כיידער- 
ייַנגל. דו הערסט, עליץ? 

איך הער, און דער זיידע הערט. ער לייגט צו א פינגער צו זײַנע ליפּן -- 
דאָס הייסט --- מיר אנטפּלעקן זיך ניט דער באָבען. 

די באָבע שטילט זיך ניט: 

-- װאָס פּאָרעסטו זיך ארום די ביימער? ס'איז ניט קיין איער אונטער 
אויפעס. ס'איז דאָ װער ס'זאָל אף זי האשגאַכע געבן אָן דיר! 

דער זיידע קוקט א פארטראכטער אף די צװײַגן, פּרעפּלט שטיל: ,אָנ- 
געקװאָלן,.. װי פארשלאָפט מען ניט.,. אָ-טאָ-טאָ איז עס דאָ..." 

איך קוק אויך. איך זע אָבער ניט, װאָס דער זיידע זעט. ער בייגט זיך 
אײַן, רירט די עֶרד. מיר פארדריסט האלעמײַ ער האָט מיך פארגעסן. 

-- נו, װוּ שטעלסטו די פיס? קוק זיך אײַן, ס'איז דאָךר שוין פול ווא- 
סער! 

דאָס איז עמעס. דאָרט װוּ ס'איז נאָרװאָס געלעגן א גרײַפּלדיקער שניי, 
אף וועלכן איך האָב געשטעלט מײַנע אונטערגעשמידטע שטיוועלעך, זײַנען 
איצט פולע גריבעלעך וואסער. דורכן וואסער זעט זיך דער אָפּנעשטעמפּל- 
טער סימען פון די פּאָדקאָװעלעך און פון דער גאנצער פּאָדעשװע. איך זאָג 
גלאט אזוי: 


156 


--- זיידע, דו האָסט האָלט וואסער? 

-- האָלט, האָלט.,, דיך און וואסער... 

דער זיידע באװײַזט מער גאָרנישט צו זאָגן, עס הערט זיך װידער דער 
באָבעס קאָל: 

-- עליע, עליע! האָב ראכמאַנעס, דער טאָג שטייט ניט! 

און אָט הערט זיך א סקריפּ פון גאָרטן-טױער -- די באָבע אי שוין דאָ. 
די פאטשיילע אפן שפּיץ קאָפּ, די ארבל פארקאטשעט. די בלויע אויגן אויס- 
געוואשן, װי דער הימל, די נאָז -- בארויגעז. זי רעדט צום זיידן און קוקט 
אף מיר; 

-- זאָל דיר דאָס ניט פארעכנט זײַן. דו פירסט איבער די מעשומעדעס- 
טע. א ייַד זאָל ניט פארשטיין פונדאנען אהין! 

-- פרעגט זיך א קאשע: פארװאָס קומט א ייִדענע פון דאָרטן אהער 
און מאכט קוילע-קוילעס? מע קאָן דאָך זאָגן שטילערחייט, װאָס מע ויל, 
אָט גיי בעסער אהער, פעסיע, און קוק זיך אײַן אף די בייטן, זע וי די 
ווינטער-ציבעלעס האָבן דורכגעשפּיזט די ערד.., 

דער זיידע טוט צו מיר א װונק. ער איז צופרידן, װאָס די באָבע איז 
ארײַן אין קאָן. 

די זון ווארעמט. פון בייט גייט אוף א רויכל. אין א שורע איינס אין 
איינס זײַנען ארויסגעקראָכן די שפּיציקע ציבעלעס. זי האָבן נאָך ערד אף 
זיך. די באָבע בייגט זיך אײַן, רײניקט אָפּ פון זיי די ערד און רעדט, װי זי 
רעדט מיט דער קו, מיט די הינער: ‏ או-או, זיך נעבעך גוט אָנגעהאָרעװעט, 
ביז מע האָט זיך דורכגעשלאָגן צו דער שײַן. זע נאָר װי מע האָט זיך אויס- 
געסטראַיעט, װי סאָלדאטן מיט פּיקעס,.." | 

-- װאָס האָסטו געמיינט? זאָגסט, ביימער זײַנען ניט קיין אויפעס? און 
איך זאָג דיר -- אן אָף װערט געבוירן און שטארבט וי לעהאוודל א מענטש. 
און זיי שטארבן און װערן געבוירן אלע יאָר. ס אי עפּעס א ווערטל, 

ווען איך האָב ניט מוירע פאר דער באָבע, װאָלט איך איר געזאָגט: , באַ- 
בע, פיר אים אוועק, זעסט ניט, אז ער קאָן זיך צעוויינען". און די באָבץ 
גאָרניט. זי קוקט אריבער איבערן פּלױט צו מענאכעם גארבערס שטוב און 
זאָגט פלוצעם פארטראכט: 

-- זע, עליע, איך פארשטיי ניט פארװאָס דאָס איז? די ביימער בא מע- 
נאכעמען זײַנען דאָך נאקעט און פונדעסטוועגן פארשטעלן זיי די שטוב מער 
וי ווינטער? 

-- װי זשע דען? װינטער זײַנען די צװײַגן דארע װי ריטער. איצטער 
נעמען זי כיעס בא די װאַרצלען, זיי זײַנען קײַלעכיק, אָנגעקװאָלן, 

איך יל פארשטיין דעם זיידנס רייד. איך הער מיט די אויגן, מיט די 

שלייפן. די אויערן טוען מיר אזש וויי פון וועלן הערן, אַבער איך פארשטיי 

ניט, װאָס דער זיידע רעדט. איך זע נאָר די טונקל-רויטע קניפּלעך אף די 
צװײַגן פון די ביימער, איך זע װי די ערד איז נידעריק, נידעריק, דער הימל 
הויך. דער זיידע זאָגט צו דער באָבען: 


157 


-- פּעסיע, פילסט וי דער ווינט קילט דאָס פּאָנעם און די הענט אקוי 
ואט װי א טײַך? 

-- ס'איז גוט, עליעי. סאיז נישטאָ װאָס צו רעדן.. -- ענטפערט די 
באָבע און נעמט מיך פאר א האנט. | 

נאָר איך קוק אפן זיידן. דעם זיידנס אויגן זײַנען פול. אָט נעמען פאלן 
פון זיי פריידיקע טראָפּנס, װי די טראָפּנס, װאָס פאלן פון די צװײַגן. פּלו- 
צעם שרײַ איך אויס: 

-- באָבע, איך וויל עסן! 

-- א סימכע אין שטעטל... -- זאָגט די באָבע און גייט ארײַן אין פינצ- 
טערן פירהויז, 

איך שטיי און ווארט אפן זיידן. ער בייגט זיך אײַן און זאָגט צו מיר 
שטיל: 

-- אוב דו װעסט זײַן א פאַלגערקע, א גוטע בעריע און װעסט העלפן 
דער באָבען, װאָס זי װעט דיר הייסן, װעל איך דיר מאָרגן װײַוץ א סאך 
ווונדער שעביווונדער. 

ווען װעט שוין אמאָל זײַן מאָרגן?.. 

איצט געדענק איך שוין ניט, צי סאיז געווען מאָרגן, צי איבערמאָרגן. 
איך געדענק נאָר, װי דער זיידע הייבט מיך צו די סאמע אייבערשטע צװײַגן, 
רעדט צו מיר אומגעדולדיק, גיך-גיך: 

-- זעסט? קוק! אָט פּיקן זי זיך אויס! 

יאָ איך זע, עס פּלאצן טונקל-רויטע בראָדעווקעס און זיי לאָזן ארויס 
פיטשינקע גרינע פליטערלעך. 

-- אוי, זיידינקע, א געזונט אין דיר, איך זע! -- שרײַ איך ניט מיט 
מײַן קאָל, 

דער זיידע לאָזט מיך אראָפּ אף דער ערד, שאָקלט זיך, װי בא דעם 
דאוונען, פּרעפּלט שטיל: 

-- אז װויל איז דעם, מײַן קינד, װאָס האָט עס זויכע געווען צו זען. 

װאָס מיינט דער זיידע מיט דעם? װאָס טראכט ער 


6 8 8 


איצט פארשטיי איך דעם זיידנס מיין... 

אלע יאָר, ווען דער שניי צעגייט און אף די צװײַגן פארבינדן זיך שטײַ- 
פע, טונקל-רויטע קניפּלעך, זע איך ווידער פאלן טראָפּנס פון די ביימער אף 
דער אופוואכנדיקער ערד. עס קומט מיר אפן זינען דעם זיידנס רייד. איך 
זע אים מיט דער באָבען געבויגענע איבער די בייטן, איך הער, װי ער זאָגט 
שטיל: 

-- האשעמייסבאָרעך זאָל אונדז העלפן, פּעסיע, מיר זאָלן דער- 
לעבן איבעראיאָר וועסנע... און ער זאָל ארײַנשיקן א גוטן זיקאָרן אין אונד- 
זערע אייניקלעך אף אײביקער געדעכעניש וועגן אונדז. 


10* 158 


דעם זיירנגט טפילן 


קיינמאָל איז מיר ניט געווען אזוי גרינג אופצושטיין, װי דאן, ווען דער 
זיידע האָט מיך געװעקט, ער האָט ניט אראָפּגעשלעפּט די קאָלדרע, און ער 
האָט זיך ניט געבייזערט, װי די באָבע. ער פלעגט שטיל-שטיל זאָגן: , שטײ 
אוף, מײַן קינד, שטיי אוף, קוועקזילבער". זײַן באָרד האָט א ביסעלע גע" 
קראצט מײַנע באקן, און אין זײַנע שווארצאפּלען האָב איך געזען פריילעכע 
מענטשעלעך, פלעג איך זיך אפגיך אָנטאָן, דער זיידע האָט מיר אופגעגאָסן 
געגל-וואסער, דערנאָך פלעגט עֶר מיך נעמען פאר א האנט, און מיר זײַנען 
באנאנד געגאנגען אין וואלד. איינמאָל איז ער געגאנגען דורך דער ליטווי- 
שער גאס, ניט פארבײַ דעם אלטן בעסוילעם, און איך האָב גלײַך פארשטא- 
נען, אז מיר גייען צו די קאָרן-פעלדער, ער איז געגאנגען פאָרויס, אלץ 
װײַלע האָט ער זיך אויסגעקערעוועט צו מיר און געזאַנט: , שטיי ניט אָפֿ 
ריר זיך, מארודניצע!". מיר זײַנען געגאנגען פארבײַ די קאָרן-פעלדער, צװוישן 
די הויכע זאנגען האָבן געפּינטלט בלויע בלומען, כ'האָב זיך א לאָז געטאַן 
און גענומען רײַסן די קאָרן-בלימעלעך. דער זיידע האָט א געשריי געטאַן 
;ניטע, װעסט רײַסן, בייס מיר װעלן גיין צוריק. װאָס דארפן זיי אניוועץ גיין?" 

עס איז געווען קיל, פײַכט. העכער איבער די קאָרן-זאנגען האָט גע- 
פלאטערט א גרינג דין רויכל, דער גאנצער חימל איז געווען גרינלעך. נאַר 
אין איין זײַט האָט זיך געשפּרײט א ברייטע, געלבע שײַן. איך געדענק גוט, 
אז ס'איז מיר געקומען אפן זינען, װי אװוראָם אָװינו פירט ייִצכאָקן צו דער 
אקיידע, כ'האָב געהערט דעם מאלעכס קאָל. ,טו ניט קיין בייז דײַן בעניאַ- 
כיד, װאָרעם גאָט, דײַן גאָט ווייסט, װי פאָרכטיק און געטרײַ דו דינסט אים", 
דאָ האָט דער זיידע איבערגעשלאָגן מײַנע ראיוינעס: , דריי זיך ניט, שפּרינג 
ניט, קוועקזילבער. אָט דאָ לעבן גראַבן ווארט אף מיר". געזאָגט, און אליין 
גייט ער פאָרויס. שפּיליעט אָפּ די אייבערשטע קנעפּ פון דער קאפּאָטע, ציט 
אראָפּ דעם ארבל פון דער האנט, פארנעמט אים אהינטער דער פּאכווע מיט 
דער אָפּגעשפּיליעטער פּאָלע איניינעם, פארקאטשעט דעם װײַסן ארבל פון 
העמד, נעמט ארויס פון סאמעטענעם זעקעלע די טפילן, װויקלט אָן די רע- 
צוע אף דער נאקעטער לינקער האנט, זײַן האנט איז װײַס, און די רעצוע 
איז שווארץ. ווערט די האנט שווארץ-װײַס געשטרײַפט. דאָס האָט מיר אויס- 
געזען אזוי מאָדנע, איך האָב דאָך קיינמאָל ניט געזען דעם זיידנס נאקעטע 
האנט. דערנאָך האָט ער אָנגעטאַן דעם שעלראָש, און דאָס האָט מיר אויסגע- 
זען, װי א קליין צילינדערל, װי א שפּילעכל, איך האָב ניט פארשטאנען, פאר- 
װאָס דער זיידע טוט עס דאָ, אין פעלד. נאָך מער האָב איך ניט פארשטאנען, 
פארװאָס דער זיידע דאוונט אזוי מאָדנע, ניט פון סידער, מיר האָט זיך אויט- 
געוויזן, אז ער רעדט װי מיט דער באָבען: , פאָטער אין הימל, טאטע בארעמ- 
הארציקער, ווייסט אלעמענס געבעט, זאָלסטו טין-טאָן הערן מײַן קאָל, דײַן 
בארעמהארציקײַט זאָל פארנעמען מײַנע רייד, איך בעט בא דיר נאָר איין 


159 


זאך: מײַנע קינדער און קינדסקינדער זאָלסטו ווענדן צו גוטע מײַסים, זי 
זאָלן כאסװעשאָלעם קיינעם קיין בייז ניט טאָן, קיין זילזולים אף קיינעם ניט 
ברענגען, קיינעם זאָלן זי ניט כאנפענען, און זייער קאָפּ זאָל זיך פאר קיינעם 
ניט בייגן, שטארק זייערע הערצער, זי זאָלן ניט מוירע האָבן פארן עמעס. 
קרעפטיק זי צו גוטע טוונגען. פארנעם מײַן געבעט, טאטע-פאָטער!". בא די 
ווערטער לאָזט ער אראָפּ דעם ארבל פון חעמד, טוט ארײַן די האנט אין ארבל 
פון דער קאפּאָטע, פארשפּיליעט, טײַטלט מיט א פינגער צום הימל און זאָגט 
צו מיר: ,װאָס קוקסטו אף דער ערד? קוק אין דער הייך!" 

איך קוק צום הימל אין יענער זײַט, װוּ ס'האָט זיך געשפּרײט די ברייטע 
געלבע שײַן, האָבן זיך באוויזן לאנגע, שײַנענדיקע פינגער. דער זיידע גייט 
פאָרויס און הייסט מיר גיין גיך-גיך. איך פארשטיי, פארװאָס ער אײַלט מיך. 
די באָבע איז דאָך שוין געוויס אופגעשטאנען, און טאקע אזוי: מיר גייען 
ארײַן אין שטוב, דער זיידע װוינטשט דער באָבען א היימלעכן גוטמאָרגן, 
פאריינס װויל ער װויסן: , פּעסינקע, װאָס הערט זיך מיט אַנבײַסן?" 

און די באָבע, וי אלעמאָל: ,א גוטער יאָר אף דיר, עלינקע. עס קומט 
די שאָ, מוז די באלעבאָסטע װײַזן, װאָס אין טעפּל קאָכט זיך". 

זי שטעלט אוועק אפן טיש דאָס קופּערנע קעסעלע מיט די צוויי אויערן, 
גיסט מיט דער הילצערנער גרויסער לעפל די מילכיקע קאָרענע ציפּקעס, 
די ציפּקעס טונקלען זיך אין דער מילך, װי שטיינדעלעך. די באָבע רוקט 
צוֹ דאָס ליימענע שיסעלע צום זיידן, ער טוט א פּליוסקע מיטן לעפל אין 
שיסעלע און כאָכמעט זיך: 

-- האָסט געמאכט פארפל? האָסטו שוין פארשפּאָרט צו קוקן אפן הימל, 
די זון איז הײַנט מאלכעסדיק אופגענאנגען! 

-- א נײַע נײַט. אז מע מאכט ציפּקעס, מוז מען זיך טרייסטן מיט דער 
זון, -- ווערטלט זיך די באָבע. 

-- אזא יאָר אף מיר, װאָס פאר א כאכאָמע דו ביסט. ניט אומזיסט האָבן 
הײַנט די ציפּקעס אלע זיבן טאמען. 


יאָמטעו אינמיטן װאָך 


זומער-צײַט פלעגט עליע פון זונטיק אינדערפרי ביז פרײַטיק נאָך וואר- 
מעס זײַן אין דאָרף בא א פּױער אָדער ערגעץ אין א הויף בא א פּאָרעץ, װוּ 
ער פלעגט מאכן אױיוונס און קאמינען. זומער-צײַט איז פּעסיע װינציק פאר- 
נומען מיט פארבערי, װײַל זומער האָבן די פּױערטעס װינציק געשפּונען 
און געוועבט... פארמאכט דאן פּעסיע די פארבערקע די טירן מיט די לאָדנס, 
זאָגט אָן ביילע-פּערע דער אלמאָנע, זי זאָל אכטונג געבן צום גאָרטן און 


100 גאנעקסן זת 10 


האָדעװען די אויפעס. נאָכדעם נעמט זי די קו פאר די הערנער, קעדיי יענע 
זאָל ניט פארקערעווען צו דער טשערעדע, און לאָזט זיך אין וועג. די קו 
ווייסט שוין, װוּ זי דארף גיין, װי גאָר פּעסיע פארנעמט זיך רעכטס צו דער 
פּאָטשט, דרייט די בעהיימע ארויס דעם האָרן פון פּעסיעס האנט און גייט 
אוועק פאָרויס, פאָכנדיק מיטן עק. פּעסיע פארנעמט די קלאָר-װײַטע פא" 
טשיילע הינטער די אויערן און, הוידענדיק מיט די פולע הענט, שפּאנט זי 
און שפּאנט, זינגענדיק דערבײַ: ,נעם צונויף דײַנע זאכן, באהאלט אין די 
קאָרן. גאנווע זיך דורך דורך א פענצטערל, מיר װעלן ביידע אװעקפאָרן, 
אָבער וי נאָר פּעסיע פארקערעועט צו דער אלטער לינדן-אליי, טוט די 
קו' א שאל, וי פון א טרומייט, און טוט זיך א לאָז בארג-אראָפּ צו דער מיל, 
מאלקע פלעגט ארויסלויפן, מיט צעשפּרייטע הענט זיך לאָזן אנטקעגן פּע- 
סיען. און אין סאמע מיטן װאָך פלעגט ווערן היימלעך און יאָמטעװדיק.. 

-- װאָס װוילסטו, פּעסינקע, א יויך צי געבראָטנס? 

-- פונמיינטוועגן ביידע זאכן, 

-- עפשער ווילסטו גאָר מילכיקס? האָב איך שלײַענס, קאָן מען מאכן 
אין סמעטענע. 

-- מאך שלײַענס אין סמעטענע און פּוטער. נאָך מילכיקט דארף מען 
ניט וארטן קיין דרײַ שאָ. װעלן מיר זיך נעמען צו דער ייך און גע- 
בראָטנס, -- זאָגט פּעסיע, און ביידע צעלאכן ױך, 

נאָכדעם טוט מאלקע א געשריי: 

--- מיידלעך, אהערצו! 

בליומקען שיקט זי זאָגן הירשען, אז פּעסיע איז געקומען, זלאטקען שיקט 
זי אוועקפירן פּעסיעס קו צו דער היגער טשערעדע, באסקען שיקט זי אין 
וואלד נאָך פּאָזעמקעס. די מיידלעך גייען אוועק, מאלקע מיט פּעסיען זעצן 
זיך אין קילן געראמען צימער, װאָס האָט געהייסן דער זאֹל. און ס'פלעגט 
זיך אָנהייבן גאָר ניט קיין יאָמטעװדיקער שמועס. 

-- לאנג לעבן זאָלסטו, פּעסיע, װאָס דו ביסט געקומען. סאיז ניטאַ 
מיט וועמען א װאָרט אויסצוריידן. הירשע איז גאנצע טעג אין מיל, און אז 
ער איז אפילע אין שטוב, איז ער שטום וי א פיש. די מיידלעך וואקטסן אונ- 
טער. איך פריי זיך, װאָס לייקע מיט הענקען זײַנען אװעקגעפאָרן אין נוין- 
קעשיק זיך לערנען שנײַדערי, גרויסע מיידלעך, פארשטייען שוין אלצדינג.. 
איך װוער פארברענט פון בושע, 

-- ער גייט נאָך אלץ צו איר? 

-- ער גייט, ער גייט. אז איך זע די באָנים, גלייב מיר, װאָלט איך 
ארײַנגעקראָכן אין דר'ערד. אױסגעגאָסן הירשע... 

-- מאלקע, פארשטער מיר ניט דעם צוגאסט און פארשטער זיך ניט 
דאָס לעבן. ס'איז נעכטן געוען? סאיז דאָך יאָרן, די באָנים זײַנען שוין 
מיסטאמע זעכצניאָריקע. אף װועמען זאָלן זיי דען זײַן פּאַכאָזשע? ער איז 
דאָך זייער טאטע. א פארשאָלטענער בויך בא דער פּױערטע. דרײַ מאָל צו 
צוויי! 


101 


עס הערן זיך טריט, די װײַבער וערן אנשוויגן. הירשע באװײַזט זיך, 
ער עפנט אוף די טיר, נאָר ער גייט ניט ארײַן אין שטוב. ער שטייט בא 
דער שװעל, פּאטשט מיט די הענט אין מעליקן רעקל. פּעסיע ניסט אוֹן מו- 
סערט אים: 

-- זע, װאָס פאר א מאָדנער ייד דו ביסט! האָסט ניט געקענט אױסטאָן 
דאָס רעקל אין דרויסן? -- נאָכדעם הייבט זי זיך אוף אף די שפּיץ פינגער. 
נאָר אלציינס מוז זיך הירשע צובייגן צו איר. ער רירט זיך צו מיט זײַנע 
ליפּן צו איר שטערן, און פּעסיע וויצלט זיך: 

-- דו האָסט מיך גרויער געמאכט וי איך בין, ניט אומזיסט האָב איך 
אלעמאָל געװײַכט פון מילנער. 

-- ווען דו האָסט געװײַכט, זײַנען נאָך די מילנער קיין מילנער ניט 
געווען, -- זאָגט הירשע. ער רוקט זיך אָפּ פון פּעסיען, קוקט זי אָן, נעמט 
אירע הענט אין זײַנע און זאָגט שטילער; -- יאָ, די מילנער זײַנען קיין מיל- 
נער ניט געווען... א צעמאָלן לעבן... 

-- ס'איז ניט פארוואקסן געװאָרן דער װעג מיט מאָך צו יענער? 

-- ניט דו פרעג, ניט איך װעל ענטפערן, -- זאָגט ער. ער װיל נאָך 
עפּעס זאָגן, נאָר עס הערט זיך פון קיך מאלקעס קאָל; 

-- פּעסיע, מאך איך, װי איך האָב געזאָגט? שלײַענס מיט סמעטענע 
און יויך מיט געבראָטנס. 

-- מאך, מאך, -- ענטפערט פעסיע, -- איך װעל זיך דערװײַלע דורב- 
גיין אין גאניידן, 

-- און מיך נעמסטו מיט? -- פרעגט הירשע, 

-- ניין, אין גאניידן האָב איך האָלט צו גיין אליין, 

פּעסיע שפּיליעט אָפּ דעם קראגן פון דער בלויער ריפּסענער בלוזקע, 
הייבט א ביסעלע אונטער דאָס לאנגע ברוינע סאטינענע קלייד, שפּרײַזט 
ארינער די שװעל און לאָוט זיך בארג-ארוף צו דעם וואלד. זי זעצט זיך 
אין ראָװיק, טוט אויס די שיך. דאָס גראָז איז קיל. פּעסיע שטעלט די פיס 
פּאװאָליע. זי שפּרײַזט ארויס פון ראָװיק, שפּאנט איבער דער לאַנקע אלץ 
נעענטער צום וואלד. אָט איז זי שוין דאָרטן. עס איז גרין און טונקל, די 
יאָדלעס האָבן אף די צװײַגן אזעלכע ווייכע העל-גרינע פרענדזלעך. אף די 
קליינע לאַנקעלעך צװישן די ביימער ואקסן פּאַזעמקעס, אָבער פּעסיע 
קלײַבט זיי ניט,.. איבער די צװײַגן פון א סאָסנע פאָכט א וועווערקע. פּע- 
סיע פארווארפט דעם קאָפּ, און עס דוכט זיך איר: די צװײַגן שטיפן, ווארפן 
אונטער דאָס רויט-גרויע קנײַלכל מיטן לאנגן פּוביקן עק. פּעסיע שמייכלט. 
פון אונטערן פארהויבענעם פּאָדעלעק קוקן ארויס אירע דיקע װײַסע איק- 
רעס. זי זעצט זיך אף א פּניאָק, טוט א פיר מיט ביידע הענט איבערן פּאַ- 
נעם, וי צו ליכט-בענטשן, און פּרעפּלט מיט פארמאכטע אױגן. זי זעט 
אליין אויס װוי א ברייטער נידעריקער בוים, װאָס האָט איבערגעפלאָכטן זײַנץ 
מעכטיקע צװײַגן -- הענט. זי שאַקלט זיך אויך װי א בוים און פּרעפּלט, 
פּרעפּלט א שטילן שוואך, א לויב צום הימל און צו דער ערד.. 


162 


זי גייט און גייט צװישן די ביימער מיט די שיך אין די הענט, דרייט 
דעם קאָפּ אין אלע זײַטן, קאָן זיך ביז זאט ניט אָנקוקן אף די ביימער, װאָס 
זײַגען פון איין זײַט באלויכטן, פון דער צווייטער פארשאָטנט. זי רינגלען 
ארום פּעסיען פון אלע זײַטן, זי טאנצט אזש אונטער א ביסעלע.. זי גייט 
ארויס פון וואלד און זינגט הויך: , אין א װײַט-װײַטן לאנד, צווישן ווילף- 
פרעמדע מענטשן, װער װעט אונדז צו דער כופּע פירן און ווער װעט אונדז 
בענטשן?" 

-- נאָך גוֹט, װאָס דו זינגסט, אז ניט, איז זוך מוישע ראביינוס קיעלע 
אין גראָז, -- זאָגט הירשע, 

-- האָסט מיך לאנג געזוכט? 

-- אבי געפונען... מאלקע איז אויס מענטש. די שלײַענס, טײַנעט זי, 
שטייען זיך איבער -- זאָגט הירשע און שפּאנט אוועק פאָרויס. 

ווען פּעסיע גייט ארײַן אין שטוב, פרענט מאלקע מיט הארץ: 

-- װוּ ביסטו פארפאלן געװאָרן, א גאנצן טאָג אין מויל ניט געהאט? 

-- דערפאר האָב איך געהאט אין אויג. בא דײַן שוועל איז דער גא- 
ניידן, מאלקע, 

נאָכדעם זיצט מען באם טיש. אף א קײַלעכדיקן הילצערנעם טאץ -- א 
בארג אָנגעשניטן ברויט, אף א גרויסן צינענעם פּאָלומעסעק ליגן די שליַ- 
ענס. זי זײַנען געדעמפט געװאָרן אין סמעטענע מיט פּוטער, זי זײַנען א 
ביסעלע ברוין. עס איז ניט צו פארשטיין, װי מאלקע האָט זי ארויסגענו- 
מען גאנץ פון בעקן. פּעסיע פרעגט עס טאקע. מאלקע דערציילט, ויאזוי זי 
האָט געהאלטן דעם פּאָלומעסעק באם סאמע בעקן, װוי בליומקע האָט מיט 
דער הילצערנער מילכיקער לאָפּעטקע ארויסגענומען דעם עק... נאָר פּעסיע 
שלאָגט זי איבער: 

-- גאנץ -- ניט גאנץ, האָב ראכמאַנעס, מאלקע, גינ! 

הירשע קריגט א האלבן שלײַען מיטן קאָפּ. פּעסיע קאָן זיך ניט אײַן- 
האלטן, זי טראָגט צום מויל פריער פון אלעמען. נאָך די פיש ברענגט היר- 
שע פון קעלער א פלאש פאראיאָריקן עפּל-קוואס. מע טרינקט אויס, און 
מאלקע דערלאנגט פריִער די יויך, נאָכדעם געבראָטנס און א געפילטע קוט- 
ניצע. עס איז גלאנציק, ברוין און דורכזיכטיק... פּעסיע שרײַט אויס. 

-- איך װאָלט געשװאָרן, אז דו האָסט געפילט מיט פארפל! 

-- עמעס דארף קיין שוווּע ניט, -- זאָגט מאלקע, רוקט זיך אָפּ א בי- 
סעלע פון טיש און, האלטנדיק גאָפּל-מעסער אין די אויסגעצויגענע הענט, 
טוט זי א שניט די קוטניצע. עס שפּריצט שמאלץ אף הירשען, אף פּעסיען, 
אף די מיידלעך, נאָר ניט אף מאלקען. ניט אומזיסט האָט זי זיך אָפּגערוקט. 

אינגיכן זײַנען די טעלער ליידיק. און די זיצנדיקע ארום טיש פול, פּץ- 
סיע קאָן זיך מאמעש ניט אופהייבן. ס'איז נאָך האלבן טאָג, אָבער די זון 
דערלאנגט היץ דורך די פענצטער װי עס געהער צו זײַן. הירשע חייבט זיך 
אוף דער ערשטער, פארבײַגייענדיק דאָס פענצטער, פארמאכט ער די לאָדנס. 
בליומקע טאנצט אויך אף איין פוס ארויס פון שטוב. די שוועסטערלעך דער- 


1023 


יאָגן זי. מאלקע מיט פּעסיען בלײַבן זאלבעצווייט, מאלקע שפּרייט אויס אן 
אייגענע געװועבטע גוניע אף דער פּאָדלאָגע. פּעסיע לייגט זיך, טוט א 
קרעכץ, פארפלעכט די הענט ארום קאָפֿ, גענעצט זיך אויס און זאָגט: 

-- ווען מע עסט אלע טאָג אזוי, קען מען אוועק מיט דער טאָרבע. 

-- מײַן הארץ און מײַן נעשאָמע האָט קנאפּער פון מײַן מאָגן, -- בא" 
קלאָגט זיך מאלקע. 

-- אין צוויי שיסעלעך גיסט גאָט ניט ארײַן, -- באמערקט פּעסיע, און 
אין א רעגע ארום שלאָפט זי אײַן. 

מאלקע קוקט אף איר און טראכט: ,א גוואר, א דעמב, אף אלע ליבע 
געזאָגט געװאָרן". אָבער לאנג קוקט זי ניט אף פּעסיען, זי גייט אין שטוב, 
נעמט דאָס שפּין-רעדל. דאָס רעדל זשומעט, דער פאָדעם ציט און ציט זיך. 
מאלקע טראכט: ,עפשער זאָל זי זיך דורכריידן מיט אים, עפשער װעט 
העלפן!". 

ווען פּעסיע שטייט אוף, איז שוין גוט פארנאכט. די טשערעדע קומט, 
זי מעלקט אויס די קו אין מאלקעס דויניצע, טרינקט אויס א קװאַרט ווא" 
רעמע מילך, געזעגנט זיך מיט מאלקען, לאָזט זיך פאָרויס. די קו גייט איר 
נאָך און לעקט מיט דער צונג פּעסיעס בלויע בלוזקע. און כאָטש מאלקע 
באגלייט זי העט אראָפּיבארג, שװײַגט זי, בעט ניט, אז פּעסיע זאָל זיך 
דורכשמועסן מיט הירשען... 

זי בעט ניט דערפאר, װײַל פון פעסיען גייט אזא רו, אזא געזונט גע- 
מיט, אזא צופרידנקײַט, אז מאלקע פילט: סוועט זײַן ארױיסגעװאָרפענע 
רייד.. 


ערעוו פּייסעך 


אין נײַן און דרײַסיקסטן יאָר, צוויי װאָכן נאָך פּורים, איז דאָס גאנצע 
שטעטל, װי א סאך, א סאך ייִדישע שטעטלעך אין ליטע, געווען ניט צו דער- 
קענען. פּעסיע דער פארבערקעס שטוב איז איבערגעקערט מיטן קאָפּ אראָפּ: 
דער קליידער-אלמער שטייט מיט די טירלעך צו דער וואנט, דער גרויסער 
טיש, די קאנאפּע, די שטולן זײַנען ארױסגעטראָגן אין ,זאל" ארײַן. פּעסיעס 
מאן עליע, און דער פּאַרעש רעב לייב, וועלכער האָט זיך צוגעלאַנטשעט צו 
זי גלײַך נאָך יענער מילכאָמע, קײַקלען ארײַן פיר ליידיקע פעסער, אף די 
פעסער לייגן זי ארוף ברייטע סאָסנאָװע ברעטער, עליע הובלט זיי אָפּ, װי 
אלֶע יאָר, און עס זײַנען שוין דאָ צוויי הויכע געשטעלן צו וועלגערן מאצע, 

פּעסיע לייגט ארײַן אין גרויסן באק-אויוון בעריאָזעװע שײַטן האָלץ, און 
בייס זיי ברענען איבער, צעשארט זי די פינקלענדיקע קוילן אין אויוון און 
אפן פּריפּעטשיק. אזוי ליגן זי און גליִען ביז עס פארציט זיי א בלוילעך- 
גרוי הײַטל,. רעב לייב גיט אכטונג װוי פּעסיע קאשערט דעם אויוון: 


164 


-- קאַשער, פּעסיע, דערלעב איבעראיאָר, קאַנסט לֶעשן! 

פּעסיע טונקט אײַן א נײַעם יאָדלעװן בעזעם אף א לאנגן שטעקן אין א 
ניט געניצטן אַלכאָװון צעבערל, א רייעך פון געפּארעטע סאַסנע-נאָדלען פילט 
אָן די שטוב, 

-- רעכט! -- באגיטיקט רעב לייב, 

די ערשטע קומט פּערע-גיטל די קגעטערקע מיט צװיי מיידלעך און 
צוויי ייִנגלעך, | 

-- קאַנסט, שוין באָרעכהאשעם, אליין מאכן א פּאָדריאד, --זאָגט פּעסיע. 

-- בא יענעם גייט אוף די ראָשטשינע גיך. א יאָר רינט אויס, א יאָר 
קומט צו לויפן. איך מיט מײַנע קינדער װוערן פארשווארצט. דער טרייפענער 
ביין, דער טאטע זייערער, זאָל פארגעסן װערן, װי ער האָט פארגעסן װײַב 
און קינדער! 

-- שילט ניט, פּערע-גיטל, א מענטש קומט אמאָל צום סייכל, 

-- װאָס טרייסט איר מיך, פּעסיע-קרוין. צען יאָר, אז איך בין עלנט, 
װי א שטיין. איך װוער צעפּענקעט פון האָרעוואניע און דער דאלעס באלע- 
באטעוועט אין מײַן כאלופּע! איך ווייס ניט, װאָס פאר א לאָך פריער צו 
פארשטעקן. קאָרט אף קליידלעך פאר מײַנע מיידלעך דארף איך, קאָרט אף 
גארניטערלעך פאר די מאזיקים, פאר זיך גופע כאָטשבי א נײַעם פארטעך 
אף יאָמטעו... וועגן בורעקעס מיט בולבע ריד איך שוין ניט, אָבעֹר כאָטש 
א קראנץ ציבעלעס. מע פּרעגלט איבער א ציבלקע אין א לעק שמאלץ איז 
שוין פּייסעך אין שטוב! װער עס װעט קנאקן וועלעשע ניס, פארטרינקען 
מיט מעד, און איך װעל ציילן די בולבע... 

-- פּערע-גיטל, טו א טויווע, צי ניט די אָדערן! פאראיאָרן ביסטו אוועק 
קגעטן צו חינדע מייער-עליעס, האָב איך דיך געלאָזט אָן בולבע? דו ווייסט 
דאָך, אז מײַן פּאָדריאד איז פאר מאָעסכיטימניקעס. איך װאָלט דיר געזאָגט 
א סאך מער, האָב איך מוירע, זאָלסט קליגער ניט ווערן.. 

-- װאָס רעדט איר, פּעסיע, כ'האָב פארגעסן, אז איר האָט מיר פארא- 
יאָרן ארײַנגעשיקט א זאק בולבע און ציבעלעס. זאָל אײַך אנטקעגן קומען, 
װאָס איר טוט. אָבער יעדע קאָפּעקע איז בא מיר איצטער א גילדן! מײַנע 
מיידלעך װעט איר צאָלן ניט קיין סאך, א פערטעלע א טאָג. די ייִנגלעך -- 
צען קאָפּעקעס א טאָג. איר װעט פאר מיר אָפּבאקן מאצע און איר װעט צו- 
לייגן א האלב שאָק איער -- איז געפּאטערט אן אייסעק! 

זאָל זײַן, װי דו זאָגסט, אבי די הינער זאָלן וויסן זײַן, אז דו דארפסט 
אייער צו די קניידלעך, זונטיק פארטאָג זאָלסטו דאָ זײַן מיט דײַן קאפּעלע, 

-- מירצעשעם, בלינעדער, -- זאָגט צו פּערע-גיטל, 


זונטיק באגינען שטייט עליע פּעסיעס באם אויוון. די יארמלקע -- אפן 
שפּיץ קאָפּ, די ארבל פון דער װײַסער לײַנענער העמד שײַנען פון דער 
קאמזעלקע, דער דינער לאנגער שטעקן, וועלכן עליץ האלט אין די הענט, 


105 


איז אָנגעדײעט מיט מאצעס, און דער שטעקן פליט הין און צוריק פון 
שטופלערס טיש אין אויוון ארײַן, פון אויוון צום טיש. בערקע דער שטופּ- 
לער שרײַט פּלוצעם: 

--- װײַבלעך, מיידלעך, קוועטשט מיט ראכמאָנעס, עס רײַסט דעם מיטן! 

רעב לייב ווערט אזש בלייך. די וואלגער-העלצער קלאפּן שטילער. רעב 
לייבס קאָל איז פול מיט רוגזע. 

-- שטופּלער, זײַ ניט קיין כאָצעף. דאָ באקט מען מאצעס ניט פאר קיין 
גווירים. דײַן מויל זאָל זײַן קאָשער, װי דער אָרעמאן איז ריין פון קצינעס! 

ווידער קלאפּן די וואלגער-העלצער. דער שטופּלער זינגט און עסטער- 
קע העלפט אים: ,װאָס פאר א מיילעך איז אַן א לאנד, און װאָס פאר א 
וואסער איז אָן א זאמד". כיענקע יוינע דעם שינדלמאכערס ענטפערט: ,א 
מיילעך פון א קאָרט איז אָן א לאנד, א טרער פון אן אויג איז אָן א זאמד". 

רעב לייב פּאָרעש גייט דערװײַל ארום צװישן די ברעטער, שאָבט אִפּ 
מיט א שטיקעלע גלאָז, װי נאָר עס האָט זיך צוגעקלעפּט א ברעקל טייג 
און װאָרנט שטרענג: 

-- ווארעמט ניט די וואלגער-העלצער אונטער די פּאכוועס. ניט קיין 
קאָרענעם לעקעך באקט איר, איר באקט מאצעס קאָשער לעפּײיסעך! 

פלוצעם הערט זיך מינקע מאָרדכעס צארטער קאָל: ,וי דער שניי איו 
װײַס, װי דער מאָן איז שווארץ, פּונקט אזוי פארשווארצט זײַן זאָל האָמענס 
הארץ", 

-- פּערע-גיטל, די מייר'ע נעצט. גיב אכטונג אף דײַן וואסערגיסער! -- 
שרײַט פּעסיע, 

-- װאָס איז דער וואסערגיסער שולדיק, אז די קרופּטשאטקע איז באם 
נאָגיד, -- פארענטפערט פּערע-גיטל איר דאָװוידלען. 

-- נאם נאָגיד איז די קרופּטשאטקע אין זעק און דער סייכל אין טײַס- 
טער, װינציקער וואסער, װעט קנאפּער נעצן, -- ווערטלט זיך פּעסיע און זי 
לייגט פּאװאַליע די פארטיקע מאצע אין ברייטן קײַלעכדיקן געפלאָכטענעם 
קויש, דעקט איבער דעם פולן קויש מיט א װײַסן טישטעך און װינטשט 
יוינע דעם שינדלמאכער: 

-- עס געזונטערהייט, דערלעב איבעראיאָר מיט װײַב און קינדער. מאָ- 
נעשעך, דו װעסט איבעראיאָר זײַן אין די פעדערן, װעלן מיר דיר אוי'ס- 
באקן אף א מייע אייער-מאצע. 

-- פון דײַן מויל אין אייבערשטנס אויערן, זאָלן די גווירים בלײַבן אַן 
ציין און זאָלן זיי עסן אייער-מאצע. איך בין צופרידן מיט פּראַסטער מאצע 
אויך. 

נאָר פּעסיע הערט שוין ניט, װאָס ער זאָגט, זי ווארפט דינע שײַטעלעך 
האָלץ אין אויוון, װײַל מע דארף אים איבערפלאמען. נאָכדעם באקט מען 
מאצעס פאר שמועל דעם שוסטער. באלעבאטישע מיידלעך זײַנען געקומען 
איבערכאפּן א האנט, די געדונגענע וואלגערקעס זײַנען ארויסגעלאָפן כאפּן 
לופט. בערקע דער שטופּלער איז אויך פרײַ, ס'האָט אים פארביטן דעם אפּ- 


106 


טייקערס זון. בערקע כאָכמעט זיך מיט די באלעבאטישע מיידלעך, זיי קײַכן 
פון געלעכטער. דערװײַל האָט ער זיך אײַנגעבױגן און טוט עפּעס מיט נאָדל- 
פאָדעם. אין א װײַלינקע ארום װערט א קוויטשערײַ ביזן הימל. די מיידלעך 
קאָנען זיך פון אָרט ניט רירן, די פּאָדאָלעקעס פון זייערע קליידלעך זײַנען 
צונויפגענייט, פּעסיע שרײַט ניט מיט איר קאָל; 

-- בערקע, מעשומעד, טרייפענער אָדער! נעם די מינוט א שערל, מאך 
זי פרי. ניט גענוג, װאָס איך נעם קיין געלט ניט, קילט איר אויס דער אויוון, 
איך ווער דאָך בעדאל! 

שמועל דעם שוסטערס מאצע איז שוֹין צונויפגעלייגט און פארדעקט 
מיט א פארלאטעטן טישטעך, ער זאָגט אינדערשטיל צו עליען: 

-- די מאזלבראַכע כאפּט זיך ארײַן בא מיר, אז איך באק מאצע בא 
אײַך. פאראיאָרן איז געווען א סאך קנאפּער, 

-- עס געזונטערהייט, שׂמועל, בא מיר און בא מײַן פּעסיען איז דאַ 
עלייַאָה! דער מעל-שיטער... 

-- איר זאָלט האָבן זיבן מאָל אזויפיל, -- ווינטשט שמועל דער שוס- 
טער, 

צוויי װאָכן קלאפּן די וואלגערהעלצער, צוויי װאָכן קלינגען לידער אין 
פּעסיעס שטוב, אין נאָך א סאך שטיבער, װוּ מע באקט מאצעס, און דאָס 
שטעטל איז אײַנגעהילט אין ווארעמען מײַכלדיקן רייעך פון פרישגעבאקץ- 
נעם טייג, 


פייסעך 


די פעסער, די ברעטער, דער בלעך פון שטופּל-טיש איז ארױיסגעטראָגן, 
עליע האָט שוין אויסגעקאלכט די שטוב מיט די איבעריקע קאמערן. פּעסיע 
שיט אין צוויי הויכע, שמאַלע לײַנענע זעקעלער, װאָס זי האָט אופגענייט 
פון האנטעכער. אין איין זעקעלע --מאצע-פארפל, אין צווייטן --מאצע-מעל, 
פיר גרויסע ליימענע געגלייזטע טעפ, פולע מיט גענדזענע שמאלץ, שטייען 
אין פירחויז-אלמער, וועלכער איז אויסגעקאשערט נאָך כאנעקע. אחינצו 
טראָגט זי ארויס די זעקעלעך מיט דער מאצע-מעל, ועגן איער איז ניטאַ 
װאָס צו ריידן. פּעסיע ווייסט אליין ניס וויפל חינער זי האָט. פּערע-גיטל 
דער קנעטערקע האָט זי געגעבן ניט קיין האלבן שאָק, װי יענע האָט אויס- 
געדונגען, נאָר טאקע א גאנצן שאָק אייער, דעריבער זאָגט רעב לייב צו 
עליען: 

-- די הינער ווייסן ווער זייער באלעבאָסטע איז. 

-- האלעוװוײַ זאָלן אזוי די מענטשן וויסן װאָס זיי דארפן טאָן, וי די 
אויפעס ווייסן, -- באמערקט עליע ערנסט, 


07 


א ווערטל אהין, א װערטל אהער, צוויי טעג פאר פּייסעך האָט צוגע-. 
כאפּט א פרעסטל, די מולטערס, די לאָקשנברעטער, די דייזשקעס, װאָס די 
באלעכאָסטעס האָבן אײַנגעװײקט אין ראָװעק ארום שול-הויף, זײַנען 
פארצויגן געװאָרן מיט א דין אײַז-הײַטל. שטעטלשע קונדייסים צעשטעכן 
מיט שטעקלעך דאָס אײַז און זי זײַנען מאָלע סימכע. דערװײַל האָט שוין 
די זון צוגעווארעמט, די טירן און די פענצטער זײַנען אָפן, אין אלע שטיבער, 
א כאָפּטע ליטווינער, זין פון די יוסטע באלעבאטים, גייען דורך דער גאס. 
זי רייכערן, שפּײַען פארשײַט און קוקן ארײַן דורך די אָפּענע פענצטער אין 
די שטיבער, גלײַך אלץ, װאָס דאָרטן איז דאָ, איז שוין זייערס. די זון ווא" 
רעמט אלץ מער, דורך דער גאס ציט אן אָבאָזל. פאָרױס א קארעטע מיט 
דרײַ פערד אין דער ברייט געשפּאנט, אהינטער דער קארעטע צוויי הויך 
אָנגעלאָדענע פורן. סאמע אויבן אף די פורן זיצן הירש דעם מילנערס אלע 
טעכטער, אין קארעטע זיצט מאלקע, דעם מילנערס װײַב. זי פארנעמט אזוי 
װינציק אָרט אין דער קארעטע, אז מע זעט זי ניט. פונדעסטוועגן זאָגט 
העניע די בייגלבעקערקע צו סאַרע גערשן דעם מעלאמעדט: 

-- סאָרע, רײַב גיכער כריין, די פליי אין דער קארעטע איז שוין דאָ 
מאלקע גופע פארנעמט טאקע קנאפּ אָרט צװישן איר און יאָנעס דעם קר 
טשער (וועלכן הירשע האָט איניינעם מיט דער קארעטע און מיט די פערד 
אנטליען בא ווישניעווסקי דעם פּאַרעץ) שטייען פּלאטשיקע קוישן, איבער" 
געפלאַכטענע מיט דינע שטריקלעך. דורך די פירקאנטיקע געפלעכטן האָבן 
ארויסגעשטעקט זייערע פארשלאַפענע צורקעס מיט די בלייכע שנאָבלען: 
הינער, אינדעטשקעס און אינדיקעס. אף די קני האלט מאלקע א היפּש צע- 
בערל, װעלכן זי האָט צוגעדעקט מיט א צעראטע, קעדיי די שלײַענס מיט 
די סאַנדיקעס זאָלן, כאַלילע, ניט ארויסצאפּלען פון צעבערל. סאמע אויבן 
אף די געלאַדענע פורן איז צוגעקרעמפּעװעט א קאסטן אייער, אפן קאסטן 
זיצן הירשט טעכטער, זי זײַנען אזוי אָנגעפּעלצט, עס װערט אזש הײס 
ווען מע קוקט אף זיי. צו איינער פון די פורן איז צוגעבונדן א חיפּש ביקל. 
דאָס אַבאָזל שטעלט זיך אָפּ בא פּעסיעס שטוב. 

טליע און רעב לייב נעמען ארויס די קערב מיט די אויפעס, דער קו' 
טשער נעמט צו בא מאלקען דאָס צעבערל מיט די פיש, ערשט דאן באװײַזט 
זיך פון דער קארעטע מאלקע. בייס זי שטייט שוין מיט ביידע פיס אף דער 
ערד, רירט זי זיך צו מיט אירע ליפּן צו פּעסיעס באק און זאָגט שטיל צו 
עליען מיט רעב לייבן: 

-- א היימלעכן, קאַשערן יאָמטעװ אײַך, מע זאָל דערלעבן איבערא- 
יאָר, -- און צו די טעכטער -- קריכט אראָפּ! 

די טעכטער לאָזן זיך לאנג ניט בעטן, זי װיסן, אז ס'איז דאָ װאָס צו 
טאָן. 

כאָטש פּעסיעס שטוב איז אויסגעקאלכט, די פּאָדלאָגעס אויסגעוואש, 
פארשפּרייט מיט היי, זײַנען נאָך אלע זאכן אין דרויסן. די בעטן מיט דעם 
בעטגעוואנט שטייען אינמיטן הויף, די געשניצטע פיסלעך פון די בעטן זינ" 


108 


קען אין דער ווייך-פײַכטער ערד. די פּערענעס מיט די קישנס זײַנען אין די 
רויטע אײַנשיטן. דער טיש, דאָס בעטגעוואנט זעען איס אוי אנדערש 
אפילע אומגעלומפּערט אונטערן הויכן, ליכטיקן הימל... דער וװוינט פאָכעט, 
פאָכעט מיט די קאָלדרעס אפן פּארקן, צעבלאָזט די קליידלעך נא מאלקעס 
טעכטער, זי קלאפּן אויס דאָס בעטגעוואנט. בו-או-או-כך -- הערן זיך טויבע 
קלעפּ. כא-כא-פא! -- לאכן די מיידלעך און טראָגן דאָס בעטגעוואנט אין 
שטוב ארײַן, 

פּעסיע מיט מאלקען זיצן אין קיך און שיילן בולבעס. פאריינס ריידן זיי 
וועגן אזוינע זאכן, װאָס רעב לייב רופט ,, נאטאן בעסייסער".. -- דאָס הייסט 
געבן בעסאָד, 

-- טוינע דער בלעכערקע װאָס מער איז בעסער, די עלטערע טאָכטער 
אירע, ניט פאר קיינעם געדאכט, שפּײַט אויס די לונגען. רעב לייב האָט צַוֹ- 
נויפגעשטעלט א צעטל, פרעג בא אים, ער װעט שון קיינעם ניט פאר- 
געסן, -- אייצעט פּעסיע, 

-- װי ער װעט זאָגן, װי דו, פּעסינקע, װעסט הייסן, אזוי װעט זײַן, 
כ'וועל ניס צוריקפירן װאָס איך האָב געבראכט. סװאָלט גוט געווען, דער 
שויכעט זאָל קומען אהער, װאָרעם די אינדיקעס מיט די אויפעס זײַנען פאר- 
שמאָלצן, עס איז זיי ניט אופצוחייבן, -- באגערט מאלקע, 

-- פארװאָס זאָל ער ניט קומען? ער װײסט גאנץ גוט, או ער װעט 
גאָרניט צולייגן, -- בארויקט פּעסיע איר גאסט. 

נאָך מינכע קומט שאבסע דער שויכעט, ער גייט טאקע ניט אוועק מיט 
ליידיקע הענט. ביז שפּעטער נאכט איז פעסיע מיט מאלקען (פארנומען, זי 
ווייקן, זאלצן, צעטיילן די אויפעס און דאָס פלייש פונעם ביקל, װאָס צו 
לאָזן פאו' זיך, װאָס פאר די נויטבאדערפטיקע. אף מאָרגן ביז האלבן טאָן 
טראָגן פאנאנדער מאלקעס טעכטער דאָס, װאָט די מאמע הייסט, 

אין שטוב איז שוין אלץ אף די ערטער. עליע האָט שׂוין אופגעהאנגען 
דעם ווילנער גאָעגס בילד אף דער מיזרעךוואנט. די זילבערנע בעכער, 
לעפל, גאָפּל האָט רעב לייב אויסגעקאשערט אין זודיקן וואסער. די גארדי- 
נען אף די פענצטער זײַנען אופגעהאנגען, די אויסגעהאפטע ציכלעך אף די 
קישנס ארופגעצויגן, 

דער ווארמעס איז ניט פּייסעכדיק, ניט כאָמעצדיק. מע עסט געדעמפטע 
כולבע מיט יונגן רינדן-פלייש. בייס אלע זײַנען פארטאַן אין שיסל, הערט 
זיך טפּרו-ררן! 

בליומקע טוט א געשריי -- ,, דער טאטע!", 

עס געדויערט ביז הירשע זאָטלט פאנאנדער דאָס פערד, ביז עֹר רייניקט 
אָפּ מיט א שפּענדל די בלאָטע פון זײַנע שטיוואלעס. ער זאַנט גיך ,א גוטן 
קאָשערן יאַמטעװ" און ער זעצט זיך צום טיש. 

פארנאכט צעלייגט עליע ברעקלעך ברויט אף די פענצטער-ברעטער, 
דערנאָך גייט ער און שארט עס ארײַן מיט א פלעדערוויש אין א הילצערנעם 
לעפל, פארבינדט דעם לעפל מיט א ציכטיק שמאטקעלע און פּרעפּלט די 


169 


געוויסע טפילע: ,װאָס איך האָב געזען און װאָס איך האָב ניט געזען, װאָס 
איך האָב אויסגעראמט און װאָס איך האָב ניט אויסגעראמט פונעם כאָמעץ, 
פונעם זויערטייג אין מײַן שטוב, זאָל דאָס באָטל זײַן, העפקער װערן, װי 
דער שטויב פון דער ערד", 


אלץ, אלץ פינקלט אין שטוב, אָבער פּעסיע מיט מאלקען און די עלטערע 
מיידלעך זײַנען פארבאָדן אין ארבעט: איינע פּוצט די לײַכטער, די אנדערץ 
לייגט אף א טעלער א צװײַגעלע גרינס און די זרויע, א דריטע שיילט אַפּ- 
געקאָכטע אייער, א פערטע רײַבט כריין, נאָך איינע שטויסט ניס און צימרינג 
אף כארויסעס. מאלקע שלאָגט אוף איער מיט גענדזענער שמאלץ אין א 
גרויסער פּאַרצעלײַענער שיסל און רופט מיטאמאָל פּעסיען: 

-- קום אהער, טו א קוק, כ'האָב פארגעסן וויפל מאצע-מעל מע דארף 
שיטן! 

-- אוב דו מאכסט אף דרײַ צענדליק אייער קניידלעך, לאָז ארײַן דרײי- 
סיק עס-לעפל שמאלץ, פעפער, זאלץ צום טאם, צוויי לעפל מעלצוקער 
לעמאנאשעם, ווארט, מיש ניט, הער װאָס מע רעדט, װועסט ארײַנשיטן דריי- 
סיק לעפל מאצע-מעל און זאָל דאָס שטיין, עס דארף אָנװוייקן, אז ניט װעלן 
די קניידלעך זײַן, װי בא ראָכע דער גארבערקע, מע װעט מיט זיי קאַנען 
שיסן פון הארמאטן... 

די מאנצבלען זײַנען אוועק אין בעסמעדרעש. פּעסיע האָט אויסגע- 
שפּרײט א קלאָר-װײַסן טישטעך אפן טיש, אפן טישטעך געלייגט מאצעס, 
צוגעדעקט מיט אן אויסגענייט מאצע-טישטעכל. פיר לײַכטער מיט ליכט 
שטייען בא איין עק טיש, פיר לײַכטער מיט ליכט כאם צווייטן עק טיש. 
אלע מיידלעך זײַנען אױסגעצװאָגן, אין די צעפּ סטענגעס אויסגעשלייפט, 
אלע זײַנען אויסגעפּוצט אין נײַע קליידלעך. אָבער שענער פון די איבעריקע 
איז פארט בליומקע, די זיבעטע, מיט די רויטע האָר. דאָס גרינע סאטינענע 
קליידל מיט די געלבע רעדעלעך איז אף איר אױיסגעפּאסט, עס ליגט, װי 
אף א טױב די פעדערן. די רויטע געדיכטע האר פארפלאַכטן אין צוויי 
צעפּ -- גילדערנע קאנטשיקעס אף אירע רונדע, רײַפנדיק-מיידלשע אק- 
סלען. פּעסיע איז שוין אויך אָנגעטאָן יאָמטעװדיק. דאָס בלאַע, לאנגע אט- 
לאסענע געפאלדעוועטע קלייד צו דער װײַסער באטיסטענער בלוזע מיטן 
גיפּיורענעם הויכן קראגן קליידט איר ביז גאָר. אירע בלויע אויגן זײַנען נאָר 
ליכט בענטשן, װי אויסגעוואשן. אפן קאָפּ טראָגט זי א העל-בלאַנדן פּאריק 
מיט א װײַסער געבויגענער קאם, וועלכע כאפּט ארום די קוקסע. אין די 
אויערן, אין די אויערן-לעפלעך פּיטשינקע בורשטינענע שטיינדעלעך אין 
דיקע גאָלדענע רייפלעך, -- צוויי דורכזיכטיקע געלע טראָפּנס וואסער שפּיג- 
לען אָפּ די פלעמלעך פון די בענטש-ליכט. װי אױסגעטאַקט איז אף מאלקען 
דאָס העל-גרויע, דינע װאָלענע קלייד. אף די שווארצע האָר האָט זי א װײַסע 
בלאַנדקע אויסגעשלייערט, א גאָלדענע קייט באָמבלט זיך פון איר קלענ- 


170 


סטער באוועגונג. צו ליכט בענטשן האָט זי קיין טרערן ניט געקארגט, ניט 
קיין טפילע פון דער האגאָדע, אייגענע פּראָסטע װערטער האָט זי צו אים 
אין הימל געשיקט. ,טאטע-פאָטער, דו װוייסט אלעמענס שװער הארץ, דו 
ווייסט מײַן הארץ אויך, קער אָפּ מײַן מאן פון יענער, ברענג אים צו מיר, 
טאטע זיסער!" | 

דרײַ הויכע שנײ-װײַטע העסעבעטן ווארטן. פּעסיע קוקט אף מאלקען 
און זי טראכט: ,איר מאזל זאָל איר אזוי שפּילן, װי איר אָנבליק שפּילט", 


;א גוט יאָמטעװ" -- זאָגן די מאנצבלען, טוען אויס די מאנטלען. איינע 
פון די עלטערע מיידלעך גיסט זיי אוף, זיי וואשן די הענט, זעצן זיך אף די 
העסע-בעטן, האלב אָנגעלענט. רעב ליב נעמט די זרויע אין דער רעכטער 
האנט, אן איי אין דער לינקער האנט. עליע קוקט ניט, װי רעב ליב ריכט 
אָפּ סיידער, ער ווייסט אליין װי און װאָס. חירש קוקט גראָד יאָ, װײַל פון 
יאָר צו יאָר פארגעסט ער, נעבעך, װעגן אװאָדים האינו, װאָס באטײַט -- 
קנעכט זײַנען מיר געווען. ווען עליע מיט רעב לייבן נעמען אויסרעכענען 
די צען מאקעס, טראכט הירש: ,א מאיאַנטעק מיט צאָרעס. פּארע האָט זיך 
געהאט פון װאָס צו קראצן". עליע באמערקט, אז חירשע איז ניט אין דער 
האגאָדע. טוט ער צו אים א זאָג: ,נו, אָ, צווי...". די פיר קאשעס פרעגט 
בליומקע. נאָך דער פערטער האָט זי א פינפטע קאשע: 

-- פעטער עליע, -- פרעגט זי, -- פארװאָס זאָגט באצעליונעס, אונד- 
זער מיל-געזעל, אז מע װעט אונדז אלעמען אויסהארגענען, 

-- האַרך ניט װאָס ער זאָגט, טאָכטערקע. גאָט װעט ניט דערלאָזן, ער 
אין הימל װעט אָפּװענדן דעם ראָשעס האנט. 

עס איז געװאָרן שטיל. א רעכטע װײַלע זײַנען די לעפל שטום געװאָרן 
אין די הענט. דערנאָך זאָגט רעב לייב מיט עליען ,בכאָל דאָר כאיאָוו אַדאָט", 
װאָס עס באטײַט: ,יעדער מענטש איז מעכויעו צו געדענקען מיצראים, װי 
ער אליין װאָלט פון דאָרטן נאָרװאָס אויסגעלייזט געװאָרן". הירשע הערט 
מיט איין אויער, ער האָט זיך גענומען צום פלוימען-צימעס. עליע מיט רעב 
לייבן זאָגן האלעל, דערנאָךר שיר-האשירים, 

אלע מיידלעך שלאָפן שוין, פּעסיע מיט מאלקען וואשן דאָס געפעס און 
ריידן שטילערחייט, 

-- דער יעיצערהאָרע נעמט אף אים די אויבערהאנט. ער קאָן ניט 
אויסזיצן און הערן, װאָס דער פעטער עליע מיט רעב לייבן זאָגן. 

-- עס זיך ניט אוף לעבעדיקערהייט, מאלקע. ער אין הימל קערעוועט 
אים צום שׂלעכטן וועג. אָבער זדו האָסט א פארזאָרגער, ער אין א גוטער 
טאטע, האָט א ווייך הארץ צו אָרעמעלײַט, -- טרייסט פעסיע, 


11 


-- דאָס יאָ. ער אליין האָט די פורן אַנגעלאָדן און ער האָט מיר אָנגע- 
זאָגט ,קארג ניט, זאָלן שטעטלשע קאפּצאָנים װויסן, אז מיר שטייען אײַן בא 
זי אף פּייסעך". 

-- זעסטו שוין, מאלקע, דארפסט זיך צופרידן שטעלן. װילסט, אלע 
טעפּלעך זאָלן זײַן פול, דאָס קאָן ניט זײַן! איינס איז פול, דאָס אנדערע איז 
ליידיק.. 

-- פּעסיע, ביסט קלוג און קלוג, אָבער װועגן דערוף זאָלסטו גאָרנישט 
ריידן. דו ביסט ניט קיין געפּרווטע... -- דערווידערט מאלקע, און פון אירע 
אויגן גיסן ווידער טרערן. 

עליע און רעב לייב זאָגן שיר-האשירים, װי מע זאָגט דאָס איצטער אין 
אלע ייִדישע שטיבער. באנגלעך-הארציק קלינגט דאָס געזאנג פון אלע גע- 
זאנגען, עס פילט אַן די שטוב מיט די אױסגעװײַסטע קלאָרע ווענט. פּלוצעם 
זאָגט רעב ליב צו עליען: 
-- עליע, עס גייט מיר פון זינען ניט ארויס, װאָס דאָס קינד האָט גע- 
פרעגט. | 

-- נישקאָשע, רעב לייב. מיר האָבן א גרויסן גאָט! -- זײַט ניט מאפ- 
סיק, -- זאָגט שטיל עליע -- און ווידער פליסט דאָס געזאנג פון אלע גע- 
זאנגען... 


כאנעקע 


וי איך האָב ליב געהאט כאנעקע, אזוי האָב איך ניט געקענט פאר" 
טראָגן ערעו! כאנעקע. די גאנצע שטוב איז געווען אין פעדערן, ניט אזוי די 
פעדערן, װי דער פּוך, װאָס איז געפלויגן איבערן גאנצן שטוב. ס'האָט זיך 
- מיר געדוכט, אז איך עס פּוך מיט ברויט. דערנאָך פלעגט די באָבע אראָפּי 
וויקלען פון די גענדוענע טולקעס די גראָב-גריבלדיקע שמאלץ, די פּלאָס- 
טערס ארויסנעמען איינס-און-צוויי, דער זיידע האָט געהאָלפן שנײַדן די 
שמאלץ אף דער פייסעכדיקער ברעט, מע האָט עס ארײַנגעלײגט אין א 
גרויסער אױסגעװײַסטער קופערנער פאן און עס געשטעלט אפן דרײַפוס, 
אונטער וועלכן ס'האָט געפלאקערט א פײַער. די באָבע האָט געשיילט צִי- 
בעלעס אין דער גרויסער פּאַרצעלײַענער שיסל. איך האָב ליב געהאט זיך 
צוהערן, װוי אין דער קופּערנער פאן חייבט אָן בלעזלען און פּלאפּלען. דער- 
נאָר האָט מען געװאָרפן די ציבעלעס אין פאן ארײַן. אױיגנבליקלעך איז 
די שטוב אָנגעפילט געװאָרן מיט אזא רייעך, אז איך געדענק עס ביז הײַנט 
און איך האָב אויך ניט פארגעסן וי איך פלעג אױסשרײַען צו דער באָבען: 
,גיב מיר גיכער ברויט מיט שמאלץ!" -- ,אוז מיט צונג װילסטו ניט?" איצ- 
טער דוכט זיך מיר, אז װי די באַכע פלעגט ארויסברענגען די ווערטער , מיט 
צונג", פלעגט זיך עפענען די טיר, און דער פעטער הענעך מיט די גלעקלעך - 


172 


איז שוין דאָ. ער טוט אויס דעם וועג-מאנטל און לאָוט הערן דעם פּיזמען, 
װי אלע יאָר, / איישעס כאיל מייימצע, װו נעמט מען אוֹא װײַבֿ, װי מײַן 
שפּרינצע: פון נאָז רינט, פון די אויגן סרערט, די שטוב איו דרײַ טעג ניט 
אויסגעקערט. קריכט זי אפן בוידעם נעמען די אײער, פארלירט ױ דעם 
פארטעך מיטן שלייער", 

-- הער אוף, הענעך. האָב ראכמאָנעס. ערשטנט, רופט מען דײַן װײַב 
יענטע, וועהאשייניס איז זי גיט אזא שלימאזל, 

און ביז הענעך מיטן זיידן מיט לייב דעם פּאָרעש גיבן זיך שאָלעט-אליי- 
כעם, דערציילט מיר די באָבע א מײַטע: 

-- הערטט, מעסעמיידעסטע, או מײַן מאמע, דײַן באָבע מירעלע, אַלע- 
האשאָלעם, האָט אנומלטן געפּרעגלט שמאלץ אף פייסעך און געטײַנעט צו 
איר מאן, צו דײַן עלטערזיידן באָרעכן, אַלעװהאשאָלעם: , כווייס ניט װי 
איך על האיאָר אויסקומען, זי שמאלץ איז געווען דין און די פּלאָסטערס 
שיטער, עט װעט זײַן נאָר זיך צו באלעקן", וי זי זאָגט עס, לאָזט זיך אראָפ 
א האגט פון קוימען און פון די פינגער נעמט ריגען שמאלץ. די פאן איז שוין 
פֿול, באָרעך, שרײַט זי, גיב נאָך א פּײיסעכדיקע קילע. דערלאנגט דער 
זיידע א פּײיסעכדיקן געגלייזטן סאָפּ, אין א פּינטל מיטן איג אין דער 
טאָפּ אויך פול, גיב נאָך א קיילע, שרײט ױ צום זידן. איגמיטנרערינען 
עפנט זיך די טיר, עס לױפט ארײַן מערע-איטל די שטריקערקע מיט 
א געשריי: הװאָסי זי האָס א טאָעס געהאט, ארײַנגעלײגט זי 
שמאלץ אין דער כאָמעצדיקער פאן און געשטעלט פּרעגלען. װי 7 איז 
ארײַן מיט דער בסורע, איז די האנט געלעם געװאָרן, און די שמאלץ פון 
דער צווייטער קיילע איז אויסגערונען ביו א לעק. קיין סימען האָט מען 
אין ערגעץ ניט געוען, װי דאָס װאָלט א מאלעך אָפּגעלעקט 

דעמלסט איז מיר די מײַסע אויך געפעלן געווען. און װוי האָט עס גע- 
קענט ניט געפעלן זײַן: די שטוב האָט געשמעקט מיט גריוװוענעס, אז מע 
האָט געקענט כאלעשן. דער זיידע, דער פעטער הענעך און רעב ליב דער 
פּאַרעש זײַגען אוועק צו מײַרע און בייט זיי זײַגען צוריק געקומען, איז 
שוין אין שטוב געווען יאָמטע, די גענדוענע גריוענעס אין א גרויסער 
פּאַרצעלײַענער שיסל אף א האלב-קײַלעכדיקן צינענעם פּאָלומעטעק א בארג 
;אטקעס. די באָבע אײַלט אונטער דעם זייצן; 

-- מארודעווע ניט, עליע, ציגד דאָס ערשטע ליכטל, 

דער זיידע שמעלצט ארײַן א ליכטל אין כאנעקע-לעמפּל, צינדט עס אָן, 
מאכט די געוויסע בראַכע, װאָס דער ריבוינעשעלוילעם האָט אים מעואקע 
געווען אָנצוצונדן דאָס ערשטע ליכטל. און מע זעצט זיך צום טיש. די גע- 
װויערטע קרויט מיט די אנטאָנאָװקעס צעגייען אין אלע גלידער, וװעגן די 
לאטקעס איז ניטאָ װאָס צו ריידן. זיי זײַנען אין דער מאָס צוגעברוינט, או 
מע בײַסט אָפּ א שטיקל לאטקע, ווייסט מען ניט װוּ דאָס איז אחינגעקומען, 
דערנאָך דערלאנגט די באָבע גענדזענע פולקעס, לעבערלעך, װאָס זי האָט 
געפּרעגלט אינעם פאן שמאלץ. אלע גלידער צעגייען פון מעסיקעס, ביו 


175 


איצט איז מיר דער טאם אונטערן גומען. דערנאָך זינגען מיר אלע ,מאָויס 
צור יעשואָסי", װאָס איז דער טײַטש: טאטע-פאָטער, מײַן הילף איז אין דײַן 
פעסטונג, אָפּגעגעסן, געשפּילט אין דריידל, געקראָגן כאנעקע-געלט בא א 
גאנצע גריוונע, קלאפּט מיר דער פעטער הענעך אין פּלייצע, פּינטלט צו 
מיר מיט די שווארצע אויגן און רופט אויס: ,קאטאץ, קאטאץ!". 

געוויס, אלע באלעבאטים האָבן פערד. אָבער אזוינע סוסים, װי ייִסראָעל 
דער פּאָטשטער, האָט קיינער ניט. זײַן זון רוווקע טרײַבט, װי א רועך, די 
פערד, דער שליטן איז אָנגעפּאקט מיט מיידלעך און ייִנגלעך, די געלעכ- 
טערס מיט די קוילעס טראָגן זיך ביז צום הימל, פון אונטער די פערד-טלאָען 
פליט שניי אף אלעמען, די באלעגאָלעס מיט די קאצאָווים לאָזן זיך ניט 
איבעריאָגן פון רוווקען. עס ליגן שוין ייִנגלעך און מיידלעך אין שניי פון די 
איבערגעקערטע שליטנס, די קװיטשערײַען קאָן מען הערן אין שטעט?, 
כאָטש מע איז שוין גוטע עטלעכע יאָר פון דאָרטן. אָבער קיין ביין ניט, די 
גלעקלעך קלינגען, די געלעכטערס הילכן, די אָנטרײַבערס שרײַען 

-- סמא ייִסראָעל, אראָפּ פון װעג! ווייך פלייש איז הײַנט בעזיל-זאָל, 
שפּעט אין אַװנט קום איך מיטן פעטער הענעך אין שטוב ארײן. 

-- גיב א בליק אף זיך װי דו זעסט אויס, -- שרײַט צו מיר די באָ- 
בע, -- זיך גוט אויסגעוואלגערט מיט די זשורליקעס אין שניי, די מינוט גי 
ארויס אין געהעפט און שאָקל אראָפּ דעם שניי. 

איך זע שוין ניט װי דער פעטער הענעך זעט אויס. אין א װײַלינקע 
ארום, איך האָב נאָר באוויזן צוטוליען דעם קאָפּ צום קישן, האָט מיך די 
ווארעמקײַט ארײַנגענומען אין איר שויס... 


א פורעמדיקער לעכאים 


עליע און פעסיע, זייער טאָכטער ריווע-גיטל, זייער איידעם הירש מיט 
דרי מיידלעך און דרײַ ייִנגלעך זײַנען געגאנגען צו פּעסיעס שוועסטער, צו 
זעלדען אף דער סודע. פעסיע האָט ארײַנגעשושקעט עליען אין אויער: 

-- כ'נין א באלן צו זען, װאָס די פארמאכטע האנט װעט אוועקשטעלן 
אפן טיש. 

קיין בלאָטע איז גראָד ניט געווען. א פרעסטל האָט אויסגעגלאזירט און 
ציכטיק געמאכט די גאס. הירש האָט זיך אָנגערופן; 

-- איר ווייסט, שווער, עס זאָל אזוי שטיין כאָטשבי נאָך א װאָך, דארף 
מען ארײַנפירן פון קאדאן פּייסעכדיקע מעל, װאָרעם אויב עס װעט נעמען 
לאָזן, װעט מען בלײַבן שטעקן אין טינטערס ביז די אקסלען. 

-- א ריכטיקער געדאנק. זאָג די איבעריקע פורמאנעס, זיי זאָלן אויך 
אזוי טאָן, -- האָט עליע געייצעט דעם איידעם. 

אזוי איז זיך די מישפּאָכע געגאנגען איבערן גאס, דורכן מארק, און 
פּעסיע האָט די גאנצע צײַט אונטערגעגעבן מוט עליען. 


174 *ןן 


-- עליע, שמעק. דײַן נאָז פילט װאָס פאר א פלאָדן עס באקט זיך בא 
מוישע מירוויס? איצטער שמעק פון לינקס. לייע פײַװעס בראָט געויס 
גענדז, מע קען שטארבן פונעם רייעך, 

און אזוי שמועסנדיק האָט מען זיך אופגעהויבן אף זעלדעט גאנעק. פּע- 
סיע האָט גראָד ניט געטראָפן, דער טיש איז געווען אָנגעפּראַפּט. הידשע 
דער מילנער איז האלב געזעסן, האלב געלעגן, װײַל ער איז שוין געווען א 
ביטל אונטערגעשנאַסקעט. זעלדע האָט איבערגעכאפּט פעטיעס בליק און 
האָט אויסדריקלעך געמוסערט. 

-- טײַערע שוועסטער מײַנע, קוק ניט אף מײַן טיש, װי דער אקציזניק. 
זאָל איך אזוי ניט װויסן פון קיין בייז, װי איך האָב דיר קיין זאך ניט גע- 
זשאלעוועט. 

ערשט איצט האָט פּעסיע אָנגעקוקט די שוועסטער אירע, װײַל זעלדע 
האָט צוגעדעקט אירע גראָװע האָר מיט דעם העל-ברויגעם פּאריק. די לאנ- 
גע גאַלדענע קייט מיטן זייגערל האָט זי צוגעשפּיליעט מיט דער גילדענער 
בראָש צו דער גיפּיורענער בלוזקע. פּעסיע האָט די קייט מיטן זייגערל ניט 
צוגעשפּיליעט, און עס האָט זיך פרל געבאַמבלט. ריווע-גיטל איז געווען 
אָנגעטאַן אין א טונקל-גרוי קלייד, געפּוצט מיט ראָזן גיפּיור, ארום הויכן 
קראגן מיט די פישביין זײַנען געווען ארופגעװאַרפן צוויי קרענצלעך פּערל, 
מע האָט גוט צוגעביסן. די מאנצבלען האָבן געזונגען, די װײַבער האָבן אונ- 
טערגעהאלטן, זיי האָבן ניט געװוּסט, אז דאָס צירונג מיט זייער גאנצן 
פארמעגן װעלן אין עטלעכע יאר ארום האָבן אנדערע באלעבאטים.. 

מע האָט אָנגעגאָסן די גלעזלעך ניט צום ערשטן מאָל, מע האָט אויס- 
געטרונקען און ווידער אָנגעגאָסן די גלעזלעך. דעמלט האָט זיך עליע אופ- 
געחויבן פון זײַן שטול, גענומען דאָס פולע גלעזל אין האנט און געקוקט 
דערין, | 
-- װאָס קוקסטו אין גלעזל, װאָס דוכנסטו? טרינק, װעלן מיר אויך 
אויסטרינקען, -- האָט פּעסיע אומגעדולדיק צו אים געזאָגט. 

-- פּעסיע, מע דארף האָבן דערעכערעץ פארן מאן, דו ווילסט גיכער 
טרינקען און איך װויל לענגער קוקן. קוק איך, און איך טראכט, אז מיר זאָלן 
קיינמאָל קיין סודע ניט מאכן און קיינמאָל קיין לעכאים ניט טרינקען אין 
דעם טאָג, װען מע האָט ניט באויזן מיטן כאלעף צעשנײַדן אונדזערע 
העלדזער, 


אין א מארקיטאָג 


דערפרייט פלעגט די באָבע זײַן, בייס יוסטינעס פלעגט זײַן שליטעלע 
אָפּשטעלן לעבן דער טיר. װי מיר געדענט זיך, פלענט דאָס אלעמאָל זײַן 
ווינטער. אפן שליטעלע זײַנען אָנגעמאָלט רויטע און כלויע געאָרגינעס און 


175 


אין שליטעלע זיצט יוסטינעס װײַב און אירע באקן פלאמען, וי געאָרגינעס. 
ער שפּיליעט אָפּ די דעקע, טוט זי א הייב, און אזוי זי טראָגנדיק אף די 
הענט, גייט ער ארײַן אין שטוב, װײַל די טיר איז דאָך שוין ברייט צעעפנט-- 
די באָכע האָט גלײַך דערהערט, אז ער איז צוגעפאָרן. זי, מאריטע, זיצט, 
שטרעקט אים אויס איין האנט, און די אנדערע, ער ציט אראָפּ פון איר דעם 
פּעלץ, נעמט אראָפּ די הוט פון איר קאָפּ. דערנאָך שטעלט עֶר זיך אף די 
קני, ציט אראָפּ די װאָליקעס פון אירע פיס. די באָבע דערלאנגט די מעש- 
טעס, וועלכע שטייען אלעמאָל הינטערן בעט. דערנאָך טוט זיך די באָבע א 
לאָז אין קיך ארײַן. איינס-און-צוויי איז שוין געמאכט הערינג, קיכלעך איז 
דאָ פון שאבעס. װישניק מיט גלעזעלעך פעלן אויך ניט, איך שטיי און קוק, 
וי יוסטינעס האַדעװעט דאָס װײַב. דאָס װונדערט מיך ניט, װײַל זי איז 
אזוי בונט, װי מיר דאכט זיך, שוין, אף אירע ליכטיקע האָר האלטן זיך 
ערטערװײַן טראָפּנדלעך וואסער פונעם צעגאנגענעם שניי און דאָס זעט 
אויס װי בלאנקע שפילקעלעך. מאריטעס אויגן זײַנען אראָפּגעלאָזן, זי עפנט 
אוף דאָס מויל פּונקט דאז, ווען יוסטינעס טראָגט צו דעם גאָפּל צו אירע 
ליפּן, איך װאָלט אזוי געשטאנען לעבן טיש און געקוקט, און געקוקט, אָבער 
מיר איז פארשטערט מײַן נײַגעריקײַט, װײַל צוישן דער טיר און דער וואנט 
האָט יוסטינעס אוועקגעשטעלט די בײַטש. דאָס איז זייער א וואזשנע בײַטש, 
מיט פרענדזעלעך און מיט א געפארבן בײַטש-שטעקל. איך װייס שין, 
בייס יוסטינעס װעט אָנהאָדעװען דאָס װײַב, װעט אויסטרינקען די גאנצע 
פלאש ווישניק, װעט ער זיך לאנג ניט פארזאמען, ער װעט אָנטאַן זײַן מא- 
ריטען דעם פּעלץ, די חוט, דערנאָך װעט ער אָנטאָן די װאָליקעס, ער װעט 
ווארטן ביז דער זיידע װעט ארױיספאָרן מיטן שליטעלע פון טויער און װעט 
ארויסגיין מיט מאריטען אף די הענט צום שליטעלע. און דאן װעט די באָבע, 
װי אלעמאָל, הייסן: ,טראָג ארויס און דערלאנג אים די בײַטש!" 

און, װי אלעמאָל, װעל איך ניט פאָלגן. איך האָב פײַנט די בײַטש. דער 
זיידע האָט שוין ניט איין מאָל געזאָגט: ,סװײַב קען ער ארײַנטראָגן -- 
ארױסטראָגן און די בײַטש קאָן ער ניט בײַקומען?" 

מיך ארט ניט װאָס ער טראָגט ארײַן און טראָגט ארויס מאריטען, איך 
האָב פײַנט די בײַטש, כאָטש די בײַטש איז מיט פרענדזעלעך, און דאָס 
בײַטש-שטעקל איז אױסגעמאַלט, ווייס איך, אז וען מע גיט מיט דעם א 
שמיץ, פילט מען דאָס גאנץ גוט. ,װאָס שטייסטו, האָסט ניט געהערט, װאָס 
כ'האָב געזאָגט? דערלאנג די בײַטש". איך פאָלג ניט. יוסטינעס גייט אליין 
נאָך דער בײַטש. אינגיכן הערט זיך װי ער טוט א געשריי ,וויאלנאס!", װאָס 
איז דער טײַטש ,טײַװל", די באָבע מאכט א פּאַר טריט צו מיר, איך גי צום 
זיידן. אזוי שטיי איך, דער זיידע אנטקעגן דער באָבען: ,גלעט איר, גלעט 
איר די בעקלעך, װעסט האָבן פון איר נאכעס" -- זאָגט די באָכע. אָבער 
שפּעטער א ביסל, בא וועטשערע, גיט מיר דער זיידע א גריוונע און זאָגט 
גאנץ הויך: ,אָט האָסטן דערפאר, װאָס דו האָסט ניט ארױסגעטראָגן די 
בײַטש", 


16 װ2אנעע10 141 || 


אזוי איז געטאָן געװאָרן 


אין אָװנט איז ארײַנגעגאנגען צו עליען רוּוון דער פארבער מיט זײַן זון 
מוישקען און אלטער דער בויער מיט זײַן זון כאצקל, 

-- א גוטן אָװנט דיר, פּעסיע, װוּ איז דײַן עליע? 

-- דאָס װאָלט איך געדארפט פרעגן כא אײַך, איר גייט דאָך פון מײי- 
רעוו, זײַט איר געווען אין בעסמעדרעש, האָט איר אים געוויס געזען. און 
איר ווייסט דאָך, אז ער האָט א מאָדע ארומטאפּן יעדער ווינקעלע אין בעס- 
מעדרעש, צי איז ניט געבליבן אן אַרעמאן אָן וועטשערע און אָן א געלעגער. 

-- מיר װוייסן, -- האָט אלטער געזאָגט, -- בא די װערטער האָט זיך 
געעפנט די טיר און עליע איז ארײַנגעגאנגען, 

-- א גוטער אָװנט, א גוטער יאָר אף אײַך. פארװאָס שטייען אונדזערע 
געסט, מיר האָבן קיין בענקלעך ניט? -- האָט עליע געשמייכלט און געגלעט 
די באָרד, 

-- רעב עליע, מיר זײַנען געקומען זיך האלטן מיט אײַך אן אייצע. 
וויפל װעט נאָך דער קעלעוו, דער ניװוזיק, דער מענווול טרעטן די ערד, 

-- ס'איז ניט אין אונדז געווענדט, ער אין הימל זעט דאַך, 

-- פארװאָס עפּעס איז ניט אין אונדז געווענדט. בא אײַזיק דעם בלע- 
כער איז דער עלטערער זון אוועק אין אמעריקע, און אלע האָבן שוין ועגן 
דעם פארגעסן. מע האָט געװוּסט, אז אײַזיק האָט איין זון. װאָס זשע טוט 
דער מאָסער? ער שרײַבט אהין, װוּ מע דארף, און מע נעמט צו בא אײַזיקן 
שלוימקען. ער האָט דאָך, נעבעך, געהאט שוואכע לונגען, איז ער פארשניטן 
געװאָרן, מײַן כאצקל איז דאָך געװוען מיט שלוימקען אויסגעבונדן -- איין 
לײַב און איין נעשאָמע. האָבן מיר זיך דורכגערעדט, זיך מעיאשעוו געװוען, 
און באשטימט, אז דער מענוּוול זאָל גיין אהין, פונוואנען ‏ מע קומט ניט 
צוריק, : 

-- דאָס איז א נייטיקע זאך! -- האָט פּעסיע אויסגעשריען, -- װאָס 
מעלקסטו די באָרד, עליע? אויב דו ווילסט עפּעס באקלערן, טו דאָס גיכער, 
מענטשן זײַנען געקומען זיך האלטן מיט דיר אן אייצע, זאָג א װאָרט, 

-- שטילער, מײַן װײַב. דו זאָגסט, סאיז א נייטיקע זאך, סאיז טאקע 
ריכטיק, נויט ברעכט אײַזן. סאיז א גרויסע מיצווע צוצונעמען דעם הימל 
פון זײַנע אױיגן. אָבער מע דארף דאָס גוט באטראכטן. 

-- וי און װאָס האָבן מיר זיך שוין מעיאשעוו געװוען. כאצקע און 
מוישקע און מיר, זייערע טאטעס, װעלן אויך צולייגן א האנט. -- אזוי האָט 
געזאָגט רווון דער פארבער, און אלע זײַנען אוועק, 


אין א צוויי טעג ארום, שפּעט אין אָװנט איז ארײַנגעגאנגען אלטער און 
שטיל געזאָגט צו עליען: | 
-- די אָזערע האָט אים ארויסגעװאָרפן, 


-- סאיז קיין װוּנדער ניט, | 

-- קיין װונדער איז דאָס ניט, אָבער אז מיר זײַנען אף מאָרגן באגינען 
צוגעגאנגען צו דער אַזערע און מיר האָבן אים דערזען ליגנדיק אפן ברעכ, 
איז אונדז געװאָרן ניט גוט, | 

-- פון װאָס קען דאָ ווערן גוט, -- האָט פּעסיע אויסגערופן. 

-- װאָס זשע האָט איר פאָרט געטאָן? 

-- די ייִנגלעך זײַנען אוועק און זײַנען געקומען מיט פערד און װאָגן. 
האקיצער, אלץ איז, װי מע זאָגט, אראָפּ גלאט. מיר האָבן אים באשטאט. 
איצטער דארף מען נאָר זאָגן דעם פּריסטאוו, אז ער זאָל ווערן זײַן קאדעש. 


א געפינס 


דעם פרײַטיק איז דער זיידע געקומען אָן יעראשעסן, בא װעלכן ער 
האָט געמאכט א קאמין. אין װאָגן איז געווען אײַנגעשפּאנט א ברוינער פערד 
און בא דער זײַט איז געשפּרונגען א זשערעבטשיקל. זײַנע פיסלעך זײַנען 
געווען דינע, די גריווקע און דאָס עקל -- װײַסע און געקרײַזלטע. איך האָב 
אים אזוי האָלט געקראָגן, קימאט װי דעם זיידן. ביז די באָבע מיטן זיידן 
האָבן אױסגעלאָדן דעם װאָגן האָט היפּש געדויערט, װײַל אין װאָגן איז גע- 
ווען א פלאכער געפלאַכטענער קאָרב מיט אויפעס, א קליין פעסעלע מיט 
האָניק און טװוּע אין א זאק. דערנאָך איז דער זיידע ארײַנגעפאָרן מיט 
פערד און װאָגן אין געהעפט ארײַן, דאָס זשערעבטשיקל האָט זיך א הייב 
געטאָן אף אלע פיר פיס מיטאמאָל, דאָס איז געווען אזוי שיין און געשיקט, 
אז איך גופע האָכ אויך געװאָלט אזוי א שפּרונג טאָן. נאָר דער זיידע האָט 
הארב אויסגערופן: 
- -- װאָס פאר א שפּרינגעניש, דו ביסט ניט קיין זשערענטשיק. גי 
העלף בעסער דער באָבען, ס'איז ערעוו שאבעס. װאָרעם דאָס זשערעבטשיקל 
װעט נאָך זײַן בא אונדז ביז זונטיק. | 

דערהערט , ביז זונטיק", בין איך ארײַנגעלאָפּן אין שטוב. די באָבע האָט 
געמאכט א געוויקלטן קוגל, זי האָט אף אן אויסגעוואלגערטן דינעם בלאט 
טייג אָנגעבראָקט הינערשע שמאלץ, פאנאנדערגעשאָטן ראָזשינקעס, ארײַג- 
געלייגט פלוימען-אײַנגעמאכטס, באשפּרענקלט מיט געריבענער טרוקענער 
כאלע, האָט עס פארדרייט און ארײַנגעלײגט אין קוגל-טאָפּ. איך האָב אויס- 
געשײַערט די לײַכטער, געהאַלפן דער באָבען פארשפּרייטן דעם טיש מיטן 
שאבעסדיקן טישטעך, און װי נאָר דער זיידע איז ארײַנגעגאנגען אין שטוב, 
האָט די באָבע גלײַך געפרעגט: | | 
- --- װאָס פאר א מאנטל האָסטו אריבערגעװאָרפן איבער דער האנט? 
דו האָסט אים אנטליִען בא װועמען-עס-איז? | | 


188 


-- כ'האָב בא קיינעם ניט אנטליען, כהאָב דעם װעג-מאנטל גע- 
פונען לעבן די מאָהילקעס. אין דער אינװייניקסטער קעשענע פונעם מאנטל 
ליגט א געלער טײַסטער מיט א מאטמען געלט. 

די באָבע האָט געװאָלט באקוקן דעם מאנטל, נאָר דער זיידע האָט אויס- 
גערופן; 

-- לאָז געמאך, פּעסיע. מעגסט מיר טרויען, סאיז אזוי, וי איך זאָג, 


אף מאָרגן בין איך געװוען מער אין שטאל וי אין שטוב. אָבער בייס 
איך פלעג ארײַנלויפן נאָך א שטיקל כאלע, האָב איך געהערט װי דער זיידע 
האלט אין איין טײַנען מיט דער באָבען. דעם זיידנס קאָל איז געווען אומעץ- 
טיק און פארדײַגעט, און די באָבע האָט, װי אלעמאָל, געפונען א װערטל: 

-- ווייסט, עליע, װאָס איך װעל דיר זאָגן. טאָמער װאָלטן מיר רויק 
געשלאָפן, האָבן מיר א גליק צו געפינען א מאנטל, . 

-- איך טראכט אזוי, מײַן װײַב. סװאָלט געװוען גוט, דו זאָלסט צוגיין 

צום אָרגאניסט און זאָלסט אים זאָגן, אז איך דארף אים נייטיק האָבן, 

פארנאכט איז געקומען פּאן קאזימעש. דער זיידע האָט אים ארײַנגערופן 
אין אנדערן קאמער און האָט דאָרטן מיט אים היפּש געשמועסט, דערנאָך 
האָט די באָבע געשטעלט קיבעד אפן אייגענעם געװװועבטן טישטעך. אין א 
פּאָלומעסעק קאלטן קאלבן-פלייש, מערן-צימעס מיט פלימען, געהאקטע 
הערינג און א קארפינקע מיט װישניק. דער אָרגאניסט האָט געגעסן און 
האָט געלויבט דער באָבעס מײַכאָלים. ער האָט אלע װײַלע געגאָסן פון קאר- 
פינקע אין גלעזל און איך האָב געזען, אז אין קארפינקע ווערט אלץ קנאפּער 
און קנאפּער... בייס דער אָרגאניסט איז אװועק, האָט דער זיידע אומעטיק 
געזאָגט: 

-- נאשערט א פארשטערטער שאבעס, איך קען אין קאמער ניט אריין- 
גיין, וי דאָרטן װאָלט געלעגן א פייגער, 

-- נעם זיך ניט צום הארצן, מײַן מאן. מאָרגן װעט פּאן קאזימעש זאָגן 
דעם קסיאַנדז, יענער װעט אין טיפליע אויסרופן אף דער גאנצער פּאראפיע, 
און ס'וועט זיך געפינען דער, װאָס האָט עס פארלאָרן. װעט זײַן בא דיר 
מיט אן אומגליק קנאפּער און מיט א גליק מערער, 


זונטיק פארנאכט איז צו אונדז געקומען א יונגער, הויכער, שיינער פּאַ- 
רעץ אין זייער א שיינעם גארניטער, ער האָט אָנגעקוקט דעם זיידן, גע- 
פרעגט אזעסדיק: 

-- דו ביסט עליעס? 

דער זיידע האָט אים אָנגעקוקט מיט זײַנע בלויע אױגן און געלאָזט 
וויסן: 

-- איך בין עליעס! אָבער שרײַ ניט, איך בין ניט קיין פלאָקן אין דײַן 
פּארקן, 


19 


-- דו האָסט געפונען א וועג-מאנטל? 

-- איך. נאָר זאָג מיר, װאָס פאר א קאָליר האָט דער מאנטל, און װאָס 
ליגט אין דער איגעװייניקסטער קעשענע. | 

-- דער וועג-מאנטל איז א גרויער און אין דער אינעװײיניקסטער קע- 
שענע ליגט א געלער טײַסטער מיט פינף און צוואנציקערס, בא די דרײַ 
טויזנט רובל, 

מער האָט דער זיידע קיין װאָרט ניט געזאָגט, ער האָט ארױיסגעטראָגן 
דעם וועג-מאנטל, א װאָרף געטאָן אפן שטול, װאָס איז געשטאנען 
לעבן פּאָרעץ. דער פּאָרעץ האָט ארויסגענומען פונעם טײַסטער דרײַ שיינע 
קנאקנדיקע פאפּירלעך און האָט עס אװעקגעלייגט אפן טיש. דעם זיידנס 
בלויע אויגן זײַנען געװאָרן טונקל, ער האָט אף א נידעריקן קאָל שטרענג 
געזאָגט צום פּאָרעץ; 

-- ווען איך װאָלט געװאָלט צונעמען פרעמד געלט, װאָלט איך ניט 
געהייסן אויסרופן אין קאָסטיאָל, אז אזא און אזא האָט געפונען דאָס און 
דאָס. און מער זאָלט איר מיר קיין װאָרט ניט זאָגן, װאָרעם איך בין אײַך 
ניט דו. גייט ארויס פון מײַן שטוב, פארגעסט ניט אײַער געלט אפן טיש, 

דער פּאָרעץ האָט גענומען דאָס געלט, איז אוועק צו דער טיר, און דער 
זיידע איז געגאנגען אהינטער אים, װי ער װאָלט אים אָפּגעהאקט דעם װעג 
אין שטוב ארײַן, 

-- עליע, האָסט געזען װי דער פּאָרעץ איז בלייך געװאָרן? 

-- זאָלן זיי װערן בלייך, זאָלן זיי װוערן רויט, שטעל די טיי-קאן, מיר 
וועלן אראָפּשװענקען דעם קלאָפּאָט! 


עליעם לעװײַע 


די מאמע, אָלעװהאשאָלעם, האָט דערציילט, אז דער זיידע עליע, זײַן 
נאָמען זאָל לויכטן, איז געשטאָרבן װי א צאדיק. ער איז נאָך אָנבײַסן ארויס- 
געגאנגען אין סאָד ארומשערן די אגרעסן-ביימלעך. מע דארף שוין עסן 
ווארמעס און ער איז ניטאָ און ניטאָ. גייט די מאמע אים רופן., זעט זי, אז 
ער ליגט לעבן די אגרעסן-ביימלעך מיט דער שער אין האנט. דאָס גאנצע 
שטעטל איז געווען אוף און אונטער, קינד-און-קייט זײַנען געווען אף דער 
לעװײַע. אז מע האָט זיך אָפּגעשטעלט אין שול-הויף און דער ראָװ האָט 
גענומען מאכן דעם העספּעד, האָבן אים קיין ווערטער ניט געקלעקט פאר 
די שװאָכים. נאָר מיטאמאָל האָט מען דערהערט א געזאנג. מע האָט אויס- 
געקערעװעט די קעפּ און דערזען, אז אהינטער דער צוים פון שול-הויף 
שטייט דער גאלעך מיט די ייִנגעלעך, װאָס זינגען אין טיפלע, אלע האלטן 
זי קליינע ספאָרימלעך אין די הענט און זינגען. דער ראָװו האָט א מאך גע- 
טאָן מיט די הענט צו די נויסיי האמיטאָ און איז אוועק צום בעסוילעם, 


180 


דאָס שטעטל האָט ניט געװוּסט װאָס צו טאָן. מע האָט נאָך עליען, זײַן 
נאָמען זאָל לויכטן, געזאָגט פיר מאָל קאדעש נאָך דער קוורע, מע האָט 
אפילע געװאָלט גיין צום קסיאַנדז און אים מאסרע זײַן, אז אזוי טוט מען 
ניט. אָבער מייער דער אפּטײקער האָט דעמלט אלעמען געטרייסט: 

-- װאָס זײַט איר אזוי צעטראָגן? װאָס, מיינט איר, האָט ער געזאָגט? 
ער האָט געזאָגט טילים אף לאטײַן. און עליע, זיכרוינאָ ליװוראָכאָ, האָט עס 
קאָשער פארדינט, 


פונוואגען שטאם איך 


איך בין פון ליטע, װוּ אין די קליינע שטעטעלעך איז קיין איין ייך 
ניט געבליבן. מײַן שטעטעלע קראָק אין קאַװנער גובערניע, ניט װײַט פון 
דער שטאָט קיידאן, האָט זיך געפונען אין א געגנט פון ליימיק-זאמדיקער 
ערד. דאָס האָט שלעכט באלוינט דעם פּױער, איך געדענק װי די מערהײַט 
ליטווינער זײַנען געווען אָנגעטאָן אָרעם, אומציכטיק, א ביסל צו דער- 
לײַדן -- אין די זונטיקס און מיטװאָכס -- אין די מארק-טעג, 

איצט טראכט איך, צי האָבן טאקע מײַנע אױגן געזען די שעפע פון 
יענע מערק? זומער-צײַט װעגענער מיט קארשן, מיט עפּל, פלוימען, פולע 
וועגענער מיט פיש, גרויסע פעסער מיט קאָרעסן. די ערד איז טאקע געווען 
אָרעם, אָבער די אָזערעס האָבן געװימלט מיט פיש. דער מארק פלעגט 
שטיין ביזן אָװנט, עס איז געווען טומלדיק, ס'גאנצע שטעטל האָט געהא- 
װעט, באלעבאָסטעס אויך, מיטװאָך איז דאָך ערעוו דאַנערשטיק און דאָ- 
נערשטיק איז ערעוו פרײַטיק... 

איך געדענק גוט, װי צו דער באָבען מיטן זיידן פלעגן ארײַנגײן שביי- 
נים, מע פלעגט טרינקען טיי מיט עפּל-קוואס און שמועסן. איך האָב קנאפּ 
פארשטאנען דעם טאמציס פון אָט די שמועסן, נאָר איך געדענק, װי איך 
פלעג טראכטן: װאָס די אלטע קאָנען צונױיפפּלאָנטערן, זיי קאַנען צונֵוי- 
פירן א וואנט מיט א וואנט,., | 

וי איצט, קלינגען מיר אין די איערן דעם זיידנס װערטער: ,אין 
קאצאָװוים-גאס זאָל דײַן פוס ניט זײַן, דאָרטן רעדט מען מיִעסע רייד, אין 
דער ליטווישער גאס זאָלסטו אויך ניט גיין, מאלע-װאָס, ס'קאָן זיך געפינען 
א באלן און אָנרײיצן אף דיר א הונט". פארשטייט זיך, איך האָב אין דער 
ליטווישער גאס ניט געהאט װאָס צו טאָן, אָבער אונדזער קו האָב איך דאַך 
געדארפט באגלייטן אין דער טשערעדע. אין איינעם א פרימאָרגן איז מע- 
קוּיעם געװאָרן דעם זיידנס האסראָע: בייס איך בין געגאנגען צוריק אהיים, 
האָט אָנופריסעס זונעלע אָנגערײיצט אף מיר דעם הונט. כגעדענק ניט, 
דער החונט זאָל מיך האָבן צעביסן אָדער סזאָל ערגעץ-װוּ רינען בלוט, 


181 


אָבער ס'קליידל איז געהאנגען פּאסנװײַז, צעפליקט. געוויס װאָלט געווען 
בעסער, ווען איך גי ניט ארײַן אין שטוב, אָבער װוּ האָב איך זיך געזאָלט 
אהינטאָן? כ'האָב גוט געװוּסט, װי די באָבע קאָן זיך בייזערן. זי האָט מיך 
אַנגעקוקט, געגעבן א פּאָר גוטע בוכענצעס און געטײַנעט: ,א מיידעלע, אן 
אייניקל זאָל ניט האָבן קיין טעווע צו ציילן די פליגן, אירע אויגן זאָלן זען 
װוּ זי גייט און װעמען זי קאָן אמאָל באגעגענען. וויפל מאָל האָב איך 
געזאָגט, אין האנט זאָל !זײַן א קליין שטיינדל. אוועק פון מײַנע אױגף", 
מאשמאָעס, איך בין געווען ענלעך אף מײַן באָבען. אין מיר האָט געפלא- 
קערט די סינע, ס'האָט אין מיר געברענט נעקאָמע. כ'האָב אופגעהערט זיך 
צו שפּילן מיט מײַנע כאוויירים, מיט קיין מיידלעך האָב איך זיך קיינמאָל 
ניט געשפּילט. כ'האָב אופגעהערט עסן, אפילע די נאָרװאָס אויסגעשלאָ- 
גענע פּוטער, װאָס די באָבע פלעגט ארויסווארפן פון קאלאטײַקע אין דער 
גרויסער געלער ליימענער מילכיקער שיסל, האָב איך ניט געקאַנט אָנקוקן. 
כ'האָב אפילע ניט געװאָלט קיין פרישפאנג-הערינג, וועלכע די באָבע פלעגט 
קויפן בא יאנקע לייזערס אין א קליין פארכאסמעט פעסעלע. בייס דער 
זיידע פלעגט מיטן צוואנג ארויסנעמען דאָס דעקל פון דעם פעסעלע, האָט 
זיך געשפּרײט א געלע רונדע פּעטקײַט, דורך ועלכער קיין הערינג האָט 
זיך ניט געזען, ביז דער מײַסע מיטן הונט האָב איך זייער האָלט געהאט צו 
טונקען ברויט אין דעם דאָזיקן פעטס, איצט האָב איך אפילע אף דעם ניט 
געקאָנט קוקן. די באָבע האָט עטלעכע מאָל א טאפּ געטאָן מײַן שטערן, 
זי האָט ניט געקאַנט פארשטיין, פארװאָס איך יל ניט עסן. איך האָב גע- 
װאָלט נאָר נעקאָמע נעמען. װיאזוי אויסצומארקירן די זאך, האָב איך ניט 
געװוּסט, כ'האָב אויך ניט געװוסט װעגן דעם שפּריכװאָרט, אז ,װאָס די 
צײַט װעט װײַזן, קאָן קיין שום סייכל ניט צוטראכטן". 

אין איינעם א טאָג, ווען איך בין געגאנגען באגעגענען אונדזער קו פון 
דער טשערעדע, האָב איך דערזען, װי אָנופריס פאָרט אין א לאנגן װאָגן 
מיט זײַן זונעלע, אזוי פלעגט מען צעציען דעם װאָגן, בייס מע איז געפאָרן 
נאָך סנאָפּעס אָדער נאָך חיי. אָנופריס גופע זיצט אף די ברעג-ברעטער, 
מאמעש לעבן די פערד, און פאָכעט מיט דער בײַטש. זײַן יוירעש זיצט אף 
די ברעג-ברעטער בא די סאמע הינטערשטע רעדער. איינס-און-צוויי האָב 
איך געװוסט האָט צו טאָן: איך האָב זיך א לאַז געטאָן, פאר די פיס אים 
אראָפּגעשלעפּט פונעם װאָגן, און אזויווי דאָס איז געווען פאר אים אומ- 
דערווארט, און ער איז געפאלן אפן רוקן, איז מיר געווען גרינג ארײַנצו- 
שטאָפּן אין זײַנע נאָזלעכער, אין מויל, און אין די אויערן וויפל שטיב 
ס'איז אהין ארײַן. איך קאָן ניט זאָגן, נאָר מיר דוכט, אז איך בין גענאנ- 
גען הינטער אונדזער קו טאנצנדיק. דער באָבען האָב איך קיין װאָרט ניט 
געזאָגט, אָבער זי אליין האָט עפעס געפילט, װײַל זי האָט געפרעגט: ,מע- 
סעמיידעסטע, װאָס גלאנצן אזוי דײַנע טרייפענע אייגעלעך?" איך האָב קיין 
װאָרט ניט געזאָגט. | 

אָװנט-צײַט איז צו אונדז געקומען אָנופריס, ער האָט לאנג דער באָבען 


182 


עפּעס דערציילט, גערעדט האָט ער יִדיש ניט ערגער פון איר, אָבער די 
באָבע האָט ניט געמאכט מיט אים קיין לאנגע מאכזאָקעס. די ערשטע 
זאך האָט זי געעפנט די טיר און גאנץ רויק צו אים געזאָגט: ‏ גי מאָרגן 
אין דײַן קאָסטיאָל, טו טפילע צו יעזוסן און מאריען. ווען מײַן עליע, מײַן 
מאן, װאָלט איצט געווען אין שטוב, װאָלט דײַן היטל געבליבן אָן א קאָפּ, 
װאָרעם דאָס אייניקל אונדזערס איז בא אים דאָס גאנצע לעבן לאָז מיך 
צורו, גיי דיר!" 

איך בין נאָך א סאך מאָל געגאנגען דורך דער ליטווישער גאס, אָבער 
קיין הונט האָט אף מיר מער קינמאָל קיינער ניט אָנגערײצט, 

די באָבע פלעגט זיך בייזערן, אפילע שרײַען, אָבער, װי איך פארשטיי 
איצט, איז זי געווען א זעלטן גוטער מענטש, מיט עמעסן מיטלײַד צו אָרע- 
מע און צו געקריוודעטע. ווינטער און זומער, דאַנערשטיק נאָך האלבן טאָג 
פלעג איך ווערן בא איר א שאָליִעך און גיין איבער די הײַזער; פאר כײַע- 
גיטל שמועל דעם שוסטערס פלעגט זי מיר געבן אװעקטראָגן א זעקעלע 
צװאָרעך, א היפּש שטיקל פוטער, א טאָרבעלע מיט גערשטענע אָדער האָ- 
בערנע גרױפּן, פאר יענטע פּייסעך דעם שנײַדערס -- א לעבל ברויט, טו- 
קענץ שמאלץ, שוין איבערגעפּרעגלטע ציבעלעס, און אזעלכע קײַלעכדיקע, 
ווען זי פלעגט עס פארקילן אין א טעלער אין אײַזקעלער. מיר פלעגט עס 
זייער געפעלן זײַן צו טראָגן, װײַל דאָס שמאלץ האָט אויסגעזען װי א טע- 
לער. כוץ דערוף פלעגט זי מיר געבן א טאָרבעלע מיט בעבלעך אָדער 
מיט ארבעס, פאר האָגע בענציע דעם קאראבעלניקס פלעגט זי געבן א 
היפּש שטיק פלייש, א גרויסע בולקע פון טונקעלער מעל און א קליינינק 
זעקעלע מיט מעלצוקער. דערבײ פלעגט זי מיר אלעמאָל אָנזאָגן ,ס'ט 
ארײַנגיין אין א שטוב, זאָלסטו זאָגן , גוטמאָרגן", זאָלסט אוועקלייגן דאָס, 
װאָס דו האָסט געבראכט, און גלײַך ארויסגיין", 

אהינטער אונדזער שטוב האָט געװוינט קארענוישקעס, דורך אונדזער 
גאָרטן איז דאָס געווען עטלעכע טריט. קארענוישקעסעס װײַב, מיכאסיע, 
מיט איר גרויסן בויך און מיט אלע אירע קינדער איז אלעמאָל געווען אין 
שטוב. קארענוישקעסן גופע האָב איך קיינמאָל ניט געזען אין שטוב, אלע 
קינדער האָבן געהאט װײַסע הערלעך. די גרעסערע זײַנען געװוען קנאפּ 
אָנגעטאָן, די קלענערע -- אינגאנצן נאקעט און אומציכטיק. די באַבץ 
פלעגט שיקן קארענוישקעסן א גרויסן לאבן ברויט, א שטיק זייף, בלוי 
און װײַס געשטרײַפט, און אלע דרייבעס פון די אויפעס, װאָס זײַנען געווען 
געקוילעט אף שאבעס. דאָס אלץ פלעג איך דאָך דארפן אוועקלייגן אפן 
טיש, דעריבער פלעג איך זען, װי אין א פלאכער ליימענער שיסל רונצלט 
זיך א בלוי-גרוילעך געקעכץ, ארום-און-ארום דער שיסל זײַנען אָנגעשפּאיט 
הילצערנע לעפל, אונטערן טיש, אין א צעפלאָכטענעם קויש, האָבן זיך גע- 
טונקלט אָפּגעקאָכטע בולבעס אין פּעלצלעך. די קינדער פלעגן לויפן איבער 
דער שטוב, זיי פלעגן שרײַען, שפּרינגען, מיטאמאָל פלעגן זיי זיך א טראָג 
טאָן צום קויש אונטערן טיש, כאפּן די אָפּגעקאָכטע בולבעס, זיך ארופדרא" 


1853 


פּען אף די לאנגע שמאַלע בענק, װאָס זײַנען געשטאנען ארום דעם טיש, 
בײַסן די בולבעס ניט קיין אָפּגערײניקטע און פארזופּן דאָס בלוי-גרוילעךר 
געקעמץ. 

געוויס װאָלט געווען בעסער, איך זאָל דאָס ניט דערציילן דער באָבען, 
אָבער איך האָב יאָ דערציילט. די באָבע האָט זיך גרײַלעך געבייזערט: 
,כ'האָב זיך גאָרניט געריכט צו האָבן אזא אָפּגעריסענעם שויטע אן איי- 
ניקל! װאָס מיינסטו, אז אלע עסן אזא יויך, װי איך קאָך, סאיז דיר ניט 
געפעלן געװאָרן מעכאסיעס מיכיע. דו װוייסט, װאָס דאָס איז? דאָס איז 
זויערע קרויט מיט ברונעם-וואסער, צוגעריכט מיט א ביסל קאָנאָפּליע- 
בוימל. און ס'איז נאָך א גרויסער נעס, אז זי האָבן דאָס, װאָס זיי האָבן 
װאָרעם דער ליבער טאטע און דער גוטער מאן איז דאָך א גאנצן טאָג אין 
שענק. ער ווארט, מע זאָל אים מעכאנעד זײַן, װײַל אין קעשענע האָט ער 
א פײַג. איצטער פארשטייט שוין דײַן מויעכל, װאָס עס טוט זיך אף דער 
וועלט? איך זאָג דיר, װאָס דו זעסט, זאָל זײַן ניט געזען, און װאָס דו 
הערסט, זאָל זײַן ניט געהערט, און קיין פּיפּס זאָל איך פון דיר ניט הערן!" 

די שטעטלשע באלמעלאַכעס האָבן ניט געהאט קיין בעהיימעס, קיין 
פערד, ווער-ניט-ווער -- א ציג, עטלעכע הינער. אָבער די פעסטע באלע- 
באטים זײַנען דאָך געווען וואלד-הענדלער, טװוע-סאָכרים, שניט-קרעמער, 
פאיאנס-קרעמער, שוך-קרעמער. אנדערע ייִדן פלעגן פאָרן איבער די 
דערפער אײַנקופן כאזער-האָר, פעלעכלעך, רויכווארג. די אלע האָבן געהאט 
פערד, קי, גרויסע גערטנער, סעדער. יבא מאָטל יוועלירער פלעגט מען 
קויפן צירונג, זילבערנע גאָפּל-לעפל, בעכערס, צוקער-פּושקעס און זאלץ- 
מעסטלעך. איינער פון די פארמעגלעכע באלעבאטים איז געװען אײַזיק 
טאַקער. נאָך סוקעס פלעגט ער מיט זײַנע באהעלפער אָנטרײַבן אזויפיל 
גענדז, אז ס'גאנצע שטעטל פלעגט װערן קלאָר-װײַס. די באהעלפערס 
פלעגן רײַטן אף פערד, מיט לאנגע שטעקנס אין די הענט, אף װעלכע 
ס'זײַנען געווען ארופגעזעצט קײַלעכדיקע האָקנס. מיט די האָקנס פלעגט 
מען א כאפּ טאָן א גאנדז פארן האלדז און זי ווארפן אין פור ארײַן. מיר 
האָט זיך געדאכט, אז אלע מינוט פאָרט אוועק א פולע פור מיט גענדז. 
כ'האָב ניט געקאַנט פארשטיין, װער קאָן אופעסן אזא גוזמע גענדזנס. אָבער 
די באַבע האָט קלאָר געמאכט די זאך. ,עליע, -- האָט זי געזאָגט צום 
זיידן, -- באלעבאטים האָבן געװאָלט, זאָלסט װערן ראָװו אין שטעטל, האָסטו 
זיך אָפּגעשאַקלט. דו ווילסט בעסער פאָרן צו די פּריצים, זי שטעלן קא- 
פעלנע אױוונס און קאמינעס. אָבער גיב א בליק אף אײַזיק טאָקער -- 
וויפל גאָלד ער שארט! צאלקע דעם שויכעטס האָט מיר געזאָגט, אז ער 
ליפערט אריבער טױיזנטער גענדז קיין געניגסבערג". דער זיידע האָט אף 
דעם געהאט זײַן קוק און, װי זײַן שטייגער איז, שטיל געזאָגט: , פּעסיע, 
פון ציילן יענעמס רעװאָכים װערט מען ניט רײַכער. װאָס איז דײַן דײַגע, 
װוּהין ער שיקט די גענדז. דײַן קוגל קאָן זיך ניט באקלאָגן, ער װיינט 
גענוג..." 


184 


נאָכן סאָף פונעם מיסכער מיט די גענדז איז נאָך די גאנצע בלאָטע- 
אין שטעטל סײַװיסײַ געווען װײַס. דעמלט פלעגט סאָרע-ביילע די דריי- 
בעניצע און האָגע בענציע דעם קאראבעלניקס מיט נאָך א סאך אזעלכע 
װײַבער זיך ארומבינדן מיט טאָרבעס און קלײַבן די פעדערן פון דער בלאַ- 
טע. כײַעץ די בעקערקע, װאָס פלעגט אָפט ארײַנגײן צו אונדז, האָט געטיי- 
געט צו דער באָבען: , פּעסיע, וי געפעלט דיר די גאָלדענע מעלאַכע? פרי- 
ער קלײַב די פעדערן, דערנאָך וואש זיי, טריקן זיי, פליק זיי, און ווארט 
אף דער קאלע, װאָס װעט װעלן האָבן א קישן פון די פעדערן צו איר 
נאדן'. די באָבע האָט געלאכט, 

ווינטער פלעגט דער זיידע זײַן אין דער היים, װאָרעם קיינער מאכט 
ניט קיין אויוונס ווינטער, דעריבער פלעגן װוינטערדיקע שאבעסצונאכטן 
זײַן זייער היימלעכע, אף גרויסע בלעכן פלעגט די באָבע באקן בולבעס 
אין אויוון, אף צינענע פּאָלומעסיקעס פלעגט זי ארײַנטראָגן קרויט מיט 
עֹפֹּל און מיט שפּאנגעלעס, קרויט מיט קימל. דאָס איז געװען א גאנץ 
גרויסע ארבעט. די באָבע פלעגט אָנשנײַדן א סאך לײַװנטענע שמאטקע- 
לעך, געבן דעם זיידן א נאָדל-פאָדעם, אוועקשטעלן א שיסעלע מיט קימל, 
דער זיידע פלעגט די זעקעלעך צונויפנייען, אָנשיטן אהין קימל און פאר- 
נייען. אָט די דאָזיקע טאַרבעלעך מיטן קימל פלעגט די באָבע צעווארפן 
אינעם קרויט, בייס מע פלעגט עס שטעלן זײַערן. זי פלעגט זאָגן: , כ'האָב 
פײַנט, אז די קימל קריכט איבערן קרויט". אָט אָ-די קרויט, װאָס פלעגט 
זיך זײַערן מיטן קימל, פלעגט אלעמען געפעלן מער, װי די קרויט מיט די 
עפּל. צודערצו פלעגט נאָר די באָבע אין קרויט-בלעטער, װאָס זי פלעגט 
האלטן אין טאָרבעס, אָפּבאקן הערינג אף קוילן. אלע האָבן ניט געקאַנט 
זיך אָנלױבן פון דעם דאָזיקן געריכט. 

אין אזעלכע שאבעסצונאכטן פלעגט קומען מישע-לייזער. ער איז 
געווען עפּעס א מאָדגער ייִד, ער פלעגט אומגיין איבערן שטעטל שלינג- 
שלאנג, א באלעבאָסטע פלעגט אים ארײַנרופן, געבן א טעלער געקעכץ -- 
איז גוט, א גלאָז זויערמילך -- אויך גוט, א פּאַר בולבע-לאטקעס -- אוואדע 
גוט. און װי נאָר ער האָט אופגעגעסן װאָס מע פלעגט אים געבן, פלעגן 
די באלעבאָסטעס זאָגן: , לייזקע, מאך!". פלעגט עֶר מאכן: עֶר האָט געקענט 
קרייען, װי א האָן, קודאכטשען, װי א הון, מעקען, װי א ציג, הירזשען וי 
א פערד. דאָס מאָל האָט ער גענומען קוויטשען װי א קליין כאזערל, אֹלֶץ 
האָבן געקײַכט פון געלעכטער, אָבער מיך האָט עס א קלאפ געטאָן איבערן 
קאָפּ, װי מיט א שטעקן, און איך האָב אויסגעשריען: , זיידע, באָבע, איר 
אויך? איר אויך? א מענטש איז דען א כאזער??" און איך האָב זיך אף א 
קאָל צעוויינט, 

שוין דעמלט, קינדװויז, האָב איך געפילט: א מענטש טאַר ניט קוי- 
טשען, װי א כאזער... א מענטש דארף זײַן א מענטש.. 

...די ליטווישע גאס איז געווען זייער נאָענט צו דער ייִדישער גאס. דאס 


ט 


שטעטל איז דאָך געווען זייער א קליינינקס. עס פלעגט טרעפן, אז אין די 


185 


זונטיקס, אָדער פארנאכט נאָכן מארק פלעגן עטלעכע לײַט גיין ארומגע- 
נומען איבער דער גאס און זינגען מיט מאָדנע קוילעס. דעמלט פלעגט 
כײַע די בעקערקע שרײַען דורך דער אָפּענער טיר צו דער באָבען: , פּעסיע, 
פארמאך די טיר מיט די לאָדנס. דו הערסט. סאיז זיי שױן הײמ- 
לעך!. 

איך קאָן זיך ניט דערמאַנען, צי די באלעבאטים אָדער בא אונדז אין 
שטוב האָט מען געטאדלט אָדער געשאָלטן די ליטווישע שכיינים. פארי 
קערט, איך געדענק, װי די באָבע האָט געזאָגט צום זיידן ,א ביטערער 
ראכמאָנעס אף יעסייטעכען. אָט איז זי מיט א בויך, אָט איז זי מיט ליידי- 
קע הענט. די קינדער, ניט פאר קיינעם געדאכט, האלטן זיך ניט בא איר". 
אף דעם האָט דער זיידע געפונען א טרופע: ,,דו האָסט דאָך גענוג פארצו- 
קערטע אגרעסן און װײַמפּערלעך, טראָג איר אװועק א ביסל אײַנגעמאכטס". 
אָדער אן אנדערס מאָל האָט זי דער זיידע באדויערט: ,בא קוויאדזשעסן 
איז געפאלן דאָס פערד, מע דארף געבן א פינפערל, פּעסיע, װאָס איז ער 
אָן א פערד? אָן הענט!" 

און דאָס האָט זיך מיר אויך גוט פארגעדענקט פון מײַן װײַטער קינד- 
הײַט אָן... 


עסט און טרינקט! 


בייס אין 1941 אאָר איז האדאסע, א פופצניאָריק ייִדישׁ מיידל, פון 
קאָװנער געטאָ מיט א קאַלאָנע געטריבן געװאָרן אף ארבעט און ס'איז 
אויסגעקומען דורכצוגיין א קליין וועלדל, האָט האדאסע זיך ארויסגעריסן 
פון דער קאָלאָנע, זיך אוועקגעלייגט אין א ריוו און איז אָפּגעלעגן ביז 
פינצטער. אף מאָרגן גאנצפרי, ווען זי האָט זיך אופגעהויבן, האָט זי דער- 
זען דער ליטווינער יוזאס אבולאוויטשוס. ער האָט זי ארײַנגעפירט צוֹ זיך 
אין שטוב, איר אָנגעזאָגט, זי זאָל ניט וואגן ארויסגיין אין דרויסן. די שכיי- 
נים האָט ער געזאָגט, אז צו אים איז געקומען דער שוועסטערס א מיידעלע. 
דאָס איז געווען גרינג צו גלייבן, װײַל האדאסע האָט געהאט בלאָנדע האָר 
און א קלאָר-װײַס פּאַנעם, שפּעטער האָט אבולאוויטשוס געקראָגן פאר איר 
א פּאס, זי איז געגאנגען אין קלויסטער, און אלץ װאָלט געווען גוט, וען - 
איינער א פּױער װאָלט האדאסען אנומלטן ניט דערקענט און האָט צו איר 
געזאַגט גאָר פּראָסט: ,זאָג דײַן יוזאסן, ער זאָל מיר ניט דרייען קין 
קאָפּ, דו ביסט אױסגעגאָסן דײַן מאמע". 

האדאסען איז אײַנגעפאלן דאָס הארץ, בייס זי האָט דאָס דערציילט 
יוזאסן, האָט ער זי בארויקט. דעם קומענדיקן זונטיק האָט ער געשטאָכן 
א כאזער, געקראָגן ערגעץ סאמאָהאָן, זײַן װײַב האָט אויסגעבאקן שווארץ 


186 


און װײַס ברויט, ער האָט אײַנגעלאדן אלע שכיינים און אויך דעם, װאָס 
האָט דערקענט האדאסען. געזאַגט האָט ער עטלעכע געציילטע װערטער: 

-- איר זײַט אלע מײַנע שכיינים, איך האָב קיינמאָל קיינעם פון אײַך 
קיין בייז ניט געטאָן, עסט און טרינקט! איר זאָלט אלע געדענקען, אז דאָס 
מיידל איז מײַן קינד, בא מיר װעט זי איבערווארטן די מילכאָמע, איך גץ- 
טרוי אײַך אלעמען, װײַל איך ווייס, אז איר פארשטייט: איך װעל צוליב 
דעם מיידל גיין צום טויט, און דער, װאָס װעט מאסערן, װעט נאָך פריער 
פון מיר גיין אף יענער וועלט! 

קיינער האָט יוזאסן און האדאסען ניט געמאסערט, 


פארטרוילעך און קורץ 


בייס גראזשינע איז אין קאונאס, קומט זי אלע מאָל צו כײַע לאזא- 
רעוונע. כײַע נעמט זי אוף ניט נאָר גאסטפרײַנטלעך, װי אן אייגענע שווע- 
סטער, שטעלט אפן טיש אלץ, װאָס זי פארמאַנט אין שטוב. אָבער ריידן ריידן 
זײ קנאפּ און וועגן דעם, װאָס כײַע וי בעעמעס פרעגן בא גראזשינען, 
פר עגט זי ניט. נאָר אנומלטן אין גראזשינע געבליבן נעכטיקן. ס'האָט זיך 
אונטערגעדרייט אזא ווארעמינקע מינוט, און כײַע האָט ארויסגעפליסטערט 
צוויי װערטער: 

-- דו ווייסט... 

גראזשינע האָט אופמערקזאם אָנגעקוקט כײַען און נאָך א קורצן שװײַגן 
א מאך געטאַן: 

-- געוויס ווייס איך, מײַנע טאטע-מאמע האָבן מיר געזאָנט, אז איך 
בין זי טײַער, װי א טאַכטער, אָבער קיין טאָכטער זייערע בין איך ניט, 

װוידער שװײַגן ביידע פרויען, דערנאָך רופט אויס גראזשינע: 

-- מײַנע טאטע-מאמע האָבן מיך זייער ליב געהאט, און דער טאטע 
האָט מיר דערציילט: בייס מע האָט געטריבן די ייִדן צום נײַנטן פאָרט, איז 
ער מיט דער מאמען ניט ארויסגעגאנגען פון שטוב, װי אנדערע. נאָר 
פארנאכט, בייס סע האָט זיך שוין מער ניט געהערט קיין שיסערײַ און קיין 
געשרייען, איז דער טאטע ארויסגעגאנגען פון שטוב און האָט דערזען לעבן 
פּארקן א מיידעלע פון א יאָר זיבן-אכט, צי דארף איך נאָך צוגעבן, אז 
דאָס בין געווען איך, 

-- גיין, דארפסט דאָס ניט צוגעבן, און מער פרעג איך בא דיר גאָר- 
נישט. 

-- דו פרעגסט טאקע ניט, אָבער איך װעל דיר זאָגן. דו קענסט מײַן 
מאן, ער איז ניט קיין שלעכטער מענטש. זיגט איך לעב מיט אים האָט 
ער מיך קיין קרום װאָרט ניט געזאָגט. דו ווייסט, אז מײַן טאָכטער לעבט 
אויך גוט מיט איר מאן, נאָר איך װויל דיר זאָגן, עס טרעפט דאָך, אז מײַן 


187 


טאָכטער גייט צו דיר ארײַן, כאפּ זיך ניט ארויס מיט קיין איבעריק װאָרט, 
זי ווייסט ניט, זאָל זי ניט װויסן... פארשטייסט?.. 

-- איך פארשטיי, -- האָט געענטפערט כײַע לאזארעוונע, און מער 
האָט זי גאָרגיט געזאָגט. 


איינע עלטער, די אנרערע יינגער 


זייער איינצימערדיקע דירע שפּיגלט אָפּ דאָס אָפּקומעניש און זייער אָנ" 
בליק. אלץ, װאָס רינגלט זי ארום, איז ענלעך אף זייער געמיט. די אויס- 
געקרימטע פּאַליצע מיט די עטלעכע צענדליק ביכער, װאָס זײַנען קרום 
אַנגעשפּארט איינס אינעם צווייטן, וי זיי װאָלטן זיך באמיט ניט צו אנט- 
לויפֿן. די קאנאפּע מיטן בעט זײַנען פארשפּרייט, אָבער די דעקעס זײַנען 
אלטפרענקיש און אונטער זיי הויקערט און בערגלט זיך. דער אלמער איז 
שוין אויך היפּש אויסגענוצט. 

ביידע שוועסטער זײַנען הײַנט, צום זונטיקדיקן אפדערנאכט, א ביסל 
צוגעפּוצט. בא דער עלטערער, בא שעווען, װאָס איז קיין אײַנהאָרע אלט 
6 אאָר, איז אפן טונקעלן יאקל צוגעפעסטיקט א מין אײַזערנע שפּילקע, 
די װײַטע האָר זײַנען פארפלאַכטן אין צוויי דינע צעפּלעך, אף די פינגער 
מיט די צעקרימטע ברייטע געלענקען זײַנען ארופגעזעצט רינגען, אפן װײַזי 
פינגער פון דער רעכטער האנט -- א ברייטער רונג מיט א שווארצן פּלא- 
טשיקן שטיין, די ייִנגערע, עסטער, װאָס איז אלט עטלעכע און זיבעציק 
יאָר, האָט אָנגעטאָן א גרין געשטריקט יאקל, א באָרדאָ-קלײדל. עסטער 
גרייט דערװײַל צום טיש, פאריינס באמערקט זי 

-- דו זעסט, שעווע, װי זיי האָבן מיר געמאכט די האָר, אקוראט װי 
מע װאָלט זי אָפּגעטונקט אין מערנזאפט. 

-- כ'האָב זיך טאקע געװונדערט, נאָר איך האָב דיך ניט געװאָלט 
פרעגן. 

-- פארװאָס האָסטו ניט געזאָגט דער פּאריקמאכערשע, אז דו ווילסט 
ניט אזא קאַליר? 

די יינגערע זאָגט קיין װאָרט ניט. זי פארשארט די קירצערע האָר אהיג- 
טער די אויערן און גרייט צום טיש. אף א טעלער לייגט זי אװעק צװײ 
צעשניטענע בייגל און אף א קליין פּאָלומעסעקל --- צוויי געפּרעגלטע נא- 
וואגעס, וועלכע זײַנען אזוי נעבעכדיק, וי זיי װאָלטן ניט געװאָלט לעבן, 
ביז מע האָט זיי געפּרעגלט. דער געגרייטער טיש איז ענלעך אף די שווע- 
סטער, אלץ איז אזוי אויסגערעכנט, אזוי קארג, װוי זיי װאָלטן, כאָלילע, ניט 
געהאט אף מאָרגן אף אָנבײַסן. ניט אומזיסט האָט שעוועס שוויגער, אָלעװ- 
האשאָלעם, זיך געוויצלט, בייס שעװע פלעגט אוועקגיין קויפן פלייש: 
שעווע, גאָט איז מיט דיר, װאָס האָסטו זיך אזוי געזאמט? דו האָסט געזוכט 


188 


געניצטע פלייש?." דאָס אײַנקױפן געדויערט איצט בא שעווען אויך גאנץ 
לאנג, כאָטש זי ווייסט, אז װאָס סאיז דאָ אין איין קראָם, װעט זײַן אין 
דער צווייטער און אין דער דריטער, נישטערט זי ארום דעם גאנצן מיקראָ- 
ראיאָן. איצט באטראכט זי דעם געגרייטן טיש און רופט זיך אָן 

-- עסטערל, װאָס האָסטו אוועקגעלייגט גאנצע צוויי פיש? סאיז די 
נײַנטע שאָ, מיר װעלן זיך אָנעסן פארן שלאָף? גיב מיר א קליין שטיקעלע 
און גיס מיר אָן טיי, 

די נאוואגע, װאָס איז געבליבן פאריאָסעמט אפן פּאָלומעסעקל, שטעלט 
די ייִנגערע ארײַן אין אײַזדאלמער און באמערקט; . 

-- הײַנט װילט זיך ניט קוקן דעם טעלעװיזאָר, מע דארף זיך גרייטן 
צו נאכט, 

זי גייט ארײַן אין וואנע-צימער, קומט ארויס פון דאָרטן, קוקט אָן די 
עלטערע און זאָגט: 

-- הײַנט געם איך נאָר סעדוקסען, פון דימידראָל װערט מיר דער קאָפּ 
וי מיט בלײַ אָנגעגאָסן, 

שעווע גייט אויך ארײַן אין וואנע-צימער, גייט ארויס און זאָגט אָן א 
פריילעכע בסורע: 

-- דו זאָגסט, װעסט נעמען סעדוקסען? און איך נעם נאָר עלעניום, 

אין א װײַלע ארום איז אױסגעלאָשן די שײַן און ביידע שװעסטער 
ליגן אף די געלעגערס. די ייִנגערע זאָגט זייער שטיל צו דער עלטערער: 

-- מאָרגן דארף איך צוגיין אין שפּאָרקאסע, מע זאָל מיר ארײַנשרײַבן 
די פּראַצענטן אין סראָטשנעם ביבעלע, 

-- ס'קאָן זײַן, אז מיר טוען נאריש, עפשער װאָלטן מיר געקויפט פּו- 
טיאָװוקעס? 

-- איך טראכט גאָר װעגן אן אנדער זאך. סװאָלט געווען ניט קיין 
קרומע זאך, הערסט, שעווע, װאָס איך זאָג, מיר זאָלן מאכן א צאװאָץ. 
ס'זײַנען דאָך געבליבן קינדער פון אונדזערע אומגעקומענע פרײַנט. איינער 
א נאװוּסטער יוריסט זאָגט: ,איך פארשטיי וי מע קאַן שטארבן אָן א צא- 
װאָע, נאָר איך שטעל זיך ניט פאָר, װיאזוי מע קאַן לעבן אָן א צאואע", 
דו הערסט, שעווע װאָס איך רייד, דו שלאָפסט נאָך ניט? 

נאָר שעוועץ איז שוין געשלאָפן און האָט שטיל אונטערגעכאָרכלט אין 
שלאָף. אלפּי-טאָעס האָט זי אײַנגענומען דימידראָל., 


וי אן.. אייגענע טאָכטער 


פייגעלע איז אלטער דעם קאצעווס א פּלעמעניצע, זײַן געשטאָרבענעם 
ברודערס א מיידעלע, 

אלטער און זײַן װײַב ברײַנע זײַנען ניט געווען באשאָטן מיט קיין קין- 
דער. זיי האָבן געהאט א מיידל מיט א ייִנגל. ברײַנע פלעגט זאָגן: 


189 


-- ער אין הימל גרײַזט אויך, כײַ װאָלט ער בעסער צוגעשלאָסן ביי- 
לעס מוטערטראכט און מיר װאָלט ער געגעבן מערער קינדער. סאכאקל 
צוויי אויגן אין קאָפּ. סװואָלט מײַנע קינדער גאָרניט געפעלט. 

זי האָט געזאָגט, װי די זאך איז, אָבער ניט אין איר איז געװענדט 
געווען, אז זי זאָל זײַן א מאמע פון א סאך קינדער. זיי האָבן גוט פארדינט, 
ברײַנע איז איניינעם מיט אלטערן געשטאנען בא דער יאטקע-קלאַץ. אָבער. 
אנומלטן איז איר אײַנגעפאלן אזא געדאנק: 

-- פאָלג מיך, מײַן מאן, װאָס דארפסטו האָבן אײיסאָקים מיט גאנצע 
טושעס, טרייף-קאָשער, סירכע-סמירכע. אונדזער יאטקע שטייט בא דער 
סאמע סטאנציע, מע טאָר ניט עסן קיין טארפעס, אָבער העקערן, פארװאָס 
ניט? קיין זשעליעזנאָדאָראָזשניקעס פעלן ניט, - 


אלטער האָט געפאָלגט ברײַנען, און ער האָט קיין כאראָטע ניט געהאטן 
וי אלעמאָל, די קאצאָווים האָבן אים מאמעש געריסן בא די פּאָלעס. און 
עס איז אלטערן מיט ברײַנען געגאנגען דורך טיר און טויער. אָט טאקע אין 
דער בעסטער צײַט זייערער איז אלטערס ברודער בענצע דער געלער גע- 
שטאָרבן. זײַן וב ביילע איז געבליבן א יונגע אלמאָנע מיט א פולער 
שטוב יעסוימים: פינף מיידלעך און דרי ייִנגלעך. האָט מען געשמועסט אין 
שטאָט, אז ,אלטער טאָר ניט פארלאָזן די אלמאָנע מיט די הונגעריקע ברע- 
קלעך קינדער". ס'האָבן זיך געפונען אזוינע, װאָס זײַנען אומגעבעטענע 
געקומען אין שטוב ארײַן און אלטערן מיט ברײַנען אָפן געזאָגט, װאָס זי 
טראכטן. דענסטמאָל האָט ברײַנע געזאָגט: 

-- האָרכט, װאָס איך װעל אײַך זאָגן, װעגן אלע אכט איז ניטאָ װאָס 
צו ריידן,. זעט איר, די מיטלסטע, פייצקען, נעמען מיר, און זי װעט בא 
אונדז זײַן, וי אן אייגענע טאַכטער. 

אף דעם איז געבליבן. ביילע די אלמאַנע האָט אלטער באװאָרנט. ער 
האָט זיך דורכגערעדט מיט די קאצאָווים, זיי זאָלן איר געבן אלע דרייבעס, 
די עלטערע קינדער האָט ביילע צעשטעקט בא באלמעלאָכעס, בא קרע- 
מער, און פייצקע, װי געזאָגט, איז געװאָרן ,וי אן אייגענע טאָכטער בא 
דער מומען מיטן פעטער". 

די אייגענע קינדער, רייזקען און אײַזקען, האָט ברײַנע ניט אופגעהערט 
צו קעכלען. פייגעלען האָט זי געזעצט צום טיש נאָר בייס אלטער איז 
געווען דערביי. װאָס מער פייגעלע איז געוואקסן, אלץ אײַנגעשרומפּענער 
איז זי געװאָרן. אלטער פלעגט אמאָל פרעגן: 

-- ברײַנע, װאָס איז דער מער מיטן מיידל? זי איז דאַך אײַנגעדארט, 
וי א פײַג. 

אף דעם האָט ברײַנע געהאט איין טערעץ: 

-- דערמאָן זיך דײַן געלן ברודער, דעם גוואר, דעם קראסאוועץ, װועסטו 
פארשפּאָרן צו פרעגן, װאָס איז מיט איר דער מער. 


125 190 


די שכיינים האָבן זיך אויך געװוּנדערט און זיי האָבן ריכטיק אויסגע- 
פירט: ,זי וואקסט, נעבעך, אף צוריק בא דער לײַבלעכער מומע". פייגעלע 
איז, געבעך, ניט געוואקסן ניט צוליב קארג עסן, נאָר אָט צוליב װאָס: 
בייס זי האָט געזען, וי די מומע זיצט און קוקט רייזקען און אײַזקען אין 
מויל ארײַן, זיך געבעטן בא זיי מיט טרערן אין די אויגן , נאָך א שטיקעלע 
פײַנקוכן און א ברעקעלע קאָטלעטקע, איין זופּ קאקאאָ", אָט נאָך אזוינץ 
סודעס פלעגט זיך פייגעלען שטעלן דער ביסן אין מויל, און אז ברײַנע 
פלעגט זאָגן: ,, פייצקע, עס", האָט זי געמאכט אן אָנשטעל, אז זי עסט טאקע. 

ניט אלע שאבעס און יאָמטעװ פלעגט ביילע, פייגעלעס מאמע, קומען 
צום שװאָגער מיט דער שוועגערן. אָבער קוים איז זי געקומען שאבעס 
אָדער יאָמטעװ מיט דער גאנצער כאָפּטע, איז פייגעלען פארשטערט געװאָרן 
איר אויסקומעניש, װײַל די מאמע פלעגט כאפּן פון די טעלער, און די 
שוועסטערלעך מיט די ברידערלעך זײַנען אויך באם טיש ניט געשלאָפן.. 
גראָד דעמלט פלעגט ברײַנע רופן פייגעלען צום טיש, װי קיינמאָל ניט, 

-- באלד גיי איך, -- פלעגט פייגעלע ענטפערן. זי האָט אָבער ניט 
געפאָלגט. די מומע ברײַנע האָט זי פּראָסט ניט ליב געהאט. צום פעטער 
אלטערן האָט זי געהאט א צווייענדיק געפיל, אין הארצן האָט זי אים 
ארײַנגעטײלט, כאָטש צו איר איז ער געווען צוגעלאָזט. האָט זי געהערט, 
וי ער האָט גערופן די מומע , ברייגעלע", בייס ער האָט פאר דער מומען 
געבראכט גאנץ אָפט פון מינסק, װי ער פלעגט זאָגן, ,א סטיקל סניט", 
האָט זי עס ניט געקאָנט אריבערטראָגן, פונדעסטוועגן, פלעגט זי צו אים 
ווייכער װערן, בייס ער פלעגט זאָגן; 

-- פייצקע, עס, וויפל עס גייט אין דיר ארין. דו געפעלסט מיר ניט. 
ויצסט באם טיש און מאלעגיירעסט, 

זי האָט אויך ניט געקענט זען, בייס די מומע פלעגט אױספּוצן רייזקען 
מיט אײַזקען אף שאבעס און אף יאָמטעו. מיט איין װאָרט, אין פייגעלעס 
הארץ האָבן זיר געװויקלט געפילן פון פײַנט און האָלט, 

עס זײַנען געגאנגען יאָרן, ניט קיין שלעכטע יאָרן פאר אלטערן מיט 
נרײַנען, זיי האָבן געהאָרעװעט מיט אלע קויכעס. קיינמאָל ניט גענומען 
קיין באהעלפערס, און יעדע אָפּגעשפּאָרטע פינף רובל אָדער צען האָט 
ברײַנע גלײַך אויסגעביטן אף אימפעריאלן. זי האָט זיך ניט ארומגעקוקט, 
וי עס איז געקומען דאָס. 7הסטע יאָר. עס האָט ניט געהאָלפן איר 
באהאװונטקײַט, איר סייכל, עס איז געקומען א צײַט, און מע האָט מער ניט 
געקאָנט העקערן קיין זאָדיקעס, דער גאנצער ייִכעס אין דער מישפּאַכע 
איז געװאָרן ביילע די אלמאָנע מיט אירע יעסוימים: דער עלטסטער זון איז 
אוועק אין בירגערקריג, צוויי עלטערע מיידלעך זײַנען אָנגעקומען זיך לֶער- 
נען, די דרײַ קלענערע קינדער האָט ביילע אײַנגעאָרדנט אין א קינדערהיים. 

יאָ, עס זײַנען געקומען אומגעריכטע אנדערע צײַטן. נאָר פאר פייגעלען 
איז אלץ געבליבן, װי געוען. ס'האָבן זיך געפונען ראכמאָנעס-מענטשן, 
האָבן אָפּגעשטעלט פייגעלען אין גאס און געייצעט: | 


191 


-- נארעלע איינע, װאָס האָרעװעסטו פון פרי ביז באנאכט. מאָן אײַן 
בא די טײַערינקע קרויווים פאר דער גאנצער צײַט, װאָס דו ביסט בא 
זיי פארשווארצט געװאָרן, 

פייגעלע האָט געהערט און געשויגן. אָבער אין הארצן האָט זי גע- 
טראכט: ,צו סאָן גוטס אײַלט זיך קיינער ניט מיט קיין אייצעס". דער מו- 
מען מיטן פעטער איז איצט געווען ניט צו דערקענען. ווייך צו איר, װי א 
פּוטער. פייגעלען איז דאָס דערװוידער, אָבער זי האָט ראכמאָנעס אף זײ 
און אף רייזקען מיט אײַזקען. אין שטוב איז, אקוראט װי סװאָלט געלעגן 
א מעס. בייס ברײַנע וויינט שטילינקערהייט, מאכט צו איר אײַזקע: ,מא- 
מע, הער אוף, אז ניט, װעלן מיר אויך וויינען". 

סאיז אוועק א יאָר, אָבער קיין בעסערע צײַטן זײַנען ניט געקומען, 
אנומלטן האָט ברײַנע געזאָגט צו אלטערן: 

-- זעסט דאָך, װאָס עס טוט זיך. מע זאָגט, אז יאנקל דער קאצעװ 
האָט מיט די אייגענע הענט אװעקגעטראָגן ביזן לעצטן צענערל. מיינסט, 
אז מע האָט אים געטרויט? ס'הייבט זיך גאָרניט אָן! װאָס ער האָט געבראכט, 
האָט מען צוגענומען, און געהייסן ברענגען, װאָס ער האָט נאָך באהאלטן 
אײַ ער האָט מער ניט געהאט, װעמעס אייסעק איז דאָס. האָט ער געמוזט 
גיין, װ!: מע האָט אים געשיקט. און דער סאָף איז געוען, אז ער איז װי 
אין וואסער ארײַן, 

-- ער האָט דאָך אָבער געהאלטן געדונגענע העקערס, -- האָט אלטער 
געפּרוווט איבערשלאָגן ברײַנען. 

-- אז מע װעט דיך רופן אהינצו, װעסטו דאָרטן דערציילן, אז דו ביסט 
אויסגעריסן געװאָרן, שלעפּנדיק די זאָדעקעס, אז די אױגן זײַנען דיר 
געקראַכן פון קאָפּ. 

פייגעלע האָט עס געהערט. זי האָט ניט אינגאנצן פארשטאנען װאָס און 
ווען, אָבער זי האָט מיטגעפילט דער מומען מיטן פעטער. 

אינמיטנדערינען האָט זיך ברײַנע דערמאָנט, אז אין מאָסקװע דארף 
ערגעץ זײַן איר שוועסטערקינדס א זון. זיך דורכגעשמועסט מיט אלטערן 
וועגן דערוף, האָט עֶר באמערקט: 

-- ברײַנעלע, נו גיי ווייס, אזויפיל יאָרן אוועק. קיין אײַנגעטונקענע 
פּען ניט פון אונדז צו זיי און ניט פון זיי צו אונדז. | 

-- װאָס רעדסטו, אלטער? עס ברענט דאָך די ערד אונטער די פיס, 
איך װעל פאָרן. כ'וועל פּרוּוון. ערגער פון ערגער קען ניט זײַן! 

פייגעלע האָט דאָך ניט געהערט, װאָס די מומע מיטן פעטער שמועסן 
דורך די נעכט, און זי איז געווען געפּלעפט, װאָס די מומע האָט אין איינעם 
א ווינטערדיקן טאָג אָנגעטאָן דעם װאָכעדיקן מאנטל מיטן פּליכעוואטן 
פוקסענעם קאָלנער, גענומען א שוערע פארשמאָלצענע טאָרבע, װאָס מע 
האָט קוים געקענט אופהייבן, צוגערופן פייגעלען און אָנגעזאָגט: 

-- גיב אכטונג אפן פעטער מיט די קינדער. ביסט שוין ניט קיין קינד, 
פייצקעלע, גאָט זאָל מיר העלפן, עס זאָל אויסגעפירט װערן, װאָס איך וויל, 


1979 וזעקס1 .זת 12 


קיין װאָרט קיינעם ניט, װו איך בין געפאָרן און ווען איך בין געפאָרן. א 
שלאָס זאָלסטו אופהענגען אף דײַן מויל, הערסט, פייצקע. -- אוֹן צו אל- 
טערן: -- נעם די טאָרבע און קום צום װאָקזאל, 


אונטערוועגט האָט ברײַנע ארופגעצויגן אף זיך אזא ראכמאַנעס-אַנבליק, 
אזא פאריאַסעמטע עלנטקײַט האָט ארויסגעקוקט פון אירע אויגן, מע האָט 
געקאַנט מיינען, אז זי גייט ארום איבער די הײַזער און בעט געדאָװעס. 
דער וואגאַן איז געווען געפּאקט. ברינע האָט אװועקגעשטעלט די שווערע 
טאָרבע, זיך געזעצט אף איר. פון דער צווייטער טאַרבע האָט זי ארויסגענו- 
מען א חערינג און געזאָגט צום רויטארמייער, װאָס איז געועסן לעבן איר 
אף דער פּאָדלאָגע: 

-- נעם, גאָלובטשיק, -- האָט זי אויסגעשטרעקט צו אים דעם הע- 
רינג, -- כ'װאָלט געהאט ברויט, װאָלט איך דיר געוויס ניט געזשאלעוועט. 

-- קיין ברויט האָב איך אויך ניט. א סוכאר, אויב איר וילט. מירן 
קומען צו א סטאנציע, װעלן מיר נעמען קיפּיאטאָק, אײַנװײקן די סוכאדעס, 
ועט עס זײַן צום הערינג אקוראט, מומינקע, 

אזוי איז עס טאקע געווען. אף א סטאנציע אין דער ררטארמייער 
אראָפּגעשפּרונגען. ער האָט געבראכט זודיקע וואסער, און ברײַנע האָט 
האנאַע געהאט פון אײַנגעװײיקטן סוכאד מיט א שטיקל הערינג. דער צו- 
געלאָזטער וווילער רויטארמייער זאָל געווען האַבן צען קעפּ, װאָלט ער 
ניט געטראָפן, װאָס עס ליגט אין דער צעקאדערטער טאַרבע, אף וועלכער 
ברײַנע איז געזעסן. נאָך דעם הערינג מיט די סוכארעס האָט דער רויטאר- 
מייער געכאפּט א גוטן שלאָף, דערנאָך אין ער אראָפּגעקראַכן פון זײַן גע- 
לעגער און האָט גוטזעליק געזאָגט: 

-- מומינקע, וויבאלד ס'האָט אונדז אזוי אָפּגעגליקט און מיר האָבן א 
גאנצע באנק, לייג זיך צו, און איך װעל זיצן בא דײַן צופוסנס. 

בריינע האָט אזוי געטאָן, געשיקט אוועקגעלייגט די טאָרבע צוקאַפּנס, 
אף ועלכער זי איז געזעסן, די אנדער טאָרבע אוועקגעשטעלט צװוישן זיך 
און דעם רויטארמייער און אַנגעזאָגט: 

-- זוגעלע, אָט דאָ אין דער טאַרבע ליגן בא מיר עטלעכע זעגעלער 
צוקער, נעם דיר. איך װעל שוין קיין זאך אין מויל ניט נעמען, איך פאָר 
פון א לעװײַע, -- און ברײַנע האָט זיך צעוויינט מיט עמעסע טרערן, 

אָט מיט דעם רויטארמייער איז ברײַנע געפאָרן ביז מאָסקװע, און סאיז 
איר אויסגעקומען ארויסצונעמען נאַך צוויי הערינג, צוקער האָט זי אויך 
ניט געשפּאָרט. אף מאָסקװער װאָקזאל האָט זי זיך הארציק מיט אים גע- 
זעגנט און אים געשענקט א טוץ זיכער-נאָדלען, וועלכע מע רופט אויף 
ענגלישע שפּילקעס, 

ביז ברײַנע נעכטיקט אפן װאָקזאל, געפינט דעם אדרעס פון אי גליך- 
שוועסטערקינד, איז פייגעלע אינדערהיים די גאנצע באלעבאָסטע. פאר- 


193 


שטייט זיך, מינסק איז ניט צו דערקענען. עס גייען ארום פּוילישע זעלנער 
אין קאַנפעדעראטקעס, זי באלעבאטעווען פון דער ברייטער האנט און זײַנען 
באהערשט פון װוידערגעפילן צו ייִדן, דערהויפּט צו ייִדישע בערד... עס איו 
גלײַכער צו זיצן אין שטוב. אָבער די נעשאָמע קאָן מען ניט אױסשפּײַען. 
פייגעלע מוז קריגן װאָס מע דארף. אלטער איז ניט זייער צעטראָגן, װאָרעם 
פייגעלע זעט אויס, װי א קינד. סאיז טאקע װי די שכיינים האָבן געואָגט: 
;זי וואקסט אף צוריק. דערצו איז זי דער טאטע, אָלעװהאשאָלעם, מיט די 
ביינער: די האָר געל, די אויגן אונטערגעליאמעוועט מיט געלינקע װיִעט, 
דער דארער שטאלט האָט קיין שום מיידלשן סימען ניט. בייס פייגעלע 
קומט פון גאס, איז אלטער מאמעש פארװונדערט און ער טראכט: ,װער 
װעט זי נעמען. נעבעך, א קראסאוויצע". רייזקע און אײַזקע זײַנען קיינמאָל 
ניט הונגעריק. עמעס, פײַנקוכנס, קאקאאָ זײַנען פארשװוּנדן... אָבער פיי- 
געלע קומט קיינמאָל ניט מיט ליידיקע הענט: בולבע, ברויט עסט מען צו 
זאט. אין שטוב איז ריין, אלע װאָך מאכט פייגעלע א גרויס געוועש. װאָס 
זי באװײַזט ניט באטאָג, טוט זי באנאכט, בייס דער פעטער מיט די קיג- 
דער שלאָפן, 

פייגעלעס מאמע, ביילע, קומט זעלטן. קומען קומט זי נאָר, װײַל ז 
וויל ארויסראטעווען איר טאָכטער פון , בורזשויסקע הענט". קיין אנדערע 
ווערטער האָט זי ניט פארן שװאָגער מיט דער שװעגערן. 

-- טאָכטער מײַנע, װעסט אין דער היים האָבן א ביסל װינציקער בול- 
בע, -- זאָגט ביילע מיט הארץ, -- מיט װאָס האָבן זיי דיך אזוי צונגענא- 
דעט, מיט די אוועקגעשווומענע זאָדעקעס? אן אומגליק אף זייערע קעפּ! װי 
זיי האָבן דאָס דיך צוגעקיטעװועט צו זיך, דארפסט ניט קיין מאמע, ניט 
קיין שוועסטער, ניט קיין ברידער. 

פייגעלע שװײַגט און ווארט, די מאמע זאָל שוין אװעקגיין. אנומלטן 
האָט אלטער אומדערווארט דערהערט ביילעס רייד. און עֹר האָט א געשריי 
געטאַן; 

-- האָב גאָט אין הארצן, ביילע. ווארט א ביסענקע, ברײַנע װעט מיר- 
צעשעם קומען, װעל איך שוין זען, אז פייצקע זאָל אין מײַן גװוּל ניט זײַן! 

דערהערט אזוינע רייד, האָט פייגעלע אָנגעקוקט דעם פעטער און אזוי 
פארמאכט די טיר, אזש די שויבן האָבן געקלונגען. אלטער האָט קאלט- 
בלוטיק א מאך געטאָן; 

-- װאָס קלאָגסטו? קיינער טרײַבט דיך ניט. אָבער דו דארפסט זאָגן 
דײַן מאמינקען, אז איר דורך זאָל דאָ ניט וײַן! 


די צײַט האָט ניט צוגעמאזלט די פּאָליאקן. זיי האָבן זיך געמוזט אָפֿי 
טראָגן. אין מינסק איז ארײַן די רויטע ארמיי. טאקע דעמלט איז אָנגעקו- 
מען א קורץ בריוול פון ברײַנען -- אן אויסגוס פון קרומע, צעבויטעטע 
שורעס: , ערשטנס, קום איך דיר צו מעלדן, מײַן מאן, א די װוינטערדיקע 


194 


זאכן, װאָס זײַנען געלעגן אין יענער טאָרבע, האָב איך געבראכט גאנציג- 
קערהייט; וועמען איך האָב געזוכט, האָב איך געפונען, מײַן גלידשוועס- 
טערקינד האָט מיך גאנץ גוט אופגענומען. כ'האָב געדונגען צוויי קאָמגא- 
טעס אין פּערלאָװקע. פּאק, װאָס עס לאָזט זיך. װעגן דער סכירע, װאָס 
מיר האָבן אָפּגערעדט, זאָלסט ארײַנלײיגן אין די אלטע פּושקעס, דארף איך 
דיר ניט דערמאַנען. נעם די קינדער מיט פייצקען, װאָיעם פײצקע אין בא 
מיר די זעלבע זאך, װי ראָזעלע מיט אײַזיקלען. איך שרפב דיר דעם אד- 
רעס, און קלאפ מיר גלײַך א דעפעש. געדענק, װאָס עס זאָגט דיר דײַן 
װײַב ברײַנע, מע זאָל נאָר זײַן געזונט און ניט וויסן פון קיין צאר". 

ברײַנע האָט אָבער ניט געשריבן, פארװאָס זי האָט ניט געװאָלט בא- 
לעסטיקן איר גלידשוועסטערקינד. זי האָט גלײַך פארשטאנען, או סאיז 
געױנטער פאר איר ניט צו זײַן אונטער איין דאך מיט גריגאָרי יאקאָוולע- 
וויטשן, אזוי האָט מען גערופן דעם קאָרעוו. זי האָט פון ערשטן טאָג פאר- 
שטאנען, אז ער איז אף א זייער וואזשנער שטעלע. ער פלעגט אװעקגיין 
גאנצפרי און קומען װײַט נאָך האלבער נאכט. זי האָט צו אים געפּרװוט 
ריידן ניט קיין אָפענע רייך; 

-- הירשל, -- האָט זי געזאָגט, -- איך קאָן ניט באנעמען, מיר זײַנען 
דאָך ניט קיין פרעמדע, רעדסט צו מיר א װאָרט ניט אויס, רירסט זיך ניט 
צו צו דערוף װאָס איך קאָך. קומסט אָפּ מיט א װאָבכלע, אפילע די היר- 
זשענע גריץ, װאָס זיי גיבן דיר, נוצסטו ניט. װעסט, ניס פאר קיינעם גע- 
דאכט, קראנק װערן,. װעלן דײַנע כאוויירים ניט גרײַלעך זיך נעמען צום 
הארצן, 

הירשל האָט זי איבערגעשלאָגן און גאנץ הארט באמערקט: 

-- איך ארבעט פאר זיך, ניט פאר זיי. אלע עסן װאָכלע, עס איך אויך 
װאַנלע. איר ווייסט דאָך, אז מײַן מאמע האָט אפילע אף שאבעס קיין פלייש 
ניט געהאט. דער טאטע האָט מיר פארן טױט אָנגעזאָגט: , הירשקע, טו 
פאר דער וולאסט וויפל דײַנע קרעפטן טראָגן, געדענק מײַנע ווערטער". 

נאָר דעם קורצן שמועס האָט בריינע אנומלטן געפרעגט: 

-- הירשל, דו ביסט אין זייער פּארטיע? 

-- איך בין אין מײַן פּארטיי, -- האָט ער אָפּגעשניטן, װי מיט א מע- 
סער, 


נאָך הירשלס ענטפער האָט שוין ברײַנע געװוסט, װאָס זי דארף טאָן 
אלע טאָג איז זי מיט דער פארשמאָלצענער, צעקאדערטער טאָרבע געלאָפן 
איבער דער שטאָט. און עס האָט איר אָפּגעגליקט. באם קורסקער װאַקזאל 
האָט זי זיך באנעגנט מיט א ייִדענע, און יענע האָט ברײַנען צוגערעדט צו 
זדינגען א דירע אין פּערלאָװוקע, 

בייס ברײַנע האָט באגעגנט אפן װײַסרוסישן װאָקזאל אלטערן מִיט די 
קינדער, האָט זי ארומגעכאפּט פייגעלען און זי געקושט מערער וי די איי- 


195 


גענע קינדער. אָבער ניט קוקנדיק אף דעם, זײַנען אירע געדאנקען, װוי 
אלעמאָל, געווען קלאָר און ניכטער. זי האָט שטיל געפרעגט אלטערן: 

-- װוּ זײַנען די שווערע פּושקעט? 

-- אָט אין דעם קאָרב, -- האָט אלטער געוויזן אפן קאָרב, אין וועלכן 
זי פלעגן לאנגע יאָרן האלטן געבליבענעם כאָמעץ אפן בוידעם. 

בייס דער איזװאָזטשיק האָט געװאָלט נעמען דעם קאָרב, האָט אים 
ברײַנע ארויסגעכאפּט פון זײַנע הענט און מיט הארץ צו אים גע- 
זאָגט: 

-- װאָס כאפּט איר זיך צו דערוף, נעמט בעסער דאָס בעטגעוואנט. 
אלטער, גענעץ ניט, נעם די קאָרזינע. װאָס האָסטו דאָס געשלעפּט? געקענט 
לאָזן די מעציִע אפן בוידעם. 

-- איך האָב טאקע געזאָגט דעם פעטער, ער זאָל ניט שלעפּן די 
טראנטע, 

-- ביסט א כאכאָמע, פייצקעלע. ס'מאכט אָבער ניט אויס, מירן האלטן 
אין דער קאָרזינע ברודיקע גרעט, -- האָט ברײַנע גוטמוטיק פארענדיקט 
דעם שמועס. 

וי פייגעלע האָט דענסטמאָל ניט געװוּסט, פארװאָס ברײַנע נעמט גראָד 
די טאָרבע, װאָס מע דארף ארויסווארפן, אזוי האָט זי ניט געװוּסט, װאָס 
דער פעטער האָט ארײַנגעפאקט אין אלטן קאָרב. אָבער ווען זי קוקט אפילע 
יאָ אהין ארײַן, װאָלט זי ניט אָנגעהױבן פארשטיין װאָס און ווען. דאָרטן 
זײַנען געלעגן עטלעכע בלעכענע אלטע פּושקעס פון לאנדרינקעס. מיט 
די דאָזיקע פּושקעס האָט אלטער זיך געייסעקט פארן פאָרן הישע עטלעכע 
נעכט, ביז ער האָט אין זיי געמאכט א דאָפּלטן דעק. װען ער האָט עס 
אויסגעפארטיקט, האָט ער אהין ארײַנגעלײגט אלץ, װאָס זיי האָבן אָפּגע- 
שפּאָרט, פארמאכט די דאָפּל-דעקן, אָנגעשאָטן ארבעס, בעבלעך, לינדזן, 
פּערלגרױפּן, און דאָס האָט געזאָלט באשירעמען און באַװאָרענען דאָס, 
װאָס ס'איז געלעגן צווישן ביידע דעקן.. 

אלטער האָט געװוּסט פון ערשטן טאָג, אז ער דארף אלעמאָל און או- 
מעטום ראק שװײַגן, טאָן, װי ברײַנע זאָגט. ער האָט גוט געדענקט, אז אין 
א צוויי יאָר ארום נאָך דער כאסענע האָט ברײַנע צו אים געלאסן און רויִק 
געזאָגט: 

-- הער זיך אײַן, מײַן מאן, אוב אן אייגענע מוטער שרײַט אף איר 
קינד: ,מאמזער", זאָל מען איר טרויען. אָבער אז דו הערסט, װי דײַן װײַב 
ברײַנע טײַנעט קעסיידער צו די קאצאָווים: ,מײַן אלטער איז קלוג, װוי די 
וועלט", זאָלסטו וויסן, אז דאָס איז גוט קאפּויר, 

אלטערן איז דאָס דאן ארײַן אין דער זיבעטער ריפּ. ער האָט א לאנגע 
צײַט ניט פארגעסן, װי דעם װײַבט שווארצע אויגן האָבן געברענט, בייס 
זי האָט עס צו אים געזאָגט. ער איז געװען אויסער-זיך, װאָרעם אזא 
שפּריכװאָרט וועגן ,דער מוטער מיטן מאמזער" האָט ער ביז דעמלט פון 
קיינעמס מויל ניט געהערט, 


196 


אין פּערלאָװוקע, װוּ ברײַנע האָט טאקע געדונגען די צוויי צימערן, זיי- 
נען געווען ניט קנאפּ ייִדן, און ברײַנע האָט זיך פאר זיי געהיט, װי פאר 
פּײַער. דאָס אויסקומעניש האָט זי געמארקירט אוי, וי זיי װאָלטן אפן 
ביסן ברויט ניט געהאט, נאָר פאר די קינדער האָט זי אלע טאָג גענומען 
מילך. דערבײַ אָנגעזאָגט: 

-- פייצקע, דו ביסט ניט קיין אייפעלע, קוק זיך אײַן, װאָס פון אונדז 
איז געװאָרן. די מילך איז פאר רייזעלען מיט אײַזיקלען. כוועל זיך ארומ- 
קוקן, גאָט װעט אונדז צושיקן ארבעט, ס'ועט אונדז ניט זײַן אזוי ענג 
אין שוך, װעלן מיר אלע טרינקען א גלאָז מילך, 

דאָס איז בעמיילע געווען איבעריקע רייד, פייגעלע װאָלט זיך ניט צו- 
גערירט צו דער מילך, אינדערװאָכן אלע טאָג -- א געקעכץ פון בולבע מיט 
גרויפּן. אף שאבעס פלעגט ברײַנע נעמען צוויי פונט פלייש. דערבײַ האָט זי 
זיך געווערטלט: 

-- דער קוגל װויינט טאקע מער ניט, ער איז, נעבעך, פארמאָגערט, 
אָבער דו מײַן מאן, זאָלסט לאכן, 

אנומלטן באנאכט האָט אלטער ברײַנען ארײַנגעשושקעט אין אויער: 

-- אין די פּושקעס ליגט, און מיר באקן בייגל, ס'קומט אויס, אז מיר 
האָבן אפילע ניט אף קיין בולבע? א שיינער טאכלעס, אזא יאָר אף מײַנע 
סאַנים, 

-- האָב צײַט, מײַן מאן, איך בין געווען אף טישינסקע מארק, האָב 
איך זיך דאַרטן דורכגערעדט מיט א העקער, װעסטו ווערן זײַן באהעלפער, 
װאָרעם, אז מע קען ניט ארוף, מוז מען אראָפּ. לאָז צומאכן אן אויג, 

אזוי איז טאקע געוען. און אלטער פלעגט איצטער אלע טאָג קומען 
פון מאָסקװע גראָד ניט מיט קיין ליידיקע הענט. איצטער איז שוין אלע 
טאָג געווען פליישיק געקעכץ. אָכער ברײַנע איז ניט געוען פון די, װאָס 
גייען צוויי פאר א דרײַער. זי האָט זיך אויך געשטעלט אין א פאלאטקע, 
װאָס האָט געהאנדלט מיט דרויב, און עס איז געװאָרן א היפּשער אָנשפּאר 
אין שטוב. פייגעלען האָט קיין ארבעט ניט געפעלט. דער קוגל האָט שוין 
איצטער + געוויינט". ברײַנע פלעגט ברענגען קישקעס, מאָגנס, לונגען און 
לעבער. פון פרי בִיז שפּעט אין דער נאכט איז פייגעלע געווען אין האַרע- 
וואניע. זי האָט פארגעסן, אז זי האָט אין מינסק א מאמע מיט שוועסטער, 
און בייס ברײַגע האָט פאר אײַזיקלען געפונען א שטעלע אין אן ארטעל, 
טאקע דאָ אין פּערלאַװקע, האָט פייגעלע געפּרוװוט ארײַנוארפן אן אייצע: 

-- מומע, זאָל ער בעסער גיין זיך לערנען, | 

-- כ'וועל זיך באגיין אָן דיר, פייצקע. ער װעט װעלן, װעט ער געפי- 
נען צײַט צו לערנען. איצטער דארפן אלע ארבעטן 

אף דעם איז געבליבן. אײַזיקל איז אוועק אין אן ארטעל פון זייגער- 
מאכערײַ. לערנען זיך האָט ער ניט געװאָלט. רײזעלע האָט זיך יאָ גע- 
לערנט. כאָטש קיין אָפענעם קאָפּ האָט זי נִיט געהאט, אָבער בא ברײַנען 


7פן 


האָבן אלע געטאָן, װאָס זי האָט געהייסן, זי האָט אנומלטן געזאָגט צו דער 
טאָכטער; 

-- לערן זיך, זײַ א מענטש. דו מיינסט, אז דו האָסט א שייגע צורקע, 
װעט מען דיך אויסכאפּן, גלאָמפּן זײַנען איצט קיין סכוירע ניט. געדענק, 
טו, װי איך זאָג, װועסט קיין כאראָטע ניט האָבן, . 

אלע טאָג זײַנען אלטער מיט ברײַנען גאנצפרי געגאנגען צום באן. אין 
יענע יאָרן איז מען פון פּערלאָװקע קיין מאָסקװע געפאָרן מיט א פּאראָװאָז, 
פאר פייגעלען איז קורץ געוװען דער טאָג: ברענגען וואסער, אופראמען, 
מאכן א געװועש, וייקן און זאלצן אפילע כאזערשע דרויב, װאָס בריינע 
פלעגט ברענגען. עס איז געווען, װי דאָס ווערטל זאָגט: ,די מילך בריט 
זיך, די קישקע פילט זיך, דאָס פלייש וייקט זיך, און דאָ בין איך א מענטש 
אליין און אלע װאָך איז ערעוו שאבעס". אײַזקע און רייזקע האָבן דאָך 
קיין האנט אין קאלט וואסער ניט ארײַנגעטאָן. אלטער מיט ברײַנען זײַנען 
גאנצע טעג געוען אף זייערע שטעלעס. די באלעבאָסטע, בא וועלכער זי 
האָבן געדונגען די צימערן, האָט איינמאָל א זאָג געטאָן צו פייגעלען: 

-- פאניע, קום אהער. לאָמיר א ביסל זיצן אף דער טעראסע. ארבעט 
איז ניט קיין װאָלף, ס'וועט אין וואלד ניט אנטלויפן. 

פייגעלע האָט אזוי אָנגעקוקט די באלעבאָסטע, גלײַך יענע האָט זי 
גערופן אונטערצינדן די שטוב, 

דאָס אָנטאָן, װאָס מע האָט געבראכט פון מינסק, איז געלעגן פאר- 
פּאקט. די גאנצע מישפּאָכע איז געווען אויסגעקליידט אף לײַטיש געלעכ- 
טער. נאָר פייגעלע שענער פון אלעמען; א מולטן פארלאטעט קלייד ויג- 
טער, א ציצן אויסגעלאטעט כאלאטל זומער. די שיך אויך א לאטקע אף 
א לאטקע, וי שופּן אף פיש. ברײַנע האָט וי אין צוואנגען געהאלטן יעדער 
רובל. וועגן דעם, װאָס איז געלעגן צװישן די דאָפּל-דעקן, האָט אין שטוב 
קיינער ניט געװוסט. שוין אָפּנערעדט, אז ברײַנע זאָל לאָזן אלטערן זיך צו- 
רירן דערצו, 


עס איז געקומען דער נעפּ. אלטער האָט א פרעג געטאַן: 

-- װי מיינסטו, מײַן װײַב; עס פּיקט מיר אין מויעך, אז מיר האָבן 
בעיאד צו שטיין בא אן אייגענעם קלאָץ. 

-- דיר דוכט זיך. געזונט זאָלסטו זײַן, מײַן מאן. מיט א פלינקער 
האנט איז גוט צו כאפּן פליי. זאָלסט ניט סמייען נאָכאמאָל דאָס ארויס- 
צוברענגען פון דײַן מויל. זײַ א העקער בא דער גאָסודארסטװע, קוק און 
שװײַג, װעסט קיין כאראָטע ניט האָבן. 

ברײַנעס פארמאכטע הענט האָבן זיך אָפט געעפנט פאר דער בא- 

לעבאָסטע. א שטיקל כאזערשע לעבער, א מילץ, א שעפּסן צינגל. זעלטן, 
אפילע א רעכט שטיקל פלייש. און פּאװאָליע האָט זי אזוי ארומגעשטעקט 
די באלעבאַסטע, אז ברײַנע האָט אין א קורצער צײַט ארום ארײַנגעלײגט 
אין שופלאָדל פונעם טיש א קאַנטראקט אף ביידע צימערן מיט דער װע- 


198 


ראנדע אף גאנצע פופצן יאָר. דערבײַ איז ברײַנע געבליבן די זעלביקע 
גוטע שכיינע, װי פריער. די באלעכאָסטע האָט אלע טאָג אָפּנעלעקט א 
ביינדל. און ברײַנע האָט בא איר געפּױעלט, מע זאָל איבערמאכן די איי- 
וועלעך, אז זי זאָלן זיך הייצן אין דער באלעבאָסטעס צימער. אָבער די 
איבעריקע דרײַ וענטלעך האָבן זייער גוט געוארעמט ברײַנעס בידע 
צימערן. געוויס האָט ברײַנע ניט געקאָנט פאָרויסזען, װי די צײַט װעט 
קערעווען, אָבער איין זאך האָט זי גוט געװוסט: װאָס מער אלטער מיט די 
קינדער װעלן זי פאָלגן, אלץ בעסער װעס זײַן פאר אלעמען. אזוי האָבן 
זי זיך געלעבט הינטער מאָסקווע. אײַזקע איז שוין געװוען קימאט א גאנ- 
צער מאנצבל. דאָס וװוערטל זאָגט: , דאָס עפּעלע קײַקלט זיך ניט אװעק 
װײַט פון בוים". אָבער ברײַנע איז גאנץ גערעכט, בייס זי טוט א פּאטשׁ 
אין די לענדן און גיסט אויס איר בייזווונדער: 

-- פונוואנען, פון װאָס האָט זיך צו מיר גענומען אזא בראָך, אזא 
פוילער, אזא פעפער! 

אײַזקע הערט און מאכט זיך שלאָפּנדיק. זאָל א דונער טרעפ װעט 
עֶר די קאָלדרע פון קאָפּ ניט אראָפּציען, װעגן װנטיק איז אָפּגערעדט. 
זונטיק עסט עֶר פרישטיק, ווען גוטע לײַט עסן וועטשערע. רייזקע איז גאָר 
אן אנדער זאך. זי פּוצט די נעגל, קעמט די האָר צען מאָל א טאָג, לאָוט 
ניט ארויס דאָס שפּיגעלע פון די הענט. פייגעלע קוקט אף איר און שעפּט 
נאכעס. רייזקעס האָר זײַנען פּעכ-שווארץ, די אויגן טיף, אויך שווארצע, 
די ויִעס לאנגע, קליינע הענט, דינע לאנגע פינגער, אװינע דינע, או 
ברײַנע ווערטלט זיך: 

-- וי װעט זי אויסקומען מיט די לאָקשלעך? 

דאָס איז ניט אזוי, רייזקע וויל ניט, אָבער זי קאָן טאָן מיט אירע פיג- 
גער אלץ, װאָס מע דארף. זיי זײַנען טאקע דין און לאנג, װי לאָקשן 
פארבויגן אף ארופצו, אָבער זיי זײַנען שטײַף און געניט, זיי קאָנן פאנאג- 
דערפּלאַנטערן א סאמע פארפּלאַנטערטן קנויל, ארויסנעמען א העלצעלע 
פון פייגעלעס א פארשטאַכענעם פינגער. אנומלטן האָט ברײַנע געבראכט 
מילגרוימען פאר די קינדער, געקוקט וי רייזקע נעמט ארויס די דרייקאנ- 
טיקע רויטע יאגדעלעך פונעם שאַלעכץ און האָט א זאָג געטאָן: 

-- ווייסט, סטאָכטערל, מיט דײַנע פינגערוטשקעלער װאָלסטוֹ געקענט 
ארײַנלײגן די קערנערלעך צוריק, װי די פּריראָדע האָט זיי דאָרטן ארײג- 
געפּאקט, איך זאָל אזוי לעבן! 

פייגעלע האָט עס געהערט אָבער ניט געשוויגן, װי אלעמאָל: 

--- צונויפלייגן אזויווי די פּריראָדע האָט עס געמאכט, װאָלט קיינער 
ניט קאַנען. דאָס איז אזוי, װי מע װאָלט פאנאנדערגענומען און צונױיפֿ- 
געלייגט די אייגענע גלידער. 

דאָס האָט ברײַנען פארװונדערט, זי האָט אָנגעקוקט פייגעלען, װי זי 
װאָלט זי דאָס ערשטע מאָל דערזען. װײַל ברײַנע איז דאָך געווען פון די 
מענטשן, וועלכע זײַנען זיכער, אז סייכל איז נאָר בא זיי. זי האָט קיינמאַל 


199 


ניט כוישעד געווען, אז אונטער פייגעלעס געלבע האָר דרייען זיך וועלכע- 
ניט-איז געדאנקען. זי האָט געהאלטן נאָר פון זיך, װאָרעם זי האָט גוט 
געװוסט, אז אין מינסק, און אויך איצט אף טישינסקע מארק רופן זי אלץ 
ניט אנדערש, וי ,כאָכמאניעט". 

ביינע-לעביינע איז אלטערן געװאָרן ניט מיט אלעמען. ברײַנע האָט 
זיך דערמאַנט אין איר גלידשוועסטערקינד, זי איז אװעקגעפאָרן צו אים 
און געזאָגט: 

-- הירשל, דו קענסט זיך דערשלאָגן צו אלעמען. דער פעטער אלטער 
שלאָפּט ניט דורך די נעכט, עס טוט אים וויי אינװייניק. 

און הירשל איז מיט אלטערן געפאָרן צו א פּראָפּעסאָר. יענער האָט 
אלטערן גוט באטראכט, אים ארויסגעשיקט פון קאבינעט און געזאָגט הירשן 
געציילטע װוערטער: 

-- דאָס איז אײַער פאָטער? סאיז אים געבליבן ניט לאנג צו לעבן 
עפּעס האָט מיט אים געטראַפן, איך האָב אים געפרעגט, געבעטן, ער זאָל 
מיר דערציילן, אָבער ער שװײַגט. מער קאָן איך אײַך גאָרניט זאָגן, 

אלטער האָט ניט נאָר געשוויגן באם פּראָפּעסאָר, מיט ברײַנען האָט 
ער די לעצטע צײַט אויך װינציק גערעדט. אמאָל צוגעשאַקלט מיטן קאָפּ, 
אמאָל אונטערגעברומקעט, עס האָבן אים געעגבערט די פּושקעס מיטן 
אויצער, װאָס זײַנען געלעגן אין קאַרב. און אזויווי דער פּראָפּעסאָר האָט 
געזאָגט הירשלען, אזוי איז געווען. אין א כוידעש ארום האָט אלטער שוין 
ניט געקענט שלאָפן פון ווייטעק און אינגיכן איז ער אוועק, פונוואנען מע 
קומט ניט צוריק, 

ערשט איצט האָט זיך ברײַנע אנטפּלעקט אין דער פולער מאָס. נאָך 
שלוישים האָט זי זיך מעיאשעוו געווען טאקע, מיט זיך אליין און באשטעלט 
דרײַ מעזוזעס מיט גאנץ געראמע שידלעך. אזויווי אירע קינדער און 
פייגעלע האָבן, װי אלע יונגע, גוט געשלאָפן, װאָלט זי דאָס געקאַנט טאָן 
באנאכט אויך, אָבער אין איינעם א זונטיק האָט זי אװועקגעשיקט די קינ- 
דער מיט פייגעלען צו הירשלען, געגעבן פייגעלען דעם שלאָס מיטן שליסל 
און אָנגעזאָגט: 

-- פייצקע, הענג אוף דעם שלאָס, פארשליס, דעם שליסל נעם מיט. 
איך פיל זיך ניט אזוי גוט, װעל איך זיך א ביסל צולייגן, 

בייס אלע זײַנען אוועק האָט זי פארצויגן די גארדינקעס, ארויסגע- 
שלעפּט דעם קאָרב פון אונטערן בעט, ארויסגענומען א פּושקע, אויסגע- 
שאָטן די בעבלעך, אראָפּגענומען דאָס דאָפּל-דעקל, אױסגעשאָטן פּא- 
װאָליע, עס זאָל ניט קלינגען אפן געלעגער די בלענדנדיקע צע- 
נערלעך און פינפערלעך, זי ארײַנגעפאקט אין די מעזוזע-שיידלעך, ארופ- 
געלייגט פון אויבן די געוויסע טפילע, אזוי געטאָן מיט די איבעריקע, װי 
געהעריק צוגעקלאפּט צו די בײַשטידלעך, גוט פארגעדענקט וויפל זי האָט 
ארײַנגעלייגט, געטײַנעט אין הארצן, װי פון א טכינע ,טאטענקע אין הימל, 
דו אליין האָסט דאָך ארײַנגעשיקט דער עלנטער אלמאָנע דעם סייכל, האָב 


200 


קיין פאריבל ניט, װאָס דײַן הייליקער נאָמען ליגט אין דערין, װאָס איךר 
האָב אריינגעלייגט". און נייס פייגעלע איז געקומען אוֹן האָט אָפּגעשלאָסן 
די טיר, איז די מומע טאקע געלעגן און געכאפּט א דרעמל. זי האָט אָבער 
גוט געהערט פייגעלעס גרינגע, שטילע טריט און האָט א טראכט געטאַן: 
;קאַשערע בעהיימעלע, א ביסעלע היי איז פאר דיר דער בעסטער מײַבל" 
עס איז דאָ א ווערטל א גוטער שווימער װוערט דערטרונקען". דאָ װאָלט 
געפּאסט צו זאָגן ,קיינער באנארישט זיך ניט אזוי, וי דער קלוגער". גענוג 
באהאוונט איז ברײַנע געווען, קיין סייכל האָט איר אויך ניט געפעלט, פוו- 
דעסטװועגן האָט זי ניט אָנגעהױיבן צו װויסן, אז די באלעבאָסטע האָט דורם- 
געשניטן די אביצעס פון טיר, בא וועלכער די בעט אין געשטאנען, און 
זי האָס ניט איין מאָל געזען, װי ברײַנע שלעפּט ארויס דעם קאַרב פון 
אונטערן בעט, נעמט אמאַל ארויס א פּושׂקע, און נאָך איינע, אָדער קוקט 
ארײַן אין קאָרב, כאָטשׁ דער באלעבאָסטע האָט זיך אין בעסטן כאָלעם ניט 
געקענט כאָלעמען, או זי זעט די עמעסע מאַנפּאנטיע-פּושקעט. פונדעס- 
טוועגן, בייס ברײַנע איז ניט געווען אין שטוב, רייוקע און אײַזקע זײַנען 
אויך אוועק און פייגעלע האָט בא דער קאָלאַנקע געשװענקט נרעט, האָט 
די באלעבאָסטע אופגעריסן די טיר, ארויסגעשלעפּט דעם קאָרב צו זיף 
און, װוי נאָר זי האָט ארויסגענומען די ערשטע פּושקע, אראָפּגענומען דאָס 
דעקל, דערזען פּערלגרױפּן, א טרייסל געטאָן -- גלײַך פארשטאנען, אז 
קיין שום גרױיפּן אף דער װעלט קאַנען ניט זײַן אזוי שווער. זי האָט אין 
אײַלעניש ארויסגענומען די איבעריקע פּושׂקעס, ארונטערגעלייגט אונטער 
דער פערענע, דעם לידיקן קאָרב אוועקגעשטעלט, װוּ ער איז געשטאנען, 
פארקלאפּט די טיר פוז יענער זײַט, װי עס איז געווען, מיט גאזעטן פאר- 
קלאפּט די שפּארונעס, װאָס זי האָט דורכגעשניטן, אוועקגעלייגט זיך אין 
בעט, אײַנגעדעקט זיך מיט צוויי קאָלדרעס, װײַל עס האָט זי געטרייסלט, 
וי אין קאדאָכעס, כאָטש עס איז געווען זומער, 

אין א װאָך ארום האָט זי געזאָגט צו ברײַנען: 

-- איך פאָר אוועק צו מײַנעם א ברודער. איר קאָנט פארנעמען אף 
דער צײַט װאָס איך װעל ניט זײַן, די גאנצע כאטע, 

-- איר פאָרט אף לאנג? -- האָט ברײַנע געװאָלט וויסן, 

-- זדערװײַל ווייס איך ניט, אוב דעם ברודערס װײַב איז ניט קיין 
סטערווע, װעל איך בלײַבן אף איבער ווינטער. דאָ האָב איך קיינעם ניט, 
ווער דארף מיך דאֵ? 

-- װווּ װוינט אײַער ברודער? 

-- פונדאנען זעט מען ניט, אָכער ס'איז א מעהאלעך. פריער מיטן באן, 
דערנאָך מיטן שיף. ווינטער קענט איר הייצן מיט מײַנע האָלץ, כ'וועל קו- 
מען אף אן אָרט, װעל איך עפשער צו װויסן געבן, 

דער כאלעבאָסטעט זאָג ,חייצט װויגטער מיט מײַנע האָלץ" איז אין פלוג 
ברײַנען אויסגעקומען מאָדנע. אָבער דערװײַל איז זי געווען זייער פאר'ווון- 
דערט, װאָס חירשל קומט גאנץ אָפט, זיצט מיט פייגעלען אף דער וועראנ- 


20| 


דע און שמועסט מיט איר. ,װאָס האָט ער מיט איר צו ברײַען? -- האָט זיך 
בריינע געווונדערט". אָבער, װי סװוײַזט אויס, האָט הירשל גראָד יאָ געהאט 
װעגןז װאָס צו ריידן מיט פייגעלען. יעדער מאָל האָט ער מיט איר אײַנגע- 
טײַנעט: 

-- פאניטשקע, מיט װאָס האָבן זיי דיך צוגעקישעפט? װאָס לייגסטו אף 
זי דײַנע אלע קויכעס? 

פייגעלע פלעגט שאַקלען מיטן קאָפּ אף יאָ, אָבער דערװײַל איז געבליבן, 
וי ס'איז געווען. 

און ערעוו ראַָשעשאָנע האָט ברײַנע גוט פארשטאנען פארװאָס די בא" 
לעבאָסטע איז געווען אזוי ברייטהארציק, 

צו יאָמטעװ האָט פייגעלע געקאלכט די שטוב. ברײַנע איז געקומען פון 
דער ארבעט, האָט דערזען דעם געוויסן קאָרב אף דער וועראנדע און האָט 
א געשריי געטאָן: 

-- פייצקע, װאָס האָסטו ארויסגעשלעפּט די קאָרזינע פון אונטערן בעט 
און אוועקגעשטעלט אינדערמיטן וועראנדע, מע זאָל זיך פרייען מיט דער 
צירונג? -- א שפּאן געטאָן צום קאָרב, אים א נעם געטאָן, געעפנט דאָס 
מויל און א רעכטע װײַלע קיין װאָרט ניט געקאָנט ארויסברענגען. זי איז 
אוועקגעפאלן, האלטנדיק דאָס הענטל פונעם קאָרב. פייגעלע מיט רייזקען 
האָבן זי קוים אָפּגעמינטערט, אױסגעטאָן און אוועקגעלייגט אין בעט. א 
גאנצע נאכט האָט ברײַנע געצאפּלט אפן געלעגער, װי א פיש אָן וואסער, 
אף מאָרגן האָט פייגעלע גערופן א דאָקטער. פארן אװעקגיין האָט דער 
דאָקטער געזאָגט צו פייגעלען: | 

-- דאָס איז אײַער מוטער? איך קאָן אײַך ניט דערפרייען. פון אזא 
נערוון-דערשיטערונג קומט מען זעלטן צו-זיך. -- ער האָט אויסגעשריבן 
רעצעפּטן, ברײַנען איז גרינגער דערפון ניט געװאָרן, זי האָט ניט געקאַנט 
אראָפּשלינגען קיין שום עסן. אמאָל אויסגעטרונקען א האלבע גלאָז מילך 
אָדער טיי. מער פון אלץ האָט זי געטרונקען וואסער. נאָר אפילע וואסער 
איז איר געווען שווער צו שלינגען. די באלעבאָסטע איז איר געשטאנען אין 
קעל. פארשטייט זיך, קיין װאָרט קיינעם ניט געקאָנט זאָגן װעגן דערוף, 
נאָר טעג און נעכט געשמועסט מיט אלטערן: ,דיר איז בעסער פון מיר. 
דו װיײיסט שוין גאַרנישט, פון אונדזער האָרעוואניע איז געװאָרן אש און 
רויך". דערנאָך האָט ברײַנע אין איינעם א טאָג צוגערופן פייגעלען און צו 
איר געזאָגט: 

-- פייצקע, דו ביסט שוין ניט קיין קינד. מײַנע טעג זײַנען געציילטע. 
לאָז ניט די קינדער וי אפן וואסער, װאָס װעט פון זיי װערן? זי קאַנען דאָך 
א קאץ דעם עק ניט פארבינדן. אונטערן קישן בא מיר ליגט דאָס זילבער- 
ווארג און א ביסל צירונג. די קינדער טאָרן דערפון ניט װיסן. זײַ א בא- 
לעבאָסטע. די מעזוזעס קענסטו אראָפּרײַסן. 
| = פייגעלע האָט אלץ פארגעדענקט, און בייס ברײַנע איז געשטאָרבן, האָט 
זי ארויסגערופן הירשלען. ער איז גלײַך געקומען און נאָך דער לעװײַע גע- 


202 


בליבן אף עטלעכע שׂאָ. פייגעלע האָט אים ארויסגערופן אין הויף, װײַל 
רייזקע מיט אײַזקען זײַנען געווען אין שטוב. און אפילע אין הויף, װו ס איז 
קיינער ניט געוען, אכוץ עסלעכע שפּערלעךר און א קאץ, האָט זי שטיל 
דערציילט: 

-- איך קאָן ניט באנעמען, איך הייב ניט אָן צו פארשטיין, װאָס האָט 
די מומע געהאלטן אין טראנטעוואטן קאַרב? גלײַך װי זי האָט זיך צונץ- 
רירט צו אים, איז זי אוועקגעפאלן, וי א דונער װאָלט זי געטראָפן, 

הירשל האָט קימאט זיך אָנגעשטוסן, פייגעלע האָט װײַטער דערציילט: 

-- די מומע האָט מיר, לעמאנעשעם, געהייסן אָפּרײַסן די מעזוזעס, אז 
רייזקע מיט אייזקען זאָלן דאָס ניט זען, און זי האָט מיר אָנגעזאָגט װעגן 
די זילבערנע זאכן און דער צירונג. קומט ארײַן אין שטוב, דאָרטן איז קיי- 
נער ניטאַ -- װעל איך אײַך װײַזן, 

פייגעלע האָט געבראכט די טאָרבע, זיי האָבן דאָרטן דערזען ניט נאַר 
זילבערנע בעכער, גאָפּל-מעסער, א צוקער-פּושקע, א זאלץ-מעסטל, דאָרטן 
איז אויך געלעגן א גאַלדענער זייגער מיט א קייט, וועלכע ברײַנע פלעגט 
אָנטאָן יאָמטעװו. פינגערלעך, אוירינגלעך, שפּילקעס, אלטערס קייט מיטן 
גרויסן, דיקן זייגער, און אזויווי זי באטראכטן די אלע זאכן, זיַנען אריין- 
געגאנגען רייזקע מיט אײַזקען. רייזקע האָט זיך צעוויינט, אײַזקע א האָר 
אויך ניט, מיט אויסגעגלאַצטע אויגן האָט ער געקוקט אף דער רײַכקײַט, 
ארויסגעכאפּט אלטערס זייגער און ארײַנגעלייגט אין קעשענע. 

-- די מינוט לייג אוועק, װוּ עס איז געלעגן! -- האָט חירשל אזא 
געשריי געטאָן, אז אײַזקע האָט ארויסגעברומט: 

-- איר זײַט דאָ ניט קיין באלעבאָס! אָבער דעם זייגער האָט ער ארויט- 
געלייגט, 

פייגעלע האָט די טאָרבע ניט אוועקגעלייגט, װוּ זי איז געלעגן, גענומען 
אונטערן אַרעם און איז ארויסגעגאנגען מיט חירשלען, 

-- פאניטשקע, די מעזוזעס רײַס אראָפּ, די יאַרשים זאָלן דאָס ניט זען, 

-- פארװאָס? -- האָט פייגעלע טמימעסדיק געפרעגט, 

-- פרעג ניט קיין קאשעס, טו, וי איך זאָג, װעסט שוין זען פארטיקער- 
הייט, 

אין עטלעכע טעג ארום האָט פייגעלע אראַפּגעריסן די מעזוזעס און זי 
האָט אָנגעצײילט צוואנציק גאָלדענע צענערלעך, ערשט איצט האָט זי פאר- 
שטאנען, אז חירשל איז געווען גערעכט, 


סאטע-מאמע-זײַנען געשטאָרבן, אָבער אײַזקע האָט זיך ניט געביטן, 
ער איז צוגעשטאנען צו פייגעלען, זי זאָל קויפן אין ,טאַרגטין" סארדינען, 
שאָקאַלאד, קאקאאָ, װורשט און טײַערע פיש. פייגעלע האָט זיך ניט אונטער: 
געגעבן. 

-- טאטע-מאמע זײַנען ניטאַ, מיינסט ס'איז א ברונעם! גרױפּן װעל 


202 


איך קויפן, צוקער װעל איך קויפן, קיין נאשערײַ ניט. װילסט געשמאקע 
זאכן, פאָר צו הירשלען, ער איז מער באלעבאָס, װי דו. וען ניט ער, ווייס 
איך ניט װוּ דער פעטער מיט דער מומען װאָלטן אהינגעקומען. 

הירשל פלעגט איצט קומען גאנץ אָפט. די צײַט איז געגאנגען אין 
איינעם א טאָג האָט ער געזאָגט פייגעלען: 

-- פאניעטשקע, מע שיקט מיך אין א װײַטן קאנט. דו ווייסט, מע שיקט 
פינף און צוואנציק טויזנט פּארטייער אין דאָרף. -- און ער איז טאקע אוועק- 
געפאָרן, פייגעלע האָט געפירט די באלעבאטישקײַט מיט א שטײַפער האנט, 
רייזקען האָט זי באשטאט אין פּערלאָװקער ביבליאָטעק, זי גופע האָט זיך 
אויסגעלערנט שטריקן דאמעך-גירטעלעך פאר אן ארטעל. איניינעם מיט 
רייזקעס קליינעם געהאלט, מיט פייגעלעס אױסגערעכנטקײַט, עפּעס-װאָס 
קויפנדיק אין ;טאָרגסין", זײַנען זי נישקאָשעדיק אויסגעקומען. 

די סימאָנים, װאָס האָבן בוילעט צוגעזאָגט, אז רייזקע װעט זײַן זייער 
א שיינע, האָבן ניט אָפּגענארט. איר לענגלעך-שווארצכיינעװודיק פּאָנעם, די 
געדיכטע שווארצע האָר, טיפעץ שווארצע אויגן זײַנען געווען באהויכט מיט 
אן איידעלער ברוינלעך-ראָזער פארב. די שווארצע אויגן, װי באפליגלט מיט 
שמאָלע, גלײַך-געצייכנטע שווארצע ברעמען און באפרענדזלט מיט לאנגע 
געדיכטע װיִעס, װאָס ווארפן גערונצלטע שאַטנדלעך אף די באקן. די שמאָ- 
לע נאָז פּאסט זייער דעם קליינעם מויל מיט די פולבלעכע ליפּן. קליינע 
פיס, קליינע הענט. די פינגער, דוכט זיך, נאָך לענגער און דינער װי געווען. 

פייגעלע האָט ערשט איצט ריכטיק דערזען ,אז רייזקע איז אויסגעגאָסן 
די מומע ברײַנע", אין הארצן נאדויערט: גענומען נא דער מומען דעם 
גאנצן אױסװײניק, מער קיין זאך ניט, 

פייגעלע איז געוויס גערעכט געװען. טאקע נאָר ‏ , דעם אויסווייניק". ניט 
דעם סייכל, ניט די בעריעשקײַט, ניט די אומדערמידלעכקײַט. געוויס איז 
פייגעלען ניט איין מאָל געקומען אין זינען: ,װאָס איז די פּולע, אז די מומע 
ברײַנע איז געווען קלוג. װאָס האָט זי אופגעטאָן מיט איר סייכל, אז אָך 
און וויי צו איר". דאָס איז געװען א ריכטיקער געדאנק. אָבער עס קאָן 
גרײַלעך זײַן, אז ברײַנע איז געבאָרן געװאָרן צו שפּעט. ווען זי ווערט גע- 
באָרן מיט א זעכציק יאָר פריִער, װאָלט איר טײַסטער געווען אָנגעשטאָפּט, 
און קיין שום גאנעוו װאָלט עס ניט געוואגט ארויסצושלעפּן פון אירע הענט, 

די צײַט איז ניט געשטאנען, אײַזקע האָט כאסענע געהאט, פייגעלע האָט 
איצט אָפט געשמייכלט און געזאָגט צו רייזקען: | 

-- איך בין ניט מעקאנע זײַן װײַב. זי װעט אים דארפן שלעפּן פון 
בעט מיט צוואנגען, -- צו אײַזקען האָט זי ניט איין מאָל געזאָגט: 

-- טײַערער קאדעש, ווער עס שלאָפט לאנג, דער האָט קורצע טעג. א 
װײַב איז ניט קיין מאמע. ס'וועט איר דערעסן דיך צו װועקן, װעט זי זיך 
ראטעווען פון דיר. קרעפלעך עסן וערט אויך נימעס, הערסט, טאכשיט! 

-- װעט ניט זײַן דוסקע, װעט זײַן מארוסקע, אן אייסעק האָב איךי -- 
אין די ווערטער איז אײַזקע געוועז מיט אלע זײַנע ביינער, 


204 


א יאָר נאָך ברײַנעס טויט האָט מען פייגעלען מיט רייזקען ארויסגע- 
רופן אין ייִשעוו-ראט און מע האָט זיי געגעבן א גרויסן קאָנװערט. אין דער 
היים האָט רייזקע איבערגעלייענט: , איך, כּראסקאָװיא דמיטראָוונא װאָראַ- 
ביאָווא, בין געווען באם הייליקן פאָטער פעראפּאַנט אין בארנאול און ער 
האָט מיר געהייסן אָפּזאָגן די שטוב מיטן גאָרטן, מיטן שײַער פאר ברײַנע 
לײבאָוונא עפּלבױים. אוב ברײַנע לייבאֲוונא איז שוין ניטאַָ צװישן די לֶע- 
בעדיקע, זאָג איך אָפּ די שטוב פאר איר טאָכטער ראָזע אלטעראָװנא עפַּל- 
בוים און פאר דער פּלעמעניצע פאניע בלומבערג", אזויארום זײַנען רייזקע 
מיט פייגעלען געװאָרן די יאָרשים, נאָר דאָס איז ניט אזוי באלערעוודיק, װי 
דער באלעבאָסטעס צאװאָע. װאָרעם, װוי אלעמאָל, איז מען זיך מיסוואדץ 
צו שפעט, 

אין א יאָר ארום האָט רייוקע כאסענע געהאט. עס האָט איר אָפּגעגליקט. 
איר כאָסן איז געווען אן אָנפירער אין א צעך פון א גרויסן זאװאָד, און 
רייזקע האָט באקומען א געהעריקע סאַציאלע ייִכעסדיקײַט. רייזקעס מאן 
איז געווען א קרעפטיקער שאטען, זײַנע העל-ברוינע האָר זײַנען געווען 
אלעמאָל גוט צוגעקעמט, די גאָז האָט געבאלעבאטעוועט ניט נאָר צװישן 
די באקן, זי האָט קימאט פארכאפּט דאָס גאנצע צורע-פלאצדארם. זײַנע 
גרויסע הענט זײַנען געווען ברוין-בלוילעך פֿון מעטאל-שטויב. ער האָט 
רייזקען גענומען ניט ,וי זי שטייט און גייט" פייגעלע האָט רייזקען אוועק- 
געגעבן די גאנצעץ סאָרבע, און יענע האָט זיך ניט געווונדערט און ניט אַפּ- 
געזאָגט,. פארקערט: 

-- ס'איז דײַגען וי מיינע. דו װועסט דאָך זײַן מיט אונדז? 

-- ביסט גערעכט, וייזעלע. כוועל טאקע זײַן מיט אײַך, נאָר די זיפֿ- 
בערווארג און דאָס איבעריקע זאָל זײַן מיט מיר, 

ווען רייזקע װאָלט געהאט מער סייבל, װאָלט זי געדארפט קענען פייגע- 
לען, אָבער דאָס איז געווען װײַט ניט אזיי, א גאנץ לעבן האָט זי געהערט: 
;פייצקע, פייצקץ!" -- און פייצקעס קאָל: , באלד, מוֹמע, באלד!', זי האָט 
אויך געזען, וי פייגעלעס קליינע הענט וואשן און פּרעסן אזוינע גרויסע 
טישטעכער און לײַלעכער, װי אירע פינגער קלעפּן געשווינד קרעפּלעך, װוי 
זי זיצט דערנאָך באם עק טיש, איז טאקע קיין װוּנדער ניט, װאָס זי איז 
צוגעװווינט געװאָרן -- פייגעלע מוז לויפן, פייגעלע טאַר ניט זיצן, דארף 
ניט לייענען קיין ביכל, דארף נאָר מיט גרײטקײַט פאָלגן און פאָלגן, כאָטש 
עס זײַנען געווען גענוג סימאָנים, וועלכע האָבן באוויזן, אז פייגעלע איז 
גאָר ניט קיין נאר, אז זי קאָן בײַקומען קריוודע און אז זי איז זייער ערלעך, 
גאָר דעמלט, ווען שכיינים האָבן בייס דער רעװאָליוציעץ געייצעט ,מאָן אײַן 
פאר אלע יאָרן, די נעשאָמע פון זיי, פון דײַנע געטרײַע פעטער מיט דער 
מומעלעץ, דאן האָט דאָך פייגעלע אויך ניט געפאָלגט. עמעס, זי האָט גץ- 
שוויגן מער װי גערעדט, דעריבער האָט קיינער ניט געװוסט צי עס געפעלט 
איר, צי ניט, דאָס אויסקומעניש אירס, - 

איצט האָט פייגעלע געלעבט איניינעם מיט רייזקען און מיט איר מאן, 


205 


קיין ארבעט האָט איר, פארשטייט זיך, ניט געפעלט. געװוינט האָבן זיי אין 
א געסל לעבן גאָרקי-גאס, רייזקע האָט זיך אײַנגעאַרדנט אין א ביבליאָטעק, 
רייזקעס שוויגער האָט אויך געלעבט מיט זיי. זי האָבן געװוינט אין א קאָ- 
מונאלער דירע און עס איז שוין גענוג באשריבן געװאָרן וויפל אמפּערײַען 
און ווילדע רײַסענישן עס זײַנען פאָר געקומען אין אזוינע דירעס. אָבער מיט 
פייגעלען האָט קיינער זיך ניט געאמפּערט, זי האָט אלץ באוויזן ביז די שכיי- 
נעס פלעגן קומען פון דער ארבעט. אין די זונטיקס איז זי אופגעשטאנען 
פריער פון אלעמען, זיך אָפּגעפארטיקט אין קיך איידער די שכיינים זײַנען 
אופגעשטאנען, 

אזוי װאָלט פייגעלע זיך געלעבט ביזן גראָװן צאָפּ. רייזקע, איר מאן, 
די שוויגער װאָלטן ניט געװוסט פון קיין שטוביקער ארבעט, פון קיינע דיי- 
געס, דארף טרעפן, אז רייוקעס מאן, גענאדי, זאָל קויפן בילעטן אין גרויסן 
טעאטער און נאָך דערוף האָט זיך עס אָנגעהויבן: פון פייצקען, אָדער, װי 
הירשל האָט זי גערופן, -- פאניע, האָט גענאדי געמאכט פייגאראָ. 

-- פייגאראָ, ריר זיך, װאָס פּױיזעסטו, װי א פארשלאָפענע פליג! 

פייגעלע רירט זיך ניט פון אָרט,. שרײַט ער װידער; 

--- פייגאראָ, די אויערן זײַנען דיר פארלייגט? 

-- אלעמאָל האָט איר מיך גערופן פייגע אָדער פייצקע. טראכט איך, 
ניט מיך מיינט איר, 

--- איך מיין דיך, ברענג דעם טשײַניק, פייגאראָ! 

אין אָװונט האָט רייזקע געטרייסט פייגעלען: 

-- א דײַגע דײַנע, זאָל ער דיך רופן פייגאראָ, 

-- עס ארט מיך ניט וי עֶר רופט מיך, אָבער װי ער שרײַט עס אױס, 
איז טאקע מײַן דײַגע, 

גענאדי האָט פון דעם קורצן שמועס ניט געװוסט. און אף מאָרגן האָט 
ער געשריען, וי פריער: , פייגאראָ און פייגאראָ", 

פייגעלע האָט מער קיין װאָרט ניט אויסגערעדט צו קיינעם, געטאַן אלץ, 
וי פריער, און בייס רייזקע מיט גענאדין זײַנען אנומלטן אוועק צו דער 
ארבעט און די שוויגער איז ארויסגעגאנגען אין הויף כאפּן לופט, איז אין 
א קורצער צײַט ארום פייגעלע אויך ארויסגעגאנגען מיט א קליין פּעקל 
אונטערן אָרעם, זי איז צוגעגאנגען צו דער אלטער, דערלאנגט די שליסלען 
פון דער דירע, און יענע האָט געפרעגט: 

-- גייסט אין אַטשערעד? 

-- פארלירט ניט די שליסלען, -- האָט פייגעלע געװאָרנט און איז 
אוועק, 


װוּ צו גיין האָט זי גוט געװוסט. זי האָט אָבער לאכלוטן ניט געװוסט 
צי הירשל איז הי, צי ניט. זי האָט אזש אופגעצאפּלט פון פרייד בייס ער 
האָט אופגעעפנט די טיר און פרײַנטלעך געזאָגט: 


155 200 


-- קום ארן, קום ארײַן, פאניעטשקע. לייג אוועק דעם קלומעק, װאָס 
האלטסטו זיך מיט דעם? 

פייגעלע האָט אוועקגעלייגט דאָס פּעקל, צוגעזעצט זיך אפן איינציקן 
טאבורעטל, הירשל -- אף דעם אײַזערנעט בעטל. 

פייגעלע האָט קורץ דערציילט, אז זי איז זאט מיט פרעמד ברויט. הירשל 
האָט אויסגעהערט און דערווידערט: 

-- קיין פרעמד ברויט האָסטו קיינמאָל ניט געגעסן. גענוג זײַן א דינטט, 
איך דארף װידער אװעקפאָרן און איך קאָן מאכן א בראָן פאר דיר: 

-- װאָס איז דאָס אזוינס א בראָז? 

-- דאָס איז אזא מין פּאפּיר, זאָלסט זיך קענען צושרײַבן אין מײַן צי- 
מער, ביז איך װעל צוריקומען. 

אזוי איז טאקע געווען. און ניט נאָר דאָט: הירשל האָט אײַנגעאָרדנט 
פייגעלען אלס צוקלײַבערן אין אן אפטייק און ער האָט זי פארשריבן אין 
אן אָנפאנג-אָוונט-שול אין פערטן קלאט. 

ערשט אין דרײַ יאָר ארום איז הירשל געקומען. ער האָט פייגעלען קוים 
דערקענט. װוּקסיקער איז זי ניט געװאָרן, אָבער איר קוק איז געווען יי 
און שטאָלץ, זי איז ניט געווען אזוי דאר, װי פריער. אירע געלע האָר זײַנען 
טונקעלער געװאָרן, װי מיט קופער-שטויב באשאָטן. דורך די זומער-שפּרען- 
קלעך האָט זיך דורכגעשלאָגן א װײַט-ראַזלעכער קאָליר. זי האָט האָפּערדיק 
צו אים געזאָגט; 

-- איר ווייסט, איך האָב געענדיקט זיבן קלאסן און איצט לערן איך 
זיך אף פּראָװויזער, 

-- מאָלאָדיעץ, דײַנע געטרײַע קרויווים האָבן דיך ניט באומרויקט? 

-- איר מיינט זיי האָבן מיך ניט געפונען? רייזקע מיט איר מאן זײַנען 
געקומען און האָבן מיך געװאָלט אײַנרײדן, איך זאָל שפּאצירן מיט זייער 
מיידעלע, זיי האָבן שוין א מיידעלע. זי האָבן געואַנט, אז מער װעל איך 
קיין האַר בא זי גיט טאָן. זי האָבן מיר אפילע צוגעזאָגט, אז זיי װעלן 
איבערשרײבן די שטוב אין פּערלאָווקע אף מײַן נאָמען. 

-- װאָס פאר א שטוב? 

-- סאיז מיר גאָר פון זינען ארויס. זייער באלעבאָסטע האָט דאָך אִפ- 
געזאָגט די שטוב פאר זיי. 

-- סאיז ניט שווער צו פארשטיין פארװאָס זי האָט צוגעשיקט אזא 
צאװאָע, -- האָט הירשל באמערקט. 

-- פארװאָס? -- איז פייגעלע נײַגעריק געװאָרן, 

-- ניט אונדזער דײַגע. װאָס האָסטו געזאָגט דײַנע געטרײַע קרויווים? 

-- איך האָב צו זי געזאָגט, אז איך דארף די שטוב אף קאפּאָרעס, אוז 
מיט זייער מיידעלע װויל איך ניט גיין שפּאצירן 

-- גערעכט,., 

-- װאָס איז דאָס , פייגאראַ", חירשל? 

-- כװעל זיך א ביסל באפרײַען, װעסטו זען װאָס דאָס איז 


207 


ס'איז געקומען אזא אַװנט, און פייגעלע האָט מער ניט געקאַנט אריי 
בערטראָגן װאָס הירשל שלאָפט אף דער פּאָדלאָגע... עס איז אויך געקומען 
אזא שאָ, און הירשל האָט פייגעלען אוועקגעפירט אין גרויסן טעאטער. בייס 
זי זײַנען צוריק געקומען אין צימער, האָט פייגעלע זיך צעלאכט: 

-- װאָס לאכסטו, טײַערע נעשאָמע מײַנע? 

-- איך לאך: פיגאראָ, אהער, פיגאראַ, אהין! גענאדי האָט עס אויך 
געזען, אָבער װאָס האָט ער באנומען? און שוין ניט אזוי דאָס, װאָס ער האָט 
מיר געגעבן דעם צונאָמען, װי דאָס, וויאזוי דער כאם פלעגט עס איס- 
שרײַען צו מיר. ער האָט געוויס געמיינט, אז ער איז מײַן פּאַרעץ און איך 
בין זײַן חונט, 

-- פארגעס, פאניעטשקע, נעם יך ניט צום הארצן, טאָרסט איצטער 
ניט. איך טראכט, אז איך בין שוין גאָר ניט אזוי אלט. עמעס, פאניעטשקע? 

-- איך זאָל מער פון דיר ניט הערן אזוינע ווערטער. מיר װעלן זיך 
עלטערן און דערלעבן אייניקלעך. דו ווייסט דאָך, אז איך בין אפן ריכטיקן 
וועג א באַבע צו װערן, -- האָט פייגעלע זיך געווערטלט, צוגעשטעלט דרײַ 
שטולן צום אײַזערנעם בעטל, געמאכט דאָס געלעגער, װי אלע אָװנט, װיי 
דער זיך צעלאכט און איבערגעכאזערט: 

-- פיגאראָ, אהין! פיגאראָ, אהער!.. 


א פארצײַטיקע ליבע 


אין די דרײַסיקער יאָרן פון אונדזער יאָרהונדערט האָט דאָס שטעטל 
מאמעש געקאָכט, װאָרעם שיינע כאנע-ריוועס איז ארײַנגעגאנגען צו דוווירע 
יאָסלס. וויפל דוווירע האָט ניט געבעטן, יענע זאָל זיך זעצן, האָט ניט גע- 
האָלפן,. שיינע איז געשטאנען. מיט צוויי פינגער האָט זי אלץ געגלעט די 
שמאָל-געפאלדעוועטע ליפּעלעך, אירע אויגן האָבן דערבײַי געשװועבט אף 
לינקס און רעכטס, און ס'האָט היפּש געדויערט ביז זי האָט ארויסגעלייגט, 
װאָס זי האָט געבראכט, | 

-- דוווירל, איך זאָל אזוי לעבן און געזונט זײַן, װי איך בין א ייִדישע 
טאַכטער, כ'האָב מיט מײַנע אייגענע אויגן געזען, װי אײַער דאָװידקע האָט 
געטריבן די ציג, און דעם סטעלמאכס מיידל האָט געטריבן די קו, דערנאָך 
האָבן זי זיך ביידע אָפּנעשטעלט, און אײַערער האָט אזוי נאָענט צוגערוקט 
זײַן צורע צו אירער, אז זי האָט ניט מיט איר קאָל אוסגעשריען 

-- , ניטע, מע װעט דערזען"! איר הערט, דוווירל, איך זאָל אזוי הערן 
גוטס און האָבן נאכעס פון מײַנע קינדער, װוי ס'איז עמעס וי גאָלד. - 

אזוי האָט שיינע כאנע-ריוועס ארויסגעלייגט און איז, װי א װוינט, ארויס 
פון שטוב. | : | 


5208 מגאזעץסן .עז 13 


נאָך וועטשערע האָט יאָסל צוגערופן דאָװידקען און אים געגעבן א גוטן 
פאטש. אָבער איבערכאזערן האָט דאָװידקע ניט געלאָזט. 

-- הייכסט א האנט אפן טאטן, טאכשיט! איצטער פארשטיי איך פאר" 
װאָס דו האָסט ניט געלאָזט לעבן און געטײַנעט, אז מיר זאָלן קויפן א ציג. 
ניט די ציג האָסטו געדארפט. האָסט געדארפט בענציע סטעלמאכס מיידעלע. 
נעכקען האָסטו געדארפט. איך װעל דיר װײַזן! 

-- סאיז ניטאָ װאָס צו װײַזן, טאטע. איך בין שוין ניט קיין זיבעטל, 
סאיז שוין פיר יאָר װי איך לייג טפילן, -- האָט דאַװידקע געלאָזט וויסן. 
מער האָט ער קיין װאָרט ניט געזאָגט, נאָר יאָסל האָט מאמעש ארויסגעדו- 
נערט: 

-- אוועק פון מײַנע אויגן, קאָלבױניק, טרייפער ביין! 

אף מאָרגן אין אַװונט איז דװוירל אוועק צום סטעלמאך. און גלײַך, אָפן- 
הארציק געזאָגט, 

-- איר װײיסט, אז אײַער נעכקע מיט מײַן דאַװידקען האָבן זיך צו- 
נויפגעשמעקט? 

-- פארװאָס זאָל איך ניט װויסן. ער איז נאָרװאָס דאָ געווען, זי זײַנען 
ארויסגעגאנגען און מיסטאמע שטייען זי לעבן שטאל, װי אלע אָװנט, 

-- פארװאָס עפּעס לעבן שטאל, זיי האלטן זיך אן אייצע מיט דער בע- 
היימע? 

-- איך קאָן אײַך ניט זאָגן מיט וועמען זי האלטן זיך אן אייצע, אָבער 
ס'איז שוין א רעכטע צײַט װי ער גייט ארײין, 

-- אוב ער װעט ארײַנגיין, האָט איר די געלעגנהײַט אים צו זאָגן, 
אז זײַן מאמע איז דאַ געװען און זי האָט געזאָגט, אז חײַנט קאָכט זי אף 
וועטשערע בולבע-קניידלעך, 

אָפּגעזאָגט וועגן די קניידלעך, איז דוווירל ארויסגעגאנגען. פארבײַגייענ- 
דיק דאָס גערטנדל, האָט זי געזען, װי דאָװידקע מיט נעכקען זיצן אף דער 
באנק צװישן די נאסטורציעס. געקומען אין שטוב, האָט זי דערלאנגט יאָס- 
לען װעטשערע און קיין װאָרט ניט ארויסגעבראכט. אינגיכן איז דאָװידקע 
אויך געקומען, און נעכקע איז ארײַנגעגאנגען אין שטוב, 

-- דו האָסט געזען, אז דאָ איז געווען דװוירל? 

-- כ'האָב געזען. אָבער זי איז געקומען צו שפּעט. 

-- װאָס רעדסטו, טאָכטער מײַנע! -- האָט כיענע אויסגעשריען, דער- 
זען, אז דער מאן איז ארײַנגעקומען, אױסגעשטרעקט צו אים די הענט, 
ארויסגעזיפצט: 

-- דו האָסט געהערט, װאָס אונדזער טאַכטער האָט געזאַנט? 

-- כ'האָב געהערט. ווארף ארוף די שאבעסדיקע פאטשיילקע, איך טו 
אָן די קאפּאָטע, און מיר גייען אהין. 

געקומען צו יאָסלען, האָבן זי געזאָגט װי די זאך איז. יאָסל האָט א 
דוף געטאָן דאָװידקען. 


209 


-- אויצער מײַנער, קאדעש, האָסט געהערט װאָס דײַן קאלע האָט גע 

זאָגט? 
| -- זי האָט געזאָגט װי די זאך איז. 

-- אויב די זאך איז אזוי, װי זי זאָגט און דו זאָגסט, דארף מען מאכן 
טנאָיִם און ניט קיין לײַטיש געלעכטער. -- האָט יאָסל געפּאסקנט. 

די כאסענע איז געווען גרויסארטיק. אזויפיל טייגלעך און געשלאָגענע 
לעקעכער האָט מען שוין לאנג ניט געזען. פיר פּאָר פראזעטענע לײַכטער 
דראָשע-געשאנק, א האלב טוץ זילבערנע טיי-לעפעלעך, א האלב טוץ זיל- 
בערנע עסלעפל און גאָפּל-מעסער, די מעכוטענעסטעס זײַנען פון דער קאלע 
ניט אָפּגעטראָטן, מע האָט זי ניט געלאָזט טאנצן אפילע אין קאדריל. דאָס 
פּאָרפאָלק איז אוועק צו יוינע סטעלמאך מיט כיענען. אין צוויי כאדאָשים 
ארום האָט דוווירע ארײַנגערופן נעכקען אין שלאָפקאמער און זי האָט זי 
געפרעגט וװעגן דערוף, װאָס זי האָט געװאָלט וויסן, װײַל גנעכקע איז געווען 
דינער אין טאליע, װי מײדלװײַז. אויסגעהערט די פראגע, האָט זיך גנעכקע 
צעלאכט און שטיל געזאָגט: 

-- שוויגער, כאָטש דער שווער האָט גערופן דאָװידקען מיט אלערליי 
נעמען, זאָלט איר וויסן זײַן, אז אזא דאָװידקע איז איינער אונטער דער זון. 
ער האָט מיך געלערנט, װאָס איך זאָל אײַך זאָגן, און דערבײַ האָט ער מא- 
מעש געטאָן א ניידער, אז ביז איך װעל ניט װערן פולע זיבעצן יאָר, בין 
איך פאר אים אָסער כאזער. ער רירט זיך צו מיר ניט צו! 


געקומען אהיים, האָט דוווירל געזאָגט צו יאָסלען 
-- האָסט זיך געהיצט און געשריִען, און מיר ביידע האָבן ניט אָנגע- 
הויבן צו וויסן, װי די קינדער האָבן אונדז געפירט אין באָד. 


דער מיטעסער 


זונטיק, באגינען, װען פויגלען שלאָפן נאָך אין די נעסטן, פלעגט שוין 
כאטשע דער קאָדערניק האָבן אײַנגעשפּאנט דאָס פערד -- א שקאפּע מיט 
איין אויג. די צונויפגעקניפּטע לייצעס, דער צעפאָרענער כאָמעט, די פּאק- 
ליע פון קעלבאצקע, די שקאפּע, דעם קאָדערניקס ברוין-גרינלעך רעקל און 
ער אליין האָבן שטומערהייט װי געפרעגט: אד-מאָסײ?.. | 

פון שטיבל פלעגט געשווינד ארויסגיין כײַע-:הינדע אין א מאנטעלע, 
װאָס האָט אויסגעזען װי א בלעכענע קיילע, װײַל א קאפּ סאמעט איז דעם 
איבערגעבליבן נאָר אונטערן קעלנערל. אירע שווארצע אויגן -- די ברונעמ- 
לעך צאָרעס -- פלעגן א קוק טאָן אפן װאָגן, אף באטשען, זי פלעגט זיך, 
וי א מאנצבל, ארופכאפּן אף דער דראבינע און זאָגן: 


210 


-- כאטשע, שלאָף ניט! נעם די לייצעס. דער בעטלער איז שוין אין 
צענטן דאָרף, 

און א גאנצע װאָך פלעגט זי זיך מיט כאטשען ארומשלעפּן איבער דער- 
פער און דערפֿלעך, אָפּראמענדיק װוּ נאָר א שטיקל קאַדער אף פּױערשל 
בוידעמער, 

אָבער פרײטיק נאָך ווארמעס פלעגט כײַע-הינדע קומען צו די קינדער, 
ס'האָט געמעגט דונערן און בליצן, זי האָט נאָך, דאכט זיך, ניט באוויזן 
אראָפּצוגיין פון פורל, און ס'איז שוין געגאנגען א רויך פון קוימען. אָט אזוי, 
אין הארטן מאנטעלע, אין פאטשיילע, װאָס איז אויסגעלאטעט װי א היפּטל 
קרויט, האָט זי, דורכגייענדיק דאָס פאָדערהײַזל, געכאפּט עטלעכע שײַטלעך 
האָלץ, ארײַנגעװאָרפן אין אויוון, אונטערגעהייצט, ארײַנגעהאקט אין רויך 
א פּאָר טשוהונטשיקעס און א צװײי ליימענע טעפּלעך מיט וואסער, קעדיי 
צװאָגן די קינדער. ארויסגעפּליוכעט דאָס אַנגעווארעמטע וואסער אין א 
גרויסער באליע, צוגעדעקט מיט א קאָלדרע, סזאָל זיך ניט אָפּקילן, געגעבן 
כאטשען א פּאָרל גרעט: ,גיי גיכער אין באָד!" און זיך גענומען צום , שא- 
בעס". די מײַכאָלים, װאָס זי פלעגט אָפּקאָכן , כאפּ-לאפּ', זײַנען געווען א 
שעם-דאַװאָר אין געסל, 

-- ווען מע גיסט עס אויס אף א כאזער, װאָלט ער געבראַכן מיט גרי- 
גער גאֹל, -- פלעגן װײַבער זאָגן, שמעקנדיק די רייכעס, װאָס האָבן זיך 
געשפּרײט ארום כאטשעס שטיבל, 

-- א קגאפּע קעכן, נאָר װאָס זאָל זי נעבעך פריער טאָן? -- פלעגן 
ווידער אנדערע זיך אײַנשטעלן פאר דער קאָדערניצקע, 

זי, בײַע-הינדע אליין, האָט זיך קיינמאָל פאר קיינעם ניט באקלאָגט. 
די ערדענע פּאָדלאַנץ אין שטיבל אױסגעגלײַכט און באשאָטן מיט זאמד, 
צוויי מעשענע לײַכטער פינקלען אפן טישטעך, אפילע א גראָבער, פאר- 
לאטעטער טישטעך, אָבער ריין-שעבעריין, 

זי האָט אָפּט געהייצט פרײַטיק אין אויוון -- ס'זאָל גיין א רויך, און 
לײַט זאָלן מיינען... אף שאבעס געהאט נאָר זעקס אױסגעצװאָגענע קינדער- 
לעך, װאָס פלעגן מיט איר איניינעם גריזשען רעטעך, אָנרײַבן א מויצע 
ראָועװוע ברויט מיט קנאָבל און פארטרינקען מיט וואסער פון שול-חויף- 
ברונעם, 

שאבייסענאכטס וואשט זי אויס דאָס ,גרעט", װאָס האָט זיך אָנגעקליבן 
פאר דער װאָך, און אז כאטשע װאָרטשעט פארן אויסגעבראכטן זייף, טײַנעט 
זי איין טײַנע: 

-- מײַנע קינדער האָבן ניט מיט װאָס צו האָדעװען די לײַז. אָן ברויט--- 
יאָ, אָן זייף -- קען איך ניט, 

-- און האלעװײַ ביז מײַן לעבן ניט ערגער, -- פלעגט זי ענטפערן, 
אויב א שכיינע האָט געפרעגט, צי דער טשאָלנט איז איר הײַנטיקן שאבעס 
געראָטן, 


211 | 


פון עלף קינדער זײַנען איר געבליבן זעקס. געשטאָרבן, כאַלילע, ניט 
פון מאָזלען, ניט פון פּאָקן. דעם ערשטן צווילינג -- צוויי ייִנגעלעך, װי די 
שלײַענס -- האָט זי , צוגעשלאָפן", שיר זיך פון זינען ניט גערירט. ס'האָט 
ניט געהאָלפן, װאָס כאטשע האָט זי געטרייסט; 
-- חינדע, הער שוין אוף צו קלאָגן, װאָרעם פאר א שלאָף קען מען 
ניט אָרעװו זײַן, 
איינעם האָט כאטשע ערעוו פּייסעך אָפּגעבריט אין באָד. און ס'האָבן ניט 
געהאָלפן די שמאטעס מיט זויערמילך, װאָס דער רויפע האָט געהייסן צו- 
לייגן, -- דאָס ייִנגל איז געשטאָרבן כאלעמויעד, האָט כאטשע װידער גע- 
טײַנעט: 
-- חינדע, גענוג זאָל זײַן! װאָרעם מיר זײַנען אלע אין רעשוס , בא די 
הענט ניט געוואשן". אז ,ער" האָט געװאָלט, האָט זיך געפונען, װער סזאָל 
אָפּשטעלן אװוראָם-אָװינו כא דער אקיידע. מיסטאמע איז אזוי באשערט. 
װאָרעם די טרערן דײַנע זײַנען מיר הערינג-ראָסל אף די װונדן. 
איינער איז ארויסגעפאלן פון פענצטער. א נידעריק פענצטערל. דארף 
אפן בייזן פּאַחיבעל ליגן א שפּיציקער שטיין. איז כײַע-חינדע צו פינף און 
דרײַסיק יאָר געװאָרן גראָוו וי א טויב, און איז געבליבן א שטוביקע, 
אָבער אז כאטשע איז עטלעכע מאָל געקומען מיט א ליידיקן װאָגן, האָט 
זי געהאט א בריירע? ,וויפל איז דער שיר צו קלאָגן אף טױיטע, אז די לֵע- 
בעדיקע כאלעשן נאָך א מאַן ברויט?" -- האָט זי דאן געטראכט און װוידער 
געלאָזן די קינדער אף גאָטט באראָט, 
איינעם האָט צעטראָטן לייבע דעם פּאָטשטערס אָגער. אלע שאבעס 
פלעגט דער פּאָטשטער ארויסלאָזן דאָס פערד זאָל זיך , דורכשטיפן" און בא 
שמײַטערוקעס" זאָל פּלאצן די גאל. דער אָגער האָט זיך װוי א וויכער דורכ- 
געטראָגן איבערן געסל, און לייבעלע הינדעס איז געבליבן ליגן. דאפקע 
שאבעס נאָך ווארמעס, ווען כײַע-הינדע איז אפילע ניט געשלאָפן, -- גע- 
זעסן מיט כאטשען אין שטיבל און געקײַט אָפּגעקאָכטע באָב. מענטשן האָבן 
ארײַנגעטראָגן דעם זעקסיאָריקן לייבקען אין שטוב ארײַן. האָט אים די מא- 
מע א כאפּ געטאָן אף די הענט און איז אװעקגעלאָפן צום פּאָטשטער. כאטשע 
איז נאָכגעלאָפן, זי האָט לייבקען אוועקגעלייגט אפן גאנעק און האָט מיט 
די פויסטן אויסגעזעצט אלע שויבן אין די גאס-פענצטער פון לייבעס גרויסן 
הויז, 
לייבע איז ארויס אפן גאנעק און האָט זיך צעשריען: 
-- ייִדענע, בעהיימע, דו ביסט מעשוגע? האק זיך קאָפּ אָן ואנט! 
כ'קען ארופזעצן דעם אָגער מײַן קאָפּו סטרעפט! 
-- פארװאָס טרעפט עס ניט מיט אײַערע? גאזלאָנים! בלוטצאפּערס! -- 
האָט כײַע-הינדע געזאָגט, און לויפנדיק מיטן טויטן קינד אף די הענט דורך 
דער שאבעסדיקער גאס, האָט זי חויך געשריִען: -- טאטע אין הימל, װאָס 
שװײַגסטו? אונדזער בלוט אף זייערע קעפּ... אף זייערע קעפּ אונדזער בלוט... 
און כאטשע האָט נאַכלױפנדיק געברומט: 


212 


-- דו ביסט גערעכט, און דײַן מישפעט איז גערעכט! 

אין שטיבער האָט זיך ארײַנגעריסן כײַע-הינדעס געשריי, באלעבאטישע 
ליפּן האָבן אין שרעק געפּרעפּלט: ,אף פּוסטע פעלדער און ליידיקע וועל- 
דער..." אָבער קיינער איז ניט ארויס צו דער מאמען מיטן טויטן קינד אף 
די הענט. 

נאָר די געסלדיקע װײַבער האָבן געקלאָגט און געװיינט. אָבער מײַע- 
הינדע ניט. זי איז געזעסן שטיל און אלע װײַלע געפרעגט כאטשען: 

-- וי מיינסטו, ס'איז טאקע דאָ א גאָט? 

-- שװײַג, כײַע, דערבארעם זיך! מיר האָבן נאָך קינדער. שװײַג, זאָג 
איך דיר, 

און מער האָט מען פון כאטשען ניט געהערט קיין איין װאָרט. ער איז 
געװאָרן בייז און שװײַגנדיק, האָט אָנגעבױגן דעם קאָפּ, װי ער װאָלט גע- 
ווארט אף נאָך קלעפּ פון , די הענט ניט געוואשן", ס'הייסט פון דעם אל- 
מעכטיקן, 

איצט האָט כײַע-הינדע פינף ייַנגלעך מיט איין מיידל, און זי װוּנדערט 
זיך, װי זי האלטן זיך בא איר. אז די באלעבאַסטע אין שטוב און די מאמע 
פאר אירע קינדער איז די דרײַצניאָריקע כאנקע. פאר יעדער איבעריקער 
קאָפּעקע, װאָס דאָס מיידל באָרגט אין קרעמל און באם בעקער, האָט איר 
כײַע-הינדע אױסגעקניפּט שטיקער פלייש. 

-- א קאלע-מויד זאָל ניט קוקן, װאָס יענער קויפט, זאָל ניט זען, װאָס 
יענער עסט! כ'האָב דיר מילע-מיליאסן מאָל געזאָגט, אז אין בויך איז קיין 
פענצטערלעך ניטאָ. וויין ניט, טרייפער האלדז.. שװוײַג.. -- פלעגט כײַע- 
הינדע טײַנען אין דער שטיל, אז די שכיינים זאָלן כאסװעשאָלעם ניט הערן. 

כאנקע פלעגט זיך, שטיקנדיק מיט די טרערן, האלטן פאר די ברוין- 
בלויע סימאָנים און זיך פארענטפערן: 

-- דעם בייגל האָב איך געקויפט פאר שמולקען. ער לאָזט מיך ניט 
לעבן. ער לויפט מיר נאָך ביז כײַע דער בעקערקעס שטוב און פלאצט 
שרײַענדיק: קויף מיר א בייגל, כזויל עסן! 

פונעם פינפיאָריקן שמולקע איז טאקע ניט אויסצוהאלטן. דאָס גאנצע 
געסל האָט מיט אים צו טאָן, מאמעס װאָרענען זייערע קינדער: ,עס אוף 
אין שטוב, שמולקע װועט ארויסכאפּן!" 

-- כײַע-הינדע, האָט ראכמאַנעס, געפינט א טאכבולע צו אײַער יינגלו 
ער װעט דאָך שלעסער ברעכן, -- זאָגן װײַבער צו איר שאבעס פארנאכט. 

איבער שמולקען עסן די איבעריקע קינדער א גאנצע װאָך פארעוע 
ארבעסענע פארפל, אף דער סאמע אייבערשטער פּאַליצע שטעלט כאנקע 
אוועק דאָס געמעלק פון דער ציג, און ס'העלפט ניט: שמולקע געפינט און 
כליאָבעט אויס, 

,דאָס ייַנגל זעט טאקע אויס אף אלע ייִדישע קינדער געזאָגט גע- 
װאָרן" -- טראכט הינדע, קוקנדיק אף אים, און שמולקע פאָרט רײַטנדיק אף 
א שטעקן איבערן געסל. זײַנע שווארצע אייגלעך נישטערן, די רויטע בעק- 


219 


לעך באוועגן זיך, און די ציינדלעך קײַען עפּעס. ער איז טאָמיד געזונט און 
קיינמאָל ניט זאט... 

אין דעם שטעקט טאקע כײַע-הינדעס אומגליק. דאָס גאנצע געסל ווייסט 
שוין, אז איר שמולקע האָט א , מיטעסער". 

און אין איינעם א זונטיק איז כאטשע אליין אװעקגעפאָרן אין דאָרף. 
כײַע-הינדע איז אוועק צו טויבע דער גערטנערקע זיך האלטן אן אייצע. 

די גערטנערקע האָט געקאָנט אָפּשפּרעכן אן אײַנהאָרע, ארױסרײַסן א 
מילך-ציינדל, מאכן א ,וועסערל" צו בײַסעניש און ארויסציען א העלצל פון 
אונטער א נעגעלע. טויבע האָט אויסגעהערט כײַע-הינדען און געזאָגט: 

-- הערסט! בא מײַן וועלוועלען איז דאָך אויך געװען א מיטעסער. 
ס'פלעגט זיך דאָך בא אים, ניט פאר קיינעם געדאכט, דאָס מויל ניט צו- 
מאכן! אונטערן קישן פלעגט ער אף באנאכט באהאלטן סקאָרינקעס און 
גריזשען, וי א מויז. האקיצער, כ'האָב אים אײַנגעגעבן א שטיקעלע , שיר- 
האמײַלע" מיט האָניק און אים פארמאכט אף א האלבער שאַ אין אונטערשטן 
שופלאָד פון קאָמאָד, איז אכוץ זײַן שאָדן -- אף דײַנע געזאָגט געװאָרן. 

-- איר ווייסט, טויבע, װאָס כ'ועל אײַך זאָגן? כווייס גאָרניט, צִי 
איכל אים בײַקומען: כ'האָב אים אנומלטן געצװאָגן, האָט ער זיך געװאָרפן 
און געמאָרדעװעט -- סאיז א בושע צו דערציילן -- כ'האָב אים געלאָזט 
מיט די ,מילענעס" אפן קעפּל און גענוֹם... 

-- איך װעל מיט דיר גיין, -- האָט די גערטנערקע געזאָגט. 

און די װײַבער זײַנען אוועק. פאריינס געקויפט א , שיר-האמײַלע" בא 
ארן דעם אײַנבינדער. 

זיי האָבן ארײַנגענארט שמולקען אין שטיבל. הינדע האָט אים געהייסן 
אָפּבײַסן א שטיקל , שיר-האמײַלעס", שמולקע האָט געפאָלגט -- א קײַ גע- 
טאָן, אויסגעשפּיגן און געזאָגט: פעי.. 

-- רײַס אָפּ א פיצל און פארוויקל א גרויפּ צוקער, װעט ער עס אופעסן. 

דאָס מאָל האָט שמולקע אראָפּנעשלונגען און געבעטן נאָך. 

כאנקען מיט די איבעריקע פיר ייִנגלעך האָט טויבע ארויסגעשיקט אין 
דרויסן און פארקייטלט די טיר, כײַע:הינדע האָט ארויסגענומען אלע שׂמא- 
טעס פון דעם אונטערשטן שופלאָד און האָט א קאפּל ארויסגערוקט די 
איבעריקע פיר -- סזאָל זײַן מיט װאָס צו דעכען, -- און די װײַבער האָבן 
גענומען אײַנרײדן שמולקען מיט גוטן 

-- קריך בעסער אליין אין שופלאָד! אז ניט, װעלן מיר ארײַנרופן יאג- 

קלען דעם קוימענקערער, ועט ער דיך שוין נישקאָשע, בײַקומעף / 

דערהערט אזוינע רייד, האָט זיך שמולקע א לאָז געטאָן צו דער טיר. 
דאָ האָבן אים טויבע מיט כײַע-הינדען געפּאקט, בא ביידע װײַבער האָבן 
געציטערט הענט און פיס. אָבער זיי האָבן מענאצייעך געווען און דאָס קינד 
פארמאכט אין שופלאַד, 

שמולקע איז געלעגן אין דער פינצטער. די ערשטע מינוט האָט ער נאָר 
פארשטאנען, אז דעם דרויסן װעט ער שוין מער ניט אָנקוקן. ער האָט זיך 


214 


געריסן פון שטיקנדיקן שופּלאָד און זיך געקלאפּט דאָס קעפּל אָן די היל- 
צערנע ווענטלעך. דער קאָמאָד האָט מאמעש ארומגעטאנצט. נאַכדעם האָט 
זיך אים אויסגעוויזן, אז יאנקל דער קוימענקערער נעמט אים פאר די פיס 
און שטופּט אים אין א קליין קוימענדל, שמולקע איז שוין גערן, אז יאנקל 
ואָל אים אחין ארײַנקװעטשן, נאָר דאָס קוימענדל איז אזוי קליין, אז שמול- 
קעס קעפּל גייט אהין בעשום-אויפן ניט ארײַן. דעם קוימענקערערס אויגן 
זײַנען אָן שווארצאפּלען, װײַסע, און זײַן הארטע, פרעמדע באָרד קיצלט אזוי 
מאַדנע די באָרװעסע פיסלעך... שמולקע פארגייט זיך, סווערט אים קאלט, 
קאלט... 

ווען די װײַבער האָבן אים ארויסגענומען פון קאָמאָד, האָט טויבע אף 
אים אױסגעגאָסן א בלעכענע קװאָרט וואסער --- האָט ער זיך אָפּגעמינ- 
טערט. כײַע:הינדע האָט מיטן מילכיקן מעסער צוגעקוועטשט די בײַלן אפן 
קעפּל, און זי האָט שוין שטארק כאראַטע געהאט אפן גאנצן אייסעק. 

-- גיי, נארעלע, האָב ניט קיין שיווער-לעוו! מיינסט -- פּאָטער װערן 
פון אזא , זאך" איז ארויסציען א האָר פון מילך? -- האָט טויבע געטרייסט. 

שמולקע איז טאקע פּאָטער געװאָרן פונעם מיטעסער. די ציגענע 

מילך שטייט שוין איצט אפן פענצטער, און שמולקען ארט עס װי די וואנט. 

דעם קומענדיקן זונטיק האָט כײַע-הינדע פארן אװעקפאָרן אין דאָרף 
אָנגעזאָגט כאנקען: 

-- כאנקע, קויף דעם ייִנגל א בייגל. זע אים צו! וי איז מיר.. 

אָבער שמולקע האָט אפן בייגל געקוקט מיט וואסערדיקע אייגעלעך. 
ער פלעגט זיך אײַנגראָבן אין בעטגעוואנט און אָפּליגן א שטילער שאָענ- 
װײַז, און שאבעס האָט כײַע-הינדע דערציילט טויבען איר ביטער הארץ: 

-- ס'מעג פארשימלט וװערן, טשעפּעט ער ניט. עסט, נעבעך, װי א 
פייגעלע און קוקט אף מיר, װי א טאם -- אז דאָס הארץ װוערט מיר בא- 
גאָסן מיט בלוט, 

-- נישקאַשע, סװועט איבערגיין. ער װעט מירצעשעם איבערוואקסן. 
ניט דער ערשטער, ניט דער לעצטער.. -- האָט טויבע געטרייסט בײַע- 
הינדען. 

און אף דעם איז געבליבן, 

שלעכט איז נאָר, װאָס בא שמולקען זײַנען די אייגעלעך וואסערדיק, 
אין כיידער האָט ער גאָרנישט באנומען, װינטער זיצט ער אין שטוב און 
זומער אף א קופּע קאָדער. כײַע-הינדע האָט אים אויסגעלערנט אָפּשנײַדן 
קנעפּלעך און העקלעך פונעם קאָדער, אָפּקלײַבן װאָלענע שמאטעס צו 
װאָלענע, לײַװונטענע צו לײַװונטענע. די ארבעט, זאָגט מען אין געסל, איז 
פארן טאם, וי אָנגעמאָסטן, כײַע-הינדע האָט שוין קיין טרערן ניט, זי קיקט 
אף שמולקען און פּרעפּלט: 

-- אזא מאמען דארף מען צעקרעפּלען.. די פיס מיט די הענט װאָלט 
מען מיר דאן אָפּגענומען, װאָלט א סאך גלײַכער געווען. א בראָך צו מײַן 
מאזל, 


2159 


די באָבץ מאלקץ 


איר קליין שטיבעלע מיט די נידעריקע פענצטער איז געשטאנען נעבן 
אלטן בעסוילעם. װוינטער האָט זיך דאָס באשנייטע דעכל אראָפּגעלאָזט ביז 
צו די פענצטער, װי א גרויס שעפּסן-היטל איבער די אויגן אף א קינדערש 
קעפּל, זומער פלעגט דאָס ערדענע דעכל באוואקסן ווערן מיט מענטע, רא- 
מונקעס; די לענגלעכע בליונגען מיט די װײַסע שפּרענקעלעך פון די ועג- 
בלעטלעך האָבן זיך געחויכן ארום קוימען און באפּוצט דעם רויך. די נאס- 
טורציעס מיט די רויטע סאמעטענע הערצעלעך, װאָס די באַבע מאלקע האָט 
אזוי ליב געהאט, פלעגן קימאט פארציען די שמאַלע סטעזשקע צו דער 
נידעריקער סאַסנאַװער טיר. די בעסוילעם-ביימער האָבן געגרייכט ביזקל 
שטיבל, און אכוץ דעם, װאָס זיי האַבן ארײַנגעשאַרכט אין דער באַבעס 
פענצטערל גרינע דערמאַנונג, האָבן זי געבראכט נוצן אויך: זי האָט גע- 
קליבן ליפּע-צוויט אף דורכצושוויצן די ביינער. אונטער די אָסינעס האָט 
זי געקליבן שוועמלעך, אין די בעריאָזעס פלעגט זי מיטן עקבערל מאכן 
לעכלעך, צובינדן א ליימענעם ליאָק -- סזאָל טריפן. שטעטלשע האָכן ניט 
איין מאָל אראָפּגעשװענקט דעם נאַכטאם פון טשאַלנט מיט מאלקעס גע- 
זײַערטן בעריאָזע-קוואס. אין די מוראשניקעס פלעגט זי באהאלטן ליידיקע, 
ניט קיין פארקאַרקעוועטע פלעשלעך. די קלוגע מורעשקעס פלעגן אהין אָנ- 
קריכן װי נאראָנים. די באָבע מאלקע פלעגט אף זי אָנגיסן בראנפן. אלטע 
לײַט מיט רעמאטעז פלעגן לויבן די רעפוע: 

-- אוב די ביינער סקריפּען נאָך, איז א דאנק פריער אים, נאָכדעם 
דיר,.. 
זי פלעגט אויך איבערקערן א גלעזל און צופּינטלען: 
-- פון אים צי פון מיר, פון מיר צי פון די מורעשקעס, אבי די ביינער 
סקריפּען! 

מע דערציילט, דער אלטער ראָוו האָט גערופן מאלקען און זי געמוסערט: 

-- קלײַבסט שוועמלעך אפן ריינעם אָרט, בינדסט בעזעמלעך צו גיין 
אין מערכעץ, איז דיר קנאפּ? האָסטו פארזעצט מערן מיט באָב צווישן די 
קװאָרים, איז דיר נאָך װינציק?! בארימסטו זיך, האָט מען מיר דערציילט, 
אז יעדער מער איז פון דער ערֹד ניט ארױסצורײַסן און יעדער באָב-שויט 
איז אָנגערײעט מיט בעבלעך, װי א װײַבערשע צונג מיט װערטער, 

און פון דאן אָן האָט צװישן די קװאָרים אַנגעהױיבן וואקסן ברוצקע, 
דער אלטער ראָוו איז געשטאַרבן. 

די באָבע מאלקע האָט דערציילט, אז איר ברוצקע-צימעס איז װי מיט 
האָניק אָנגעגאָסן, זי דארף מערן אף קאפּאָרעס, אין װוינטערדיקע שנייען, 
אין הארבסטיקע בלאָטעס איז זי אלעמאָל צו א געװוינערן געקומען צו דער 
צײַט, און אוב שטעטלשע האַכן צוגערעדט, זי זאָל זיך אריבערקלייַבן: 

-- א מענטש אליין, לאנגע נעכט, סאיז אומעטיק., 


210 


פלעגט די באָבע ענטפערן: 

-- ערשטנס, איז מיר, צײַט איך לעב, קיינמאָל ניט אומעטיק געווען, 
צווייטנס, דארף מײַן מעלאָכע א רויַק געמיט. וויפל מאָל קריכן מיר די 
אויגן פון קאָפּ מיט דער קימפּעטאָרן איניינעם? אָבער קוים פארבינד איך 
דעם נאָפּל -- פארגעס איך אַן אלץ! 

אף איינעם א רײַכן בריס האָט די באַבע מאלקע געטרונקען װישניק פוז 
א טיי-גלאָז, פארטיק געמאכט א פּאָלומעסעקל געהאקטן לעבער פון ברעג 
ביז ברעג, צוגערוקט צו זיך א טיפע גלעזערנע שאָל מיט אינגבערלעך, און 
דערזען, װי מענדל דער סארווער קוקט אף איר מאַדנע שטרענג, האָט זי 
איבערגעקערט די שאָל אפן טיש, צוגעשארט צו זיך די אינגבערלעך און 
א געשריי געטאָן; 

-- קוק ניט אזוי! כ'האָב קאָשער פארדינט, דאָס קינד איז, ניט פאר 
דיר געדאכט, געגאנגען מיטן געזעסל! 


6 =  { 


אזוי האָט זיך געצויגן א לעבן מיט קימפּעטאַרנס, בריסן, כאסענעס, לע- 
ווײַעס.., 

די באָבע מאלקע פלעגט, לופטערנדיק אירע זאכן, מעסטן מיטן אויג 
די שטיק אייגעגע געוועבטע לײַװנט, עס ווידער באהאלטן אפן סאמע דעק 
קופערט און אומעטיק טראכטן: , ס'איז ניט קיין כופּע-שלייער, ס'קען צו- 
ווארטן", 

ס'איז געווען א לעבן מיט דערמאַנונגען וועגן פארצײַטנס, מיט האַפענונג 
אף איבער גוויי יאָר און אף איבער פינף יאָר. מיטאמאָל איז אלץ אָפּנעמעקט 
און אױיסגעלײידיקט געװאָרן.. 

שוין דאָס גאנצע שטעטל פּוסט, און אָן איר האָט מען, אפּאַנעם, פאר- 
געסן. אין די נעכט זיצט זי בא פארהאנגענע פענצטערלעך, פירט מיטן פיג- 
גער איבער קרומע שורעס אין א געלן העפט און רעכנט: ,אװראָם, רייזע 
און זייערע. הירשעלע, פּײַווקע, דינקע, פרומקע, שײַע, כיענע. זייער בעג- 
צעלע, נעכעמקע, שלוימקע, מענוכקע און יוינעלע", זי פירט מיטן פינגער 
אזוי לאנג, ביז זי בלײַבט זיצן, שאַקלענדיק זיך מיט פארמאכטע אױגן.. 
ס'הייבן זיך אָן דרייען קאראהאָדן ארום געלע שײַטערס, אין וועלכע סברעץ- 
נען אייפעלעך. סאיז פול איר שטיבל מיט געשרייען פון קינדער,.. זי זיצט 
אין אָנטאָן גאנצע נעכט, עפנט אלע װײַלע די אויגן, קעדיי אװעקצואָגן 
דעם גרויל... כאדאָשימװײַז איז זי אזוי געזעסן, געווארט אפן מאלעכהאמאַ- 
וועס, ביז זי האָט אין איינער א נאכט אָנגעטאַן איר טונקל-גראנאט מאנטל 
מיט די באָרדאָ סאמעט-לאצן און, ניט אויסלעשנדיק דעם קאנעץ, ניט פאר- 
מאכנדיק די טיר, אוועק פון שטיבל, 


217 


אין איינעם א דאָרף האָט זי אויסגעביטן דעם מאנטל אף א שעפּסן 
פּעלצל מיט א לעבל ברויט. איר פּאָנעם מיט די אײַנגעפאלענע צעקנייטשטע 
נאקן האָט ארויסגעקוקט פון הויכן קראגן, װי א שטיקל געל פארטריקנט 
פעלכל, אין וועלכן סזײַנען טיף געזעסן אירע בלויע, עטװאָס אָפּגעבליא- 
קעוועטע אויגן. איצט װאָלט שוין קיינער ניט געזאָגט, אז דאָס איז ניט קיין 
פױיערטע, װאָס האָט א גאנץ לעבן אָפּגעארבעט אין פעלד. אין א צװייטן 
דאָרף האָט זי אױיסגעטאָן פון האלדז אירע גרויסע בורשטינענע קרעלן, זי 
אָפּגעגעבן אָנשטאָט דירע-געלט. דאָס אלטע פּאַרפאָלק האָט זי געלאָזט בא 
זיך אין פירהײַזל לעבן כאזער. דער אלטער פלעגט אף באנאכט אָנטאָן דעם 
כאזער אפן שנוק א װאָלענעם זאָק, ער זאָל ניט שטערן דער באָבע מאלקעס 
שלאָף. זי איז אָבער סײַװיסײַ קנאפּ געשלאַפן. באגינען פלעגט זי רײַסן 
קראָפּעװע און אנדערע גראָזן פארן כאזער. זי האָט דערציילט דער באלע- 
באָסטע, אז זי איז א באהאוונטע באָבע, אָבער אין דאָרף איז געװען אן 
אייגענע באבקע, קיינער האָט ניט געװאָלט אָנקומען צו דער פרעמדער, 
כאָטש קיינעם איז אפילע ניט אײַנגעפאלן, אז זי איז א ייִדישע. די באָבע 
מאלקע האָט שוין ניט געגלייבט, אז איר מעלאָכע קען צוניץ קומען. 

אין איינעם א פארנאכט האָט זי, װי אלע טאָג, געהאקט קראָפּעװע פארן 
כאזער. אן אלטע פּוערטע איז האסטיק ארײַנגעגאנגען אין פירהויז, האָט 
זי א צופּ געטאָן באם ארבל: 

-- קום גיכער! וולאדאס װײַב גייט צו-קינד. שוֹין צוויי מעסלעס. זי 
האלט באם שטארבן! 


צ 6+ *ו 


די אלטע האָט געבראכט צו פירן די באָבע מאלקע אין א גראמער שטוב 
מיט ריינע פּאָדלאָגעס, מיט ניט קיין געטינקעוװועטע וװענט פון גראָבע קלע- 
צער. דער מאָך צווישן זיי איז נאָך געווען גרינלעך. אף א סאך בעטגעוואנט 
מיט א הייליקן בילד צוקאָפּנס איז געלעגן די קימפּעטאָרן מיט אויסגעצוי- 
גענע פיס, און איר בויך האָט פארשטעלט דאָס פּאָנעם. הין און צוריק פון 
שפּיגל ביזן אויוון האָט געשפּאנט דער באלעבאָס, 

-- שטעל צו וואסער, באלעבאָס! גיב א טרונק, פארבײַסן אויך! 

זי האָט אויסגעטרונקען, פארביסן מיט א פּאַר אָפּנעקאָכטע אייער, צו- 
געבונדן צוויי האנטעכער צום ווענטל פון בעט, און, זיך צובייגנדיק צו דער 
קימפּעטאָרן, שטרענג אָנגעהױבן: יי 

-- ווילסט לעבן, טאָ העלף זיך! האָסט ניט אזויפיל האָר אפן קאָפּ, וויפל 
װײַבלעך כ'האָב געזען אזוי ליגנדיק. נו, ריר זיך! נעם די האנטעכער, שטײַ 
פער, מיטן גאנצן קויעך צי צו זיך!.. נאָר שטארקער!! בייג אײַן די קני, כא- 
כאַמע מײַנע, פון א פארמאכטער טיר קען קיינער ניט ארויס!.. נאַכאמאָל, 
טײַערינקע, שטארקער... באלעבאָס! א גלאָז טיי -- האלב האָניק, האלב 


218 


וואסער, גיכער! נו, טרינק, איין זופּ! איין שלונג! ווידער די האנטעכער -- 
צו זיך! העלף זיך! שטארקער! 

אזוי האָט די באַבע מאלקע געקאָמאנדעװעט, ביז די קימפּעטאָרן האָט 
גענומען ברומען ניט מיט איר קאָל. דאן האָט די באָבע מאלקע פארקא- 
שערט די ארבל, א געשריי געטאָן צום באלעבאָס: , גיס אוף!" און טראָגנדיק 
פאָרויס די אויסגעוואשענע הענט, צוגעלאָפן צום בעט און מיט א צונע- 
הלושעט קאָל, װי זי װאָלט מוירע געהאט עמעצן צו דערשרעקן, גערופן: 

-- נו, קום, גיכער, שויטע, דאָרטן איז שוין סײַװיסײַ פאר דיר קיין 
אט נִיט., 

זִי האָט אלץ שטילער און שטילער גערופן, די קימפּעטאָרן | האָט אלץ 
העכער און העכער געברומט, ביז ס'האָבן זיך דערהערט פעטשלעך און א 
דינער שפּאָגל-נײַער , או-א". 

וולאדאס איז געשטאנען און געקוקט. װי די באָבע מאלקע האלט אף 
דער לינקער דלאָניע א ברוין-בלויען צאפּלדיקן נעפעש מיטן בײַכל אראָפֿ, 
מיט דער צווייטער האנט גיסט זי אף דעם לעבלעך וואסער און װוערטלט 
זיך: 

-- האָסט א כלאָפּ, ער וועגט אוואדע צװועלף פונט! 

זי האָט פארװויקלט דאָט קינד און געבעטן: 

-- נו, איצט גיב עפּעס אָפּעסן, 

וולאדאס האָט ווידער געבראכט סאמאַהאָן, ער האָט אָנגעגאָסן צװויי 
גלעזער, 

-- גיין, מער דארף מען ניט, גענוג! איך בין ניט קיין שיקער. כ'האָב 
געדארפט א קאפּל קוראוש. דו טרינק, און מיר גיב עפּעס אָפעסן, 

וולאדאס האָס גענראכט פּוטער און האָניק, א קײַלעכדיק לעבל וייצן 
ברויט, און די באָבע מאלקע האָט געשמירט א מויצע נאָך א מויצע, 

-- אײַ, באנקע! ביסט א מאַלאָדיעץ. וועז מע קאָרמעט דיך צו א שטיקל 
צײַט, װאָלסטו נאָך אליין געהאט קינדער! 

-- אוואדע! מיינסט, דײַנע האָט געהאט? איך האָב פאר איר געהאט! 
און װײַטער איז איצט די רינטיקע צייט, זאָלסט גיין שלאָפן, װאָרעם דו 
הייבסט אָן ריידן נארישקײטן. גי לייג זיך, און איך װעל זיצן בא דער קימ- 
פּעטאָרן, 

ס'זײַנען געגאנגען טעג, די באָבע מאלקע האָט שוין געװוסט, אז וולא- 
דאס איז סטאראָסטע אין דאָרף. די קימפּעסאָרן איז ארומגעגאנגען, דער 
נײַ-געבוירענער איז פון רויט געװאֵין ראָזלעך, דאָס ברייט-צעפלעטשטע 
נעזל -- שׂמעלער. די װײַסקײַט, װאָס האָט זיך צעבליט בא אים אין מײַלבל, 
האָט די באָבע מאלקע אויסגעהיילט: זי פלעגט ארומוויקלען א ווייכע לײַװ1- 
טענע שמאטקע ארום קליינעם פיננער, אײַנטונקען אין זאלץ-וואסער און 
אויסװוישן זײַן צינגל און זײַן גומענדל. זי פלעגט עסן מיטן סטאראָסטע און 
זײַן װײַב פון איין שיסל, אפגיך אָפּשאױנדיק מיטן לעפל דאָס פעטס, זי איז 
געװאָרן אן אייגענער מענטש, 


219 


אז וולאדאס איז ניט געווען אין שטוב, פלעגט מיכאסיע עפענען דעם 
גרינעם קופערט און, װײַזנדיק זילבערנע לעפל-גאָפּל, װעש און אנדערע 
זאכן, פרעגן: 

| -- וי מיינסטו, באָבעשי, ס'איז א זינד? מיר װאָלטן ניט גענומען, װאָלטן 

דאָך אנדערע גענומען. ניט אזוי? 

די באָבע מאלקע פלעגט שװײַגנדיק שאָקלען מיטן קאָפּ, 

אין די נעכט פלעגט זיך איר כאָלעמען אלץ איין כאָלעם: זי איז קווא- 
טער, דערלאנגט דאָס קינד, דער מויעל האָט וולאדאסעס אָנבליק, ער ווארפט 
איר צוריק פאנאנדערגעוויקלטע וװוינדעלעך, און עס שיטן זיך פון דאָרטן א 
סאך, א סאך פארבלוטיקטע הענטלעך מיט פיסלעך... זי שרײַט פון שלאָף, 
און דער סטאראָסטע שרײַט אף איר: 

-- בעט זיך אויס אין דער זומערדיקער העלפט, דו לאָזט מיר ניט 
שלאָפן, באבקע, ס'קריכן אזוי אויך אין קאָפּ שיידים ווייסן װאָס! 

די באָבע מאלקע װאָלט געגאנגען ניט נאָר אין דער זומערדיקער העלפט, 
זי װאָלט אוועק, װוּ די אויגן טראָגן. פון די ערשטע טעג אָן האָט זי צו 
וולאדאסן געפילט ניט נאָר סינע. ס'איז געווען א געפיל אויסגעמישט פון 
עקל, סינע און נײַגער. 

ס'האָט זיך געטראָפן, א פּױערטע איז ארײַנגעגאנגען און צעטומלט 
דערציילט: , פינף װיאָרסט פונדאנען האָבן פּארטיזאנער פארברענט די קאָ- 
מענדאטור מיט די דײַטשן איניינעם". מיכאסיע האָט זיך ארײַנגעגראָבן אין 
דעם ווייכן בעטגעוואנט און געװאַיעט. וולאדאס איז ארײַנגעגאנגען פון 
גאס, זיך צעשריען: 
--- וויפל מאָל האָב איך געזאָגט, קיינעם ניט ארײַנלאָזן אין שטוב. עס 
קריכן זיי ארויס די אויגן! ס'פּלאצט זיי די גאל, איך אליין האָב גענומען, 
זי אלע זײַנען ערלעכע לײַט! ארויס פון בעט, צעקראָכענע בריע! או ניט...-- 
ער האָט זיך א לאָז געטאַן צו מיכאטיען מיט די אופגעהויבענע קולעקעס. 

-- וולאדינקע, כ'האָב מוירע, כ'האָב קיין קויעך ניט... פארברען אלץ, 
ווארף ארויס, איך דארף קיין זאך ניט! -- האָט מיכאסיע געשלוכצט, 

-- ארויסווארפן?! פארשטונקענע נעװײילע! ניט דו האָסט געבראכט, 
ניט דו װעסט ארויסווארפן! 

און די באָבע מאלקע האָט, שאַקלענדיק דאָס הענג-וויגל, געטראכט: 
,קיין געשריי פון נײַ-געבאָרענעם זאָל ער מער ניט הערן, טאטע-פאָטער!" 

אָנגעשטאָפּט איז געווען די שטוב מיט האָב און גוטס, זילבערנע לעפל- 
גאָפּל -- געגעסן האָבן זיי מיט הילצערנע. טוצן לײַלעכער -- און געשלאָפן 
זײַנען זי אף דער אייגענער געוועבטער גוניע. גרויסע מעדניצעס זײַגען 
פארגרינטע, מיט די דעקן ארוף געלעגן אפן אויוון. די באלעבאטים האָבן 
ניט געװוּסט צו װאָס מע נוצט דאָס, די קישנס נאָר האָבן געדולדיק גע- 
האלטן זייערע קעפּ, דער זייגער האָט געציילט א שאָ נאָך א שאָ, אין שפּיגל 
האָט זיך געזען א ווינקל-אויוון און די פיר שטריק פון וויגל, 


220 


אין די פרימאַרגנס, ווען וולאדאס פלעגט זיך צוקעמען, פלעגט זיך די 
נאַבע מאלקע טאָמיד דערמאָנען אין ציווקע אײַזיקס: זי שטייט מיט פאר- 
הויבענע הענט באם שפּיגל, לייגט אויס די צעפּ ארום קאָפּ, -- בא אײַזיקן 
איז געשטאנען אקוראט אזא שפּיגל, און אין שטעטל האָט מען גערעדט, אז 
וועמען-וועמען, ציווקען װעט מען צוכאפּן, װי זי שטייט און גייט.. און 
איצט... ליגט ציווקע מיט טאטע-מאמע, מיט נאָך א סאך, א סאך אין א 
גרויסער גרוב,.. 

פון שפּיגל קוקט ארויס וולאדאס מיט דער פלאקסענער טשופּרינע אי- 
בערן גלײַכגילטיקן פּארצעף. 

-- וולאדאס, פארהענג דעם שפּיגל, ער איז פון אזא סאָרט גלאָז, װאָס 
האָט מוירע פאר ווארעמקײַט, און אין שטוב איז װי אין א באָד. שאנעווע 
דעם שפּיגל, ער איז דאָך איצט דײַנער! -- האָט די באָבע מאלקע ניט אויס- 
געהאלטן, 

וולאדאס האָט, פארהענגענדיק דעם שפּיגל, געשמועסט מיט זיך אליין; 

-- אוואדע, װאָס דארף מען אופרײַסן לײַט די אויגן? איבעראיאָר װעל 
איך אויסבויען א נײַע שטוב מיט א הויכן סופיט, װעט עס פארן שפּיגל זײַן 
וי אָנגעמאָסטן, 

און די באָבע מאלקע האָט, קוועטשנדיק מיטן הענטל פון האק אָנגע- 
קאָכטע בולבע פאר די אויפעס, ארײַנגעברומט אין טשוהון: 

-- דײַן זון זאָלסטו ניט דערלעבן זען א גרויסן, און דער לעצטער זאָל 
ער בא דיר זײַן! 

די סינע צו וולאדאסן האָט אָפּגעטאָן פון דער באָבע מאלקע דעם שלאָף. 
אין די נעכט האָט זי אראָפּנעקוקט פון אויוון, און װי פינצטער סאיז ניט 
געווען אין שטוב, האָט זי געזען זײַן פּאָנעם און די ציינער אין זײַן אָפענעם 
כראַפּענדיקן מויל, 

ס'האָט געטראָפן, ער האָט זיך פארזאמט עטלעכע טעג אין א דערבײַיקן 
דאָרף, 

ווען וולאדאס װאָלט מעסוגל געווען צו לייענען איר בליק, ווען עֶר האָט 
זיך אומגעקערט, װאָלט ער דערפילט, אז די באָבע מאלקע האָט אף אים 
שטארק געווארט. װעגן מיכאסיען האָט זי שוין לאנג באשלאָסן: פּארעווע 
געקעכטס -- אָן זאלץ און אָן פעפער. װעגן וולאדאסן אָבער האָט זי גע- 
טראכט גאר אנדערש, און טאקע דעויפאר האָט זי גאנצע טעג איצט געפּלא- 
נעװועט, װיאזוי שיקט מען אָפּ מיכאסיען מיטן קינד. צו דעם אלעם איז נאָך 
עפּעס מיכאסיע די לעצטע טעג ארומגעגאנגען זיפצנדיק און אָכצנדיק. 
די באָבע מאלקע האָט פארשטאנען, אז זי באהאלט עפּעס אויס פון איר. זי 
האָט גאָרנישט געפרעגט, ביז מיכאסיע האָט זיך אויסגערעדט דאָס הארץ, 
ווען וולאדאס איז ניט געווען אין שטוב, 

-- איבעראכטאָג זונטיק, -- האָט זי דערציילט, -- וועלן אין דאָרף קו- 
מען דײַטשן, זאָגט וולאדאס, אז ער װעט זיי רופן צו אונדז, און מיר הייסט 
ער מאכן געבראָטענע גענדז מיט עפּל, איך קען קאַכן גענדזנס מיט קרויט, 


21 


אָבער מיט עפּל הער איך דאָס ערשטע מאָל... און דו קענסט דאָך אים? ער, 
אז ער זאָגט, מוז ווערן באשאפן! 

-- נו, ביז איבעראכטאָג זונטיק איז נאָך דאָ צײַט! און װײַטער, װאָס 
ארט אים, װער ס'וועט בראָטן, אבי געבראָטנס װעט זײַן, -- האָט די באָבע 
מאלקע געטרייסט, 

זי האָט זיך אזוי לאנג געסוידעט מיט מיכאסיען, ביז יענע האָט זיך 
צעוויינט פאר וולאדאסן: 
|--- איך וויל פאָרן צו טאטע-מאמע, וולאדינקע, איך בענק נאָך זייי 

-- װאָלסט סייכל געהאט, װאָלסטו אליין געזאָגט: פאָר, מײַן װײַב, נעם 
ס'קינד און פאָר! -- האָט זיך ארײַנגעמישט די באָבע מאלקע, -- דארפסט 
טאקע נייטיק, זי זאָל זיך ארומדרייען אין שטוב? דײַנע געסט זײַנען פא" 
שיסטן, פארגעס ניט! און פאשיסטן זאָגן זיך פון קיין זאך ניט אָפּ. קיבעד 
איז קיבעד, געבראָטענע גענדז זײַנען אוואדע געשמאק, און נאָךר עטלעכע 
גלעזער מאשקע איז א יונג װײַבל אויך ניט שלעכט!.. און װײַטער האָב איך 
דיר געװאָלט זאָגן, ולאדאס, איך טראכט: גענוג געגעסן דײַן גרויט! צײַט 
זיך צו רירן. א פופציק װיאָרסט פונדאנען האָב איך קרויווים, ס'גייט צו 
וועסנע, װעל איך זי העלפן אין דער באלעבאטישקײַטײ - 

-- װאָס האָסטו זיך פּלוצעם א כאפּ געטאָן, באבקע, װי איך װאָלט דיר 
ארונטערגעלייגט פּולװער אונטערן עק? איך זאָג דען עפּעס? זאָל זי פאָרן! 
און דו זיץ! זי װעט זיך אומקערן, װעט מען זען, -- האָט ולאדאס אָפי 
געהאקט. 

ער האָט טאקע אף מאָרגן אליין אוועקגעפירט מיכאסיען. ווען ער איז 
צוריקגעקומען, האָט ער זיך ניט געקענט אָפּװונדערן: דער אױוון אָפּגע- 
װײַסט, -- די װענט אױיסגעשאָבן און די פּאָדלאָגעס -- כאָטש לייג אף זי 
קאשע. 

איצט, ווען די באָבע מאלקע איז געבליבן אליין מיט וולאדאסן, איז זי 
געװאָרן אומרויקער און אָנגעשטרענגטער װי פריער. ס'האָט לאנג געדויערט, 
ביז זי האָט זיך צוגעװוינט, אז די דאָרפישע און די שטוביקע פאלט ניט 
אײַן צו טראכטן, אז זי איז א ייִדיש קינד. און איצט האָט זי געשראָקן יעדער 
טראָט, יעדער סקריפּ פון טיר, פון יעדן ווענד און קער וולאדאסעס פלעגט 
זי װערן א פארצאפּלטע. אלע אירע קויכעס און די גאנצע אקשאָנעס, װאָס 
זײַנען איר בײַגעשטאנען אין לעבן, האָט זי איצט אף איין רעגע ניט אָפּגע- 
לאָזן פון זיך. קעדיי צו זײַן אויסערלעך רויַק, אָבער נאָר אויסערלעך. איר 
אלטער מויעך און איר ערלעך הארץ האָט ניט גערוט. טיילמאָל האָט זיך 
איר אויסגעוויזן, אז ס'װאָלט געווען בעסער, ווען זי בלײַבט אין שטעטל. 
,געלאָזן פּוסטע וויגעלעך, דער ווינט זאָל זיי ויגן", -- האָט זי געטראכט, 
זִיך צוקוקנדיק, וי וולאדאס באלעבאטעוועט אין דאָרף. 

זינט מיכאסיע מיטן קינד זײַנען אװעקגעפאָרן, האָט ער געהאט ארבעט 
איבערן קאָפּ. וולאדאס איז געווען א רײַכן מילנעוס א זון, ניט אומזיסט 
האָבן אים די פאשיסטן געמאכט פאר א סטאראָסטע. וולאדאס האָט גע- 


145 222 


פירט דעם מאלעכהאמאָװועס צו די, װאָס האָבן געהאט זין, ברידער, טאטעס 
אין דער רויטער ארמיי און בא די פּארטיזאנער. ער האָט געטײילט מיט 
די פאשיסטן דאָס פארמעגן פון די אומגעקומענע. ער האָט ניט געהװוסט 
קיין גענוג,. אלץ האָס אים געסױגט,. אן אײַוערנע שטאבע, ארריסגע" 
שרויפט פון א שאָכנס שטוב, ביז פרוכסביימער, ארױסגעגראָבעגע מיט 
די װאָרצלען פון א פרעמדן סאָד, 

,פארשאָלטן זאָל ער זײַן, קיין וויגל זאָל בא אים אין שטוב ניט שטיין, 
און קיין געשריי פון קיין נײַ-געבאָרענעם זאָל ער מער ניט הערן, -- 
האָט די באָבע מאלקע געשעפּטשעט און זיך אליין אויך פארשאָלטן דאָס 
געביין; , אױיװערבאָטל, שאָפעלער נעפעשו! זיצסט בא וולאדאסן און ווארגסט 
זיך ניט מיטן ביסן!" זי איז געװען פארלאָרן און צעצװוייט. איין באָבע 
מאלקע בלאַנקעט איבער די כורװועס, די צווייטע -- נעמט קיין אויג ניט 
אראָפּ פון וולאדאסן. , דער, װאָס האָט געראבעוועט און געהאָלפן אומברעג- 
גען מײַנע, דער ראבעװעט און קילעט זײַן איגן פאָלק אויך!' -- האָט 
זי געטראכט א פארצאפּלטע, הערנדיק באנאכט קוילעס: ,ראטעועט!" 


א 8 = 


עס איז געקומען דער געגארטער זנטיק. די באָבע מאלקע האָט 
אָנגעפילט די גענדז מיט שמאלץ און וייצענץ גרײַפּלעך, ארײַנגעלײגט 
אין אן אױסגעשײערטער מעדניצע, ארומגעלייגט מיט אנטאָנאָװקעס און 
פּלאָסטן, ארײַנגעשטעלט אין אויוון, ווען זי האָט זיי ארויסגענומען פאר- 
טיקע, זײַנען זיי געווען אקוראט אין דער מאָס צוגעברוינט, און עס האָט 
אזוי געשמעקט, אז וולאדאס האָט פאריגלט די טיר,, זי האָט אים אויס- 
געלערנט, ויָאזוי צו מאכן פון סאמאָהאָן א געשמאקע מאשקע. ארײינגע- 
לייגט אין סאמאָוואר געטריקנטע קארשן, פלוימען, אָנגעגאָסן סאמאָהאָן 
א ביסל האָניק און דאָס אופגעקאָכט. פארזוכט די מאשקע, האָט וולאדאט 
שטארק געלויבט: 

-- זיי װעלן בא מיר אראָפּשלינגען די צינגער! עך, באבקע, האָסט 
ליטווישע הענט און א ליטווישן קאָפּ אף די פלייצעס! 

עֶר איז אוועק באגעגענען די געסט. די באָבע מאלקע האָט זיך אויס- 
געצװאָגן, ארומגעוואשן, אופגעקאָכט אפן פּריפּעטשיק א טשוחון וואסערן 
אוועקגעשטעלט די געבראָטענע גענדז מיטן סאמאָוואר אפן טיש. עס איז 
שוין געווען ווארמעס-צײַט. זי האָט ניט געקאָנט פארשטיין, פארװאָס וולאי 
דאס איז נאָך ניטאָ מיט די געסט. זי אליין האָט גאָרנישט ניט געגעסן 
דעם טאָג איז נא איר געוװען א סאָנעס. דער רייעך פון געבראָטנס איז 
איר געווען דערווידער. זי איז ארופגעקראָכן אפן אויוון, זיך אײַגגעדעקט 
מיטן פּעלץ. ‏ קיין וויגל זאָל בא אים ניט שטין, טאטע-פאָטער!! -- 
האָט זי געטראכט, אײַנשלאָפנדיק. עס האָט זיך איר געכאַלעמט, או מע 
קלאפּט אין טיר און מע שרײַט: ,שטײי אוף, מיר זײַנען געראטעװועט, די 


228 


דויטע ארמיי איז געקומען!" זי איז אראָפּגעקראָכן פון אױיוװן און האָט 
ארײַנגעלאָזן וולאדאסן. 

-- װאָס איז מיט דיר, נאבקע, כ'האָב דאָך געמיגט, אז מע האָט 
דיך געקוילעט, זיך קוים דערקלאפּט, א כאַלערע זאָל דאָס נעמען. אין ניי 
וועץ געבראכט אזוינע דרײ גענדז! געקומען זײַנען זיי, צוגענומען, װעמען 
זי האָבן געדארפט, און צו מיר זײַנען זי ניט געגאנגען! 

-- נישקאָשע, ס'איז קאלט, װעסט ניט ארויסווארפן, -- האָט די באָבע 
מאלקע געטרייסט, | 

אָבער וולאדאס האָט ניט געהערט, װאָס זי רעדט. ער האָט זיך שין 
אליין געטרייסט, ער איז געזץסן באם טיש, געשניטן גענדזנס, געטרונקען 
מיט זיך אליין לעכאיִם, 

און זי איז געשטאנען לעבן פּריפּעטשיק מיט די הענט אונטערן פאר- 
טעך. 

-- באנקע, געפעלסט מיר ניט! זעץ זיך צום טיש! 

-- ניין, אזא געבראָטנס איז ניט פאר מײַנע ציינער, כ'האָב שוין גע" 
געסן בולבע-קאשע, -- האָט זי געענטפערט. 

-- בולבע-קאשע? -- האָט וולאדאס שיקער איבערגעכאזערט. 

די באָכע מאלקע איז אלץ געשטאנען לעבן פּריפּעטשיק, געקוקט 
וי ער טרינקט א גלאָז נאָך א גלאָז. אירע אױגן זײַנען געװען האלב 
פארמאכט, אָבער זי האָט גוט געזען, אז סאיז די ריכטיקע צײַט. 

-- גענוג צו טרינקען! -- האָט זי אויסגעשריען. | 

--- וויפל איך וויל, אזויפיל טרינק איך, אלטער דאָרן! היט דײַנע 
שטעכעדיקע װאַרצלען! -- האָט ער אויסגעשריען און זיך געװאָלט אופהײַבן 
פון אָרט. 

די באָבע מאלקע האָט דערפילט, אז איר כעזש-ן-האגעפעש קען אוװעק 
מיטן רויך, ,די גרינע שפּראָצונג מיט דער בליונג האָסטו צעטראָטן, דעמ- 
בעס אונטערגעהאקט -- דארף איך שוין מײַנע טרוקענע װאָרצלען ניט 
היטן!" -- האָט זי געטראכט, ניט אראָפּלאָזנדיק פון אים אירע אױיגן. װי 
נאָר זי האָט דערזען, אז ער האָט ווידער אָפּגעשניטן א פּאָלקע און גענו- 
מען קײַען, האָט זי א כאפּ געטאָן דעם טשוחון מיט אזא אימפּעט, װי צו 
ראטעווען א קימפּעטאָרן פון די לעצטע שווערסטע ווייען און, צולויפנדיק, 
איבערגעקערט די זוד אף אים, 

א געדיכטע פּארע האָט אָנגעפילט די שטוב. זי האָט אראָפּנעשלעפּט 
דעם פּעלץ פון אויוון, ארופגעװאָרפן אף די פּלײצעס און איז ארויס. עס 
האָט זיך איר אויסגעוויזן, אז די גאס דארף זײַן פול מיט מענטשן. זי האָט 
זיך פארווונדערט אומגעקוקט: אן אויסגעשטערנטע נאכט, א לײַכט פרעסטל, 
ארײַנגעשטעקט די הענט אין די ארבל, זיך פארשפּיליעט און א טראכט 
געטאַן; ,א דאנק די הענט ניט געוואשן!.. קיין וויגל װעט ער שוין גיט אָנ- 
קוקן". אופגעהויבן די אויגן צו די שטערן און געבעטן: ,אויב מעגלעך, טאטע 
אין הימל, לאָז מיך נאָך לעבן, נאָך א קאפּעלע לעבן ניט מער.- 


294 מהגאנעקס}! ותם 4ן 


גאָט װעט אים אױיסהערן 


זינקוס האָט זיך ניט אריבערגעקליבן פון שטעטל. ער האָט זיך אריבער- 
געקליבן פון זײַן בידנער כאטע אין הירשעס און ריווע-גיטלס שטוב. ער 
האָט איבערגעפארבט די לאָדנס, די טירן, דעם פּארקן אדום גאָרטן, אָפּגע- 
קאלכט די שטאמען פון די עפּלביימער אין הירשעס סאָד און אזוי װוינט 
ער דאָרטן פון יעגעם װײַטן זומערדיקן טאָג אין 1941 יאָר, ווען ער האָט 
דעם אװוטאָמאט פוֹן דער האנט ניט ארויסגעלאָזן, 

אוואדע, ער װוינט זיך אין חירשעס שטוב, אלץ, װאָס אין שטאל, איז 
אוֹיך זײַנט. עמעס, הירשעס קו איז שוין ניטאָ, ער האָט אן אורייניקל פון 
הירשעס קו, װאָס מעלקט זיך גאנץ גוט. ניט נאָר זינקוס, נאָר די אלען 
װאָס האָבן אין יענעם זומערדיקן טאָג מיט אים איניינעם געטאָן די ,אװוי- 
דע' באם דערפל פּוסטינקע, זײַנען איצט באלעבאטים פון די ייַדישע א 
ביסל איבערגעבויטע און איבערגעפארבענע שטיבער. גלײַך װי די מילכאָ- 
מע האָט זיך געענדיקט, האָט מען עטלעכע פון די , שיינע" לײַט רעפּיע- 
סירט. נאָר אין א דר? יאָר ארום זײַנען זיי געקומען אין שטעטל, זייערע 
טאטע-מאמע, זייערע װײַבער און קרויווים האָבן פאר זיי אויסגעהיט אלץ, 
װאָס זיי האָבן אָנגעראבעװעט, אוֹן זיי זײַנען איצטער פארמעגלעכע בא- 
לעבאטים. קימאט אלע זייערע זין און טעכטער האָבן זיך געלערנט אין 
קאונאס, אין ווילנע, אין פּאַניעװעוש. זי האָבן געהאט מיט װאָס צו צאָלן 
פאר זייערע קינדער. זיי האָבן דעם דריטן רײַך קיין פאָדעם ניט אָפּגע- 
שיקט. קוים איז מען געקומען פון געסטאפּאָ אָדער פון אן אנדער 
אנשטאלט, האָט מען זיך שוין אן אייצע געגעבן. און די פאשיסטן פלעגן 
אװועקפאָרן קימאט מיט דעם, מיט װאָס זיי זײַנען געקומען, 

נאָר יענער זומערדיקער װײַטער פרימאָרגן איז שוין לאנג אוועק. סאיז 
אויך אוועק די צײַט, ווען זינקוס פלעגט בא פארמאכטע לאָדן און באם 
פארהאנגענעם עלעקטראָ-לעמפּל אויסשיטן פון דער טאָרבע אפן געלעגער 
דאָס, װאָס ער האָט געהיט, װי דעם שווארצאפּל פון אויג. פון די גאָלדענע 
זאכן, װאָס זײַנען געלעגן צעשפּרײט אפן בעט, האָט געשײַנט א מאטע 
געלבע שײַן. זינקוס האָט פארשטאנען אף װאָס עס טוג הירשעס גאַלדע- 
נער זייגער, ריווע-גיטלס קליין זייגערל מיט דער לאנגער קייט, די פינגער- 
לעך מיט די אוירינגלעך. ער האָט זיך נאָר געװונדערט אף די בעכערס. 
ער האָט ניט געקענט פארשטיין, װי קאָן מען זיך אָנטרינקען פון אזא 
פּיטשינקער קיילע. נאָר װאָס האָבן די זשידעס געטאָן מיט דעם קופערטל, 
װאָס איז געווען פון קרישטאָל, צי פּאָשעט פון גוטן גלאָז, מיט איידעלע 
בלאנקנדיקע רייפלעך פון ניקל צי פון זילבער און מיט א פּיטשינקן שלע- 
סעלע, א שליסעלע, קוים װאָס מע זעט עס אָן. און אינדערעמעסן, װי האָט 
עס זינקוס געקאָנט פארשטיין? אינדערמיט פון שלעסעלע איז געװען 
אויסגעקריצט אן עסרעג. און נאָך האָט ער ניט געקאָנט פארשטיין, װאָס 


229 


איז דאָס פאר א מין געפעסל פון מעש מיט א דעקעלע. דאָס איז געװען 
א האָדעסל, אף דעם איז געווען אויסגעקריצט בסאָמים. מיט א קורצער 
צײַט צוריק האָט זינקוס אָפט גענוצט דאָס קופערטל מיטן שלעסל, ער 
האָט דאָרטן געהאלטן אָנגעשניטענע מאכאָרקע. אין האָדעסל האָט ער 
געהאלטן א ביסל פּולװער, װוען ער פלעגט גיין אף יאגד. אָבער דאָס אלץ 
איז געווען מיט א יאָר צוריק, איצטער האָט ער זעלטן געהייסן דעם װײַב 
ארײַנטראָגן די טאַרבע מיט די אלע זאכן, אף יאגד איז ער ניט געגאנגען, 
װוּ האָט ער שוין געקאַנט גיין, או ליגן אפילע האָט עֹ- גיט געקענט. 
מער פון אלץ האָט ער געװאָלט אראָפּברענגען א שלונג וואסער, און אז 
דאָס װײַב פלעגט אים געבן א טרונק, פלעגט ער טאקע א זפּ טאָן. נאָר 
דאָס וואסער האָט זיך געגאָסן אף צוריק. אף ריווע-גיטלס געלעגער, װוּ 
זי איז פינף מאָל געלעגן אין קימפּעט און אלע קינדער זײַנען געווען זייער 
געראַטענע און שיינץ, איז איצט זינקוס געלעגן.. 

קיינער פון די, װאָס זײַנען אין יענעם װײַטן זומערדיקן טאָג מיט גע- 
ווער אין האנט געשטאנען באם דערפל פּוסטינקע, האָבן ניט ארײַנגעשמעקט 
צו זינקוסן אים געוווירע װערן. פארשטייט זיך, האָט זינקוס אליין ניט 
געטראכט, אז דער קאס איז אומשטערבלעך, אָבער אף אזינע אינויַם 
האָט ער זיך ניט געריכט. פון דאטנעווע פלעגט אלע טאָג קומען דער 
פעלדשער און אים דערנערן דורך דער פארקערטער זײַט. זינקוס האָט 
זיך ניט גענארט, ער האָט שוין פארשטאנען, מיט װאָס דאָס שמעקט, און 
ער האָט אנומלטן געזאָגט צו זײַן מאריטע, צום װײַב; 

-- גיי צו צום קסיאָנדז, די פיס װעלן דיר ניט אראָפּפאלן. בעהיימע, 
ועסט וויסן װאָס אים צו זאָגן? זאָג אזוי און אזוי, איך וויל, ער זאָל 
אויסהערן מײַן ווידע. 

וי נאָר מאריטע איז ארוף אפן גאלעכס בריקל, האָט זי אים גלײַך 
דערזען, אקוראט װי ער איז אראָפּגעפאלן פון הימל. ער איז געשטאנען 
אנטקעגן איר אין זײַן לאנגן שווארצן ראָק און האָט צו איר געזאָגט: 

-- גי אראָפּ פון בריקל, כ'ויל ניט, דו זאָלסט שטיין אף מײַנע 
טרעפּלעך, איר מיינט, אז איך בין יונג און בין ניט לאנג אהער געקומען, 
ווייס איך גאָרנישט?.. כווייס אלץ, זאָל ער גיין צו גאָט, גאָט װעט אים 
אויסהערן, איך בין נאָר גאָטס דינער, גי פונדאנען! 

מיט דעם איז זי אוועק. בייס זי איז ארײַנגעגאנגען אין שטוב, האָט 
זי דערזען יאָסײטעכען, א קינד אין װיגל האָט געװוּסט, אז יאָסיײטעכע 
האָט א פאָדעם ניט גענומען. איצט איז זי געשטאנען צוגערוקט צו זנ" 
קוסעס געלעגער און מיט אופגעריסענע אויגן געקוקט אף אים. ער האָט 
זיך געדרייט אפן געלעגער אהין אוֹן אהער, אָבער זיך אויסקערעווען מיטן 
פּארצעף צום וואנט האָט ער ניט געהאט קיין קויעך. אָבער צו זאָגן יאָסײ- 
טעכען, װאָס גלאָצסטו די אויגן אף מיר? 

-- איך גלאָץ ניט די אויגן, און ניט אף דיר. איך װויל זען דאָס אָרט 


206 


אין דײַן הארצן, װוּ עס איז אזא אָפּגרונט פון בייז און בלוט.. -- געזאָגט 
און ארויס, 

ארײַנגעגאנגען צו זיך אין שטוב ניט װײַט פונדאנען, גענומען די 
עמערס און אוועק צו דער קאַלאָנקע נאָך וואסער. גייט זי אזוי און מיטא- 
מאָל רופט זי אויס ניט מיט איר קאָל; 

-- שליימקיטע, װאָס פאר א װינט האָט דיך אהער געבראכט? טאקע 
עמעס, װאָס לײַט זאָגן, אז בלוט איז ניט קיין זויערמילך. ביסט געקומען 
אפן אָרט, װוּ עס ליגן דײַנע שװעסטער און דײַנע ברידער, אַכער װאָס 
קערסטו זיך אָן מיט זיי, דיך האָט מען דאָך באשווענצלט מיט הייליקער 
וואסער נאָך פאר דער מילכאָמע, דארף מען פארשטיין, אז הײיליקע וואסער 
איז הייליק, אָבער אייגן בלוט לאָזט ניט רוען. נו, איך האָב קיין צײַט ניט, 
איך דארף גיין נאָך וואסער, -- האָט זי צוגעגעבן און איז אוועק. 

שלוימקע דער מעשומעד איז לעבן געבליבן אין דאטנעווע, זיבן װערסט 
פון שטעטעלע קראָק, װײַל ער איז געלעגן אין א גרוב, װוּ זײַן װײַב האָט 
אים באהאלטן העכער פיר יאָר, איצט איז ער שלינג און שלאנג ארומגע- 
גאנגען איבערן שטעטל, פלעגט ארײַנגײין אין עס-שטוב, װי אלע, נעמען 
א טאץ, ארופשטעלן אף דעם װאָס ס'איז געווען, און װוידער גיין חין און 
צוריק איבערן גאס. אָדער שאָענלאנג שטיין לעבן דערפל פּוסטינקע, דאָרטן 
איז אים אויסגעקומען צו באגעגענען דעם אלטן אַנופריסן, 

-- האָ-אָ-אָ, מײַן יעזוס, -- האָט אָנופריס אויסגערופן, -- ביסט גע- 
קומען, האָסט זיך פארבענקט? 

שלוימקע האָט אים געענטפערט אף ייִדיש, װײַל אָנופריס האָט גערעדט 
ייִדיש ניט ערגער פון אים. 

-- אוועק פון מײַנע אױיגן, אלטער קעלעוו. מיינסט איך וייס ניט? 
דײַן לאנגער צונג קאָן ווייך ריידן, אָבער ווען איך האָב קויעך און בין 
יינגער, װאָלט איך אים ארויסגעריסן פון דײַן קעל און פארשטאָפּט מיט 
אים דײַנע אויערן. 

דערנאָך איז שלוימקע געגאנגען פאָרויס, אָנופריס אהינטער אים. לעבן 
הירשעס שטוב, װאָס איז איצט געווען זינקוסעס שטוב, האָט זיך שלוימקע 
דער מעשומעד אָפּגעשטעלט, פארלייגט די הענט אפן רוקן און שטײן 
געבליבן, | 

-- װאָס שטייסטו דאָ? װאָס קאַנסטו דאָ אויסווארטן? -- האָט צו אים 
אויסגערופן אָנופריס, 

-- גי דיר און נעם אײַן שטומעניש. װילסט וויסן פארװאָס איך שטיי 
דאָ, עפשער װעל איך קענען איבערכאפן דעם מאלכאמאָועס. זאָל ער 
בעסער נעמען מיך, און זינקוס זאָל נאָך היפּש ליגן. 


227 


צו אים 


צוליב װאָס האָט מען געטריבן די ייִדן צום דערפל ,פ'? און איידער 
מע האָט זיי געטריבן האָט מען זיי ארײַנגעפּאקט אין שײַערס, באוואכט 
מיט די גאַרגלשנײַדער. דאָס איז געוװען אומגעלומפּערט-איבעריק און 
אומגעדאכט! אָבער מע האָט יאָ געטריבן צום דערפל ,פּ". און ערשט דאָרטן 
איז שוין אזוינס געטאָן געװאָרן מיט זיי, אז דער ליכטיקער הימל האָט 
עס ניט געקענט צוזען און האָט זיך צוגעדעקט מיט טונקל-צעפעדערטע 
װאָלקנס. 

מענוכקע, בענצע דעם סעדערס מיידל, האָט ניט געװוּסט װאָס זי טוט. 
נאָר זי האָט זיך ארויסגעריסן פון מױירעדיקן געווירבל און איז אנטלאָפן 
צו די ביימער, וועלכע זי האָט געזען פונװײַטן, פליגל פון פּאכעד האָבן 
זי אהין געטראָגן, זי האָט זיך ארופגעדראפּעט אף אן אלטן עפּלבױם, 
זיך אײַנגענורעט אף א דיקער צװײג, די הענט אײַנגעקלאמערט אין א 
דינערער צװײַג, מיטן קאָפּ פאנאנדערגעשארט די בלעטער. זי האָט געזען 
וי אייניקע מאמעס פאלן מיט די קינדער איניינעם, אנדערע, װידער, 
לאָזן די קינדער באם ראנד און פאלן אליין אין דער גרוב. זי האָט געוען 
װי עס פלאטערן טאלייסים, זי האָט געהערט װי שמאיסראַעלס פּראלן 
אוף דעם פארװאָלקנטן הימל. זי האָט געזען אלץ, װאָס עס איז געטאָן 
געװאָרן, און דאָס איז שוין מיט איר געבליבן אפן גאנצן לעבן. זױ איז 
געזעסן, געקוקט, מוירעדיק אַנגעשטרענגט, אלץ געמיינט, אז ױ װעט 
דערזען הילקען, און, װי איר האָט זיך געדאכט, טאקע דערזען! פון דאָרטן, 
װוּ דער מאלכאמאָוועס האָט געהאט אזא גערעטעניש, איז צום דערפל 
געלאָפן א באַכער אָן א היטל. דאָס צעשפּיליעטע העמדל איז װי געפלויגן 
אהינטער אים. דער באָכער איז שוין קימאט געוװען לעבן דערפל, נאָר 
פלוצעם האָט זיך נאָך אים געלאָזט איינער פון די, װאָס האָבן , געארבעט", 
עֶר האָט טאקע דעריאָגט דעם באָכער, געטאָן, װי ער האָט געװאָלט, און 
דער באָכער איז אומגעפאלן, דער , פלײַסיקער באהעלפער" האָט אײַנגע- 
שפּאנט זיך אין באָכערס פיס און אים אװעקגעשלעפּט צו יענע, װעלכע 
זײַנען שוין דאָרט געבליבן אף אײביק. 

מענוכקע איז פארגליװוערט געװאָרן, אוב זי האָט נאָך געקאַנט פאר" 
גליווערט ווערן מער, וי זי איז געווען. זי איז דאָך געװען זיכער, אז ז 
האָט געזען הילקעס סאָף, אינדערעמעסן איז חילקע אומגעקומען מיט א 
מער פּײַנלעכן טויט, זי האָט געקוקט וי לאנג די ,ארבעט" האָט געדויערט, 
און געדויערט האָט עס פון אינדערפרי ביז באנאכט. בא דער שײַן פון די 
שטערן זײַנען אירע ברייט-צעעפנטע בלויע אויגן געווען שטאר, װי פאר- 
צויגן מיט בעלמעס. דאָס מויל איז געווען אָפן, די נאָז, װאָס אי געווען 
פײַן געשניצט, האָט אויסגעזען שארף-שפּיציק און בלוילעך, דער גאנצער 
אָנבליק אירער, װי בא א פויגל, וועלכער װעט שין קיינמאָל ניט פליען. 


228 


יאָן די ,ארבעט" האָט לאנג געדויערט, דאָס איז געווען א ראָצכישע 
,ארבעט". די ,באהעלפער" האָבן גרײַלעך געײַלט, זיי האָבן מוירע געהאט, 
עסעס זאָלן די ,ארבעט" ניט אויסכאפּן פון זייערע הענט. קיין איין דײַטשי- 
שער פאשיסט איז טאקע בא דער , ארבעט" ניט געווען. 

מענוכע באטײַט רו. טאטע-מאמע האָבן מענוכקען גערופן מענוכעלע, 
מענוכקעס טאטע-מאמע האָבן ניט צוגעטראָפן מיטן נאָמען פאר זייער געראַ- 
טענער טאָכטער, ס'איז ניטאָ װאָס צו ריידן ועגן רו.. הײַנט, װי קאָן 
מען נאשרײַבן דאָס, װאָס מענוכקע האָט געזען. און גאָרניט דערפאר, װאָס 
מע קאַן אָפּט הערן ,איך האָב קיין װערטער ניט פאר דעם". װוערטער קאָן 
מען געפינען פאר אלצדינג. פאר אזא אלצדינג, װאָס איז נאטירלעך, װאָס 
פארלויפט זיך אין לעבן רעגלמעסיק, געמאָסטן אַבער פאר דערוף, 
װאָס מענוכקע האָט געזען, האָט זי אין יאָרצענדליקער ארום ניט געפונען 
קיין מער אויסדריקלעכע ווערטער װווי... , דאָס איז געווען א מאלכאמאָוועס- 
קאראדאָד, װאָס דרייט זיך מיר פאר די אויגן מײַן גאנץ לעבן", 

איך פרעג אײַך, מענטשן, זאָגט מיר אליין, װאָסערע װוערטער, אין װאָס 
פאר א פורעם, װאָס פאר א לעווש קאָן אָנגעמאָסטן װערן צו דעם, 
װאָס איז געטאָן געװאָרן באם דערפל , פּ", 

קינדװײַז, בייס מענוכקע פלעגט גיין מיט טאטע-מאמע, אָדער זי 
פלעגט שפּרינגען אף איין פיסל איינינקע אליין, פלעגט זי אף א װײַלינקע 
צומאכן די אויגן. דאָס איז געווען בא איר א קורצע שפּיל אזא, װאָס זי 
האָט גערופן ,,אז איך װיל קוק איך, אז איך װיל קוק איך ניט". זיצנדיק 
צוישן די צװײַגן, האָט זי די אויגן ניט צוגעמאכט. אפילע באם שײַן פון 
די שטערן האָט זי גאָרנישט ניט געזען, האָט זי אָבער ערשט אצינד, בא 
דער שטומער שטילקײַט, געהערט דעם יאָמער. װי זי איז אהער דערלאַפן 
האָט זי ניט באנומען און ניט געדענקט. ויאזוי מע האָט זי ניט באמערקט 
און קיין קויל האָט זי ניט דעריאָגט, האָט זי אויך ניט פארשטאנען. פון 
די פיס-פינגער ביז צו די װאָרצלען פון די האַר אפן קאָפּ -- איז זי שטאר 
פון גרויל און פּײַן. און דאפקע איצט, װען ס'איז שטיל, זעט זי וי די 
שטערן פאלן פון די פּײַנלעכע יעלאָלעס, אָדער זי זעט װידער װי דער 
באהעלפער" שלעפּט דעם באָכער איבערן פעלד. זי מורמלט , הילקע, היל- 
קע..." און דאָס איז גאָר געווען כאצקע שמועלס, 

וי פארגוואלדיקט, װי טײַװלאָניש געשאָכטן עס זאָלן ניט געווען זײַן 
די נעכטנס, װי אומבאגרײַפלעך די געשעענע רעציכע זאָל ניט זײַן -- 
די צײַט קאָן עס ניט אָפּװישן, 

די צײַט גייט.., דאָס לעבן דויערט בא די לעבעדיקע, 

אָט גייט אוף די זון, 

אוואדע... 

ס'איז דאָך טאמוז, זומערדיקע לאנגע טעג, ווארעמע צארטע שטילע 
פרימאַרגנס. די זון מאכט אלץ וואקסן... 


2289 


אינגאנצן איין כוידעש, וי די פאשיסטן זײַנען אַנגעפאלן אפן ראטןנ- 
פארנאנד. און אלע ייִדישע שטעטעלעך אין ליטע זײַנען שוין װיסט און 
לער!. | | 
בעשאס מענוכקע איז געווען א קליין מיידעלע האָט זי האָלט געהאט 
שפּילן זיך צווישן טאטנס און זיידנס שטיבער. צװישן די שטיבער איז 
געווען אזא קליין שמאָל ערטעלע, אז אפילע אין זומערדיקע טעג פלעגט 
דאָרטן זײַן טונקל, איצט, צװישן די צװײַגן, איז אויך געווען טונקל, און 
װינציק אָרט האָט דאָרטן פארנומען מענוכקע. ווען זי האָט געגעסן, האָט 
זי ניט געדענקט, װײַל בייס מע האָט זיי ארײַנגעטרינבן אין שײַער ארײַן, 
װאָס די סאמעמאָװועסניקעס האָבן בנאוואכט מיט אװטאָמאטן, האָט מען זי 
קיין ברעקל ברויט ניט ארײַנגעװאַרפן אהין, קיין שלונג וואסער ניט גע- 
געבן. אז מע האָט שוין געטריבן צום דערפל ,פ" זײַנען א סאך געפאלן, 
און די געפאלענע האָבן שוין פארשפּאָרט אופצושטיין. די טרוקענע געלע 
ערד אונטער די געפאלענע האָט געקראָגן א פעטן, טונקעלן קאָליר.. 

מענוכקע איז געזעסן, אײַנגעקלאמערט אין די צװײַגן. דאָס אָנבליק 
אירס -- אן אַנבליק פון א פויגל, װאָס װעט שין.. קיינמאָל ניט פליען. 

מיט אַנדערהאלבן כאדאָשים צוריק איז מענוכקע געוװען א בליענדיק 
מיידל, זי איז דאָך אינגאנצן אלט געווען קנאפּע נײַנצן יאָר. א װוקסיקע, 
שמאַל אין ביין, קרעפטיק געשלאָסן. ניט אומזיסט האָט דאָס גאנצע שטעטל 
געזאָגט , צוויי צעפּ, אזויפיל בלױקײַט אין די אויגן, א פּאָר הענטעלעך, 
די פיסעלעך זײַנען אױסגעטאַקט, מע קאַן שטארבן, קוקנדיק אף איר!" 
איצט זיצט מענוכקע בענצעס אפן בוים, אירע אויגן זײַנען אָפ זי זעט 
ניט װי די זון גייט אוף. זי זעט װי מע שלעפּט הילקען. מיט הילקען האָט 
זי זיך געפרײַנטלט פון די שילער-יאָרן. באנאנד זײַנען זײי געלאָפן אין 
טארבוט-שול, באנאנד האָבן זיי געלייענט, באנאנד זײַנען זיי זומער און 
ווינטער געזעסן אפן מיטלסטן טרעפל פון בענצע סעדערס שטוב. אױב 
ס'איז זומער, האלט הילקע זײַן האנט אף מענוכקעס פּלײצע, אָדער ער 
פלעכט פאנאנדער אירע שווערע צעפּ. אב סאיז װינטער, פלעכט ער 
צעפעלעך פון דער געשטריקטער פאטשיילקע, װאָרעם די פאטשיילקע האָט 
פרענדזעלעך. אזוי זיצן זי ביז די מאמע רופט: 

-- מענוכקע, מענוכעלע, אין שטוב גיי די מינוט! 

-- איך גיי! 

-- גייסט און גייסט, און ביסט אלץ אפן בריקל, ניט אין געלעגער! 
װילסט, װעט דער טאטע ארויסגיין צו דיר! 

יאָו אזוי, אזוי איז געװוען אלינקע אָװנט. ס'גאנצע שטעטל האָט גע- 
װווסט, אז מענוכקע דעם סעדערס מיט הילקע מאָטל דעם יװועלירעדס 
נעמען זיך". און דאָס שטעטל האָט ניט געטראָפן, װי עס האָט לאכלוטן 
ניט געװווסט װוי לאנג דעם איז... באשערט צו לעבן. 

געוויס האָט מענוכקע ניט געזען װי די זון גייט אוף. זי האָט איך 
ניט געזען, אז די צװײַגן, אין וועלכע זי איז אײַנגעקלאמערט, זײַנען אָנגע- 


290 


רייעט מיט עפּל, פולע, צײַטיקע, העננען זיי, מאמעש, לעבן אירע ליפּן, 
זי זיצט, װי אין טיפער כאלאַשעס. און נאָר ווען א פויגל פלאטערט דורך 
צווישן די צװײַגן, ציטערן מענוכקעס אויגן-לעפּלעך. און איר אונטערשטע 
קין טוט גרינג זיך א שאָקל, 

די אויגן-לעפּלעך, די אונטערשטע קין -- מער גאָרניס... 

און דאָס דערפל ,פ", לעבן שטעטעלע קראָק, װי פילט זיך עס? 

נישקאַשע. 

עמעס, א צוויי-דרײַי באלעבאטים האָבן זיך אריבערגעקלינן צו זייערע 
קרויווים אין א װײַטערן דאָרף, ביז די גריבער װעלן אופהערן אָטעמען 
די, ווידער, װאָס זײַנען געבליבן אף די אײַנגעזעסענע ערטער, האַבן אויס- 
געמײַדט צו קוקן אהין, װו ,עס האָט געאָטעמט", 

די טוישווים פון דערפל , 9" האָבן געבאקן ברויט, געיעט די גערטנער, 
געמאָלקן די קי, געשאָרן די לעמער, געזען, די כאזיירים זאָלן ניט אראָפּ 
פון לײַב, 

אַבער נאָר דערװײַלע.. 

אינגיכן װעט עס זײַן פארשפּאָרט. די ייִדן זײַנען אױסגעראָטן געװאָרן, 
װײַל די פאשיסטן האָבן אזוי געװאָלט. די קי, די שאָף, די כאזיירים, 
ביז א לעצטע הון און א לעצטער גאנדז װעלן היטלערט האָרדעס אויס- 
ראמען, װײַל זיי האָבן ליב געבראַטנס. 

און מענובקע?.. 

איין מענטש קאָן פילן אזויפיל פּײַן, אזויפיל ווייטעק, וי די פּײַן און 
דער ווייטעק, װאָס טויזנטער און טויזנטער זײַנען אויסגעשטאנען. 

מענוכקע װאָלט געוויס אזוי געזעסן ביז באנאכט און עפשער נאָך 
א טאָג און נאָך א טאָג. אָבער באגינען זײַנען אופגעשטאנען די באלעבא- 
טים פון עפּל-סאָד און פון בוים, אף וועלכן מענוכקע איז געזעסן, פּראניי- 
טעכע, די כבאלעבאָסטע פון סאָד, האָט גענומען א קאָשעק און איז אװעק 
קלײַבן די אראָפּגעפאלענע עֹפּל פאר די כאזיירים. װאָרעם נעכטן איז דאָך 
פאר איר אויך געווען ניט קיין גרינגער טאָג. א גאנצן טאָג האָט זי נגעכטן 
אפילע אן עפּל אין מויל ניט געהאט. גייט זי צו צו א בוים, הייבט אוף 
דעם קאָפּ, דערזעט אזוינס, אז זי פארשפּאָרט שוין אָפּצורײַסן דעם עפל 
און לאָזט ארויס א הארצרײַסנדיקן געשריי; 

-- אנופריס, אנופריס! 

קומט צו לויפן דער באלעבאָס, זעט ער, אז דאָס װײַב ציטערט פון 
שרעק. און זי טײַטלט מיט א פינגער צום בוים און זאָגט צו אים: 

--- זע, איינע פון זייערע איז ארויסגעקראָכן פון גרוב און איז ארום- 
געקראַכן אפן בוים. | 

לאכט ער: 

-- װאָס טוט זיך מיט דיר, אניטע! פון דאָרטן קאַן קיינער ניט ארויט- 
קריכן, גיי ברענג דעם לייטער, 


231 


האָט אניטע געבראכט דעם לייטער, און אנופריס איז ארופגעקראַכן 
אחין, צו די צװײגן, האָט מיט קויעך אָפּגעריסן מענוכקעס הענט, זי א 
נעם געטאָן, זיך אראָפּגעלאָזט מיט איר פון לייטער, ארײַנגעטראָגן זי אין 
שײַער און אראָפּגעװאַרפן אף דער האיאָריקער היי. דערנאַך האָט ער 
געזאָגט צום װײַב: 

-- גיס ארײַן וואסער אין א גלאָז און גיב מיר א לעפעלע, 

דאָס װײַב האָט געפאָלגט. אַבער ניט אזוי גרינג טוט זיך, װי עס רעדט 
זיך. בייס אנופריס איז ארײַנגעגאנגען אין שײַער, האָט זיך אײַנגעבויגן 
מיטן וואסער צו מענוכקען, האָט ער ניט געקענט אופר=סן מענוכקעס ציין. 
עֶר האָט געהייסן אניטען ברענגען נאָך א לעפל. האָט ער מיטן שטיל 
פונעם לעפל, װאָס אניטע האָט געבראכט, א ביסעלע פאנאנדערגענומען 
מענוכקעס ציין און דאָס װײַב האָט מיטן אנדערן לעפל ארײַנגעגאָסן א 
ביסעלע וואסער. דערב= האָבן זיי זיך געװונדערט, זיי האָבן נאָך קיינמאָל 
ניט געזען, אז א צונג זאָל זײַן אזוי טונקל-בלאָ און אופגעלאָפּן און עס 
זאָל פארנעמען אזויפיל אָרט אין מויל. אין אָװנט זײַנען זי ווידער געקומען 
מיט וואסער און מיט צוויי לעפל. און זיי האָבן געטאַן װי פריִער. אזי 
זײַנען זי זיך באגאנגען מיט מענוכקען עטלעכע מאָל אין טאָג. און אין 
א טאָג זיבן ארום האָט מענוכקע געקאַנט אויסטרינקען א גלאָז וואסער 
מיט מילך אָדער א ביסעלע שיטערע קאשע. די פּראנייטעסעס האָבן מא- 
מעש געגאפט, װאָס מענוכקע קומט אזוי פּאמעלעך צו-זיך, כאָטש זי האָט 
שוין געגעסן אפילע ברויט אויך, 

אנומלטן מאכט אנופריס צום װײַב: 

-- אניטע, מע זאָגט, אז די דײַטשן ראמען אויס װוּ נאָר א הון, װוּ 
נאָר א גאנדז. דריי אראָפּ א קעפּל בא א הענדל. איצט װעלן שוין בא 
דיר די ייִדן ניט קויפן קיין װײַסע הענדלעך אף זייער יאָמטעװ, זי האָבן 
שוין אָפּגעיאַמטעװט. 

האָט אניטע אזוי געטאָן. מענוכקע האָט קימאט אלע טאָג געגעסן א 
יויך און א שטיקל יונג הענדל. זי איז צו-זיך געקומען, און ווען זי װאָלט 
ניט געשריען פון שלאָף, װאָלטן די פראנייטעסעס געווען זיכער, אז זי 
איז א שטומע. האָבן זיי עפּעס געפרעגט, האָט זי א שאָקל געטאָן מיטן 
קאָפּ, אָדער א װאָרטשע געטאַן. אָבער אזוי, האָט זי צו זי קיין װאָרט ניט 
אויסגערעדט, אין דער באלעבאטישקײַט האָט זי אלץ געטאָן, װאָס מע 
האָט געדארפט. קיין גרויסער כילעק איז דאָך ניט געװען אין שטעטל 
צווישן די ליטווינער און די ייַדן, אפילע באלמעלאָכעס-ייִדן האָבן 
געהאט גערטענער און א בעהיימע. פעסטע באלעבאטים האָבן געהאט 
א פּאָר דעסיאטינעס ערד אויך, װי לעמאָשל, בענציע דער סעדער, האָט 
געזייט האָבער און גערשטן, האָט געהאט א גרויסן גאָרטן, צוויי קי, א פולן 
געהעפט מיט אויפעס, האָט מעגוכקע אלץ געקענט טאָן. אינגיכן איז טאקע 
געװאָרן װינציקער ארבעט בא די פּראנייטעסעס. די קו מיט דער טעלעצע, 
די שאָף און די כאזיירים האָבן די נײַע הערשער בא זיי צוגענומען. מיט 


232 


דערין האָבן זיי געפילט די מילכאָמע, אָדער או עס פלעגט דורכפליען 
אן עסקאדריליע אעראַפּלאנען, צי ס'פלעגט זיך הערן א קאנאָנאדע -- 
און גאָר! אין דערפל האָבן אלע געװוסט, אז צו די פראנייטעסעס איז 
געקומען די פּלעמעניצע. מענוכקע איז פון שטוב ניט ארױיסגעגאנגעה 
מיט קיינעם ניט גערעדט. טאָמער װאָלט זי יאָ גערעדט, װאָלט אויך קיינער 
כוישעד ניט געווען, װײַל מענוכקע האָט גערעדט ליטוויש אױיסגעצייכנט, 
סײַדן אירע בלויע אויגן, װאָס זײַנען געווען פארהאנגען װי מיט קליגץ 
דעק-טיכעלעך... אָבער דאָס װאָלטן שוין די דאָרפישע ניט פארשטאנען 
דאָס איז פאר די דאָרפישע געו'ען א צו שווערער איניען... מענוכקע איז 
געווען אן אנטוויקלט, אן אָנגעלייענט מיידל, דורך די נעכט אפן בױידעם 
פלעגט זי מער טראכטן װי שלאָפן, געוויס האָט זי פארשטאנען, אז די 
באלעבאטים זײַנען פארװוונדערט, װאָס זי רעדט ניט, איז ניט פרײַנטלעך 
צו זיי, עסט ניט מיט זיי פון איין שיסל, 

איינמאָל, אָנהײב הארבסט האָט מענוכקע געשניטן אין פ'רהויז בורע" 
קעס פארן איינציקן פאריאָסעמטן כאזערל, װעלכן די פּראנייטעסעס האָבן 
אויסבאהאלטן אין קעלער אונטער דער קיך-פּאָדלאָגע. אָנופריס איז גע" 
ועסן אף א יאָדלעװן קלעצל און האָט געפלאַנכטן א קײַלעכדיקע דאַקלע. 
אזא מין קאָרב צו טראָגן היי, ‏ שטרוי, פּלעװװועס. ער האָט געביגן זי 
וויצעס ארום קאָרבֿ, אָפּגעחוסט זיך און געזאָגט: 

-- מיכאסיטע, -- אזוי האָבן די פּראנייטעסעס איצט גערופן מענום- 
קען, -- ביסט בא אונדז װי אן אייגענע מערגאליע. מיר זשאלעווען דיף 
קיין זאך ניט. די מילכאַמע װעט זיך ענדיקן, ועלן מיר דיך כאסענע מאפן 
זאָג מיר אָבער אזא זאך, פארװאָס רעדסטו מִיט אונדז ניט. אניטע האָט 
יענע װאָך געװויינט, אלעמײַ דו ביסט מיט איר ניט געגאנגען נאָךר שוועמ- 
לעך. זי זאָגט; װאָס האָט זי צו אונדז, די מערגאליע, 

מענוכקע װאָלט איצט א סאך געקאָנט זאָגן אָנופריסן, זי האָט ניט 
װינציק געטראכט, עס איז איר אנומלטן, אשטייגער, אײַנגעפאלן, או וען 
טעוויע דער מילכיקער זאָל זײַן מיט אירע טאטע-מאמע און מיט אלע ייַדן 
דאָרטן", װאָלט ער פארשפּאָרט צו האלטן זײַן רעדע. זי האָט אייף געי 
טראכט, אז בייט עס סרעפט אזא צײַס אין מע קאן אימברענגען טריונטע" 
און טויזנטער, געפינען זיך גענוג אזוינע, װאָס טוען דאָס. די, װאָס בא" 
האלטן עמעצן אויס, װערן די בעסטע אף דער װעלט. װײַל זי האָבן 
קיינעם ניס אומגעבראכט. זי װאָלט נאָך עפּעס געקאַנט זאָגן פין דעם, 
װאָס זי האָט דורכגעטראכט, אָבער געזאָגט האָט זי געצײלטע װערטשר: 

-- רופט ארײַן אײַער װײַב, 

און בייס אניטע איז ארײַנגעגאנגען, האָט מענוכקע פארביטערט אייט- 
געדריקט איר מיינונג: 

-- איך טראכט, עפשער זײַט איר ניט געװען , דאָרטן" און אי" האָט 
ניט , געהאָלפן". אָבער איר האָט דאָךר פעטערס, ברידער, שװאָגערס. זײ 
זײַגען אין יענעם טאָג ניט געווען , פארנומען"? 


2359 


-- איך און מײַן װײַב זײַנען אפילע פון דאָרף אוועקגעגאנגען, אָבער 
פאר מײַנע קרויווים קען איך ניט אָרעוו זײַן, 

-- איך זאָג אײַך דעם עמעס. בייס איך בין צוזיך געקומען, אף 
דעם היי, האָב איך אלע נאכט געוארט, איר זאָלט קומען צו 
מיר מיט א האק. געוויס װאָלט איך אליין געקאַנט פּאָטער װערן פון 
מײַן לעבן!.. איך פארשטיי, אז איך װאָלט אײַך געדארפט דאנקען אלע 
טאָג. עפשער װעט קומען א צײַט און איך װעל אײַך אומקערן, װאָס 
איר האָט אף מיר אויסגעכראכט. אָבער איצט האָט אף מיר קיין בייז הארץ 
ניט, הײַנט באנאכט גיי איך אוועק פון אײַך, 

ויָאזוי מענוכקע איז דורכגעקומען די מילכאָמע און איז לעבן געבליבן 
איז לאנג צו דערציילן, עס איז שוין אויך א סאך דערצײלט געװאָרן, 
װי ס'האָבן זיך געפונען אזוינע, װאַס האָבן געראטעװועט ייִדן אין זייערע 
קעלערס, אין גריבער, װי ייִדן גופע זײַנען געקראַכן אונטער די שטאָט- 
קאָמוניקאציעס, זיך אײַנגעגראָבן אין דר'ערד, װי ווערעם. מענוכקע האָט 
זיך געראטעװועט אין סטויגן חיי, שטרוי װינטער, געבלאַנקעט דורך די 
נעכט, װי זי איז אנומלטן, א קוים לעבעדיקע, באנאכט אריַנגעפאלן ניט 
װײַט פון קאַװנע צו א פּלישער אלטיטשקער. די אלטיטשקע פּאניע 
סטעפצע האָט איר געגעבן א קליידל, א פאטשיילקע און האָט געפּױעלט, 
אז מענוכקע זאָל גיין מיט איר אין טיפלע. די אלטיטשקע פלעגט טײַנען: 

-- יעסוימע אומגליקלעכע, טאָרסט אזוי ניט שרײַען פון שלאָף, װענט 
האָבן אויערן. אלץ פאר די זינד אונדזערע, טו טפילע, טאַכטערקע! 

אין לאנגע יאָרן ארום נאָך דער מילכאַמע גייט איבער קאַװנער גאסן 
א פרוי א בריוו-טרעגערן. א שלאנקע פרוי מיט ברייט-צעעפנטע בליע 
אויגן, װאָס זײַנען װי צוגעדעקט מיט דעק-טיכעלעך, אזוי, אז זי קוקן און 
זעען גאָרנישט. די פרוי טראָגט ארײַן בריוו אין א סאך שטיבער. אזי 
האָט זי זיך באקאנט מיט פריידע ראַזענצװײַג, װאָס האָט זיך געראטעװעט 
פון קאַװונער פאָרֹט נומער נײַן.. אף וויפל מענוכקע איז מעסוגל געוען 
זיך צו באפרײַנדן, האָט זי זיך מיט פריידען באפרײַנדעט. איינמאָל מאכט 
צו איר פריידע: 

-- וויפל איז א שיר? פאַלגט מיך, מענוכע. איך האָב איינעם א מענטש, 
נאָר ניט קיין אלטער. װײַב און קינד זײַנען אומגעקומען אין פּאָנאר, ער 
איז פון מילכאַמע געקומען א גאנצינקער. קומט אינאַוונט, באקענט זיך, 
איבער גוואלד װועט אײַך קיינער ניט נייטן, 

מענוכע האָט זי אָנגעקוקט, א שמייכל געטאָן: 

-- װאָס רעדט איר, פריידע. איך בין דאָר פארקנאסט מיט הילקען נאָך 
פון פאר דער מילכאַמע. װעל איך ווארטן אף אים. 

-- איר רעדט, װי א קינד, מענוכע. ס'איז דאָך קנאפּע דרײַסיק יאָר! 
וער עס האָט געקענט, איז שוין געקומען, 

-- איר זײַט גערעכט. ס'קאַן גרײַלעך זײַן, אז ער װעט טאקע ניט 
קומען. אָבער איך פארזיכער אײַך, אז איך װעל קומען צו אים, 


פון װמער ביז הארבסט 


א ייִשעוו הינטער לענינגראד 


דער ייִשעוו גאָרקאָווסקאיא בא לענינגראד, װוּ איך געפין זיך, איז 
ענלעך צו פיל דאטשע-ייִשוווים. אין יעדער הויף איז פאראן א געצעלט 
פון דורכזיכטיקער סינטעטיק, װוּ עס וואקסן אוגערקעס. ארום די דאטשעס 
זײַנען פארפלאנצט טריסקאווקעס, מאלענע-קוסטעס, שווארצע און רױיטע 
װײַמפּערלעך -- בעקיצער, עס איז פארפלאנצט אלץ, װאָס דארף מאכן 
דאָס לעבן זיסער. | 

דער ייִשעוו רופט זיך ,וויסנשאפט און טעכניק", װי נאָר די װיסנ- 
שאפטלער באפרײַען זיך פון זייער שעפערישער ארבעט, פּאָרען זיי זיך 
אין הויף. מע טרייסלט מיסט אף די ביטן, מע שיט פאנאנדער טאָרף. 
באגיסן דאָס גרינס פארשפּאָרט מען איצט -- עס ליאפּעט טאָגטעגלעך 
א רעגן. אָבעֹר װי עס פאלט אויס א טרוקענע שאָ, זײַנען אלע װוידער אין 
די הויפן. די וויסנשאפטלער זײַנען אפּאָנעם, מאטעריעל באזאָרגט -- 
קימאט בא יעדער דאטשע שטייט א מאשין, אָבער די וויסנשאפטלער גופע 
זעען ניט אויס וי װווילקענעוודיקע מענטשן, קימאט אלע זײַנען אָנגעטאָן אין 
טרעניר-שמאטעס, אין אזוינע צעכראסטעטע סאנדאליעטן, וועלכע פּראָסטע 
מענטשן װאָלטן ארױיסגעװאָרפן אין מיסטקאסטן. 

דאָ איז ניט אָנגענומען גיין צוגאסט איינער צום אנדערן. פארנאכט- 
לעך, אוב עס גיסט ניט קיין רעגן, קאָן מען זען, װי מענטשן גייען איבע- 
דער צענטראלער גאס, אָפּגעזונדערטע און שװײַגנדיקע. זעלטן ווען שטעלט 
מען זיך אָפּ און מע טוט א שמועס וועגן שלעכטן װעטער. 

-- האיאָר װועלן קיין טריסקאווקעס ניט זײַן, -- זאָגט שאפּיראָ, וועל- 
כער פארנעמט זיך מיט מאטעמאטיק, 


290 


יעפרעמאָוו, װאָס איז באשעפטיקט אין אן אנדער געביט, טוט א פאָך 
מיט דער האנט און באמערקט: 

-- װעט זײַן אָן טריסקאווקעס. מע דארף געדענקען, אז מיר געפינען 
זיך אפן קארעלער פּאס. סאיז א נידעריק אָרט, אלץ פלייצט. די הימל- 
פענצטער זײַנען אָפֿן.. 

דער נאָענטסטער שאָכן לעבן דער דאטשע, װו איך װין, סאמויל 
איזראילעוויטש איז אויך פארדײַגעט, די אוגערקעס אין סינטעטישן גע- 
צעלט ציִען זיך און ציִען זיך, אָבער קיין בליונג איז ניטאָ. פוגדעסטוועגן 
פעלט אים ניט קיין ארבעט. אייגנטלעך, איז ער אן אינזשעניער-עלעקטרי- 
קער. דאָס איז א מאָגערער מענטש אין די מיטעלע יאָרן, ער האָט גרויסע 
דײַגעס ניט וועגן קיין אוגערקעס, נאָר װעגן מאלענעס. א גאנצן טאָג 
זיצט ער און סיט זײַן זאך. אָבער דער אָװנט איז זײַנער,. עס איז גוט פאר- 
װאָלקנט, אפילע באטאָג, אין אָװנט איז געװיס טונקל. טאקע דעריבער 
האָט ער אין א רימענדל אײַנגעמאַנטירט אן עלעקטריש לעמפּל. ער טוט 
עס אָן אפן קאָפּ, דאָס לעמפּל לײַכט, און ער קלײַבט ארום די זשוקלעךר 
פון די מאלענעס. ער טוט עס אזי זאָרגזאם, טיף-פארטראכט, או דאָס 
רופט ארויס מיטגעפיל, 

אפן קארעלער פּאס איז דער וואלד ניט אזא װי ארום מאָסקוע. עס 
שטייען דוירעסדיקע סאָסנעס, מעכטיקע יעלן, די סאָסנעס גריכן בין 
די פענצטער פון די דראטשעס. 

איך האָב א װויל צימערל. רעכטס -- א געלעגער, באם פענצטער -- 
א טיש, לינקס איז צוגעשפּארט צו דער ואנט א מאָטאָפּעד. ער אי 
אויסגעפארבט אין רויט, די ניקלגע טיילן גלאנצן, ער גלאנצט, ער איו 
נעשאָמעלאָז, קאלט און סייכלדיק. עס וילט זיך ניט קוקן אף אים. און 
ער קריכט דאפקע אין די אויגן, ער פארנעמט קימאט די גאנצע ואנט. 
איז טאקע זייער גוט, װאָס אף דער סאָסגע אנטקעגן פענצטער האָרעװעט 
דער פּיקהאָלץ. ס'איז ניט צו זאָגן, אז ער הייבט אָן זײַן האָרעוואניע מיט 
די ערשטע זון-שטראלן, װײַל דער רעגן גיסט, און דער פּיקהאָלץ לויפט 
ארוף און אראָפּ, פּײַקלט און פּײַקלט איבערן שטאם אָן אופהער. אף דער 
יעל, לעבן דעם פּיקהאָלצס סאָסנע, זײַנען אָנגעקומען א טשאטע פּיצינקע 
פייגעלעך. זיי זײַנען געל-גראָלעך, טרייסלען קעסיידער מיט די וויידעלעך, 
צוויטשערן אזוי פריילעך, אז דער פּיקהאָלץ הערט אוף פּײַקלען. ער 
דרייט מיטן קעפּל הין-און-הער, װײַל די אויגן האָט ער דאָך אין די שלייפן, 
ער פארנעמט ניט דעם טומל פון די פייגעלעך. פּלוצעם טוען זיי א שוועב 
אוועק און װוערן גיט, 

די פייגעלעך זײַגען אוועק, זײַנען געקומען סאָראָקעס, זיך אויסגעזעצט 
אף די צװײַגן, אָנגעהױבן א זאכלעכן שמועס, געפּאטשט מיט די פליגל, 
ס'איז צו שטוינען, װי קלאָר װײַס די פעדערן זײַנען אונטער זייערע פליגל, 
דער פּיקהאָלץ פּײַקלט מער ניט -- סװוײַזט אויס, ער ווארט, אז די דאָזיקע 
געסט זאָלן אויך אוועק, 


297 


כאָטש דער רעגן גיסט, גייען דורך דער הױפּט-גאס פון ייִשעװו גע- 
זעמלעך מענטשן. זיי טראָגן קאָשעקעס, עמערס, דאָס זײַנען פארקאַכטץ 
שװואָמען-קלײַבערס. אײַ דער רעגן גיסט, נו איז װאָס? 

מע טוט אָן גומענע שטיוול, א ואטניק, אפן ואטניק א סינטעטישן 
אויבערמאנטל, אוב דער אויבערמאנטל האָט ניט קיין קאפּיושאָן, ציט 
מען ארוף אפן קאָפּ א סינטעטיש טאָרבעלע, און הײַדא אין וואלד ארײַן 
אין וואלד קאָן מען ניט ויסן, צי דער רעגן האָט אופגעהערט צי נין 
װײַל אוב אפילע דער רעגן שטילט זיך, גיסט פון די צװײַגן 

אין אזוינע רעגנדיקע זומערס האָט מען א בריירע אראָפּנעמען זיך 
א מוסטער פון די ביימער... די ביימער אין די װעלדער אפן קארעלער 
פּאס האָבן א ווייך אונטערבעט פון פּרעכטיק גרין-געדיכטן מאָך, וועלכער 
ליגט צופוסנס בא די דוירעסדיקע סאָסנעס און יאָדלעס. עס איז א כיעס 
צו שפּאנען באָרװעס איבערן מאָך. ער איז נאָכגיביק אונטערן טראָט, 
ער הייבט אזש אונטער אין דעם שפּאלט פון א צעפילטן פּניאָק, װאָס 
איז דורכגעװייקט פון נעץ, וואקסט א באָראָװיק א פעסטער װײַסער פוס 
פון א שװאָם שפּארט פון פּניאָק, זײַן ברוינלעך-צוגעדעמפט היטל קוקט 
ארויס. דער הימל איז פארװאָלקנט, דער רעגן גיסט, און דאָס היטל? 
פון באָראָװיק איז װי א פּאָדפּאלעק, װאָס מע האָט געהאלטן פארן פלאם, 
סיראָיעזשקעס רוקן זיך ארויס פון דער גרינער אונטערבעט און זעען יס 
וי די קנעפּ -- גרינלעכע, גריגע, געלע, פיאָלעטע, גרויע, רױיטע, זײ 
ווינקען אזש פון דער גרינקײַט. ליסיטשקעס, װי פּיטשינקע געלעכלעך, 
זײַנען פאנאנדערגעזעצט צוישן מאָך, זיי טיילן זיך אס פונעם גרינס, 
אז א בלינדער קאָן זיי דערזען. מאסליאטעס געפינען זיך אויסערן מאָך, 
קימאט אין זאמד. זי קוקן ארויס מיט די קרעמעווע פעט-באשמירטע היטע- 
לעך, א דין געפרירט הײַטעלע איז צוגעזוימט פון די היטעלעך צו די פיס- 
לעך. עס איז בעפיירעש א כילעל-האשעם זי אָפּצושנײַדן און לייגן אף 
דער סקאָוורעדע. 

אלץ, װאָס לענט און קוװעלט אין דעם וואלדיקן קיניגרײַך, איז פאר- 
צויגן מיט א מין דינעם שלייער, אין וועלכן ס'שעמערירן וואסער-טראָפֿנס, 
קיין זאך איז דאָ ניט איבעריק, אלץ איז פארגאנצט, אלץ איז אײַנגעהילט 
אין האלב-טענער, װי די נאטור אליין װאָלט געװען אין פארלעגנהײַט 
פון איר פּראכט, 

,או-הו-הו-הו", הילכט צװישן די גרינע ריזן, די לענינגראדער טוישווים, 
די אורבאניסטן, רופן זיך אומרויק איבער. עס שרעקט זי א ביסעלע די 
גרינע פארשלייערטע שטילקײַט. אין גיריקער אײַלעניש פילן זיי אָן די 
קערב, די עמערס, וועלכע זי האָבן מיט זיך געבראכט, זיי דעקן צו מיט 
פּאפּאָרט-בלעטער די וואלד-שעפע און לאָזן זיך האסטיק פון וואלד צום 
װאָקזאל. זיי שפּאנען האסטיק, טראָגן גרינג די שווערע וואלד-פרוכט. זי 
האָבן ניט באמערקט, וויפל כאָרעװוע צװײַגן זיי האָבן איבערגעלאָזט אהיג- 


155 298 


טער זיך. זיי האָבן ניט דערזען, װי די שװאָמען האָבן זיך אױסגעלאָשן 
אונטער זייער מעסער און ניט דערשפּירט, װי פארמאטערט און באטויבט 
איז געװאָרן פון זיי דער וואלד, 

ס'איז אויסגעקומען צו הערן, אז , ביימער שטארבן שטייענדיק", דאָס 
איז א שטאָלצע באַהױפּטונג, אָבער די ביימער האָבן קיין בריירע ניט: זיי 
קאָנען זיך ניט צזעצן צום טיש, זי קאָנען זיך ניט צולײגן אָפּרוען, 
זי שטייען אונטערן רעגן אניוועסדיק, בארוט, עס גיסט פון זייערע צוװײַגן, 
וועמען עס איז אויסגעקומען צו הערן דאָס יאָמערנדיקע קרעכצן פון 
א בוים, בייס די האק האָט אים דעריאָגט, דער ווייסט, אז ווען דער טוט 
האָט אים געפּאקט, פאלט ער... 


דער פּיקהאָלץ איז אומדערמידלעך. עס אין א בושע צו זיצן מיט 
פארלייגטע הענט. עס שעמערירן אף די מאלינעס-קוסטן ליכטיקע פלעקן 
פונעם שאָכנס עלעקטריש לעמפּל. עס װערט דערעסן צו קוקן אף דעם. 
דער רעגן האָט א ביסעלע אופגעהערט. מע קאָן ארויס. עס הערט זיך 
א געשריי; 

-- אליק, אלִיק! זונעלע, װוּ ביסטו? קום גיכער אהערצו, דו ביסט 
דאָך הונגעריק! 

אווי שרײַט אלע טאָג ציליץ גאלפּערינע, װאָס װוינט איבערן װעג, 
כאָטש איר זון הייסט גאר ניט אליק און ער איז גאָר ניט אין ייִשעו, 
ער איז אװעקגעפאָרן קיין לענינגראד, װײַל ער איז שוין לאנג א געביל- 
דעטער דערוואקסענער מענטש, מע רופט אים גאָר סאוועלי דאװידאָװיטש, 
און זי, זײַן מאמע, געפינט זיך דאָ אף דאטשע מיט א פרוי, װאָט דער 
זון האָט פאר איר געדונגען, קעדיי זי זאָל זײַן ארומגעזען און ניט אליין, 
די פרוי, װאָס גיט אכטונג אף ציליע גאלפּערינען, קומט אָפט אר=ן זיך 
אראָפּרײדן פון הארצן, זי שטייט אָנגעלענט אין דעם רויט-גלאנציקן מאָטאַ- 
פּעד, זיפצט און װונדערט זיך; 

-- וויפל איז דער שיר צו שרײַען אליק? ער האָט שוין א פרוי און 
קינדער. און די מאמע זײַנע, ציליע, מיינט נאָך אלץ, אז ער אין א 
קליינינקער, און אז זי געפינט זיך מיט אים אין לענינגראד בייס דער 
בלאָקאדע. איך קאָן פון איר ניט אריבערטראָגן, װוי נאָר איך בין פארטאָן 
אין עפּעס, גאנװועט זי זיך אוועק אין קלייט ארײַן, קויפט א פולן שקאר- 
מיץ צוקערקעס און זאָגט צו מיר: , זאָלסט זיך צו דעם ניט צורירן, דאָס 
איז פארן קינד". זייער שווער מיט איר. איך קאָן שוין מער ניט. סאוועלי 
דאװידאָװיטש װעט קומען, װעל איך אים זאָגן, ער זאָל זי אײַנאָרדענען 
אין א שפּיטאָל, 

װאָס קען מען דערוף ענטפערן? עס רײַסט מאמעש דאָס הארץ פון 
מוירעדיקן ראכמאָנעס צו ציליע גאלפערינען, 


299 


פון באגינען האָט זיך אױסגעשפּרײט א בלויער הימל און דער מיזרעך 
איז געװאָרן ראָז און קלאָר. אין אזא טאָג איז גאנץ גוט צוצופאָרן קיין 
װיבאָרג, צו וועלכן ס'איז אן ערעך א שאָ פאָרן פונעם ייִשעוו ,וויסנשאפט 
און טעכניק". אָפּגעפאָרן א פּאַר סטאנציעס פון גאָרקאָװוסקאיא, קאָן מען 
ארויסגיין פון צוג. שוין בא דער באן-ליניע פעלן ניט קיין סאָסנעס, קיין 
יעלן, קיין בעריאָזעס, און צװישן די ביימער ליגן מױירעדיקע שטינער. 
זי זײַנען טונקל-רויטע, עס טרעפן גרויע, זיי ליגן שווער, דער װינט האָט 
זיי ארומגעפײַלט און ארומגעטאָקט, זיי זײַנען ריזיקע און רונדע, זיי ליגן 
אין גלִיווער... די ערד האלט זיי אף איר שויס געדולדיק, ניט נאָר זי האלט 
זײי, זי האָט זיי ארומגעפּוצט, אויסגעצירט, זי האָט זיי געלאָזט ארומוואקסן 
מיט איוואן-טשײ, מיט פעלד-נעגעלעך, מיט פעלדיקע / אניוטעס אייגעלעך", 
מיט קרענץ בליענדיקן װערעסק, בא וועמען די נעשאָמע איז ניט װײַט 
פון די אויגן. אָט בייגט זיך אײַן, װעלן פארן בליק אופטויכן די פיאָלעט- 
ראָזע קווייטעלעך פון װערעסק, א שפּילקע-קעפּל די גרייס, נאָר יעדעס 
קווייטעלע איז אוסגעטאָקט, פארגאנצט, וי א טיולפּאן. 

הויך און גרינג שװעבן ארוף די ביימער-קרוינען צום קלאָרן הימל, 
אלץ איז דורכזיכטיק, װי ס'װאָלט גאָר ניט גערעגנט װאָכן נאָכאנאנר. 
שווער, גרײַלעך-שװער ליגן די ריזיקע קײַלעכדיקע, ארומגעטאָקטע פון 
דוירעסדיקע צײַטן, שטיינער. זיי פילן ניט, וי זיי באלעסטיקן די ערד, 
און די ערד, נעבעך, קאָן זיך ניט באפרײַען פון זיי. סײַדן, װען עס זאָל 
עפּעס אופזידן אין אירע אינגעוויידן אן אומגעהייערע ווילדע קראפט, דאן 
ועלן זי פליען צו אלדע רוכעס. 

בלאָנקען צװישן די ביימער, צװישן די מירעדיקעץ שטינער װערט 
אומעטיק. ענדלעך, גייט א צוג קיין װיבאָרג. אין וואגאָן זיצן מענטשן מיט 
גרויסע קאָשעקעס, מיט עמערס, דאָס זײַנען אלץ שװאָמען-קלײַבער. זײ 
שמועסן צװישן זיך װעגן דעם, אז הינטער װבאָרג זײַנען דאָ אזעלכע 
געבענטשטע ערטער, װוּ עס וואקסן אוויפיל װײַסע שװאָמען, אז מע קאָן 
זיי שנײַדן מיט א קאָסע. 

אין װיבאַרג איז נאָך אלץ דער הימל לויטער. װאָס װײַטער פון װאָק- 
זאל, װערט היימלעכער,. גלײַכע גאסן, פעסטע גראָע מױיערן. שין איז 
די בריק איבערן טײַך װיפּורי. דער טײַך גופע פּעסטעט זיך א ביסעלע 
אנטקעגן דער זון. די שטאָט איז געמיטלעך, ניט קוקנדיק אף דעם, װאָס 
די מויערן זײַנען גרוי און שטרענג. דער רויטער פּלאץ מיטן דענקמאָל 
לענינען, דאָס קולטור-הויז, די פּראָדוקטן-קראָמען זײַנען, װי אין אלע 
אונדזערע שטעט, װי א געקומענער זאָל ניט פרי זײַן פון אלטאָג, קומט 
אזא צײַט, ווען ער וויל עסן. גייט מען ארײַן אין א ברויט-קראָם, מע קויפט 
א פערטעלע ברויט און מע לאָזט זיך צו די פּאלאטקעס, װוּ מע האנדלט 
מיט גרינס. נאָר אלע פּאלאטקעס האנדלען מיט אנאנאסן. די רײ איז א 
גאנץ געדיכטע. די װיבאָרגער טוישווים האָבן זיך צוגעכאפּט צו דער 
עקזאָטישער פּיירע. און דאָ הערט איר אף א לױטערן מאמעלאַשן 


2410 טגאעעקס! .14 12 


-- איר זײַט א געקומענע? איר האָט דאָ קרויווים? 

-- גיין, 

-- װאָס זשע, איר זײַט געקומען אַנקוקן װיבאָרג? 

5, יא 

-- גאנץ פײַן. װי געפעלט אײַך? 

-- א שיינע שטאָט. 

-- נאָך א מין שיינע. מע זאָל מיך אָפּשיטן מיט גאָלד, װעל איך 
אײַך ניט פאָרן אפילע אף קאווקאז. 

-- איר זײַט שוין לאנג א טוישעוו אין װיבאָרג? 

-- באלד צען יאָר. איך ארבעט אין דעפּאָ. מיר לעבן דאָ שיין מיטן 
װײַב. איניינעם האָבן מיר בא די דרײַ הונדערט. 

-- קינדער האָט איר? 

-- װי זשע? א זון לערנט זיך אין לענינגראד. א טאָכטער מײַנע װױינט 
און קיעוו. כ'האָב אייניקלעך, זיי זאָלן געזונט זײַן. אוב איר האָט ניט 
קעגן, װעל איך אײַך באגלייטן צום װאָקזאל, 

מער האָב איך פון װיבאָרג גאָרניט באדארפט -- פאר מיר איז גענוג 
געווען א קוק טאָן אף דער שטאָט, אפן ייַד מיט די אנאנאטן, 


שוין דרײַ טעג, אז דער רעגן האָט אופגעהערט. דער פּיקהאַלץ אנט- 
קעגן מײַן פענצטער אף דער סאָסנע פּײַקלט און פּײַקלט, ציליע גאל- 
פּערינע רופט אלץ; 

-- אליק, גיי אין שטוב, אין דרויסן איז אזא פראָסט, איך האָב פאר 
דיר צוויי קארטאָפליעס! 

אזוי אלע טאָג. אין איינעם א זונטיק איז סאוועלי דאװידאָוויטש גל- 
קומען געוווירע ווערן די מאמע. דערנאָך איז ער אוועק צו באָריס איוואנאַ- 
וויטשן, וועלכן אלע רופן באָב, און וועלכער זאָגט קיינמאָל קיינעם ניט 
אָפּ אין גאָרניט. באָריס איוואנאָוויטש איז אן אינוואליד פון דער פאָטער- 
לענדישער מילכאָמע, א מאטעמאטיקער. זײַן מאשין איז ניט אזא, װי בא 
אלע געלערנטע, ער האָט א קליין מאשינדל, װאָס אלע רופן , קעראָגאז", 
אינגיכן איז באָריס איוואנאָוויטש צוגעפאָרן צו ציליע גאלפערינעס דאטשע 
אף זײַן אינוואלידן-מאשין, סאוועלי דאװידאַוויטש איז ארויס פון דער 
מאשין און פארשװוּנדן אין דער דאטשע. אינגיכן האָט ער זיך פון דאָרט 
באוויזן מיט זײַן מאמען. זי איז געווען אָנגעטאָן אין א װינטערדיקן מאנטל 
און אײַנגעהילט אין א געשטריקטער שאל. בייס ער האָט זי צוגעפירט צו 
דער מאשין, האָט זי זיך ארומגעקוקט, הויך און אויסדריקלעך געזאַנט, ניט 
געזאָגט, נאָר זיך געבעטן; 

-- איך װויל ניט פאָרן קיין לענינגראד, דו הערסט, אליק, איך װיל 


241 


זײַן דאָ. זע, װי די זון שײַנט. עס איז ווארעם. כ'האָב געפונען הײַנט דרײַ 
פּאָדאָסינאָװויקעס אונטער דער בעריאָזע אין הוֹיף. 

סאוועלי דאװידאָװיטש האָט געגלעט איר אקסל, האָט עפעס שטיל 
צו איר גערעדט און מיט איר זיך ארײַנגעזעצט אין באָבס ,קעראָגאז". 

.עס איז אוועק א כוידעש. אין די אָװנטן האָט דער שאָכן מיטן לעמ" 
פּעלע אפן שטערן געקליבן די זשוקלעך פון די מאלינע-קוסטעס. די וויסג- 
שאפטלער האָבן זיך געפּאָרעט בא זייערע פלאנצונגען און גרינס. אין 
איינעם א זונטיק איז געקומען סאוועלי דאװידאָװיטש. ער איז געװוען ניט 
געגאָלט, אָפּגעצערט. און א גאנצן טאָג האָט ער זיך געפּאָרעט מיט טשווע- 
קעס און מיט א האמער. איבערן גאנצן ייִשעוו האָט זיך געהערט, װי ער 
פארקלאפּט מיט ברעטער די טיר און די פענצטער. 

דער פּיקהאָלץ האָט געפּײַקלט אף דער סאָסנע אנטקעגן מײַן פענצ- 
טער. די פּיטשינקע געל-גרויע פייגעלעך האָבן פריילעך געצוויטשערט, 
נאָר מער האָט זיך שוין ניט געהערט, װי ציליע גאלפּערינע רופט: 

-- אליק, גי אהיים. ס'איז שוין טונקל. גיי גיכער, איך האָב פאר 
דיר א צוקערקע! - 

סאוועלי דאװידאָװיטשן האָט מען מער דעם זומער אין ייִשע ניט 
געזען. באָריס איוואנאָװיטש האָט דערציילט, אז ווען זיי האָבן ציליע גאל- 
פּערינען ארײַנגעפירט אין שפּיטאָל, האָט זי זיך געריסן פון זייערע הענט 
און געשריען: ,איך װעל דאָ שטארבן פון הונגער. אין לענינגראד איז 
דאָך די בלאָקאדע" -- דערבײַ האָט באָריס איוואנאָוויטש טרויעריק צוגע- 
שאַקלט מיטן קאָפּ און פעסטגעשטעלט: , ביז הײַנט פאלן קאָרבאָנעס צוליב 
דער מילכאָמע. א בראָך צו די פאשיסטן!" 

באָריס איוואנאָוויטש איז געװען גערעכט... די ביטערע מילכאָמע- 
צײַטן רוקן זיך פון אונדז ניט אָפּ. פיל פון די שװאָמען-קלײַבער, װאָס 
אײַלן אין וואלד, האָבן דורכגעמאכט די בלאָקאדע און געדענקען אלץ 
זייער גוט. 


סאָראָקע 


דאָ בין איך, װוי אין דער היים. כאָטש דאָס מאָל װוין איך ניט בא 
אוסטינען, נאָר קוים האָב איך אָפּגעװאשן דעם שטיב פונעם פּאָנעם, 
בין איך בא איר. זי קען שוין ניט גיין, זי שפּארט זיך אָן אין א בענקל 
און מיטן בענקל איניינעם שטעלט זי איבער די פיס. מיך דערזען, לאָזט 
זי אָפּ דאָס בענקל, קוקט אף מיר מיט די אָפּגעבליאקעװעטע בלויע אױגן 
און באפעלט: 

-- דו זעסט דאָך, אז איך קאָן ניט. קום אהער, װעל איך דיך א קוש 
טאָן, אזוי, אזוי, ביסט, הייסט עס, געבליבן אליין. װאָס זאָל איך דיר זאָגן, 


242 


נאָר דיר בענקען ניט די טאָפּאָלן, דו ווייסט, נאָך װעמען זיי בענקען.. 
ער האָט זיך ניט לאנג געמאטערט? נו, װאָס שטייסטו, זעץ זיך, | 
דערנאָך רוקט זי זיך צו מיטן בענקל צום הילצערנעם טאָפּטשאן, װוֹ 
איך זיץ, זי זעצט זיך לעבן מיר און וויינט שטיל, אָן א זיפץ, אָן עפּעט 
צו זאָגן. אויסגעווישט דאָס פּאָנעם, טוט זי װי א קרעכץ און דערציילט: 

-- די אייניקלעך מײַנע לערנען זיך. זיך צעפלויגן דער אהער, דער 
אהין. קומען נאָר אף די קאניקולעס. אָט װי דו זעסט. מיטן בענקל איניי- 
געם פאָר איך ארײַן אין קיך און איך טו, װאָס מע דארף. לידע איז דאָך 
א גאנצן טאָג אף דער ארבעט. קיין ברויט בא דער שװעל לייגט קיינער 
ניט אװועק. אויב דו װילסט עפּעס עסן, גיי דיר צום אלמער און נעם, 
דו ווייסט, װוו אלץ שטייט, 

איך גי ניט צום אלמער, עס װילט זיך מיר ניט עֶסן מיר זיצן 
זיך אזוי און שװײַגן, 

ווען איך גיי אוועק פון אוסטינען, נעם איך זיך לינקס, אהינצו, וו 
איך פלעג אלעמאַָל באגלייטן מענדלען, אַלעװהאשאָלעם, 

אלץ איז, וי געווען. די נוסנביימער, די װײַנגערטנער, די קוקורוזע 
קלינגט א ביסעלע מיט די פארטריקנטע בלעטער. אָבער די טונקל-באָרדאַ- 
פרענדזעלעך באם שפּיץ זײַגען דין און דער װינט שטימט מיט זיי. איך 
נידער אראָפּ צו דעם אָרט וי אמאָל, און װי אמאָל פיטערט א יינגל ציגן, 
עס רײַסט זיך שיר בא מיר ניט ארויס: , דו האָסט ניט געזען, נאַרװאָס איז 
דאָ געזעסן א מענטש אונטער א װײַסן שירעם און האָט געמאָלט!". נאָר 
איך כאפּ זיך, אז יענץ יינגל, װאָס האָט דאן געפּאשעט די ציגן, איז שוין 
איצט א באָכער פון א יאָר צוואנציק. יאָ, אלץ איז, וי אמאָל, עס שעמערירט 
דער דניעסטער אנטקעגן דער זון און דאָס פלאכע נידעריקע אָרט זעט 
אויס, װי דעמלט. עס ליגט װי א פּאָלומעסעק צוישן די ביימער, דער הימל 
איז לויטער, און די זון בראָט. פון דאָרטן קאַן מען נאָך אוועקגיין צו דער 
באלעבאטישקײַט פון לאנדווירטשאפטלעכן טעכניקום. איך גיי אהין, אף 
דער סאזשלקע שווימען ענטלעך, וי אמאָל. עס ראָלן לאסטמאשינעס הין 
און הער, 

נו, גענוג. אף הײַנט איז איבערגענוג! מײַן באלעבאָסטע, יענטע, וועלכע 
קען מיך און האָט געקענט מענדלען ניט איין יאָר, פארשטייט, פונוואנען 
איך קום. זי זאָגט שטרענג און באפעלעריש: 

-- צײַט אָפּצועסן, די ערטער װעלן פון דיר ניט אנטלויפן. מע װאָלט 
געקענט אָפּלײגן אף מאָרגן דאָס גייעניש. זעץ זיך, אלץ איז גרייט, 

יענטע איז אויך אן אלמאָנע, זי ווייסט דעם טאם דערפון, פארנאכט 
קומט איין זון פון דער ארבעט, דערנאָך קומט די שנור. זיי זײַנען פריילעך, 
יונג. יענטע טוט צו מיר א פּינטל מיטן אויג, װי איינער זאָגט: ,װאָס 
ווייסן זיי?" אינאָוונט קומט דער צווייטער זון מיט זײַן יונג װײַבל. דער 
טעלעװויזאָר ווערט אײַנגעשלאָסן, יענטע זאָגט צוויי ווערטער: 

-- קום ארויט, 


249 


מיר זיצן אונטער די װײַנשטאָקן, (וועלכע זײַנען געדיכט אָנגעצױגן 
אף דראָטן, אזוי געדיכט, אז מע זעט ניט דעם הימל) און מיר שװײַגן 
יענטע זיפצט ניט. מיר דוכט, אז זי אָטעמט אפילע ניט, אזװי שטיל איזי 
ס'איז וואדעם, קיין מינדסט ווינטל. די װײַנשטאָקן דעקן אונדז צו, װי א 
דאך. פּלוצעם זאָגט יענטע: 

-- איך אף דײַן אָרט װאָלט אהער ניט געפאָרן. װאָס האָסטו דאָ 
צו טאָן? אזויפיל יאָרן נאָכאנאנד... און איצט אליין? ליפּע, אָלעװהאשאָלעם, 
האָט זיך א האָר ניט געמאטערט. ער האָט געקוקט דעם טעלעװיאָר, 
האָט א זאָג געטאַן: ,יענטע, סאיז מיר ניט גוט", און גאָר. די קינדער 
זײַנען דאָך אין שטוב ניט געװען. בעקיצער, װאָס זאָל איך דיר זאָגן? 
ליפּע האָט געהאט א שיינע לעװײַע. ער האָט דאָך אָפּגעארבעט אין סאוו" 
כאָז דרײַסיק יאָר,. ערשט נאָך זײַן טוט האָב איך זיך דערװוּסט, וויפל 
גוטס ער האָט געטאָן מענטשן, -- מע האָט אים באװיינט. איך האָב דאן 
ניט געקענט א טרער ארויסלאָזן, איך בין פארשטיינערט געװאָרן. אז אָט 
איז ער געווען, און אָט איז עֶר ניט געװאָרן! דער ווייטעק שטילט זיך ניט. 
די קינדער האָבן כאסענע געהאט, האָבן פארענדיקט דאָס לערנען. בא 
ביידן זייער גוטע װײַבלעך, ליפּע האָט ניט דערלעבט דעם נאכעס. נו, גע- 
נוג אף הײַנט. 


צוביסלעך גייען די טעג, אלע טאָג אף אן אנדער וװועג ארום סאָראָקע. 
און װוּ איך זאָל זיך ניט קערן און ווענדן -- אומעטום שעמערירט דער 
װײַסער ברייטער שירעם און אונטער אים אף א נידעריק בענקעלע זיצט 
מענדל, אָלעװוהאשאָלעם, און ער בייזערט זיך אף מיר; 

-- נו, װאָס איז דאָ צו שטיין און צוֹ קוקן! גיי שוין אוועק פונדאנען! 
מע דארף מיך ניט באגעגענען. איך פיל זיך זייער גוט, 

נו, טאקע, װאָס איז דאָ צו שטיין? אלץ איז, װי געוען. דער טאָג איז 
לויטער, די זון בלאנקט, דאָס װינטל פאָכעט מיט די געצאָקטע געלע 
פליטערלעך ארום די זונרויזן, און די אקאציעס בליען צום צווייטן מאָל, 
כאָטש ס'איז אָנהייב אָוו. 


זיך אראָפּלאָזן פון בארג אין שטאָט ארײַן איז ניט שװער. אָבער 
גרינגער װערט ניט דערפון. דאָקטער אבראמאָוויטשעס שוויגער איז זייער 
אלט און קראנק. זי איז באם פולן געדאנק, נאָר זי זעט שלעכט און הערט 
נאָר ערגער. מע דארף איר ארײַנשרײַען אין אוער ארײַן. ווען דער דאָק- 
טער, איר איידעם, טראָגט איר צו א רעפוע, נעמט זי עס אײַן, שמייכלט 
ביטער און זאָגט שטיל: 

-- מאכסט זיך נאריש? נו, מיילע, איך בין א פאָלגערקע. 

איר טאָכטער, װאָס איז שוין אויך װי דער איידעם אריבער די זעכ- 
ציק, קוקט מיך אָן און באמערקט: 


244 


-- אזוי איז דאָס. דאָס אװעקגיין איז ניט גרינגער װי דאָס גע- 
בוירן ווערן. 

מיר טרינקען קאווע פון קליינע טעפּעלעך און מע שװײַגט. פון דאָק- 
טער אבראמאָוויטש גיי איך מיר צו די כייליסעס. דאָס לעצטע מאָל, וען 
מיר זײַנען מיט מענדלען געוען אין סאָראָקע און ער אין קראנק גע" 
װאָרן, האָט זיך שוין אזוי געמאכט, אז מיר זײַנען אראָפּגעפאָרן פון בארג 
צו זיי. טאקע בא זיי, בא די כייליסעס, אין א באזונדער צימער איז ער 
געלעגן אָנדערהאלבן כאדאָשׂים, און זייער גוטהארציקײַט האָבן מיר אויס- 
געפּרוווט אין דער פולער מאָס. ארײַנגעגאנגען אינעם זעלביקן הייפל, 
װוּ איך בין מיט מענדלען ארויסגעגאנגען דאָס לעצטע מאָל, האָב איך 
דערזען א וועגעלע מיט א פּרעכטיק קינד. און וי נאָר איך האָב אָנגעקלונ- 
גען, האָט זיך באויזן רוזיע, די באלעבאָסטע. זי האָט מיך אָנגענומען 
פארן עלנבויגן, צוגעפירט צום וועגעלע, געקוקט אף מיר מיט שטראלנדיקע 
אויגן און געפרעגט מיט א קאָל, פול פרייך; 

-- איר זײַט א מייוון אף דעם? דאָס איז בעלעטשקעס יינגעלע. 

זי האָט ניט געווארט אף מײַן ענטפער. דאָס קינד איז געווען פּרעכ- 
טיק. זי האָט צורעכטגעמאכט דאָס קלאָרע טיכעלע ארום זײַן פענעמל, 
און מיר זײַנען ארײַן אין שטוב. די יונגע מאמע, בעלע, וועלכע מענדל 
האָט געמאָלט, אין געשטאנען פארן שפּיגל און האָט פאנאנדערגעקעמט 
אירע שווארצע, לאנגע האָר. דערנאָך איז געוװוען א גרויסע סימכע, דער 
באלעבאָס איז געקומען. מע האָט געמאכט לעכאים. מע האָט געגעסן 
א גוטן, געשמאקן בעסאראנער מיטיק. נאָך מיטיק איז געווען א רײד, או 
איך זאָל אינערגעץ ניט אוועקגיין, ס'איז דאָ גענוג אָרֹט. נאָר אין אַװנט 
בין איך מיר אוועק צו יענטען. 

יענטע שטאמט פון ליטע, פון קיידאן א גרעסערע שטאָט, וי מײַן 
שטעטעלע קראָק. זי האָט געקענט מײַן ייַנגערע שװעסטער און מײַן 
מישפּאַכע, מיט איר איז דאָ זיך װאָס צו דערמאַנען. יענטעס טאטע איז 
געווען א גערטנער. װי א סאך קיידאנער ייַדן, האָט ער געפלאנצט אוגער- 
קעס. יענטע דערציילט: 

-- אז איך בין געקומען, סאָף פופציקער יאָרן, אין קיידאן, האָב איך 
זיך שיר ניט גערירט פון די געדאנקען. קענסט זיך פאָרשטעלן, קיין איין 
ייִד! כ'װאָלט בעפיירעש געקאַנט פארקקויפן דעם טאטנס שטוב, אָבער 
ס'איז מיר ניט געלעגן אין קאָפּ. איך בין ארומגעגאנגען איבער דער 
שטאָט, װי א מעשוגענע, כ'האָב ניט געװוּסט, אף װאָסער װעלט איך בין! 
הער זיך אײַן, מיר זײַנען שטארקער פון אײַן, אז מיר לעבן. איך גיב 
א קלער, קומט בא מיר אויס, אז מײַן ליפּע און דײַן מענדל, אָלעװװהאשאַ- 
לעם, זײַנען גליקלעכע מענטשן. זיי זײַנען זיך געשטאַרבן מיט זייער 
טויט,.. אוֹ איך האָב געקוקט אין קיידאן אף די יִדישע שטיבער, האָב 
איך גיט געגלייבט, אז ס'װועט ניט ארויסגיין מײַן כאווערטע ראַכקע, מײַן 
שוועסטער, דער טאטע מיט דער מאמען איך בין דאָרטן געװען אין 


245 


טאָג, און דער טאָג האָט מיר איבערגעקערט די נעשאַמע הונדערטער 
טויזנטער מאָל. | 

העכער א מאָנאט בין איך געווען בא יענטען, און סאיז ניט געווען 
קיין איין טאָג, מיר זאָלן פארגעסן די פארשניטענע. 

סאיז געקומען דער כוידעש עלול, אלע טאָג זײַנען פארבײַ יענטעס 
שטוב געגאנגען װײַבער און מאנצבלען. פארשטייט זיך, אז איך האָב 
פארגעסן, אז ס' גייט עלול, און אז דער ייִדישער בעסוילעם איז ניט װײַט 
פון יענטעס שטוב. אָבער אנומלטן האָב איך געפרעגט בא יענטען: 

-- פארװאָס גייען אזויפיל ייִדן פארביי דײַן שטוב? 

-- גאָט איז מיט דיר! מע גייט אפן ריינעם אָרט, סאיז דאָך באלד 
די יאָמטױיװים, גייט מען. װוּ דען זאָל מען זיך אויסװיינען? 

אין איינעם א טאָג בין איך אויך אװועק אפן בעסוילעם. איך בין מיר 
אוועק צו די אלטע קװאָרים. אף אלע מאצייוועס איז געווען אויסגעקריצט, 
אז דאַ ליגט א מענטש. א צאדיק, א גוטער, און ער איז אװעק אין זײַן 
אייביקער וועלט, א באשײַנטער פון זײַנע גוטע מידעס, 


אין איינעם א טאָג איז ארײַנגעקומען כייליס. ער איז הויך, ברייט 
געמאָסטן. זײַן לענגלעך פּאַנעם איז װויל צוגעבראָטן פון דער מאָלדאװי- 
שער זון. זײַנע שווארצע אויגן פּינטלען מיט גוטװוּנטש. ניט דאָס ערשטע 
מאָל, װי ער קומט ארײַן. ער ארבעט דאָ ניט װײַט, אפן בארג. ער רוקט 
אָפּ א בענקל, זעצט זיך צו, קוקט אף מיר גאנץ פרײַנטלעך און זאָגט 
איין װאָרט: , דערציילט". נאָר מיר ווילט זיך ניט ריידן, איך װײס שין 
אויך, װאָס ער קאַן דערציילן, װען ער איז אופגעלייגט. ער דערצײלט 
אלעמאָל וועגן דער מילכאָמע און ענדיקט מיט איין און דער זעלבער 
פראזע: 

-- איך בין ארויס א גאנצינקער, אפילע קיין ראץ ניט געקראָגן. 

איך ווייס אויך, אז ווען ער גייט ארײַן צו זיך אין שטוב נאָך דער 
ארבעט, זאָגט צו אים דאָס װײַב; 

-- האָסט שוין געמאכט קידעש? 

ער ענטפערט גאָרניט, נאָר ער גייט אף א װײַלינקע ארויס, און װען 
ער קומט ארײַן, װישט ער מיט דער לינקער זײַט דלאָניע דאָס מױל. 
זײַנע שווארצע אויגן גלאנצן מער װי פריער, ער עסט גיך, צימבלט מיט 
די פינגער אפן ראנד פון טיש. אָט אַ-דאָס צימבלען קאָן דאָס װײַב זײַנס 
ניט אריבערטראָגן. און כאָטש ער זיצט ניט בא זיך אין שטוב, נאָר בא 
יענטען לעבן טיש, זע איך און הער אלץ, װי דעמלט, ווען מענדל, אָלעוהא- 
שאָלעם, איז געװוען קראנק און איז געלעגן בא זיי. כייליס זעט, אז עס װעט 
גאָרנישט דערציילט װערן, הייבט ער זיך אוף פון בענקל און גיט צו װיסן: 

-- הערט זיך אײַן, -- זאָגט ער. צו מיר, -- ווען איר זײַט געזעסן 
בא אונדז, פלעגט איר זאָגן, אז איר װאָלט געגאנגען מיט מיר צום דניעס- 


240 


טער, בייס איך גיי כאפּן פיש באגינען. אויב איר וילט, לאָזט זיך אראָפּ 
מאַרגן אין שטאָט ארײַן, אָבער גאנצפרי, 

-- איך וויל און איך װעל זײַן גאנצפרי! 

עֶר גייט אוועק, און יענטע גיט מיר דעם עמעסן כיילעק, 

-- גרײַלעך קעדײַ. אופשטיין באגינען מיט דער לאמטערנע אין האנט, 
לויפן צופוס פון בארג, כאפּן פיש מיט כייליסן! 

איך וויל זיך ניט ארײַנלאָזן מיט יענטען אין קיין לאנגע דראָכים, 
איך זע און איך הער אלץ, װאָס געשעט בא די כייליסעס, פּונקט װי איך 
װאָלט געווען דערבײַ. איך בין ניט איין מאָל בײַגעװען, בעשאס כייליס גייט 
ארויס אין הייפל, נעמט די לאָפּעטע און שטעלט זיך גראָבן ווערעם אונטער 
דער אקאציע, שטעלט נאָכדעם ארײַן דאָס קאַנסערון-פושקעלע, א פולס 
מיט דעם , אױיסגעגראָבענעם", אין אײַזדאלמער, 

-- האָסט שוין א דאָגאָװאָר מיט בורדוזשאנען? ליכטיקײַט מײַנע!-- 
זאָגט דאָס װײַב, 

דאן זאָגט ער אזוי: 

-- אויצער מײַנער, כ'פארגין זיך ניט, װאָס כ'האָב אזא אויצער װי דו. 

זי קוקט אים אָן מיט אירע גרויע אויגן, וועלכע װערן אזש גרין פון 
קאס, און טוט א געשריי; 

-- פארשלאָף ניט! בורדע װעט זיצן באם ברעג דניעסטער מיט זײַנע 
אודעטשקעס און מיטן פלעשל מאשקע, װאָס ער װעט האלטן אין כוזעם- 
קעשענע, און דו, דער שיינער טאטע פון צװיי טעכטער, װעסט דאָרטן 
מאכן א גוטן לעכאים און װעסט כאפּן א פײַג אף דער וענטקע. 

איך הער דאָס אלץ און איך זע, װי גוטמוטיק ער שמייכלט: 

--- אויצער מײַנער, ליובע מײַנץ, דארפסט טאקע שרײַען, האָסט א 
שלעכטן מאן? 

דאָס אלץ שטעל איך זיך פאָר, און כאָטש יענטע הערט ניט אוף 
צו װאָרטשען, שטיי איך אוף גאנצפרי, און איידער די זון גייט אוף, בין 
איך שוין לעבן כייליסעס שטוב. ער גייט ארויס און זאָגט איין װאָרט: 

-- פַּאֲשלי! 

מיר גייען איבער בעקיראַװוער בריק, פארבײַ די קרײַד-בערג, אפן וועג 
צום דאָרף טריפאוצי. דער װעג איז מיר גוס באקאנט, איך בין ניט איין 
מאָל געגאנגען מיט עסנווארג צו מענדלען, װען ער האָט געמאָלט די 
טריפאוצער מאָלדאוואנעס, אָבער מיר גייען ניט אזוי װײַט. מיר פארנעמען 
רעכטס, לאָזן זיך אראָפּ צום דניעסטער. כייליס טוט פלוצעם א געשרײ: 
בורדא! װאָס האָסטו זיך ווידער אװװועקגעזעצט ניט אף דײַן אָרט, פאר- 
נעם זיך!". נורדא, װאָס איז ניט קיין אנדערער, װוי בורדוזשאן, ציט ארויס 
זײַנע ווענטקעס פון דניעסטער און גייט אוועק היפּש װײַטער. זײַן הוילעך 
איז כויזעקדיק -- גרויסע שטיוואלעס, פון וועלכע עס קוקן ארויס אפֹּגץ- 
בליאקעוועטע גאליפע-פּלודערן, א גרוי-גרין העמדל, װאָס איז אמאָל געווען 
פון כאקי-קאָליר, אפן קאָפּ -- א קאראקולענע ברוינע קוטשמע. כייליס 


247 


באגלייט אים מיט אן אָפּשפּאָטנדיקן בליק, אָרדנט אײַן זײַנע מאָדערנע 
ווענטקעס, פארווארפט זיי אין דניעסטער ארײַן, די עקן פון די ווענטקעס 
באשיט ער מיט זשוויר, זיי זאָלן בעסער ליגן אפן ברעג, און ער זעצט 
זיך אוועק אף א שטיין, אזוי זיצט עֶר. עס זעט זיך אויך, װי בורדא זיצט. 
עס איז שטיל, דער הימל אין מיזרעך-זײַט װערט ליכטיקער, עס שפּרײט 
זיך דאָרטן א ראָזיגעלע שײַן. װאָס װײַטער, װערט די שײַן אלץ ברייטער 
און ברייטער. כייליס טוט שטיל א זאָג צו מיר: 

-- קומט, מיר װעלן א קוק טאָן, װאָס האָט ער דאָרטן? - 

עס זעט זיך ניט, װאָס בורדא האָט, ער זיצט טופּקע, קוקט אָנגע- 
שטרענגט אפן דניעסטער, זאָגט זייער שטיל: 

-- דער טײַך איז פארמאכט, ער גיט מיר גאָרניט. 

-- אָנער דײַן קעשענע איז ניט פארמאכט? גיב נאָר אהער! 

בורדא נעמט ארויס א פלאש, כייליס טראָגט זי צו צום מױל און 
זופּט רעכט אָפּ. דערנאָך גיט ער די פלאש בורדאן. און בייס יענער טרינקט, 
זאָגט ער: ,מיר ועלן באלד זען, בורדא, -- דער דניעסטער גיט, צִי 
ניט?" -- און אין דער רעגע הייבן אָן די װענטקעס, װאָס כייליס האָט 
אראָפּגעלאָזט, צו שפּרינגען. ער כאפּט זי ארויס פון דניעסטער, און איג- 
גיכן צאפּלען אפן זאמד צוויי היפּשע מארענעס. 

די זון קוקט שוין גוט ארויס, דער גאנצער מיזרעך איז פארפלאמט, 
כייליס נעמט אראָפּ די פיש פון די האטשעקעס, קוקט צו דער אופגייענ- 
דיקער זון און באמערקט זייער ערנסט: 

-- ווען די זון פארגייט, איז אויך שיין! אָבער קיין טאָג זאָגט זי 
ניט צו, איצט איז גאָר עפּעס אנדערש.. 

דאָס איז ריכטיק. דער זון-אופגאנג זאָגט טאקע צו טאָג. װוידער לאָזט 
אראָפּ כייליס די ווענטקעס אין טײַך, ווידער גייט ער אהינצו, װוּ בורדא 
זיצט, בורדא ווייסט שוין, נאָך װאָס ער איז געקומען, ער דערלאנגט אים 
די פלאש, אינגיכן טוט כייליס א װאָרף די ליידיקע פלאש צװוישן די קוס- 
טעס. די וענטקעס רירן זיך ניט, די זון איז שוין גאנץ הויך. 

-- פּאָשלי, -- זאָגט כייליס. 

זיי נעמען צונויף די ווענטקעס, כייליס נעמט די צוויי מארענעס, דער- 
לאנגט זיי בורדאן, יענער נעמט, לייגט זיי ארײַן אין ‏ א מין קעגנגאזי 
טאַרבע גאנץ גלײַכגילטיק, װײַל אזוי איז קימאט אלעמאָל. דערפאר טאקע 
פלעגט כייליסעס װײַב צו אים זאָגן; 

-- װאָס הערט זיך? האָסט געפּאקט א גוטן ליװיאָסן! 

אפּאָנעם, אז כייליס האָט זיך דערמאָנט, װי דאָס װײַב באגעגנט אים, 
און ער פרעגט פּלוצעם: 

-- בורדא, זאָג דעם עמעס, דײַן װײַב צװאָגט דיר ניט דעם קאָפֿ 
ווען דו קומסט פון פישפאנג? 

-- ערשטנס, קום איך קיינמאָל ניט מיט קיין ליידיקער טאָרבעטשקע, 
וי דו ווייסט, צווייטנס, איז איצט מײַן װײַב, ווייך, װי פּוטער. עס האָט 


248 


איר אָפּגענומען, פארשטייסטו מיך, די רעכטע האנט. האָט זי מוירע, איךף 
זאָל זי ניט אוועקווארפן, איך זאָג דיר, די בעסטע זאך איז האָבן א װײַב 
א קאליקע, 

--- אײַ, לאָז געמאך, בורדא, א קאליקע, ניט קיין קאליקע, קיין לע" 
בעדיקער פון זייערע הענט װעסטו ניט ארויס, -- נאמערקט טיפױניק 
כייליס, 

מיר לאָזן זיך צו דער גאָרקי-גאס, און בורדא פארנעמט זיך צו דער 
אַָדעסער גאס. 

-- אַ-אָ-אָך, װעל איך באלד כאפּן. איר גייט ארײַן צו אונדז? 

-- א דאנק, -- זאָג איך, און איך גיי מִיר צום אװטאָבוס, װאָס פאָרט 
אפן בארג. אָבעד איך מאָל זיך גוט אויס, װאָס פאר א באגעגעניש ער 
װעט האָבן, װײַל איך פארשטיי גאנץ גוט, אז זעלטן ווען גיט דער דניעס- 
טעֶר בורדאן, און דעריבער גיט אים כייליס אלעמאַל אוועק, װאָס ער כאפּט, 
און אליין נלײַנט ער בא דער האנאַע פון זון-אופגאנג, 

די זון האָט זיך בעריעש ארויסגעשיפט און איז, א בלענדנדיקע, גע- 
שטאנען גאנץ הויך, װען איך בין ארויסגעגאנגען פונעם אװטאָבוס. כאָטש 
עס איז נאַך געווען גאנצפרי, איז בא יענטען געווען א פולע שטוב געסט. 
דאָס זײַנען געקומען אירע מעכוטאַנים. װײַזט זיך ארויס, אז סאיז זונטיק 
און זיי זײַנען אלע געווען אפן ריינעם אָרט. פונדעסטוועגן זייַנען די ייִנגע" 
רע -- פּייסטאך יאָסיפאָװיטש, װיקטאָריא נאומאָוונא, אנא נאומאַוונא און 
מיכאיל פּײַװוּסאַװיטש אפילע אופגעלייגט. יענטע גרייט צום טיש און טרייסט 
די באָבע ראציע, נאָר די באָכע באגיסט זיך מיט טרערן, און קעדיי אויס- 
צומײַדן טרייסט-וװוערטער, גייט זי ארויס אף דער װעראנדע. װען אלע 
זיצן שוין באם טיש, פירט װיקטאָריא נאומאַונא ארײַן די באַבע ראציע, 
זי װיל מיטן טיכעלע איר אויסװישן דאָס פּאָנעם, נאָר ראציע קערט אמ 
דעם קאָפּ און זאָגט: 

-- מע טאָר שוין גאָר ניט ויינען. אין הארצן זײַנען קװאָרים, מע 
טראָגט זיך ארום מיט זיי, און מע דארף זײַן א גאנצער יא-טעבעידאט! 

די ייַנגערע, פּייסאך יאָסיפאַװיטש דער ערשטער, לייגט אין זײַן טעלשױ 
צעשניטענע פּאָמידאָרן, דער שװאַנער זײַנער מיכאיל פֿײַװוסאָויטש טוט 
אויך דאָס זעלבע, און נאָר די פרויען אײַלן זיך ניט צו פרישטיקן, יענטע 
האוועט הין און הער, גייט אלע װײַלע צו צו דער באַבע ראציע, זאָגט 
איר עפּעס אינדערשטיל, יענע פאָכעט מיט די הענט, װי אײנער זאָגט: 
לאָזט מיך צורו. מע זיצט באם טיש גאנץ היפּש, מע עסט און מע ויצלט 
זיך. מיכאילס פרוי אנא נאומאַוונא טוט א קוק אפן מאן און באמערקט 
זייער געלאסן; 

-- מיישעלע, -- אזוי רופט זי מיכאיל פייװוסאַוויטשן, -- איך זע, אז 
דו זיצסט קוים מיט צאָרעס באם טיש. זײַ א מאנספּארשוין און גיי לייג 
זיך צו. 


249 


זי דארף ניט איבערכאזערן קיין צווייט מאָל. דער מאן הייבט זיך 
טאקע אוף, פארשווינדט אין א צווייטן צימער. פון דאָרטן לאָזט זיך הערן 
אינגיכן א גלײַכמעסיקער אָטעם מיט א דינעם פײַף. אָבעֹר די פרויען 
זיצן נאָך באם טיש היפש. מע שמועסט וועגן די קינדער, װי זיי האָרעװען, 
נעבעך, און מע פארענדיקט מיט דעם, אז די קינדער זײַנען גאָר לײַטי- 
שע, טוען זייער זאך ערלעך. יענטע טוט א זיפץ, אירע אויגן װערן פול, 
נאָר זי זאָגט גאָרניט. װיקטאָריא נאומאָוונא און אנא נאומאָוונא פארשטייען, 
װאָס יענטע האָט געװאָלט זאָגן. די באָבע ראציע זאָגט הויר. ניט צו יענ- 
טען, נאָר צו אלעמען: : 

-- אז א מענטש איז זויכע צו שטארבן אף זײַן אייגענעם געלעגער, 
איז ניטאָ װאָס צו זיפצן, יענטע. דעם מאלעכהאמאָוועס קען קיינער ניט 
אָפּשטופּן. געוויס פארשטיי איך, אז סװאָלט געווען גוט, ליפּע זאָל דער- 
לעבן נאכעס, אָבער אז איך זע דעם גרויסן טאָװֹל אפן בעסוילעם מיט 
די צענדליקער קאָרבאָנעס, װאָס זייערע נעמען זײַנען דאָרטן אויסגע- 
קריצט, רײַסט זיך מיר אף שטיקער מײַן הארץ פאר די, װאָס זייערע נעמען 
זײַנען אין ערגעץ ניט אויסגעקריצט. בעקיצער, ס'איז דאָ װאָס צו קלאָגן 
וועגן די, װאָס מיר ווייסן, און וועגן די, װאָס מיר װײיסן ניט... 

אינגיכן גייען אלע אוועק, און נאָר מוישע, װעמען אלע רופן מיכאיל 
פײַװװוּסאָװיטש, בלײַבט אין צווייטן צימער און ער דערפײַפט זײַן שלאָף, 
יענטע געמט צונויף פון טיש, וואשט דאָס געפעס, טרערן פאלן פון אירע 
אויגן אף די טעלער, איז טאקע גוט, װאָס ס'איז ארײַנגעקומען אירע א 
באקענטע. די באקענטע איז אויך געווען אפן ריינעם אָריז און זי לאָזט 
הערן: יו 

-- װאָס זאָל איך דיר זאָגן, יענטעלע, ס'איז א ביטערער גאנג. אפן 
בעסוילעם איז שטיל, רויק. די לעבעדיקע מעגן טײַנען און שרײַען וויפל 
זי וילן, די קװאָרים עפענען זיך ניט אוף. נאָר סאיז דאָ גענוג צאָרעס 
אכוצן שטארבן, סאיז געקומען צו מיר מײַן מאנס א קרויווע פון פלאָ- 
רעשט. זיצן מיר אזוי נעכטן באם טיש, און זי דערציילט אירע צאָרעס.. 
הער אוף צו װישן די טעלער, יענטע, הער זיך אײַן, װאָס עס טרעפט אף 
דער וועלט. די קרויווע דערציילט אזא מײַסע: איר זון האָט געענדיקט 
זייער גוט די שול און ער איז אַנגעקומען אין אינסטיטוט אין אַרעכאָװאָ- 
זויעװאָ. קריגט זי פון אים אינגיכן א בריוול, אז ער האָט כאסענע געהאט. 
איז דאָך שוין ניטאָ װאָס צו ריידן. פארשטייט זיך, װאָלט געווען גלײַכער, 
ווען דער זון ענדיקט פריער דעם טעקסטיל-אינסטיטוט. נאָר די קרויווע, 
מע רופט זי נעסיע, איז ניט קיין נארישע, כאָטש זי איז א מאמע. זי שיקט 
פון פלאָרעשט פּאָסילקעס דעם זון מיט דער שנור. אזוי גייט זיך די צײַט. 
מיטאמאָל קריגט זי א טעלעגראמע, זי זאָל קומען, קלאווע איז אין גע- 
בורט-הויז. נעמט זי, װאָס זי קאָן, און פאָרט אף מאָרגן אהין. געקומען 
אין אָרעכאָװאָ-זיעװאָ, געפונען די צוזאמענווינונג, װוּ די קינדער װוינען. 
א טומל, פון אלע צימערן דונערט מוזיק. ארײַנגעגאנגען אין זונס צימער, 


290 


קיין לאנגן שמועס מיטן זון ניט פארפירט, זיך גענומען צו דער ארבעט. 
אויסגעקאַכט א יײַכל פאר דער שנור, אויבס האָט זי געבראכט מיט זיך. 
דער זון טראָגט דעם װײַב פּעקעלעך. בא נעסיען אפן הארצן איז ניט 
פריילעך. װאָס װעט זײַן, אז מע װעט ברענגען דאָס אייפל אין צימער? 
און וי דאָס הארץ האָט איר געזאָגט, מע האָט עס פאנאנדערגעװיקלט, 
נעסיע האָט א קוק געטאָן אפן געפעשל, זײַנען איר אלע גלידער אָפּגע- 
שטאָרבן,. אױסגעפּריִעט אונטער די אָרעמלעך, און אין די ענגע ערטערלעך 
װאָלט נאָךר געווען נישקאַשע, האָט עס באם פּופיק א היפּשן גוזיק. פאר- 
שטייט זי, אז ער האָט זיך גענוג אָנגעשריִען אין שפּיטאָל. א כוידעש איז 
זי געועסן אין אָרעכאָװאַ-זויעװאָ, די אױיסגעפּריעטע ערטערלעך האָבן זיך 
פארהיילט, דער גוזיק רירט זיך ניט פון אָרט! נאָך מילך דארף מען ליפן 
אין קאָנסולטאציע, װײַל קלאווע האָט ניט קיין מילך. אנומלטן האָט נעסיע 
געזאָגט צו די קינדער: אין פּלאָרעשט זײַנען דאָך בא מיר אויך ניט קיין 
שטיפקינדער. זיי נייען אוועק צו דער ארבעט, און צויי קינדער בלײַבן 
וי אפן וואסער... ס'איז א פּלאן, איך זאָל נעמען דאָס קליינס מיט זיך, 
סײַװי האָט דאָך קלאווע ניט קיין מילך, מע דארף לויפן אין קאָנסולטא- 
ציע, װעל איך לויפן אין פלאָרעשט. גערעדט און געטאָן. געבראכט דאָס 
אייפל אין שטוב, זאָגט אָבער נעסיעס פּלאָרעשטער שנור: , כ'קאָן קיין אויג 
ניט צומאכן דורך די נגעכט". קלײַבט זיך נעסיע אריבער אין איר אייגענעם 
צימער מיטן אייפל, מילך אין קאַנסולטאציע גיט מען, נאָר דער גוזיק לעבן 
פּופּיק איז װי פארשטיינערט. דער דאַקטער פון קאָנסולטאציע זאָגט, אז 
מע דארף אָפּערירן. דערהערט אזא זאך, האָט נעסיע פארבראָכן די הענט 
און אױיסגעשריען: ,וועמען איז דאָ צו אָפּערירן, קוים װאָס עס זשיפּעט!" 
בעקיצער, נעסיע קאָכט האַבערנעם קליי, מאכט פון מעל מיט פוטער אן 
אײַנברען, פארקאָכט אין מילך, רײַבט מערן מיט עפּל, גיט דעם קינד פיר- 
פינף לעפעלעך זאפט א טאָג, לױיפט אין קאָנטולטאציע נאָך מאמע-מילך, 
ס'װאָלט שוין געווען נישקאַשע, אָבער דאָס גוזיקל?.. אנומלטן, װען דאָס 
קינד איז געלעגן פאנאנדערגעוויקלט, איז ארײַנגעגאנגען נעסיעס א שכיי- 
נע. דערזען דאָס גוזיקל, זאָגט זי צו נעסיען: ,וואשט אויס אין מארגאנצאָוו- 
קע א יוביליינעם רובל, לייגט צו, פארבאנדאזשירט, װעט עס אװעק אף 
אן אָרט. אָבער איר זאָלט אים ניט פאנאנדערבינדן זאָל עס אזי זײַן 
דאָס איז דאָך פּראָסט א גריזשע! ס'וועט אװװועק אף אן אָרט, ס'ועט זיך 
צוזאמענוואקסן, און איר װעט פארגעסן, אז דאָס איז געװען!". װאָס מיינס- 
טו, יענטע? ס'האָט טאקע געהאָלפן. דאָס קינד וואקסט, די צײַט גייט, 
ס'איז שוין אף די פיסלעך, עס רעדט שוין. נעסיע האָט א פולן פארטעךר 
גאכעס. דער זון מיט דער שנור האָבן געענדיקט לערנען, מע האָט זײ 
געגעבן ארבעט אין איװואנאָװאָ, נאָר בין דער ארבעט זײַנען זיי געקומען 
צו נעסיען א ביסל אָפּרוען. דאָס קינד, דימעטשקע, טרעט ניט אָפּ פון 
געסיען. באבושקע און באבושקע. װי נאָר די מאמע ויל אים נעמען אף 
די הענט, װויינט ער און רײַסט זיך ארויס. אין יענעם טאָג זיצן אלע באם 


1פט 


טיש, ס'איז גוט און פּײַן און לײַטיש, נעסיע האַדעװעט דאָס קינד מיט יויך, 
פארבראַקט מיט א שטיקעלע בולקע. ער עסט, טוט אלעמאָל א קוק אף 
דער באָבען. מיטאמאָל טוט קלאווע א ריס ארויס דאָס קינד פון געסיעס 
הענט און גיט צו אים א געשריי: ,דימקע, וויפל מאָל װעל איך דיר זאָגן 
אז דו האָסט דאָ ניט קיין באבושקע. דאָס איז דײַנע א ניאניע און איר, 
נעסיע כאנאָוונע, זײַט נארישער פונעם קינד. װער איז זײַן מאמע, פרעג 
איך אײַך?" הערסט, יענטע, -- נעסיע דערציילט און באגיסט זיך מיט 
בלוטיקע טרערן. -- אָבער איך האָב איר געזאָגט: איר זײַט אליין שולדיק, 
נעסיע. שוין זשע האָט איר ניט געזען לויטן פּיסק, װאָס פאר א כאזער 
אײַער שנור איז, נאָך פאר דערוף? -- װי געפעלט דיר די מײַסע, יענטע? 

-- א שיינע מײַסע, נאָר א קורצע. קום מיט געסיען צו מיר, איך 
װעל זי בעסער טרייסטן. װי דו װייסט, האָבן מײַנע זין כאסענע געהאט 
אין סאָראָקע גופע. אָבער מײַן טאַכטער האָט כאסענע געהאט אין קעשע- 
נעוו. זי נייטיקט זיך, כאָלילע, אין גאָרנישט. דער מאן אירער איז א פיד- 
לער און שפּילט אין פילהארמאָניע. זי גופע, די טאָכטער מײַנע, האָט א 
גוטע שטעלע, שיקט מיר ווינטשעוואניעס צו נײַ-יאָר, צו אנדערע יאָמטױ- 
װים. זי האָט א טעלעפאָן, איך האָב א טעלעפאָן. אָבער אראָפּנעמען דאָס 
טרײַבל, פרעגן אָפּטער: װאָס מאכסטו, מאמע? הייבט זיך גאָר ניט אוו 
ווען דערמאָנען זי זיך, אז זי האָבן א מאמען, בייס זיי דארפן פאָרן אף 
קוראָרט. דעמלט ברענגט מען צו מיר ביידע קינדער! איך זאָג דיר װי 
די זאך איז: איצטער לעבן די קינדער מיט מיר, ווייסט אליין, אז מײַן שנור 
איז זייער א װויל קינד, נאָר אז איך גיב א טראכט, איך װעל דארפן 
האָדעװען אן אייניקל, ווייס איך ניט, װאָס עס װעט זײַף -- זאָגט יענטע 
אָפנהארציק. 2 

די באקאנטע זיצט א היפּשע צײַט. נאָך איר אװעקגיין זאָגט יענטע 
צו מיר: 

-- זעסט, װי עס פאלט דיר גלײַך אין דער האנט ארײַן? װוּ װאָלסטו 
געקענט הערן א מײַטע מיט א יוביליינעם רובל? איך אף דײַן אָרט װאָלט 
עס פארשריבן װי עס שטייט און גייט. מײַנע מעכוטאָנים געפעלן דיר? 

-- װאָס הייסט מעכוטאָנים? אלעטשקע האָט צוויי מאמעס און צוויי 
טאטעס? 

-- אנא נאומאָוונא איז װיקטאָריא נאומאָוונעס א שוועסטער, מיכאיל 
פײַװוּסאָװיטש, װאָס כאפּט נאָך א דרעמל, איז אנעס מאן, פּייטאך יאָסי-. 
פאָוויטש איז אלעטשקעס טאטע, װיקטאָריא נאומאָװונא איז איר מאמע, 
און ראציע איז אלעטשקעס באָבע. איצטער פארשטייסטו, װי דאָס קייטלט 
זיך? זייער װווילע מענטשן. אז אין שטאָט איז עפּעס דאָ א געשמאקע זאך, 
ברענגט מען דאָס גלײַך צו מיר אין שטוב ארײַן. איין ווייטעק -- װאָס 
ליפּע האָט דאָס ניט דערלעבט. 

איך שװײַג. װאָס קען מען אף דעם זאָגן? מוישע האָט זיך שוין אויך 
אױסגעשלאָפן. ער האָט אויסגעטרונקען א פולע גלאָז װײַן, פארביסן מיט 


292 


צוויי בארן, האָט באדאנקט און אין אװעק. איך בין מיר אױױיך אינגיכן 
אוועקגעגאנגען, גיי איך פארבײַ , מעטאלאָרעמאַנט", דאָרטן איז, אפּאָנעם, 
איצטער ווארמעס-צײַט, ארבעטער לויפן ארויס, װישן גיך די הענט און 
ווערן פארשוווגדן אין קעלערל, װוּ מע קאָן קויפן א גלאָז װײַן. איך גֵיי 
מיר מיט דער גאס, זי זון ברענט, נאָר די נוסנביימער זײַנען זיך צעי 
וואקסן, מע קאָן זיך באהאלטן אין שאָטן, די גאס ענדיקט זיך, עס שפּרײטן 
זיך װײַנגערטנער. ארום די װײַנגערטנער וואקסן קארשנביימער, שװעבן 
טשאטעס פייגל, זיי פּיקן די קארשן, װאָס זײַנען פארבליבן אף די צװײַגן, 
און ווען די פייגל שטעלן זיך אף די צװײַגן, פאלן א סאך קארשן אראָפֿ, 
די פייגל לאָזן זיך אויך אראָפּ און שלינגען גיריק די יאגעדעס, װאָס זײַ- 
נען שוין אזש שווארץ, װײַל זיי זײַנען איבערגערײַפט. װײַטער פון די 
קארשנביימער וואקסן זונענרויזן. מיט עטלעכע יאָר צוריק, ביס איך 
פלעג קומען אהער מיט מענדלען זײַנען זי דאָ ניט געואקסן איך 
בלאָנקע איבערן באקאנטן אָרט, און ווען איך גיי צוריק, פיל איך, אז איך 
דארף שוין ניט גיין אין שאָטן פון די נוסנביימער, װײַל די זון איז גאנץ 
נידעריק. לעבן לאנדווירטשאפטלעכן טעכניקום זיצן צוויי זייער יונגע צי- 
גײַנער און עסן עפּל, פּלוצעם הער איך; 

-- מומינקע, מומינקע! 

איך קערעווע אויס דעם קאָפּ און זע, װי ביידע יונגע ציגײַנער גייען 
צו מיר. איך דערקען זיי באלד, דאָס איז גאפור און קילימבאר, וועלכע 
מענדל האָט ניט איין מאָל געמאָלט. איינער פון זיי נעמט ארויס פון קעשע- 
נע אן עפּל און זאָגט: 

-- אוו איז! דער פעטער? עסט, סאיז זייער א געשמאקער עפּל, 

איך נעם דעם עֶפּל, קוק אף זיי. מיר שװײַגן, גאפור פרעגט שטיל: 

-- מומינקע, דו ביסט געקומען אליין? 

-- יאָ, גאפור, אליין, 

מער פרעגן זיי גאָרניט. 

-- װאָס טוט איר? איר לערנט זיך? 

-- יאָ, מיר לערנען זיך אין קעשענעו. אינגיכן װעלן מיר אהין 
אװעקפאָרן. לאָמיר גיין, -- זאָגט קילימבאר, 

זי גייען אוועק. איך בלײַב שטיין און קוק זיי נאָך. מיט עטלעכע יאַר 
צוריק זײַנען זיי געווען נאָך קליינע, זי פלעגן גוט זיצן. מענדל האָט 
זי ליב געהאט צו מאָלן, און דאָס איז געווען ניט קיין װונדער. זי זײַנען 
געווען זייער שיין און גראציעז. גאפור איז געווען װוּנדערלעך: לענגלעך- 
געשניטענע גרויע אויגן, דינע ברעמען, פרענדזלדיקע לאנגע שוארצע 
װיִעס, אַבער איצט איז ער פּאַשעט בלענדנדיק, דאָס פּאַנעם ברוינלעך-מאט, 
די גרויע אויגן זײַנען נאָך װי גרעסער געװאָרן. איידל שלענגלען זיך 
די ליפּן, די ציין, װי יונגער קנאָבל, די האָר שווארץ און זייער געדיכט, 
ער איז שלאנק, די בלויע דזשינסן ליגן אױסגעגאָסן אף די הויכע פיס, 
און די פוטבאָלקע קנייטשט זיך און כוואליעט זיך ארום זײַן מעכטיקן 


293 


טאָרס. קילימבאר איז קלענער אין װוּקס. טיף שווארץ, װי א דאָרעמדיקע 
נאכט, זײַנען זײַנע אוגן. די ברעמען ברייט און געדיכט, די האָר, אפּאָנעם 
לאנג ניט געוואשענע, שטייען אזש ארום זײַן פּאַנעם. איך קוק אף די 
יונגע באַכערים, און איך בין זי דאנקבאר, װאָס זי האָבן פארשטאנען 
מער גאָרנישט צו פרעגן. 

די זון זעצט זיך, בייס איך גיי ארײַן אין יענטעס הייפל. זי באגעגנט 
מיך מיט הארבע רייד: 

- האָסט געכאפּט דעם יוביליינעם רובל און ביסט נעלעם געװאָרן. 
מיינסט כ'האָב ניט געזען, װאָס דו האָסט געגעסן? װוּ האָסטו געבלאָנקעט 
אזוי לאנג? װייסט, װאָס איך װעל דיר זאָגן? סװאָלט געװוען א גלײַכע 
זאך, זאַלסט שוין פאָרן קיין מאָסקװע, װאָרעם איך זע, אז קיין גוטס װעט 
פון דערוף ניט ארויסקומען. װען מענדל לעבט, װאָלט ער דיר געגעבן 
א גוטן כײלעק! 
אָבער אזוי רײידנדיק גאנץ הויך, פארגעסט זי ניט צו גרייטן צום 
טיש און הערט ניט אוף: 

| -- די קינדער זײַנען שוין לאנג געקומען. אָפּגעגעסן און זײַנען אוועק 

אין קינאָ. איך ווארט אף דיר. אָבער דיר ליגט אין זינען גאָר עפּעס 
אנדערש. טראכסט וועגן מיר וי װעגן פאראיאָריקן שניי! 
געוויס איז יענטע גערעכט. געוויס װאָלט איך געדארפט װעגן איר 
טראכטן מערער. אָבער... 

אין אָונט קומט צו גיין כײיליס, ער ברענגט אין א סינטעטישער 
טאָרבעטשקע קארפּן, ער טוט זי א װאָרף אפן טיש, זעצט זיך אף א בענקל, 
שמייכלט און פארענטפערט זיך: 

-- איך גײי, זע איך, אז סאיז דאָ פיש. טראכט איך, יענטע װעט שין 
וויסן װאָס צו טאָן מיט זיי. 

-- װאָטי, איך װעל ניט װיסן? סזועט זײַן רעכט. וויפל קומט דיר! -- 
פרעגט יענטע, 

ער שמייכלט און גיט א זאָג: 
| -- וויפל עס קומט מיר, איז אלץ מײַנס. זאָל אײַך זײַן צו געזונט, 
און איך לויף צו דער ארבעט. | 


קעשענעוו 


זי איז גערעכט. איך דארף זיך טאקע רירן פון אָרט. איך באשטעל 
אף מאָרגן א טאקסי און פאָר אוועק קיין קעשענעוו. דער וועג איז א 
פּרעכטיקער, דער פארנאכט שטיל, פון ביידע זײַטן װעג שטייט א געדיכ- 
טער וואלד, וו-ניט-װוּ זעט זיך א סקולפּטור פון א הירש. אין אָרגײעװ 
שטייען מיר א רעכטע װײַלע, עס איז א ראשיקע שטאָט, א סאך מענטשן, 
מאשינעס רוישן, קיין קעשענעוו קומען מיר אָן, װען סאיז שוין אָװנט. 


16* 254 


צוגעפאָרן צום האָטעל ,טוריסט", געדויערט גאנץ לאנג, ביז מע געפינט 
פאר מיר אן אָרט. איך ברענג זיך אין אָרדענונג און גיי ארויס פון האטעק, 
איך לייען איבער: ,פּראָספּעקט מאָלאָדיאָזשי, און איך דערמאָן זיך, 
אף דעם דאָזיקן פּראַספּעקט װוינט יעכיעל שריבמאן. דאָס איז טאקע גאַר 
ניס װײַט. יעכיעל שריבמאן איז אין שטוב. עס קען קיין רייד ניט זײַן 
פון אוועקגיין גיך, זײַן פרוי, מאריגע, איז זייער רירעװדיק און גאסטי 
פֿרײַנטלעך. פארשטייט זיך, עסן מיר מיטיק, דערנאָך װײַזט מיר מארינע 
דאָס שטײַגל מיט די פּאָפּונײַטשיקעס, װאָס שטייט אין קיך. יעכיעל פילט 
זיך גוט, ווען ער רעדט װעגן ליטעראטור, ער באקלאָגט זיך, אז די אויגן 
טוען אים וויי, נאָר איצט איז שוין בעסער. ער קלײַבט זיך פאָרן קיין לֵי- 
פּעצק אין א קאָמאנדירונג, דערװײַל אָבער גייט א ריד װעגן יאָרן און 
רעגעס". שרײַבמאן איז זיך אָפנהארציק מוידע, אז ער איז צופרידן מיט 
זײַן בוך. איך בין אויך צופרידן. דאָס איז בעפיירעש א גוט בוך, איז דאָך 
קלאָר, אז דאָס איז אן אלגעמיינע פרייד פאר דער ייִדישער סאָוועטישער 
ליטעראטור. ס'איז מיר ליבלעך צו זײַן בא יעכיִעל שרײַבמאנען אין שטוב, 
דאָרטן איז גוטפרײַנטלעך, אומיטלבאר, עס אין גוט צן שמועסן מיט 
יעכיעלן, װײַל עס איז שטענדיק דאָ דער אײַנדרוק, אז ער זאָגט דאָס, 
װאָס ער טראכט, און ניט נאָר דאָס, װאָס אים איז אין דער רעגע געקומען 
אפן זינען, ער דריקט אויס דאָס, װאָס ער האָט באטראכט, און דאָס איו 
זייער און זייער וויכטיק, װען א מענטש האָט א טעווע צו טראכטן, װײַל 
אפילע שרײַבער פרעגן גאנץ אָפט איינער דעם אנדערן דו ארבעטסט? 
און קיינמאָל פרעגט מען ניט -- דו טראכסט? בא יעכיעלן אין שטוב פיל 
איך ניט קיין אלטעגלעכקײַט. איך פיל א מין דערהױיבנקײַט, װאָס איז 
פרײַ פון יאָך, פון דײַגעס, כאָטש וען איך קוק אין זײַנע אויגן, זע איך 
אין זי אָפט טרויער און זאָרג, 

אין אָװנט באגלייטן זיי מיך, מארינע און יעכיעל, צום האָטעל. מיר 
געזעגענען זיך ניט, װײַל עס איז אונדז אלעמען קלאָר, אז מאָרגן װעל 
איך ווידער קומען. ווען איך גיי ארײַן אין האָטעל, שלאָפט מײַן שכיינע, 
די דינעץע דעקע קאָן ניט אויסבאהאלטן איר מעכטיק שװערן קערפּער. 
די אדמיניסטראציע פון האָטעל גיט ארויס די טוריסטן טאלאַנען אף דער- 
נערונג, שטייט די פרוי אוף גאנצפרי, נאָר װי פרי זי זאָל ניס אופשטיין, 
זײַנען מײַנע אויגן אָפן, און ערשט איצט זע איך, װי מאיעסטעטיש זי איז. 
דאָס איז א װוקסיקע פרוי. איר הויט אין װײַס-מעליק, די אויגן בלייך- 
בלאָ, די װייעס געלע, די האָר אפן קאָפּ אויך געל, נאָך די ביגודי באַָמבלט 
זיך יעדער קרײַזל באזונדער, און צװישן די קרײַזלעך קוקט ארויס א װײַט- 
ראַזלעכע הויט. װי געזאָגט, שטייט זי אוף גאנצפרי. זי רופט מיך איך, 
זי זאָגט אפילע צו, אז זי װעט ווארטן, ביז איך װועל פארטיק װערן. גאַר 
מיר װוילט זיך ניט גיין, איך האָב זי שוין גוס ארומגעקוקט, און מײַן נײַגער 
איז געשטילט. כוץ דעם, װעל איך גיין צו יעכיעלן. דעריבער מאך איף 
מיך פארטיק און זעץ זיך באם נידעריקן טישל עפּעס טאָן. ויפל צײַט 


255 


ס'איז אוועק, ווייס איך ניט, נאָר עס הערט זיך, װי די טיר עפנס זיךו 
מײַן שכיינע שטייט שוין אײַנגעבױגן לעבן טישל. 

-- באבוסיע, איר ארבעט נאָך? | 

איך באַמקע עפּעס. אָבער זי האָט זיך אײַנגעבויגן, קוקט ארײַן אינעט 
אָנגעשריבענעם און וויל װויסן: 

-- אף װאָס פאר א שפּראך שרײַבט איר? 

-- אף ייָדיש. 

-- אף ייִדיש-ש?! -- כידעשט זי זיך. 

ווען איך האָב זיך אָפּגעפארטיקט און בין ארויסגעגאנגען אפן גאס, 
האָב איך אין אלייע צװישן די אונטערגעשוירענע ביימער דערזען מארינען 
און יעכיעלן. מיר האָבן שפּאצירט, גוט פארבראכט, און יעכיעל האָט דער" 
ציילט מײַסעס פון ראשקעוו, וועלכע איך האָב נאָך ניט געװוּסט. זיך צו- 
הערן, װי יעכיִעל דערציילט, מיט זײַן שטיל קאָל, װאָס האָט פאר מיר 
דעם קאָליר פון א מין ראָז-ליכטיקע פארב, איז פאר מיר אן עמעסער 
גענוס. מארינע וויל אויך עפּעס זאָגן, און זי לייענט דריזס א ליד אף 
ייִדיש. אזוי גייט אוועק מײַן צווייטער אָװונט אין קעשענעוו. מיר האָבן 
איינע די אנדערע עטלעכע מאָל באגלייט הין און צוריק. דערנאָך האָבן 
מיר זיך ענדגילטיק געװוּנטשן א גוטע נאכט, און װען איך בין געקומען 
אין האָטעל, איז שוין אפן בעט, װוּ ס'האָט נאָך נעכטן גערוט מײַן ליבנ" 
ויסנדיקע שכיינע, געלעגן א נײַער גאסט, װאָס האָט פארנומען זייער 
װינציק אָרט אין געלעגער. 

אף מאָרגן אינדערפרי בין איך אוועק פון צימער, איידער מײַן נײַע 
שכיינע איז אופגעשטאנען. איך בין געגאנגען איבער פארשיידענע גאסן פון 
קעשענעוו און האָב האנאָע געהאט פון דער שטאָט. איך בין אוועק אין 
יענעם קווארטאל, װוּ ס'איז מיט פיל יאָרן צוריק געווען דער באװוּסטער 
פּאָגראָם, דערנאָך בין איך אוועק צו דער קאָמיוגישער אָזערע. דאָ זײַנען 
געשטאנען א סאך שיפלעך, סאיז געווען א סאך יונגווארג. קעשענעוו האָט 
אויסגעזען יאָמטעװדיק, װײַל עס איז געװוען ערעוו דער פײערונג פון 
0 יאָר סאָוועטנמאכט אין מאָלדאװיע. ווען איך האָב זיך אופגעהויבן אין 
מײַן צימער, האָב איך געטראָפן ליגן א פרוי אין אָנטאָן,. דער ערשטער 
אײַנדרוק מײַנער האָט זיך באשטעטיקט -- זי איז געווען קלײנװוּקסיק, זי 
האָט פארנומען װינציק אָרט אין בעט. אין קעגנזאץ צו מײַן פריִערדיקער 
שכיינע, איז זי געווען שווארצכיינעוודיק, אָבער די שלייפן אינגאנצן גראָו. 
זי איז געלעגן אין א טונקל קלייד מיט לאנגע ארבל, און כאָטש אירע 
אויגן זײַנען געווען צוגעמאכט און זי איז געלעגן אזוי רויִק, אקוראט װי 
קיינער װאָלט מער אין צימער ניט געווען, האָב איך פארשטאנען, אז זי 
שלאָפט ניט. כ'האָב גענומען מײַן זומער-מאנטעלע און בין אװעק צו 
שרייַבמאנען. כ'האָב דאָרטן געטראָפן א שװערלײַביקן מענטשן מיט זייער 
א סימפּאטישן פּאָנעם, װאָס האָט גערעדט װינציק, אָבער אלץ, װאָס ער 
האָט ארויסגעבראכט, האָט געצװוּנגען זיך צוצוהערן. ס'האָט געמאכט אן 


056 וגאעקס?! ז 16 


אײַנדרוק, אז דער מענטש האָט ויסן און קאַן זיך אויסדריקן אייגנארטיק. 
ער האָט גערעדט װעגן פּושקינען, און מע האָט גלײַך געקאַנט פארשטיין, 
אז ער װייסט גוט, װעגן װאָס ער רעדט. עס איז געווען טשיקאווע אים 
צו הערן, און ס'האָט ארויסגערופן באדויערונג, װוען ער פלעגט אופהערן 
ריידן און זיך נעמען שפּילן מיט זײַן טעכטערל, וועלכע איז דאָ אויך גע- 
ווען. די װוּקסיקע פרוי, װאָס איז געזעסן דערנעבן, אין א באַרדאָ קלייד, 
האָט פון צײַט צו צײַט גענומען דאָס טעכטערל צו זיך. װי איך האָב זיך 
נאָכדעם דערװווסט, איז דער מענטש געווען כאזין. די פרוי אינעם באָרדאָ 
קלייד --- זײַן װײַב, דאָס קליינע מיידעלע -- זייער טעכטערל. עס איז שוין 
געווען שפּעטלעך, ווען מיר זײַנען אוועק פון שרײַבמאנען. גייענדיק דורכן 
סקווער, האָט זיך קיינעם ריידן ניט געװאָלט, און מיר האָבן זיך געזעגנט. 

אין האָטעל-צימער איז מײַן שכיינע ניט געוען, איך האָב ניט גע- 
הערט, וי זי איז געקומען, אָבער אפמאָרגן אינדערפרי איז זי געלעגן אפן 
בעט אקוראט אין דער זעלבער פּאָזע, װי נעכטן, אינעם זעלבן טונקעלן 
קלייד מיט די לאנגע ארבל, די פיס מיט די הענט זײַנען געווען אויסגע- 
צויגן, זי איז געלעגן אָן שום באוועגונג, נאָר דאָס מאָל זײַנען אירע אויגן 
געווען אָפן און עס איז געװען א ביסעלע פריקרע, װאָס זי האָט זייער 
אופמערקזאם אף מיר געקוקט. ערשט אין א װײַלינקע ארום האָט זי מיך 
באגריסט און געזאָגט: 

-- לאָמיר גיין עסן פרישטיק איניינעם. 

אזוי איז טאקע געווען. 

נאָך פרישטיק האָבן מיר זיך אומגעקערט אין צימער. זי האָט זיך װי- 
דער געלייגט, פּונקט אזוי װי פריִער, געלעגן אָן דער קלענסטער באווץ- 
גונג. זי האָט שטיל געפרעגט: 

-- איר האָט א פאמיליע? 

זי האָט געפרעגט אָן שום אָנדײַט אפן קעשענעװער ייִדיש. נאָך א 
װײַלע שטילשװײַגן האָט זי װי באדויערט אפן קאָל, אקוראט װי קיינער 
װאָלט אין צימער ניט געװוען: 

-- איר זײַט געקומען אליין? װוּ איז אײַער מאן? 

און ניט ווארטנדיק אף מײַן ענטפער, פאָרגעזעצט: 

-- אז מע האָט ניט קיין מאן און קיין קינדער, איז מען גליקלעך! 

דערזען, אז איך בין פארווונדערט, האָט זי קלאָר געמאכט: 

-- מײַן מאן איז געשטאָרבן מיט צוויי יאָר צוריק. איך װוין אין קיעוו. 
מײַן טאָכטער האָט געװוינט אין כארקאָוו, האָט זי מיך נאָך מײַן מאנס 
טוט פארװאָרפן מיט בריוו, אז זי װויל ניט, איך זאָל זײַן עלנט, אז די 
בעסטע זאך װעט זײַן, מיר זאָלן לעבן איניינעם. איז זי טאקע געקומען צו 
מיר. בעסער װאָלט זי מיך געפונען א טױטע. א זעלטענער טאָג, איך 
זאָל פון איר ניט הערן קיין זידלווערטער. זי װאָלט צופרידן געװוען, איך 
זאָל שוין גיין אין גאניידן. מיר 9סן באזונדער, קאַכן באזונדער, איך קאָך 
באטאָג, ווען זי איז אף דער ארבעט. װאָס זי טוט, הער איך ניט און זע ניט. 


257 


-- איר האָט א פּענסיע? 

-- װי זשע, אָט דאָס איז דאָך עס! זי װײסט, אז צו ודער פּענסיע 
פאלט מיר נאָך אויך ארײַן, און איך לייג עס אף א ביכל אין קאסע. נאָר 
מער /פון אלץ בראָט זי, װאָס איך האָב זיך באקענט מיט איינעם א יונגנ- 
מאנטשׂיק, 

-- איר האָט דאָך פריִער געזאָגט, אז װער עס האָט ניט קיין מאף 
קיין קינדער, דער איז גליקלעך! 

-- מאלע-װאָס. איך בין נאָך ניט אלט קיין פינף און זעכציק. עמעס, 
ער איז ייִנגער מיט צוויי יאָר פון מיר, ער טײַנעט, כזאָל פאר דער טאַכ- 
טער לאָזן מײַן צימער, און זי זאָל מיר אװעקגעבן כאָטש א טױזנטער, 
װײַל זי האָט געלט אף א קאַאָפּעראטיווער קווארטיר. ער זאָגט, אז מירן 
זיך צונויפגיין, װעט אונדז א טױיזנטער ניט שטערן. װוייס איך ניט, װאָס 
איך זאָל טאָן. איך זע, אז איר זיצט און איר שרײַבט, פארשטיי איך, אז 
איר װאָלט מיר געקענט זאָגן װי און װאָס... 

איך קוק אף איר, און עס וואקסט אין מיר עפּעס א ווידערגעפיל, 

-- אײַער טאַכטער ווייסט, וויפל איר האָט אפן ביכל? -- פרעג איך, 

-- זי ווייסט, אז איך האָב ניט ווינציק. 

-- אײַער קאוואליער ווייסט אויך, וויפל איר האָט? 

-- װאָס ארט אים, וויפל איך האָב, ער האָט מער פון מיר! ער איז 
געווען גלאוובוך אפן פּוטער-זאװאָד אין טיראספּאָל, 

-- ער איז א געגעטער? 

-- װי ער זאָגט, האָט ער מיטן װײַב ניט געװאָלט לעבן זי האָט 
ניט געװאָלט, ער זאָל ארבעטן אפן פּוטער-זאװאָד, אָבער דאָס איז אן 
אנדער זאך. איך וויל הערן אײַער אייצע, 

-- איך ווייס ניט װאָס אײַך צו זאָגן, נאָר איין זאך איז דאָך קלאָר: 
אײַער , מאַלאָדאָי טשעלאָװעק" האָט ניט אין זינען אײַער טאָכטער, אָבער 
איר זײַט אײַער טאַכטערס מאמע. אוב איר װעט אים פאָלגן, קאָן זײַן, 
אז די טאַכטער װעט אײַך געבן א טױונטער, און דאן װאָלט איך זיך ניט 
געװוונדערט, װאָס זי יל אײַך זען אין גאניידן, װי איר זאָגט. 

-- איר זײַט פאר מײַן טאַכטער! -- טוט זי א געשריי, שפּרינגט 
אראָפּ פון בעט, כאפּט די באָלאָניע און ווערט פארשווונדן, 

איך גיי אויך ארויס פון האָטעל. בא שרײַבמאנען טרינקען מיר אויס 
צו ביסלעך װײַן, ער האלט דאָס גלעזל אין האנט און זאָגט מיט א 
שמייכל: 

-- אָט װעט איר אװעקפאָרן, און מיר װעלן זיך װוידער שרײַבן יאָמ- 
טעוו-בריוולעך, 

איך ווייס, אז אזוי װעט זײַן, און עס װערט באנגלעך דערפון. מיט 
א שווער געמיט געזעגענען מיר זיך מיט יעכיעלן און מארינען, איך גײי 
אין אעראָפלאָט נאָך א בילעט. איך װעל פליִען קיין בריאנסק. שוין לאנג, 
וי איך װויל אהין פאָרן. און עס איז שוין צײַט אויך, סאיז סאָף עלול. 


258 


בריאנסק 


געקומען אחין נאָך האלבער נאכט. דער אעראַװאַקזאל איז פּוסט, איך 
זיץ שוין א חיפּשע צײַט. פּלוצעם הערט זיך, װי א מענטש זאָגט: 

-- ער פאָרט אין שטאָט? 

אָט האָט מיר אָפּגעגליקט. איך זיץ שוין אין א טאקסי, און אין גע- 
ציילטע מינוטן ארום בין איך אין האָטעל , דעסנא". די פרוי, װאָס זיצט 
אהינטערן באריער, קוקט אפילע אף מיר ניט. " מעלדעט קאלט אן 
קאטעגאָריש: 

-- קיין ערטער זײַנען ניטאָ, 

אין וועסטיביול שטייען גענוג שטולן. איך נעם מײַן טשעמאָדאף 
שטעל אים אװועק באם שטול, אף װעלכן איך זעץ זיך, און איך בין גרייט 
אײַנצושלאַפן, ט'איז צוויי אזייגער באנאכט. די פרוי קוקט אף מיר אומ- 
פרײַנטלעך און פרעגט: 

-- װאָס האָט איר זיך דאָ באזעצט? איר האָט געהערט, װאָס איך 
האָב אײַך געזאָגט? 

-- איך האָב געהערט, אָבער איך טראכט, אז ביז איך װעל זיך דאָ 
אויסשלאָפן, װעט איר װערן גאסטפרײַנטלעכער. -- און איך לייג אוועק 
אפן באריער מײַן שרײַבער-ביכעלע. אָבער נאָך דערוף װוערט די פרוי אויך 
ניט גאסטפּרײַנטלעכער, ערשט אף מאַרגן אינדערפרי װער איך א באלע- 
באָסטע פון א באזונדערן נומער. אלץ, װי עס דארף זײַן. א שיינער צי- 
מער, א גרויס פענצטער, אלע איבעריקע נייטיקע זאכן. ערשט איצט קאָן 
איך זיך דערמאַנען, אז איך האָב א טעלעפאַן און אן אדרעס צו גריגאָרי 
סאמױילאָװיטשן, װאָס איז א בריאנסקער טוישעוו. וויָאװי קומט די קאץ 
איבערן וואסער? אנומלטן איז צו מיר ארײַנגעגאנגען מײַן שאָכן, װאָס 
ארבעט אין סעטון אף א זאװאָד, ער װױינט אָבער אינעם זעלביקן הז 
אף פּאװולאָװו-גאס, װו איך. איך געדענק שוין ניט, װי עס איז געקומען צו 
רייד, אז איך װויל פאָרן קיין בריאנסק, 

-- קיין בריאנסק? -- זאָגט איזיע איסארעוויטש, גריגאָרי סאמוילאַ- 
וויטשעס זון. -- איר קאָנט ארײַנפאָרן צו מײַן טאטן, צוויי שוועסטער האָב 
איך אויך אין בריאנסק. זיי װעלן אײַך צונעמען, װי אן אײגענעם 
מענטשן. -- און ער האָט מיר געגעבן זײַן טאטנס טעלעפאַן. 

ווען כ'האָב זיך שוין אײַנגעאַרדנט אין צימער, זיך דערפילט װי א 
באלעבאָסטע, האָב איך זיך דערמאָנט ועגן דעם און אָנגעקלונגען. אין 
א האלבער שאָ ארום איז געקומען איזיעס פאָטער, גריגאָרי סאמױלאָװויטש 
איסארעוויטש. 

-- ווען איר קלינגט מיר ניט, װאָלט איך אויך געקומען, װײַל נעכטן 
באנאכט האָט מיר געקלונגען איזיע, ער האָט ניט געװוסט, װוּ איר זײַט, 
נאָר אין בריאנסק, אז מע ויל, געפינט מען. דאָ זײַנען ניטאַ קיין טויזנ- 
טער האָטעלן, נעמט זשע אײַער טשעמאָדאן און קומט מיט מיר, 


259 


איך האָב איבערצײַגט גריגאָרי סאמױלאָװויטשן, אז איך װעל קומען 
צו אים אינאָװונט, אן איך װעל קומען צו אים אלע טאָג, אָבער ווינען 
װעל איך אין ,דעסנא". און אזוי איז דאָס געװוען. גריגאָרי סאמױלאָװיטש 
איז היפּש געזעסן בא מיר, איך בין מיט אים איניינעם ארויסגעגאנגען 
ער האָט מיר א ביסל געוויזן די שטאָט, און ווען איך בין צוריק געקומען 
אין מײַן צימער, האָט די צוקלײַבערן גראָד צוגעראמט, 

דאָס איז געװוען א הויכע פרוי, מיט א בריײט פּאָנעם, זייער קליינע 
שווארצע אויגן, א גרויסע נאָז. קוקנדיק אף איר, איז מיר אײַנגעפאלן 
אז די נאָז אירע מאכט מאָרעשכױרעדיק איר גאנצן אָנבליק. דערװײַל 
האָט זי צוגעראמט און עפּעס גערעדט, נאָר אירע װערטער זײַנען גע- 
פאלן גלײַכגילטיקע און געדיכטע, עס האָט זיך ניט געװאָלט הערן, װאָס 
זי דערציילט, איך האָב זיך אָנגעטאָן און בין אוועק אין פּארק. דער היגער 
פארק איז א קליינער, אָבער א געמיטלעכער. אװויווי אלעקסיי טאָלסטאַי 
איז פון די קאנטן, טראָגט דער פּארק זײַן נאָמען. טשיקאווע איז דער 
פארק מיט דעם, װאָס פון אלע ביימער, װאָס זײַנען פארטריקנט געװאָרן, 
זײַנען געמאכט געװאָרן סקולפּטורן. פארשטייט זיך, אן דאָס זײַנען ניט 
קיין שעדעוורען, נאָר דאָס זײַנען פּערסאָנאזשן פון מײַסעלעך: ואלד- 
אלטיטשקע, וואלד-מיידלעך, באלעכאים, אייניקע אלטיטשקע דערמאָנען 
שטארק קאניאָנקאָװון. אָבער אלציינס אי דאָס געמיטלעך און סאיז א 
פרייד, װאָס אָנשטאָט אויסצוהאקן די טרוקענע ביימער האָט מען פון זי 
געמאכט פארשיידענע סקולפּטורן, 

סאיז שוין געווען טונקל, ווען איך בין געקומען אין , דעסנא". פארביי 
מײַן טיר האָבן, אפּאָנעם, געשפּאנט שװער און הילכיק א סאך מענטשן 
איך האָב געעפנט די טיר און ארויסגעקוקט: יאָ, א סאך שווערע, ברייט- 
ביינערדיקע יונגע מאנצבלען האָבן געשפּאנט דורכן קאָרידאָר. זיי האָבן 
הויך גערעדט, חילכיק געלאכט און איבערגעשאָטן דאָס געלעכטער מיט 
יאָדערדיקן פאָלקלאָר", איך האָב צוגעמאכט די פאָדער-טיר, אויך די טיר 
פון צימער, אָבער אלציינס האָב איך ניט געקענט פּאָטער װערן פון די 
צופרידענגע געזונטע שטימען. 

נאָר דער נאכט, װאָס איך האָב פארבראכט, זיצנדיק אפן שטול, איז 
זיך מיר זייער גוט געשלאָפן, אופגעשטאנען, זיך אין אָרדענונג געבראכט, 
א פּאַר שאָ געזעסן במאם טיש, בין איך אװעק אין רעסטאָראן און זיך גע- 
לאָזט וװווילגיין,. געקומען פון רעסטאָראן, האָב איך אין צימער געטראָפן 
די נעכטיקע צוקלײַבערן. זי איז געווען ניט אופגעלייגט, אירע באוועגונ- 
גען זײַנען געווען פלינקע, אָפּגעהאקטע, זי האָט זיך געטײילט מיט איר 
שטימונג: 

-- הײַנט איז ניט מײַן טאָג, כ'האָב געדארפט זײַן פרײ, נאָר די 
װאָס האָט געדארפט ארבעטן, איז קראנק געװאָרן, שטענדיק איז קידער- 
ווידער. כ'בין אזוי אומרויִק, די קינדער זײַנען געבליבן אליין 

-- אײַער מאן ארבעט? 


200 


-- מײַן מאן! כ'ל ניט זאָגן, קיין שיקער איז ער ניט געװען נאָר 
אנומלטן איז ער אוועק צו דער דעסנא כאפּן פיש און, מיסטאמע, ניט אליין, 
מיט א צוויי גוטעברידער. פארשטייט זיך, האָט מען א ביסל ארײַנגעזװפּט, 
וי יענע דערציילן. מײַן מאן איז אוועק מיט זיי. מיט איין װאָרט, ער איז 
דערטרונקען געװאָרן, 

-- א מאמע האָט איר? 

-- איך האָב שוין פון לאנג קיין מאמע ניט, 

-- זי איז געשטאַרבן? 

-- פאר מיר -- יאָ. 

-- װאָס הייסט עס? 

-- וי זאָל איך אײַך זאָגן? בייס דער מילכאָמע בין איך אלט געוען 
צען יאָר. מײַן מאמע האָט אויסבאהאלטן א ייִדיש ייִנגל, איך האָב געזאָגט, 
אז מע דארף אים ניט האלטן דאָ. אָבער די מאמע האָט צו מיר געזאָגט: 
,אוב איך װעל זיך דערוויסן, אז דו האָסט עמעצן געזאָגט, ער בא אונדז 
אין שטוב איז, װעט דיר זײַן ערגער וי אים", 

--- ווו װוינט אײַער מאמע? 

-- זייער װײַט. איר שטעלט זיך פאָר, זי האָט אים אויסגעלערנט, ער 
האָט כאסענע געהאט, ער האָט שוין אליין א קינד, און זי איז מיט אים 
און מיט זײַן װײַב אװעקגעפאָרן ערגעץ קיין סיביר, װײַל ער איז אן אינ- 
זשעניער. אָט אזא מאמע איז בא מיר! 

-- מעֶר זאָלט איר צו מיר ניט ארײנגיין, איך װעל אליין צוקלײַבן. 

-- דאָס איז אײַער זאך, װי איר װילט! -- האָט זי געזאָגט און האָט 
ארויסגעטראָגן איר מעכטיקן קערפּער פון מײַן צימער.. 

ס'האָט מיר שטארק אָפּגעגליקט, װאָס איזיץ האָט מיר געגעבן זײַן 
טאטנס טעלעפאָן, גריגאָרי סאמוילאָװיטש און זײַנע ביידע טעכטער, גאליץ 
און מיליע, קומען צו מיר אָפט. אין איינעם א טאָג איז געקומען די ייִנגערע 
טאָכטער, מיליע, אליין, זי האָט מיר געזאָגט, אז זונטיק, דעם 27-טן אָקטיא- 
בער, איז בא איר טאטן, בא גריגאָרי סאמוילאָװיטשן, א יוביליי. ער װערט 
אלט זעכציק יאָר. און ס'קאָן גאָר קיין רייד ניט זײַן, אז איך זאָל אף דער 
סימכע ניט קומען. 

כ'בין שוין געווען אף יובילייען, נאָר דאָס, װאָס איך האָב דערזען אין 
דער בריאנסקער סטאַלאָװע אף לענין-פּראָספּעקט, װוּ גריגאָרי סאמוילאַ- 
וויטשעס יוביליי איז פאָרגעקומען, האָב איך נאָך ניט געזען קיינמאָל. עס 
זײַנען געווען בא די צוויי הונדערט מענטשן, דאַסראָװ קרויווים, פרעמדע 
אויך ניט װינציק. די טישן האָבן זיך מאמעש געבראָכן. זייער א סאך מיי- 
כאָלים, װאָס האָבן מיר דערמאָנט אין דער היים. נאָר צו דער טי איז שוין 
בעעמעס געווען דורכויס ליטווישע זיסקײַטן: װײַסער און געלער לעקעך, 
אייער-קיכלעך, פארפל-טייגלעך, פּלאָדן מיט ניס, מיט צימרינג און צוקער, 
שטרודל, װאָס איז געווען געמאכט אזוי, אז וען מע האָט אים נאָר גענו- 
מען אין מויל ארײַן, האָט מען שוין ניט געװוּסט װוּ ער איז אהינגעקומען.. 


201 


לעבן מיר זײַנען געזעסן גריגאָרי סאמוילאָוויטשעס קוויווים, באסיע און 
שיינע זאכאראָוונא. זיי האָבן מיר אלעמאָל אונטערגעטראָגן עפּעס גע- 
שמאקס און ניט אזוי דאָס, װאָס זיי האָבן אונטערגעטראָגן, װי זייער לאָשן, 
זי האָבן גערעדט אן עמעסן ליטװוישן ייִדיש, און בייס באסיע פלעגט 
עפּעס לייגן אין מײַן טעלער, האָט זי מיך שטיל בע עדט; 

-- נעמט, נעמט. סאיז א געזונט אין הארץ און. א קראפט אין די 
ביינער, װוען װעט איר דאָס האָבן אין מאָסקװע. 

אַבער עס איז מאמעש געווען א זינד צו עסן. אנטקעגן מיר איז געזעסן 
זוסיץ איסארעוויטש, באסיע זאכאראָוונעס זון, גריגאָרי סאמױלאָװיטשעס 
פּלעמעניק. עס האָט זיך מיר אויסגעוויזן, אז ער זיצט אף פיר שטולן, אזוי 
מעכטיק הויך האָט ער זיך געהויבן איבערן טיש. אף זײַן פּאָנעם האָט גע- 
שײַנט א גוטמוטיקער שמייכל. עמעצער פון די קרויווים האָט אופגעהויבן 
א קאָס: 

-- הירשע, צו דײַנע זיבעציק יאָר זאָלן מיר דאָ אלע זיצן! 

זוסיע האָט זיך א ריס געטאָן פון אָרט און איבערגעשלאָגן יענעם: 

-- װאָס עפּעס צו זיבעציק? מיר זאָלן זיך דאָ זען אלע כוידעש. פאר- 
װאָס דארף מען ווארטן, ביז עס װעט װערן זיבעציק יאָר?! -- געזאָגט, 
אויסגעטרונקען א היפּש גלעזל און א געשריי געטאָ; -- מאמע, קום טאנצן 
א טוויסט, 

און באסיע זאכאראָוונא האָט, קײַענדיק, זיך אופגעהויבן פון אָרֹט און, 
כאָטש זי גופע איז ניט קיין מאפּעלע, האָט ז אויסגעזען אין איר זונס 
אָרעץמס וי א פּיצל, 

אזייגער זיבן אינדערפרי האָט זיך געענדיקט די סימכע, און אין אַװנט 
זײַנען די קרויווים געקומען צו גריגאָרי סאמױלאָװיטשן אין זײַן דירע, 
און די סימכע האָט זיך אָנגעהױבן אפסנײ, גריגאָרי סאמוילאָװיטש האָט 
געזונגען די לידער, װאָס מע האָט געזונגען אין מילכאָמע-צײַט, װײַל ער 
האָט דורכגעמאכט דעם קריג און איז ניט איין מאָל געװען פארװוונדעט. 
ס'זײַנען דאָ געווען נאָך אזוינע, זײַן ברודער ייִסראָעל סאמוילאַװיטש האָט 
אויך געזונגען: , דאָ טיעביא דאלעקאָ, דאלעקאָ, א דאָ סמערטי טשעטירע 
שאגא". עס האָט מיר אזוי צוגעשפּילט מיט גריגאָרי סאמױילאָוויטשעס יו- 
ביליי, איך האָב דאָ געזען אזויפיל האָרעפּאשניקעס, אינזשעניערן, מיליטע- 
רישע, אויך גריגאָרי סאמױלאָװיטשעס קרויווים, װאָס זײַנען געקומען פון 
קאלוגע. נאַר מערער פון אלעמען איז מיר געוען צום הארצן באסיע זא- 
כאראַָוונעס זון, זוסיע איסארעוויטש. ער האָט אלעמאָל געפונען באזונדערע 
טרעפלעכע ווערטער, און זײַן קײַלעכדיק פּאָנעם מיט די פינקלענדיקע אויגן 
זײַנען טאָמיד געוװען באשײַנט פון א הארציקן שמייכל, ערשט אף מאָרגן 
האָב איך זיך דערװוסט, אז באסיע און שיינע זײַנען שאגאלס שוועסטער- 
קינדער, און זיי װאָלטן געוויס געווען געקומען קיין מאָסקװע זיך וען מיט 
אים, נאָר זיי האָבן זיך דערװוּסט װעגן דעם, װען ער איז אװעקגעפאָרן 
פון סאָוועטנפארבאנד. 


202 


בא באסיען האָב איך זיך בעסער צוגעקוקט צו איר זון, צו זוסיען. ער 
האָט געשמייכלט און שטיל א זאָג געטאָן: 

-- די איסארעוויטשעס האלטן הויך די פאָן פון מי. איר װייסט, וויפל 
מילך איך מעלק אויס? 

ערשט דערנאָך האָט מיר באסיע דערציילט, אז ער איז דירעקטאָר פון 
פי-ראטווירט , קראסנאָסעלסקי" לעבן לענינגראד,. פארשטייט זיך, אוֹ ער 
האָט מיך אײַנגעלאדן. אבי געזונט און יאָרן, װעל איך פאָרן צו זוסיען און 
צו זײַנע רינדער, 


וי געזאָגט, האָט מיר זייער צוגעשפּילט, װאָס גריגאָרי סאמילאַװי 
טשעס זון איז מײַנער א שאָכן, װײַל ער, מײַן שאָכן, איזיע איסארעוויטש, 
איז דאָך אויך געקומען קיין בריאנסק צו זײַן טאטנס סימכע. ניט איין טאָג 
האָט ער מיך ארומגעפירט איבער בריאנסק, ער האָט מיך אויך געבראכט צו 
זײַן שוועסטער. איך האָב זיך באקאנט מיט דער שװעסטערס מאן מיט 
איסײַ אבראמאַװויטשן, װאָס האָט זיך גוס מעסאמייעך געווען אפן יוביליי, 
און טאקע ער, איסי אבראמאָוויטש, האָט מיך געפירט אף א מאשין, װאָס 
עֶר האָט געקראָגן בא א כאווער פון דער בױ-אָרגאניזאציע, װוּ ער ארבעט, 
צום פּארטיזאנישן פעלד, װאָס איז אונטער בריאנסק. דער גאנצער מעמאַ- 
ריאל, די ערדשטיבלעך, װאָס זײַנען נאָך גאנץ, האָט אין דעם שטילן טיף- 
הארנסטיקן פארנאכט געמאכט אף מיר אן אומפארגעסלעכן אײַנדרוק. ווען 
מיר זײַנען אהין געפאַרן, האָב איך ניט באמערקט דאָס, װאָס כ'האָב בא" 
מערקט, ווען מיר זײַנען צוריק געפאָרן. אין א געוויסן אָרט באם וועג האָבן 
אלע מאשינעס שטיל-טרויעריק סיגנאליזירט און טאָרמאַזירט. די שטילע 
טרויעריקע סיגנאלן האָבן עפּעס אזוי געשניטן דאָס הארץ, אז איך האָב 
געפרעגט: | 

-- איסײַ אבראמאַוויטש, װאָס האָט געטראָפֿן? 

-- קוקט זיך אײַן רעכטס, דאָס איז דער דענקמאָל פאר די שאָפערן, 
װאָס זײַנען געפאלן אין שלאכט, 

די מאשיגעס זײַנען געגאנגען אזוי פּאמעלעך, זיי האָבן װוי געגליווערט, 
און אין גאנצן ארום האָט געהילכט דאָס שטיל-ווייטעקלעכע סיגנאליזירן 
צום אָנדענק פון די פארשניטענע יונגע לעבנס, 


פון בריאנסק בין איך אװעקגעפאָרן װי פון א נײַ-דערװאָרבענער היים, 
אין וואגאָן פון צוג, װאָס האָט מיך געפירט קיין מאָסקװע, איז מיר פאר 
די אויגן געשטאנען ציליע גאלפּערינע פון ייִשעוו גאָרקאָווסקאיא, איך האָב 
געהערט, װי זי כעט זיך באם זון, ער זאָל זי ניט פירן אין שפּיטאָל. ס'איז 
אויך געשטאנען פאר מײַנע אויגן גריגאָרי סאמוילאָװיטש איסארעוויטש, װי 


203 


ער האָט אופגעהויבן זײַן קאָס, געווונטשן זיך און דער װעלט: , איך זאָל 
דערלעבן און אלע ערלעכע מענטשן זאָלן דערלעבן די צײַט, ווען קיין איין 
פאשיסט װעט אף דער ערד ניט בלײַבן, 


א רײַזע קיין ליטע--װײַסרוסלאגד 


אין ווילנע האָט מיך באגעגנט מינע זיוו מיט איר טאַכטער און מיטן 
איידעם. מינע איז שלאנק, איר פּאָנעם גלאט-לענגלעך, די האָר ניט גראָוו, 
נאָר װײַס, װי שניי, און זיי פאלן פון אונטערן טונקעלן בערעט, װי דינסטע 
פלאקס, איר טאָכטער סאַרע איז ניט שלאנק, אירע געדיכטע האָר, וועלכע 
האָבן א פארב פון קופּער, זײַנען א ביסעלע צוגעפּאָראָשעט, װי מיט אש. 
דער איידעם כאיִם איז... ניט אונטערגעוואקסן, ער איז געזעצט, פון אונטערן 
העלן קאשקעטל פינקלען זײַנע שווארצע לאכנדיקע אויגן, אָבער כוץ גע- 
לעכטער איז אין זיי פאראן עפּעס אזוינס, װאָס איך קאָן ניט פארטײַטשן. 
עפּעס א מין ערנסטקײַט, האָפּערדיקײַט, איניינעם מיט דײַגע. א װײַלינקע 
זייַנען מיר געשטאנען אפן פּעראָן, דערנאָך האָב איך געפרעגט, צי מע קען 
נעמען א טאקסי באם װאָקזאל, 

-- אין ווילנע איז אין דערוף קיין דייכעק ניט, -- האָט כאיִם א זאָג 
געטאָן, געכאפּט מײַן טשעמאָדאן און איז שפּאַרעװדיק אוועק פאָרויס, 

ס'האָט מיך דערפרייט, װאָס עס ווארטן אף מיר אזויפיל טאקסי באם 
װאָקזאל און איך האָב א שפּאן געטאָן צו איינער פון זיי. אָבער מינע מיט 
סאָרען האָבן מיך אָנגענומען בא די עלנבויגנס און א מאך געטאָן 

-- מיר גייען צו יענער, צו דער רויטער. | 

באם אָפענעם באגאזשניק פון דער רויטער מאשין האָט זיך געפּאַרעט 
כאיִם, דערנאָך האָט ער אהין ארײַנגערוקט מײַן טשעמאָדאן, איך האָב זיך 
געכאפּט, אז דאָס איז ניט קיין טאקסי, װײַל כאיִם איז שוין געזעסן באם 
רול,. מיר, אלע דרײַ װײַבער, האָבן זיך ארײַנגעזעצט ביס כאיִם האָט 
שטרענג געפרעגט: 

-- װאָס שטייט איר, איר ווארט אף א רעגן? 

די געוויינלעכע פראגע האָט ער ארויסגעבראכט מיט א טאָן פון א 
גרויסן מײַסטער, און מיר איז קלאָר געװאָרן, אז דאָס אומפארשטענדלעכע 
אין זײַן בליק און דער שטרענגער טראָפּ פון זײַן פראגע גייט פון דער 
זשיגולי. און טאקע, כאיִם איז געװוען גערעכט. װי נאָר מיר זײַנען ארײַג- 
געפאָרן אין הויף, האָבן די װאָלקנס מער זיך ניט אײַנגעהאלטן און סאיז 
אוועק א שלאקס-רעגן. 

מינעס דירע -- אף אלע מײַנע ליבע געזאָגט געװאָרן: א געראמער 
אריינגאנג, פיר גרויסע צימערן, א היפּשע קיך, די איבעריקע באקוועמ- 
לעכקײַטן ניט צו פארזינדיקן. 

באם אָנבײַסן האָב איך זיך דערמאַנט װי דער באלשעמטאָװ פלעגט 


204 


זאָגן בייס ער פלעגט קומען צו זײַן טאָכטער: , כווייס ניט װאָס פריער צו 
עסן. אוב אייער, אף װאָס דארף מען פּוטער? אויב גערייכערטע פיש, אף 
װאָס דארף מען קאלטע אֶף?" 

נאַכן עסן האָט כאים זיך אנטשולדיקט: 

-- כ'װאָלט מיט פארגעניגן פארבראכט מיט אײַך, שירע, אָבער דער 
צענטער פינפיאַר יאָגט אונטער, ארבעט איבערן קאָפּ! 

איך האָב ניט נאָר אנטשולדיקט כאיִמען, כהאָב דערפילט א געוויסע 
פארלעגגהײַט, װאָס איך בין ניט קיין אינזשעניער און איך ווייס לאכלוטן 
ניט װי און װאָס כוועל הײַנט טאָן. אָבער גאָר גיך האָט מיך אויסגעלייזט 
בער האלפּערן. װער ס'האָט אים געזען, װעט מאסקים זײַן מיט מיר, אז ער 
באזיצט א מאיעסטעטישע אױיסערלעכקײַט, איז אינטעליגענט און זײַן שטיל 
ריידן, מיטן קוים באמערקבאין שמייכל מאכן א גוטן אײַנדרוק. פארברענ- 
גען מיט אים איז באקוועם און פרײ. װער רעדט נאָך, אז עֶר האָט פאָרגע- 
לייגט מאכן א שפּאציר איבער ווילנע. איז טאקע גוט װאָס דער רעגן האָט 
אופגעהערט. מיר גייען איבער דער שטאָט און בער װענדט מײַן אופמערק- 
זאמקײַט אף דער זויבערער אײַנגעאַרדנטקײַט פון די גאסן און הויפן, 

-- דאָס איז גלעזעריגאס, -- האָט בער מיך דערפרייט, 

אָבער איך האָב ניט געפונען קיין קלענסטן געגארטן דערפרייענדיקן 
שֹׁפּור... 

ניט אומזיסט איז דאָ א ייִדישע קלאָלע: -- , קיין מיסט זאָל בא דיר ניט 
זײַן -- זאָלסט פארשפּאָרן צו ראמען". דאָס איז א שוידערלעד-טרעפלעכע 
קלאָלע. אף גלעזער-גאס האָט מיך קיינער ניט אָפּגעשטעלט, קיינער האָט 
מיך ניט באלעסטיקט מיט אומגעבעטענער נײַגעריקײַט -- ,א געקומענע? 
איר האָט דאָ קרויווים? עפשער װילט איר גאַר בלײַבן א היגעל" 

ס'קומט מיר אפן זינען די סטראָפּע פון מוישע טייפס א ליד: 


וועמען װעקסטו, מײַן געטרליער, וועמען? 
װאָס, דו ווייסט ניט, נארעלע, דו נאר, 
אז די ווילנער שלאָפן שוין דאָ מער גיט, 
ווילגער שלאָפֿן אף פּאַנאר,,, 


מאשמאָעס אזוי איז דאָס. די קומענדיקע טעג מײַד איך איס גײן 
איבער ווילנער גאסן, װאָרעם מע זעט ועלטן א ייִדיש פּאַנעם, די בעריעשע 
מאדאם-געשיכטע האָט געמאכט א שיינעם קונץ מיט מיין פאָלק. מיר װײַזט 
זיך אויס, אז איך לעב ניט זיבעציק, גאר זיבן מאָל זיבעציק יאָר. איך קאַן 
ניט באנעמען, אז ווילנע איז אויס ,ייִדישע שטאָט". יאָ, די געשיכטע האָט 
א דריי געטאָן א געדיכטן קאראהאָר... 

די גאסן זײַנען פול, עס שויבלט און עס גריבלט. אלטע ליטוינער, 
מיטליאָריקע ליטווינער, יוגנט, א סאך קינדערלעך אין װעגעלעך, אלע 
זײַנען גוט געפלעגט, די מיידלעך, די יונגע באָכערים לאכן, שפּאנען פרײ 
איבער די גאסן, זייערע בליקן זײַנען גלאנצנדיק און פר= פון זאָרג. איך 


2059 


פארשטיי זיי. פונוואנען קאָנען זיי וויסן װי ווילנע האָט אויסגעזען מיט 
פערציק יאָר צוריק. װאָס זײַנען זיי שולדיק, װאָס מײַן געמיט איז פאר- 
פינצטערט? אָבער איך באהערש זיך קוים, איך זאָל ניט אָפּשטעלן עמעצן 
פון זיי און ניט אױיסשרײַען -- ,שטייט, אײַלט זיך ניט, הערט מיך אויס. 
דאָ איז געווען גאָר אנדערש!" 

יאָן.. 

מײַן שטימונג װאָלט געמעגט זײַן הײַטערער. אפן הארצן װאָלט מיר 
געווען גרינגער. אָבער ס איז שוין דער דריטער טאָג װי איך בין אין ווילנע, 
מע דארף אָפּמערקן די קאָמאנדירונג, 

גי איך אין ווילנער שרײַבער-פאריין. די טעכנישע סעקרעטארן, דאניי- 
טע, מערקט אָפּ די קאָמאנדירונג און אף מײַן פראגע ,צי קען איך זען 
עמעצן פון שרײַבער-פאריין", װײַזט זי מיר אף א טיר. גיי איך אהין. כא א 
טיש זיצט א מענטש אין סאמע בליענדיקן עלטער. מיר באקענען זיך, דאָס 
איז פּיאטראס אנטאָנאָװיטש בראטענאס. נאָך דערוף וי מיר ריידן זיך דורך, 
איך װײַז אים מײַנע פּאפּירן און דאָס מיטגליד-ביכעלע, זאָג איך צו אים:; 

-- כוץ דעם אלץ, בין איך א היגע א געבאָרענע, 

-- אין ווילניוס? 

-- אין קראָק. דאָרטן בין איך געבוירן געװאָרן. איך װאָלט געװאָלט 
אהינצו צופאָרן, 

-- קאקאַיע דאָבראָ וואם פּאָנאדאָביטסיא, סאָיוז פיסאטעליי דליא 
וואס סדיעלאיעט. אף מאמעלאָשן באטײַט עס: װאָס פאר א טױװע איר 
װעט דארפן, װעט דער שרײַבער-פאריין פאר אײַך טאָן. 

-- עס װאָלט געווען בעסער, איך זאָל קיין שום טויווע ניט דארפן פון 
שרײַבער-פאריין. אָבער, אויב מעגלעך, װאָלט גוט געװוען, ווען דער שרי- 
בער-פאריין װאָלט געקאַנט געבן א מאשין און געפינען א שר=בער, װאָס 
זאָל ניט זשאלעווען א טאָג און ער זאָל מיך באגלייטן צו מײַן היימשטעטל, 
װוּ עס זײַנען אומשולדיק אומגעקומען אלע מײַנע אייגענע. בראטענאס 
הייכט זיך אוף פון שטול, מאכט עטלעכע שפּאן איבערן קאבינעט, קוקט 
מיך אַן און שװײַגט זייער אויסדריקלעך. איך בין אויך, װי מע זאָגט, -- 
גניט צום שפּרעכן". עס הערשט א חיפּשע פּאוזע. 

דערנאָך זאָג איך: 
| --- עס קאָן זײַן, אז דאָס, װאָס איך האָב געזאָגט, איז ניט אזוי גרינג 
צו טאַן, אויב פאר דער מאשין דארף מען באצאָלן, איז דאָס קיין מעניע 
ניט. אָבער אויב דער שרײַבער-פאריין װעט געפינען א מעגלעכקײַט דאָס 
צו טאָן, װעט עס זײַן א ברידערלעכע האנדלונג. 

בראטענאס גייט צו, טוט א פיר מיט דער האנט איבער מײַן אקסל און 
זאָגט שטיל: | 

-- קיין געלט דארף מען ניט. ווען ווילט איר פאָרן אהין? 

-- אויב מעגלעך, דעם פערצנטן, 

-- גוט. מיר װעלן עס מאכן. װעגן געלט איז ניטאָ װאָס צו טראכטן, 


200 


איך גיב דעם אדרעס מיטן טעלעפאָן. פּיאטראס אנטאָנאַװיטש באגלייט 
מיך און כאזערט איבער: (אלץ װעט זײַן פּינקטלעך. איף װעל געפינען 
שרײַבער, װאָס װעס אײַך באגלייטן און װעט פארשטיין... איך װעל אײַךף 
אַנקליגגען. צווייפלט גיט". -- מיר געזעגענען זיך, 

וי אפן הארצן זאָל גיט זײַן, וי אף דער געשאָמע זאֶל ניט זידן, ארבעטן 
דארף מען. מײַן ארבעט איז איצט אוש: גיין, קוקן, הערן. ניט אומױסט 
זאָגט מען דאָך, אז ,א מענטש האָס צוויי אויערן, איין צונג, קעדיי ער זאָל 
מערער הערן און קנאפּער רייךן,,." 

וי געזאָגט, איז מיגעס איידעם, כאיִם, אן אינושעניער. ער דערציילט, 
אז אין ‏ זײַן" אונטערגעמונג זײַנען געבליבן װינציקלעך ייַדן, אָבער די 
געבליבעגע האַרעווען, װי עס פאדערט זיך אין צענטן פינפיאָר. עס דארף 
זײַן קוואליטעט. עס דארף שטיין דער צייכן פון אויסגעצייכנטער קוואלי- 
טעט אף דער פּראָדוקציע. איך פוייפל ניט, אז די געבלינענע ייַדן טוען 
װי עס דארף צו זײַן, וי איך בין זיכער, אז כאיט בלײַנט ניט הינטער- 
שטעליק. עס איז א פארגעניגן צו קוקן װי ער פֿיצט די שיך, וואשט א גלאָז, 
שנײַדט ברויט. עס איו א פארגעניגן צו זען וי זײַנע הענט קלעפּן צו 
אלץ, װי אופמערקזאם און פּינקטלעך ער איז צו יעדער קלײניקײַט, 

צו מינען קומט ארײַן כאימס קאַרעוו, ליי. ער אי א באהאוונטער מע- 
טאל-טאָקער,. ער רעדט װינציק. פּלוצעם טוט ער א זאָג: ,כאים כאפּ זיך 
ארײַן. איך דארף דײַנע אן אייצע", כאים שמייכלט, אָבער זײַנע ווערטער 
קלינגען ערנסט, 

-- לייבקע, בעסער װאָלסטו מײַן אייצע ניט געדארפט! זיץ אף אן 
אָרט, פאָלג מיך! 

און דערנאָך, ווען לייב איז אוועקגעגאנגען, מאכט כאים צו מיר: 

-- װאָס קוקט איר אזוי? אין א װאָך ארום איז ליינקע ניט קיין היגער, 
ער האָט שוין די פּאפּירן פאר זיך און פאר דער גאנצער מישפּאַכע. 

דאָס איז אזוי, איך הער עס ניט נאָר פון כאימען. בער האלפּערן קומט 
ארײַן קימאט אלע טאָג. מיר גייען א קוק טאָן דעם טעמפּל ,פּעטרא אי 
פּאוולאָווא" און דעס טעמפּל , סאנטא אנא". איך זע עס ניט צום ערשטן 
מאָל, דאָס מאכט א גרעסערן אײַנדרוק װי דער באוווסטער נײער ראיאַן אין 
ווילגע מיט דער הײַנטצײַטיקער ארכיטעקטור, מִיט די דורכזיכטיקע, לאנגש 
טורעמס אף צו טריקענען גרעט. עס באהערשט מיך א געדאנק, אז קין 
הײַנטצײַטיקער ארפיטעקטאָר קאַן זיך ניט פארגינען, אוויפיל צײט, ער 
רעדט געשמאק, קעדיי צו רעאליזירן אזוינע פאָרמען און מאסשטאבן אין 
ארכיטעקטור פון די פארגאנגענע צײַטן. אנומלטן גיי איך מיט בער האלי 
פּערן ווידער פארביי , סאנטא אנא". כער ווענדט מײַן אופמערקזאמקייט אף 
א גרויסער גרויער געבידע. 

-- דאָס הויז האָב אי געבויט. איך בין א בוי-אינזשעניער, -- גיט ער 
מיר צו וויסן, 

איך האָב ניט געװוסט, אז ער אי א בױי-אינזשעניער אױך. כהאָב 


207 


געמיינט אז ער איז נאָר א שרײַבער. דעריבער מאכט אף מיר א שטאר" 
קערן אײַנדרוק, װאָס ער איז א בוי-אינזשעניער, װי דאָס הויז גופע. 

די טעג גייען, ס'איז שוין עלפטער יון, פיאטראס אנטאָנאָװיטש בראטע- 
ניס קלינגט ניט. גיי איך גלאט אזוי ארום איבערן שטאָט. כאָטש איך דארף 
גאָרנישט קויפן, קוק איך ארײַן אין עטלעכע קראָמען אף לענין-פּראָ- 
ספּעקט. װער עס ויל און האָט די קלינגערס, קאָן קויפן װאָס ער װיל. 
די פּאָליצעס זײַנען געפּאקט. כ'האָב שוין אויך געזען אין א קלײנעם 
פארק א דענקמאָל פּושקינען -- א נאטוראליסטישער ביוסט און אן אופ- 
שריפט מיט גרויסע בוכשטאבן: , פּושקינאס". 

-- , פּושקינאס?". יאָ, ניט פּושקין, -- , פּושקינאס! .. 

בער האלפּערן און איך פאַרן אָנקוקן פּאָנאר. אין פּאָנאר בין איך דאָס 
דריטע מאָל, הײַנט, װי יענע צוויי מאָל, איז דער אָרטיקער מוזיי פארמאכט, 
גייען מיר צו די קװאָרים. בא די קװאָרים זײַנען ארײַנגעהאקט אײַזערנע 
פלעקער. אף די פלעקער זײַנען צוגעשמידט אײזערנע טאָװלען, די טאָװלען 
זײַנען געפארבט מיט שווארצער פארב, אפן שווארצן גרונט מיט װײַסער 
פארב, -- בוכשטאבן און ציפערן. , דאָ האָבן די פאשיסטן זומער 1942 
צעשאָסן פערציק טויזנט קריגסגעפאנגענע, בא די אנדערע מאסן-קװאָרים -- 
די זעלביקע אײַזערנע פלעקענער. אף שווארצע טאָװלען מיט װײַסע בוכ- 
שטאבן אופשריפטן, וועלכע דערציילן וויפל טויזנטער הארוגים דאָ ליגן. 

ניט שוין זשע, ניט שוין זשע װעלן די פארשניטענע קײנמאָל ניט האָבן 
קיין אנדערע מאצייוועס?!.. 

דער שרײַבער-פאריין שװײַגט. נאָכאמאָל בעטן, אָדער דערמאָנען -- 
דאָס ניט. 

איך זאָרג קנאפּ וועגן מײַן אייגענעם קאַװעד. אָבער, כאָלילע, דערני- 
דעריקן דעם קאַװעד פון מײַן פאָלק, פון מײַן ליטעראטור -- דאָס קײינמאָל 
ניט! 

אין איינעם אן אָװנט גיי איך מיט מינען צו יאָסאדען, װײַל ער האָט 
אונדז אײַנגעלאדן. דאָרטן טרעפן מיר שוין בער האלפּערן מיט זײַן פרוי. 
יאָסאדע פירט מיך צו צו א ברייטן, געזעצטן, שווערן בופעט מיט זיער 
א סאך שניץ-באפּוצעכץ. דער בופעט לאָזט מיך גלײַכגילטיק. יאָסאדע 
פארשטייט עס, פרעגט ניט מײַן מיינונג וועגן די שניצערײַען. שייגע, יאָסא- 
דעס פרוי, סערווירט א נידעריקן טיש. פריִער לייען איך, דערנאָך הער איך 
אויס װאָס מע זאָגט. מיר בײַסן צו. דערנאָך פרעג איך יאָסאדען, װאָס ער 
שרײַבט איצט. ער זאָגט, אז ער שרײַבט איצט אויך פּיעסן. טאקע דאָ בא 
יאָסאדען קומט אוף דער געדאנק, איך זאָל לייענען אין פּאלאץ פון די 
פּראָפארײנען פאר דער היגער זעלבסטעטיקײַט. אזוי איז דאָס טאקע גע- 
ווען. בייס בער האלפּערן האָט מיך ארײַנגעפירט אין פּאלאץ פון די פּראָ- 
פאריינען, איז דאָרט געווען ראשיק און פארביק. ליטווישע יוגנט, קינדער, 
אין קאַלירטע בונטע קליידער, אנדערע מיט װײַסע פליגל הינטער די אקס- 
לען, לויפן אוף און אָפּ איבער די טרעפּ. סעגאל, דער אָנפירער פון דער 


208 


זעלבסטעטיקײַט, שטייט מיט אונדז, װײַל מע ווייסט נאָך ניט אין װאָס 
פאר א זאל מע װעט גיין און װוּ איך װעל לייענען. ענדלעך, פירט מען 
אונדז ארײיַן אין א זאל, אָבער עס װײַזט זיך ארױיס, אן דער זאל איז 
גראָד ניט פאר אונדז.. גייען מיר ארויס, שלעפּן זיך איבער א סאך טרעפ 
און קומען אריַן אין א זאל, װוּ עס װאָלט זיך געקאָנט אויסזעצן א פובלי- 
קום פון הונדערטער מענטשן, מע רוקט צו שטולן צו א טיש, עס זעצן 
זיך אויס א צוויי צענדליק מענטשן אף די שטולן, און איך באם טיש הייב 
אָן פאָרלײיענען. סעגאל זיצט לעבן מיר, בייס איך לייען קוק איך ניט אֹף 
אים. אָבער דערנאָך דערזע איך, אז ער װישט מיט א קלאָר-װײַס טיכעלע 
די אויגן. דאָס מאכט מיר א שווער געמיט. דערנאָך האָבן א צויי-דריי 
צוהערער ארויסגעזאַגט מיינונגען, עמעצער האָט געפרעגט װען האָט זיך 
אַנגעהױבן בא מיר דאָס שרײַבעריי, בייס אלע פראגן האָבן זיך געענדיקט 
און מיר זײַנען ארויסגעגאנגען פונעם מוירעדיק-גרויסן זאֹל, האָב איך דער- 
זען א היפש געזעמל ייִדישע יוגנט. שיינע יונגע מיידלעך און באַכערים 
זײַנען געזעסן אף די טישן, וועלכע זײַנען געשטאנען טאקע דאָ אין קאָרידאַר, 

-- פארװאָס זײַנען זי ניט ארײַנגעגאנגען, כאווער סעגאל? 

-- די מערהײַט פארשטייט ניט קיין ייִדיש. די ראָלן שרײַבן מיר פאר 
זי איבער מיט רוסישע בוכשטאבן, די, װאָס פארשטייען יאָ, האָבן א בי- 
סעלע פארשפּעטיקט, זיי האָבן זיךר געשעמט ארײַנצוגיין, װײַל איר האָט 
שוין געלייענט, -- דערקלערט מיר סעגאל, 


די טעג גייען, בראטענאס קלינגט ניט. , קאַן דען געמאָלט זײַן, אז זײי- 
נע פרײַנטלעכע, הארציקע ווערטער זײַנען אים ארויס פון זינען? -- טראכט 
איך. דערװײַלע איז געשען אָט װאָס: װי געפעלט דאָס אײַך? יאנקל קרא- 
וועץ, יאנקעלע כלוינעס, יאנקעלע כאנע-מירלס איז אויך פון מײַן שטעטלו 
האָב איך שוין גאָר א לײַבלעכן מענטשן אין ווילנע. זיצן מיט יאנקעלען 
אין זײַן ענגער געמיטלעכער דירע, דערמאַנען די שטעטלשע, איז אן אומויס- 
דריקלעכע באנגלעכע פרייך, עס געמט דורך א בענקעניש. בא יאנקע- 
לען זײַנען די אויגן שווארץ, זיי װערן נאָךר שווארצער פון פײַכטקײַט. ער 
איז אויסגעווען א ועלט. אָבער קיין זאךר רופט ניט ארויס בא אים אזא 
ווייטעקדיקע בענקעניש, װי די קינדער-יאָרן אין שטעטעלע. זײַן גאסט- 
פרײַנטלעכקײַט איז אומויסשעפּלעך. זײַן פרוי באשעווע שטייט ניט אָפּ 
פון אים. און טאקע בא זי אין דער דירע זײַנען זיך צונויפגעקומען עט- 
לעכע מענטשן, ליבהאָבער פון ייִדיש. מע האָט צונויפגערוקט די טישן, בא- 
שעווע האָט פון דער ברייטער האנט געגרייט ייִדיש-ליטווישע געריכטן-- 
װײַן, פרוכט און נאשערײַ. טאקע דאָ האָב איך געלייענט און איך בין קימאט 
געווען רויִק, װײַל עס האָט געהערשט אזא ווארעמע, שטילע אופמערקזאמ- 
קײַט. נאָכן לייענען האָט מען, פארשטייט זיך, גוט צוגעביסן, נאָר איך האָב 


בי 


ניט פארשטאנען פארװאָס יאנקעלע איז פארשװוּנדן אין צווייטן צימערל, 


269 


אין א װײַלע ארום איז ער דערשינען מיט רויזן. ער האָט מיר צוגעטראָגן 
דעם בוקעט מיט אזא גראציעזער שעמעװדיקײַט, דאָס איז געווען אזוי רירג- 
דיק, אז איך האָב פארגעסן עס צו נעמען. 

-- נעם, טײַערינקע, דאָס איז פאר דיר, -- האָט ער צו מיר געאָגט. ‏ 

ווען אלע זײַנען שוין אוועקגעגאנגען, בין איך מיט מינען נאָך א בי- 
סעלע געזעסן באם הארציקן פּאַרפאָלק. איבעריק צו זאָגן, אז איך בין בא 
זי געווען ניט איין מאָל, 

פון שרײַבנער-פאריין קלינגט מען ניט. עס איז שין דער דרײַצנטער 
יון. ניט, איז ניט. איך קלײַב זיך קיין קאונאס,. מינע טרייסט מיך; 

-- מאלע-װאָס ער האָט געזאָגט. כאיִם ווארפט מיר אויך צו א טרייסט: 

-- פארגעס ניט, שירע, עס איז ערעוו דעם שרײַבער-צוזאמענפאָר. 
מאלע-װאָס מע האָט צוגעזאָגט אָנקליגֿנען, 

עס קומט ארײַן בער האלפּערן. איך זאָג אים, אז אין קאָװונע האָב איך 
קיינעם ניט. 

-- האָט גאָר קיין זאָרג ניט. איך װעל אָנקלינגען איציק יאָנאסן, און 
אלץ װעט זײַן אין אָרדענונג, 

איז דאָך ווידער גוט. | 

מיר ריידן אָפּ מיט בער האלפּערן, אז איך פאָר קיין קאונאס מיטן אוו- 
טאָבוס, און ער װעט אהין קומען זיך געזעגענען מיט מיר, אף מאָרגן איג- 
דערפרי, דעם 14-טן יון, בין איך פארטיק. מינעס טאָכטער סאָרע אמפּערט 
זיך מיט מיר, איך וויל ניט נעמען דאָס עסנווארג, װאָס זי האָט מיר צוגע- 
גרייט אפן וועג. דער טעלעפאָן קלינגט, מינע נעמט דאָס טרײבל. זי רעדט 
און שאַקלט אויסדריקלעך צו מיר מיטן קאָפּ. זי ואָגט: 

-- נו, שירע, בראטאנאס האָט גאָרנישט ניט פארגעסן, די מאשין מיט 
א שרײַבער זײַנען שוין ארױיסגעפאָרן, קומט ארויס אין הויף. 

אזוי איז עס טאקע. איך באקען זיך מיט מײַן מיטפאָרער. דאָס אין 
יורי קאַברין. מינע מיט סאָרען בלײַבן אפן טראָטואר לעבן שטוב, איך מיט 
קאָברינען גייען ארײַן אין מאשין. 

מיר פאָרן קיין קראקעס. מיר פאָרן צו מײַן היימשטעטל!.. 


אין ווילנע איז געווען קילבלעך, בא מינען האָבן מיר זיך געווארעמט 
באם עלעקטרע-אייוועלע, און הײַנט, דעם 14-טן יון, איז א ווארעמער, א 
לויטערער טאָג, װי די זון װאַלט בעדייע געהאט מיך צו באגלייטן אין מײַן 
װיײ-רײַזע. אונטערוועגנס איז יורי קאָברין רירנדיק אופמערקזאם. אָפּגע- 
פאָרן א פּאַר שאָ, הייסט קאָברין דעם שאָפער אָפּשטעלן די מאשין. מיר 
גייען דורך אן אליי מיט א זאמדיקער סטעזשקע, דערנאָך אף שטיינערנע 
טרעפּ. מיר קומען ארײַן אין א געמיטלעכער קאפע, אָדער שפּײַזדזאל. עס 
שטייען מאסיווע טישן און שטולן פון דיקע, גץהובלטע ברעטער. די שטולן 
זײַנען מיט הויכע אַנלענען, עס איז קיל, געמיטלעך, נאָר א צוויי-דר בא- 


15 200 


זוכער זיצן בא א טיש, האלטן אין די הענט סטיליזירטע ליימענע קופלען 
מיט ביר. קאָברין זאָגט, אז מע דארף עפּעס צובײסן. ער גופע עסט זייעף 
קנאפֿ, דער שאָפער טרינקט לימאָנאד, און מיר פאָרן װײַטער, 

דאטנעווע איז א קילאַמעטער אכט פון מײַן היימשטעטל קראָק. מיר 
שטעלן זיך אָפּ, װײַל דער שאָפער און קאָברין װוילן עסן, דער שפּײַזדזאל 
איז א גרויסער און דאָ איז זעלבסטבאדינונג, װוי אומעטום. דער שאָפער 
מיט קאָברינען ברענגען טאצן מיט מיטיק, זיי זעצן זיך עסן, איך באמערק 
ניט װאָס זיי האָבן גענראכט. איך קוק אף די ליטװוינער, װאָס זיצן בא 
טישלעך און קײַען געשמאק, אנטקעגן מיר זיצן דרי עלטערע ליטווינער, 
זי ע{סן זייער ערנסט און פארטיפט גאנצע בערג בולבע-לאטקעס. 

דאטנעװע! 

דאטנעווע איז געווען דורכויס א ייִדיש שטעטל, סאכאקל איין ליטוויש 
געסל. דאטנעווע און מײַן שטעטל -- װי א שטוב מיט א קאמער, ניט גע- 
ווען א טאָג, אז דאטנעווער זאָלן ניט זײַן אין קראָק און פארקערט. מע איז 
געווען ניט נאָר באקאנט, מע איז געווען קרויווים און מעכוטאַנים, געפאָרן 
אף סימכעס און אף לעװײַעס. איצט -- קיין איינער ניט, אויס!. 

די געשיכטע האָט בעריעש געבאלעבאטעוועט.. 

װאָס געענטער צו קראָק, אלץ קעלטער װערט מיר, און דער ארום 
ווערט פארװאַלקנט און פארפינצטערט, כאָטש די זון שײַנט. איך זע דאַך, 
אז זי שײַנט, אָבער דאָס איז מיר אזוי איבעריק. 

אָס איז א סטױפּיק, אף א כרעטל אן אופשריפט: קראקעס, מיר זײַנען 
געקומען, הייסט עס, 

-- װוּ איז דאָס אָרט, װוּ דארף מען פאָרן, -- פרעגט קאָברין. און ער 
געפינט טאקע אן אייצע, ער הייסט אָפּשטעלן די מאשׂין באם שטאָט-אויס- 
פירקאָם, גייט אהין ארײַן און אין א װײַלינקע ארום גייט ער ארויס מיט א 
שװערלײַביקער יונגער מיידל, 

-- װאָס זײַט איר געקומען, איר זײַט דאָך יונג און איר ווייסט קיין 
זאך גיט, -- זאָג איך צן איר, , 

-- איך װעל אײַך אלעמען צופירן צו מײַן מאמען, מײַן מאמע ווייסט, 
װוּ דאָס אָרט איז און זי האָט געזען מיט אירע אויגן, װאָס מע האָט דאַרטז 
געטאָן. 

מיר פאָרן דורכן שטעטל, קיין שום סימען פון דעם, װאָס דאָ איז גץ- 
ווען . די זון שײַנט, אָבער די װאָלקנס װערן אלץ פינצטערער. דאָס מיידל 
הייסט אָפּשטעלן די מאשין בא א נידעריקער אָפּגעלופּעטער כאטע. זי ווערט 
פאר שװווּנדן אין הויפל און קומט באלד ארויס מיט אן עלטערער פרוי. מיר 
פאָרן צו , יענעם אַרט", 


די װאָלקנס זײַנען נאָר אף מײַנע אויגן. איך הער דאָך װי קאַביין 
זאָגט; | 
-- װאָס פאר א פּרעכטיקער װעטער עס איו, 


21 


װײַלעװײַן זע איך, אז ער איז גערעכט. א גרינג װינטל פלאטערט 
ארײַן דורכן אַפענעם פענצטער פון דער מאשין. די פרוי הייסט אָפּשטעלן, 
מיר גייען אלע ארויס פון מאשין. אלץ איז זייער שטיל. א מאנצבל אין 
טרעניר-פּלודערן שנײַדט גראָז, א פרוי, אויך אִין אזויגע פּלודע"ן, נעמט 
צונויף מיט א גראבליע דאָס, װאָס דער מאנצבל שנ-דט. אירע פארברויג- 
טע געזונטע הענט, אירע אקסלען, די שלייקעלעך פון איר ליפטשיק, קאָנען 
ניט אײַנהאלטן אירע מילך-צווילינגען. די פרוי, װאָס באגלייט אונדז, זאָגט; 

-- אָט איז דאָס, 

----- יא... 

פון צװישן די ביימע" קוקט אף מיר א בעטאַנענע סטעליע, סאיז דאַ 
אן אופשריפט אויך אף ייִדיש, אָבער די ייַדישע אויסיעס זײַגען װי צעפּיקט 
מיט אײַזערנע שנאָבלען. איך פארשטיי, אן עמעצער האָט דאָ גוט אן 
ארבעט געטאָן מיט שטיינע". אומדערטרעגלעך צו קוקן אף דערוף. איך 
שפּרײַז אריבער די נידעריק-הענגענדיקע שטעכלדראָטן און בלײַב שטין 
אף א גרינער זאפטיקער לאַנקע, 

קיין בערגעלע, קיין שום שפור... 

פייגעלעך צוויטשערן, צװישן די גרעוער שעמערירן פעלד-נעגעלעך, 
גרויסע צעבליטע ליליע-גלעקלעך, ואמונקעס, אומגעהויער גרויסע װעג- 
בלעטער, װי לאָפּוכעס. זיי האָבן ארױיסגעלאָזט פון זיך שטײַפע, היכע, 
גרײַפּלדיקע בליונג, זיי שטייען שטײַף, װי שפּיזלען. בינען זשומען, אין 
דער שטומער שטילקײַט איז זייער ושומען פארטויבנדיק, 

פּלוצעם הער איך דעם זיידנס קאָל, ער װאָרנט שטרענג און ניכטער. 

-- וייץ ניט די בינען, זיי װעלן דיר ארײגלאָזן דעם גיפט. 

איך הער עס און זע װי די לאַנקע נעמט זיך אויסנייגן, װערט פאר- 
וואנדלט אין הויכע, אומגעזעענע כוואליעס. דאָט, און מער גאָרנישט.. 

בייס איך בין צו-זיך געקומען, איז מיר דורכגעפלויגן א געדאנק: פאר- 
װאָס האָבן די כוואליעס מיך אזוי ווייך ארײַנגענומען און מיט אזא קויעך 
ארױיסגעשלײַדערט, 

קאָברין שטייט לעבן מיר און מורמלט עפּעס. דערנאָך רופט ער אויס: 

-- אין מאשין, אין מאשין, גענוג! 

לעבן דער באגלייטערנס כאטע הייסט קאַברין דעם שאָפער זיך אָפ- 
שטעלן. אין הייפל לעבן כאטע איז דאָ א ברונעם, פּונקט אזא ברונעם, װי 
ס'איז געווען אין אונדזער הויף. אן עמער איז אויך דאָ. איך װויל אָנשעפּן 
וואסער, קאָברין כאפּט ארויס דעם עמער פון מײַן האנט. ער שעפּט אָן א 
פולן עמער, גיסט מיר אוף אף די הענט, איך באנעץ דעם קאָפּ. דאָס װא- 
סער איז אייז-קאלט און קלאָר, װי דאָס וואסער פון אונדזער ברונעם. } 
רעגעלע זע איך, וי פון עמער-ארויס זעט זיך מײַן מאמעס האנט. עס 
ווערט מיר אזויווי אף דער לאָנקע. קאָברין פירט מיך ארײַן אין דער 
באגלייטערנס כאטע, זי גיט מיר קארוואלאָל און דערציילט מיר מיט אלע 


22 1גאנעקסן :זע 7} 


פּראָטים, װאָס זי האָט געזען. איר איז גרינג צו דערציילן, זי איז דאָך 
נאָר א מיטפילערן. זשאלעוועט זי ניט קיין רייד, 

--- איר ווייסט, מע האָט דאָך גלײַך אָפּגעטײלט די מאנצבלען. דעם 
זעלביקן טאָג האָבן די פאשיסטן זיי אומגעבראכט, דאָס האָב איך ניט גע" 
זען, אַבער מע האָט דערציילט, די װײַבער, די קינדער, יוגגע מיידלעך, אל- 
טע װײַבער האָבן די פאשיסטן ארײַנגעקװועטשט אין די פּאָדואלן פון פֿרוי- 
עו-מאָנאסטיר. איך האָב געזען וי מע האָט נאָכדעם די װײַבער געטריבן, 
כ'האָב אליין געהערט, װי א מידעלע האָט געװיינט און זיך געבעטן בא 
איינעם פון די וואכלײַט: , הארגעט אונדז ניט, קוקט זיך אײַן, מײַן מאמע, 
און איך און מײַגע ברידערלעך, מיר זײַנען פּונקט װי ליטווינער! 

--- שװײַגט, גענוג! -- האָט קאָנרין אויסגערופן, און צו מיר -- מיר 
פאָרן! 

און װי ער זאָגט עס, שטעלט זיך ארײַן אן אלטע מיט א שטעקן אין 
האנט, איר קאָפּ טרייסלט זיך, דער שטעקן אין אירע הענט טאנצט. ז 
קוקט, קוקט אף מיר, טוט א װאָרף דעם שטעקה לאָזט זיך צו מיר און 
שרײַט מיט א ווילד קאָל; 

-- פּעסקיטע! ביסט געקומען? 

איך װער אזוי צעטומלט, אז דאָס אין שער אויסצודריקן. אונדזער 
באגלייטערן דערקלערט: | 

-- דאָס איז מײַן מאמע, זי איז איבער די נײַנציק, זי פארשטייט שוין 
זייער קנאפּ. אָבער זי געדענקט אלצדינג, און אָפט ויינט זי. װען זי דער- 
מאַנט זיך װאָס די פאשיסטן האָבן אָפּו {טאַן, 

איצט פארשטיי איך. די אלטע אײיװערבאָטלעניצע האָט געמיינט, אן 
דאָס בין איך די באָבע מײַנע, װאָרעם איך ווייס דאָך גוט, אז װאָס עלטער 
איך װוער, אלץ מער ענלעך בין איך אף מײַן באָבעז, 

-- כוואטיט, בודיעט, פּאַיעכאלי! -- באפוילט קאָברין., 


די מאשין ראָלט, דער שאָפער, קאָנרין, איך שװיגן. נאָר װאָס איז 
דאָס, גאָט מײַנער,. דער בעסוילעם? ניט װײַט פונעם בעסוילעם האָבן מיר 
געהאט דרי דעסיאטינעס ערד, דאָס אָרט געדענק איך זייער גוט, , שטעלט 
זיך אָפּ!" -- רוף איך אויס, 

איך גיי ארויס פון דער מאשין: -- אוואדע, איך האָב קיין טאָעס ניט 
געהאט. איך רײַס זיך קוים דורך דורך דער קראָפּעװע, װאָס איז העכער 
פון מיר. א סאך מאצייוועס זײַנען קימאט איַנגעזונקען. אָבער איך זוך דעם 
זיידנס מאצייווע. איך פּױזע קימאט אף די קני, און אָט לייען איך אן אומ" 
געוויינלעכן אופשריפט: ‏ עלײיאָהו בען מיכאָעל פּײ, שױיכייוו איש טאִם 
אוגעשמאַסײ פּסוכאָ לעקאָל נעפעש כי" דאָס באטײַט: ,דאָ ליגט א פֹּאַ- 
שעטער מענטש און זײַן נעשאַמע איז אָפן געווען פאר אלדאָס לעבעדיקע". 
מײַן הארץ דונערט. דער זיידע, געוויס! 


275 


מיר פאָרן דורך קיידאן. קיין איין ייַד ניט. װער האָט ניט געװוסט, אז 
קיידאן איז א גרויסע ייִדישע שטאָט, קיידאנער גערטנער מיט זייערע אוגער- 
קעס זײַנען געווען באװוסט אין גאנץ ליטע. שלאפּעבערסקעס מעל האָבן 
אויך ייִדן געקויפט, געבאקן כאלע און מאצעס., און איצט?. 

קיין קאָװונע קומען מיר אָן שפּעט אינאָװונט. מיר שטעלן זיך אָפּ באם 
האָטעל , באלטיא". קאָברין נעמט מײַן רידיקיול מיט די דאָקומענטן און 
גייט אין האָטעל, אינגיכן קומט ער צוריק, טוט א זאָג; 

-- אלץ אין אָרדענונג, איר האָט א צימער, 

און טאקע אזוי. איך האָב א צימער מיט אלע באקװעמלעכקײטן. קאָ- 
ברין געזעגנט זיך מיט מיר און זאָגט מיר, איך זאָל ניס גיין אין אװינע 
ערטער, װי דער נײַנטער פאָרט. מיר געזעגענען זיך װידער, איך בלײַב 
אין צימער פון האָטעל , באלטיא", עס רינגלט מיך ארום קאָמפאָרט, אפן 
טיש שטייט א טעלעפאָן, אפן פענצטער פלאטערן צװיי פליגן 

סאיז זייער שטיל, איך בין נאָך אלץ אף גיענעם אָרט" -- באם ראנך 
פון מײַן היימשטעטל. דאָס איז אומגעדאכט, אָבער דאָס איז װירקלעכקײַט. 
אינדערפרי בין איך ארויסגעפאָרן פון ווילנע. איצט איז שפּעטער אָװנט. 
ס'איז אוועק א טאָכ. 

א טאָג?.. װאָס אזוינס איז צײַט? װי זאָל מען דאָס פארשטיין?.. 

ס'קלינגט דער טעלעפאָן,. איז דאָס מעגלעך? איך נעם אראָפּ דאָס 
טרײַבל, עמעצער רופט אָן מײַן נאָמען. 

-- יאָ, דאָס בין איך, אָבער ער זײַט איר? 

-- איך בין איציק יאָנאס, בער האלפּערן האָט מיר אָנגעקלונגען, או 
איר געפינט זיך אין קאונאס. מאָרגן גאנצפרי קאָן מען צו אײַך ארײַנגיין? 

-- װאָס פאר א פראגע, געוויס קאָן מען. 

ס'קומט די נאכט, סאיז דאָ א ברייט פעלד. א פעלד אָן שום סימאָנים 
פון אומקום. איך זע יענעם מאנצבל מיט דער פרוי אין די טרעניר-פּלודערן 
פארגרייטן היי אף ווינטער, דאָס היי איז אויסגעוואקסן אף דעם װועג, מיט 
וועלכן עס זײַנען געגאנגען ייִדן פון די ארומיקע שטעטלעך און פון מײַן 
שטעטל. איך הער, װי דאָס מיידעלע װיל איבערצײַגן דעם וואכמאן, אז ז, 
איר מאמע און אירע ברידערלעך זײַנען אױיסגעגאָסן, װי ליטווינער. איך 
זע דעם אויסגענייטן האנטעך, װאָס איז געהאנגען בא דער באגלייטערן אין 
שטוב לעבן אויוון. איך זע ווידער דעם היף מיטן ברונעם, מײַן מאמע 
שעפּט וואסער. איך זע װי דער טאטע בעט אונטער שטרוי דער קו, װי דער 
זיידע שנײַדט ארום די צװײַגן בא די עפּלביימער, װי די באָבע הענגט 
אויס די אָפּגעפארבענע װאַלענץע און פלאקסענע טאלקעס צו 
טרינקענען.. 

ניין, איך בין ניט אין באלטיע, איך בין אויסער יעדן קאָמפאָרט, די 
נאכט שווימט אוועק לאנגזאם. אין די שויבן קוקט ארײַן דער באגינען.. 


204 


--װײַזט זיך ארויס, אז קאָנרין האָט אופמערקזאם געמאכט די אדמיניס- 
טראטאָרשע, וועלכע זיצט אין כאָל, און אינדערפרי טראָגט זי ארײַן א גלאָז 
טיי און א פּעקעלע קיכעלעך. זי שטעלט עס אװעק אפן טיש און װערט 
פארשוווּנדן. איצט בין איך מיר איינע אליין. ביידע פליגן זײַנען ארויסגע- 
פלויגן דורכן אָפענעם פענצטער. עס איז שטיל-שטיל. ווען-ניט-ווען הודזשעט 
דורך א מאשין. זאָל איך אויסטרינקען די גלאָז טיי? יאָ. אָבער די קיכעלעך? 
גיין! זי זײַנען אזוי גוט פארוויקלט, דאָס פּעקעלע זעט אויט אזוי קאלט און 
הארט. קיין קיכעלעך דארף איך ניט. עפשער זיך צולייגן? ניין. כזועל וויי- 
טער זיצן אפן פאָטעל, װוי איך בין געזעסן די גאנצע נאכט, און אזוי זיצן- 
דיק נעמט די נאטור דאָס איריקע -- איך כאפּ זיך אוף פון דעם, װאָס עמע- 
צער קלאפּט אין טיר. דאָס איז געקומען איציק יאָנאס, 

-- גוטמאָרגן, גוטמאָרגן, װי זײַט איר געשלאַפן? 

עפּעס רייד איך. יאָנאס דערפילט, אז ער דארף מער גאָרנישט פרעגן. 
ער זיצט ניט לאנג און גייט אוועק. ער זאָגט צו, אז ער װעט אָנקלינגען. 
דער טאָג, וי די פארגאנגענע נאכט. אָבער דער לעבעדיקער לעבט. ניט 
װײַט פון מײַן צימער, מאמעש מיט דער האנט צו דערלאנגען, איז דאָ א 
קאפע. דאָרטן טרינק איך אויס א גלאָז קאווע, זיץ היפּש, ביו די אָפיציָאנטקע 
זאָגט, אז בא זיי איז אן איבערײַס ביז פיר אזייגער באטאָג. גי איך ווידער 
אין מײַן צימער, זיץ אין פאָטעל. נאָר עפּעס איז פוסט אין מויעך און אף 
דער נעשׂאָמע. יאָנאס קלינגט. ער זאָגט, אז ער װעט באלד ארײַנגײן מיט 
יאנקעו. בעלצערן. אזוי איז דאָס טאקע. בעלצער לייגט אוועק אפן טישל א 
היפּשן פּאק און עֹר זאָגט: -- איר װעט האָבן צײַט, כאווערטע גאָרשמאן, 
קוקט ארײַן אין מײַנע קסאָווים, 

ער גייט אינגיכן אוועק. איציק בלײַבט. דאָס מאָל ענטפער איך אף אלע 
זײַנע פראגן, דערנאָך מאכט ער צו מיױ: 

-- אוב איר ווילט, קאַנען מיר מאָרגן פארנאכט צופאָרן צו יאָזאס 
סטראופּיט, דאָס איז ניט װײַט. סטראופּיט האָט געראטעװעט 26 ייִדן בייס 
דער דײַטשישער אַקופּאציע, 

-- עפשער קאַנען מיוי פאָרן באלד? 

-- ניין, איך האָב זיך צוזאמענגערעדט מיט איינער א כאװוערטע, זי 
האָט צו װיסן געגעבן סטראופּיסן, אז מיר קומען מיט אייך מאָרגן פאר- 
נאכט, 

די קומענדיקע נאכט איז לינדער. א קלײניקײַט צו זאָגן, געראטעוועט 
6 ייִדן, אײַננעשטעלט דאָס לעבן. דאָס איז אזוי הערלער. אינדערפרי שוין 
אופגעגעסן א שטיקל ברויט מיט קעז, אויסגעטרונקען א גלאָז קעפיר, ארויט- 
געגאנגען אין גאס. קאָװונע איז מיר ניט קיין אומבאקאנטע שטאָט. אין 
קאָװנע האָב איך געארבעט אין א יעסוימים-הויז, זיך געלערנט אין אָװונט- 
אוניווערסיטעט. מע דארף צוגיין אהין, װוּ דאָס יעסוימים-חויז האָט זיך 
געפונען. איך דארף בא קיינעם ניט פרעגן. איך געפין דאָס אָרט, איין גע- 
בײַדע דערקען איך. דאָ געפינט זיך עפּעס אן אנשטאלט. אזוי-אזוי. אלץ 


275 


איז אנדערש. אנדערע צײַטן, אומבעראכמאַנעסדיק פארגאנגענע צײַטן.. 
אין האָטעל, אין מײַן צימער -- אלץ, װי געווען. בעלצערס פּעקל קסאָװוים 
קוקט אף מיר מיט פאָרװוּרף. איך בינד עס פאנאנדער, אהא, כ'פארשטיי 
שוין. דאָס איז ניט זײַנע קסאָװים, דאָס איז קלענערע און גרעסערע אויס- 
שניטן מיט אָפּרופן וועגן זײַן ארטיסטישן מעהוס. אָבער װאָס ופאר א גוזמע 
אויסשניטן? אָנהײבנדיק פון סאָף צוואנציקער יאָרן ביז דער מילכאָמע און 
נאָך דער מילכאָמע, א סאך פאָטאָגראפיעס. פאָטאָגראפיעס פון אים מיט 
זײַן פרוי, ארטיסטן זײַנען אויך דאָ גענוג. א סאָף. אלץ דורכגעקוקט. פאר- 
וויקלט, פארבונדן מיטן זעלבן שפּאגאט, װי ס'איז געווען. 

אָט איז געקומען איציק יאָנאס און באסיע גוט. דאָס איז די כאווערטע, 
װאָס װעט מיטפאָרן מיט אונדז צו סטראופּיסן. די מאשין שטעלט זיך אָפּ 
לעבן א געמיטלעכער שטוב מיט א פּרעכטיקן בלומען-גאָרטן, 

דער ארײַנגאנג אין שטוב איז אין פולסטער אָרדענונג. איציק קלאפּט 
אָן, אין א װײַלינקע ארום גייט ארויס דער באלענאָס, יאָזאס סטראופיס. 
כאָטש ער האָט שוין אָפּגעצײלט זיבן צענדליק, אֹיז ער שלאנק, הויך, זײַן 
פּאָנעם איז פרײַנטלעך, דער בליק פון זײַנע בלויע אויגן איז שמייכלענדיק, 
גרייט צו פרײַנטשאפט. מיט א ברייטן זשעסט עפנט ער די טיר אין א שיין 
אויסגעשטאטן צימער. מיר זעצן זיך, א װײַלינקע הערשט א פּאוזע. מיר 
קוקן אָן איינער דעם אנדערן. סטראופּיס זאָגט צו מיר, װי צו אן אלטער 
באקאנטער; 

-- מיר האָבן זיך פארבונדן מיט די מענטשן פון געטאַ, װאָרעם איין 
מענטש װאַלט עס ניט געקענט אופּטאָן, 

עס קומט ארײַן א באיאָרטע פרוי, זי שמייכלט און זעצט זיך צום טיש. 

-- װאָס ביסטו געקומען מיט ליידיקע הענט, מאמע? -- פרעגט סטראו- 
פיס. 

זי הייבט זיך אוף, פארשווינדט און קומט מיט קיבעד, | 

-- מיט איר, -- דערציילט סטראופּיס, -- האָב איך געהאט גרױיסע 
שװעריקײַטן, זי האָט געװיינט און געקלאָגט, זיך געבעטן בא מיר: יאָזאס 
האָב ראכמאַנעס, מיר האָבן דרײַ קליינע קינדער. אײנמאָל, נאָכאמאָל, ביז 
איך האָב צו איר געזאָגט: -- און דאָרטן אין געטאָ זײַנען ניט קיין קינדער? 
דאָרטן האָבן די מאמעס געהאט קינדער אָן װײיען? און סהאָט געהאָלפן, 
מער האָב איך פון איר קיין װאָרט ניט געהערט, 

א רעכטע װײַלע שװײַגט מען. דערנאָך זאָגט סטראופּיס: 

-- דאָס איז געווען א שווערע זאך, ביז איך האָב זיך צונויפגערעדט 
אין געטאָ, ביז די מענטשן האָבן זיך אנטשלאָסן אנטלויפן פון דאָרטן, דער- 
נאָך האָט מען געדארפט צוגרייטן בונקערס אין וואלד, מענטשן האָבן מיר 
געהאָלפן, צוויי פרויען פון די, װאָס כ'האָב געראטעװעט, האָבן געשוואנ- 
גערט. מע האָט געדארפט פאר זיי מאכן א באזונדער בונקער, װײַל זי האָבן 
אינגיכן געדארפט געלעגן װערן. צום גליק, איז צװישן די געראטעוועטע 
געווען א דאָקטער, פּלוצעם האָט מיר איינער פון מײַנע שכיינים געגעבן צו 


216 


וויסן, אז די פּאַליציי איז כוישעד, אז בא מיר זײַנען דאָ כאהאלטענע ייִדן. 
האָט מען געדארפט ליקווידירן די אלטע בונקערס, זיי פארשיטן און מאכן 
נײַע. 

איך הער עס און איך טראכט: איצטער דאַ, זיצנדיק באם טיש, הערן 
װאָס סטראופּיס דערציילט, אזוי געלאסן, קארג איז ניט לעבנסגעפערלעך, 
אָבער אין יענע צײַטן?.. 

-- איר זעט וי פֿײַן סאיז אויסגעשטאט מײַן דירע? דאָס אלץ האָבן 
באזאָרגט א טייל פון די געראטעוועטע און א גרויסן טייל האָבן מיר גע- 
שענקט די קאָװונער ייִדן, ווען זי האָבן מיר געמאכט מײַן זיבעציקיאָריקן 
יוביליי, 

אפן וואנט זע איך א שיין בילד. יאָ, אלץ איז פּײַן, פון דער ברייטער 
האנט. אָבער װאָס פאר א סכאר קאָן אָפּגעמאָסטן ווערן פאר דערוף, װאָס 
סטראופּיס האָט אופּגעטאַן... 

דוכט זיך אזוי װינציק גערעדט, אזויפיל געהערט. אָט זיצט דאָס פּאָר- 
פאָלק סטראופּיס אנטקעגן מיר: ליבע, פרײַנטלעכע מענטשן. זייער גאסט- 
פרײַנטלעכע. זיי לייגן אפילע פאָר מיר זאָלן נעכטיקן בא זיי. אָבער סאיז 
צײַט, אװעקצופאָרן, סטראופּיס באגלייט אונדז צום אווטאָכוס, מיר קושן 
זיך װי לײַבלעכע, סאיז שוין שפּעט. לעבן מײַן האָטעל זאָגט איציק יאָנאס, 
אז ער װועט אינדערפרי צו מיר ארלינגיין. 
| = אָבער אף מאָרגן אינדערפרי דערמאַן איך זיך, אז איך דארף גיין צוליב 
מײַנע איניאָנים אין חיגן שרײַבער-פאריין, און יאַנאס קומט צו מיר ערשט 
נאָך מיטיק. ער קומט מיט א פארטיקן פּלאן, איך זאָל פאַרלײיענען פאר דער 
קאָװונער זעלבסטעטיקײַט אין הויז פון די פּראָפאריינען. 

בין איך, הייסט עס, אין האָטעל , באלטיע". עס רינגלט מיך ארום עמע- 
סער קאָמפאַרט, עס קומט צו מיר איציק יאָנאס, באסיע גוט, װועלכע האָט 
געהאט דעם אומגליק צו זײַן אין קאָנצענטראציע-לאגער אין שטוטהאָף. 
מיר שמועסן ווידער וועגן יאָזאס סטראופּיסן, און מיר קאַנען זיך ניט אָנ- 
װונדערן װאָס פאר א הערלעכער מענטש דאָס איז. זען דעם מעמאָריאל פון 
קאָװונער נײַנטן פאָרט װילט זיך מיר ניט. איך האָב גענוג מײַן שטעטל מיט 
דער בעטאַנענער סטעליע, די לאָנקע מיט דער שטילקײַט, װאָס האָט מיך 
באטויבט אף יענעם אֵרט בא מײַן היימשטעטל, װוּ ס'ליגן די אומשולזדיק- 
פארשניטענע. עס קומט אויך צו גיין יאנקעוו בעלצער. ער פרעגט קאלט- 
בלוטיק: 

-- איר האָט שוין דורכגעלייענט? מיסטאמע האָט איר קיין צײַט ניט 
געהאט. | 
איך טרייסט אים, אז איך האָב דורכגעלייענט, און אי בין צופרידן 
װאָס ער נעמט צו דאָס, װאָס ער האָט געבראכט. 

איציק יאַנאס האָט פארטראכט, איך זאָל לייענען אין קאַװנער הויז פון 
די פּראָפארײנען. אף מאָרגן קומט ער צו מיר אין האָטעל. מיר שמועסן זיך 
דורף, עפּעס לייען איך אים. ער זאָגט, אז ער װאָלט געמאכט א פאַרװאָרט 


277 


אף מײַן פאָרלעזונג. און אזוי איז טאקע געווען. קאזיא קאזימיראס, דער. 
דירעקטאָר אין הויז פון די פּראָפארײנען האָט אופגעהאנגען א גרויסע אפי- 
שׂע און דעם 17 יון איז די פאַרלעזונג פאָרגעקומען. סאיז געווען א היפּשער 
אוילעם, פארשטייט זיך, אז ס'איז אויך געקומען די קאָוונער ייִדישע זעלבס- 
טעטיקײַט, װאָס פּיאטראס װענצלאָווא האָט גערעדט, האָב איך ניט פאר- 
שטאנען, װײַל ער האָט גערעדט אף ליטוויש. אַבער דער אוילעם האָט מיר 
געזאָגט, אז ער האָט גערעדט זייער ווארעם און פרײַנטלעך. אין קאָװוגע בין 
איך לאנג ניט געבליבן. דעם 20-טן בין איך ארױיסגעפאָרן קיין מינסק. 

אין מינסק האָט מיר ניט אָפּגעגליקט. אין שרײַבער-פאריין איז ניט גע- 
ווען מיט וועמען צו ריידן. עס האָט זיך אָנגעהיבן דער שרײַבער-צוזאמענ- 
פאָר אין מאָסקװע. דעריבער האָב איך נאָר אָפּנעמערקט די קאָמאנדירונג 
און די עטלעכע טעג, װאָס איך בין געווען אין מינסק, איז מיר געווען זייער 
אַנגענעםס זיך צו באקענען מיט רעלעסן, מיט בעריאָזקינען, מיט אראַנטשיק, 
צו רעלעסן האָט מיך געפירט דוווירע פּלאטנער. טאקע דאָרטן האָב איך 
געהאט דעם פארגעניגן צו געניסן פון רעלעסעס גאסטפרײַנטלעכקײַט, צו 
זען יודיס אראָנטשיק און הירש בעריאָזקין. מיט רעלעסן זײַנען מיר ארומ- 
געגאנגען איבער מינסק, דאָ האָב איך געזען א סאך ייִדן, געהערט ריידן 
ייִדיש, געזען ייִדישע ארבעטער. און איך בין אומגעזאמט אװעקגעפאָרן קיין 
באָנרויסק. אין באַברױסק האָב איך געװוינט אין האָטעל מיטן זעלבן נאָמען. 
אחינצו איז צו מיר געקומען פּיניע פּלאָטקין מיט זײַן פרוי עטל. די גאסן 
אין באַברױסק האָבן מיר אויסגעזען דורכויס ייִדישע. יונגע טאטע-מאמעס 
מיט וועגעלעך. צו די אייפעלעך האָט מען גערעדט ייִדיש. איך בין געווען 
גליקלעך צו הערן, װי א יונגע מאמע האָט געמוסערט איר פּיצל, װאָס איז 
געלעגן אין װעגעלע: , האָסט זיך שוין ווידער באפּישט". אין אלגעמיין איז 
באַברויסק געווען פאר מיר א גרויסער טרייסט נאָך ווילנע און נאָך קאַװנע. 
כ'האָב זיך אָפּגעשטעלט בא ביכער-קיאָסקן, און איינע א פארקויפערן פון 
א ביכער-קיאָסק, נא וועלכער איך האָב געפרעגט צי זי באקומט ‏ סאַװעטיש 
חיימלאנד", האָט מיט באדויערונג מיר געענטפערט, אז זי האָט אינגאנצן 
געקראָגן זעקס נומערן, זי האָט זיי פארקויפט, און מער האָט זי ניט, כאָטש 
זי װאָלט געקאַנט פארקויפן מערער. איך בין אָפט געווען בא פּיניע פּלאָט- 
קין. זײַן שטוב, די ניט רײַכע אויסשטאטונג, זײַן פרוי עטל, זײַן זון, װאָס 
קען ייִדיש און פארשטייט די לידער, װאָס פּיניע לייענט אים. יאשע רוטג- 
בארג, דער בריגאדיר פון די פּײַנסטאָליערס אין דער מעבל-פאבריק אף 
כאלטורינס נאַמען, עטלס ברודער הירש, װאָס ארבעט אויך אף דער זעלבער 
פאבריק, האָט מיר דערציילט װעגן די פּלענער פונעם צענטן פינפיאָר. כוץ 
דעם, איז געווען אזוי דערפרייענדיק, װאָס פּיניעס שווער און שוויגער, שוין 
גוט באיאָרטע מענטשן, האָבן געװוינט טאקע דאָ אין א קליין שטיבל, א 
ביסעלע אָפּגערוקט אין הינטערגרונט פון פּיניעס שטוב. ס'האָט מיך זייער 
פארווונדערט, וען פּיניעס שווער האָט געפרעגט: 

-- ציוויע, װאָס זאָל איך באקן? קיכלעך, צי א לעקעך? 


28 


-- פארװאָט זאָל נאָכעם באקן, -- האָב איך געפרעגט בא ציוויען. 

-- ווער זשע דען זאָל באקן? ער איז דאָךר דער בעקער. איך ריר זיך 
קיינמאָל צו קיין ברעקל טייג ניט צו, -- האָט ציוויע שטאָלץ קלאָר געמאכט 
דעם איניען. 

איך האָב מאמעש געקװאָלן, קוקנדיק אפן אלטן פּאַרפאָלק, װאָרעם אי 
נאָכעם, אי ציוויע, זאָלן לאנג לעבן, זײַנען קיין בייז-אויג באוועגלעך, טוען 
אלץ אין זייער באלעבאטישקײַט, טראָגן נאָך אמאָל ארײַן עפּעס די קינדער, 
און בייס פּיניע לייענט לידער איז א כיעס צוֹ קוקן, װי נאָכעם און ציוויע 
זײַנען צעשמייכלט און באגאָסן מיט נאכעס. כוץ דערוף האָב איך זיך דער- 
װוּסט, אז זייער פאמיליע-נאַמען איז טיגיאנאָוו און ס'האָט זיך ארויסגעוויזן, 
אז יורי טיניאנאָוו איז זײיערער א נאַענטער קאָרעו. קוקן װוי נאָכעם באגיסט 
דעם גאָרטן איז אויך ניט קיין קליינער פארגעניגן. אנומלטן האָב איך צו 
אים געזאָגט: 

-- נאָכעם, װאָס נאגיסט איר, סאיז דאָך פארװאָלקנט, 

האָט ער טרעפלעך באמערקט: 

-- זאָל מײַנס איבערגיין. 

אָבער ניט נאָר דאָס באלעבאטישקײַט איז זייער דײַגע, זי פארשיטן מיך 
מיט פראגעס, זיי ווילן אלץ װויסן. ציוויע לייענט , סאַָװעטיש חיימלאנד" פון 
דער ערשטער ביז דער לעצטער שורע. און זי האָט ניט איין מאָל געזאָגט: 

-- כווייס גאָר ניט װי כװאָלט געקאַנט לעבן אָן דעם זשורנאל. אָבער 
ווער עס האָט ניט געזען נאַכעמען און ציוויען, װי זיי שטייען געבויגענע 
איבער זייער אורייניקל, איבער פּיניעס זונס ייִנגעלע, דער האָט ניט געזען 
קיין פּרעכטיק בילד. נאָכעם קאַן קיין װאָרט ניט אויסריידן פאר פרייד, זײַן 
פּאַנעם װוערט נאָך רונדער, װוי עס איז. זײַנע אויגן װערן פײַכט און ער זאָגט 
קעסיידער מיט א געפאלן קאָל: 

-- ציוויעלע, האָב ראכמאַנעס, טשעפּע אים ניט. זעסט דאָך, ער 
שלאָפט, וועסט אים, כאָלילע, אופוועקן, 

אָבער ציוויע שטייט א געבויגענע, קוקט און קוקט, פּרעפּלט שטיל: 

-- מיר פאר דײַנע ביינער, נאכעס מײַנער, נאָך מײַן קאָפּ זאָלסטו 
בלײַבן, 

און ביידע אלטע ויינען. אָבער וי נאָר פּיניעס זון נעמט פירן דאָס װע- 
געלע, שפּאנען זי גאנץ האסטיק און בעטן זיך: 

-- פיר ניט אזוי גיך, האָב ראכמאַנעס. ס'איז דאָך א פּיצל. 

און אז ער פירט שוין ארויס דאָס וועגעלע דורך דער קאליטקע, שטייען 
זי ביידע און קוקן ביז דאָס וועגעלע װערט פארשווונדן פון געסל... 

ס'איז גוט צו זײַן בא פיניע פּלאָטקינען אין שטוב. ער און עטל זײַנען 
זייער געמיטלעכע מענטשן. מע רעדט װינציק וועגן שטייגערישע אויסקו- 
מענישן. ס'איז דאַ א היפּש ביסל ביכער. אינאַװונט קומט ארײַן יאשע רוטו- 
מערג. ער איז אַנגעלײענט, ער שרײַנט אויך אויס , סאָװעטיש חיימלאנד". 
ער דערציילט וי ער איז מיט א כריגאדע פײַנסטאָליערס פון מעבל-פאבריק 


279 


געפאָרן קיין מאַסקװע אויסשטאטן דעם פּאלאץ פון די צוזאמענפאָרן. נאָכעם 
און ציוויע זיצן אויך דערבײַ. זיי הערן אלץ זייער אופמערקזאם און אפילע 
שפּעט אין אָװנט איז אף זיי ניטאָ קיין שפּור פון װעלן שלאָפן, דאָס אלץ 
איז זייער פריידיק, אָכער.. 

עס קומט א טאָג און מע דארף גיין אין שרײַבער-פאריין, אָבער דער 
װײַסרוסישער שרײַבער-פארבאנד האָט ניט קיין אָפּטײלונג אין באָברוסק. 
דארף איך גיין אין גאָרקאָם. דער סעקרעטאר פונעם פּראָפּאגאנדע-אָפּטײ- 
לונג, לידיע סערגייעוונא בולגאקאָווא, נעמט מיך אוף קילבלעך, אָבער דאָס 
מאכט מיך ניט אָפּהענטיק, זי טוט װאָס איך בעט זי. איך גיב אויך צו, אז 
סװאַלט געווען גוט צו מאכן א פאָרלעזונג אין מעבל-פאבריק אף כאלטו- 
רינס נאָמען. זי װערט ניט לעכהאפטיקער דערפון, אָבער איך שטיי מיר אף 
מײַנס, איך זאָג איר, אז דאָרטן זײַנען דאָ צעכן, װוּ עס ארבעטן קימאט 
דורכויס ייִדן. און נאָך א היפּשן שמועס, פרעגט זי בא מיר, צי זי קאָן מיר 
אָנקלינגען מאָרגן אינדערפרי: 

-- װאָס הייסט בא אײַך אינדערפרי? -- יל איך וויסן, 

-- נײַן אזייגער. | 

--- נײַן אזייגער איז שוין דרײַ שאָ, װי איך בין אופגעשטאנען, -- זאָג 
איך איר, -- דערינער קענט איר מיר באשטימט קלינגען נײַן אזייגער. איך 
דארף נאָר וויסן, אז אזוי װעט זײַן, װאָרעם אינדערפרי גיי איך איבערן 
שטאָט, אָדער צו דער בערעזינא. 

-- גוט, איך װעל אײַך מאָרגן אַָנקלינגען, -- זאָגט צו לידיע סערגייעוו- 
נא, און אזוי איז דאָס טאקע געווען. זי האָט מיר אָנגעקלונגען און געבעטן 
קומען אין גאָרקאָם,. דאָרטן איז שוין געזעסן דער פארטיי-סעקרעטאר פון 
דער מעבל-פאבריק. ער האָט אויסגעדריקט זײַן צווייפל: 

-- װאָס װעלן מיר טאָן, אויב עס װעלן קומען װינציק מענטשן? 

-- אויב עס װעלן קומען אפילע פינף מענטשן, װעל איך אויך לייענען. 
זאָל עס אײַך ניט קימערן, -- האָב איך אים בארויקט. 

-- איר פארשטייט, פון קאָנװײער קאָן איך דאָך קיין מענטשן ניט 
אראָפּנעמען. 

-- וועלכע מענטשן זאָלן קומען און װי דאָס צו מאכן, ווייסט איר בע" 
סער פון מיר, אלעקסאנדער ניקאַלײַעװיטש. 

אזוי שמועסן מיר אָפּ. ער פירט מיך ארויס, מיר גייען צו צו א שוואר- 
צער גלאנצנדיקער ,װאָלגע" און מיר פאָרן צו דער פאבריק אף כאלטורינס 
נאָמען. 

אלעקסאנדער ניקאָלײַעװיטש פירט מיך דערנאָך איבער א גאנצן שטאָק, 
װאָס איז צעטיילט אף זאלן, װוּ עס דעמאַנסטרירן זיך סערוואנטן, בעטן, 
ווייכע שטולן, אלמערס, סאַפעס. מיט איין װאָרט, די פּראָדוקציע, װאָס דאָ 
ווערט אויסגעפארטיקט. דערנאָך גייען מיר אין קאבינעט, װוּ עס זיצן שוין 
היפש ייַדן. איך הייב אַן פאַרלייענען. איך לייען א שאָ, איך פרעג -- עפ" 


280 


שער איז שוין גענוג. ניין, -- זאָגט דער אוילעם, -- לייענט נאָך. און פּלו 
צעם טוט זיך א שטעל אוף א ייד און פרעגט אומרויק: 

-- פון וועמענס בוך ליענט איר דאָס? איך האָב אזא בוך ניט גע- 
לייענט, 

-- ביטע, זעצט זיך אוועק, און שטערט מיר ניט, נאַכן לייענען װעל 
איך אײַך זאָגן, אז דאָס איז מײַן בוך, 

דער יִד רירט זיך ניט פון אָרט. ער גייט צו, קוקט אָן דעם בוךף זייער 
אופמערקזאם און טוט א מאך צום אוילעם: 

-- איר זעט, דאָס איז טאקע זייער בוך. און צו אלעקסאנדער ניקאַ- 
לײַעװיטשן אף רוסיש: -- אזויפיל ביכער-געשעפטן בא אונדז, און זייער בוך 
האָב איך ניט, 

איך בארויק קוים דעם ייִדן און איך לייען װײַטער. נאָכן לייענען זיצן 
מיר נאָך א רעכטע װײַלע, ס'איז דאָ נײַגעריקע, װאָס ווילן וויסן פונוואנען 
בין איך און צי איז שוין לאנג, װי איך שרײַב, און צי זײַנען דאָ אין מאָסקװע 
ייִדישע שולן, צי גיי איך אָפט אין סינאגאָגע. עס ענדיקט זיך דער מיטיק- 
איבערײַס, און די ארבעטער גייען אוועק אין זייערע צעכן. אלעקטאנדער 
ניקאַלײַעװיטש לייגט מיר פֿאָר זײַן מאשין, נאָר איך זאָג אים, אז פונדאנען 
ווייס איך דעם װעג צום האַטעל, און מיר געזעגענען זיך. אינאַװונט, בא 
פּיניע פּלאָטקין, דערציילט יאשע רוטנבערג װעגן דעם, אז אין צעך האָט 
מען אים געזאָגט, אז הײַנט האָט דאָ א שרײַבערן געלייענט גאָר ניט שלעכט 
און ער באדויערט, װאָס דאָס איז געווען אין מיטיק-איבערײַס און עס זײַנען 
געווען ניט קיין סאך מענטשן, אָבער איך האָב ניט דאָס געפיל, אז מע דארף 
עס באדויערן. עס זײַנען געווען היפש מענטשן, מע האָט אופמערקזאם גע- 
הערט און עס איז געווען ניט שלעכט, 


אף מאַרגן אינדערפרי קלינגט מיר לידיע סערגייעוונא, זי זאָגט מיר, אז 
די פאַרלעזונג איז געווען א געלונגענע, בין איך געוויס צופרידן, 

פון גאנצפרי ביז! האלבן טאָג גיי איך מיר ארום איבער באַברויסק און 
שעפּ גאכעס. ייִדן, ייִדישע פרויען, אלע זעען אויס ניט שלעכט. די פרויען -- 
וי מיט קישעלעך אויסגעבעט, קיין בייז אויג זאָל זיי ניט שׂאטן, ניט ווינציק 
ייִדישע מיידלעך, כיינעוודיקע, שלאנקע. באקוקט די שטאָט, גיי איך מיר 
אפן מארק. איך דארף דאָרטן גאָרניט קויפן, אָבער הערן װי די יונגע און 
באיאָרנטע באלעבאָסטעס, מאכן זייערע קניעס געפעלט מיר. אָט װיל א 
באהאוונטע ייִדענע קויפן גערייכערטע סקומבריע. זי לאָזט ברייט ארײַן ביידע 
הענט אין דער סכוירע, דערגראָבט זיך צו א היפּשער סקומבריע און ויפ 
זי שוין לייגן אף דער װאָג, אָבער די פארקויפערן איז געװאָרן גרימצאָרנדיק: 

|-- באבושקע, באלעבאטעוועט ניט, איר זײַט ניט בא זיך אין דער היים, 

די ייִדענע שװײַגט ניט: 

-- א באַבע בין איך פאר מײַנע אייניקלעך. װאָס רײַסטו פון זי הענט. 
זיך נעמסטו, װאָס דײַנע אויגן זעען, נאכאלקע! 


281 


-- ביז די גראָװע האָר האָסטו דערלעבט, און זידלסט זיך נאָך?! 

איך בין געפּלעפט ניט פון דעם אויסדריקלעכן דיאלאָג, װאָס איז געווען 
נאָך א סאך שארפער, נאָר פון דערוף, װאָס עס קלינגט ייִדיש. פון ערשטן 
קוק האָב איך זיך גאָרנישט געכאפּט, װײַל די פארקויפערן האָט א װײַס-ראָז 
פּאנעם, די אױגן-לעפּלעך זײַנען, פארשטייט זיך, געפארבט בלוילעך, אפן 
קאָפּ האָט זי א טורעם פון פלאקס, און אזא מײַנעלאָשן.. 

דעריבער איז די בעסטע זאך גיין צו די טישן, װוּ מע פארקויפט בלומען. 
פאָלגט מיר, פאָרט קיין באָברױסק. אזוינע בלומען, וי דאָרטן, איז א זעלטג- 
הײַט, און בעזיל-זאָל, צען קאָפּעקעס א רויז. װער עס װיל ניט קיין רויזן, 
קען קויפן פּיאָנעס, דעלפיומס, שמעקנדיקע אוירינגלעך. זי פארקישעפן 
אזש. פארשטייט זיך, קוק איך מער װי איך קויף. אָבער דאָס באשיידן ביג" . 
טעלע בלומען, װאָס איך טראָג ארײַן פּיניעס שוויגער, ציוויען, רופט ארויס 
בא איר אזויפיל פרייד און זי שטעלט שוין אװועק די בלומען אין א גלאָז 
וואסער, זעצט זיך אוועק אף א שטוֹל אנטקעגן מיר און דערמאָנט זיך. 

-- כ'געדענק ניט, כ'האָב אײַך דערציילט, צי ניט?! אָבער װער קאָן זיך 
דאָס אַנדערציילן וועגן אונדזער לעבן. מיר האָבן נאַר כאסענע געהאט, ניט 
אוספּעיעט אָנצוקוקן גוט איינער דעם אנדערן, האָט מען נאָכעמען צוגענו- 
מען אף יענער מילכאָמע. איך בין געבליבן, װי מע זאָגט, ניט קיין מיידל, 
ניט קיין װײַבל, װײַטער, די גראזשדאנסקע! הײַנט, װי מיר זײַנען לעבן 
געבליבן פון דער מילכאַמע, פארשטיי איך ביז הײַנט ניט, פרעגט מיך בע" 
כיירים, אזא זון אוועקגעלייגט, און איך לעב! 

-- ציוויע, גענוג! -- שלאָגט איבער נאָכעם. בעסער הערט מיך. אין 
אומעטיקע מײַסעס זײַנען מיר ניט זשעדנע. אף יענער מילכאָמע בין איך 
געווען א יאָװן, װי אלע יעװאָניס. װוער האָט פאנאנדערגעלאָזן א סלוך, אז 
איך בין א בעקער, געדענק איך שוין ניט, בעקיצער, איך שטיי אין פּאָלנע 
פאָרמע. פּלוצעם גייט צו, איך געדענק שוין ניט װער, אָבער א נאטשאלניק, 
טוט ראפּטום א פרעג: ,טי איז זשידאָװ?" זאָג איך , טאק טאָטשנאַ!" גיט ער 
מיר א פלעם אין פּלײיצע און מאכט צו מיר: ,כאָט טי איז זשידאָװ, גאָ סװאָיאָ 
דעלאַ זנאיעש! קאלאטשי טשטאָ נאדאָ!" 

-- נאָכעם, דריי ניט דעם קאָפּ מיט די קאלאטשי. פארדריי א שטיקל 
טייג אף קאָרזשיקעס. האָסט פארגעסן, אז הײַנט איז פרײַטיק? -- לאָזט צי" 
וויע נאָכעמען ניט דערציילן די מײַסע ביזן סאָף. 

ניט נאָר הערן, נאָר קוקן אף ציווקען מיט נאָכעמען איז א כיעס. טאַמער 
גייט זי ארײַן צו עטלען מיט פּיניען, שטעלט זיך גלײַך ארײַן נאָכעם אויך. 
ער זעצט זיך לעבן איר אף דער סאָפע, שמייכלט און מוסערט זי. 

-- א װײַב גייט האָבן פארגעניגן, זאָגט זי דעם מאן ניט קיין װאָרט. 
ער טוט עס אזוי. האָסט שוין פארגעסן, אז דײַן קוגל האָט ניט געװיינט, 
האָב איך דאָך אויך געלאכט. 

-- געבן דיר א גלאָז טיי, טאטע? -- פרעגט עטל, 


282 


-- א קראנקן פרעגט מען. גיס שיטער, אבי גיכער, -- ווערטלט זיך 
נאָכעם. 

זײַן גאנץ געשטאלט שמייכלט. דאָס פּאָנעם איז קײַלעכדיק, די אויגן 
קײַלעכדיק, די באקן אין דער מאָס רויטלעך, די אױסגעהאָרעװעטע הענט 
ליגן אף די קני. װײַלעװײַז גיט ער א קוק אף ציוויען, עס פליט מיר דורך 
א געדאנק: , דער אלטער איז נאָך באלעבאָס...". ציוויע כאפּט איבער זײַן 
קוק, פרעגט שטיל: 

-- ווילסט שוין אין שטוב? זאָג בעסער, אז דו װילסט איבערבײַסן, 

-- ביסט אליין זאָרעכל דער פרעסער, -- ווערטלט זיך ציוויע, הייבט זיך 
אוף פון סאָפע, נעמט דעם אלטן אונטערן האנט און זיי גייען אוועק, 

-- עס געפעלן אײַך אונדזערע אלטע? -- װויל עטל וויסן, 

-- װאָס פרעגסטו, זעסט ניט װי שירע קוקט אף זיי? -- גייט צו צום 
שאפע, נעמט א העפט און הייבט אָן לייענען א ליד, וועלכע הייבט זיך אָן; 


זון, שײַן, דער שעד װעט דיך ניט נעמעףן 


און נאָך א ליד, ויאזוי ער װעט ברענגען דער מאמען ואסער. ער 
לייענט נאָך: געוויס האָב איך פון איין מאָל די ווערטער ניט פארגעדענקט, 
אָבער איך האָב גוט פארגעדענקט, וי פּיניע װוערט פארוואנדלט. אין א װאַ- 
כעדיקן טאָג איז זײַן אָנבליק אמכעדיק, אָבער קוים הייבט ער אָן לייענען, 
ווערט זײַן פּאָנעם ערנסט, די בלויע אויגן זײַנע קריגן א שארפן גלאנץ, ער 
וװוערט אפילץ העכער אין װוּקס. זײַן שטימע קלינגט זיכער און שטארק און 
ס'בלײַבט בא מיר קיין צווייפל ניט, אז ער איז א דיכטער, 

אנומלטן האָט ער דערציילט װי א דיכטער האָט באגליקט אן אנדער 
לאנד, נאָר ביז ער האָט פארלאַזט סאָוועטנפארבאנד האָט ער געגאסטעװועט 
בא פּיניען, פּיניע דערציילט עס אזוי; | 

-- איר פארשטייט, דער דאָזיקער דיכטער האָט ליב געהאט א שנאפּס. 
מיילע, האָב איך אים געקויפט! אָבער אנומלטן האָט ער בא מיר געפאָדערט, 
איך זֹאָל איבערטראָגן ,די באקװעמלעכקײַט", װאָס געפינט זיך אין מײַן 
סעדל אין מײַן שטוב ארײַן. קלאָר, אז דאָס האָב איך ניט געקענט... אָבער 
מער פון אלץ האָט מיר פארדראָסן, װאָס ער האָט ניט אויסגעדריקט קיין 
מיטגעפיל צו מיר און צו מײַן מישפּאַכע, װאָס די דאָזיקע , באקוועמלעכ- 
קײַט" איז װײַט פון אונדז.. 

ס'איז די ריכטיקע צײַט דאנקבאר צו זײַן חיר'ש רעלעסן, װאָס האָט מיך 
אזוי צוגערעדט, איך זאָל פאָרן קיין באַברויסק. ניט נאָר צוגערעדט, נאָר 
טאקע באגלייט צום אװטאָבוס, און ווען איך בין שוין געזעסן, האָט נאָך 
הירש לאנג געפאָכעט מיט זײַן חוט, 

אין די אָװנטן קומט ארײַן יאשע רוטנבערג. ניט קוקנדיק אף דעם, װאָס 
ער האָט אָפּגעהאַרעװעט א גאנצן טאָג, זיצט ער און דערציילט, װאָס פאר א 
שיינע מעבל מע מאכט אף דער אונטערנעמונג, װוּ ער ארבעט, און אוֹ דאָס 
גענטע פינפיאָר ועט ברענגען געמיטלעכקײַט און שײינקײַט אין די שטיבער 


2953 


פון די ארבעטנדיקע. ער טוט אויך א זאָג: ,מע פארדינט נישקאָשעדיק, 
איך האָגב א זון מיט א טאָכטער האָב איך, באָרעכהאשעם, אויסגע- 
צאָלט פאר זיי צוויי קאָאָפּעראטיווע דירעס. אלץ פון די צװיי הענט, 
און ער װײַזט זײַנע ביידע הענט מיט צענומענע פינגער פאר דער עלעק- 
טרע-שײַן. 

טאקע אין איינעם אזא אָװנט װײַזט פּיניע פארשיידענע פאָטאָס. איין 
פאָטאָ איז ניט צו פארשטיין,. אפן פאָדער-פּלאן שטייען עטלעכע זעק. זי 
זײַנען אזוי אָנגעשטאָפּט, סאיז ניט צו פארשטיין װי מע האָט זיי פארבונדן, 
אהינטער די זעק שטייען פרויען אין וואטניקעס, אין ווינטערדיקע דיקע פא- 
טשיילעס. דער קאָלאָריט פון דער פאָטאָ איז אזא, וי סװאָלט געווען א 
מוירעדיקער פראָסט, 

-- פארװאָס האָבן זיך די װײַבער פאָטאָגראפירט מיט די זעק בולבע? -- 
פרעג איך. 

-- בול-ב-ע? רופט אויס פּיניע, װערט אנשוויגן, דעקט צו די פאַטאַ 
מיטן האנט. קוקט מיך אָן, רופט אויס -- ,בולבע?". אין די זעק זײַגען אײַנ- 
װוינער פון א דערבײַיק שטעטל, די װײַבער, קרויווים פון די אומגעבראכ- 
טע, האָבן זיך נאָך דער מילכאָמע דערשלאָגן א דערלויבעניש, האָבן אויס- 
געגראָבן די ביינער פון זייערע נאָענטע, אײַנגעפּאקט אין זעק און אריבער- 
געפירט אהער, | 


.אזוי איז דאָס. אנדערש קאָן בא אונדז ניט זיין. כ'האָב מיך אזוי גע- 
פרייט מיט באָברויסק,. אזוינע האָרעפּאשנע קרעפטיקע ייִַדן זײַנען געקומען 
אף מײַן פאָרלעזונג. זײַנען אזוי שטיל געזעסן, אופמערקזאם געהערט, האר- 
ציק מיר געדאנקט. און אָט איצט האָבן עס די זעק אָפּגעװישט. כ'בין ווידער 
אין ווילנע, אין קאָווגע,. עס איז גוט, װאָס איך האָב געזען יאָואס סטראופיסן, 
ער האָט מיר געמאכט גרינגער דעם שטיין אין מײַן הארצן. און ס'איז, פאר- 
שטייט זיך, גוט ווען מע זיצט ניט אף אן אָרט. אָבער מע דארף זיך שוין 
רירן, צײַט צו פאָרן אהיים. איך גיי ארײַן אין אװטאָבוס-סטאנציע, איך 
דערוויס זיך, אז פון באָברויסק גייט דער אװטאָבוס דורך ראָהאטשאָו, אזוי 
איז דאָס טאקע. אין ראָהאטשאָװו האָב איך ניט געזען די גאס אף שמועל 
האלקינס נאָמען. כ'האָב מיך געטרייסט מיט דעם, װאָס איך האָב געטראכט: 
,געוויס איז שמועל ייַנגלװײַז דאָ ארומגעלאָפן. װאָס פאר א גליק דאָס איז 
צו זען די ערד, דעם הימל, אף וועלכן ס איו אויסגעוואקסן דער פּרעכטיקער 
בוים -- שמועל האלקין". - 

אפן װועג צו ראָהאטשאָוו בין איך געווען אופגעשרויפט, װײַל איך האָב 
ניט געוווסט, צי װעל איך באװײַזן זען די גאס אף האלקינס נאָמען. דערנאָך. 
האָב איך זיך בארויקט, ניט שטארק אײַנגערעדט דעם שאָפער פונעם א" 
טאָבוס, עֶר זאָל שטיין מיט א מינוט פופצן מערער. דער שאָפער האָט גע" 
זאָגט איינמאָל ניין. ניין, איז גיין, 


204 


דער אװטאָבוס איז געפּאקט. דאָרטן, װוּ ס'דארפן זיצן צוויי מענטשן, 
זיצן דרײַ. צווישן די שטולן שטייען אויך מענטשן, אזעלכע, װאָס כאפּן זיך 
ארײַן אין אװוטאָבוס אָפּצופאָרן א צוויי-דרײַ סטאנציעס, 

לעבן מיר זיצט א יונגע פרוי מיט א קינד אף די הענט. איך האָב גע- 
מיינט, אז זי פאָרט אליין, װײַזט זיך ארויס, א ערגעץ אף די הינטערשטע 
שטולן זיצט איר מאן. װי נאָר דער אװוטאָבוס שטעלט זיך אָפּ, גייט ער צוו 
נעמט דאָס קינד אף די הענט, העצקעט זיך מיט דעם און זאָגט צו דעם 
װײַב, זי זאָל דעם געבן א סאך טרינקען און װינציק עסן. בייס דער אװטאָ- 
בוט רירט פון אֵיט, גייט ער זיך אועק אהין, װי ס'איז אָנגעװיון אין זײַן 
בילעט. װי נאָר עס נעמט רוישן דער מאַטאָר, נעמט דאָס קינד מױרעדיק 
וויינען. די מאמע גיט אים אן אָפּגעשײלטע הארטע איי, דאָס װאָלט געווען 
נישקאָשע, אָבער דאָס כאוערט זיך איבער "עדער מאָל, וי נאָר דער אװטאַ- 
בוס נעמט רוישן. איך קאַן ניט זען, װאָרעם דאָס קיגד עסט שוין די ועקסטע 
איי, װאָס װועט מיט דעם זײַן! א גליק, װאָס דער טאטע איז צוגעגאנגען, 
דערזען אן איי אין קינדס הענטל, אװועקגעכאפּט דאָס קינד, געזאָגט דעם 
װײַב א פּאָר שארפע װערטער, דערנאָךר װידער צוגעגאנגען, געהייסן איר 
זיך זעצן אף זײַן אָרט, און ער האָט זיך אוועקגעועצט מיטן קינד לעבן מיר 
בנאם פענצטער. עס איז דאָ א ווערטל, או דער יעגער גייט אין וואלד, בא- 
געגנט אים די כײַע. איך האָב זיך דורכגעשמועסט מיט מײַן שאָכן. דאָס 
קינד איז גראָד אײַנגעשלאָפן, דערציילט ער מיר, אז ער ארבעט אין מינסק אפן 
אװוטאָמאָביל-זאװאָד, אז ער פארדינט נאנץ גוט, האָט א דירע און א קיך- 
גארניטור און אלץ, װאָס מע דארף, 

-- אײַער װײַב ארבעט! -- װיל איך װיסן, 

-- איך האָנ דאָס מײַגט, 

-- װאָס האָט איר פֿײַנט? | 

-- דאָס װײַב זאָל זײַן אויסערן שטוב. כהאָב ליב, זי זאָל זיך ארומ- 
דרייען אין שטוב. װאָרעם איך דארף א װײַב פאר זיך, ניט פאר דער איןג- 
דוסטריע און ניט פארן אנשטאלט, 

דערהערט אווינע װערטער, שװײַג איך. ער שװײגט אויך. מײַנעץ גצי 
זאנקען פלעכטן זיך ווידער ארום ווילנע, ארום קאָוונע, ארום מינסק, אָבער 
נאָברױסק? -- נאָברויסק איז גאָלר א באזונדער זאך. ווידער טראכט איך 
וועגן הירש נאומאָוויסש טיניאנאָוו, וועלכער איז א סאך יאַרן געוען א 
טעכנאָלאָג אף דער מעבל-פאבריק, װאָס מאכט קיך-גארניטורן, וועלכע האָבן 
דעם צייכן פון הויכער קוואליטעט. איך דערמאָן זיך וועגן איינע פון די 
בגעסטע ארבעטער אף דער מעבל-פאבריק נומ, 2; מיכאיל נעמעץ, פיאָטער 
מאָראָזאָוו, הילעל טונקל, דאָס זײַנען אלץ אויסגעצייכנטע פײַנסטאָליערט, 
עס קומט מיר אויך אפן זינען יאקאָוו װולפאָװיטש רוטנבערג, װאָס ארבעט 
א סאך יאָרן אף דער באָברויסקער מעבל-פאבריק נוֹמ. 2, 

באַברױסק. עס איזן גוט, װאָס איך בין פארפאָרן אהער. עס האָט בא- 
שײַנט מײַן רײַזע. אפילע די אלטע ייִדן אין באָבווױסקער פּארק, וועלכע זײַ- 


285 


נען שוין איצט אף פּענסיע, האָבן מיך זייער געפרייט. דאָס זײַנען דאָך טא- 
טעס פון זין. בא איינעם איז א זון א געלערנטער און ארבעט ניט הי, אנדערע 
האָט אָפּגעגליקט, און זייערע זין און טעכטער זײַנען אין באָברױסק. זײ 
גופע, די אלטע ייַדן, זײַנען זיכער אין קומענדיקן טאָג. מע זיצט און מע 
שמועסט געמיטלעך, מע גייט אפן מארק, מיט איין װאָרט, װי איינער אן 
אלטער ייִד האָט מיר געזאָגט: 

-- ניט צו פארזינדיקז, אבי יאָרן, מײַנע קינדער פארשעמען מיך ניט. 
זי פארנעמען וואזשנע שטעלעס, און מײַן ייַנגסטער, װאָס ארבעט אפן לע- 
דער-זאװאָד, האָט אויך געענדיקט א טעכניקום, און אין קעשענע נאָך קיין 
װאָרט קריכט ער ניט. 

דער טאטע מיטן קינד זיצן לעבן מיר, די מאמע איז דאָרטן, װוּ ער האָט 
זי באזעצט. ס'קומט מיר אפן זינען טעוויע דעם מילכיקערס װערטער: ניט 
קעראכים איים אל באָנים, נײַערט קעראכים אָװ אל באָנים. בייס דער אװי 
טאָבוס שטעלט זיך אָפּ, גייען אלע מענטשן ארויס כאפּן לופט. דער פאר- 
נאכט איז א פרעכטיקער, נאָר װאָס מער מיר דערנעענטערן זיך צו מאָסקװע, 
אלץ מער פארװאָלקנט ווערט דער הימל. עס הייבט אָן רעגענען, דער טאטע 
נעמט ארײַן אין די פּאָלעס פון זײַן רעקל דאָס קינד און טרייסט מיך: 

-- דאָס איז מאזלדיק. אװעקפאָרן מיט רעגן און קומען מיט רעגן איז 
א גוטער סימען. | 

קאָן זײַן, ער איז גערעכט. אזויפיל בין איך אויסגעפאָרן, און אָט בין 
איך ווידער אין מאָסקװע. אבי געזונט, דארף מען אף אן אָרט ניט זיצן. 


נעצילטע מעסלעסן 


אין א זומערדיקן פרימאָיגן איז ער דורכגעגאנגען די װײַסרוסישע גאס. 
באלעבאָסטעס האָבן ארױיסגעלאָזן בעהיימעס, פארמאכט די טויערן. א מיידל 
איז אים אנטקעגן געגאנגען מיט פולע עמערס ואסער. פון אן אָפענעם 
פענצטער האָט א יונגער מאנצבל פארשלאָפן געקוקט אף דער גאס. דער- 
זען דעם דורכגייער, האָט ער אויסגעשריען: נאָכעם!" דער מענטש איז 
געגאנגען גיך, ער האָט ניט אויסגעווישט דעם שוייס פון פּאָנעם, ניט 
פאריכט דעם שווערן רוקזאקו זײַנע שווארצע אויגן האָבן געקוקט ערגעץ 
העכער איבער די הײַזער. פונדעסטוועגן האָט ער באמערקט, או אין די 
גערטנדלעך וואקסן נעגעלעך, רעזעדא, מירטע און רוטע, װי פאר דער 
מילכאָמע. 

סאיז שווער געווען צו זאָגן, וויפל דער מענטש איז אלט. זײַן גראָװער 
קאָפּ איז געווען א סטירע צו זײַנע גיכע טריט און צו די קרעפטיקע הענט, 
װאָס האָבן זיך אין ריטמישער גלײַכמעסיקײַט געהוידעט פון ביידע זײַטן 
שלאנקן קערפּער, דער אָנגעקומענער איז געװוען זיכער, אז קיינער װעט 


18* 280 


אים ניט דערקענען, דעריבער, קען זײַן, האָט ער ניט געהערט, װי יענער 
האָט א געשריי געטאָן ,נאָכעם". דעם אָנגעקומענעם האָט מען טאקע גע- 
רופן נאָכעם, און ער איז געװוען דער איינציק-געבליבענער פון דער גרויסער 
מישפּאַכע שמידן. ער האָט געװוסט: ניט די מאמע, ניט דער טאטע, ניט 
זײַנע ברידער און שוועסטער, ניט זײַן װײַב מיט די קינדער -- קיינער, קיין 
איינער װעט אים ניט ארויסלויפן באגעגענען און קיינעמס הייסע טרער װעט 
זיך ניט אויסטריקענען אף זײַן הארטער אויסגעבענקטער באק. 

יאָ, ער האָט גוט געװוּסט. אָבער אים האָט געצוגן אהער. אין אלע 
צײַטן פון מילכאַמע איז דאָס שטעטל געשטאנען אין זײַן זיקאָרן, װי פון 
אײַון געשמאַלצן. ער האָט געמיינט, אז ער האָט געזען אלץ, װאָס די מיל- 
כאָמע איז נאָר בעקויעך צו װײַון. אלץ -- פון אלעף ביז טאָף! אָבער וי נאָר 
ער איז ארײַן אין דער ייִדישער גאס, האָבן אים פארטויבט זײַנע אייגענע 
טריט. מוירעדיק שטיל איז דאָ געווען. אזוי שטיל, אז ער האָט זיך אָפּגע- 
שטעלט און אױסגעטאָן די שטיוול. נאָר אפילע די טריט פון זײַנע באָרװעסע 
פיס האָבן אָפּגעהילכט אין דער פארגליװערטקײַט. נאַכעם האָט געקענט 
קאָלערלײ שטילקײַט: שטילקײַט פון ליגן א צוגעקלאמערטער צו דער ערד, 
ווארטנדיק אפן סוינע, שטילקײַט אפן גרוגט פון א טײַך, שטילקײַט פון 
הארבסטיקע נעכט אין כאשכעס פון וועלדער... אָבער דאָס ערשטע מאָל האָט 
ער דערפילט אזא שטילקײַט, װאָס קען אים ניט צוניץ קומען... ער האָט פאר 
דער גאנצער צײַט פון מילכאַמע ניט געזען קיין גרעסערן גרויל, װוי די פּוסטע 
גאס. ער האָט ניט געזען קיין גרעסערן אומעט, וי דער שטילער אומעט, װאָס 
האָט פארגאָסן די פינצטערע שטיבער. די שטראלן האָבן ניט געקענט פאָלגן 
די זון, זי זײַנען אָפּנעשפּרונגען פון די װענט און פון די גאנץ געבליבענע 
שויבן, פינצטערע, פארגעסענע, פארלאַזענע זײַנען געשטאנען די שטיבער פון 
ביידע זײַטן ייִדישער גאס. עס שװײַגן פארהאקטע טירן, עס זיפצט דאָס גראַז 
נא די שוועלן, עס סקריפּען אף די פאראָסטעטע זאוועסעס פאנאנדערגע- 
פּראלטע טירן, װאָס האָבן זיך שוין לאנג ניט פארמאכט, 

גייט האסטיקער נאָכעט דורך דער טויטער גאס, ער לויפט פארביי זײַן 
טאטנס שטוב, אפן בריקל פון זײַן אייגענער שטוב טוט ער אויס זײַן רוק- 
זאק. לאָזט זיך מיד אראָפּ, אָבער לאנג בלײַבן רויק קען ער ניט, און ער 
גייט פּאװאָליע ארײַן אין זײַן אייגענער שטוב, אלע דרי פענצטער זײַנען 
גאנץ און צוגעקייטלט, דורך די פארשטויבטע שויבן דרינגט ארין גרויע 
שײַן. דער קאָמאָד שטייט אף זײַן אָרט מיט ארויסגערוקטע ליידיקע שופ- 
לאָדן, נאָכעם איז צוגעגאנגען, האָט פאנאנדערגעשארט דעם שטױיב אפן 
קאָמאָד און האָט דערקענט דעם געשטריקטן טישטעך -- בליומעט האנט- 
ארבעט. ער האָט עס אראָפּגעשלעפּט, א װײַלע געהאלטן און א װאָרף גע- 
טאָן אפן פריִערדיקן אַרט. א באָרװעסער האָט ער געשפּאנט הין און צוריק 
איבער דער שטוב. שפּינװעבס האָט זיך מיט קאלך איניינעם אָפּגעריסן פון 
באלקן, געפאלן אף דער ערד. דער טיש איז געלעגן אינמיטן שטוב אף זי 
איבערגעבראָכענע פיס. נאָכעם האָט זיך אײַנגעבױגן, גוט באטראכט, פארט 


287 


ניט געקענט פארשטיין, מיט װאָס האָט מען דאָס אזא זעץ געטאָן, אז אלע 
פיר פיס האָבן זיך איבערגעבראָכן װי שוועבעלעך. פּאװאָליע איז ער ארויסן 
כאסמענענדיק מיט זײַנע באָרװעסע פיס די פארשטויבטע פּאָדלאָנע, 

די שטוב האָט ער אויסגעבויט מיט זײַנע אייגענע הענט. יעדע ברעט 
געקלאפּט מיט טשוועקעס, װאָס ער האָט אליין געשמידט, און איצט, זיצ- 
דיק אפן בריקל, האָט זיך אים אויסגעוויזן, אז די ברעטער שפּרינגען אונ- 
טער און ווילן אים אראָפּווארפן... 

ער האָט דערהערט טריט און אויסגעדרייט דעם קאָפּ, 

-- נאָכעם! -- האָט אויסגערופן דער מענטש, צוגייענדיק נאָקנט צום 

בריקל, -- נו, װאָס איז, דו דערקענסט מיך ניט? 

-- איך דערקען דיך, איך דערקען דיך, פּעטראָק. 

-- איך האָב דיך גערופן, האָסט ניט געהערט. 

-- דו? 

-- נו, יאָ. אינדערפרי, בעשאס דו ביסט געגאנגען פון באן, . 
=-- און איך האָב קיין צײַט ניט געהאט דיר נאָכצוגײן, איך האָב גע- 
מוזט גיין צו דער ארבעט. אין קאָלװירט איז ארבעט איבערן קאָפּ. איצט 
בין איך געקומען, איך האָב געמיינט, דו װעסט גיין צו מיר, הא, נאָכעם? 
אויב גיין, איז געגאנגען, װאָרעם איך האָב נאָך קיין ווארמעס ניט געגעסן. 

-- איך װעל קומען, איך װעל קומען, גי עס ווארמעס. 

בעשאס פּעטראָק איז אוועק, האָט נאָכעם א טראכט געטאָן: ,א קאלטער 
לונג-און-לעבער!", דערװײַל האָט נאָכעם צו קיינעם ניט געװאָלט גיין. עס 
זײַנען געווען אזוינע רעגעס, ווען ער האָט געזען, װי זײַן בליומע לויפט 
ארויס צו אים, ער שארט אוועק די ברוינע געקרײַזלטע האָר פון איר פאר- 
וויינט פּאָנעם און לייגט צו איר ווארעמע האנט צו זײַן אָנגעשמארצט פאר- 
קלעמט הארץ, | 

עס איו שוין פארנאכט געװאָרן, און דער איינציקער פון דער גרויסער 
מישפּאָכע שמידן איז נאָך אלץ געזעסן אפן בריקל, ער האָט אַנגעשפּארט 
זײַן קאָפּ אפן רוקזאק, זיך צוגעדעקט מיט דער שינעל, געקוקט, װי עס 
גייען אוף די ערשטע שטערן אין הימל, אריבערגעצויגן די שינעל איבערן 
קאָפּ -- ער האָט זיך געאמפּערט מיטן הימל און מיט די שטערן, װאָרעם ער 
האָט געהאט א מאכלויקעס מיט זיי... 
- עס האָט נאָר אױסגעטאָגט, איז נאָכעם אװעק א קוק טאָן די קווניע. 
דאָרטן איז אלץ געווען גאנץ, אפילע דער בלאָזזאק אויך. ער האָט אים א 
פּרווו געטאָן און איז ארויסגעגאנגען. דאָס קילע גראָז האָט זיך ווייך גע- 
לייגט אונטער זײַנע באָרװעסע פיס. ער איז אװעק און האָט זיך אומגע- 
קערט מיט א קאָסע און מיט אן עמער וואסער, זיך אָפּגעגאָסן, לאנג גע- 
ריבן מיטן האנטעך, צעלייגט א פײַער, צוגעשטעלט דאָס סאָלדאטסקע קע- 
סעלע מיט וואסער און זיך גענומען צו דער ארבעט. א נאקעטער ביז 
העלפט, האָט ער געשפּרײַזט, פאָכענדיק מיט דער קאָסע, קליינע פרעשלעך 
האָבן זיך געפּלאַנטערט מיט פינגערדיקע לאפּקעס אין װוילדן הויכן געוויקס, 


288 גאענעקס} .108 18 


ער האָט מיט א בינטל גראָו אראָפּגנעשמיסן א גריל פון זײַן געוואקסענער 
שטײַפער ליטקע און האָט װײַטער געשניטן. ער האָט שיר ניט אָפּנעשניטן 
די אגרעסן-קוסטעס, װאָס זײַנען אינגאנצן פארוואקסן געװאָרן. דער ברונעם 
איז אויך פארהלושעט געװאָרן, די קלעצער זײַנען ניט געווען. נאָכעם האָט 
זיך אײַנגעבויגן, ארײַנגעקוקט אין גרוב מיט דעם פעסן גרינעם ואסער 
און האָט זיך נאָך האסטיקער גענומען צו דער ארבעט. 

ווארמעס-צײַט איז געקומען פּעטראָק. ער האָט אױסגעשפּרײט א װײַסע 
לײַװונטענע שמאטקע אף דער ערד, אוועקגעלייגט א לאבן ברויט, עטלעכע 
אייער און א שטיק געװיאָנדזלט כאזער-פלייש. 

-- נעמסט מיך אף פּאָלנע װאָװאָלסטװיע? 

-- אהא! עס, פאריכט זיך און צו דער ארבעט. דער קאָלװירט דארף א 
שמיד; נו, איך אײַל זיך, 

פּעטראָק איז אוועק, און נאָכעם האָט קײַענדיק זיך דערמאַנט אָן בליו" 
מען, זי פלעגט פון שטוב ארויס, א געשריי טאָן: ,נאָכעמקע, עסן!". צו דער 
קוזניע איז זי קיינמאָל ניט געגאנגען, זי האָט מוירע געהאט פאר בריקענדי- 
קע פערד, 

ביז פארנאכט איז דער גאנצער גאָרטן געווען אָפּגעקאָסיעט. נאָכעם האָט 

זיך געמאכט א געלעגער אין קוזניע. דאָ איז אים געווען געמיטלעך. דער 
רייעך פון געוויאנעטן גראָז האָט אָנגעפילט די קוזניע, ער האָט זיך צוגע- 
דעקט מיט דער שינעל, ער װאָלט פון מידקײַט גלײַך אנשלאָפן געװאָרן, 
אָבער ער האָט דערהערט, א קינדערש קעלכל זינגט, איז ער ארויס א קוק 
טאָן, ער האָט זיך נײַגעריק ארומגעקוקט, קיינעם ניט דערוזען, האָט ער זיךף 
צוריק אוועקגעלייגט. אין דער זעלבער רעגע האָט א מײדעלע ארײַנגע- 
שפּרײַזט אין קוזניע, פּאװאָליע צוגעגאנגען צו אים. װי נאָר ער האָט זיך 
אופגעזעצט, האָט זי א שפּרונג געטאָן און איז אנטלאָפן. ער איז שנעל ארויס 
פון קוזניע, געזען, װי זי איז אריבערגעלאָפן דעם וועג און איז נעלעם גע" 
װאָרן אין דעם קליינעם שטיבעלע, װאָס איז געװוען אזוי פארוואקסן מיט 
ווילדע האָפּן, אז די שײַבלעך האָבן זיך קוים ארויסגעזען. ,װאָס איז דאָס 
פאר א מין?" -- האָט נאָכעם געטראכט און ניט געקענט אײַנשלאָפן. פון 
דער װײַסרוסישער גאס האָבן זיך צו אים דערטראָגן שטימען פון מענטשן, 
א מעקען פון שאָף, א רעווען פון בעהיימעס. די קלאנגען זײַנען אויסגע- 
לאָשן געװאָרן ארום דער קוזניע. נאָכעם האָט פארגעסן דאָס מיידעלע און 
געטראכט: ,מע מוז טאָן, מע מוז ארבעטן, אז ניט, קען מען פארפאלן 
ווערן". 

עס איז געווען פרי, עס איז געווען אָװנט פון צווייטן טאָג. 


= * א 


נאָכעם האָט זיך אופגעכאפּט מיט א געפיל, אז הײַנט װעט ער אָפּטאַן 
דאָס סאמע נייטיקסטע. אפגיך האָט ער זיך אײַנגעװואשן אָפּגעגעסן אָנ- 


209 


בײַסן, צוגעבונדן אן עמער צו א שטריק און זיך גענומען צום ברונעם. ער 
האָט געשעפּט און געגאָסן דאָס גרינע וואסער, ביז דער עמער האָט זיך 
אָנגעשלאָגן אָן עפּעס אן אײַזערנער זאך. צװישן ברוך האָט ער געפונען א 
האָקן, צוגעבונדן צום שטריק און מיט מאטערניש קוים פארטשעפעט די 
שווערע מאסע. ,װאָס קאָן דאָס זײַן?" -- האָט ער געטראכט שלעפּנדיק. און 
בעשאס דער קראנץ פּאָדקעװעס, װאָס ער האָט ארױסגעשלעפּט, איז גע- 
לעגן אף דר'ערד, איז אים אײַנגעפאלן: ‏ די מאמע!" 

ר עס קען זײַן, אז נאָכעם האָט געטראָפן, װאָרעם זײַן מאמע פייגע די 
שמידיכע האָט טאָמיד געגלייבט, פּאָדקעװעס פארגרינגערן איר די קימפּעטן, 
מערן די האצלאָכע אין שטוב,.. ,די מאמע, אוואדע די מאמע", -- האָט נאָ- 
כעם געטראכט. קוקנדיק אף די פּאָדקעװעס, װאָס זײַנען אקוראטנע געווען 
אָנגערײעט אף א דיקן קופּערנעם דראָט. עס קען זײַן, א די אלטע שמי- 
דיכע האָט עס ארײַנגעװאָרפן אין ברונעם, װער קאַן װויסן, װאָס מענטשן 
האָבן געטאָן אין די לעצטע שאָען. װוער וייסט?.. װי א זייכער פון שלימאזל 
און אומגליק, זײַנען די פּאָדקעװעס געלעגן אף דר'ערד, און נאָכעם האָט 
שוין ווידער געשעפּט און געגאָסן, געשעפּט און געגאָסן דאָס גרינע וואסער. 

און אז דער ברונעם איז ליידיק געװאָרן, איז נאָכעמען אפן הארצן גרין- 
גער געװאָרן, ער האָט מיט דער לאָפּעטע אָפּגערײניקט דאָס גראָז פון קון- 
ניע ביזקל ברונעם, און פארן שלאָף איז ער זיך עטלעכע מאָל דורכגעגאג- 
גען הין און צוריק איבער דער סטעוזשקע. ‏ פּאַטער געװאַָרן פונעם אי- 
פּעש", -- האָט ער געטראכט אײַנשלאָפנדיק, 

עס איז געווען פרי, עס איז געװאָרן אַװנט פון דריטן טאָג, 


= 8 += 


אינדערפרי האָט נאָכעם אױסגעשעפּט דאָס וואסער, װאָס איז אָנגע- 
קװאָלן פאר דער נאכט, און האָט ארײַנגעשאָטן דאָס טאָרבעלע זאלץ, װאָס 
ער האָט געהאט אין רוקזאק. ווען ער האָט גענומען פאנאנדערקלײַבן דאָס 
אײַזערנע ברוכווארג אין קוזניע, איז גראָד געקומען פּעטראָק, | 

-- קום מיט מיר אין קאָלכאָז. מע דארף דיך דאָרטן נייטיק ! האָבן נו, 
גיכער! 

נאָכעם איז געווען אזוי איבעראשט פון פּעטראָקס היציקן ארט ריידן, 
אז ער האָט אפגיך אָנגעטאָן די גימנאסטיאַרקע מיט די { מעדאלן. און איז 
גלײַך אוועק מיט אים, 

עס האָט זיך ארויסגעוויזן, אז קיין שום אײַלעניש איז אין קאַלװוירט 
ניט געווען. דער פאָרזיצער האָט ארײַנגערופן נאָכעמען און פּעטראָקן צו 
זיך אין שטוב און האָט זיי מעכאבעד געווען מיט א גוטן אָנבײַסן, פּעטראָק 
איז נאַכן עסן אוועק צו דער ארבעט, און דער פאָרזיצער מִיט נאָכעמען זײַנען 
אוועק אין פעלד. נאָכעם האָט געקוקט אף דעם אָפּגעשניטענעם האָבער, 


200 


געמישט מיט וויקע -- ,מעשאנקע" רופט מען עס, סאיז נאָך געוען 
פײַכט, 

-- איך װאָלט עס מער ניט געלאָזן ליגן אונטערן הימל. מע קען שוין 
פירן, ניטאָ װאָס צו ווארטן אף א רעגן, צוזאלצן און אײַנפּרעסן װי עס גע- 
הער צו זײַן -- און אראָפּ פון מארק, 

-- צוזאלצן? -- האָט זיך דער פאָרזיצער פארװוונדערט, 

-- יאָ, יאַ! א פאך מעשאנקע, באשפּרענקלט מיט זאלץ, און ווידער א 
פאך מעשאנקע. די בעהיימעס װעלן זיך מעכײַע זײַן, אף מײַן װאָרט, 

פארן אוועקגיין האָס דער פאָרזיצער געזאָגט נאָכעמען, אז ער ועט אים 
צושיקן א ביסל געחילץ, א פּאַר אקערס אויסצושארפן און א װאָגן איבער- 
צוציען. 

פארנאכט האָט מען דאָס טאקע געבראכט. דער קאַלװירטניק האָט 
ארויסגעלייגט די סאָסנאָװע קלעצער און דערציילט: , דאָס האָט פּעטראָק 
געזאָגט דעם פאָרזיצער, אז דו האָסט זיך אומגעקערט, און מיר דארפן ניי- 
טיק א שמיד, פּאָסטארעװע זיך, נאָכעם. א װוילער מענטש פּעטראָק, נאַר 
א שװײַגער, זײַנע עלטערן אויך ערלעכע מענטשן געװוען. דאָס האָבן זי 
דאָך באהאלטן דײַן עלטערן ברודער מיס זײַן װײַב און קינדער. האָבן זי 
די דײַטשן אומגעבראכט אלע איניינעם.." דער פּויער האָט נאָך גערעדט 
און גערעדט, אָבער נאָכעם האָט שוין גאָרנישט ניט געהערט. 

דער קאָלװירטניק איז אװעקגעפאָרן, און נאָכעם האָט זיך אן אופגע- 
רעגנטער גענומען צו דער ארבעט. די ערשטע זאך האָס ער אױיסגעבױיט 
דעם ברונעם, דאָס פרישע געהילץ האָט היימלעכער געמאכט דעם גאָרטן 
נאָכעם האָט געקוקט, וי דאָס וואסער קוועלט אָן, און אים האָט זיך אויס- 
געוויזן, אז װי נאָר דער ברונעם װעט פול װערן, װעלן געמינערט װערן 
זײַנע ניטערע מאכשאָוועס., 

ער איז אוועק צו דער קוזניע, האָט אראָפּגענומען ביידע פאָדערשטע 
רעדער, װאָס ער האָט געדארפט איבערציען, און האָט זיך פארטראכט. זײַן 
קוזניע איז געשטאנען געענטער צו דער װײַסרוסישער גאס, אָבער ער האָט 
מיט אלע קויכעס געפילט, װי צו אים שרײַען די ליידיקע ייִדישע הײַזער, 
און ער האָט זיך ניט געקאַנט נעמען צו דער ארבעט, 

ס'איז שוין גאָר טונקל געװאָרן, ווען פּעטראָק איז געקומען מיט א קי- 
שעלע אונטערן ארעם און מיט א פלאש מילך אין האנט. 

-- האָסט נאָך ניט איבערגעצויגן דעם װאָגן? -- האָט זיך פּעטראַק 
פארוונדערט. ‏ - 

-- מאָרגן, מאָרגן, -- האָט נאָכעם געענטפערט. 

ער האָט זייער געװאָלט פרעגן פּעטראָקן ועגן זײַנע עלטערן, און ער 
האָט אָנגעהויבן אזוי: 

-- איך האָב געהערט, פּעטראָק, װי דײַנע טאטע-מאמע זײַנען אומגע- 
קומען. 


201 


-- א סאך, א סאך זײַנען אומגעקומען, -- האָט פּעטראָק מיט הארץ 
געואָגט, זיך פארטראכט א װײַלע און צוגעגעבן: -- מאך, מאך גיכער די 
ארבעט פארן קאָלכאָז, טויטע זײַנען פאר לעבעדיקע קיין כאויירים ניט, 
נאָכעם, געדענק! -- און ער איז גלײַך אוועקגעגאנגען, 

נאָכעם איז שפּעטער אײַנגעשלאָפן, און עס האָט זיך אים געכאָלעמט, 
וי די מאמע לויפט צום ברונעם מיט זײַנע צװײי קינדער. ער פארשטייט, 
װאָס זי װויל טאָן. ער לויפט איר נאָך, ער זעט, װי זי הייבט אוף ביידע קינ- 
דער מיטאמאָל און ווארפט זיי ארײַן אין ברונעם. ,מאמע!" -- שרײַט ער 
אויס. , שװײַג, מײַן זון, כ'האָב זיי געראטעװעט!." 

עס איז געווען די פערטע נאכט, זינט נאָכעם האָט זיך אומגעקערט, 


כאָטש נאָכעם האָט אינדערפרי צעלייגט א פײַער אין קוזניע און זיך 
גענומען איבערציען די רעדער, איז אים געוװוען שווער און ביטער אפן הארצן, 
ער האָט איצט פארשטאנען, פארװאָס פּעטראָק האָט אים ניט דערציילט, אז 
זײַנע, פּעטראָקס, עלטערן זײַנען אומגעקומען, און כאָטש ער האָט נאָך 
דערװײַל גענעכטיקט אין קוזניע, װי א דורכגייער, איז אים קלאָר געװאָרן, 
אז ער בלײַבט דאָ און ער נעמט זיך צו דער ארבעט, 

;יאָ, דו האָסט פּראָסט פארגעסן, אז סאיז ניטאָ קיין צײַט אף צו 
טראכטן, כאָטש די מילכאָמע האָט זיך שוין געענדיקט" -- און ער האָט זיך 
גענומען צום האמער. װי נאָר ער האָט דערהערט די קלעפּ איבער דער 
קאָוואדלע, האָט אים ארומגענומען א נײַ געפיל. 

ער האָט זיך ניט ארומגעקוקט, װי דער װאָגן איז פארטיק געװאָרן, און 
ער איז אוועק אין קאָלװירט, מע האָט אים געזאָגט, אז דער פאָרזיצער איז 
אין קלוניע,. געקומען אהין, האָט נאָכעם געטראָפן װי מע טרעט די מעשאנ- 
קע. ער האָט אראָפּגעװאָרפן די גימנאסטיאָרקע אוֹן א געשריי געטאָן צום 
פאָרזיצער: 

-- נאָך א זעקל זאלץ גיב אהער! אויב דו װעסט זשאלעווען זאלץ, װעט 
דער קאָרם צעפּרײעט װערן! -- און גענומען העלפן טרעטן די מע- 
שאנקע. 

אין קלוניע איז געווען א פארצווייפלטע ווארעמקײַט. נאָכעם האָט אונ- 
טערגעהיצט די מענטשן. וועגענער זײַנען צוגעפאָרן פולע און אװעקגעפאָרן 
ליידיקע. פארנאכט האָט דער פאָרזיצער געזאָגט צו די קאַלװירט- 
ניקעס: 

-- אָט װאָס א סאך הענט איניינעם קענען באװײַזן! -- און װוענדנדיק 
זיך צו נאָכעמען: -- אויב דו ווילסט מיך הערן, שטעל איך דיר אוװעק א 
קוזניע אין קאָלװירט גופע, און װער א קאָלװירטניק, 

-- דער קאָלווירט איז ניט װײַט פון מיר. שיק א פערד נאָכן װאָגן, 
און זאָל מען פאריינס ברענגען נאָך, װאָס מע דארף, -- האָט נאָכעם גע- 
זאָגט און איז אוועק. 


292 


-- די אקערס מאך, מע דארף הייבן זיאב! -- האָט דער פאַרזיצער 
אויסגעשריען, 

ווען נאָכעם האָט זיך אומגעקערט צו דער קווניע, האָט ער זיך גלײַך 
גענומען צו די אקערס. פארטיק געמאכט איינעם, האָט ער באקוקט זײַן אר- 
בעט. ס'איז! געווען פארנאכט, א שטיל וינטל האָט איבערגעקערט די 
אגרעסן-בלעטלעך, ס'האָט זיך אים אויסגעוויזן, ער הערט א שאַרך. ער האָט 
זיך ארומגעקוקט, ניט דערזען גאָרנישט און זיך גענומען צום צווייטן אקער, 
דאָס ערשטע מאָל פאר די עטלעכע טעג האָט ער װעגן גאַרנישט ניט גע- 
טראכט. ער האָט אין זינען געהאט װאָס גיכער פארטיק װערן מיט דער 
ארבעט, מע זאָל צוליב אים ניט פארשפּעטיקן מיטן , זיאב", 

ער האָט אָפּגעשרױפט דעם צוייטן אקער פון די הענטלעך, דערהערט 
א זיפץ, זיך ארומגעקוקט און עטלעכע טריט פון זיך דערזען א מיידעלע פון 
א יאָר זעקס-זיבן. זי האָט פון אים ניט אראָפּגענומען אירע שווארצע אויגן, 
ער האָט זיך געמאכט, אז ער טוט זײַן זאך, זי איז צוגעגאנגען, זיך אוועק- 
געזעצט לעבן אקער, אראָפּגעצױגן דאָס קליידעלע צו די באַרװעסע פיס- 
לעך. ,א ייִדיש קינד!" -- האָט נאָכעמען א שניט געטאַן אין הארצן. מיט 
גלײַכגילטיקײַט, אף וועלכער ער איז נאָר געווען פעיִק, האָט ער געפרעגט: 

-- וועמענס ניסטו? 

-- קייגעמט גיט, 

-- וי רופט מֶען דיך? 

-- קיינעמט ניט, 

מער האָט ער גאָרנישט ניט געפרעגט. ער האָט פארשטאנען, אז די 
צוויי ווערטער זײַנען געבליבן פון מאמע-לאָשן. זי, װידער, האָט גיך דער- 
ציילט אף װײַסרוסיש: 

-- נעכטן בין איך דאָ געוען, און יענעם טאָג בין איך דאָ געווען, אייו- 
מאָל האָב איך געזען, וי דו ביסט ארומגעגאנגען ארום דײַן שטוב און האָסט 
געװויינט. נאָכדעם האָסטו גערעדט. מיט װועמען האָסטו גערעדט? דאָרטן איז 
דאָך סײַװיסײ קיינער ניטאָ. 

ער האָט ארויסגענומען א פּאָר ציגעלעך צוקער פון קעשענע. 

-- ניין, איך וויל ניט. מיר האָבן האָניק. הײַנט האָט מיר די באָבע גע- 
געבן פּאָזעמקעס מיט האָניק, מיט מילך. זי האָט מיר געזאָגט, אז זי װעט 
מיר אלע טאַג געבן גוטע זאכן, אבי איך זאָל צו דיר ניט גיין. 

זי האַט זיך אופגעהויבן, אָפּנעטרײסלט דאָס קליידעלע און איז אנט- 
לאָפן, 

,װאַס איז דאָס פאר א באָכע?" -- האָט נאָכעם געטראכט, 

ס'איז געווען פרי, ס'איז געװאָרן אָװנט. דער פינפטער טאָג, 


דער קומענדיקער טאָג האָט געבראכט איבעראשנדיקע נײַס. ער איז 
אוועק אין שטעטלשן ראט. דער סעקרעטאר האָט אײַנגעאָרדנט דאָס, װאָס 
נאָכעם האָט געדארפט, און דערביַ דערציילט, אז אין ראט ליגט א בריון 


293 


פון צוויי ייִדישע מישפּאַכעס, װאָס ווילן זיך אומקערן. דאָס האָט נאָכעמען 
שטארק צערודערט: , הייסט דאָס, צוויי מישפּאָכעס האָבן זיך פאָרט עווא- 
קוירט?" -- האָט נאָכעם געטראכט, גייענדיק צוריק. ער האָט גוט געװוסט, 
אז פון זײַן מישפּאַכע װעט קיינער ניט קומען, פונדעסטוועגן איז ער אוועק 
א קוק טאַן דעם טאטנס שטוב, אקוראט וי עֹר װאָלט געװוּסט, אז די צִו- 
ריקגעקומענע װעט געפעלן װערן נאָר דאָס, װאָס ער װעט אױסקלײַבן 
ער האָט באטראכט די שטוב פון דרויסן, דערזען: א פּאָר שטיינער פונעם 
פונדאמענט זײַנען ארויסגעקראָכן, איז ער אוועק נאָך א לאָפּעטע. עֹר האָט 
זי ארומגעגראָבן און באשאָטן מיט ערד, ער האָט זיך דערמאָנט, אז דאָס 
ערשטע קינד האָט בליומע געבאָרן באם טאטן אין שטוב, אז זי האָט געהאט 
א שטארקן שלאָף און קיינמאָל ניט געהערט, װי דאָס קינד שרײַט. בעשׂאס 
ער פלעגט עס צוטראָגן צו איר און הייסן , גיב, גיב!', פלעגט זי א פאר- 
שלאַפענע לייגן דאָס קינד צו דער ברוסט און זיך בייזערן: ,א טאטע ביסטו? 
א מעשוגענע מאמע ביסטו! ניט קייץ טאָג, ניט קיין נאכט, װאָס איז בא 
מיר -- א קרענעצע?", 

לאנג האָט ער זיך בא דער שטוב ניט געקענט אייסעקן, און ער איז 
אוועק צו דער קוזניע. וען ער האָט דערזען די אקערס, האָט ער זיך דער- 
מאָנט אין מיידעלע. ,זי װעט הײַנט קומען, צי ניט?" -- האָט ער א טראכט 
געטאָן, פּעטראָק איז צוגעפאָרן. אפן װאָגן זײַנען געלעגן באָראָנעס. 

-- די אקערס זײַנען פארטיק? -- האָט ער געפרעגט, -- נעם איך זיי 
צו, 
| העלפנדיק ארײַנלײגן. די אקערס אין װאָג, האָט אים נאָכעם א פרעג. 
געטאָן ועגן מיידעלצ. ‏ - 

-- איך ווייס! אָנופריכע האָט עס אויסבאהאלטן - פון ז די דײַטשן -- 
האָט פּעטראָק געזאָגט, אװעקפאָרנדיק. 

,וי דאָס הארץ האָט מיר געזאָגט"! -- האָט נאָכעם געטראכט, זיך גע 
מענדיק צו די באַראָנעס, 

פארנאכט, ווען ער האָט שוין געהאט אויסגעשמידט אלע ציינער און זי 
גענומען ארײַנזעצן אין די נעסטן, איז דאָס מיידעלע צוגעלאָפן און זיך 
אװועקגעזעצט אף דער שװעל פון קוזניע. ער האָט זיך אוועקגעזעצט לעבן 
איר, זי האָט ארופגעלייגט א הענטל אף זײַן קני, זיך ארומגעקוקט און װי 
א דערוואקסענע אריַנגעשושקעט: 

-- די באָבע האָט מיך א גאנצן טאָג פון שטוב ניט ארױסגעלאָזן. איצ- 
טער איז זי אוועקגעגאנגען, בין איך געקומען, וועמענס טאטע ביסטו? 

נאָכעם האָט געשוויגן, 

-- ווייסטו װאָס? קום גאָר צו דער באָבען! -- האָט זי פאָרגעלייגט. 

-- איך װעל קומען, איך װעל קומען, -- האָט נאָכעם צוגעזאָגט. און זי 
איז אוועק, | 


204 


בעשאס נאָכעם האָט צוגעזאָגט, האָס ער געמיינט, אז ער װעט גלײַךף 
אזוי טאָן. נאָר דערזען, די באָראָגעס זײַנען נאָך װײַט ניט פארטיק, האָט 
ער זיך גענומען צו דער ארבעט. ערשט, אז ס'איז גוט טונקל געװאָרן, האָט 
ער זיך דערמאָנט זײַן האװטאָכע, נאָר ער האָט פארשטאנען, אז צו רער 
אלטער איז שוין שפּעט צו גיין. ער האָט זיך דערמאַנט, אז בעשאס פּעטראָק 
האָט גענראכט די באָראַנעס, האָט ער אים געגעבן א פעקעלע עסננווארג, 
ער האָט אָפּגעגעסן וועטשערע, זיך געלייגט און לאנג ניסט געקענט אײנ- 
שלאָפן. ער האָט געטראכט װעגן מיידעלע, וועגן דער באָבען און וועגן דעם, 
צי די מישפּאָכעס, װאָס װעלן זיך אומקערן, זײַנען היגע אָדער פון א דער- 
בײַיק שטעטל.. | 

ס'איז געווען פרי, ס'איז געווען אָװנט פון זעקסטן טאָג, זינט ער האַט 
זיך אומגעקערט אין שטעטל. + 


-- אין מיל איז געבליבן קנאפּ ארבעט, פונדעסטוועגן איז זי געשטא- 
נען, און מאָלן האָט מען געפירט א װערסט פופצן פון קאַלװוירט. | 

דער פאַרזיצער האָט נאָכעמען ארויסגערופן און געפרעגט, צי װעט ער 
קענען לאָזן די מיל? 

-- איך על פּרוװן מאכן, נאָר מיט קיין מיל האָב איך קיינמאָל ניט 
געהאט צו טאָן, -- האָט נאָכעם געענטפערט. 

געדארפט האָט מען צורעכט מאכן דאָס שפּינדל. דאָס איז טאקע געווען 
שמיד-ארבעט. דעריקער האָט מען אָבער געדארפט שמידן די שטיינער, װײַל 
זי זײַנען געווען גלאט, װי א לאָקשן-בױעט. און אזא ארבעט װאָט טאקע 
נאָכעם קיינמאָל אין זײַן לעבן ניט געטאַן. ער האָט געפאדעט ארום די שטיי- 
נער, א סאך געטראכט און איז אועק אין קווניע. פריער פאר אלץ האָט 
ער אויסגעשמידט א האמער מיט קורצע דינע ציינדלעך, נאַכדעם האָט ער 
שוין צורעכט געמאכט דאָס שפּינדל און איז אוועק אין קאַלווירט, 
|=-- נו, די אקט איז פארטיק, זעץ אוועק א מענטשן, װעט ער מיטן חא- 
מער אָנשׁמידן די שטיינער, און אוב די הרעבליע איז קעשורע, קען מען 
די טעג אָנהײבן מאָלן, 

די האמצאָע מיטן האמער איז געווען ניט קיין גרויסע, אָבער די שטיי- 
נער זײַנען געװאָרן, פּונקט װוי מע דארף, כוץ דעם האָט עס צוגענומען א 
סאך װינציקער צײַט, 

-- נו, חײַנט װעסטו אינערגעץ ניט אוועקגיין, חײַנט נעמען מיר א 
ביסל מאשקע. -- האָט דער פאַרזיצער געזאָגט צו נאָכעמען. 

--- הײַנט ניט. װאָס פאר א טאָג דו ווילסט, נאָר הײַנט ניט. שרײַב מיר 
אויס א ביסל פּראָדוקטן, װאָרעם איך מוז אוועקגיין, 

נאָכעם איז אוועק פון קאַלװירט מיט א קערבל טריסקאווקעס, צויי 
טרוקענע קעזן און פּוטער. הײַנט האָט ער סאָפּקאָלסאָף געהאט א געמיט 
טאָן דאָס, װאָס ער האָט צוגעזאָגט דעט מיידעלע, װאָרעם ער האָט געפילט, 


295 


אז ער איז א היגער. ער איז געווען צופרידן, װאָס דער קאַלװירט דארף אים, 
װײַל האָבן צו טאָן מיט פארשיידענע מענטשן, קונדן איז אים ניט געווען 
צום הארצן, 


ער איז צוגעגאנגען צום שטיבעלע, װאָס איז געווען באוואקסן מיט 
האָפּן. עס איז געווען אזוי ארומגעזען פון דרויסן, אז ער איז מיט כיישעק 
ארײַנגעגאנגען. די פאַדערשטוב, װאָס א העלפט פון איר האָט פארנומען 
דער גרויסער אויוון, איז אויך געווען געמיטלעך. אינמיטן שטוב איז גע- 
שטאנען א נידעריקער יאדלאָװער טיש, ער איז געווען אזוי געל און ציכ- 
טיק, אקוראט װי מע װאָלט אים נאָרװאָס אָפּגעהובלט. אף די פענצטער 
זײַנען געשטאנען שטארק צעוואקסענע וואזאָנעס, אלע פון דעם מין, װאָס 
הייסט ,,סטאָלעטניק", אלטע באָבעס קאָכן עס מיט האָניק -- א רעפוע פאר 
הוסטערס. די וואזאָנעס אף די פענצטער, די האָפּן פון יענער זײַט פענצטער 
האָבן אָנגעפילט דאָס שטיבל מיט א קילער, טונקעלער שײַן, פון וועלכער 
עס האָט געבלאנקט דער טיש און דער אָפּגעקאלכטער אויוון. 

ער האָט דערהערט א קרעכץ, אוועקגעלייגט דאָס געבראכטע אפן טיש 
און איז פארביי אויוון צוגעגאנגען צום בעט. דאָס בעט איז געשטאנען אזוי, 
אז עס האָט זיך געזען נאָר דער צופוסנס, דאָס איבעריקע האָט פארשטעלט 
דער אויוון. | 

-- דאָס ביסטו, נאָכעם? געדענקסט מיך? איך געדענק דיך, און איך 
האָב געקענט גוט אלע דײַניקע. איך האָב זיך געקליבן צו דיר, האָב איך 
זיך גראָד אוועקגעלייגט, -- האָט אָנופריכע געזאָגט, ניט אראָפּנעמענדיק 
פון אים אירע אויגן. 

אזוינע אויגן האָבן מענטשן, װאָס האָרעװען שווער אָפּ א גאנץ לעבן. 
ווען זי מיינען, אז עס איז שוין צײַט אָפּצורוען, קומט א צאָרע נאָך א צאָ- 
רע, אן אומגליק נאָך אן אומגליק, די אויגן גיסן מיט טרערן, װערן אָפּגע- 
בליאקעוועט און לײַטערן זיך אויס... די אלטע האָט אראָפּגענומען אירע 
אויגן פון נאָכעמען און געקוקט אף איר אייגענער האנט, װאָס איז געלעגן 
אף דער העל-גרינער טשערקעסער קאָלדרע. 

-- זעץ זיך! -- האָט זי געוויזן אפן צופוסנס פון בעט, -- נו, איצטער 
הער. טרייסטן איינס דאָס אנדערע איז ניט שײַעך. צאָרעס זײַנען ניט נאָר 
דײַן אייגנס. איך האָב אויך איבערן קאָפּ! איך בין געקראַכן מיטן פּליך אין 
מורעשניק ניט צוליב דײַנעטװעגן. מאריע האָט זיך צעבאלעמוטעט און 
לויפט צו דיר, זינט דו ביסט געקומען. קען איך פארשטיין -- א קינד ויל 
האָבן א טאטן. אָבער דו ביסט דאָך ניט קיין קינד, דארפסטו דאָך פארשטיין, 
אז זייער זעלטן קען א מענטש גױיװוער זײַן די געבליטן, און פרעמדס זאָל 
ווערן זײַן פלייש און ביין. ניאדע ניט דאָס קינד צו זיך, זאָג איך דיר! טשע- 
פּע מיך ניט, איך בעט דיך, װאָרעם עס איז נאָענט דער עלנבויגן, אָבער 
אײַנבײַסן װעסטו אים ניט! 


290 


די אלטע איז געבליבן ליגן מיט פארמאכטע אויגן, שווער אַטעמענדיק. 
מאריע איז ארײַנגעלאָפן מיט אגרעסן אין א ליימענעם שיסעלע, אַנגעקוקט 
פארוווּנדערט נאָכעמען און האָט זיך אוועקגעשטעלט לעבן אויוון. די אלטע 
האָט גענומען אן אגרעס. װוי בורשטינען האָבן אויסגעזען אירע צוויי פינגער, 
װאָס האָבן געהאלטן די פרישע, גרינע יאגעדע, 

-- נו, װאָס שװײַגסטו? גלאט אזוי ביסטו דאָך צו מיר ניט געקומען! 

נאָכעם האָט געקוקט אפן מיידעלע, און ער האָט געטראכט: , איך װעל 
עס פון האנט ניט ארויסלאָזן!" דאפקע הײַנט, ווען ער האָט זיך דערפילט 
אינגאנצן א היגער, איז ער געקומען אהער... פארשטייענדיק, אז אַנופריכע 
איז פון די ווייכע מענטשן, װאָס ווערן אײַנגעאקשנט, ווען זי פילן, אז מע 
וויל זי באאוולען, האָט ער זיך דערשראָקן פון איר פראגע און געזאָגט: 

-- איך האָב געטראכט, עפשער װאָלט איר געװאָרן די באלעבאַסטע 
בא מיר אין שטוב. איך װעל אױסװײַסן, ברענגען אלץ אין אַרדענונג.. 

-- ניסט פון זינען אראָפּ? איך װעל זיצן אף דער עלטער בא א פרעמדן 
טיש?! -- האָט די אלטע אויסגעשריען און ארופגעלייגט די געלע טרוקענע 
הענט אף די אױערן, געבנדיק צו פארשטיין נאָכעמען, או סאיז ארויסגץ- 
װאָרפענע רייד, 

א דערשלאָגענער פון דער אלטערס אומגעריכטער אופירונג, האָט זיך 
נאָכעם געלאָזט צו דער טיר, | 

-- נעם צו, נעם צו אלצדינג, װאָס דו האָסט געבראכט, איך דארף ניט, 
איך בין זאט! -- האָט די אלטע געשריִען, טײַטלענדיק מיט איר ציטערדי- 
קער האנט אף אלץ, װאָס נאָכעם האָט אוועקגעלייגט אפן טיש. 

-- איך ווייס, אז איר דארפט ניט, נאָר איך האָב עס געבראכט ניט פאר 
אײַך, דאָס איז א מאטאַנע פאר מאריען, 

-- איך דארף ניט, -- האָט די אלטע דערװוידערט, אראָפּ פון בעט און 
זיך געלאָזט צום טיש, 

מאריע האָט זיך ביטער צעוויינט. 

-- מע דארף ניט, באָבע, איך יל טריסקאווקעס, איך װויל! 

נאָכעם איז האסטיק ארויס פון שטיבעלע, און דעם גאנצן ועג צו דער 
קוזגיע האָט אים געקלונגען אין די אױערן: ,מע דארף ניט, באָבע, איך וויל 
טריסקאווקעס, איך וויל!" 

ער איז געווען מוירעדיק אופגעבראכט אף זיך אליין, , מער פעלט ניט, 
אז די אלטע זאָל מיינען, כ'האָב זי געװאָלט אונטערקויפן מיט דער פּוטער 
און די טריסקאווקעס", 

ביז שפּעט אין דער נאכט איז נאָכעם אומגעגאנגען חין און צוריק איבער 
דער סטעזשקע פון קוזניע ביזקל ברונעם, זיך געיישעוװוט, װאָס פאר א מיטל 
צו געפינען, אז אָנופריכע מיטן קינד זאָלן זײַן בא אים. 

אזוי נוציק האָט זיך אָנגעהױבן פאר אים דער טאָג. װאָרעם ניט געקוקט 
אף דעם, װאָס פאר דער מיל האָט ער געמאכט ניט קיין גרויסע זאך, האָט 
דאָס אים געפרייט, ער האָט געפילט, אז פון דעם-אָ האָט ער אן עמעסן 


297 


אָנהײיב, דאפקע איצט האָט אים געפעלט דאָס קינד; און עס האָט זיך. אים 
אויסגעוויזו, אז סאיז געווען פרי, עס איז געווען אַװנט פון זיבעטן טאָג, פון 
גרויסן באשאף, ווען ניט זײַן אופגערעגטקײַט צוליבן מיידעלע. 


בא אָנופריכען אין שטיבל איז געװאָרן אומרויק. מאריע (אזוי האָט די 
אלטע א נאָמען געגעבן דעם מיידעלע, װאָס איר זון האָט אין אײנער א 
נאכט געבראכט צו איר און געזאָגט: , האָדעװע עס אזוי, אז עס זאָל פאר- 
געסן, װאָס דאָס האָט געזען") האָט זיך די לעצטע טעג אומגעביטן. ביז אָט 
די טעג האָט די אלטע געמיינט, אז דאָס איז אירס. איצט האָט זי מיטאמאָל 
דערפילט, אז דאָס איז ניט אזוי, װאָרעם זינט נאָכעם איז געקומען אין 
שטעטל, האָט מאריע ניט גערוט: , באָבע, איך װויל צו אים, באָבע, רוף איט 
צו אונדז". מאריען ציט זייער צו טאטעס, דאָס האָט די אלטע געװוּסט, װאָי 
רעם װוי נאָר מאריע פלעגט דערזען, אז א טאטע האלט א קינד אף די הענט, 
פלעגט זי צושטיין צו דער אלטער מיט קאשעס: ,װו איז מײַן טאטע, פאר- 
װאָס קומט ער ניט צו פאָרן?" בעשאס זי האָט דערזען, אז אין קוזניע, ניט 
װײַט פון זייער שטיבל, פּאַרעט זיך א נײַער מענטש, איז זי זייער נײַגעריק 
געװאָרן, אלע קינדער פון דער װײַסרוסישער גאס זײַנען אויך געלאָפן א 
קוק טאָן צו דער קוזניע. די קינדער פלעגן גיך אװעק, נאָר זי פלעגט 
בלײַבן, די ערשטע טעג פלעגט זי זיך באחאלטן הינטער דער קווניע אין 
די אגרעסן-ביימלעך און אים נאָכקוקן. ווען זי האָט זיך איבערצײַנט, אז 
ער איז אליין, האָט זי באשלאָסן, אז ער קען זײַן איר טאטע. די קינדער 
האָבן איר אויך אזוי געזאָגט. ס'האָט ניט געהאָלפן דער באָבעס פארווערן 
גיין צום שמיד, פארקערט, װאָס מער די באָבע האָט ניט געהייסן, אלץ מער 
האָט זי געצויגן אחין.. 

ווען זי האָט דערזען נאָכעמען בא זיי אין שטיבל, האָט זי זיך זייער דער- 
פרייט, װאָס ער האָט געהאלטן װאָרט. ס'איז געווען פאר איר אינגאנצן אוֹמ- 
געריכט, װאָס די באַבע האָט אים אזוי באהאנדלט. מיט קיין שום מיטלען 
האָט די אלטע ניט געקענט בארויקן דאָס קינד. , איך װיל ניט קיין פּרע- 
זשעניצע, איך װויל ניט קיין טריסקאווקעס, פארװאָס האָסטו אים געהייסן 
אוועקגיין?" אָנופריכע האָט געפילט, אז מע דארף דאָ נאָר מיט גוטן, אָבער, 
אז דאָס קינד האָט א גאנצן טאָג ניט געגעסן, געהאלטן אין איין וויינען, 
װאָט זי עס אָנגעפּאטשט. וויבאלד פאר דער גאנצער צײַט האָט די אלטע 
דאָס קינד מיט קיין פינגער ניט אָנגערירט, איז דאָס געווען א צו שטארק 
מיטל: מאריע איז זיך פארגאנגען, בלוי געװאָרן. די אלטע האָט זיך איבער- 
געשראַקן און זי אוועקגעלייגט אין בעט. 

אף מאָרגן איז בא אָנופריכען אין שטיבל געװען ניט בעסער. מאריע 
איז געלעגן מיט א נאסער שמאטקע אפן קאָפּ, זי האָט ניט געגעסן, און 
שטילע טרערן האָבן זיך געקײַקלט איבער אירע בעקלעך. די אלטע האָט 
אויסגעקאַכט ראמונקעס מיט פּאָזעמקעס-בלעטער, אָבער מאריע האָט די 


298 


רעפוע אױסגעבראַכן. זי איז געווען אזוי בלייך, װי זי װאָלט שוין לאנג גע- 
קרענקט, און טרערן האָבן זיך ניט אופגעהערט צו גיסן פון אירע אייגעלעך, 
די אלטע האָט זיך דערשראַקן ניט אף קאטאָוועס, און מאריעס פארװויינט 
בלייך פּענעמל האָט זי ארױיסגעשטופּט פון שטיבל, 

יענעם טאָג איז נאָכעם געווען אין קאַלװירט, װײַל מע חאָט געלאָזן די 
מיל. פּעטראָק האָט גענומען א ביסל מאשקע און איז געװאָרן באריידעװודיק: 

-- להאָב דאָך געזאָגט, או דאָס איז דאָס, װאָס מיר דארפן -- האָט 
ער געשריִען צום פאַרזיצער, װײַונדיק אף נאָכעמען 

-- "אָב דאָך געזאָגט, אז מיר שטעלן אים דאָ א קוניע. עס גייט 
צום שניט, א שמיד דארפן מיר האָבן אָט אִ-דאָ! ניט לויפן צו אים, וי צו א 
פּראַפעסאַר, אלע טאָג, 

-- ניזקל שניט איז נאָך דאַ צײַט. אין מיר װעט קיין מעניע ניט זײַן,-- 
האָט נאָכעם געענטפערט. 

-- אָט דאָס איז װערטער! -- האָט פּעטראַק ארומגענומען נאַכעמען, ער 
איז געווען שיקערלעך און האָט געטײַנעט: -- אוי, נאָכעמקע, אָט דאַ בא 
מיר ברענט א פֿײַער.. -- האָט ער זיך געקלאפּט אין הארצן, -- אוי, נאַ- 
כעמקע, עס זיַנען דאָ פּאסקוזנע מענטשן. אוי, איז נאָך דאָ ארבעט! מיינסט, 
אי פארגעס, װאָס מע האָט געטאַן מיט דײַנע? אוי, איז אונדז שװער אָן 
באלמעלאָכעס! מיינסט, איך ווייס ניט װער עס האָט געהאָלפן, ואר ניט 
אלעמען האָט מען געפּאקט! אָט, נאָכעמקע!.. דאױף מען ארבעטן, מע דארף 
פּראצעװוען, עמעסע האָרעוואניע װעט אלץ בייקומען!.. 

אומגעקערט זיך צו דער קוזניע, האָט זיך נאַכעם דערפילט װי אף מיל- 
כאָמע, בעשאס מע האָט געטריבן דעם סוינע אין האלדז-און-נאקן, ער האָט 
נִיט געטראכט ניט ועגן מיידעלע, ניט װעגן אַנופריכען, און ער איז געווען 
זייער פאיווונדערט, ווען ער האָט געטראָפן די אלטע בא דער קוזניע, 

-- קום, דאָס קינד איז זייער קראנק, -- האָט זי געזאָגט צו אים ברוי- 
געזלעך, 

די נאכט האָט ער שוין אין קוזניע ניט גענעכטיקט. זי זייַנען ביידע 
געזעסן לעבן דער שלאָפנדיקער מאריען, און די אלטע האָט געזאָגט: 

-- מאלע-װאָס איך האָנ געװאָלט, מיסטאמע איז אזוי באשערט. דעם 
עמעס געזאַגט, האָב איך זיך אלעמאָל געשראַקן, װאָרעם אז זי פלעגט דער- 
זען א מאנצבל, פלעגט זי א פארציטערטע ווערן. א מאמען האָב איך פאר- 
ביטן -- א טאטן ניט... טאָ זאָל זײַן אזוי., 

ס איז געווען פרי, ס'איז געווען נאכט. 

ס'איז טאָג געװאָרן אין שטיבעלע, װאָס איז געווען אזוי פארוואקסן מיט 
ווילדע האָפּן, אז דאָס בלוילעכע ליכט האָט קוים ארײַנגעדרונגען, אוֹן דער 
איינציק געבליבענער פון דער מישפּאַכע שמידן האָט מער די מעסלעסן ניט 
געציילט, 


299 


רי מאָס איז פול 


-- ניט נאָר די קינדער, איר זײַט געקומען פון מאָסקװע און זאָגט אויך 
אזוי, װוי זיי? זיפצט ניט, אויקעט ניט, האָט א ראכמאָנעס אף אײַער מאן, 
גייט ארויס אין הויף און זיצט אפן באנק. ס'איז טאקע װוינטער, אָבער די זון 
שײַנט, א קליין פרעסטל. װאָס זאָל איך אײַך זאָגן? מײַן סייכל טראָגט ניט 
אף קיין אייצעס. סאיז אוואדע גרינגער געבן אן אייצע, װי געפינען א 
מיטל, עס זאָל יענעם ניט וי טאָן, ניט שמארצן און ניט צופּן. איר זאָגט 
טאקע זיצט אפן באנק, און איך זאָג אײַך, װי איך זאָג מײַנע קינדער. איך 
וויל דאָרטן ניט זיצן. יעדער בוים האָט איין פוס און דער פוס זינקט אין 
שניי. פון די צװײַגן טריפט, איך רייד שוין ניט װעגן דעם, אז די גאנצע 
פּענסיע, דער גאנצער קאפּיטאל איז ארום-און-ארום בא די זיבעציק קארבן, 
איצטער זײַנען מיר זאלבעצווייט און מײַנע קינדער, זאַלן געזונט זײַן, האָבן 
אויסגעביטן אונדזער סאַָראַקער דירע אף אן איינצימערדיקער דירע אין 
קעשענעוו, טאקע אין דער זעלביקער שטוב, װוּ מײַן עלטערער זון װוינט, 
מיר זאָל זײַן פאר זײַן כיִעס. װאָס דאָס איז געווען פאר א בײַט און וויפל 
קרעפטן מיט נערוון דאָס האָט געקאָסט, װעל איך אײַך ניט גיין דערציילן, 
װאָרעם אין ראייִספּאָלקאָם האָט זיך געפונען איינער, װאָס האָט זיך געכאפּט 
צום סייכל, אז דאָ װעלן מיר האָבן מיט צוויי מעטער װינציקער, איז מײַן 
עלטערע טאָכטער אוועק אין פּאריקמאכערסקע, זי האָט זיך געמאכט אזא 
פּריטשאַסקע, אז איך האָב זי קוים דערקענט. געליען בא מײַן שנור די אוי" 
רינגלעך און צוגעטשעפּעט, בא דער ייַנגערער שוועסטער געליִען ביידע פינ- 
גערלעך, אָנגעטאָן דעם דזשערסי-קאָסטיום מיט די לאקיראַװקעס, איז זי 
אוועק אין ראייספּאָלקאָם און האָט זיי דאָרטן געגעבן צו פארשטיין, או 
ס'וועט קומען א מאָמענט און מע װעט יעדן אָפּמעסטן.. כוץ דערוף איז 
בעסער מיט צוויי מעטער װינציקער און נעענטער צו די קינדער. אקיצער, 
זי האָט דאָרטן געגעבן צו פארשטיין, װי מײַן טאָכטער קען. װי זאָל איך 
ניט אויקען און ניט קרעכצן, אז מײַנער האָט אָפּגעארבעט אין סאַראָקע אין 
אװטאָר עמאַנטנעם א גאנצן לעבן, א סטאכאנאַוועץ איז ער געװען, דעם 
פּלאן האָט ער געמאכט טאנצנדיק, אין זײַן ארבעט האָט מען זיך געשפּיגלט. 
װאָס זאָל איך אײַך לאנג ברײַען, איר ווייסט אליין, 

איך זע, אז איך האָב פיר קינדער, זיי זאָלן מיר געזונט און שטארק זײַן, 
און סכירעס וואקסט ניט. לויף איך ארײַן אין קולינאריע, כ'וואש ארום די 
טישלעך, וואש אויס דאָס געפעס, העלף מאכן אויפעס. אב מע דארף, 
וואש איך אויס די פּאָדלאָגעס, קום איך שוין אהיים ניט מיט קיין ליידיקע 
הענט: עטלעכע קאַטלעטלעך, בולקעלעך מיט צװאָרעך, א טאָרבעטשקע מיט 
רײַז-קאשע, וועגן אָפּגעקאָכטע בורעקעס רייד איך שוין ניט. ס'איז עפּעס 
א ווערטל צו זאָגן פיר קינדער. איך זע, אז איר ווילט עפּעס זאָגן, טוט עס 
ניט, שװײַגט, הערט מיך! מיטאמאָל דערלאנג איך זיך א כאפּ, אז איך דארף 


200 


גיין צום דאָקטער, קראנק ווערן, צום אומגליק, טאָר מען נאָך ניט אויך, 
אָבער װי קאָן איך האָבן א פינפט קינד, פרעג איך אײַך? מײַן זאלמען זֹאָל 
געזונט זײַן, איז א גוטער מאן, איך הער פון אים קיין קרום װאֵיט ניט. זיך 
לייגן לעבן מיר, מיט די גרעסטע פּאָזשאלוסטעס, אָבער אָנשטאָט מיר צום 
דאָקטער קראנק ווערן קען ער דאָך ניט? סאיז ניט צו ריידן װעגן דערוף, 
עס האָס זיך געפונען א זאכאר.. אָבער איך קען דאָך ניט בלײַבן ליגן, 
מײַנער װעט קומען אין שטונ, און איך בין ניטאָ, װעס ער דאָך אָפּשטארבן 
מיט די גלידער. קומט אויס, אוֹ איך דארף ליגן א פיר-פינף שאָ. און איך 
בין גליקלעך, װאָס דער דאַקטער האָט מיך קראנק געמאכט. ער ואָגט מיר 
אָן, איך זאָל ניט סמייען וואשן און ראמען, איך זאָל ליגן. וי קאָן איך ליגן? 
אז איך בין די זעקסטע. ס'איז עפשער טאקע ניט זייער גוס, װאָס איך דערי 
צייל אײַך דאָס אלצדינג, אָבער איך הער דאָך װי איר שמועסט מיט די 
קינדער, איר זײַט ניט קיין שויטע, און מײַנע קינדער זײַנען אויך קלוג, או 
קליגער דארף מען ניט, איז דאָך אָפּגערעדט. אײַ װאָס די מאמע האָט ניט 
געהאט קיין טאָג און קיין נאכט. ס'איז עפּעס א וערטל צו זאָגן, אז דער 
באגינען האָס זאלמענען פון מיר אוועקגעפירט און דער אפדערנאכט האָט 
אים ערשט געבראכט, און איך האָב זיך געגעבן א נידער, או מיט דער 
נאָז די ערד װעל איך אקערן און מײַנע קינדער װעלן האָבן דיפּלאָמען, איר 
קענט זיי דאָך? איר האָט אפילע מײַן עלטערן זון באשריבן. איצטער זײַנען 
זי כאכאָמים און זיי װוילן, אז די מאמע זאָל אויך זײַן קלוג. איר קאָנט לאכן, 
נאָר איךף װעל אײַך זאָגן, אז איך הער װי זי שמועסן, דערציילן עפעס, 
טראכט איך ,זאָל אײַך שוין צוקומען, װאָס אײַך פעלט". פארשטייט זיך, 
זײַט איר גערעכט, װאָס איר האָט מיר אנומלטן געזאָגט: סטארעװעט יך 
מיט אלע קויכעס, סזאָל אײַך זײַן גוט מיט זיך גופע, װאָרעם טאָמער, באָ- 
לילע, איז אײַך שלעכט מיט זיך גופע, װעט אלעמען ארום אײַך זײַן ביטער, 
אוואדע זײַט איר גערעכט, אָבער װו זײַט איר פריער געווען, און װוי קען 
מען געבן אייצעס וועגן דערוף, װאָס מע האָט אליין ניט אױסגעפֿרוװט, איךף 
זאָג אײַך, װי איך טראכט. כ'האָב אײַך נאָך פארגעסן צו זאָגן, אז איך בין 
געווען א לערערקע אויך, כ'האָב געקראָגן א צעפלאַכטענעם אלטן אלעפ- 
בייס, װאָרעם וויבאלד אייניקע מאָלדאוואנעס קרימען די נעז, האָב איך גע- 
לערנט מײַנע קינדער ייִדיש. איר ווייסט דאָך, איר רעדט דאָך מיט זײי, זי 
ריידן, קיין אײַנהאָרע, װי גרויסע... און װײַטער װעל איך אײַך זאָגן, אוֹ אף 
הײַנט איז גענוג. כאָסש די מאָס איז איבערפול, 


א ראכמאָנעס אף די מאנצבלען 


כאווע האָט די נאכט קיין אויג ניט צוגעמאכט, עטלעכע מאָל געגעבן 
דעם מאן זעלענין-טראָפּנס. ער איז אײַנגעשלאָפן, און זי איז געלעגן, זיך 
צוגעהערט װי ער אָטעמט, אלע װײַלע געװאָרפן א בליק צו לייבעלעס בעטל, 


201 


אפן װעקער, זיך ניט געקאַנט דערווארטן, אז לייבעלע זאָל זיך אופכאפּן. 
ס'איז אקוראט געווען זײַן צײַט צום , ערשטן אָנבײַסן, 

נאָר גראָד איצט, ווען דער אכטכאדאַשימדיקער לייבקע װאָלט אזי 
צעשטרייט זײַן מאמע, איז ער געלעגן מיט די פויסטלעך בא די שלייפן, אפן 
מילכשטערן זײַנען געפאלן טונקעלע הערלעך, פון אונטער דער גרינער, וויי- 
כער קאַלדרע האָט ארויסגעקוקט א ראַזלעכע פּיאטע -- א געלכל די גרייס; 

האָט כאווע זיך אָנגעשפּארט אף ביידע הענט, שטיל, גרינג זיך אראָפ- 
געגליטשט פון געלעגער, מיט די דלאָניעס צוגעגלעט די קאָלדרע ארום 
מאן -- ער זאָל ניט דערפילן לעבן זיך קיין לײדיקײַט, א שפּרײַן געטאָן צום 
בעטל, צוגעדעקט לייבעלעט פּיאטע, אוועקגעשטעלט דאָס נידעריקע בען- 
קעלע, זיך אוועקגעזעצט. מיט דער רעכטער האנט אונטערגעהויבן די לינקע 
ברוסט, מיט דער לינקער אונטערגעשפּארט די רעכטע, א שאָקל געטאָן 
באדויערנדיק מיטן קאָפּ -- די בריסטן זײַנען געווען שיטערלעך-גרינג. האָט 
זי צונויפגעפלאָכטן די הענט אפן בויך און, א טיף פארטראכטע געבליבן 
זיצן. כאָטש עס איז בא איר געווען פעסט באשלאָסן, האָט זי נאָכאמאָל און 
ווידעראמאָל זיך אומגעקערט צום זעלבן. איצט האָט זי שוין מער געטראכט 
וועגן איר מאמען, װי װעגן דעם, װאָס עס איז איר פאָרגעשטאנען. זי האָט 
זיך דערמאָנט, װוי אין איינעם א פרײַטיק האָט זיך איר מאמע געײַלט און 
געכאפּט, געטױיבן פון זיך די קליינע קינדער און זיך געכעטן בא כאווען: 
,כאוועלע, האָב ראכמאַנעס, גיכער טו א שײַער די לײַכטער און גרייט צום 
טיש. שנײַד אָן פּענעצלעך ציבעלע אף דעם לעבער -- דער טאטע װאָט ליב 
א סאך ציבעלע, גיב אהער דאָס מעסער, כוועל צעברעקלען די לאַקשן, 
גרייט אָן גרעט פארן טאטן". -- און װוען סאיז שוין אלץ פארטיק געווען 
און דער טאטע איז אוועק אין שול, האָט די מאמע זיך װוידער צעװיינט באם 
ליכט-בענטשן און, כליפּענדיק אזוי, אז דאָס קלינגט ביז איצט אין כאוועס 
אויערן, האָט זי געהייסן רופן די באַבע מאלקע. און ווען די באָבע מאלקע 
איז געקומען, האָט זי די ערשטע זאך א געשריי געטאָן צו די קלענערע 
קינדער: ,ארויס פון שטובו!!" אין כאווען האָט זי געהייסן אוועקשטעלן דעם 
טשײַניק. די מאמע האָט א געשריי געטאָן פון אלקער: , אָן כילעל-שאבעס! 
כ'האָב אָנגעגרײט א קאַכנדיקן סאמאָוואר..." און אז דער טאטע איז געקו- 
מען פון שול, האָט אים די באָכע מאלקע באגעגנט מיטן ברייטן שמייכל: 
,א שיינעם גוט-שאבעס דיר, נאפּטאָלע, זאָלסט זיך עלטערן מיט דײַן איי- 
שיס-כאיל! איר פארגעסט, װאָס איר האָט געטאָן -- קאַנט איר דאוונען מיט 
קאװאַנע. מאזלטאָוו דיר! דעם שאבעס דיר ארײַנגעבראכט, א זון דיר געהאט, 
מיר אן ארבעט פארשפּאָרט -- נאָר דעם נאָפּל אָפּגעשניטן, און פארטיק די 
פיש!.." 

בא דעם אלעם האָט זיך איצט כאווע ניט געקאַנט דערמאַנען, אז די 
מאמע זאָל א קרעכץ טאָן. פּונקט אזוי װי זי קאָן זיך ניט דערמאַנען, אז די 
מאמע זאָל זיך האָבן אמאָל מיט עמעצן געקריגט, אָדער ארויסגעבראכט א 
מיִעס װאָרט פון מויל, 


19* 302 


כאווע איז אזוי פארכאפּט געווען פון דערמאַנונגען, אזוי פריש-שמארצן- 
דיק איז געווען דער ווייטעק פאר אירע פארשניטענע טאטע-מאמע, אוֹ ז 
האָט ניס באמערקט, װי די ראמען האָבן שווארץ-בוילעט ארומגעזוימט דאָס 
בלױקײַט פון די שויב; װי אף דער ואנט האָבן אופגעשימערירט די טא" 
פּעטן; װי לייבעלע האָט געעפנט די אייגעלעך, אראָפגעבריקעט די דעקע, 
דורך די שטאכעטן פון בעטל דורבגעשטעקט ! א פיסל, און איר געטראָפן 
גלײַך אונטערן אָרעם, 

כאווע האָט זיך צעשמייכלט, אים א נעם געטאָן, געװאָלט צוריק אוועק- 
לייגן -- אראָפּשלעפּן דאָס העמדעלע, אף װעלכן עס זײַנען טרוקן געבליבן 
נאָר די בענדעלעך פון פאָרנט באם העלדזל, -- אָבער דאָס ניט געטאָן; װײַל 
לייבקע האָט צונויפגענומען די ליפּן, און זי האָט ניט געװאָלט, ער זאָל 
אופוועקן דעם מאן. זי האָט אים א כאפּ געטאָן מיט דער צעראטקע, אים 
אײַנגעװויקלט אין פּאָלע פון כאלאט, צוגעלייגט צו דער ברוסט. ,זע נאָר, 
זֹע, א כאפּעניש!" -- האָט זי שטיל געזאָגט, אים אוועקנעמענדיק פון איינער 
און איבערלייגנדיק צו דער צווייסער. ווען לייבעלע האָט זיך אָפּגעפארטיקט 
מיט דער צווייטער אויך, האָט כאווע גענוי געװוסט, א דאָס װעט הײַנט 
געשען. זי האָט אװועקגעלייגט לייבעלען אין בעטל, שטילערהייט ארויס, 
צוריק ארײַן, ווידער ארויס, ווידער ארײַן, ניט פארמאכנדיק די טיר, 

ווען דער מאן האָט זיך אופגעכאפּט, איו דער פינקלענדיקער טשײַניק 
מיט צוויי קריגעלעך און דער ברויט-טעלער מיט אַנגעשניטענע בולקע גע- 
שטאנען אפן טיש. 

-- א גוטמאָרגן דיר, דאָװיד. וי פילסטו ױיך? ניין, גיין, ליג! כװועל 
אלץ דערלאנגען, -- האָט כאווע שטיל געװאָרנט, קוקנדיק, וי דאָװיד לאָזט 
אראָפּ די פיס פֿון געלעגער, 

ער האָט האכנאָעדיק צוגעדעקט די פיס און ערנסט געזאָגט: 

-- כאווקע, לייג דאָס אָפֿ, 

-- נו, פארשטייט זיך, -- האָט זי אים ניט געלאָזט ענדיקן, -- כ'וועל 
נאָר צולוױיפן אין. פּאַליקליניק, 

-- אַבער א װאָרט, איז א װאָרט? 

-- געפּױעלט! -- האָט כאווע אים פארזיכערט, 

נאם פרישטיק האָט זי פּלוצעם אים א פרעג געטאָן: 

-- דײַן מאמע האָט געהאט א סאך קינדער? ‏ | 

-- צוויי, איך אין דער ברודער, װאָס איז אומגעקומען אף דער מיל- 
כאָמע. | : 

-- און מײַן מאמע האָט געהאט } אכט, 

-- כאחיט זאָל מען װערן! 

-- אונדז דראָעט עס ניט, -- האָט זיך כאווע געװערטלט. נעמענדיק 
דעם מאנטל און ארויסגייענדיק אין קאָרידאָר, צוגעגעבן: -- אפן פענצטער 
שטייט דאָס פענדעלע מיט קאשע. טרינק שיפּאַװניק, איך װעל זיך זאמען, 


503 


0 8 = 


ארײַן אין דער גינעקאָלאָגישער קליניק, האָט כאווע א טראכט געטאַן: 
געקומען קראנק װערן.." 

-- גוט, זייער פּײַן, יעווע מאיסײעװונע, איך קאַן דאָס גלײַך מאכן -- 
האָט די דאַקטערן א שײַנענדיקע געזאָגט צו איר, װי צו אן אלטער באקאנ- 
טער, 

-- איך בין גרייט -- איז כאווע מאסקים געוען, קוקנדיק צום װײַסן 
טאָפּטשאן, אף וועלכן ס'איז געזעסן א פרוי און ביטער געוויינט, 

-- װאָס זאָגט איר אף אָט דער-אַ בירגערן? פריער האָט זי געקליאנ- 
טשעט און געװויינט, מע זאָל איר מאכן. איצט, נאָך אלעמען, זאָגט זי, אז 
זי האָט געװאָלט א קינד, און װיינט װוידער... -- האָט די דאָקטערן מיט 
לײַכטן שפּאָט דערציילט, 

-- איך פארשטיי דאָס זייער גוט -- האָט כאווע, בלייך ווערנדיק, 
געענטפערט, און צוגעגעבן -- דאָקטער, גיכער, איך בעט אײַך. מײַן מאן 
פילט זיך װוידער ניט גוט, און די מילך איז פארפאלן געװאָרן -- קוים גע- 
קלעקט הײַנט פון ביידע, 

-- באלד נאָך דעם װעט זיך די מילך אומקערן, -- האָט די דאָקטערשע 
בארויקט, 


8 5 = 


אין א קורצער צײַט ארום איז כאווע געלעגן אין פאלאטע, אומגעדולדיק 
קוקנדיק צו דער טיר. װי נאָר זי האָט דערזען, אז די דאָקטערשע איז ארײין, 
האָט זי זיך אופגעזעצט, 

-- קראנקע, לייגט זיך! 

כאווע איז אראָפּ פון בעט, צוהאלטנדיק מיט ביידע הענט דאָס העמד 
באם האלדז, שטיל און גיך גערעדט; 

-- איך מוז די מינוט גיין אחיים. איך שרײַב זיך אונטער, אז איך בין 
אנטלאָפן אָן אײַער װויסן. כ'האָב געגעבן א װאָרט מײַן מאן, אז איך לייג דאָס 
אָפּ. כ'האָב געלט, כ'וועל נעמען א טאקסי. 

-- אך, יעווע מאַיִסײעװנע, א רעכטן כאזער האָט איר מיר אונטערגע- 
לייגט! פארװאָס האָט איר פריִער געשוויגן? נו, בארויקט זיך, איר זײַט װײַס 
וי די וואנט. איך װעל ארויסרופן אונדזער מאשין, אָבער פאָרזיכטיק! גע- 
דענקט, א קראנקער מאן דארף א געזונט װײַב. כװועל צושיקן א שוועסטער 
צו אײַך אין אָװונט, -- האָט די דאָקטערשע צוגעזאָגט און איז ארויס פון פּא- 
לאטע, 


קומענדיק אהיים, האָט כאווע ניט באוויזן צו פארמאכן די קאָרידאָר- 
טיר, װי דאָװיד איז איר אנטקעגנגעקומען און מיט צונויפגענומענע ליפּן 
שטיל ארײַנגעסױדעט: 


204 8זעקסן! זת 0ן 


-- כֿאווקע, מיר האָבן אן אומגעריכטן גאסט, 

כאווע האָט אפילע ניט געפרעגט ער דער גאסט איז און הארב א זאָג 
געטאָן; 

-- מיט ליב דיר דײַן גאסט, אָבער די מינוט אין בעט! | 

דאָװיד האָט געפאָלגט. כאווע האָט אראָפּגעװאָרפן דעם מאנטל. ס'האָט 
זיך פאר איר אָנגעהױבן א טאָג, וי אלע טעג, 

דער גאסט איז לאנג געזעסן, האָט געגעסן ווארמעס, באהאוונט און גע- 
נוי גערעדט וװעגן ספּוטניק, דערציילט וויפל ,פּראָגרעסיווקע" ער קריגט 
אלע כוידעש -- ניט באמערקט װוי דאָװיד קוקט זיך איבער מיט כאוען. 
לייבקע האָט זיך געטאָן זײַנס -- כאווע איז מיט נאסע ווינדעלעך ארויס, מיט 
טרוקענע ארײַן, א פּאָר מאָל װייך-גאסטפרײַנטלעך באמערקט, אז דאָװיד 
דארף רויַקײַט. זי האָט נאָכאמאָל געשטעלט דעםט טשײַניק, װײַל דעם גאסט 
האָט געדאַרשט נאָך דעם , פאלשן" געבראָטנס, אָנגעגאָסן טיי און אָפּט גע- 
קוקט אף דער פּאָדלאַנע. 

-- װאָס קוקסטו זיך אזוי אונטער די פיס? -- האָט דאָװיד געפרעגט, 

-- כ'האָב נעכטן צעבראַכן א גלאָז, קוק איך, צי כ'האָב ריין אונטער- 
געקערט. 

-- אדא.,. -- האָט דאָװיד א צי געטאַן, זיך דערמאַנענדיק, 

ענדלעך האָט דער גאסט מיט נאָך דרי גלאָז טיי געשטילט זײַן דאָרשט 
און איז אוועק, 


6 6  * 


-- כאווע, זעץ זיך צו, עפּעס געפעלסטו מיר ניט, 

-- כ'בין שלעכט געשלאָפן -- האָט זי ניך געפונען א טערעץ און איז 
אוועק עפענען די טיר, װײַל דאָס גלעקל האָט געקלונגען דרי מאָל. ,ווידער 
א גאסט" -- האָט זי דערשראָקן א טראכט געטאָן, אָבער געעפנט די טיר, 
האָט זי זיך צעשמייכלט, דערזען די דאָקטערשע פון קליניק, 

-- וי פילט איר זיך, יעווע מאַיטײעװנע, װאָס הערט זיך? 

-- אױיסגעצייכנט! איך בין א גאנצן טאָג געלעגן, 

--- מאַלאָדיעץ! פאָרזיכטיק... אלע שוועסטער זײַנען פארנומען. חיט זיך! 
כ'וועל מאָרגן צו אײַך ארײינגיין, 

-- גיין, ניין! מע דארף ניט. אױיסגעשלאָסן! א דאנק אײַך -- האָט 
כאווע געזאָנט, ארויסבאגלייטנדיק די דאָקטערשע, | 
| -- מיט וועמען האָסטו דאָרטן גערעדט? -- האָט דאָװיד געפרעגט, 

-- א שלימאזל.., דארף מיט א שטאָק העכער, קלינגט ער צו אונדז -- 
האָט כאווע געהאט א פארטיקן ענטפער און גענומען לייבקען אף זי 
הענט. | 

| דאָװיד האָט געקוקט, װי זי טוליעט צו זיך דעם באָכער, און מיט פרייך 

צו איר געזאָגט; 


205 


-- זאָל זײַן,.. דאװײַ! זאָל לייבקע ניט זײַן קיין בעניאָכיד, נו, װאָס 
שװײַגסטו?! 

כאווע האָט דערפילט, װי לייבקע איז ארײַן מיט ביידע הענטעלעך צו 
איר אין כאלאט, וי איר הארץ צעגייט פון זיסן ווייטעק. זי האָט זיך צוגע- 
זעצט אפן געלעגער לעבן דאָװידן... זי האָט ניט געזען, װי די טאפּעטן לעשן 
זיך, װי אף לייבקעס בעטל איז די גרינע קאָלדרע טוגקל געװאָרן, װי די 
פענצטער-ראמען האָבן שוואר ץ-בוילעט ארומגעזוימט דעם פארנאכטיקן דע- 
מער. כאווע האָט געהאלטן אין איין האנט דאַװידס דלאָניע, אין דער צוויי- 
טער לייבקעס פיסלעך און געטראכט: ,א ראכמאַנעס אף די מאנצבלעף 
װאָס פאר א גוינג-גלייביקע, שוואכע מענטשן זיי זײַנען.." 


פארצויגן מיט שפּיעװעבס 


די מיל איז פּוסט,. צעריסענע, פארשטויבטע שטיקער שפּינװעבס הענגען 
אראָפּ פון די קראָקװעס. פויגלען פליען ארײַן און ארויס פון די נעסטן, און 
דאָס שפּינװעבס וויגט זיך פון זייער פאָכען מיט די פליגל, צװיי גרויסע, 
קײַלעכדיקע שטיינער ליגן איינער אפן אנדערן. גרויסע, פעסטע זאוועסעס 
שטארצן ארויט פון די גראָבע בײַשטידלעך. דאָס ווארעמע װינטל קערט 
איבער א שטרוי אף דער פּאָדלאָגע. שטיל קוויטשעט ערגעץ א שטשור. אין 
איין ווינקל שטייט א גרויסע צעבראַכענע װאָג. אף דער װאָג ליגן צערי- 
סענע זעק. 

אלע פארנאכט פליַען ארויס פון די טונקעלע וינקלען פלעדערמײַ, 
דעמלט הייבן זיך די זעק אָן צו באוועגן. אף דער װאָג בלײַבט זיצן א יונג 
מיידל, אירע האָר, װי שטיקער שפּינװעבס, װאָס הענגען פון די קראָקװעס, 
זײַנען צעשויבערט און פארשטויבט, פארדעקן ביז העלפט דאָס ברייטע 
לײַװונטענע העמד, אין וועלכן דאָס מיידל איז אָנגעטאָן, זי איז באָרװעס, 
אירע פיס -- קליינע, שמאָלע. אונטער דעם שמוץ זעט זיך געל-ראָזלעכע 
הויט פון די פּיאטעס. זי מורמלט עפּעס, זיצנדיק אף דער װאָג. נאָכדעם 
הייבט זי זיך אוף, מאכט א פּאַר שפּאן, שטעלט זיך אָפּ, נעמט צונויף דאָס 
העמד אף דער ברוסט, שטייט אזוי, צוהאלטנדיק דאָס העמד מיט בידע 
הענט. אירע בלויע אויגן זײַנען ברייט צעעפנט און פײַכט, די ליפּן האלב 
אָפן, װוי אָט גיט זי א מוירעדיק געשריי, זי איז דאר, זייער אָפּגעצערט, איר 
ברוסט און א שטיקעלע בויך, װאָס זעען זיך ארויס דורכן ריס פון העמד, 
זײַנען זייער יונג און מאטעווע-געל, וי דער געלער שטויב פון בליונג, װאָס 
בינעז טראָגן איבער פון קווייט צו קווייט, 

סאיז ווארעם. סאיז זומער, און זי ציטערט, אלץ שטײיפער דריקנדיק 
דאָס העמד צום גוף. אירע ליפּן מאכן זיך צו, אירע אויגן גלאנצן טרוקן און 
ערנסט. זי לויפט ארויס פון מיל, אפן ברעג טײַך וואלגערט זיך א הינטער- 


206 


טייל פון א צעבראָכענעם װאָגן, זי מײַדט עס אויס. דערנעבן ליגן אונטער- 
געשניטענעץ אײַער. זי שארט מיט די פיס, ביז זי געפינט אן אָרט, װאָס 
שטעכט ניט. און זעצט זיך אוועק. זי לאָזט אראָפּ די פיס אין טײַך און זיצט 
פארגליווערט, מיטאמאָל שלעפּט זי מיט א ענערגישער באוועגונג אראָפּ 
דאָס העמד פון זיך, טוט זיך א װאָרף אין וואסער און לאָזט זיך שווימען, 
שרײַענדיק; , לייבקע! אזוי לייגט מען עס קלאפטער! גאָרנישט איינער! ניין, 
ניין, שווים ניט צו מיר, שווים אוועק, מע דארף ניט! איך קאָן ניט ארויס 
פון טײַך, איך שעם זיך. שווים אוועק!" פּונקט אזוי אומגעריכט װערט זי 
אנשוויגן און קערט זיך אום אפן רוקן, 

זי ליגט רויק אפן רוקן, גאָר פון צײַט צו צײַט טוען א בליאסק אירע 
דינע הענט איבערן וואסער. צום סאָף גייט זי ארויס פון טײַך, ציטערנדיק 
פון קעלט, דאָס וואסער גיסט פון אירע געדיכטע, רויטע האָר אף איר אַפּ- 
געצערט לײב. זי זעצט זיך אף דר'ערד, קאָרטשעט זיך אײַן, שאַקלט זיך 
לאנגזאם פאנאנדער און זינגט מיט א מאָדנעם ניגן ,גאַר ניט לאנג איז 
געווען זומער באטאָג, אפן טײַך זײַנען געשווומען ענטעלער און גענדזעלעך, 
וי קרעמע ווייכע בלומען, איצט איז באנאכט, לייבקע איז ניטאָ. דער טאטע 
מיט דער מאמען זײַנען אויך נישטאָ. מײַן שוועסטער לייקע און מײַן ברודער 
ייִסראָעלקע זײַנען אויך ניטאָ.,. שװײַג, טײַך! ער אנשטומט! לאָז זיך מיר 
דערמאַנען... בא װועמען זאַל איך פרעגן, בא וועמען זאָל איך מאָנען?.. שיק 
ארויס די פיש צו מיר אף דער יאבאָשׂע. זאָלן זי אָנזאָגן מײַן כאָסן, אז 
כ'האָב זיך שוין געבאָדן און אָנגעווארעמט דעם טײַך פאר אים. זאָל ער 
גיכער שווימען צו מיר.,, נאָר ניט לאנג איז געווען זומער באטאָג.. זאָגט 
מיר, גענדועלער, איך פרעג בא אײַך, ענטעלעך: פארװאָס האָבן זיי אונדז 
אלע געקוילעט?,." 

-- בליומקיטע!.. װוּ ביסטו?.. -- הערט זיך א קאָל, 

בליומקע הייבט זיך אוףן טוט אָן דאָס העמד און לאָזט זיך אף די שפֿיץ 
פינגער פּאמעלעך צו דער מיל, זײ ליגט זיך אף דער צעבואָכענער װאָג 
און דעקט זיך צו מיט די צעריטענע זעק 

-- בליומקיטע! גאָלד מײַנע! -- הערט זיך ווידער, 

בליומקע הערט דאָס קאֵל, נאָר רופט זיך ניט אָפּ. זי װיײיסט, אז די, װאָס 
רופט זי, װעט באלד קומען אין מיל, ס'איז שוין ניט איין מאָל אזוי געוען, 
איצט זײַנען אירע געדאנקען קלאָף און זי האָט הארצווייטעק פון דעם, װאָס 
די אלטע דארף זי זוכן. זי געדענקט, אז די אלטע סטאסקעכע, װאָס האָט 
בא זיי געדינט צענדליקער יאָרן, האָט זי געראטעוועט. זי װאָלט גערן גע- 
וען זיצן מיט דער אלטער, נאָר א מוירעדיקע קראפט שלעפּט זי אהער צו 
דעם טאטגס מיל, 

עס הערן זיך טריט, די אלטע שארט זיך ארײַן און זעצט זיך אפן ברעג 
װאָג. זי גלעט בליומקעס האָר, טוט אויס שטיל די געקעסטלטע פאטשיילקע 
פון קאָפּ און ווארפט זי ארוף אף בליומקעס אקסלען, גלעט זי מיט איר 
ביינערדיקער האנט און פון אירע אויגן קײַקלען זיך טרערן. זי שעפּטשעט: 


07 


איך האָב נעכטן אױסגעקאַכט ארבעסענע טריף-קניידלעך, אײַנגעדעקט אין 
בעט, געווארט, געווארט... דו ביסט ניט געקומען... האָסט זיך ווידער גע- 
באָדן? װועסט זיך צוקילן, לויף ניט אהער, זיי האָבן דאָ אלְץ צעראבעוועט, 
װאָס דארפסט! קוקן אפן כורבן? פאַלג מיך, נעם זיך אין די הענט, דו ביסט 
דאָך א קלוגע, א געלערנטע. גאָט האָט געטאָן א נעסן די רויטע ארמיין 
האָט זיך אומגעקערט, װעלן מיר פאָרן צום דאַקטער,,." 

בליומקע קוקט אַן די אלטע מיט א קלאָרן בליק: ,איך על דיך פאָלגן, 
איך װעל מער אהער קיינמאָל ניט גיין... דאָ איז מיר אזוי שרעקלעך,." 

די אלטע שאָקלט מיטן קאָפּ, בליומקע האָט דאָס שוין ניט איין מאָל 
צוגעזאָגט... 

סטאסקעכע ווארפט אראָּ פון בליומקען די צעריסענע זעק, און נעמט 
זי פאר א האנט. בליומקע גייט איר נאָך, װי א בלינדע. עס פארנעמט זיך 
דער באגינען. די פייגל טשוכען זיך, פליִען ארויס פון די נעסטן, און דאָס 
שפּינוועבס וויגט זיך פון זייער פאַכען מיט די פליגל,, 


- מיר זײַנען צונעווינט צו רי אומגליקן. 


-- נאכמען, נאכמען, נאכמען! -- האָט כעװועד געשויען -- מאך זיך 
ניט, דו הערסטאָך, אז איך רוף דיך, װאָס מאבסטו זיך טויב, וויי איז מיר! 
דו נעמסט מיר ארויס מײַן נעשאָמע. | 

נאכמען קוקט אף איר, ער דערמאַנט זיך עפּעס.. . כעוועדן דוכט זיך, אז 
ער קומט פון ערגעץ װײַט, זי רעדט מאמעש אין זײַן אויער ארײַן. 

-- נאכמען, צעקרעפּל מיך, גלייב איך ניט, אז דו הערסט ניט, קוק ניט 
אזוי אף מיר! | 

אנומלטן האָט ער געזאָגט קלאָר און דײַטלעך: 

-- הערן הער איך, אָבער איך זאָל טאקע וויסן װער עס שרײַט, דאָס 
קאָן איך ניט זאָגן, 

יענעם טאָג האָט כעװעד פאַרױסגעזאָגט: | 

-- ער װעט אונדז שוין לאנג ניט באלעסטיקן, טאָכטער, 


זי האָט טאקע געטראָפן. כעוועד איז קימאט ניט געוען אין שטוב, זי 
איז געזעסן אפן צעקרימטן באנק בא די שיפּאָװניק-קוסטעס און אז די טאָמ- 
טער אָדער דער איידעם אָדער די שכיינים פלעגן ארויסטראָגן א כלאָז קע- 
פיר, אן אפּעלסין, האָט זי קוים פארזוכט און געבעטן; | 
| = -- טוט אים זײַן רעכט, אזא. בראנד, דער אנדערער מעסלעם האָט 
ראכמאָנעס! 


208 


װאָסטריאקאָװץ האָט דער איידעם ניט געקאַנט דערשלאָגן זיך, מע האָט 
געפירט אין א גרויסן אװטאָבוס די טרונע מיט נאכמענען און א פופצן 
מענטשן,. | | 

אין דער ניקאָלסקער קרעמאטאָריע האָט כעוועד שטיל זיך אָנגערופן צו 
א שכיינע, װאָס איז געשטאנען לעבן איר, 

-- גוואלד, קוקט זיך אײַן וויפל מאשינעס, װאָס פאר אן אָטשערעד, מע 
דארף גאָר קיין נאָמבעס ניט, עס קומט די שאָ, פארזאמט זיך קיינער ניט, 


נאָך דער קרעמאציע זײַגען געווען געגרייט צוויי טישן, דער טאָכטערס 
כאווערטעס, װאָס זײַנען ניט געפאָרן אין קרעמאטאָריע האָבן אײַנגעקיפט 
און אלץ געמאכט. בייס כעוועד האָט עס דערזען, האָט זי אױסגערופן: 

-- אמאָל האָבן ייִדן אזוי ניט געטאַן, װאָרעם מיר זאָלן מאכן סודעס 
נאָר אלע אונדזערע אומגליקן, ווייס איך ניט וויפל טישן און וויפל געפעס 
מיר װאָלטן געדארפט! מיר זײַנען צוגעװווינט צו אונדוערע לעװײַעס, װאָס 
מיר האָבן פארשפּאָרט צו מאכן!,. 

דעם ברודערס װײַב, די פּלעמעניצע און נאַך עטלעכע פרױיען האָבן 
אױיסגעפּראלט א געוויין, 

-- דרי זין אונדזערע װאַלטן אײַך הײַנט געהאָלפן וויינען, נאכמען 
האָט זיי גיט געקאַנט פארגעסן, עס איז ניט געווען דער טאָג, ער זאָל ניט 
קוקן אף זייערע פאָטאָגראפיעס, און באגיסן זיי מיט בלוטיקע טרערן. ניט 
די אכציק יאָר האָבן צוֹ נאכמענען געבראכט דעם מאלכאמאָוועס, די אומ- 
געקומענע זין אונדזערע אפן פראַנט, די שוועסטער מיט די ברידער, װאָס 
מע האָט לעבעדיקע באגראַבן מיט זייערע אייפעלעך, האָבן נאכמענען, מײַן 
דעמב, מײַן ערלעכן גוטן ייִדן אוועקגענומען פון מיר! מיר האָבן זיך צוגע- 
װווינט צו אונדזערע אומגליקן, וויי און וינד איז מיר! 


די מאמע האָט געטראָפן 


װי נאָר יענטע איסאקאַוונע האָט דערזען ליוסען האָט זי אין קיך גע- 
זאָגט צום זון: | 

-- ראפיק עס איז ניט פאד דיר. ווען דער טאטע װאָלט דערלעבט צו 
זען די מעציע, װאָלט זי פארשפּאָרט צו זיצן בא אונדזער טיש. װו זײַנען 
דײַנע אויגן? 

-- מײַנע אויגן זײַנען אף אן אָרט, װעסט עפשער זאָגן -- זי איז א 
מיעסע? 

-- היט זיך װי פאר פײַער! באטראכט זיך גוט, װאָרעם זי ווייסט, אז 
זי מאכט דיך גליקלעך און זאָלסט וויסן זײַן, איך װעל זי ניט צושרײַבן! 


209 


.עס האָט ניט לאנג געדויערט און ראפיק מיט ליוסען האָבן זיך פארע- 
גיסטרירט. געװוינט האָבן זי בא דער שוויגער בא יעליזאוועטא פּאװלאָוונא. 
בייס ראפיק האָט דערמאַנט װעגן צושרײַבן, האָט זי ווייך און קאטעגאָריש 
אופגעװאָרפן; | | 

-- דו מיינסט, איך ווייס ניט, אז דײַן מאמעטשקע לאָזט ליוסינקען אף 
דער שװעל ניט? איך האָב צײַט, איך זע װאָס פאר אן אויצער מײַן קינד 
האָט ארײַנגעכאפּט! זאָג אליין, װאָס פאר א ווערדע האָבן דײַנע הונדערט 
פופציק רובלקעס, װאָס האָסטו זיך געטראכט? אין דרײַ מאָנאט ארום, װעט 
איר דאָך זײַן זאלבעדריט, 

-- וועגן דעם װעל איך ריידן מיט מײַן פרוי, מיט ליוסען, זי האָט גע- 
װוּסט, וויפל איך פארדין. 

-- אוב דו מיינסט, איך װעל אוועק פון דער ארבעט און װוערן בא דיר 
א ניאנקע, האָסטו א ביטערן טאָעס, אוב דו טראכטסט, ליוסע װועט גיין אר- 
בעטן, ווייסטו, זי האָט בא טאטע-מאמע ניט געארבעט און זי װעט בא דיר 
ניט ארבעטן. א מאן דארף וויסן וויפל ארײַנצוטראָגן אין שטוב. 

-- איך באדויער, אָכער מער וויפל איך פארדין, װעל איך ניט ברענ- 
גען אין שטוב און מער װעל איך א װאָרט ניט זאָגן, 

ראפיק האָט טאקע געשוויגן, אָבער יעליזאוועטא פּאװלאָוונא ניט. 

-- מײַן קינד איז געווען זאט, ארומגעזען, אַנגעטאָן, קיין אוכאזשאָרן 
האָבן איר ניט געפעלט, איצט ביסטו אויך ניט איינער אין מאָסקװע! 

ראפיק האָט ארופגעװאָרפן די באַלאַניע און איז ארויסגעגאנגען פון 
שטוב, | 
פארשטייט זיך, האָט ראפיק דערציילט דער מאמען װוינציקער, וי יעלי- 
זאוועטא פּאװלאָוונא האָט אַנגעברײַעט, אָכער אפילע דאָס װינציקע איז גע- 
ווען איבערגענוג, עס זאָל בא איר פארן זון קיין טרייסט ניט בלײַבן: 

-- מײַן קינד, ווארט ניט אף קיין ניסים, ליוסע איז יעליזאוועטעס טעכ- 
טערל, עס זײַנען דאָ ערלעכע, לײַטישע מישפּאַכעס, נאָר דו האָסט געפּאקט 
אזעלכע, װאָס האָבן שמאַלע הערצער און ברייטע טײַסטערס -- אנטלויף! 

-- װאָס רעדסטו מאמע-ע-ע! -- האָט ראפיק אויסגערופן -- בא אונדז 
װועט אינגיכן געבאָרן ווערן א קינד.. 

-- דאָס איז פון אײיביק די מענוּװאָלימס מאזל. 

-- װאָס איז זייער מאזל? 

-- זייער מאזל איז, װאָס לײַטישע מענטשן באגייען זיך מיט זיי לֵײי- 
טיש... 
ראפיק האָט געטאָן װי עֹר האָט באשלאָסן, די שוויגער האָט געקאַנט 
שרײַען וויפל זי האָט געװאָלט -- ער האָט געשוויגן. 


אנומלטן, האָט ליוסע געקויפט דזשינסן פאר חונדערט צוואנציק רובל, 
ראפיק האָט באטראכט די קניע און זאכלעך באמערקט: 
-- די הויזן זײַנען נאָרמאלע הויזן. נאָר װאָס װעלן מיר קײַען? 


210 


--- דאָס איז דײַן דײַגע -- מאכט זי, װאָס האָסטו געמיינט, נאָכן קימ- 
3עט װעל איך וערן א באָבעצע? איך בין אלט צואנציק, דו זעקס און 
צוואנציק! פארװאָס האָט מײַן טאטע קיינמאָל קיין װאָרט ניט געזאָגט דער 
מאמען אָדער מיר, ווען מיר פלעגן קויפן, װאָס עס געפעלט אונדז, 

-- דײַן טאטע אי א סנאבזשעגעץ, א פארזאָרגער אף אזא גרויסן זא- 
װאָד, ער האלט אין די הענט גרױס געלט, איך בין א פּאָשעטער איב- 
זשעניער, 

-- דער טאטע האָט דיר געזאָגט, אז ער קאַן דיך אײַנאַרדענען אף א 
גוטער שטעלע און ער װעט דיך לערנען, וויאזוי און װאָס! 

-- ווען דאָ װעט וואקסן גראָוֹ, -- האָט ראפיק באוויזן די דלאָניע, -- 
געדענק ליוסע, איך וויל ניט מער וי איך האָב ,וויאזוי און װאָס" דײַן טאטע 
װאָלט מיך געלערגט, ווייס איך ניט, נאָר איך װעל זײַן טאלמיד קײנמאַל 
ניט װערן! 

-- אויב דו װילסט, איך זאָל זײַן צופרידן און דו זאָלסט האָבן א װײַב, 
וועסטו מוזן ווייכער ווערן, 

-- איך װאָלט זיך געװוטשן, דו זאָלסט זײַן נכאשיידענער, װײַל איך 
בין ניט אזא נאר, אז איך זאָל װעלן דו זאָלסט ווערן קליגער... 

-- דו געדענקסט, װי דו האָסט נאָך מיט א קורצער צײַט צוריק נע- 
כאזערט, איך האָב דיך ליב, ליב, ליב און אז איך װאַלט לעבן אפילע טויזנט 
יאָר, װאָלט מיר קנאפּ געװען אויסצוקושן דײַן גוף, 

-- דו ווייסט גאנץ גוט, אז פון ענגהארציקײַט האָב איך ניט געליטן 
און װאָס איך האָב דיר געזאָגט -- איז ריינער עמעס. איך בין דאָך געווען 
זיכער, אז דײַן גוף האָט א נעשאָמע. און... זאָל זײַן גענוג, 


װאָס װײַטער זײַנען די שמוסן צװישן זיי געװאָרן אלץ שארפער, נאָר 
דאָס קינד האָט געלינדערט ראפיקס אַנגעװײיטעקט הארץ. פון דער ארבעט 
פלעגט ער וען-ניט-ווען ארײַנלױפן צו דער מאמען. אנומלטן, האָט ער 
אויסגערעדט דאָס הארץ; 

-- מאמע, װעסט גלייבן, זי זיצט אנטקעגן שפּיגל און מאראפעטעוועט, 
גענקע האָט אַנגעטאָן דאָס רעכטע שיכל אפן לינקן פיסל, דאָס לינקע שיכל 
אפן רעכטן פיסל, און זי זעט עס ניט. איך גיב א קוק און זאָג: 

-- פארװאָס האָט ער אזא מאָדנע פּאַכאָדקע, טו אים אָן די שיכעלעך, װוי 
געהעריק, 

מאכט זי צו מיר: 

-- גיי בעסער אין קיך, ווארעט אָן דעם זופּ, איך בין הונגעריק. 

איך האָב זיך קוים אײַנגעחאלטן ניט ארײַנצופלעמען אין דער שיינער 
מאָרדעטשקע, 


311 


-- איך האָב דיר צעלייגט אף טעלערלעך אלע אירע מײַלעס פאר דער 
רעגיסטראציע, איך בין זיכער, עס װעט זײַן װאָס צוצולייגן... נעם דאָס קינד 
און גיב איר א געט, 

אָבער דאָס קינד איז געווען ראפיקס טרייסט, זײַן פרייד און זײַן ליבע, 
פון דער ארבעט איז ער געלאָפן אין קינדערגאָרטן, מיטן קינד האָט ער 
אײַנגעקויפט װאָס עס האָט זיך געלאָזט, קעדיי ניט שטיין אין א גרויסער ריי. 
פאר דער ארבעט, גאנצפרי, האָט ער גענקען געקאַרמעט, אָנגעטאָן און אים 
געפירט אין קינדערגאָרטן. אפילע אף דער ארבעט האָט מען געװוסט, װאָס 
פאר אן אויצער ראפיק האָט, און מיטיק-צײַט פלעגן די מיטארנעטערנס ניט 
זעלטן אײַנקױפן מילך, פוטער, ברויט פאר ראפיקן, די רו-טעג האָט ער קיין 
פרײַע מינוט ניט געהאט. די מײַקעלעך, העמדעלעך, טרוסיקלעך, הייזעלעך 
האָט ער געוואשן, די געלעגער-וועש אין װעשעריי געטראָגן, מיט גענקען 
שפּאצירט און קײנמאָל קיין קרום װאָרט ליוסען ניט געזאָגט, כאָטש דאָס 
הארץ האָט אין אים געפלאקערט, 

די לעצטע צײַט האָט ער מער ניט געפרעגט װי פריער: 

-- מאכסט שוין דײַן מאראפעט? 

ער האָט געקוקט, װי זי שמירט אף די אױגן-לעפּלעך בלאַ -גרינלעכע 
פארב, אף די ליפּן צונטער-רויטע פּאָמאדע, ציט ארוף דעם וואסער-טויב- 
לער, טוט אָן די דזשינסן, גארטלט אָן די לענדן מיטן ברייטן לעדערנעם 
רימען און נייט האסטיק ארויס פון דער קאָאָפּעראטיװער איינצימערדיקער 
דירע, וועלכע ליוסעס טאטע-מאמע האָבן פאר ,די קינדער" געקויפט. רא- 
פיק שפּילט זיך מיט גענקען, לייגט אים שלאָפן, טרינקט אויס א פּאקעט 
מילך מיט א זיבנקאָפּעקענער בולקע, לייגט זיך אף דעם דאטשע-בעטל, כאָטש 
עס טרעפט, ליוסע נעכטיקט ניט אין דער היים. װעגן דעם, װי ליוסע פירט 
זיך האָט ראפיק דער מאמען ניט דערציילט, נאָר יענטע איסאקאַָװנע האָט 
זיך אליין אַנגעשטױסן און אײַנגעטײַנעט מיט ראפיקן: 

-- װאָס גייסטו ארום א פארשווארצטער, דו האָסט װוּ צו זײַן מיטן 
קינד, פאָלג מיר, שיק דײַן װײַב מיט שווער-און-שוויגער צו אלדי רוכעס. 

ראפיק האָט נאָך אלץ געקווענקלט, עס האָט נאָך געגליט בא אים א 
פונק האַפענונג. אין איינער א נאכט האָט אים פונדעסטוועגן א הייב געטאָן 
פון געלענער, ער האָט אָנגעקלונגען אין איין מאָרג, אין א צווייטן, אין עט- 
לעכע מיליציע-אַפּטײלונגען. פון דער לעצטער מיליציע-אָפּטײלונג האָט א 
הייזעריקלעכע, שטרענגע שטימע אים בארויקט: 

-- קלינגט ניט אין מיליציע, מיט אײַער װײַבעלע האָט גאָרנישט גע- 
טראָפן, קלינגט צו אײַערע באקאנטע יונגעלײַט, עמעצן פון זיי ווארעמט זי! 

אָט-אָ די אייצע איז געווען דער לעצטער בייגל.. 


דעם לעצטן זונטיק אין דער קאָאָפּעראטיוער נאדאן-דירע, האַט ראפיק 
וי אלע זונטיקס געהאט גענוג ארבעט. ער האָט קיין צײַט ניט געהאט צו 
קוקן, װי ליוסע פארבט די אויגן-לעפּלעך, די לִיפְּן און ער האָט עס שין 


12 


אזוי איבערגעווייטעקט, אז ווען ער האָט אפילע צײַט, װאָלט ער אויך ניט 
געקוקט, וי זי דרייט זיך אנטקעגן שפּיגל, 

עס איז גראָד געווען א שיינער טאָג, ער האָט אָנגעקאָרמעט גענקען 
און אים געװאָלט לייגן שלאָפֿן, דערזען, אז די צאצקעס זײַנען צעװאַרפן 
איבערן גאנצן צימער, האָט ער געהייסן גענקע זאָל זיי צונויפנעמען. װי 
טאָמיד האָט דאָס קינד געפאָלגט און בייס ער האָט צונויפגעליינט בי איין 
צאצקע, אי ליוסע צוגעשפרונגען און האָט מִיט די פיט זיי צעשלײַדערט 
איבערן גאנצן צימער. ראפיק האָט דערפילט, וי דאָס הארץ האָט זיך אין 
אים א הוידע געטאָן און אים מאמעש א שטויס געטאָן צו איר, נאָר דאָס 
קינד האָט ניטער גענומען ויינען. ראפיק האָט זיך געחאמעוועט, אָנגעטאַן 
גענקען, ארופגעכאפּט די באַלאָניע און איז מיטן קינד אף די הענט מאמעש 
ארויסגעפלויגן פון שטוב, 


אין א שׁאָ ארום איז גענקע געשמאק געשלאָפן אף יענטעס געלעגער, 
און זי איז געזעסן מיט ראפיקן באם טיש. לעכאטכילע האָבן זי געשוויגן, 
נאָר לאנג האָט עס ניט געקאַנט געדויערן, װײַל יענטע האָט עס ניט ארי- 
בערגעטראָגן; 

-- הער, מײַן זון, דאָס איז טאקע א ביטערע מיקסטורע, אָבער עס איז 
ניט דער גרעסטער אומגליק! 

-- איך האָב שוין די צאַרע באלד צוויי יאָר, איצט האָב איך מוירע, אז 
זי װעט צונעמען גענקען. 

-- האָב קיין מוירע ניט, אזעלכע ווילן ניט און קאַנען קיין מאמעס ניט 
זײַן. זיץ ניט מיט פארבראָכענע הענט. װאָס קאָן מען טאָן, מיר זײַנען, צום 
באדויערן, ניט זעלטן צוגאסט באם גליק, 


א װײַבערשער שמועס 


אונטערן אלטן, מעכטיקן לינדן-בוים איז געשטאנען אפן ארײַנגעגראָ- 
בענעם קלאָץ דער גרינגער, נײַער, אויסגעהובלטער טיש. 

לעבן טיש זײַנען געזעסן צוויי פרויען: איינע אינגאנצן גראָו, אזוי 
גראָוו, אז ארום איר קאָפּ האָט געשוועבט א העל-בלאַע שײַן. אָכער איר 
גאנץ געשטאלט איז געווען טמימעסדיק-קינדעריש. אירע ברוינע אויגן האָבן 
אף אלץ געקוקט אופגעלייגט, אירע פיס זײַנען אראַפּגעהאנגען פון באנק, 
זי האָט נאַכאנאנד באוועגט מיט די פיס-פינגער. און דאָס האָט אויך אויס- 
געזען זייער קינדעריש. די צווייטע האָט נאַכאנאנד געשמייכלט, אירע בלויע 
קרום-געשניטענע, שמאָלע אױיגן, האָכבן פריילעך געבלאנקט, אירע ברוינע 


213 


האָר האָבן גענומען גראָוו װוערן נאָר ארום די שלייפן. אירע פיס זײַנען גע- 
שטאנען אף דר'ערד אזוי, אז עס האָט זיך געדוכט, זיי שפּאנען אוועק, ניט 
קוקנדיק אף דעם, װאָס זי זיצט, 


ס'איז געווען די צײַט אין פרילינג, ווען אלץ איז זאפטיק-גרין, ווען אלץ 
קניפּט בליונג, ווען דאָס וואקסן-קוועלנדיקע ריכט זיך ניט אפן שנײַד-מע- 
סער... 

-- וי פּרעכטיק-יונג אלץ איז -- האָט באמערקט די גראָװוע, פירנדיק מיט 
א פינגער ארום אויסגעהובלטן סוק פון טיש. 

-- יאָ, דאָ איז א גאניידן. איך בין גליקלעך, װאָס דו האָסט זיך גע- 
לאָזן איבערעדן און ביסט געקומען. דריי ניט מיטן פינגער, קענסט אים 
פארשטעכן. 

-- ס'איז זייער גלאט אויסגעחוכלט. ס'איז צו זען װאָס פאר א מעכ- 
טיקער... צװײַג דאָס איז געווען, אָבער װוּ האָט ער גערוישט... װוּ האָט ער 
געגרינט... זאָגסט, ביסט גליקלעך? מיר איז דאָ אויך חיימלעכער. עס טוט 
מיר האנאָע, װאָס כ'האָב זיך ארויסגעריסן פון שטאָטישן הו-הא, פון בענ- 
זין-רייעך. דאָ איז אזוי שטיל און ראכוועסדיק. 

-- יאָ, ביסט גערעכט, דאָ װערט מען בעסער. אָבער ווען דו פאַלגסט 
מיך און קומסט א ביסעלע פריער, װאָלסטו אלע טאָג געוען א נײַעם װוּג- 
דער... פארנאכט האָב איך געזען הארט פארוויקלטע קניפּלעך -- אינדערפרי 
בעז, נעכטן האָב איך קיין איין געפּינטלטן זשוק ניט געזען -- אף מאָרגן איז 
דאָס גראָז פול געווען מיט מוישע-ראביינוס קיעלעך, מיט די ערשטע זונען- 
שטראלן האָבן די שוואלבן געקלעפּט ליימענע פארפל אונטער דער סטריכע, 
איצט איז אלץ פארטיק -- די זי זיצט אין נעסט, ער רוט קיין רעגע ניט, 
און באלד װעלן שוין פון דאָרט ארויסקוקן יונגע שנעבעלעך... 

-- אָ, יאָ, מיר זײַנען שוין אזוי לאנג כאווערטעס. זאָג מיר, אוב דו 
קאָנסט, פארװאָס האָסטו געהאט נאָר איין קינד? 

-- מאָטל האָט ניט געװאָלט. 

-- און דו? 

-- איך האָב געמאכט אבאָרטן. 

-- װאָס-רעדסטו? 

-- װאָס דו הערסט. פריִער האָט ער געזאַגט, אז מיר זײַנען צו יונג. 
נאָכדעם האָט ער געגרייט די קאנדידאטסקע, נאָכדעם איז אלץ געווען גוט. 
האָט זיך אָנגעהױבן די מילכאָמע. יאָ, מיר האָבן קיינמאָל ניט גערעדט װעגן 
די זאכן. פארװאָס האָסטו אפילע קיין איינעם אויך ניט געחאט? 

-- אָ, דאָס איז זייער אומעטיק. ווען איך האַב כאסענע געהאט מיט 
שמועלן, בין איך געווען זיכער, אז ער איז דער צארטסטער, דער איידל- 
סטער... נאָכדעם האָב איך געזען, אז דאָס איז ניט אזוי. האָב איך זיך ארי- 
בערגעקליבן אין צווייטן צימער צו דער מאמען. אינדערפרי פלעגט די מא- 


14 


מע צוֹ מיר זאָגן: ,װאָס גייסטו ארום, װי אונטערן וואסער... קראנקע ווארטן 
דאָך אף דיר, דארפסט דאָך היילן מענטשן!."* 

-- נו, האָסט דערציילט דער מאמען? 

-- װאָס פאלט דיר אײַן! די מאמעס האָבן אונדז אויך ניט אלץ דער- 
ציילט... װאָרעם וויבאלד מיר לעבן שוין יאָ אין אזא צײַט, אז מיר נייטיקן 
זיך ניט אין קיין שפּײַזער-מענער, האָב איך זיך געקאָגט פארגיגען צו זײַן 
זעלבשטענדיק אין אלע הינזיכטן. נו, נאָכדעם האָט די מילכאָמע א סאַף 
געמאכט צו אלץ,. עס קאָן זײַן, ווען שמועל קערט זיך אום... נו, ניט גע- 
רעדט -- איז אויך געשוויגן, 

-- זע! און איך בין געווען זיכער, אז שמועל איז געווען אזא גוטער,ן 
צארטער מאן, 

-- ער איז געווען אזא, װי ער איז געווען. און אויב דו װילסט װיסן, 
איז אפילע גאָר א גוטער מענטש -- נאָך אלץ ניט קיין גוטער מאן. גענוג 
זיך געגריבלט, קום בעסער צום קוואל! די סטעזשקע צום קואל איז אזי 
שׂיין אױסגעטראָטן, ליגט אזא ליכטיקע צװישן די געדיכטע, גרינע 
קוסטעס. 

-- יאָ, די סטעזשקע צום קוואל איז פּרעכטיק און ס איז מיר שוין דע- 
רעסן דאָ צו זיצן, אָבער מיר האַבן א פולן עמער וואסער, 

-- גיס אויס! ווער דארף נעכטיקע וואסער? מיר וועלן ברעננען פרישע, 
װאָרעם קלאָר, קאלט וואסער איז װי גליק -- קיינמאָל ניט איבעריק, 


מאָסיץ און מײַץ 


ער גייט אוועק אף דער ארבעט פריער, אָבער עס האָט נאָך ניט גע- 
טראָפן, ער זאָל זיך אופכאפּן און ניט דערזען אירע אויגן ריין פון שלאַף. יאָ, 
זי זײַנען אָפן און ער זעט אין זיי: דעם צארטן, געטרײַען, ליבן אויסדרוק, 
וועלכן ער האָט געזען, א פריידיק-געטרײַען נעכטן, און מאָסיע האָט טאקע 
ניט נאָר געקװאָלן, נאָר פארווכט מיט די ליפּן אירע דינע אויגוילעפלעך, 
אייד'ער זיי האָבן זיך געזעצט עסן סאַסיסקעס מיט קרויט-סאלאט. 

זייער איינצימערדיקע דירע איז דורכגעשטראלט פון ציכטיקײַט און פון 
זייער געשאָמע-אכדעס. 

זי זײַנען דאָס צענטע יאַר מאן און װיב, 

ער װוּנדערט זיך אין הארצן: ,וי קאָן איין פרוי האָבן אזויפיל סאמעט 
אין די אויגן, אזויפיל מילדקײַט אין די הענט, אזא ברייטהארציקײַט אין איר 
שמאָלן טאָרס", 

זײערע פרײַנט, אפילע די מיטארבעטער האָבן ליב קומען צו זיי, װײַל 
זייער איינצימערדיקע דירע איז דורכגעשטראלט פון זייער איינפארשטאנד 
און גרייט-גינציקײַט. 


519 


-- איך האָב הײַנט געהאט א גרינגן טאָג, כאָטש עס איז מאַנטיק, מײַן 
פּראַיעקט איז אָנגענומען און איך פלי קיין אבאקאן, -- זאָגט זי אים אָן. 

-- אזוי װײַט, אף לאנג? קיין בילכערער איז ניט געװע-ען? 

| -- אף א װאָך, וויבאלד לוט מײַן פּראיעקט, דארף איך אכטונג געבן 

וי דאָס װעט געמאכט ווערן אפן וואגאָן-זאװואָד, 

-- איך װאָלט מיטגעפאָרן.. 

-- איך װאָלט דיך מיטגענומען. וואש דיך, טו אָן די טרעניראָװאָטשקע, 
הײַנט האָכן מיר א סאך ארבעט. 

זי זיצן איינער אנטקעגן אנדערן און עסן גריקע-קאשע מיט געדעמפטע 
פלייש (װאָס די מאמע האָט נעכטן געבראכט), דערנאָך פארבײַסן זיי מיט 
עפּל, 

זי דערמאַנט אים: 

|-- פארגעס ניט די וואסער-טרויבן, װאָס װאָרטשען זיי, װאָס זיפצן זי 
און פּײַפן, װוילסט די שכיינים זאָלן װידער מעלדן אין הויז-פארוואלטונג, 
אז מיר האָבן א וויבריר-מאשין? 

זי לאכן. דערנאָך קאָכט זי אן אונגארישע חון, ער ארבעט מיטן שטויב- 
זויגער און בייס זיי ענדיקן, מאכן זיי, װי מײַע רופט עס ,א פּראָמינאדל", 

נאָכן שפּאציר טראָגט זי ארויס די חינער-יויך אפן באלקאָן. גייט ארײַן 
אין שטוב, טוט א קוק אחין און אהער און רופט: -- מאָסיע -- מאָסינקע! 

פּלוצעם טוט ער א שפּרײַן צו איר פון אונטער דער גארדין און כאפּט 
זי ארום. 

-- לאָז מיך, װאָס איז דאָס פאר א נײַס. איך האָכ זיך אזוי דערשראָקן. 

-- א נײַס! האָסט זיך פארגעסן, אייערנעכטן האָבן מיר זיך אויך אזוי 
געשפּילט, 

-- נו, גוט. איך האָב זיך שוין דערמאַנט, -- באמערקט זי, און חייבט 
אָן פאנאנדערנעמען די טאכטא. עס איז צײַט צו גיין שלאַפן, 


דער האפן איז פרײַ 


דער שמועס אין טעלעפאָן צװוישן מערען און איר זון פארלויפט זיך 
אומגעפער אזוי: 

-- ענדלעך האָסטו געפונען די געלעגנהײַט? 

-- װאָס האָב איך געפונען, מאמע? 

-- איך זאָג, ענדלעך האָב איך זיך דערווארט אף דײַן קלונג. אז איך 
הער דײַן שטימע, ווערט מיר ווארעם אין אלע גלידער, 

-- מאמע, דו ביסט הײַנט אין שטוב? 

| -- יאָ, הײַנט װאָלט איך מיט פארגעניגן פארבראכט דעם אַָװנט אין 

דײַן געזעלשאפט, 


16 


-- איך פארשטיי ניט, איך פרעג -- דו גייסט אין ערגעץ ניט אועק? 

-- דו פארשטייסט מיך ניט, װײַל דו שמועסט זעלטן מיט מיר, 

-- מאמע, הער אוף. איך װעל קומען און מיר װעלן מיט דיר זיצן אין 
היימלעכער אטמאָספער. װאָס דארף איך לויפן? 

-- גאָרנישט, 

-- קיין מילך ניט, קיין ברויט ניט? | 

-- קיין זאך ניט. רייכער ניט מיט דײַנע קאַלעגן נאָך דער ארבעט, כאפּ 
דעם ליידיקן פּאַרטפעל און לויף צו מיר, 

-- פּאַקעדאָװאָ, מאמע, 


פון זונס , פּאַקעדאַװאָ' ביזן קלונג פון טיר-גלעקל דארף מערע דורכ- 
קומען פײַנע עטלעכע שאָ. פארשטייט זיך, זיצט זי ניט מיט פארלייגטע 
הענט. נאָר אָט הערט זי די געגארטע, צוויי לאנגע, צעצויגענע און איין 
קורצן, אַפּגעהאקטן קלונג. ער כאפּט זי ארײַן אין זײַנע ברייטע אָרעמס און 
דער פּאַרטפעל באָמכלט זיך אף אירע פּלײצעס. נאָך די פילצאַליקע קושן 
וואשט ער זיך, נעמט דעם פּאַרטפעל, זי גייען אין קיך. פון פּאָרטפעל נעמט 
ער ארויס א היפש פעקל, א פארוויקלטס אין קאלקע. זי ווייסט שוין װאָס 
דאָרטן איז, 

-- מײַן קינד, האָסט שוין ווידער געקויפט קאָווריזשקע? 

-- דו האָסט עס ניט לִיב? 

-- קיין סינע פיל איך ניט צו דערוף, אָבער איך װוּנדער זיך פונוואנען 
דו נעמסט געלט, 

-- איך נעם ניט, לענע גיט מיר, 

-- וויפל אסיגנירט זי דיר? 

-- מיו איז איבערגענוג. װאָט ארט דיך וויפל זי גיט מיר? 

-- עס ארט מיך ניט וויפל זי גיט דיר, עס ארט מיך, װאָס דו ביסט 
זייער באװײַבט, 

|-- װאָס נין איף זייער? | 

-- נו, זאָל שוין זײַן וי עס איז, לאָמיר עסן בעשאַלעם און שאלווע, 

זי נעמט פאר זיך אויך א טעלער און א לעפל, כאָטש עס ווילט זיך איר 
ניט עסן. אָבער זי װײיסט דאָך, אז ער װעט זיך ניט צורירן, אוב זי װעט 
ניט עסן מיט אים איניינעם. זי קוקט װי ער קײַט און שלינגט מיט אים 
באנאנד, װוי זי פלעגט שלינגען מיט יאָרן צוריק, ווען ער איז געווען א פּי- 
צינקער. איצט איז מערע גליקלעך. זי טראכט ניט וועגן דעם, או ער װעט 
מאָרגן. גאנצפרי אוועקלויפן צו דער ארבעט און װעט ווידער פארשווינדן אף 
צוויי-דריַ װאָכן. זי קוקט װי ער טרינקט טיי, װי דאָס קריגעלע איז קליין 
אין זײַנע הענט און עס קומט איר אפן זינען א מאָדנער געדאנק. ,אָט דער 
קרעפטיק-וווקסיקער שווארצכיינעוודיקער מאנצבל איז טאקע אינדערעמעסן 
מײַן זון?" ער כאפּט איבער איר פארווונדערטן בליס. - 


517 


-- װאָס קוקסטו אף מיר, װי אף אן אומגערן באקאנטן? 

-- איך קאַן ניט טרינקען אזוינע זוד, וי דו. האָסט אויך געמעגט צוּ- 
ווארטן, װאָלסטו אזוי ניט געשלוקעכצט. 

זי זאָגט ניט װי דער טאטע, אַלעװהאשאָלעם, האָט געשלוקערצט. אָבער 
דער זון רוקט אָפּ דאָס טיי-קריגעלע און באמערקט: 

-- דעם טאטן פלעגסטו אויך אלעמאָל זאָגן, ער זאָל ניט טרינקען אזוינע 
הייסע. און ער האָט דיך אויך ניט געפאָלגט. -- און גלײַך נאָך דערוף, אַן 
א שום איבערגאנג, נעמט ער דערציילן; 

-- דו װייסט, מאמע, די באלעבאטים פון די שטיבער, װאָס מע האָט 
אראַפּגעטראָגן, זײַנען אריבערגעפאָרן אין נײַע דירעס און זיי האָבן פאר- 
געסן די הינט. סאיז אזא ראכמאַנעס, אף פּעראָװער גאס בלאָנקען אום אָן 
א שיר פאריאָסעמטע הינט. 

-- װאָס ביסטו אזוי פּלוצעם אריבערגעפאָרן צו די הינט? איך פארשטיי, 
אז דו װאָלסט גענומען עטלעכע, | 

-- זאָגסט עטלעכע? כהאָב גענומען איינעם, האָט מיך לענע ארויסגע- 
מעשאלייעכט מיט אים איניינעם. -- ער זאָגט עס, צעשנײַדט די קאָווריזשקע 
אף פירקאנטיקע דינע שטיקעלעך, לייגט עס אװעק אף א טעלער און זי 
גייען אוועק אין צימער. אין צימער אפן טיש ליגן שוין אָנגעשניטענע שטי- 
קעלעך פּאפּיר נאָך פון ‏ פארצווייוואָכן. א בלײַקע ליגט אויך. ער נעמט א 
שטיקעלע קאָווריזשקע, קײַט פּאמעלעך, צייכנט מיט דער בלײַקע אף א 
שטיקעלע פּאפּיר א קאראוועלע. ווען ער האָט עס פארטיק, זאָגט ער: 

-- זעסט, מאמע, אף אזא מין שיף איז געשווומען מאגעלאן. דאָס איז 
אים אָנגעקומען מיט גרינע ווערעם. און זײַן סאָף איז געווען א טרויעריקער, 
נאָכדעם האָט זיך די מענטשהײַט געטרייסט. ס'האָבן זיך געפונען נאָך מו- 
טיקע מענטשן, 2 

-- איך ווייס דאָס, מײַן קינד, כהאָב דאָס געלייענט בא צווייגן. 

-- כווייס, אז דו האָסט געלייענט. אָבער עס שאט ניט, אז מירן זיך 
דאָס דערמאַנען, -- טוט ער א זאָג, נעמט צייכענען אף נאָך א בלעטעלע אן 
אנדער מין שיף, ביז אזייגער איינס זײַנען שוין אלע בלעטעלעך באמאַלט 
מיט בריגאנטינעס, קאראוועלעס, און פרעגאטן. מערע לייגט עס ארײַן אין 
קאַנװערט, װוּ עס ליגן שוין היפּש אזוינע שיפן, און טראָגט עס אוועק אין 
טישקעסטל, מאכט די געלעגערס, כאָטש זי װײיסט, אז זיי װעלן נאָר לאנג 
זיצן און זי װעט נאָך א סאך זאכן אויסהערן פון אים. 

-- מאמיצע, איך וויל נאָך טיי, 

-- דאָס איז זייער א גרינגע זאך. זאָג מיר, פארװאָס קלינגט מיר קיין- 
מאָל לענע ניט? 

-- כ'האָב זי קיינמאָל ניט געפרעגט. 

-- איך וויל פארשטיין, מײַן קינד, פארװאָס נעמט זי ניט אראָפּ דאָס 
טרײַבל, װאָס האָט זי צו מיר? 


20* 218 


-- א דײַגע דיר. בעסער פריי זיך, װאָס איך בין געקומען. און זאָג מיר, 
מאמע, דו ווייסט ער וואמכערי איז געווען? 

-- פארװאָס זאָל איך ניט װויסן. ער איז געווען א רײַונדער, 

-- דו רעדסט עס אזוי גרינג אויס -- ער איז געווען א רײַזנדער, ער 
איז דאָך געווען פארפּײַניקט פון די קינדער-יאָרן אָן. געוואקסן איז ער בא 
אן אָרעמער ייִדישער מישפּאַכע, אין אן אונגאריש העק. נאָך א נעס, װאָס 
ס'זײַנען געווען בלאָטעס ארוט שטעטל, האָט ער געכאפּט פיאווקעס און ער 
פלעגט די בלוטזויגנדיקע סכוירע אָפּזעצן אין אפּטייק. צו דעם קלאַנדײַק 
איז ער נאָך געווען א קאליקע אויך. די קינדער פלעגן ארױסרײַסן בא אים 
די קוליעס און אים פארווארפן מיט שטיינער, 

-- איך זאָג דאָך דיר, אז איך ווייט, איך האָב געלייענט בא טיכאַנאָון, 

-- אָבער הער זיך אײַן, דאָס איז דאָך זייער רירנדיק, געדענקסט, װי 
ער פלעגט זיך גופע זאָגן: ,ארבעט, האָרעװע!" ער פלעגט זיך אליין לאָזן 
אָן מיטיק, אוב ער פלעגט ניט אויסלערנען אלץ, װאָס ער האָט באשטימט. 
ער האָט געלייענט פּושקינען אין רוסיש, דאנטען אין איטאליעניש, כאיאמען 
אין פּערסיש, סערוואנטעסן אין שפּאניש. 

-- יאָ, איך זאָג דאָך דיר, איך געדענק װי ער איז געװען אין טערקיי 
און אין מיטלאזיע. דאָס איז געווען א מערקווירדיקער מענטש, א ריז. אָבער 
איך װויל בעסער וויסן, מײַן זון, װי לעבסטו? 

-- ניט שלעכט. 

-- דאָט אינגאנצן? 

-- אף מײַן ערלעך װאָרט, מאמע, כ'ווייס ניט װאָס דו ווילסט, 

-- איך וויל, זאָלסט מיר װינציקער דערציילן וועגן רײַזנדער און מע- 
רער וועגן זיך, 

-- איך קאָן עס פארשטיין, אָבער איך קאָן דיר ניט זאָגן, אז מײַן לעבן 
איז דורכגעשטראלט. 

-- כ'דארף ניט אזעלכע חויכע װוערטער. לענע האָט דיך ליב, דו האָסט 
ליב לעגען? 

-- כ'האָב געװוסט, אז דו װעסט עס פרעגן. איך געדענק, װי גוט דו 
האָסט געלעבט מיטן טאטן, אָלעווהאשאַלעט. אָבער דארפסט פארשטיין, אז 
איר האָט געהאט מערער צײַט פון אונדו. לענע גייט אוועק צו דער ארבעט 
זיבן, די מעטראַ מיטן אװטאָבוט ראבעווען בא איר טאָגטעגלעך דרײַ שאָ. 
האלב אכט פיר איך אוועק פּעטקען אין קינדערגאָרטן. צו האלב נײַן דארף 
איך זײַן אף דער ארבעט. גאנצע טעג קוקן מיר זיך קימאט ניט אָן. שאבעס 
און זונטיק קלײַבן זיך אָן א בארג ארבעט מיט גייענישן, 

-- בייס מע האָט זיך ליב, גייט עס פאריינט. דער טאטע איז געזעסן 
אין שטוב, איך האָב שפּאצירט אין סקווער. װאָס איר האָט צו דרײַסיק יאָר, 
דאָס האָב איך מיטן טאטן געהאט צו זעכציק. אײַ, איר װילט מערער? 
איר האָט שוין א פיאנינע, װילט איר נאָך עפּעס. װען איר װאָלט זיך 


219 


באנוגנט, װאָלט לענע ניט געארבעט אף אָנדערהאלבן סטאווקעס. און דו 
װאָלסט אויך ניט געבליבן אף אויבערשאָען. | 

-- מאמע, דײַן צײַט איז געווען דײַן צײַט, און לאָמיר וועגן דעם ניט 
ריידן. לאָמיר בעסער אויסטרינקען נאָך א גלאָז טיי. 

! זי נעמט א שטיקעלע קאָווריזשקע, בײַסט אָפּ און באמערקט: 

-- דו װוייסט, מײַן זון, די קאַנדיטערי איז פון פאָריקן יאָרהונדערט. 

-- טונק אין דער הייסער טיי, װעט עס זײַן ווייכער, -- אייצעט ער. -- 
זי פאָלגט, באװײַזט קוים צוטראָגן די אײַנגעװײקטע לעקעך צום מויל און 
מאכט אים א כעזשבן, -- חײַנט איז פּונקט צוויי װאָכן װי דו ביסט בא 
מיר געווען. 

-- האָסט עס גוט בארעכנט. גלייב מיר, מאמע, אז װען איך װעל 
קומען מאָרגן נאָך דער ארבעט, װעט לענע זײַן פארװאָלקנט. 

-- זאָג איך דאָך, אז דו ביסט זייער באװײַבט. 

-- זייער צִי ניט זייער, מאמע, אָבער לענע איז מײַן װײַב. - 
== -- זאָל זי זײַן געזונט און שטארק, נאָר װאָס האָט זי צו מיר. פּײַנט 
האָבן א מענטשן נאָר דערפאר, װײַל ער איז דײַן שוויגער איז באנאל, 
אויב ניט זאָגן עפעס ערגערס. 

-- זעסט, מאמע, ס'איז שווער מיט דיר צו פארברענגען אין א פרײַנט- 
לעכער אטמאָספער. װאָס טויג דיר שנור, שוויגער, האָסט דאָך דעם זון 
לעבן האנט, דער זון האָט דיך ליב, דו האָסט אים לִיב. גיס אָן נאָך א 
גלאָז טיי, און איך װעל דיר דערציילן א שיינע זאך. דו האָסט געלייענט 
דיקענסעס ,א רײַזע, ניט צוליב האנדל-איניאָנים"? 

-- ניין, כ'האָב דאָס ניט געלייענט. | 

-- איז הער טאקע װי עס דארף צו זײַן די אװסטראליער שיף 
,ראָליאל טשארטער" איז אונטערגעגאנגען באם גריכישן ברעג. האָט זיך 
געפונען א גאלעך, װאָס האָט ארויסגערופן זײַן ברודער, אויך א גאלעך, 
און זי האָבן מעקאבער געווען די דערטרונקענע, װאָס דער יאם האָט 
ארױיסגעװאָרפן, לוט װי דאָס װערט געטאָן מיט מענטשן. די דאטע, װען 
די שיף איז אונטערגעגאנגען, איז ניט אָנגעװיזן, נאָר דער פארטראכט 
פון ,א רײַזע ניט צוליב האנדל-איניאָנים" איז בא דיקענסן אנטשטאנען 
אין די זעכציקער יאָרן פונעם פארגאנגענעם יאָרהונדערט. | 

-- נו, װאָס דערציילסטו מיר דאָס, מײַן זן? - 

-- שלאָג מיך ניט איבער, מאמע. דו באדענק זיך נאָר װאָס פאר 
א מענטשן דער גאלעך מיט זײַן ברודער זײַנען געווען, װאָס פאר א טיר- 
כע זי האָבן אף זיך גענומען, אז סזײַנען געווען טעג, װען זי האָבן 
באערדיקט ביז פערציק מייסים. דערנאָך האָט ער באקומען אָן א שיר 
בריוו פון די קרויווים, וועלכע זײַנען פאריאָסעמט געװאָרן. אנדערע זײַנען 
אפילע צו זי געקומען פון אווסטראליע. מאך ניט מיט דער האנט, מאמע, 
הער. אָט אזוינע בריוו האָט דער גאלעך געקראָגן: ;טײַערע,. אומפארגעס- 
לעכע פרײַנט! איך קאָן ניט פארגעסן אײַער גאסטפרײַנטלעכע שטוב, 


00 2 ;;ענעקסז /נמז 90 


אײַער הארציקײַט, מײַן נעשאָמע איז איבערגעפולט מיט דאנקבארקײַט צוֹ 
אײַך. מײַן פעדער איז צו שוואך דאָס אויסצודריקן. זאָלן די הימלען אײַך 
באלוינען אין דער פולער מאָס פאר אײַער אומדערהערטער גוטסקײַט ', -- 
דאָס איז טאקע ניט אָפּצושאצן, 

-- האָב געדולד, מאמע. דיקענס ברענגט נאָך א דאנק-בריוו פון דער 
ליװערפּולער ייִדישער קעהילע. אָט װאָס זיי שרײַבן צום גאלעך: ,איר 
האָט ניט געקארגט קיין מי, ניט געזשאלעוועט קיין קויכעס, און איר האָט 
געטאָן דאָס לעצטע רעכט. די דערטרונקענע יִדן לױט אונדזער דין און 
מינהעג, די גאבאָיִם פון אונדזער ליװערפּולער קעהילע שיקן אײַך איבער 
גרויס דאנקבארקײַט, ווינטשן אײַך לאנגע יאָרן גליק און װױלזײַן,." 

-- דאָס אלץ איז זייער גוט און זייער טשיקאווע. אָבער איך וייס 
ניט מערער װעגן דיר, װי איך האָב געװוסט! איך װאָלט, אשטייגער, גע- 
װאָלט װיסן צי דו און דײַן לענע, אײַערע כאוויירים העלפן אמאָל ארויס 
א נויטבאדערפטיקן. וואמבערי איז טאקע א מאָלאָדיעץ, האלעוו?? װאָלט 
איך געהאט אזויפיל נאכעס פון דיר, וויפל כהאָב פון אים. װאָס װעסטו 
מיר אף דעם זאָגן? 

-- ווייסט װאָס איך װעל דיר זאָגן, מאמע. איך וויל זיך ניט מאכן 
בעסער וי איך בין. נאָר אויב עס טרעפט, אז עס װערט קראנק עמעצער 
פון די מיטארבעטער, זײַנען דאָ סטראך-דעלעגאטן. אוב מע דארף, לייגט 
מען זיך צונויף. אָבער דו ווייסט אליין, אז איך בין ניט פון די פילאנטראָפּן, 

מערע װערט אזש רויט פון אָנשטרענגונג, און רופט אויס ניט מיט 
איר קאָל; 

-- דו ביסט ניט קיין פילאנטראָפּ? וויפל זשע גיסטו, ברייטע האנט, 
צוואנציק קאָפּעקעס!? 

-- שרײַ ניט, מאמע. 

-- וי וואגסטו מיר צו זאָגן , שרי ניט"! ניט אלץ, װאָס מע שרײַט, 
איז נארישקײַטן, ניט אלץ, װאָס מע רעדט אינדערשטיל, איז קלוג. דײַן 
לענע גיט אויך, מיסטאמע, צוואנציק קאַפּעקעס. 

-- ווידער לענע. כ'האָב דיר דערציילט אזוינע זאכן, אָנגעמאַלט אלער- 
ליי שיפן, איז דיר אלץ קנאפּ, 

-- ווייסטו װאָס, לאָמיר זיך שוין בעסער לייגן שלאָפן. שלאָפן אין 
דער בעסטער מיטל. אין כאָלעם קען מען זען זייער א גוטן זון -- 
ווערטלט זיך מערע און גייט אוועק אין איר צימער, 


אף מאָרגן איז ניטאָ קיין צײַט צוֹ שמועסן. דער זון אײַלט זיך צו דער 
ארבעט. ער עסט דינע, צוגעברוינטע פּענעצלעך װײַס ברויט, פארזופּט מיט 
קאווע און לויבט, 

-- דײַנע גרענקעס ווייסן װוּ צו פּרעגלען זיך, זיי ברענען ניט, 


221 


-- זיי ברענען ניט, װײַל איך בין ניט פארװאָלקנט. זאָג דײַן װײַב, 
זי זאָל האָבן א גוטע שטימונג, װעלן די גרענקעס זײַן צוגעברוינט אין 
דער מאָס. 

-- ווידעראמאָל די קראָפּעװע אין גאָרטן, די מומע אין בערדיטשעוו און 
די שנור אין הארצן, -- כאָכמעט זיך דער זון, 

-- נו, מיילע, כ'ועל דיר זאָגן, װאָס איך האָב אפן הארצן װען דו 
וועסט נאָכאמאָל קומען. זאָג מיר בעסער װי האָט מען גערופן דעם גאלעך, 
װאָס האָט מעקאבער געווען די דערטרונקענע. 

-- סטיווענרוז כיוז, ניט װײַט פון מאלפרי, זײַן ברודער איז אויך 
געווען א גאלעך, מע האָט אים גערופן ראָנערט כיוז, ניט װײַט פון אָליגװי, 
דאָס איבעריקע װעסטו אליין לייענען, כ'וועל דיר ברענגען דעם באנד 
דיקענסעס, װוּ ער באשרײַבט עס, -- זאָגט דער זון, נעמט דעם פּאָרטפעל 
און לאָזט זיך צו דער טיר, 

מערע באגלייט אים צו די טרעפּ, זי האלט אירע הענט אף זײַנע פּלײ- 
צעס, קוקט אים אין די אויגן און זאָגט האסטיק: 

-- קום אָפטער, לאָז זיך זען, פארשפּעטיק ניטן אין מײַן האפן איז 
נאָך א פרײַ אָרט, | 


װוּ ס'איז טיפער 


(געװוידמעט די שװער-לײַדנדיקע פון װידערגעפיל 
צו די ליבהאַבער פון ג;עפילטע פיש) 


שימען דער אײַנבינדער האָט אזוי ליב געהאט געפילטע פיש, פון 
דאַנערשטיק האָט שוין איבער אים געהערשט א מױרעדיקע טײַװע צום 
דאָזיקן מײַכל, און ער פלעגט מיט אומרו וועלן וויסן. 

-- זאָג מיר, מײַן װײַב, מיר האָבן ציבלקעס? 

-- מיר זאָלן אזוי זײַן באװאָרנט מיט זיסווארג, װי עס פעלט ניט קיין 
ביטערקײַט, 

נאָך אזא טרייסטפולער נײַס פלעגט שימען מוטיקער שטײן באם 
ווארשטאטל, 

כוץ כומאָשים, צענערענעס, סידורים, פלעגט ער אויך איבערבינדן װאָס 
דער גאלעך, דער אַרגאניסט און דער גלאָקן-קלינגער פלעגן ברענגען. 
בייס שימען פלעגט נעמען איבערבינדן א טרײפפּאָסל, פלעגט ער אָנטאָן 
נאָך א טאלעסקאַטן. און, שטייענדיק באם ווארשטאטל, זאָגן פון טיפן 
הארצן דעם ערשטן פּאָסעק פונעם ערשטן קאפּיטעלע טילים. , אשריי האָיש 
יאָשער לוֹי האָלאך בעייצעס רעשאַיִם אובעדערעך כאטאָיִם לוי אָמאד". 
כוץ דערוף איז ער אָפּגעקומען, קאָן מען זאָגן, מיט גאָרנישט, בייס ער 


222 


האָט געהאט צו טאָן מיט ,אזוינע זאכן", ער האָט קיינמאָל ניט אריַנגע- 
קוקט אין די , טרײפפּאַסלס" און וען ער װאָלט אפילע יאַ ארײַנגעקוקט, 
װאָלט ער ניט פארשטאנען, אז ער בינדט איבער דעם אָרגאניסטט פּסאל- 
טיר, װוּ ס'איז אף לאטיין געזאָגט געװאָרן דאָס זעלביקע, װאָס אין טילים. 
טאָמיד האָט ער דעם אַרגאניסטט און גאלעכס באשטעלונגען געמאכט צו 
דער מינוט, קעדיי די טומע זאָל װאָס גיכער אוװעק פון שטוב, 

אין איינעם א דאַנערשטיק איז דער אַרגאניסט געקומען מִיט א היל- 
צערן עמערל. דאָס איז געווען א ברייט געזעצט עמערל, אן ארומגע- 
כאפּטס מיט דיקע דרי אײַזערנע רייפן. דער אָרגאניסט האָט דאָס עמערל 
אוועקגעשטעלט לעבן ווארשטאטל, גענומען װאָס שימען האָט אים דער- 
לאנגט און זיך געלאָזט צו דער טיר, 

-- פּאן קאזימעש, איר האָט פארגעסן דאָס עמערל, 

-- פּאן שימען, דאָס איז פאר אײַך. מאַרגן איז פרײטיק, װעט אײַך 
דאָס צוניץ קומען. איך בין נעכטן געווען אף דער יאגילער אַזערע האָב 
איך זיי געכאפּט. אזעלכע שלײַענס פּאקן זיך זעלטן,. כ'וועל ברענגען די 
נײַע װאָך ארבעט, װעל איך פאריינס צונעמען די קיילע, 

פארשטייט זיך, האָט שימען גרײַלעך געדאנקט דעם אַרגאניסט, אים 
באגלייט ביז צו דער שװעל, דערנאָך האָט ער געזאַגט צו עטלען 

-- גיב אַקאָרשט אהער די פּארעווע ברעט, 

עטל האָט געבראכט, שימען האָט אראָפּגענומען די קראָפּעװע פונעם 
עמערל, אים איבערגעקערט מיטן דעק ארוף. אפן ברעט זײַנען ארויסגע- 
פאלן דרײַ שלײַענס, אָבער אזוינע שלײַענס! -- שימען און עטל זײַנען גע- 
שטאנען אײַנגעכויגענע, פארגאפטע. און עס איז געווען פון װאָס צו גאפן: 
די שלײַענס זײַנען געווען טונקל-גאָלדיק, די געדיכטע שטײַפע פלוספע- 
דערן האָבן געשווארצט פון דער איבערחײַטלנג, װי נאַדלען. גענוג 
זיך אָנגעװונדערט און אַנגעפרײיט, האָט עטל געזאָגט: 

-- גיב א קוק, שימען, מײַן מאן, װאָס דער אייבערשטער האָט אונדז 
צוגעשיקט אף שאבעס! | 

זי האָבן נאָך א װײַלינקע אָנגעקוקט די גריסארטיקײַט, זיי האָבן 
געזען װי די שלײַען האָבן זיך פאנאנדערגעגליטשט אין דער שליים. שימען 
האָט זיי אײינציקװײַז ארײַנגעלײגט צוריק אין עמערל, צוגעדעקט מיט דער 
קראָפּעװע און האָט שטיל געזאָגט צו עטלען: 

-- איך װעל זיי ארױיסטראָגן אין פירחויז, זאָלן זי שטיין צװוישן וואנט 
און טיר ביז מאַרגן, | | 

-- ביסט א כאָכעם, מײַן מאן. אין װינקעלע צװישן טיר און דער 
וואנט איז א צוגווינטל, װעלן זי דאָרטן צוווארטן און מאַרגן, מירצעשעם, 
װעל איך זיי מאכן, 

געזאָגט און געטאָן. שימען האָט אָן א קלענסטן טראַנץ אוועקגעשטעלט 
דאַס עמערל מיט די שלײַענס, דערנאָך איז ער ארײַנגעגאנגען אין שטוב, 


229 


האָט געוואשן די הענט, אראָפּגעװאָרפן דעם טרייפן פארטעך, אױיסגעטאָן 
דעם צוגאָב-טאלעסקאָטן, זיך גענומען צוֹ כײַקל דעם גלעזערס מאכזער. 

ער איז געשטאנען בא דער ארבעט, זײַן געמיט איז געווען גרינג און 
ליכטיק, ער האָט אזוי מאמאָשעסדיק געזען די שטיקער געפילטע פיש אפן 
טעלער, אז ער האָט אומרויק געפרעגט: 

-- זאָג מיר, עטל, קרוין, אן איי פון פאראכטאָגן האָסטו? 

-- זאָלסט מיר נאָר געזונט זײַן, מײַן מאן. דײַן עטל איז, כאַלילען 
אזא זוילעלװועסויװועניצע, אז זי האָט אופגעגעסן דאָס איי. געוויס האָב איך... 
װי דען? אף לאַקשן װעט דיר אויך קלעקן? קענסט גיין איבערציילן, איך 
האָב דרײַ אייער. 

דעם גאנצינקן טאָג איז שימען געווען היימלעך-צערודערט און ער האָט 
ניט פארמײַדט ארויסגיין א קוק טאָן, װי די שלײַענס פילן זיך.. 


אף מאָרגן, פרײַטיק אינדערפרי, האָבן זיי, װי אלעמאָל, געגעסן בולבע 
אין פּעלצלעך. שימען האָט געטונקט די הייסע בולבע אין קאלטער זאלץ- 
וואסער מיט אָנגעבראָקטע ציבעלעס און ניט געקארגט קיין שװאָכים. 

-- הער, מײַן װײַב, די ציבעלע-וואסער איז א מײַכל. מע פארשפּאָרט 
צו גיין בעטן בא כיענען הערינג-ראָסל, 

-- א מײַכל, ניט קיין מײַכל, עס קערט מיר די גאל צו שטײן בא 
כיענען מיט דעם שיסעלע, װי דער אָנע פארן טיר. װאָלסט זען װי זי 
פּליוכעט מיר ארײַן די דרײַ לעפל הערינג-ראָסל, װי זי װאָלט מיר גע- 
שענקט יאין האמשומער. איך זאָג דיר, אז מײַן מאמע, אָלעװהאשאָלעם, 
איז געוען א כאָכמאניעס. זי פלעגט אלעמאָל זאָגן, אז דער כאזער לייגט 
זיך אין קימפּעט, זאָל מען ניט ווארטן אף קיין שעפעלעך. 

שימען האָט געשמייכלט, דער טאָג איז געגאנגען. עטל האָט זיך דער- 
מאָנט: 

-- זי האָט ווידער ארײַנגעטראָגן די פּארעווע ברעט, גענומען דעם 
פארעווען מעסער און געהייסן: 

-- טראָג זיי ארײַן, איך װעל זיי מאכן! 

שימען האָט ארײַנגעטראָגן דאָס עמערל, פּאװאָלינקע ארויסגעלייגט 
די שלײַענס אפן ברעט און איז אוועק צום ווארשטאטל, 

-- שימען, שימען, אהער גיי. זיי זײַנען אופגעשטאנען טכיאס האמיי- 
סים! -- האָט עטל ניט מיט איר קאָל אויסגעשריען. 

שימען איז צוגעגאנגען, ער האָט גלײַך דערזען, אז עטל איז גערעכטן 
און ער האָט קלאָר געמאכט די זאך. 

-- שרײַ ניט, מײַן װײַב, טכיאס האמייסים שטייען אוף ראק לעבעדיקע. 

-- װוילסט, נעם זיך צו זיי, איך װעל זיך צו זיי ניט צורירן! 

שימענען איז אײַנגעפאלן דאָס הארץ. ער האָט געװוסט, אז עטל װעט 
זיך צו זיי ניט צורירן, װאָרעם מיט אן אָף צום שויכעט איז ער אלעמאָל 


224 


געגאנגען. ער האָט זיך אײַנגעבױגן, געקוקט אף די שלײַענס. זיי זײַנען 
שוין ניט געווען אזוי גאָלדיק, וי נגעכטן, זייערע פלוספעדערן אין דער 
איבערהײַטלונג זײַנען שוין ניט געװוען אזוי שפּיציק, אָבער זייערע עקן 
האָבן זיך באװועגט, זיי האָבן געעפנט און פארמאכט די מײַלער. שימען 
האָט א זיפץ געטאָן און װי מעגלעך רויִק געזאָגט: 

-- איך װעל זיי צוריק ארײַנלײגן אין עמערל און זיי אוועקשטעלן 
וי פריִער, 

-- צו ליכט בענטשן איז נאָך װײַט, װעסט זיי שפּעטער מאכן, 


ער האָט געטאָן, װי ער האָט געזאָגט. פלינק ארויסגעגאנגען פון שטוב 
מיטן עמערל אין האנט, אריבערגעקראַכן דעם פּלױט פון שיינע-כאנע- 
ריװועס גאַרטן. דורכגעשפּאנט די הויכע כריין-בלעטער און הינטער ארום 
מיט דער סטעזשקע געקומען צום גאלעכס טײַך. באם טײַך איז ער שטיין 
געבליבן. ארומגעקוקט זיך, ארײַנגעקוקט אין וואסער, דערזען קליינע מוש- 
לען, זאמד, און גיך אװעקגעשפּאנט װײַטער. אלץ הינטער ארום, ניט 
מיט דער סטעזשקע, װוּ אלע גייען. ווידער צוגעקומען צום טײַך, אריינגע- 
קוקט אין וואסער, כוץ וואסער-שפּינען אין געלבן וואסער מער גאַרנישט 
ניס דערוזען. אוועקגעשטעלט דאָס עמערל, אראָפּגעװאָרפן די קראָפּעװע, 
אופגעהויבן דאָס עמערל מיט דער רעכטער האנט, ברייט א פאַכע געטאַן 
און איבערגעקערט דאָס עמערל אין טײַך. עס האָט א שפּריצנדיקן פּליוסק 
געטאָן. שימען האָט געמאכט עטלעכע טריט אף הינטערװײַלעכט, אומרויק 
א קוק געטאָן אין וואסער. דערזען װי די דרײַ שלײַענס זײַנען געשוומען 
מיט די בײַכלעך ארוף. ער האָט זיך אזש דערשראַקן, אָבער אין א װײַלין- 
קע ארום האָט ער דערזען, װי די שלײַענס האָבן זיך איבערגעקונצט און 
זײַנען אוועקגעשווומען. ער האָט גענומען דאָס ליידיקע עמערל און איז 
אוועק. 

-- װוּ ביסטו געווען, שימען? טראָג זיי ארײַן, איך װעל זיי מאכן, 

-- זיי האָבן זיך שוין געמאכט! -- האָט שימען געזאָגט און געהייסן, -- 
עס װועט זײַן וי אלע װאָך, װעסט מאכן פאלשע פיש און ס'װועט רעכט זײַן, 

-- כ'זאָל שוין אזוי לעבן, וי כ'האָב געװוּסט װאָס ס'וועט זײַן, אָבער 
װאָס האָסטו זיך אזוי געזאמט, שלימאזל. דעם גאלעכס טײַך איז דאַך דרײ 
טריט פון אונדז, 

-- ביסט גערעכט, מײַן װײַב. איך האָב געמוזט אַנלייגן װועג. ויבאלד 
דו זאָגסט , שלימאזל", װאָס װאָלטן שוין געזאָגט פרעמדע מענטשן, וען 
זי זעען דעם סאָף פון די פיש, -- האָט שימען, שמייכלענדיק א זאָג געטאַן, 


25 


קיין טשאדארלונגע 


א גאנץ לעבן האָב איך ניט קיין געמיט צו סיורפּריזן, און דאָס מאָל 
האָב איך גראָד געטאָן אזוי, װי קיינמאָל ניט. קיין טשאדארלונגע בין איך 
געפאָרן, װײַל דאָרטן װוינט גאדעלע, דער קאָמונאר מיט זײַן מישפּאָבע, 
אמאָל איז גאדעלע געווען דער ייִנגסטער, קימאט דער מיזיניק צװישן די 
קאָמונארן, ער איז געווען שווארצער פון אלע שוארצכיינגעװװודיקע קאָמוֹ- 
נארן און מע האָט אים פארצויגן , גאדעלע דאָס צינײַנערל". פארשטייט 
זיך, האָב איך געװוסט, װאָס ער האָט געהאט אויסצושטיין פאר די יאָרן 
װאָס מיר זײַנען געווען צעשיידט. איצט פלעג איך פון אים קריגן דרײ 
קארטלעך א יאָר, צו נײַ-יאָר, צו מײַ און צום אָקטיאבער-יאָמטעו. איך 
בין געפאָרן צוֹ גאדעלען אף א לײַכטער מאשין און איך בין געװען פאר- 
ווונדערט, וויפל כוידעש-רעטעכלעך מע פארקויפט אין קאָטאָװסק, אפילע 
קיין פּעטרעשקע ניט, נאָר כוידעש-רעטעכלעך. מיר זײַנען בעשאָלעם דער- 
פאָרן קיין טשאדארלונגע, געפונען די לונאטשארסקי-גאס, דאָס הויז, װוּ 
גאדעלע װוינט, אין דער דירע נומ. 2. איך בין ארײַנגעלאָפן אין דער דירע 
און איך האָב געזען, װי א גראָװער זאָקן ליגט אף דער סאָפקע. 

-- גאדעלע, הייב זיך אוף, שירקע איז געקומען! 

דער זאָקן איז אראָפּ פון בעט, האָט פארשארט אף ארוף-צו די גראָװץ 
פּאטלעס, מיך אָנגעקוקט מיט קאלטע, פרעמדע איגן און שטיל געזאָגט: 

-- כ'ווייס ניט, װער דאָס איז. װאָס פאר א שירקע?! יענע שירקע, 
װאָס איך געדענק, איז ניט די., איך דערקען ניט. 

ס'האַבן מיר די רעגע א שפּריץ געטאָן טרערן פון די אױיגן, כ'האָב 
ארומגעפלאָכטן מײַנע הענט ארום גאדעלעס האלדז און איך האָב, מיסטא- 
מע, עפּעס געזאָגט, װײַל ער האָט פאנאנדערגענומען מײַנע הענט, זיך 
א ביסעלע אָפּגערוקט פון מיר און הויך אויסגערופן: 

-- שירקע, שװועסטער מײַנע, זע, װי מע װערט אויװערבאָטל! לאָז 
איך װעל ארויסלויפן אין הויף, בעטן א שאָכן, ער זאָל א רוף טאָן מײַן 
װײַב, מײַן בעלע און מײַן זון מיט דער טאָכטער. איך ריר זיך פון זינען, 
פארװאָס האָסטו מיר ניט געגעבן צו וויסן? כ'האָב שוין געהאט אן אינ- 
פארקט!,. 

דערנאָך האָב איך אלץ, װאָס כ'האָב געבראכט פון מאָסקװװע, ארויס- 
געשטעלט אפן טיש, סאיז ארײַנגעגאנגען א שווארצער באָכער, פּונקט אזי 
שווארץ, װי גאדעלע. אף א ביגעוודיקער רוט האָט ער אָנגערײיעט נאַר- 
װאָס געכאפּטע פיש. בעלע, גאדעלעס װײַב, האָט עס גלײַך אָפּגעבראָטן, 
גאדעלע האָט אָנגעגאָסן א גלעזל נאָך א גלעזל, האָט צוזאמענגערופן 
אלע שכיינים פון ערשטן גאָרן און אלעמען דערציילט, װער איך בין. שפּעט 
אינאָװנט בין איך געפאָרן קיין בענדערע. איך האָב געזען בליענדיקע ביי- 


320 


מער, אקוראט אזעלכע, װי כ'האָב שוין געזען, פאָרנדיק קיין מאָלדאוויע, 
און אין מײַנע אויערן האָט געקלונגען גאדעלעס געשריי: , איך ווייס ניט, 
ווער דאָס איז. יענע שירקע, װאָס איך געדענק, איז ניט די", איך האָב גע" 
קוקט אף די ביימער, אפן אויסגעשטערנטן הימל און פארזאָגט זיך אף 
אײביק ניט צו מאכן קיין סיורפּריזן.., 


א פארדײַגעטער פאסאושיר 


וי נאָר דער צוג ,מאָלדאָװוא" האָט גערירט, האָבן באלד פארבײַ מײַן 
קופּע גענומען שווינדלען די /, דורשטיקע". אחין מיט ליידיקע הענט, צוריק 
מיט פלעשער אין די הענט, װײַל דער ואגאַן-רעסטאָראן איז געווען דער 
דריסער פון מײַן וואגאָן. עס האָט ניט אופגעהערט דאָס לויפן אין רעסטאַ- 
ראן. צוויי פון מײַנע דרײַ מיטפאָרער זײַנען אויך אװעק אין דער אחי 
געגארטער ריכטונג, און נאַר דער דריטער, װאָס האָט זיך אײַנגעמאָסטעט 
אין ווינקל לעבן פענצטער, האָט געזיפצט. זײַן זיפצן איז געווען זייער 
אויסדריקלעך, ס'האָט זיך מיר אויסגעוויזן, אז ער איז א ייִד. נאָר ער איז 
געווען זייער װוקסיק, צו װוּקסיק פאר א יידן. זײַן גרויסער קאָפּ איז גע" 
װען גלאט, װי אן איי, און האָטס געהאט סימאָנים פון פענאָמענאלקײַט, 
װײַל ער איז געווען דרײַקאנטיק. צוויי קײַלעכדיקײַטן פון ביידע זײַטן, 
א דריטע קײַלעכדיקײַט באם סאמע נאקן. זײַן האלדז איז געווען ברייט און 
נידעריק, טיף ארײַנגעזעצט אין די מעכטיקע אקסלען, די הענט אָדערדיק, 
אױיסגעהאָרעװועט און געניט, 

ס'איז געקומען די צײַט צו מאכן די געלעגערס, האָט ער איסגע- 
שפּרײט אפן מאטראץ דעם שנײי-װײַסן לײַלעך, דערנאָך האָט ער געשיקט 
אָנגעטאָן דאָס ציכל אפן קישן און ערשט דערנאַך דאָס אװעקגעלײגט, 
ניט װי אנדערע -- טוען אָן דאָס רייגע ציכל אפן קישן און ווארפן עס 
אוועק אפן ניט פארשפּרייטן מאטראץ. ער האָט געמאכט דעם געלעגער 
פאר זיך און אויך דעם געלעגער פאר מיר, דערנאָך האָט ער פארשפרייט 
מיט א גרויסער פּאפּירענער סערוועטקע דאָס טישל, ארױיסגעלײיגט פיר 
אייער, א היפּש שטיקל סאלע, א צװײי-דרײַ ציבעלעס, עטלעכע אָפּגע- 
קאָכטע בולבע אין די פעלצלעך, װיערע אוגערקעס און א לעבל שווארץ 
ברויט. פּאװאַליטשקע, מיט געמאָסטענע באוועגונגען, האָט ער יעדעס מאַל 
נאָכן אָפּשנײַדן א פּענעץ ברויט װידער אװעקגעליגט דאָס איבעריקע, 
וי ער װאָלט עס ארײַנגעזעצט אין אויוון ארײַן. עס איז בעפיירעש געווען 
א פארגעניגן צו קוקן װי ער ריכט אָפּ די סודע. דערבײַ האָט ער קימאט 
ניט געזיפצט.., נאָר אָט איז כוץ אן אָקרײַטשיק גאָרנישט ניט געבליבן 
ער האָט גענומען די סערוועטקע פון טיש און איז ארויסגעגאנגען. איף בין 
שוין געלעגן אפן געלעגער, אָבער איך האָב געזען, װי ער האָט די צונוים- 


527 


געלייגטע סערוועטקע ארײַנגעלײגט אין קעשענע פון זײַן רעקל,. ער האָט 
זיך אוועקגעזעצט אף זײַן באנק און זיך אָנגערופֿן; 

-- איר שלאָפט? 

-- דערװײַלע ניט, 

ער האָט טיף אָפּגעעטעמט און געלאָזט װיסן; 

-- פאראיאָרן זײַנען א סאך מענטשן געבליבן אָן קארטאָפל, 

-- פון װאָס פאר א קאנט זײַט איר? 

-- ניט װײַט פון זשמערינקע. איך האָב געהאט גענוג קארטאָפל, 
ס'װועט קלעקן ביז נײַע. 

-- איר האָט א מישפּאָכע? 

-- וי זשע אנדערש. צוויי ייִנגלעך, און איצטער איז דאָס װײַב אין 
דעקרעט. מײַן קלאווע װעט זיך דערפרייען, איך פיר א פולן טשעמאָדאן 
פאפּירענע ווינדלעך. זי װעט פארשפּאָרן צו טײַנען: ,וי קאָן מען קינדלען, 
אז סאיז קיין ווינדל ניט צו קריגן", 

-- אײַער קלאווע ארבעט? 

-- יאָ, װײַל די שוויגער לעבט מיט אונדז. איצט איז זי נאָך נישקאָ- 
שׂע, זי איז גאנץ קרעפטיק, אָבער איך און מײַן קלאווע ציטערן, זי זאָל 
ניט קראנק וערן און, כאָלילע, ניט שטארבן. 

עס זײַנען ארײַנגעקומען יענע צויי מיטפאָרער, זיי האָבן זיך קים 
געהאלטן אף די פיס. דער זשמערינקער האָט אופגעהויבן איינעם, ארופגע- 
װאָרפן אף דער אייבערשטער באנק, דעם אנדערן אויך אזוי. ער האָט זיך 
אוועקגעזעצט אף זײַן באנק אנטקעגן מיר, א טרויעריקן זיפץ געטאָן און 
אראָפּגעװאָרפן דאָס רעקל, אופגעהאנגען דאָס רעקל אפן הענגער און זיך 
ווידער אוועקגעזעצט אנטקעגן מיר. אף זײַן מײַקע, איבער דער גאנצער 
ברוסט, זײַנען געווען אָנגעמאָלט איינע אנטקעגן דער אנדערער צװײ 
דיקע פרויען. איינע מיט גרינער פארב, די אנדערע מיט געלער פארב. זײ 
זײַנען געווען נאקעט, װי די מאמע האָט זיי געהאט. ער איז געזעסן אנטקעגן 
מיר און געזיפצט. דאָס איז געווען זייער לעכערלעך, װײַל די נאקעטע 
מוידן זײַנען געווען אָנגעמאָלט זייער פריילעכע. 

-- אײַער שוויגער איז שוין אן אלטע? -- האָב איך געפרעגט. 

-- יאָ, אזא, װי איר. דעריבער האָבן מיר טאקע מױרע, איך און 
קלאווע. װאָרעם טאָמער שטארבט זי, שנײַדט מען בא אונדז אָפּ 15 סאָט- 
קעס ערד, און אזוי האָבן מיר דרײסיק.. 


א מיידעלע פון סאָראָקעץ 


סאָף 60-ער יאָרן האָב איך אלעמאָל אפן סאָראָקער מארק לעבן יי- 
נע דעם קאצעוו, געזען א מיידעלע. זי איז אלט געווען א יאָר צװועלף און 
זי האָט צוגעהאָלפן דעם טאטן רעכענען. דאָס סאמע שענסטע באם מיידעלע 


328 


זײַנען געווען אירע האָר, אזויפיל, אז ס'האָט געקאַנט קלעקן פאר עטלעכע 
קעפּ. די האָר זײַנען געווען טונקעלע, ניט פון קיין בוילעטן קאָליר. דאָס 
פּאָנעם באם מיידעלע איז געווען א בלייכס, א קליין נעזל, װאָס האָט אויס- 
געזען אף איר ברייטן פּאָנעם װי א בערגל אף א פלאך אָרט. אפן מארק 
פלעג איך קומען צוויי מאָל א װאָך און אלעמאָל האָב איך לעבן קאצעוו 
געזען זײַן טעכטערל, 


די צײַט איז געגאנגען, אין אכציקסטן יאָר האָט א קלונג געטאָן בא מיר 
דער טעלעפאָן. פון טרײַבל האָט צו מיר גערעדט אן אָנגענעמע פריען- 
שטימע. 

-- איך ווייס, אז איר האָט מיך פארגעסן, איך האָב אײַך געפונען לויטן 
ספּראװאָטשניק פון שרײַבער-פאריין, כ'װאָלט װעלן ארײַנגיין צו אײַך, איר 
געדענקט יוינע דעם קאצעװו? איך פלעג אלעמאָל שטיין לעבן טאטן און 
אים העלפן רעכענען אף די שטשאָטעס, 

אין א צװײי-דרײַ שאָ ארום איז געזעסן אנטקעגן מיר באם טיש ניט קיין 
װוּקסיקע פרוי מיט געדיכטע האָר, פײַן געשניטענע ליפּן און אן אֲוואלְץ 
אונטערשטע קין. בייס די פרוי האָט אף מיר א קוק געטאָן, האָט מיך פאר- 
װוּנדערט דער קאָליר פון אירע אויגן, גרוי-גרינלעכע, מיט גרויסע שוואר- 
צאפּלען און לאנגע וװיִעס, פארבויגענע ארוף-צו, 

אז מע האָט אזא נאסט, דארף מען מער הערן, װוי ריידן, אזוי האָב אי" 
טאקע געטאָן. די פרוי האָט גערעדט. זי האָט דערציילט, אז זי האָט א באָבע 
פון 98 יאָר און דעריבער איז איר מאמע זייער פארנומען. כוץ דעם, װאָס 
זי גייט ארום דער באָבען, האָט זי נאָך דער פרויס צוויי טעכטערלעך, איי- 
ניקלעך, װאָס זײַנען בא איר אף זומער. װײַטער האָט זי דערציילט, אז יוינע 
דער קאצעוו איז שוין לאנג ניטאָ, אז די מאמע האָט א קליינינקע פּענסיע, 
װײַל בייס דער טאטע האָט געלעבט, האָט ער אלץ אליין באװאָרנט, 

-- װוּ װוינט איר? -- האָב איך געפרעגט, 

-- אין אלמא-אטא. איך ארבעט אין דער קונסט-אקאדעמיע. איך האָב 
געענדיקט דעם פאקולטעט פון קונסט-פאָר שונג, מײַן מאן איז א מיליטערי- 
שער. צו קונסט האָט ער קיין שום שײַכעס ניט. כוץ דערוף, װאָס ער לייענט 
ביכער. איך בין געקומען אהער אף א סעמינאר פון קונסט-פאָרשער, איך 
האָב זייער ליב מײַן ארבעט, הײַנט קאָן איך ניט, צום באדויערן, נאָר איך 
װאָלט זייער געװאָלט א קוק טאָן גאָרשמאנס בילדער. איך װעל אין מאָסק- 
וע זײַן א קנאפּן כוידעש. איך װעל אײַך קלינגען. און ווען איר װועט זײַן 
גרייט מיך אופצונעמען, איך זאָל א קוק טאָן די בילדער, װעל איך קומען, 

די טיי אין קריגעלע איז קאלט געװאָרן, זי האָט ניט געטרונקען. איך 
האָב געקוקט אף דער פרוי, זיך דײַטלעך דערמאָנט דאָס מיידעלע, װאָס 
איז געשטאנען לעבן יוינע דעם קאצעוו און פּינקטלעך גערעכנט, וויפל עס 
קומט פון מיר פאר דעם פלייש. איך האָב געפרעגט, װי רופט מען זי. 


29 


-- מיך רופט מען מאשע. מאשע מעלער. װאָס קוקט איר אף מיר אזוי? 
איך װעל שוין מוזן גיין, באלד הייבט זיך אָן א לעקציע, -- האָטס מאשע 
געזאָגט, האָט זיך גרינג אופגעהויבן און איז דערנאָך היפּש געשטאנען 
באם שפּיגל. זי האָט זיך קיין אייצע ניט געקאַנט געבן מיט די האָר. וויפל 
זי האָט זיי ניט פארשארט אונטער דער חוט, זײַנען זיי גלײַך װוידער געפאלן 
אף איר שטערן און אף איר נאקן, - 


בייס מאשע האָט געפירט אירע מיידעלעך צו דער מאמען אין סאָראָקע, 
פלעגט זי אלעמאָל אָנקלינגען צו מיר. געוויס האָב איך איר געוויזן גאָרש- 
מאנס, זיכרוינע ליװוראָכאָ, בילדער, און איך האָב זיך איבערציגט, אז ז 
האָט פארשטאנד און געשמאק. מיר האָבן זיך באפרײַנדעט. איצטער װוינט 
מאשע מיט איר מישפּאַכע אין איוואנאַװאָ. אין 1981 יאָר איז זי בא מיר 
געווען ניט איין מאָל. איך איבערצײַג זיך אלץ מער און מער, אז א מענטש, 
װאָס װויל, װאָס גארט צו דערהויבענעם, האָט דורשט צו וויסן און אן אָפענע 
נעשאָמע פאר אײַנדרוקן, קאָן א סאך דערגרייכן. איך זע, אז מאשע אנט- 
וויקלט זיך, זי האָט טאקט, קיינמאָל, ווען זי איז בא מיר, אפילע וען ז 
נעכטיקט, שמועסט זי ניט װעגן דעם, װאָס ס'איז פאראן אין די קראָמען 
און װאָס ס'האָט זיך געמינערט אין די קראָמען. װען איך האָב אנומלטן 
איר פאָרגעלייגט פּעקעלעך פּוטער, האָט זי זיך אָפּגעזאָגט און אויסגערופן; 

-- אין איוואנאָװואָ זיינען דאָ זייער א סאך ענטלעך און מײַן שוויגער 
מאכט פון זיי פארשיידנארטיקע געריכטן, אפילע ענטלעך אין זיס-זויער גע- 
בראָטן, 

בייס מאשע גייט פון מיר אוועק, באגלייט איך זי, פון די טרעפּ שפּרינגט 
גרינג און געשיקט א יונגע פרוי, א גאנץ שלאנקע, ניט קיין װוקסיקע, אָבער 
פאר מײַנע אויגן זע איך נאָך יוינע דעם קאצעוו באם יאטקע-קלאָץ מיט 
דער האק אין האנט און לעבן אים -- א מאָנער מיידעלע מיט א בלייך ניט- 
אויסדריקלעך פּאָנעם און געדיכטע-געדיכטע האָר.. - 


אין פאַרהײַזל 


דער קירגיזישער שטאָטראט האָט מיר געגעבן א שטוב: 

-- א גאנצע שטוב? -- האָב איך געפרעגט? 

-- יאָ, מיר האָבן אזוי באשלאָסן. 

-- וויפל צימערן? 

-- איך ווייס ניט גענוי. מיר דוכט, אז צװיי. איין צימער װעט נאָך א 
קורצע צײַט זײַן פארנומען. 

-- ער פארנעמט דעם צווייטן צימער? 


230 


-- א זינגערן מיט א קאָמפּאַזיטאָר, זי האָבן דערלאנגט א מעלדונג, או 
זי פאָרן אוועק פון פרונזע, -- האָט געזאָגט דער אינספּעקטאָר פון שטאָט- 
ראט, 

פארשטייט זיך, בין איך גלײַך אװועק אָנקוקן ,מײַן שטוב". דאָס איז 
געווען א נידעריק-לענגלעך שטיכל פון לאמפאטש, קליינע פענצטערלעך, 
אָבער ניט אזוי די פענצטערלעך, װוי דער שטרויענער צעשויבערטער דאך, די 
לײַסטלעך, פון וועלכע דאָס ליים איז אראָפּגעפאלן, זיי האַבן זיך געהוידעט 
פון װוינט און אין די ערטער, װוּ די לײַסטלעך זײַנען געווען צוגענאָגלט צו 
דער וואנט, זײַנען די טשוועקעס ארויסגעפאלן און ארום די לעכעלעך זײַנען 
געווען רינגעלעך פון רויטלעכן זשאווער. עס האָט אויסגעזען, װי דאָס 
שטיבל װאָלט געפּאַקט, 

איך בין אוועק אין הויף. איך בין צוגעגאנגען צו דער טיר פון שטיבל, 
וועלכע איז געווען צוגעשפּארט צו די בײַשטידלעך. איך האָב זי אָפּגעשלעפּט 
אוֹן איך בין ארײַנגעגאנגען אין א פינצטערן פאַרהײַזל. דאָס אין געווען 
א מאָדנע פינצטערניש, וועלכע איז געדיכט געלעגן נידעריקער און איז 
צעזיפּט געװאָרן העכער. כ'האָב אופגעהויבן די אויגן און איך האָב דערזען, 
או דער דאך איז לעכערדיק. דערנאָך האָב איך דערזען, װי בא דער וואנט 
לעבן דער טיר פון שטינל באוועגט זיך עפּעס. איך האָב נאך ניט געזען, 
װאָס דאָס איז, נאָר איך האָב באלד פארשטאנען, או דאָס איז ניט קיין קאץ 
אוֹן ניט קיין הונט. כ'האָב געמאכט א טראָט און זיך צוגעבויגן: מײַנע אױגן 
האָבן זיך צוגעװוינט צו דער פינצטערניש. איך האָב דערזען, װאָס עס האָט 
זיך באוועגט, און איך האָב געפרעגט: 

-- קינד מײַנס, װאָס?.. -- מער האָב איך ניט באוויזן צו פרעגן גאָרי 
נישט, 

-- איך נין ניט קיין קינד, ארויס פונדאנען, מומע, דאָס איז אונדזער 
שטוב. מײַן מאמעס און מײַן שטוב, 

-- װוּ איז דײַן מאמע? 

-- אף דער ארבעט. רוק זיך אָפּ. דו װילסט צעטרעטן מײינע מערעלעך? 
װאָסערע מערעלעך? 

-- אָט ליגט דאָך צוויי מערעלעך אף דער ערד... דאָס זײַנען מערעלעך, 
װאָס מײַן מאמע ברענגט פון דער ארבעט. זי ארבעט אף די גערטנער.. -- 
האָט דאָס ייִנגל געזאָגט און ער האָט זיך אופגעשטעלט. איצט האָב איך 
געזען, אז דאָס איז א יינגל פון א יאָר אכט-נײַן, און ער איז זייער דאר און 
אָפּגעצערט. ער האָט גענומען די מערעלעך און ארינגעלייגט אין קעשענע, 
האָט זיך ווידער אײַנגעבױגן, עפּעס צונויפגעשארט, דאָס צונויפגעשארטע 
ארײַנגענומען אין זײַנע קווארע אָרעמס, איז ארויס פון פאַרהײזל אוך איז 
אוועק צום ליימענעם פּארקן. 

-- װאָס טוסטו? -- האָב איך געפרעגט. -- װײַל איך האָב ניט פאר- 
שטאנען, װאָס ער שפּרייט דאַרטן פאנאנדער, אפן געזימס פון פּארקן, 


וְ 
וִ 


231 


-- װאָס טוסטו, װאָס טוסטו?.. דאָס איז דאָך וואטע. די וואטע, אף 
וועלכער איך שלאָף מיט מײַן מאמען. די מאמע זאָגט, איך זאָל דאָס ארויס- 
טראָגן אף דער זון. 

איך בין צוגעגאנגען און איך האָב דערזען, אז דאָס איז ניט קיין וואטע, 
נאָר דאָס איז רויער בוימװאָל מיט שטעכלקעס, מיט דער זריִע, װאָס האָט 
זיך פארפּלאָנטערט דערין און זיך געטונקלט, װי קליינינקע שטיינדעלעך. 
איך האָב געקוקט, וי דאָס ייִנגל האָט דאָס זאָרגעװדיק אױסגעשפּרײט, דער- 
נאָך האָט ער ארײַנגעלײגט זײַנע דארע הענט אין די קעשענעס פון די 
צעקאָדערטע פּלודערן. ער האָט מיך אָנגעקוקט מיט שטאָלץ און ביטל אייג- 
צײַטיק און ער האָט האָפערדיק צו מיר געזאָגט: 

-- מײַן מאמע האָט מיר אליין דערציילט, אז װוען מיר האָבן געװוינט 
אין קאָװנע, האָבן מיר געהאט דרײַ בעטן, עמעסע בעטן מיט קישנס. װען 
דער טאטע װעט קומען פון דער מילכאַמע, װעלן מיר אװעקפאָרן קיין קאָװ- 
נע. -- אף א װײַלינקע האָט ער זיך פארטראכט, דערנאָך צו מיר הויך גע- 
זאַגט: -- נו, גיי שוין, גיי שוין, מומע, איך האָב קײן צײַט ניט. 

ער האָט אװעקגעשפּאנט מאנצבלש-אומאָפּהענגיק, און איך האָב מער 
ניט געקאַנט ארײַנגיין אין פאָרהײַזל פון דעם לאמפּאטש-שטיבל. כ'האָב 
צוגעשפּארט די טיר צו די בײַשטידלעך, װוּ ס'איז געווען צוגעשפּארט פריער, 
און איך בין אוועק. 


נינאָ 


איך האָב ניט געװאָלט, ניט געװאָלט און איך בין פאָרט אוועק צו ,מײַ" 
שטיבל. די טיר, וועלכע איך האָב צוגעשפּארט צו די בײַשטידלעך, איז גע- 
לעגן, וי א קליינער פּאראָם אף דער פארשנייטער יאבאָשע באם ארײַנגאנג 
פון פאָרהײזל. אין פאָרהײַזל איז איצט געווען ליכטיק. סײַ פון די דאכ- 
לעכער, סײַ פון דערוף, װאָס די טיר איז דאָ אָפּגנעשלײַדערט געװאָרן, איז די 
שײַן אחין ארײַנגעדרוגגען. בא דער וואנט לעבן דער טיר פון שטיבל איז 
דאָס יינגל ניט געווען. איך בין ארויס אין הויף, כ'האָב זיך ארומגעקוקט. 
איך בין צוגעגאנגען צום ליימענעם פּארקן. דאָס רוי-בוימװאָל, װאָס דאָס 
ייִנגל האָט דאן אױסגעשפּרײט אפן געזימס פון ברייטן פּארקן, האָט דער 
ווינט אראָפּגעשמיסן אף דער ערד. 

די טיר, װאָס האָט געפירט אין שטיבל, איז געווען ניט פארשלאָסן. איך 
בין ארײַנגעגאנגען אין א קליין פירקאנטיק צימער, לינקס -- אן אָפּנעקאלכ- 
טע, קימאט נײַע פליטע מיט פיר פײַערקעס. א געזונט, אײַזערן טירל -- הייץ 
און קאָך!.. װאָס איז געווען צו קאַכן אין יענער ביטערער צײַט? דאָ האָט 
זיך נאָר געפונען א מין שלאָפבאנק, אָדער א נארע, אף וועלכע ס'איז געווען 
אָנגעקודלט לאָקשן-סטרוזשקעס, װאָס װאָלטן זייער צוניץ געקומען אף פּאקן 


232 


אייער, װוי אף א געלעגער. באם פענצטערל עטלעכע ברעטלעך אף א צע- 
פאָרענעם קאסטן. די פּאָדלאָגע פון שמאָלע ברעטער מיט ברייטע שפּאלטן 
צװישן זיי, פון וועלכע ס'האָט ארויסגעקוקט די פארפרוירענע ערד. די טיר 
אין צווייטן צימער איז געווען פארמאכט. אחין בין איך ניט אריינגעגאנגען, 
כ'האָב אראַפּגעװאָרפן דעם ואטניק און איך בִין אװװועק צו דער גרויסער 
שטוב לינקס אין חויף בא עמעצן אנטלײַען אן עמער און א שמאטע. איינע 
א פרוי האָט מיר דאָס אנטליען און אין א קארגער צײַט ארום האָט דאָס 
פירקאנטיקס צימערל געקראָגן אן אנדער אויסזען, איך מיט מײַן פינפיאָריק 
ייַנגעלע זײַנען געװאָרן , באלעבאטים" פון אן אייגענער אויסקומעניש, 


די טיר פון צװייטן צימער איז נאָך אלץ געווען צוגעמאכט און פֿון 
אהינטער דער טיר האָט זיך געלאָזט הערן א שטילע לײידיקיט. כ'האָב זיך 
דערמאָנט, װאָס דער אינספּעקטאָר פון שטאָטראט האָט מיר געזאָגט װעגן 
דעם פּאַרפאָלק, בין איך געווען זיכער, אז זיי זײַנען שוין אװעקגעפאָרן פון 
פרונזע. האָב איך אופגעעפנט די טיר און איך האָב דערזען גאָר א היפשן 
צימער. באם פענצטער א שרײַבטיש, אפן שרײַבטיש א מירמלברעט, צוויי 
מירמל-טינטערס מיט מעשענע דעקעלעך, א מירמלנעם לײַכטער מיט א 
פארקוילט קנייטל אין רער. לינקס א ברייטע סאָפע מיט שפּורן פון צונטער 
באציעכץ. אין סאמע מיטן צימער אף דער פּאָדלאָגע א דינע צעפאסעוועטע 
קאָשמע, װאָס האָט זיך געהאלטן נאָר צוליב דעם, װײַל דער ברייטער ראנד 
אירער איז נאָך גאנץ געװוען. עס האָט זיך געלאָזט זען, אז דער ראנד איז 
טונקל, און אז אף אים איז עפּעס אָנגעמאָלט. די געמעלן האָט מען ניט גע- 
קאָנט אָנקוקן, װײַל א דינער געלער שטויב איז געלעגן אף אלץ, װאָס האָט 
זיך געפונען אינעם צימער. פּונקט אזא אײַנגעגעסענער שטויב, װאָס כ'האָב 
פריער קוים אויסגעראמט פון , מײַן" צימערל. דאָס איז געווען דער הונגע- 
ריקער מילכאָמע-שטויב, וועלכער איז ריין פון א קלענסטן ברעקעלע 
ברויט און פון א נישטיק גרײַפּל. א שטויב, װאָס יאָגט אָן א בייז נאָגעניש 
אין אלע גלידער. איך האָב שוין װוידער געװאָלט גיין בעטן אן עמער מיט 
א שמאטע, נאָר ס האָבן זיך דערהערט שטימען. אין מינוטן ארום זײַנען זי 
ארײַנגעגאנגען. כ'האָב גלײַך פארשטאנען, אז דאָס איז דאָס פּאַרפאָלק, װעגן 
וועלכן מע האָט מיר געזאָגט אין שטאָטראט. זיי האָבן דורכגעשפּאנט , מייי" 
צימערל גײַװועדיק-באלעבאטיש, אקוראט וי דאָרט װאָלט קיין לעבעדיק וועזן 
ניט געווען. 

ערשט אף מאָרגן האָב איך דערזען, אז זי איז העכער פון מיטעלן װוקס, 
אז זי איז געווען זייער א שיינע. אירע גרויע טיפע אויגן זיינען געווען וי 
פארנעפּלט. די געדיכטע ויִעס אופגעפרענזלט פּײַכטלעך, די ברעמען שמאָל 
און טונקל. די נאטור איז צו איר געווען אי בארעמהארציק, אי אומכעראכ- 
מאָנעסדיק. דער טונקעלער קאָליר פון די ברעמען איז געבליבן, די האר אפן 
קאָפּ האָט די נאטור כאָרעוו געמאכט. און אירע קליינע אויערן האָבן אזוי 
נאקעט ארויסגעקוקט דורך אירע שיטערע האָר, 


4 


ער -- הויך, פעסט, דאָס פּאָנעם זײַנס זאפטיק-פריש, שווארצע זיס-גלו- 
סטנדיקע אויגן, שווארצע געדיכטע האָר, גלאט פארקעמט אף ארוף, גע" 
פּרעסטע הויזן, ביז גלאנץ געפּוצטע שיך. דאָס גאנצע אָנבליק זײַנס אזי 
פארמילכאָמעדיק, אזוי ווילד-פרעמד. איך ווייס ניט פארװאָס, נאָר איז ער 
קוים דורכגעגאנגען דורך מײַן צימערל, איז גלײַך פאר מײַנע אױגן גע- 
שטאנען דאָט ייַנגל פון פאָרהײַזל, 

צוויי מאָל א װאָך איז דאָס פּאַרפאָלק געגאנגען אין שפּיטאָל געבן קאָג- 
צערטן. דורך דער אופגעעפנטער טיר האָב איך געהערט, װי זי זינגט. איר 
קאָל האָט אָנגעיאָגט וי און פארגעניגן. אזוי שטיל, ריטמיש איז געווען איר 
געזאנג. כ'האָב אויך געהערט, װוי ער זאָגט צו איר: 

-- נינאָ, דו זינגסט ניט שובערטן, ניט גריגן און ניט טשײַקאָװוסקין. 
פארגעס וװעגן אמאָל, דו זינגסט די ברידער פּאַקראס. הארטער! מוטיקער! 

ווען זיי פלעגן נאָך די קאָנצערטן צוריק קומען, האָב איך געהערט, װי 
זי האָט געזאָגט צו אים אומגעוואגט: | 

-- װאָלדעמאר, עס, מײַן טײַערער! 

-- פארװאָס האָסטו ניט אופגעגעסן דאָס בולקעלע, דאָס װונדערט 
מיך, -- פלעגט ער פרעגן. | 

-- דו האָסט דאָך געזען, מע האָט מיר געגעבן א פולן טעלער היר- 
זשענע קאשע, איך בין זאט. עס, דושעטשקע. 

איך האָב אויך געהערט, װי ער קײַט און שלינגט דאָס בולקעלע. 

קיין פּיאנע האָבן זי ניט געהאט. איז ער אָפט אוועקגעגאנגען שפּילן 
גאמעס. דאן פלעגט זיך נינאָ צוזעצן אף דער נארע לעבן מײַן ייַנגעלע, זי 
האָט זיר געשפּילט מיט אים אין מילכאָמע. גאנצע שוועבעלער זײַנען געווען 
רויטארמייער, צעבראַכענע שוועבעלעך -- פאשיסטן. זי האָט קונציק אונ- 
טערגערוקט די צעבראַכענע שוועבעלעך דעם ייִנגעלע, און ער איז געווען 
גליקלעך, װאָס ער האָט אװועקגעלייגט אזויפיל פאשיסטן. ס'פלענט אויך 
טרעפן, אז זי האָט זיך פּלוצעם פארטראכט און שטיל דערציילט, װי זײ 
װאָלט גערעדט מיט זיך אליין. | 

-- אין נײַן און דרײַסיקסטן יאָר האָט מען מיך אין סעוואסטאָפּאָל בייס 
מײַן זינגען פארשאָטן מיט רויזן און געאצינטן. אך, װי פּרעכטיק! דאָס איז 
ניט צו באגרײַפן, כ'בין געווען אָנגעטאָן אין א טונקל-קרעם זײַדן קלייד, אין 
גילדערנע לאָדעטשקעס און איך האָב געפילט, װי דער זאל צעגייט פון שו" 
בערטס סערענאדע. | | 

אירע שטילע װוערטער האָבן זיך צו מיר דערטראָגן, װי פון װײַטע יאָר- 
הונדערטער, נאָר קוים האָט זי דערהערט זײַנע טריט, איז זי אופגעשפּרונגען 
פון דער נארע און איז פארשווונדן אהינטער דער טיר פון זייער צימער. ער 
האָט שטענדיק דורכגעשפּאנט מײַן צימערל מיט א קאלטן גוטנאָוגט, נאָר 
מיר האָט עס ניט געארט. פּונקט װי איך האָב אים ניט באמערקט, אזי 
האָב איך ניט געענטפערט אף זײַן , גוטנאָװנט.. 


215 234 


..אין יענער פּײַנלעכער צײַט בין איך געווען זיכער, אז א מאנצבל, װאָס 
איז גיט אפן פראָנט און עסט נאַך דערצו אוף א גאנצע בולקעלע אלע 
אָווגט, איז נידערטרעכטיק, נאָר אינגיכן האָבן זיי אופגעהערט צו גיין אין 
שפּיטאָל, איך האָב ניט געװוּסט, װאָס איז געשען. כ'האָב גאָרניט געפרעגט, 
איך האָב אָבער געזען, וי נינאַ גייט אוועק איבער א טאָג מיט א פּעקל, 
כ'האָב אויך געזען, וי זי קומט מיט א בינטעלע האָלץ און מיט עפּעס פאר- 
וויקלטט אין פּאפּיר, כ'האָב גלײַך געזען, אז דאָס איז פליישיקס, װײַל דאָס 
פאפיר איז געווען אין ראָזלעך-פעטע פלעקן, אָבער אזוי וי די פּליטע האָט 
זיך געפונען אין מײַן צימערל, האָב איך געהאט די מעגלעכקײַט זיך איבער- 
צײַגן, או דאָס איז שאָפנפלייש. דערנאָך האָב איך מיט מײַן ייַנגעלע געהאט 
אויסצושטיין די אומדערטרעגלעכע מאטערניש פון רייעך, בייס זי האָט געץ- 
בראָטן דאָס שאָפנפלייש, אנומלטן, האָט מײיַן ייַנגעלע אזוי ביטער זיך פא- 
נאנדערגעוויינט, אז זי האָט געפרעגט: | 

--- קינד, װאָס איז מיט דיר? 

| -- איך וויל אויך, יי | | 

פֿון דאן אָן האָט נינאָ שטענדיק אויסגעטײלט פאר מײַן קינד א קליין, 
קליין שטיקעלע פונעם געבראַטנס, ער האָט געכליפּעט און געשריען: איך 
וויל נאָך! -- נאָר די זינגערן איז שוין מיט דער סקאָוור עדע פארשוונדן 
אהינטער דער פארמאכטער טיר פון זייער צימער, איבערלאַזנדיק דעם פּײן- 
לעך-לאָקנדיקן רייעך, פון וועלכן עס האָט זיך געדרייט דער קאָפּ, 

פון אחינטער דער טיר האָט זיך געהערט איר גינציקער געטרייער וויי- 
כער קאַל; 

-- ואָלדעמאר, עס גיכער, הארציקער מײיגער! דאָס שאָפנפלייש קילט 
גיך און קיין האָלץ האָבן מיר מער ניט, 

-- און דו? -- פלעגט ער פרעגן מיט זײַן גוט-געשטעלטער שטים, 

-- אנטשולדיק, כ'האָב זיך ניט באהערשט... 

-- אומדערהערט! האָסט געכאפּט פון סקאָוור עדע! אומדערלאַובאר! ני- 
נאָ, דו װוערסט פארוואנדלט אין א באשעפעניש פון א פינצטערער אוראלטער 
הייל, 

-- אנטשולדיק, -- בעט זי זיך,., 

דערנאַך הערט זיך שוין נאָר וי ער קײַט, 

איינמאָל איז זי ארײַנגעגאנגען אין מײַן צימערל מיט א גרינער זײַדענער 
קלייד אף די אויסגעצויגענע הענט און זי האָט פארביטערט צו מיר גערעדט: 

-- גיט א קוק, דאָס איז מײַן לעצט קלייך, מער האָב איך גאַרנישט ניט. 

איך געדענק ניט, װאָס כ'האָב געזאָגט, אָבער עפשער האָב איך געזאָגט, 
זי זאָל אים הייסן אויסטאָן די געפּרעסטע פּלודערן, װאָרעם איך געדענק 
גוט, וי זי איז בלייך געװאָרן און וי זי האָט זיך געבעטן; 
--- שטילער, שטילער, וי גאָט איז אײַך ליב, ער קאָן דערהערן! 

זי האָט פארוויקלט דאָס קלייד אין א שמאטע און געפליסטערט: 


999 


-- כ'בין אליין שולדיק, װאָס האָב איך געהאט צו װײַזן! איר װעט עס 
קיינמאָל ניט פארשטיין, קיינמאָל! 

זי איז אוועקגעגאנגען. זי האָט זיך לאנג געזאמט. ענדלעך, איז זי געקו- 
מען און זי האָט מיר געוויזן די קניע, דערבײַ האָט זי באדויערט, און טרערן 
האָבן געפלייצט פון אירע אויגן: 

-- פאר אזא פּרעכטיק קלייד מיט בריוסעלער שפּיצן, נאָר דאָס װאָס 
איר זעט, דאָס איז גאזלאַװאָי! 

איך האָב געקוקט אף דעם שטיקל לעבער און אף דער בארג-קוראָפּאט- 
קע, און איך האָב ניט געפונען אין זיך קיין מיטגעפיל. איך האָב געפילט א 
ביטערן ראכמאַנעס אף דער בעהיימע, װאָס איז פארשניטן געװאָרן און אף 
דער בארג-קוראָפּאטקע, וועלכע איז געלעגן מיט צעשפּרײטע גאָלדיק-ברויג- 
לעכע פליגל, קעדיי די װאָלדעמארס זאָלן האָבן װאָס צו פארדײַען. כ'װעל 
קיינמאָל ניט פארגעסן, װי דאָס בלייכע שנאָבל בא דער געשטאַרבענער קו- 
ראָפּאטקע איז געלעגן אפן אײַזן פון דער פּליטע און איך ווייס ניט פארװאָס, 
עס האָט זיך מיר װידער דערמאָנט דאָס אָפּגעצערט הונגעריק ייִנגל פון 
פֿאָרהײַזל. 


װאָס װײַטער, האָט נינאָ אלץ מער געװויינט. װאָלדעמאר איז אָפט נעלעם 
געװאָרן. זי האָט געשפּאנט הין און צוריק איבער זייער צימער, ראפּטאָט 
האָט זי ארײַנגעשפּאנט אין מײַן צימער, און גלײַך װי איך װאָלט געקאַנט 
וויסז, װוּ ער איז, האָט זי פארצווייפלט געפרעגט: 

-- וו איז ער? װוּ זוך איך אים? װאָס טו איך? 

איך האָב זי געטרייסט, װוי כ'האָב געקאַנט. אלע מײַנע טרייסט-ווערטער 
האָט זי אָפּגעװאָרפֿן מיט איין פראזע: 

-- איר װעט עס ניט פא-אר-שטיין... 

שווער צו דערציילן, װאָס מיט איר איז געווען, וען ער איז ניט געקו- 
מען נעכטיקן. איין מאָל ניט געקומען, א צווייט מאָל און איז אנטרונען גע- 
װאָרן. 

זי איז אזוי אויסגעדייוװוערט געװאָרן, אז יעדער אָדערל אירס האָט דורכ- 
גענומען די דורכזיכטיקײַט פון איר בלייכער הויט, גאנצע טעג איז זי אומ- 
געלאָפן איבערן שטאָט. איך האָב שוין ניט געוואגט עפּעס צו זאָגן. טאָמער 
האָט זיך איר געדוכט, אז איך װיל זי טרייסטן, האָט זי געפאַכעט צו מיר 
מיט אירע דארע הענט און ארױסגעפּרעסט מיט אירע בלייכע צעקנייטשטע 
ליפּן; 

-- דאָס װעט איר קיינמאָל ניט באנעמען! איר זײַט הארט, װי א 
מאנצבל., איר זײַט א סיוויללא... : 

אין איינעם א פארנאכט איז זי ארײַנגעלאָפן א פארסאָפּעטע, זי האָט 
צונויפגעקנוילט אירע עטלעכע טראנטעס, פאר וועלכע קיינער װאָלט שוין 
גאָרנישט ניט געגעבן און זי האָט צו מיר א זאָג געטאָן: 


296 סאנמקסן זזן 91 


--- איך ווייס שוין! איך פאָר צו אים!.. 

איך האָב זי באגלייט צום װאָקזאל. כ'האָב זי באגלייט נאָר דערפאר, 
װײַל איך האָב מוירע געהאט, זי זאָל כאָלילע ניט טאָן, װי יענע זעלטן- 
זעלטנסטע פרוי פון בארימטן דאָמאן, 

זי איז געשטאנען אף די טרעפּלעך פון וואגאָן, זי האָט צו מיר געפאַכעט 
מיט א בלייכער האנט, דער װוינט האָט צוגעפּעטשלט און פאנאנדערגעװאָרפן 
אירע שיטערע האָר, צוגעקלעפּט איר גרינג קלייד צו אירע שמאָל-געװאָרץ- 
גע פּלאטשיקע לענדן. פּלוצעם האָט זי זיך אראָפּגעלאָזט פון די טרעפּלעך, איז 
צוגעגאנגען צו מיר נאָענט-נאָענט און מיר ארײַנגעזאָגט גלײַך אין אויער 
ארײַן; | 
-- סיוויללא!.. עמעסע ליבע דארף ניט טיילן איין צוקאָפּנס, עמעסע 
ליבע דארף אייביק-אייביקע גרײטקײַט, 

דערנאָך שוין פון דער אָפענער ואגאָן-טיר, האָט זי מיר געשריען: 

-- זײַט געזונט, סיוויללא!. 


דער קירגיזישער סאָף-ווינטער האָט שוין געלעקט דעם שניי, די זון 
האָט באלויכטן די קאראהאטשעס אין פּארק, איך בין געזעסן אף א באנק, 
ס'איז צוגעגאנגען א פרוי מיט א ייִנגעלע פון א יאָר נײַן-צען. זי האָבן זיך 
אוועקגעזעצט לעבן מיר, דערנאָך האָט די פרוי צעבראָכן א לעפּיאַשקע -- א 
קירגיזיש ברויטל. העלפט האָט זי אליין גענומען עסן, העלפט געגעבן דעם 
ייָנגל. יענער איז גיך פארטיק געװאָרן מיט זײַן כיילעק. ער האָט לאנג בא- 
װעגט דעם צונג צװישן די באקן, זיך לאנג באלעקט, דערנאַך האָט ער מיט 
א מין זינגעװדיקײַט, וועלכע איז מיר געווען קענטלעך, געפרעגט: 

-- מאמע, די לעפּיאָשקע, װאָס דו האָסט געגעסן, איז געווען אזוי גץ- 
שמאק, וי מײַנע? 

א ציטער האָט מיך דורכגענומען. דאָס ייִנגל פון פאָרהיול. סאיז קיין 
סאָפעק ניט געווען. פּונקט אזוי האָט ער דאָך דאן געזאָגט צו מיר; 

-- דאָס איז די וואטע, די וואטע, אף וועלכער איך שלאָף מיט מײַן 
מאמע, 

איך האָב מיך דערפרייט. דאָס יינגל איז געווען אָנגעטאָן אין א קאמ- 
זאָלקע פון וואטע, אין גאנצע הייזלעך, אף די פיס האָט ער געהאט נײַעץ 
סאנדאלעכלעך. מײַן פרייד האָט מיך אוועקגעטריבן אהיים, 

-- מאמע, זע, א בריוו, -- האָט מײַן ייִנגל אויסגעשריען, ווען איך בין 
אריינגעגאנגען אין שטיבל. כ'האָב דערזען אן אומבאקאנטע האנטשריפט אפן 
דרײַעקיקן קאַנװערט. אָבער וי איך האָב איבערגעלייענט די ערשטע ווער- 
טער, האָב איך שוין גלײַך פארשטאנען. און איבערגעלייענט האָב איך אָט 
װאָס: , גוטמאָרגן בייזע, הארטע סיוויללא, מיר לעבן זאלבעדריט, פאר אײַך 


237 


איז ניט וויכטיק, זי מע רופט זי. מיר לעבן גאנץ פרײַנטלעך. אָפט איז מיר . 
באנגלעך. פונדעסטוועגן בין איך גליקלעך. די שכיינע, װאָס װוינט אהינטער 
א דין ווענטל, אין א ווינקל לעבן אונדזער צימערל, האָט שוין א פּאַר מאָל 
געפרעגט בא מיר; ,איר זײַט טאקע זײַנע א שוועסטער? איר זײַט גאָרניט 
ענלעך אף אים!" איך האָב באפרידיקט איר נײַגער. איך האָב איר געזאָגט, 
אז מיר זײַנען פון איין טאטן און ניט פון איין מאמען. מיר ווארטן, װי איר, 
אז די פארשאַלטענע מילכאָמע זאָל זיך גיך ענדיקן. יאָ, כ'האָב מיר אזי 
דערפרייט, ווען װאָלדעמאר האָט מיך דערזען, האָט ער אופגעשטראלט און 
האָט צו מיר געזאָגט: ,נינאָ, דו ביסט פּרעכטיק, כ'האָב געװוסט, אז דו 
וועסט מיך געפינען". איך מאָל מיר אויס סארא גרויסע אױגן איר מאכט, 
אוי, סיוויללא, װאָס פארשטייט איר? אדיע, סיוויללא. אײַער נינאָ, 


זיסקינגד לעווס גוירל 


אין 5 יאָר האָב איך מיט מײַן מישפּאָכע געװויגט אין ליובלינאָ, 
כאָטש דעמלט איז ליובלינאָ, װי איצט, געווען א נאָענטע מאָסקװער בײי 
שטאט, איז מען אהין געפאָרן מיט א דאמף-צוג און דאָס איז געווען א גאנץ 
אומבאקוועמע רײַזע. נאָר װינציקע כאוויירים האָט עס ניט אָפּגעשראָקן. דע- 
ריבער האָב איך זיך מיט מײַן מאן זייער פארווונדערט, ווען אין איינעם אן 
אָווגט זײַנען צו אונדז געקומען א פּאָרפאָלק, וועלכע זײַנען די לעצטע צײַט 
געווען זעלטענע געסט. נאָך מער האָט אונדז פארװוּנדערט דער הויכער 
אומבאקאנטער מאנצבל, װאָס איז מיט זיי געקומען. א קרעפטיקער, מיט א 
פעסטן קאָפּ, װאָס איז געזעסן אף די ברייטע פּלײיצעס, מיט זייער א פרײַנט- 
לעכן בליק, אָנגעטאָן איז ער געווען אין א גרינגן ברייטן העלן זומער- 
מאנטל, לויטן העכסט-אײראָפּעישן שניט. אין א װײַלע ארום האָבן מיר שוין 
געװוסט, אז ער איז א ייִדישער שרײַבער, אז מע רופט אים זיסקינד לעוו, 
אז זײַן יונגע פרוי גאָלדע איז פּלוצעם בלינד געװאָרן, און דאָס איז איבער- 
געגאנגען, איצטער זעט זי, אז זיי האָבן א קליין ייִנגעלע, א מיידל פון א 
יאָר צען, און אז זי האָבן געװוינט אף דאטשע. איצט האָט זיך דער סעואָן 
געענדיקט און ער האָט זיך ניט װוּ אהינצוטאָן. פון דעם אלעם האָבן ניט 
איך, ניט מײַן מאן ניט פארשטאנען, פארװאָס האָט דאָס פּאַרפאָלק געבראכט 
לעוון צו אונדז, װײַל אין מאָסקװע זײַנען דאָ היפּש ייִדישע שרײַבער, א סאך 
פון זיי האָבן באקוועמע דירעס, װי זשע האָט געקאָנט געמאָלט זײַן, אז זיס- 
קינד לעוו זאָל בלײַבן, װי אפן וואסער? נאָר די פרוי, װאָס איז געקומען 
מיט איר מאן און מיט לעוון האָט אונדז קלאָר געמאכט די זאך. זי האָט צו 
אונדז געזאָגט: 

-- טוט א זוך אין ליובלינאָ. ס'קאָן דאָך ניט זײַן, אז מע זאָל דאָ קיין 
צימער ניט געפינען פאר לעוון. 


298 


האָבֿ איך געזוכט און גאָרנישט געפונען. האָב איך גענומען פרעגן בא 
די שכיינים, און ס'האָט מיר אָפּגעגליקט. טאקע אין דער שטוב, װו מיר האָבן 
געװוינט האָט אין פּאָדוואל געװווינט אן ארבעטער-מישפּאַכע, זיי האָבן גץ- 
האט נאָר איין קינד. אָבער געלט האָבן זיי געװאָלט האָבן מערער, האָבן זי 
פארדונגען לעוון איינס פון זייערע צימערן. און לעוו האָט זיך אינגיכן ארי- 
בערגעקליבן. פארשטייט זיך, אז לעווס מישפּאַכע איז געווען מער נא אונדז, 
וי אין פּאָדואל, װײַל מײַן מאן איז מיט מיר מאסקים געווען, אז אין פּאָד- 
וואל איז פּײַכט און טונקל און בא אונדז איז ליכטיק און טרוקן, פאר לעווס 
יינגעלע, פאר יוליקן, וועלכער איז דאן אלט געװװען עטלעכע כאדאָשים, 
האָט מען אפילע אוועקגעשטעלט א בעטעלע בא אונדז און ער איז געװאָרן 
אונדזערער א טוישעוו. לעווס מיידל, װאָס איז אלט געווען צען יאר איז 
אויך געווען בא אונדז. גאָלדע פלעגט מערסטנטייל זײַן מיט לעוון אין פּאַדײ 
וואל. ער האָט געזאָגט, אז נאָר דאן, ווען זי זיצט אף א שטול לעבן אים, 
קאָן ער רויִק ארבעטן. זי איז אלט געווען עטלעכע און צוואנציק יאָר, גע" 
שטאמט האָט זי פון א לעמבערגער ארבעטער-מישפּאַכע. זי האָט דערציילט, 
אז די ברידער איר'ע זײַנען געוען מער אין געפענקעניש, וי אף דער פריי, 
איך האָב געהאט א פאָרורטייל, אז אין ארבעטער-מישפּאַכעס קאָנען קיין 
שיינע פרויען אָדער מיידלעך ניט זײַן, אָבער גאָלדע האָט עס מיט איר אוי- 
סערלעכקײַט לאכלוטן אָפּגעלײקנט. זי האָט געהאט א קאָפּ שווארצע גלאג- 
ציקע געקרײַזלטע האָר, טונקל-בווינע אויגן מיט אווינע לאנגע װיִעט, או 
דאָס האָט געמאכט אן אײַנדרוק, אז די אויגן אירע פליען צו אײַך, איר 
פּאָנעם איז געווען צארט. זי האָט א קליינעם מויל, אירע רונדע אקסלען, איר 
שמאָלער טאָרס זײַנען געווען װוי ארײַנגעטאַקט אין איר דינער טאליע, פיס 
האָט זי געהאט שלאנקע און קליינע. זי האָט עס אפּאָנעם געװוּסט. אין 
שטוב פלעגט זי אומגיין א באָרװעסע. זי איז געווען א שטילע, א נאָכגי- 
ב'קע, און אין דער זעלבער צײַט קיינמאָל ניט מאסקים געווען מיט זאכן, 
וועלכע זײַנען געווען, לויט איר מיינונג, ניט ריכטיק. זי האָט אָפט געזאָגט: 
,מײַן טאטע, מײַנע ברידער װאָלטן קיינמאָל אזוי ניט געטאָן. דאָס איז דאַך 
ניט עמעס. איך האָב דאָס פײַנט", 

פארשטייט זיך, אז לעוו איז געווען זייער אָנגעשראַקן, װאָס גאָלדע איז 
פּלוצלינג בלינד געװאָרן, װי נאָר זי פלעגט ארוף צו אונדז, פלעגט ער 
שוין שפּרינגען איבער צװײי-דרײַ טרעפּ מיטאמאָל, ארײַנלױפן צו מיר אין 
קיך און דערשראָקן פרעגן; 

-- מײַן ביסל גאָלד איז דאָ? װאָס מאכט עס? 

ווען איך פלעג ארײַנגײן אין צימער עפּעס נעמען, פלעג איך זען, וי 
ער זיצט אף דער פּאָדלאָגע, װי ער האלט זײַנע הענט אף אירע קני, קוקט 
ארוף צו איר מיט אזא אויסדרוק, אקוראט זי װאָלט געשװועבט אין הימל, 

אָט אזוי האָבן מיר געלעבט -- מײַנע דרײַ מיידלעך, לעווס מיידל פון 
דער ערשטער פרוי. זיי פלעגן מאמעש אינערקערן דעם צימער קאפּויער, 
יוליק אין בעטעלע פלעגט קוויטשען פון פרייז, קוקנדיק אף זיי, מײַן מאן פלעגט 


299 


אָבער אָפט מוזן אנטלויפן קיין מאָסקװע, װוּ ער האָט זיך באהעפט מיט 
זײַנע פרײַנט-מאָלער און דאָרטן פלעגט ער ארבעטן. אין די טעג, ווען מײַן 
מאן איז געווען אין מאָסקװע, פלעגט לעוו זיך ארופכאפּן מיט דער שרײַב- 
מאשינקע צו אונדז, ער פלעגט עס אװועקשטעלן אף א שטול, אליין פלעגט 
ער זיך זעצן אף דער פּאָדלאָגע, גאָלדע פלעגט זיצן לעבן אים אף א קליי- 
נינקן בענקעלע, און דאָס קלאפּן פון דער מאשינקע פלעגט זיך ,הארמאָ- 
ניש" צונויפגיסן מיטן הארמידער פון די קינדער, פּלוצעם פלעגט זיך לעוו 
א כאפּ טאָן, ארויסנעמען יוליקן פון בעטל. ער פלעגט לויפן איבערן צימער 
מיט א מאָדנעם קאָל, אף א ניט געהערטן ניגן זינגען: ,רומטשע, רומטשע, 
רודערע-רא-ראם!" גאָלדע פלעגט צונויפלעכטן אירע דינע פיננער און 
בעטן: 

-- לעוו, האָב ראכמאָנעס, שטילער! דו זינגסט שוידערלעך. יוליק װעט 
כאָלילע, זײַן בא אונדז א שטאמלער. 

אָבער יוליק האָט זיך ניט געשראָקן, ער האָט געשויבערט מיט די הענט- 
לעך לעווס געדיכטע פּאטלע און זײַן פּענעמל האָט געשטראלט פון פרייד, 
גאָלדע און לעוו האָבן אויך געשטראלט. ס'האָט זיך שטענדיק ארום זי גע- 
שפּרייט א ליכטיקע געמיטלעכקײַט. שײַן פון ליבע-אײניקײַט, פון אײַנפאר- 
שטענדיקײַט האָט זיך ארום זיי געשפּרײט. אמאָל פלעגט עס א ביסל צע- 
שטערט װערן פון זייער טאָכטער. ס'האָט ניט געהאָלפן די צארטקײַט, ווייב- 
קײַט, װאָס גאַלדע האָט קעסיידער ארויסגעוויזן צו דעם מיידל, קעדיי צן 
לעשן איר אייפערזוכט. גאָלדע האָט ניט איין מאָל געפרעגט בא מיר: 

-- זאָג, איך בעט דיך. אָבער נאָר דעם עמעס זאָג. ניט שוין זשע בין 
איך טאקע א שטיפמאמע? 

איך האָב גאָלדען געטרייסט, אָבער ניט זייער אנטשלאָסן. איך צו מײַנע 
קינדער בין װײַט געווען ניט אזוי ווייך, וי גאָלדע צום מיידל. און פונדעסט- 
װעגן, זײַנען מײַנע קינדער קיינמאָל ניט געוען אזוי ווילד-פריילעך אָדער 
פארומערט, וי לעווס טאַכטער. לעוו האָט געזאָגט, אז גאָלדע דארף זײַן 
מער שטרענג, מער הארב, מער אנטשלאָסן מיט דער טאָכטער, אז פון דער 
צארטקײַט ווערט זי נאָך מער צעלאָזן. ס'קאָן זײַן, אז ער איז געווען גערעכט. 
אָבער װווּ האָט גאָלדע געקאַנט נעמען הארבקײַט?.. 

באָטש גאָלדע איז געווען באוועגלעך, אָבער דאַקטוירים האָבן געײיצעט 
א קוראָרט. און װוינטער איז לעוו מיט איר אװעקגעפאָרן קיין גאגרי. פוג- 
דאָרטן האָב איך געקראָגן א קליין בריוועלע, ועלכס האָט מיך זייער 
דערשראָקן, לעוו האָט געשריבן: ,די ערשטע טעג האָט זיך מײַן ביסל גאָלד 
געפילט זייער גוט, נאָר איצט קלײַב איך זיך אין װעג, װײַל מײַן גאָלד 
האָט פארלאָרן דאָס לאָשן. אָנשרײַבן די װערטער, װאָס זי װיל זאָגן, קאָן 
זי אויך ניט. װי איך פארשטיי, האָט זי פארגעסן װי צו שרײַבן אויך. אף 
מיר הענגט א שווארצע כמארע. די זון איז פארגאנגען. װי פירט זיך די 
טאָכטער? וועגן יוליקן פרעג איך ניט. ער איז דאָך זיכער, אז דו ביסט זײַן 
מאמע. דײַן לעוו". 


240 


פאר דער גאנצער צײַט איז דאָס פּאַרפאָלק, װאָס האָט לעוון געבראכט 
צו אונדז, ניט געקומען. כ'האָב זי צופעליק באגעגנט אין ייִדישן טעאטער, 
כ'האָב זי דערציילט, װאָס פארא בריוול כ'האָב געקראָגן פון לעוון. זי האָבן 
מיר געזאָגט: 

-- מיר ווייסן, מיר האָבן אויך פון אים א בריוול. אן אומגליקלעכער 
מענטש, כאָטש זי האָט דאָס געזאָגט מיט גרויס מיטגעפיל, כאָטש איך האָב 
דאן װינציק פארשטאנען, האָב איך אָבער גוט געוווסט איין זאך: איך האָב 
געװוּסט, אז מיטגעפיל פאַדערט מי. ווען לעוו איז געקומען מיט גאָלדען 
פוֹן גאגרי, האָט זיך אַנגעהױבן א סעדרע דאַקטױרים, קאַנסולטאציעס מיט 
פּראַפּעסאָרן, און מע האָט גאַלדען אוועקגעלייגט אין א לייראָ-כירורגישער 
קליניק אף בורדענקאָס נאָמען. מע האָט איר געמאכט א שארבן-טרעפּאנא- 
ציע. ס'איז פעסטגעשטעלט געװאָרן, אז קיין געשווילעכץ, וועלכע מע איז 
כוישעד געווען אין מארך, איז ניטאָ. אז די בלינדקײַט פריער, דאָס פאר- 
געסן ריידן און שרײַבן און דאָס, װאָס די רעכטע האנט און פוס זײַנען 
איצט געליימט בא איר, איז א רעזולטאט פון א פארמערטן סקלעראָז אפן 
באָדן פון א יערושע-קראנקײַט. און דאָס איז אומעגלעך אויסצוהיילן. 

נאָר דער אָפּעראציע, ווען זי איז צו זיך געקומען, האָט מען זי אויסגע- 
שריבן. אירע האָר זײַנען געווען אָפּגעגאָלט, זי האָט אויסגעזען, װי א קינד. 
איר בליק האָט אויסגעדריקט איין פּײַנלעך-נאיווע פראגע: , זאָגט מיר, װאָס 
איז מיט מיר?" 

לעוו איז געווען נאַענט צו שיגאָען. אַבער געארבעט האָט עֹר אין די 
נעכט שטענדיק. סאיז געווען אומפארשטענדלעך, װוּ נעמט ער קרעפטן 
פאר דעם... 

צום גרויסן װונדער האָט גאַלדע אָנגעהױבן ריידן. ניט אזוי פליסיק, 
אָבער גאנץ דײַטלעך. דער באװוסטזײַן איז בא איר געווען א קלאָרער, איצט 
איז זי שוין געלעגן בא אונדז, און לעוו פלעגט ארבעטן באטאָג אויך, ער 
האָט געשריבן א פּיעסע וועגן די צײַטן פון דער ערשטער מילכאַמע, װוּ 
ס'איז געווען אָנגעמאָלט א מילכאַמע-אינוואליד, וועלכער איז געקומען אין 
זײַן דאָרף א צונויפגעבונדענער מיט שטריק. וען לעוו װאָט עס פאַרגע- 
לייענט, האַט גאַלדע געקײַמט פון געלעכטער. און אז זי האָט זיך אויסגעלאכט, 
האָט זי געזאָגט: 

-- לעוו, טײַערינקער, װאָס האָסטו אַנגעשריבן? קאָן דען אזא צעקרע- 
פּלטער מענטש לעבן, װײַל מע האָט אים צונויפגעבונדן מיט שטריק? קעדיי 
זײַנע אייוורים זאָלן זיך ניט צעפאלן? 

-- מײַן גאַלד, ער קאַן, אויב איך וויל. 

גאַלדע האָט ארויסגערוקט נאַך אן ארגומענט: 

-- אָבער מענטש איינער, װי װועט אים זײַן װײַב דערקאַנען? דו שרײַבסט 
דאָך, אז מע האָט אים צוגעשטוקעװעט די נאָז, אז פון די װאָנצעס האָט 
מען אים געמאכט ברעמען, אז ביידע אויערן האָט מען אים אראָפּגעשאָסן. 


941 


-- גאָלדל, דאָס װײַב זײַנס װעט שוין א סימען האָבן, -- האַט לעוו גע- 
זאָגט, זיך פּלוצעם פארטראכט און באמערקט: -- הייסט עס, איך האָנ דיך 
ניט איבערצײַגט, דארף מען דאָ נאָך א שוויץ טאָן. 

די פּיעסע איז אינגיכן פארטיק געװאָרן. מיכאָעלס האָט זי אָנגענומען 
מיט א באדינג, אז אייניקע בילדער (איך געדענק שוין ניט וועלכע) דארף 
לעוו איבערמאכן, פּלוצעם איז גאָלדען געװאָרן זייער שלעכט. מע האָט זי 
אוועקגעלייגט אין באָטקין-שפּיטאָל. פאר דער גאנצער קלאָגעדיקער צײַט 
איז דאָס פּאַרפאָלק, װאָס האָט לעוון געבראכט צו אונדז, געקומען אײן 
מאָל, איך האָב זיך געװוונדערט. לעוו האָט געזאָגט: 

-- סאיז זיך ניטאָ װאָס צו װוּנדערן און ניטאָ װאָס צו באדויערן. בא" 
דויערן דארף מען, ווען פרײַנט קומען ניט. אָבער.. 

די צײַט איז, פארשטייט זיך, ניט געשטאנען. פרילינג 1936 האָט דער 
קינסטלערישער פאריין געגעבן א דירע מײַן מאן. אזויווי די צוויי צימערן 
אין ליובלינאָ האָבן געהערט איינעם אן אינזשעניער, װאָס איז אװעקגעפאַרן 
ערגעץ אפן װײַטן מיזרעך, האָבן מיר עס לעון ניט געקאָנט איבערלאָזן, 
כוץ דעם האָט לעוו ניט געקאַנט בלײַבן מיט די קינדער, װײַל ניט קוקנדיק 
אפן גרויסן אומגליק, האָט ער דאָך געמוזט ארבעטן. ער האָט געזוכט א 
לענגערע צײַט און ער האָט געפונען א צימער אין אודעלנע. די באלעבאַסטע 
פונעם צימער האָט זיך אויך גענומען פירן זײַן באלעבאטישקײַט. פארשטייט 
זיך, איז ער אלע טאָג געווען אין מאָסקװע. פריִער פלעגט ער פאָרן צו גאָל- 
דען אין שפּיטאָל, פון דאָרטן פלעגט ער קומען צו אונדז, צונעמען דאָס, 
װאָס איך פלעג פאר אים אײַנקױפן, און פאָרן צו די קינדער. ער איז געווען 
זייער אָפּגעצערט, אין זײַן בליק איז געװוען פארלאָרנקײַט, אָבער געארבעט 
האָט ער, װי פריִער, דורך די נעכט. ס'איז געװען ניט צו פארשטיין, װוּ 
דער מענטש נעמט קויעך. וען איך פלעג אמאָל זאָגן, ער זאָל זיך צולייגן 
אָפּרוען, פלעגט ער מיך אָנקוקן פארווונדערט, אָדער זאָגן ,א שרײַבער 
מוז זײַן א ריז, א שרײַבער -- א קאָמוניסט מוז ארבעטן און לעבן דאן, וען 
א פּראָסטער באָסערװאָדאָם װאָלט אויסגעצויגן די פיס", 

גאנץ אָפט פלעגט לעוו לייענען. ער האָט עס זייער ליב געהאט. ער האָט 
זיך גענייטיקט אין א באלדיקער רעאקציע. אלעמאָל איז זײַן פארטיפטער 
ערלעכער, אופמערקזאמער צוהערער געווען גאָלדע, איצט איז זי געלעגן 
אין שפּיטאָל, פלעגט לעוו לייענען מיר און מײַן מאן. ער האָט אונדז אנומלטן 
געלייענט די נאַװעלע ;א קריגל מילך". דאָרטן װערט דערציילט, װי זעלגער 
רוען אין דער אלטער פעסטונג אין לוצק. א מיידעלע גייט מיט א קריגל 
מילך אפן קאָפּ איבערן סטעזשקע. די זעלנער האָבן זי דערזען. א זעלנער 
פרעגט, װאָס זי האָט דאָרטן אין קריגל. דאָס מיידעלע האָט געקוקט אף די 
זעלנער מיט גרויסע אױיגן. אירע דינע פיס האָבן געציטערט. װיינענדיק האָט 
זי געזאָגט, אז די מילך מוז זי אָפּטראָגן אין שטאָט ארײַן. איינער האָט געזאָגט, 
אז מע זאָל זי נעמען צוזאמען מיטן קריגל מילך. און װוידער האָט איינער 
געזאָגט, זי זאָל גיין װײַטער און ניט מוירע האָבן. דאָס מיידעלע האָט דער" 


040 


שראָקן געקוקט אף די זעלנער, האָט אויסגעווישט די טרערן פון די אויגן 
און פאמעלעך געגאנגען װײַטער מיט דער סטעזשקע. דעמלט איז ארויס- 
געקומען פון זײַן געצעלט דער לייטענאנט ווערמוט, א פריש אָפּגעגאָלטער, 
זויבער אַנגעטאָן. ער האָט זיך נאָכגעפרעגט בא די זעלנער, װאָס מע שטייט דאָ, 
איינער האָט געוויזן מיט דער האנט צו דער סטעזשקע, װאָס פירט קיין לוצק, 
דערציילט וועגן מיידל מיטן קריגל מילך, 

-- װוער פון אײַך װעט קאָנען אראָפּשיסן דאָס קריגל פון קאָפּ? -- האָט 
דער לייטענאנט ווערמוט געפרעגט בא די ארומיקע, 

עס זײַנען געפאלן צוויי שאָסן, 

נאָכדעם איז געווען אן אמפּערײַ פון װעמעס שאָס איז דאָס קריגל אראָפּ- 
געפאלן פון קאָפּ. דערנאָך האָט שטיין, דער קאלבושעווער פורמאן, געזאָגט 
אינדערשטיל: 

-- זי ליגט, 

לעוו האָט זייער ליב געהאט די נאָװעלע. און עֶר האָט זי זייער גוט גע- 
לייענט. דערהויפּט דאָרטן, װוּ דער ,קאלבישעווער פורמאן" דערציילט, װאָס 
פארא אָנטרײַבער ער איז געווען, אז די צוויי פערד האָבן זיך א ריס געטאָן, 
איז נאָר װי די צוויי לייבן. האָסט זי ניט געקאָנט מער צוריקהאלטן. און 
װײַטער דערציילט דער פורמאן, ויאזוי די שטײַערן חאָבן זיך אף אים ארופ- 
געװאָרפן און ער האָט געמוזט פארקויפן די פערד. נאָכדעם זאָגט ער: ,מע 
האָט מיך פארשלעפּט קיין לוצק, פּונקט װי מײַן אלטע קליאטשע, װאָס איז 
געפּייגערט. װוּ װעל איך אויסשטרעקן די פיס? 

ווען לעוו האָט געלייענט, פלעגט ער װערן ייִנגער. זײַנע פּלייצעס פלעגן 
זײַן פאנאנדערגעוויקלט, װי פאר גאָלדעס קרענק. ער איז, דוכט זיך, גע- 
פלויגן. נאָר דאן האָב איך עס ניט פארשטאנען. איך האָב נאָר געפילט, אז 
אין לעוון ברענט א חייליק פּײַער און איך האָב געזען, אז ער איז א ריז 
כ'האָב אויך געפילט, װאָס פארא גוטער כאווער עֹר איז, װאָס פארא איבער- 
געגעבענער פרײַנט. כ'קאָן זיך ניט דערמאַנען, אז ער זאָל זיך אמאָל האָבן 
באקלאָגט. כ'קען זיך אויך ניט דערמאַנען, אז ער זאָל קומען אין שטוב 
מיט ליידיקע הענט. דאָס איז געווען זייער א גוטער מענטש, און דעריקער 
אן אָרגאנישער שעפער, מיט א ברייטער נעשאָמע און א ריזיקער פאנטא- 
זיע. װאָס פארא מענטש גאָלדע איז געווען, פארשטיי איך ערשט איצט אלץ 
מער און מער. ווען זי פלעגט מיר דערציילן וועגן אירע ברידער, װאָס זײַ- 
נען געווען רעװאַליוציאָנערן און וועלכע זײַנען זעלטן געווען אף דער פרײי, 
פלעגט עס מיך ניט זייער װונדערן. איך האָב פארשטאנען, אז מענטשן מוזן 
טאָן אלץ, קעדיי שענער צו מאכן די װעלט. איצט פארשטיי איך פון װאָס 
פארא שיינעם שטאם זי איז ארויסגעקומען. איך פארשטיי אויך, װאָס פאר 
מוטיקער מענטש זי איז געווען. זי האָט מיר אמאָל דערציילט, װי אין איינער 
א נאכט האָט זיך ארײַנגעריסן צו איר א געסטאפּאָװעץ, האָט א שלײַדער 
געטאָן לעווס פארבלוטיקטע וועש, פארשטייט זיך האָב איך גלײַך דערקאָנט 
זײַן העמד. כ'האָב געפילט, אז מײַן טוט איז געקומען. נאָר איך האָב א גע- 


049 


שריי געטאָן צום געסטאפּאָװעץ --,נעמט צו די פרעמדע װעש, מײַן מאן 
האָט זי ניט געשלאָגן, ער איז אומשולדיק און ערלעך. וי האָס איר גע- 
וואגט ארײַנגײן צו א פרוי מיט אזא שוידער? און שטעלט זיך פאָר, האָט 
זי געזאָגט, ער איז ארויס". 

בייס לעוו פלעגט לייענען, פלעגט זיך גאָלדע שטענדיק װוּנדערן, װאָס 
ער לייענט איין בוך זייער לאנג, ער פלעגט געלאסן זאָגן; 

-- גאָלדו, פארשטיי איין זאך. דער שרײַבער האָט דאָך געשריבן א סאך 
לענגער, װוי מײַן לייענען געדויערט, 

איצט פארשטיי איך, אז ביז גאָר זעלטן טרעפן זיך אזוינע מענטשן, װי 
לעוו אוֹן גאָלדע. פארװאָס? פארװאָס?.. פארװאָס האָט עס מיט זײי געשען?. 

מע האָט גאָלדען מער אין באָטקין- שפּיטאָל ניט געװאָלט האלטן: לעוו 
איז געווען פארצווייפלט, װײַל ער האָט מער ניט געקאָנט בלײַבן בא דער 
באלעבאָסטע, װו ער האָט געװוינט, װאָרעם יענע איז געווען אזי פּראָסט- 
הארציק, אז זי האָט געמיינט -- לעוו גלייבט, ווען זי דערציילט, אז יוליק 
האָט אופגעגעסן צוויי הונדערט גראם פּוטער מיטאמאָל, 

ווען ער פלעגט קומען צו אונדז, פלעגט ער שפּאנען איבערן צימער און 
זאָגן; 

-- זי שטעלט מיך בעדאלעס די גאנעווטע. װאָס זאָל איך טאָן? װוי קאָן 
איך נעמען גאָלדען אהין. איך װעל אװעקפאָרן אין שטאָט, און זי װעט זױײ 
פארמאָרען פון הונגער. 

איך האָב געשוויגן, װײַל איך האָב ניט געקענט זאָגן -- נעם די קינדער 
און גאָלדלען און קום צו אונדז. עס זײַנען געווען א סאך סיבעס, פארװאָט 
איך האָב דאָס ניט געקאָנט זאָגן. איינע פון די סיבעס איז געווען אויך די 
װאָס מײַן מאן האָט געמוזט האָבן א צימער, קעדיי ער זאָל קענען ארבעטן. 
ער איז דאָך א שעפערישער מענטש. 

דערװײַל איז נאָך גאָלדע אלץ געלעגן אין באָטקין- שפּיטאָל. עס איז 
געגאנגען סאָף 1926 יאָר. אין איינעם א פרימאָרגן האָט מען אָנגעקלונגען 
צו אונדז. איך האָב געעפנט און דערזען לעווס טאָכטער. אירע ליפּן זײַנען 
געווען װײַס, וי קרײַד, זי האָט שטיל צו מיר געזאָגט: 

-- באנאכט האָט מען צוגענומען דעם טאטן, װאָס זאָל איך איצטער 
טאַן? די באלענאָסטע האָט צוגענומען אונדזערע קישנס, קאָלדרעס, די 
וועש. זי זאָגט, אז אלץ איז איצטער אירס, װײַל דער טאטע האָט איר ניט 
באצאָלט קיין געלט. אָבער דאָס איז א ליגן. איך האָב געזען, װוי דער טא- 
טע האָט איר אלע כוידעש געצאָלט. איך געדענק ניט, װאָס איך האָב גע- 
זאַגט דעם מיידל, איך געדענק, אז זי איז װי א בליץ אראָפּ פון אונדזערע 
טרעפּ. איך בין אװועקגעפאָרן צו דעם פּאַרפאָלק, װאָס האָט לעוון געבראכט 
צו אונדז קיין ליובלינאָ. אף מײַן קלונג איז ארויסגעגאנגען די פרוי, א 
הויכע, מיטן שטענדיקן אויסדרוק פון געבילדעטקײַט און אייידלקייט אפן 
פּאַנעם, האָט זי צו מיר באלערנדיק געזאָגט, ווען זי האָט מיך אויסגעהערט: 

-- דו האָסט לֶעווס ביכער? אז דו װעסט קומען אהייט, פארברען זי 


9044 


ערשטנס, האָב איך פארשטאנען, אז איך פאָדער צופיל פון מענטשן 
איר אייצע האָב איך ניט געפאָלגט. איך האָב ניט פארברענט לעווס ביכער, 
װײַל איך האָב גוס געװוסט, אז אוב מע װעט קומען צו מיר, איז ניט 
דערפאר, װײַל איך בִין אין עפּעס שולדיק,,. כ'האָב אויך געהאט ארבעט, 
כ'האָב געמוזט אײַנאָרדענען לעווס קינדער אין א קינדערחיים. עס איז לאנג 
צו דערציילן אין וויפל אנשטאלטן איך בין געווען, ניז איך בין אוועק אין 
בילדונגס-מיניסטעריום אף טשיסטיע פּרודי,. איך געדענק ניט, װאָס איך 
האָב דאָרטן געטײַנעט צו דער סעקרעטארשע. איך געדענק נאָר, אז איך 
האָב גערעדט ניט שטיל, מײַנע רייד זײַנען מיסטאמע דערגאנגען צו נאדע- 
זשדא קאָנסטאנטינאָװנא דורך דער פארמאכטער טיר, זי האָט ארויסגע- 
שטעקט דעם גראָוװון קאָפּ מיט די גוטע אויגן אין דער האלב-אָפענער טיר, 
צוגעגאנגען צו מיר, מיך גענומען פאר א האנט, ארײַנגעפירט אין קאבו- 
נעט, אָנגעגאָסן א גלאָז וואסער, צוגערוקט צו מיר, שטיל געזאָגט: 

-- שרײַט ניט. װי אלט זײַנען די קינדער פון דעם רעפּרעסירטן? 

נאָכדעם האָט זי מיר געגעבן צוויי פּוטיאָװוקעס. פאר יוליקן אין יאסליעס, 
פאר דעם מיידל אין א קינדערהיים פון די עסטרײַנישע שוצבונד-קינדער, 

ענדלעך, זײַגען די קינדער געווען אײַנגעאָרדנט. אין די זונטיקס פלעג 
איך פאָרן צו גאָלדען אין שפּיטאָל, צו יוליקן אין די יאסליעס. ועגן לעוון 
האָבן מיר גאָרנישט ניט געװוּסט. איך האָב זיך פארשריבן אין א ריי צַן 
פּעשקאַװען, אָבער די ריי איז געווען זייער גרויס.., ווען איך פלעג קומען צו 
גאַלדען אין באָטקין-שפּיטאָל, איז זי געלעגן אין בעט אויסגעצויגן פּלא- 
טשיק, זי פלענט זעלטן עסן, װאָס איך האָב געבראכט און שטענדיק קוקן 
אף מיר מיט אירע ברוינע אומשולדיקע אױיגן, ביו עס פלעגן זיך נעמען 
קײַקלען פון זיי שווערע טרערן. אויסװישן זיי האָט זי ניט געקאָנט, װײַל זי 
איז דאָך געווען געליימט. פלעג איך װישן איר פּאָנעם, קוקן אפן האנטעך 
און ניט פארשטיין, פארװאָס ער װוערט ניט רויט., 

גאָלדע האָט דאָך ניט גערעדט, אָבער איין װאָרט האָט זי ניט פארגעסן, 
מיט אומענטשלעכער אַנשטרענגונג פלעגט זי עס פון זיך ארויסשטאמלען, 
אקוראט, וי ס'װואַלט זיך צו מיר געקײַקלט אן אָנגעווייטעקטער מוירעדיקער 
אָס ,ל-ל-לעוו?" 

װאָס האָב איך איר געקאַנט זאָגן? איך האָב גוט פארשטאנען, אז זי איז 
כוישעד לעוון אין פאראט. אז זי איז זיכער -- לעוו האָט זי איבערגעלאָזן, 
װײַל זי איז קראנק, 

ענדלעך, אז מײַן ריי צו פּעשקאָװען איז דערגאנגען, האָט זי מיך אויס- 
געהערט און געגעבן א צעטעלע מיט א נומער פון א קאבינעט. און אין 
איינעם א פארנאכט בין איך ארײַנגעגאנגען אין דעם הויז, װוּ זייער װינציק 
מענטשן ווילן גיין. איך בין געשטאנען אנטקעגן א מענטשן, װאָס איז אפּאַ- 
נעם געווען פון א הויכן פּאָסטן, װײַל ער האָט געהאט ראָמבן אף די לאצן, 
און איך האָב אים דערציילט, װאַס עס האָט געטראָפן מיט לעוון, אז זײַן 
פרוי ליגט אין שפּיטאָל. ער האָט מיך אויסגעהערט, זיך אופגעהויבן פון 


249 


שטול, זיך אַנגעשפּארט אף די דלאָניעס אין טיש, זיך אריבערגעבויגן צו 
מיר, און מיט איין אָטעם:; 

-- איר זײַט באם זינען? גיט אהער דעם פּראָפּוסק. די מינוט אהיים! -- 
און הויך אף א קאַל: -- װאַן! 

איך געדענק גוט דעם װעג פונעם דאַזיקן הויז ביז מײַן דירע אף קי- 
ראָװו-גאס. מער האָב איך ניט כלאָפּאָטשעט וועגן לעוון, עס האָט ניט גע- 
האָלפן מײַן בעטן, מײַן אײַנרײדן. מע האָט גאָלדען, װי א כראָניק, אויסגעשריבז 
פון באָטקין-שפּיטאָל, און זי האָט זיך געפונען אין אן אינוואלידן-הויז 
אהינטער טימיריאזעווער אקאדעמיע, 

גאַלדען איז שוין געווען ניט צו דערקענען. סזײַנען געבליבן נאָר די 
אויגן און די ביינער. איך פלעג זי אײַנװיקלען אין דער דעקע, זי ארויס- 
טראָגן אף דער פרישער לופט. כ'פלעג אױסרײיניקן איר געלעגער, ערגער 
איז געװוען, ווען ס'איז געגאנגען א רעגן אין דרויסן, דאן האָב איך עס גע- 
מוזט טאָן, ווען זי איז געלעגן אין בעט. נאָר דאָס אלץ איז געווען גאָר- 
נישט אנטקעגן איר בליק און דאָס איין װאָרט, װאָס זי פלעגט שוין איצט 
קוים-קוים פון זיך ארויסברענגען ,ל-ל-לעוו... 

ווען איך פלעג קומען צו יוליקן אין די יאסליעס, פלענט ער צו מיר 
אויסשטרעקן די הענטלעך און זאָגן: , כאָטשו ס טאַבאַי", 

ווינטער זײַנען די טעג געווען קורצע. ביז איך פלעג אװעקפאָרן פון יו- 
ליקן צו גאַלדען, פלעגט שוין זײַן פינצטער, אין איינעם א טאָג בין איך 
ווידער אװעקגעפאָרן צו דעם פּאַרפאָלק, װאָס האָט געבראכט לעון צו 
אונדז. יוליקס יאסליעס זײַנען געווען זייער נאָענט פון זייער װוינונג. אזא 
מאזל האָב איך שוין געהאט, אז שטענדיק, ווען איך פלעג קומען, פלעגט 
דער מאן אין שטוב ניט זײַן, און איך פלעג ריידן מיט איר טעט-א-טעט, 
איך געדענק שוין ניט, װאָס איך האָב איר געזאָגט, נאָר מיסטאמע האָב 
איך זי געבעטן, אז זי זאָל זונטיק ארײַנגיין צו יוליקן, װײַל איך קאָן ניט 
באװײַזן אי צו אים, אי צו גאַלדען. 

זי האָט עס אויסגעהערט, זאכלעך, מיט גרויס פארשטאנד צו מיר געזאָגט: 

-- יולִיק איז, װי א סאך קינדער, באזאָרגט. איך װעל ניט גיין צו אים 
מיט קיין בייגעלעך און מיט צוקערקעס. 

עס איז מיר קלאָר געװאָרן, װאָס דאָס איז פאר א ווייכהארציקע פּער- 
זענלעכקײַט. מער האָב איך זיך צו איר מיט גאָרניט געװענדעט. 

..ס'איז געגאנגען דער זיבן-און-דרײַסיקסטער יאָר. װי פריער האָבו 
מיר פון לעוון גאַרניט געװוּסט, װי פריער בין איך געפאָרן צו גאָלדען און 
צו יוליקן, מײַנע מעגלעכקײַטן אָבער זײַנען געװאָרן קלענער, װײַל אין 
זיבן-און-דרײַסיקסטן איז בא מיר געבוירן געװאָרן מײַן זון. איך בין עט- 
לעכע װאָכן ניט געווען בא יוליקן, ווען איך בין געקומען אין די יאסליעס, 
האָט די דערציִערן געזאָגט, אז מע האָט אים אריבערגעפירט אין א קינדער- 
היים בא װאַלאַקאָלאמסק. איך בין אװעקגעפאָרן אהין. אָבער יוליק האָט מיך 
ניט דערקענט. עֶר האָט שװײַגנדיק, מיט שטומע אױיגן, געקוקט אף מיר, 


240 


צעברעקלט די בולקע, װאָס כ'האָב אים געגעבן, נאָכדעם בין איך געזעסן אין 
וואגאָן און איך האָב ניט געקאַנט פארשטיין, פארװאָס מענטשן קויפן מאָראָ- 
זשענע און פארװאָס לאכן זיי... 

דעם קומענדיקן זונטיק האָב איך גאָלדען אין אינוואלידן-חויז אויך ניט 
געטראַפן. עס איז געװאָרן א מוישעוו-זקיינים און גאָלדען האָט מען ארי- 
בערגעפירט ערגעץ אין א הויז פאר כראַניקער, ניט װײַט פון ראָהאטשאָו, 
מער האָב איך גאָלדען ניט געזען. איך פלעג זיך אָפט פאָרשטעלן, װי זי 
ליגט און פרעגט זיך אליין -- ,ל-ל-לְעוו,." 

אין אכט און דרײַסיקסטן יאָר איז לעווס טאַכטער געקומען צו מיר מיט 
א פּאפּירל, דאָרטן איז געווען אַנגעשריבן, אז זי דארף גיין אין זאקס.. 
איך בין מיט איר אהין אוועק. מיר האָבן היפּש געווארט, נאָכדעם האָט 
מען זי ארויסגערופן און זי איז צו מיר ארויס מיט א צעטל, װוּ עס איז 
געווען אָנגעשריבן, אז זיסקינד איז געשטאָרבן, און זי האָט רעכט אלס טאָכ- 
טער ארויסגעבן זײַנע ווערק, 

פון דעם איז מיר קלאָר געװאָרן, אז לעוו האָט לאנג ניט אויסגעהאלטן 
און איז געשטאָרבן, און נאָך האָכ איך פארשטאנען, אז ער איז רעאביליטירט, 

פארשטייט זיך, האָב איך געשריבן בריוו קיין ראָהאטשאָו, װוּ גאָלדע 
האָט זיך געפונען, אַנהײב נײַן-און-דרײַסיקסטן יאָר, האָב איך באקומען א 
בריוועלע, אז דער כראַניק גאָלדע לעוו איז געשטאָרבן, 

..איצט האָב איך געדארפט פאָרן נאָר צו יוליקן. וי פריִער האָט ער מיך 
ניט דערקענט. כ'פלעג אים טרעפן זיצן ערגעץ אין א ווינקעלע. זײַן דער- 
ציִערן האָט דערציילט: 

-- זייער א מאָדנע קינד, רעדט ניט קימאט, אונדזער געװוראָפּאטאָלאָג 
האָט מיר געהייסן פרעגן בא אײַך, צי קענט איר ניט זאָגן, זײַנע עלטערן 
זײַנען געווען געזונטע? 

דער וועג פון יוליקס קינדערחיים איז געװען א ביטערער. אקוראט װי 
איך װאָלט געפאָרן פון לעווס צו גאַלדעס קייווער, 

אין פערציקסטן יאָר איז פּלוצעם צו אונדז געקומען א בלאַנדע פרוי, זי 
האָט געזאָגט: 

-- איך בין גאָלדעס שוועסטער. איך בין געקומען נאָך יוליקן. מיר ווייסן 
אלץ. 

אין א קורצער צײַט ארום האָב איך זי פון װײַסרוסישן װאָקזאל באגלייט 
קיין לעמבערג.. 

לעווס טאָכטער האָט אינגאנצן אופגעהערט קומען צו אונדז. עס האָט 
זיך אַָנגעהױבן די מילכאָמע. זי האָט זיך עוואקוירט מיטן קינדערהיים. ערשט 
אין פיר און פערציקסטן יאָר, ווען איך בין צוריקגעקומען פון עוואקואציע, 
איז זי געקומען צו אונדז מיט דרײַ יונגעלײַט. זי איז געווען גוט אָנגעטאָן. 
איר פּאַנעם איז געווען קײַלעכדיק און זאט. זי איז געווען זייער ענלעך אפן 
פאָטער. פּונקט אזוי שטאָלץ געהאלטן דעם קאָפּ, אָבער איך האָב געקוקט 
אף איר און געשטוינט. ויאזוי האָט זי עס גאַרנישט ניט געיארשנט פון 


547 


פאָטערס אינערלעכע מידעס? זי האָט אָפּגערוקט שטולן פאר די יונגעלײַט, 
זיך אליין געזעצט, און געזאָגט: 

-- איך בין זיך געקומען געזעגענען מיט אײַך. איך פאָר אוועק צו מײַן 
טאנטע קיין אויסלאנד, | 

מער האָב איך זי קיינמאָל ניט געזען. יוליק איז געוויס אומגעקומען אין 
לעמבערג, װי גאָלדעס שוועסטער און ברידער. זיסקינד לעוו איז א פארגע- 
סענער נאָמען. אָבער עס לעבט זײַן בוך נאָװעלן ,פון װעלט צו וועלט". 

עס לעבן די העלדן פון זײַנע נאָװעלן. און ער אליין דארף אויך ניט 
פארגעסן בלײַבן. 


שעפעלער 


איך האָב געהאט אזא ביטערן שווערן טראָגן, אז מײַן מאן האָט עס ניט 
געקאַנט צוזען, אפילע אין די רו-טעג פלעגט ער אוועקגיין פון שטוב. װוען 
עס פלעגט מיר װערן שלעכט, פלעג איך ארויסלויפן אין הויף. בייס איך 
פלעג צוריק קומען, האָט ער טאָמיד געפרעגט, אוב ער איז געוען אין 
שטוב, 

-- שיינדעלע, פארטיק! 

איך פלעג ענטפערן, װאָס איך פלעג ענטפערן. מיר האָט שטארק פאר- 
דראָסן, װאָס דאָס איז אזוי. פארשטייט זיך, האָב איך געװאָלט, אז ער זאָל 
פילן, װי ביטער מיר איז. כאָטש אין יענע צײַטן זײַנען מיר, װײַבער, געווען 
וי מאנצבלען, מיט דעם אונטערשייד, אז ווען סאיז געקומען די צײַט, האָבן 
מיר זיך געמוזט לייגן אין קימפּעט. אין יענע צײַטן האָבן מיר זיך געשעמט 
ארויסצוברענגען דאָס װאָרט ,מאן", מיר פלעגן זאָגן נאָר ,כאווער". אָבער 
ער גופע, נעבעך, איז אויך געװען ,טראָגעדיק". אלע צאָרעס, אלע קריוו" 
דעס, אלע שלעק פון דער גאנצער װועלט האָט ער געטראָגן אף זײַן ברייטער 
געבויגענער פּלייצע. כוץ דעם האָט ער געלערנט מארקסיזם-לעניניזם און 
ווען עס האָט זיך אָנגעהױבן די קאָלעקטיוויזאציע, איז ער װי א ,פינף און 
צוואנציקער" געשיקט געװאָרן אין א דאָרף ארײַן, ניט װײַט פון כארקאָוו. 

איך, װוידער, בין שוין געווען אין די לעצטע כאדאָשים. איצט װאָלט איך 
גראָד יאָ געקענט עפּעס עסן, אָבער פונעם ביסל הירזשענע קאשע מיט דעם 
צעפלאַכטענעם װאַבלע-װײדל האָט מיך געשלאָגן צו דער גאל. געװוינט 
האָב איך אין סאמע עק כארקאָוו, בא צוויי שוועסטער, פארזעסענע מוידן. 
איינע ניט ייִנגער ניט עלטער פון דער אנדערער, װײַל זי זײַנען געווען א 
צווילינג און דערצו ניט פאר קיינעם געדאכט, זײַנען זי נאָך געווען דװאָ- 
ריאנקעס. זיי האָבן פארמאָגט א סאָד, א קו, הינער און א גאנצן מיניען אָפּי 
געקראָכענע אלטע קעץ. גאנצע טעג האָבן זי געראמט, געוואשן דאָס גע- 
פעס, געשײַערט די טעפּ מיט די פאנען. דער סאמאָוואר האָט געפינקלט, די 


248 


ציכטיקע קופּערנע פאנען האָבן געשפּיגלט, די אויסגענייטע סערוועטקעס, 
געקראָכמאלעטע, גלאט-געפּרעסטע האָבן געשעמערירט װי קלאָרער לאק, 
די דװאָריאנקעס האָבן געװאָלט דערגיין א טאָלק און אָפט פלעגן זי בא מיר 
שטיל פרעגן: 

-- סאָפיא דאװידאָונא, װוּ איז אײַער מאן? וען װעט ער שוין קומען. 

איך פלעג ענטפערן; 

-- ער װעט קומען צו מײַן קימפּעט, 

און בא מיר איז שוין געווען אָט-אָט... איך בין געווען אין דעקרעט. מײַן 
כאווער װוּ איז? ער איז דאָרט, װוּ די פּארטיי דארף אים, 

מאזלטאָו? איך ליג שוין, איך בין גליקלעך, איך האָב א זון! 

ביידע אלטע מוידן האָבן פארגעסן צו שײַערן די פאנען, אלע טאָג זײַנען 
זי געלאָפּן צו מיר אין שפּיטאָל מיט פלעשער מילך, מיט טעפּעלעך סמע- 
טענע, מיט לויזע אייער, מיט פוטער-בולקעלעך.. 

ווען איך האָב געדארפט ארויס פון שפּיטאָל, זײַנען זי געקומען מיט 
אזא מין פּעקל מיצקעלעך, לײַבלעך, זי האָבן ניט געזשאלעװועט זייערע 
אלטע ווייכע פלאקסענע לײַלעכער. זיי האָבן אָנגעשניטן און ארומגעזוימט א 
שלאל ווייכע ווינדעלעך, נאָר װי א מאמע װאָלט דאָס געקאַנט טאָן. 

און מײַן כאווער װוּ איז? ער איז דאָרט, װוּ ער דארף זײַן. 

געקומען אין שטוב. מײַנע אלטע מוידן האָבן פאנאנדערגעוויקלט דאָס 
קינד -- וי געשריגן! צעפּרײעט אונטער די אָרעמלעך ביז בלוט. אין די 
ענגע ערטערלעך אויך ניט בעסער. אפן קעפּל -- איין אויסגוט פון בלאָטערן, 
איך שטיי קוים אף מײַנע פיס. איך עס זיך אוף! סטײַטש, װיאזי האָב איך 
דאָס ניט א קוק געטאָן, ניט צעוויקלט, בייס מע פלעגט אים ברענגען, כ'זאָל 
אים אָנזױגן, | 

כייס איך זע, װי מײַנע באלעבאָסטעס רירן זיך צו צום אייפעלע, גלי- 
ווערן מיר די אייוורים. הענטלעך, פיסלעך -- שטרוי. דאָס קעפּל וואקלט זיך, 
װי א זאנג פון װינט. זאָגן זײי, די דװאָריאנקעט, אז מע דארף ארײַנשיטן 
קלײַען אין טאָרבעלעך, דאָס גוט אויסזידן, און אז עס װעט זיך אָפּקילן, דארף 
מען אין דאָזיקן וואסער אױסנאָדן דאָס קינד. מיר גיבן זי אלע צוויי שאָ א 
גלאָז געבריטע מילך, א הינערשע פּאָלקע. איך בין געקומען צו די קרעפטן, 
דאָס קינד? דאָס קינד האָט אופגעלעכט, פּאָטער געװאָרן פון אלע שלעק, 

און מײַן כאווער װוּ איז? ער איו נאָך אלץ נישטאָ. איך בענק נאָך אים? 
געוויס! כ'האָב פאריבל אף דער פארטיי? כאָלילעוועכאס! אָבער קיין נאָמען 
האָט נאָך ניט דאָס קינד, מײַנע באלעבאָסטעס אייצען מיר, איך זאָל אים 
רופן וואניא, אָדער אוב ניט, איז געאָרגי. איך פּאטער זיי אָפּ מיט א טערעץ, 
איך װעל זיך מעיאשעוו זײַן מיט מײַן כאווער, 

דערװײַל דארף איך שוין גיין ארבעטן. דער װועג צו דער ניי-פאבריק 
און צוריק איז מיר צען מאָל אזוי לאנג, װי ער איז. איך טראכט זיך: מײַן 
זיידן, װאָס די פּעטליוראָװוצעס האָבן אומגעבראכט, האָט מען גערופן רעב 
שאָלעם, מײַן טאטן, װאָס איז אומגעקומען אין בירגערקריג, האָט מען גערופן 


249 


פּראָסט שאָלעם. זאָל זשע מײַן זון הייסן שאָלעמקע. איך שרײַב אָן דעם 
כאווער מײַנעם א קורץ בריוול, און איך קריג נאָך א קירצערן ענטפער: 

;מײַן טײַערע, מײַן ליבע שיינדעלע! עס גייט דער שניט. איך מוז זײַן 
דער טאטע צו דער טװוּע אויך. עס גייט מיר אויס די נעשאָמע, װאָס איך 
בין דאָ, דו -- דאָרטן! איך ווייס, אז דו װעסט זאָגן, אז דו דארפסט ניט, 
אָבער איך האָב דיר ארויסגעשיקט א פּאַר רובל. שרײַב א פּאָר ווערטער 
וועגן קינד, שיק מיר א שמייכל, און, פארשטייט זיך, װעסטו אָנזאָגן ווען 
דו װעסט קריגן די מאמטאקים. גיב אכטונג אף אים. איך שטויס זיך אָן 
װאָס פאר א מאמע דו ביסט, זײַ געזונט, מײַן קרוין. 

דײַן יאנקעטשקע", 

איז דאָך מיר װויל און גוט! קאָן אָבער אלץ ניט זײַן גוט. שאָלעמקע 
שרײַט טאָג און נאכט. איך קוק, איך טאפּ, איך זע גאָרנישט. אָבער איינע 
פון מײַנע באלעבאָסטעס האָט יאָ דערזען, אז דאָס לינקע ברוסטל באם קינד 
איז צונטער רוט און הארט װי א שטיינדל. לױיף איך אין קינדער-קאָנטול- 
טאציע. דער דאָקטער זאָגט: 

-- לייגט קאָמפּרעסלעך פון בראנפן, 

ס'איז גרינג צו זאָגן: װוּ האָב איך בראנפן? נייען מײַנע באלעבאָסטעס 
ווידער טאַרבעלעך. זיי שיטן אהין ארײַן פלאקס-זוימען, קאָכן עס, אז סווערט 
א ביסל אָפּגעקילט, לייגן זי די טאָרבעלעך אף שאָלעמקעס ברוסטל -- א 
טאָרבעלע ארוף, א טאָרבעלע אראָפּ. דאָס קינד פּלאצט פון געשריי. איך ריר 
זיך פון זינען, אָבער די טאָרבעלעך לייגט מען... אפן פערטן טאָג זאָגט איינע 
פון די מױידן; 

-- פאָלגט מיך, סאָפיא דאװידאָוונא, מע דארף אים אױסבאָדן אין רומי" 
אניק-וואסער, אָבער ניט אין לעבלעך, נאָר אין גאנץ הייסער, מע זאָל קוים 
קאָנען האלטן די האנט דערין. 

ווען זי האַבן ארײַנגעלײגט דאָס קינד אין מולטער, בין איך ארויסגע- 
לאָפן פון שטוב. זײַנע קוילעס האָב איך געהערט אין סאָד. פּלוצעם איז שטיל 
געװאָרן. ,א סאָף" -- טראכט איך -- און לאָז זיך צו דער שטוב. אנטקעגן 
לויפט מיר איינע פון די צוויי מוידן און שרײַט ניט מיט איר קאָל: 

-- ס'האָט געפּלאצט! 

שאָלעמקע האָט גענומען קוועלן, װי כװאָלט אים אלע טאָג מיט עפּעס 
אָנגעפילט. ער האָט געשײַנט. ער האָט געהאט בלויע אייגעלעך און ליכטיקע 
האָר. ער איז געווען אױסגעגאָסן יאנקעטשקע. אז איך פלעג מיט אים ארויס- 
גיין אפילע אין סאָד, פלעג איך אים צודעקן מיט עפּעס דאָס פּענעמל. מײַן 
כאווער פלעגט אויך איצט קומען. עמעס, דאָס פלעגט טרעפן ניט אָפט. 
אָבער װען ער איז געקומען, איז ליכטיק געװאָרן אין אלע װוינקעלעך. מיר 
האָבן זיך אלע דרײַ אזוי געפרייט איינער מיטן אנדערן, אז איך פלעג אָפט 
אין דער שטיל פּרעפּלען: , זאָל עס מיר ניט פארשטערט װערן. זאָל דער 
גוירל אונדז באשירעמען!" 


225 50 


..אָכער אין פינף און דרײַטיקסטן יאָר האָט מען יאנקעטשקען צוגענומען, 
איינער א מענווול, װאָס האָט געפירט ברויט צום עלעוואטער, האָט א דרי 
זעקלעך ווייץ אָפּגעזעצט אף לינקס, האָט מען באשולדיקט מײַן יאנקעטשקען 
אין צעטרענצלען מעלוכיש ברויט. איך בין געגאנגען, איך האָב גערעדט, 
כ'האָב אָפּגעשלאָגן אלע שװעלן, נאָר סאיז געווען ארױסגעװאַרפּן! איך ווייס 
גאָרנישט מיט נישט... 

אז עס גייט, איז -- דורך טיר און דורך טויער, איינע פון מײַנע געטרײַע 
באלעבאָסטעס איז פּלוצעם געשטאָרבן. דער צווייטער איז פון גרויס אומגליק 
באפאלן אזא טרייסלעניש, אז זי האָט קיין טרונק וואסער אלֵיין ניט געקאַנט 
נעמען. איך אָבער מוז ארבעטן. שאָלעמקע איז געגאנגען אין קינדערגאָרטן, 
קיין ווארעמע זאכן האָב איך פאר אים ניט געהאט. האָט עֹר זיך צוגעקילט 
און גענומען הוסטן. די דאַקטוירים האָבן געייצעט, איך זאָל אים פירן אין א 
ווארעמען קאנט. וי זאָל איך אים פירן, אז עס קלעקט מיר ניט די כאלע אף 
דער מויצע. דערװײַל לייגט זיך די צווייטע באלעבאָסטע שלאָפן און שלאָפט 
אײַן אף אײביק. געפינען זיך יאָרשים, איך מוז ארויס פון דער דירע, און 
שאַלעמקע הוסט װי עס דארף צו זײַן, װאָס טו איך, װאָס חייב איך אָן צו 
טאָן? האָב איך צונויפגענומען א פּאָר לײַלעכער, א צוויי טישטעכער, כבין 
אוועק אפן אלטן מארק, אױסגעשלאָגן א פּאָר רובל, גענומען א בילעט און 
איך פאָר שוין, אז וויי איז מיר, מיט שאַלעמקען קיין יעװפּאטאָריע, 

געקומען קיין יעװפּאטאָריע, גי איך ארײין אין ראיקאָם. דער סעקרעטאר 
הערט מיך אויס און זאָגט: 

-- איך זע, אז איר זײַט ניט קיין פארשלאָפן װײַבל, פאָרט אין קאָלװוירט 
װאָס איז אמאָל געווען די קאָמונע ,װואָיא-נאָווא". דאָס איז דאָס, װאָס איר 
דארפט, 

געקומען אין קאָלװוירט, זע איך, אז דער סעקרעטאר האָט מיך ניט אַפּ- 
גענארט, ס'איז דאָ א קינדערהיים, ארבעט פעלט אויך ניט. איך ארבעט אין 
פעלד-בריגאדע, בענצקע גוטמאן פירט דעם טראקטאָר. איך שטיי בא דער 
זייעלקע, איך האָב זיך אויסגעלערנט די מעלאַכע. מע זאָגט שוין אפילע, אז 
איך בין א בעריע. אָבער איך בין א בעריע אומגערן, װאָרעט אפן הארצן איז 
מיר גענוג פינצטער. יאנקעטשקע גייט מיר פון זינען ניט ארויס! 

און דער סטעפּ איז ברייט, דער הימל הויך, עס פלאטערן דורכזיכטיקע 
פאָרהאנגען באם האָריזאָנט. די לופט -- כאָטש טרינק. אָבער פאר מײַנע 
אויגן הענגט טאָמיד דער שווארצער שלייער, איך טראכט קעסיידער: , גוואלד, 
װוּ ביסטו אהינגעקומען, יאנקעטשקע? פארװאָס קומט עס דיר? דערפאר 
װאָס דו האָסט קיינמאָל ניט צוגעשיקט א ביסל מעל פאר מיר און שאַלעמ- 
קען?! איך שלינג מײַן ווייטעק, די טרערן אין מײַנע אויגן זײַנען ניט פון 
ווינט,,, 

שאָלעמקע איז שוין א היפּש ייִנגל. בייס איך גי נאָך דער ארבעט אין 
קינדערהיים, פרעגט ער: 

-- מאמע, פארװאָס קומט קינמאָל, קיינמאָל ניט מײַן טאטע צו מיר! 


291 


איך טראכט אהין, איך טראכט אהער און איך זאָג אנומלטן צו מײַן 
טראקטאָריסט אזוי און אזוי שװיגט ער. זאָג איך ווידער. שװײַגט ער װיי- 
טער, נאָר איין מאָל קום איך ארײַן נאָר דער ארבעט אין קינדערהיים, לויפט 
מיר אנטקעגן שאָלעמקע מיט אזא סימכע: 

-- מאמע, קום גיכער, דער טאטע איז דאָך געקומען! 

און אזוי האָט זיך דאָס געפירט: אלע טאָג נאָך דער ארבעט פלעגט 
בענצקע קומען צו שאָלעמקען און אזוי קונציק האָט זיך בענצקע פאר- 
שטעלט פאר א טאטן, אז וען ניט די מילכאָמע... 


= = א 


בענצקע גוטמאן איז פר=װיליק אוועק אפן פראָנט, איך מיט נאָך צוויי 
קאָלווירטניצעס זײַנען אוועק מיט דער טשערעדע שאָף. שאָלעמקע מיט די 
איבעריקע קינדער בלײַבן אין קינדערחיים. פארשטייט זיך, האָב איך אַפֹ- 
גערעדט מיט מערע גאַלדבערג און מיט נאָך קאַלװירטניצעס, אז בייס זי 
וועלן אוועק פון קאַלװירט, זאָלן זי מיטנעמען שאָלעמקען. און אזוי װאָלט 
טאקע געווען, ווען די פאשיסטן װאָלטן געקומען א ביסעלע שפּעטער. וויפל 
ס'האָט געדויערט ביז מיר זײַנען מיט דער טשערעדע דערקראַכן קיין טולע, 
איז לאנג צו דערציילן, וויפל שעפעלעך מיר האָבן געלאָזן אף די וועגן, האָט 
קיינער ניט געציילט. די עוואקואציע איז אויך א לאנגע סעדרע. וי נאָר די 
מילכאָמע האָט זיך געענדיקט, בין איך געשפּרונגען פון צוג צו צוג, און א 
קוים לעבעדיקע האָנ איך זיך דערקליבן קיין קרים. געקומען אהין -- דער 
קאָלװירט איז דאָ, אָבער קיין איין ייַד איז ניטאָ. די קאָלװירטניקעס דערציילן 
מיר װוּ די קינדער מיט אונדזערע קאַלװירטניקעס ליגן. איינע א קאַלװירטני- 
צע זאָגט: | 
-- אוב דו װוילסט, װעל איך דיר װײַז, דאָרט ליגט דאָך דײַן ייַנגל 
אויך, יי 
איך בין ניט געגאנגען אהין צו יענעם אָרט. דאָס איז געװען איבער- 
מײַנע קויכעס, פאר מײַנע אויגן זײַנען געלעגן די אויסגעשאָכטענע קינדער 
און אלע יונגע שעפעלעך, װאָס זײַנען אויסגעגאנגען אין וועג, בייס איך האָב 
געװאָלט ראטעווען די טשערעדע, 


אין גאסט:צימער נומער איינס 


(קימאט דאַקומענטא?) 


דאָס מאָל האָט מען אין מאלייעווקער שעפערישן אָפּרו-הױז מיך באזעצט 
אין א זעלטן-ראכוועסדיקן צימער. א שריבטיש, א טומבע לעבן בעט, א 
קײַלעכדיקער טיש מיט שטולן אינמיטן צימער, א סאָפע-בעט בא דער וואנט, 


2592 חגאזחװמסן זון 99 


פענצטער אף מיזרעך און אף מײַרעװ, טונקל-נאָרדאָ גארדינען אף אלע פענ- 
צטער. די ערשטע זאךר האָב איך באטראכט די לינקע זײַט פון דער שווע- 
רער גארדינען-שטאָף. סװאָלט טאקע געווען א יוישער איבערצודרייען די 
גארדינען אף דער לינקער זײַט. אף דער לינקער זײַט זײַנען די גילדענע 
צװײַגעלער געווען בלייכער. זיי זײַנען ניט געקראָכן אין די אויגן ארײַן. 
ס'װאָלט אויך געווען בעסער, ווען דאָס צימער איז קלענער. כ'האָב קיינמאָל 
אין מײַן לעכן אזא גרויסן צימער ניט פארמאָגט. ס'האָט מיר גענאָגט א גע" 
פיל, אז כ'געפין זיך אין דאָזיקן צימער צופעליק.. א װערטל זאָגט ,מע 
זאָל ניט געפּרוווט ווערן, צו װאָס מע קען געװוינט װוערן"... פארנאכט, ווען 
איך האָב פארצויגן די גארדינען אפן פענצטער פון מײַרעו, האָב איך שוין 
געװווסט, אז כװועל זיך ניט צוגעװווינען צו דער ראכוועס. דער זון-פארגאנגן 
פון ועלכן כּ'האָב זיך געװאָלט ראטעווען, האָט דורכגענומען די באַרדאַ- 
גארדינען און דער צימער איז פול געװאָרן מיט א רויטן אָפּשײַן,. אלץ אין 
צימער האָט וי געפלאקערט. אף די ווענט האָבן אופגעווימלט די טאפּעטן, 
אפילע דאָס ואסער אין גראפין אפן קײַלעכדיקן טיש איז רױט גע- 
װאָרן, 

דער זון-אופגאנג האָט אויך געטאָן זײַנס דורך די גארדינען. אויסטער- 
לישע וויטלעכע שאָטנס האָבּן זיך געשפּרײט אפן פּארקעט. זי זײַנען גע- 
װאָרן אָט לענגער, אָט קירצער, זיי האָבן געגרייכט דעם שרייבטיש. װוי מיט 
אומזעעוודיקע פענזלען האָבן זיי געלייגט אפן פַּאפִּיר אונטער מײַן פען 
ציטערנדיקע רויטלעכע פלעקן, עס האָט אָנגעװייט אומרו, אומזיכערקײַט און 
אומגלויבן צו זיך אין דערפאָלג פון דער ארבעט. שפעטער האָט זיך שוין 
אזוי געמאכט, אז דאָס רויטע אָפּשײַן, אלדאָס איבעריקע זײַנען פארזונקען 
געװאָרן אין פאריאַסעמטקײַט, אין געזאנג וועגן א יונג פארשניטן לעבן. אָט 
זיצט די פאריאַסעמטע מאמע באם שרײַבטיש אנטקעגן מיר. זי קוקט אף מיר 
דורך די טרערן, װאָס פלייצן אָן אופהער פון אירע אצוועסדיקע אויגן, און 
אירע װערטער רײַסן זיך צו מיר, וי דורך א דאמבע. זי זאַגט: 

-- דאָט איז געווען א פיקכעס. מיינט ניט, אז איך טרייב עפעס איבער, 
וי נאָר זי האָט זיך אָפּגענאָפּלט פון מײַן טראכט, אזוי איז זי באלד קלוג 
געווען, און װאָס װײַטער האָב איך אלץ מער סימאָנים געהאט, אז זי איז 
אנדערש, וי אלע איבעריקע קינדער, מיט וועלכע כ'האָב זי פארגליכן, איר 
ווייסט, אז מײַן מאן איז א ייִדישער שרײַבער. אָבער ניט נאַר דערפאר האָבן 
מיר געװאָלט, אז אונדזער קינד זאָל קאָנען ייִדיש, אף װאָס פארא שפראך 
װאָלט מיר נאָך אזוי געווען צו דער האנט כזאָל איר דערציילן וועגן מײַנע 
טאטע-מאמע, װועגן מײַגע באָבעס און זיידעס און אין אלגעמיין גערעדט, 
וועגן אונדזערע יאַדערדיקע בעסאראבער ייִדן. איך געדענק אין עוואקואציע, 
האָט דער פאָטער איר געלערנט ייִדיש. ער האָט געדיקטעװעט, און זי האָט 
געשריבן. אין דער דיקטאָווקע זײַנען געווען א סאך גרייזן, האָט דער פאָטער 
איר אעקגעשטעלט אן איינס מיט א מינוס. זאָגט זי צו אים: , טאטע, דעם 
איינט האָסטו מיר געשטעלט ריכטיק, אָבער דער מינוס האָט זיך בא דיר 


955 


ארויסגעכאפּט, װײַל דו האָסט קיין אָנבײַסן ניט געגעסן". דאָס איז געווען 
ריכטיק, װאַרעם עסן איז ניט געווען װאָס. דערנאָך, מיר זײַנען צוריק געקוײ 
מען קיין קעשענעוו, שטיי איך מיר מיט א שכיינע און גיב אכטונג, װי דאָס 
קינד שפּילט זיך. מיטאמאָל פאלט די שכיינע אף א האמצאָע: /זֹאָג מיר, 
ביסט א יינגעלע, צי א מיידעלע". איר זעט דאָך, אז איך בין א קאץ, אָט 
איז מײַן וויידל, זאָגט מײַן מיידעלע און טוט אפילע קיין שמייכל ניט. 

די פאריאַסעמטע מאמע גייט צו צום קײַלעכדיקן טיש, גיסט אָן א ביסל 
וואסער אין גלאָז, טוט א זופּ, זיפצט און שװײַגט. אירע הענט הענגען אראָפּ 
פון ביידע זײַטן שטול. איך קוק אף אירע הענט, דערנאָך צו אירע אקסלען, 
צו איר האלדז, צו איר פּאָנעם. דאָס פּאָנעם אירס האָט קוים אָנזעעוודיקע 
קנייטשעלעך. זיי ציִען זיך, וי זעלטן באטראַטענע סטעזשקעלער פון אירע 
שלייפן צו איר שטערן. זי לויפן אראָפּ צו אירע אויגן, ציען זיך ווידער צום 
שטערן און ווערן פארפאלן ערגעץ אין אירע געדיכטע קורץ-געשוירענע האָר. 
עס װאָגלט מײַן בליק איבער די קנייטשעלעך פון איר פּאָנעם, איבער אירע 
פײַכטע באקן, איך טראכט: סװאָלט שוין גענוג געװוען. און זי רעדט ווידער: 
דאָס קאָל אירס, דוכט מיר, איז דורכגענומען פונעם רויטן אָפּשײַן, וועלכער 
ווערט איצט אלץ טונקעלער, ול דער זון-פארגאנג איז שוין אהינטער דעם 
דוירעסדיקן דעמב, װאָס שטייט אחינטער מײַן פענצטער. איר געפאלן, טריב 
קאָל דרינגט דורך דעם רויטן אָפּשײַן און צעגיסט זיך איבערן גרויסן צימער. 

-- מיינט ניט, אז איך קעכל זיך אין מײַן אומגליק. איך בין ניט קיין 
באסיעכידע. עס זײַנען דאָ גענוג קלאָגנדיקע טאטע-מאמע. כרייד שוין ניט 
ועגן די, וועלכע מע הערט שוין קימאט אוף צו באקלאָגן. אָבער בא מיר 
איז אװועקגעריסן געװאָרן אזא געראַטנקײַט, אזא קוואל שײַן. מע זאָגט אמאָל 
צו מיר -- איר האָט א זון, איר האָט אייניקלעך, פון דער טאַכטער איז אײַך 
אויך געבליבן אזא װויל קינד, אזא מיידל, איך שװיג, װאָס זאָל איך זאָגן? 
איך ווייס גוט, אז קיינער, קיינער װעט ניט פארב=טן קײינמאָל מײַן פארשניטן 
קינד, די קרוין פון מײַן קאָפּ, מיר זײַנען דען געװען א מאמע מיט א 
טאַכטער, װוי בא לײַטן? מיר זײַנען דאָר געווען איין גוף מיט איין געשאָמע! 
ער װעט פארשטיין אפילע אף א האָר, וי געקניפּט און געבונדן מיר זײַי 
נען געווען? 

די זון האָט אױיסגעשעפּט דעם רויטן אָפּשײַן. דער װינט באװוענט די 
מעכטיקע צװײַגן באם דעמב. אפן פּארקעט שפּרײטן זיך צעפליטערטע 
שאָטנס. די טריבע מאמע הייבט זיך אוף פון שטול. זי טרעט אף די שאָטנס, 
זי באװעגט זיך אין אומװאָרהאפטיקן רוים פון צימער. עס נעמט מיך ארוט 
א יענוועלט, װאָס לאַזט זיך ניט באגרײַפן... עס רוישט דער דעמב אהינטער 
דעם פענצטער אזוי אומעטיק-אומעטיק, וי ער װאָלט פארנעמען די אצוועס, 
װאָס שטראָמט צו אים ארויס דורכן אָפענעם פענצטער. 

כ'האָב שוין גענוג. אירע ווערטער אָבער פאלן אף מיר װײַטער. זי גלאָקן 
צו מיר פון אומגעהויערער טיפעניש. + 

-- ס'טרעפט, אז מע טרייסט זיך א קאפּל פון דערוף, װאָס מע האָט זיך 


9394 


צו דערמאָנען אן אוולע, א באליידיקונג, אן אומיײידלקיַט. איך האָב עס ניט. 
מײַן קיגד איז פון קלײינװײַן אוף ביז צו דער לעצטער שאָ געווען צארט און 
מילד, איר ליבע צו מיר איז געווען אומפארביגייענדיק. דאָס גאנצע זעל 
אירט איז געווען דורכגעוועבט אין יעדער קלאפ פון מײַן הארץ. אלע אירע 
פארטראכטן, אלע אירע זעונגען האָט זי מיר פארטרויט. ס'איז פאר אונדז ניט 
געווען קיין גרעסערער פארגעניגן, וי זײַן איניינעם. ס'איז ניס געווען פאר 
מיר קיין גרעסערער טײַגעג, װי לייענען אירס א דערציילונג, וי בײַלעבן 
איר דערפאָלג. מיר דוכט, אז מײַן װוייטעק װאָלט גאָר ניט געווען אזי 
גרויליק, ווען זי װאָלט ניט געווען באגאבט. איר לײַב און לעבן איז געווען 
דורכגענומען מיט אונדזער הויך, מיט אונדזער אָטעם.. וויי און וינד איז 
מיר! ווען איך זאָל דאָ זיצן מיט אײַך אזויפיל נעכט, וויפל נעכט שעכערע- 
זאדע האָט פארבראכט מיט דעם יעניקן, װאָלט איך איך ניט געקאָנט אוים- 
דערציילן אלץ, װאָס אונדז ביידן האָט פארייניקט, 

שוין נאָר-גאַר אין די לעצטע טעג, איך זיץ לעבן איר בעט, טיט ז 
בא מיר א פרעג: ,מאמע, װי מיינסטו, וי מיינסטו, מאמע, דו װעסט דאר 
מיך גיט אָפּנארן, חא?" איך האָב זי יאָ אָפּגענארט.. זי האָט דאן קוים א 
שמייכל געטאָן צו' מיר און געזאָגט: ,, דו ווייסט, װען איך בין גאַר אן אנ- 
דער מאמעס א טאָכטער און איך קום אין א פרעמד-פרעמדער שטאָט, און 
גי אף אן אומבאקאנטער גאס און פּלוצעם דערזע איך דיך, װאָלט איך גליַף 
דערפילט, אז דו, נאָר דו, נאָר דו איינע האָסט געדארפט זײַן מײַן מאמע... 

אין צימער איז שוין קימאט פינצטער. זי גייט צו דער סיר. נאָר איר 
סילועט צייכנט זיך בוילעט אין דער פינצטערניש. זי שװײגט. איך שװײיג 
געוויס. זי האָט צוגעבונדן צו מײַנע ווערטער מוירעדיקע שטיינער. שטיינער, 
װאָס לאַזן זיך ניט אָפּבינדן, 


לייריקע פלעץשער 


נעסיע, אָדער, װי מע רופט זי, געסיע יעפימאָוונעץ, שעמט צװישן אירעץ 
פֿרײַנט װוי א מאכניסוירעכטע. עט טרעפט א כאווערטע קלינגט איר אָן און 
שיקט צו געסיען א גאסט, װאָס איז געקומען צו איר גופעי דאָס מאָל האָט 
נגעסיע אָנגעקלונגען איר כאווערטע באסיען. 

-- דו וועסט זײַן פארגאכט אין שטוב? י 

--- געוויס, װאָס ניסטו אווי צעטראָגן, ס'האָט עפּעס געטראָפן? 

-- כוועל קומען, װעל איך דיר דערציילן, 

-- דערצייל שוין, איך האָב צײַט, איך הער. 

-- דאָס איז ניט קיין טעלעפֿאָן-געשפּרעך. איך װעל קומען, 

באסיעס מאן, נאטאן באַריסאָװיטש, האָט געהערט, װאָס דאָס װײַב האָט 
ארײַנגערעדט אין טרײַבל, האָט ער געװאָלט וויסן, 


955 


-- באסיע, ס'האָט עפּעס געטראָפן בא נעסיען? 

-- װאָס-װען האָב איך ניט צעקײַט. אָבער ס'געפעלט מיר ניט איר סאָר 
ריידן. האָב געדולד, זי װעט קומען, װעט זי דערציילן, 

פארנאכט איז נעסיע געקומען. אָבער דערגיין דעם איקער איז באסיען 
ניט גרינג געווען, כאָטש זי האָט געפילט, אז נעסיע איז פול, װי אן אויג. 
אָבער נעסיע האָט גראָד געשוויגן, װײַלעװײַז געשמייכלט, האָט באסיע גע- 
ווארט. ס'איז דאָ א װערטל: אז מע ווארט, דערווארט מען זיך. 

נעסיע האָט געשפּאנט איבערן צימער, שװוער געאָטעמט, פלוצעם זיך 
אָפּגעשטעלט, א װויש געטאָן די ליפּן מיט א װײַס טיכעלע און אָנגעהויבן: 

-- איך זאָג דיר, באסיע, אז מע קאָן פּלאצן. אזא מין איסטאָריע. ס'קומט 
צו דיר א גאסט, האלט זיך מיט אים! הער זיך אײַן װאָס עס טרעפט. 

-- אָבער אלץ טרעפט נאָר מיט דיר! 

-- האָב ניט קיין פּריויטשקע ארײַנצופאלן אין די רייד. און הער מיט 
קאָפּ. יענע װאָך קלינגט מיר אָן פייגע און דערציילט מיר, אז צו איר איו 
געקומען פון גאָרקי אירער א באקאנטערס א זון. זייער א װוילער, א קלוגער, 
א קראסאוועץ, א אינטעליגענט. אָבער זי האָט גראָד צוויי פּוטיאָװקעס אין 
קליאזמער פּאנסיאָנאט, איז עפשער קאַן דער כאװװוערטעס זון זײַן עטלעכע 
טעג בא מיר, ער וויל אָנקומען אין באומאן-אינסטיטוט, פארשטייסטו מיך, 
ער איז אויסגעווען אלע גאָסטיניצעס אין מאָסקװע און אומעטום איז קיין 
אָרט ניטאָ. מײַנער האָט די מינוט פארשטאנען, געשאָקלט מיטן קאָפּ צו מיר 
אֹף ניין, אָבער איך האָב געזאָגט פייגען -- אף עטלעכע טעג קאָן ער קו- 
מען. 

אף מאָרגן אינדערפרי איז ער געקומען. טאקע א הויכער, א שווארצכיי- 
נעוודיקער, קיין קראסאוועץ װאָלט איך ניט געזאָגט, אָבער קיין מיעסער 
אויך ניט. א טשעמאָדאן האָט ער א גאנץ װוקסיקן, באם פרישטיק האָט ער 
אָנגעגאָסן קאווע פאר מיר און פאר כאימען, דערציילט אנעקדאָטן, גערעדט 
וועגן ליטעראטור. נאָך פרישטיק איז ער אוועקגעגאנגען, צו מיטיק איז ער 
געקומען. קענסט דאָך מיך, אז איך האָב א גאסט, האָב איך פײַנט צו ציילן 
די גרױפּן אין טאָפּ. געמאכט ערשטע, צווייטע, אף דריטע אוועקגעשטעלט 
אפּעלסינעס. דער פּלעמעניק דערציילט אלץ װעגן שרײַבער, לייענט אף 
אױיסװײניק לידער. מײַן כאים האָט געעפנט מויל און אויערן. דו ווייסט דאַך, 
אז בא מײַן כאימען איז א בוד דאָס לעבן. פונדעסטוועגן איז ער ניספּאָעל גע- 
װאָרן און זאָגט צו מיר: א קאָפּ, א זיקאָרן! סלאָװועם, װאָס א טאָג איז דער 
פּלעמעניק כאימען אלץ מער געפעלן. ער האָט אונדז געלייענט אף אויס- 
װײניק פּאסטערנאקן, בלאָקן, יעסענינען און וועמען ניט? כאים איז אנציקט. 
מיר געפעלט אויך דער באָכער. גלײַך נאָך פרישטיק גייט ער אװעק, אזיי- 
גער פיר-פינף קומט ער, עסט מיטיק, לייגט זיך צו אפן דיוואן, דערנאָך, 
פארשטייט זיך, אָװנטברױט. אָפט דערציילט ער אונדז װעגן דוזשאָנאטאן 
סוויפטן, װעגן װאָלטערן. אז ער האָט זיך א ביסעלע צוגעװוינט, האָט ער גע- 
נומען וואנעס פאר אָנבײַסן, אנומלטן זאָג איך צו אים שטיל: וואשט אויס 


2960 


די וואנע נאָך דעם װי איר באָדט זיך. זאָגט ער מיר וועזשליווע, אז אינ- 
דערהײַט טוט עס די מאמע. עס איז מיר געװאָרן, װי זאָל איך ד"ר זאָגן.. 
אָבער כאים איז אנציקט פונעם באָכער, פארװאָס ניט, כאים דארף דאָך ניט 
מאכן קיין אָנבײַסן, קיין מיטיק, ער דארף ניט ראמען און ואשן. פזאָג 
דיר, איך האָב פארװאָרפן די אייניקלעך. װעסט גלייבן, איך מיט כאימען זײַ- 
נען אליין געװאָרן שטיקלעך געסט אין אונדזער צווייצימערדיקער דירע, 
וי קאָן מען דורכגיין דעם צימער, בייס דער באַכער שלאָפט אפן דיוואן. 
דערװײַל האָט דער דאָקטער פון אונדזער פּאַליקליניק געזאָגט, אז כאיִם זאָל 
זיך אף א פּאַר װאָכן לייגן אין שפּיטאָל מיט זײַן ספּאַנדיליאָז. און וויבאלד דער 
דאָקטער זאָגט, איז דאָך אָפּגערעדט -- לייגט ער זיך. קומט מיר צו א שטיקל 
ארבעט: איבער א טאָג לויף איך מיט פּערעדאטשקעס צו כאימען, און די 
שטוב איז א שטוב. כ'מאך פרישטיק, כ'קאָך מיטיק. דער באָכער האָט ניט 
קיין שלעכטן אפּעטיט, נאָכן עסן איז ער אופגעלייגט, לייענט מיר אף אויס- 
װײיניק לידער, דערציילט װעגן שרײַבער, איך הער ונימאטעלנע, אָבער 
אמאָל פליט מיר דורך א געדאנק: סוװואָלט מיר ניט אויסגעמאכט, ער וֹאֵל 
פארגעסן כאָטש איין מיטיק צוליב פּאָעזיע. א צוויי-דר? מאָל האָט ער בא 
מיר געפרעגט, צי האָב איך ליב שאָקאָלאדנע אסאָרטי, איך נעדענק ניט 
פּינקטלעך, װאָס איך האָב אים געענטפערט, אָבער פּרימערנע האָכ איך אים 
געזאָגט, אז כ'דערנער זיך מיט אנדערע פּראָדוקטן. אפן זעקסטן טאָג נאָך 
אָװנטנרט זאָגט ער מיר, אן אין א צװויי טעג ארום פארט ער אװעק. 
כוויל זיך ניט מאכן בעסער װי איך בין, איך מוז דיר זאָגן דעם עמעס, 
נעסיע, אז סאיז מיר ניט געװאָרן שווער אפן הארצן.. איך דארף גיין אין 
באָלניצץ, ער קלײַבט זיך אויך אוועקגיין. איך קום צוריק שוין פארנאכט- 
לעך, ער שטייט לעבן שטוב מיט אן אװאָסקע פלעשער. מיין איך, עפשער 
האָט ער עס גענומע! צו פירן קיין גאָרקי. מיר גייען ארײַן אין שטוב, שטעלט 
ער ארויס די אװאָסקע אפן באלקאַן. נאָך אַװנטבוט טראָגט ער ארײן א 
צוויי פלעשער, בעט בא מיר די שטוטשקע, מיט וועלכער מע עפנט א פלאש 
סאָק אָדער לימאָנאד, גיב איך, עפנט ער א פלאש, נעמט אליין א נלאָז. אז 
ער האָט אַנגעהויבן גיסן אין גלאָז, האָב איך פארשטאנען, אז דאָם איז ביר, 
הער נאָר װאָס אן אינטעלעקט קאַן! אויסגעלײידיקט די פלעשער, איז ער אף 
מאַרגן אוועק און געבראכט נאָך!.. אף מאָרגן האָט ער ווידער גיט שלעכט 
איבערגעביסן, נאָך מיטיק געפרעגט, צי האָב איך האָניק, װײַל ער האָט ליב 
טונקען אפּעלסין אין האָניק. קיין האָניק האָב איך ניט -- איז ניט געטונקט! 
האָט ער נאָך מיטיק געטרונקען ביר. דעם טאָג, װוען ער האָט געדארפט 
אװעקפאָרן, פרעגט ער בא מיר, װו איז דאָ גאָענט א פּונקט, װאָט נעמט 
גלאָזווארג, זאָג איך אים, אז אונדזער מאגאזין נעמט אויך א פלאש פאר א 
פלאש. קוקט ער מיך אָן פארווונדערט און טוט א זאָג: בא מיר װעט מען 
צונעמען אלע. אָבער סאיז שוין אזויפיל פלעשער, אוֹ אין זײַן אװאָסקע 
גייען זי ניט ארײן. גיב איך נאָך איין אװאָסקע, און ער גייט אוועק. ס'האָט 
שוין היפּש געדויערט. אז ער איז געקומען, האָט ער געהאט אזא פריילעכץ 


257 


מינע, װי ס'װאָלט בא אים אױיסגעשפּילט א לאָטערײ-בילעט. און ער מאכט 
צו מיר: בא מיר האָט מען גענומען אלע פלעשער. כ'האָב זיך פארװוּנדערט, 
אָבער ווען מיר זײַנען ארײַנגעגאנגען אין קיך, נעמט ער ארויס פון בו- 
זעם-קעשענע א פּלאטשיקע פלאש, פארשטיי איך שוין, נאָר ער מאכט, פוג- 
דעסטוועגן, קלאָר די זאך: דאָס איז ארמענישער קאַניאק. אין גאָרקי אין 
דאָס א רעדקאָסט! נעסיע װערט אנשוויגן. באסיע שװײַגט אויך. און בייס 
נעסיע שטייט שוין אין קאָרידאָר, װיל באסיע וויסן אָט װאָס: 

-- ער איז טאקע יענעם פארנאכט אװעקגעפאָרן? 

יי *א, 

-- אליין, צי מיטן קאַניאק? 

-- יאָ, מיטן קאָניאק. 

-- קיין סטיכי האָט ער דיר ניט געלייענט פארן אװעקפאַרן? 

-- הער אוף, באסיע. איך זאָג דיר, װאָס א מענטש טוט זיך ליטשנע, 
װעט עס אים קיין סוינע ניט טאָן. סלאָװאָם, פולע פלעשער, לײידיקע פלע- 
שער, אָבער איך זאָל נאָכאמאָל נעמען יענעמס א גאסט אין שטוב ארײַן -- 
דאָס ניט! און איך בעט דיך זייער, זאָל דאָס בלײַבן צװישן אונדו, 


א יאָמטעװודיקע פארװײַלנג 


זיכער איז בא אונדז יאָמקיפּער ניט קיין טאָנעס, מיר גײען ניט אין 
שול, יאָמקיפּער איז א געלעגנהײַט צו דערמאָנען די, װאָס זײַנען אוועק, װי 
קאָרבאַנעס. מע קאָן זיך דערבײַ אויך דערמאַנען װי די מאמע פלעגט אָנטאָן 
א װײַסע בלאַנד אפן קאָפּ, א װײַסע זײַדענע בלוזקע און א העלע לאנגע 
קלייד, און װי זי פלעגט מיטן טאטן אוועקגיין נאָכן פארפאסטן און נאָך 
דערוף וי דער זיידע האָט אין לאנגן װײַסן קיטל מיט די ברייטע ארבל גע- 
בענטשט די אייניקלעך, שפּרײיטנדיק זײַנע הענט איבער די קינדערשע קעפֿן 
וי פלִיגל.. | 

סאיז דאָ װאָס צו דערמאָנען.. 


קומט צו מיר צו גיין מײַן שאָכן, שלוימע קאפּלינטקי, און אנראט אב- 
ראמאָוויטש (מע רופט אים אזוי, װײַל זײַן טאטע איז געשטאָרבן, ווען ער 
איז געבוירן געװאָרן). זיצן מיר זאלבעדריט און יעדערער האָט װאָס צו 
דערציילן. שלוימע דערציילט, אז בא זײַן זיידן, אָלעװהאשאַלעם,,. פלעגן זיך 
צו די יאַָמטױיװים צוזאמענעמען בא די פופציק מענטשן -- יעשוווניקעס, 
פּליטנטרײַבער. באם פארפאסטן פלעגט מען זיך ניט באגיין אָן א גוטן קע- 
לישעק בראנפן, באם אָפּפאסטן האָט דאָך גאָט אליין געהייסן. אבראם אב- 
ראמאַוויטש דערציילט גאַרנישט, ער הערט און שמייכלט. עפשער װאָלט ער 
עפּעס דערציילט, נאָר עס קלינגט דער טעלעפאָן. כ'נעם דאָס טרײַבל און 
הער; | 


28* 58 


-- דאָ רעדט קוניצער. וער רעדט דאָרטן? 

-- אוים איר דארפט אזא און אזא, בין איך דאָס. 

-- אי געדענקט קוניצערן? 

-- הערט אוףן דרייט מיר ניט קיין קאָפּ. ס'איז שוין זעקס יאָר, װי 
מענדל קוניצער איז געשטאַרבן, 

-- איך בין דאָך זײַנער א ברודער. ער איז געווען מענדל װולפאָוויטש, 
און איך בין װעלוול װולפאַוויטש. ער האָט מיר דערציילט װעגן אײַך, ער 
האָט אלעמאָל דערציילט ועגן די קאָמונארן, ער האָט געלעבט דערמיט. 
וויל איך אײַך זאָגן, אז איף שטיי דאָ אין נאָסטיניצע , מאָסקווא" אין פאיץ 
און ס'איז גיטאַ קיין נומער אף א רעפוע. עפשער װאָלט איר געקומען און 
מיך גענומען? 

-- דאָס קען איך ניט. נעמט א בלײַקע מיט פַּאפּיר און פארשרײַבט דאָס, 
װאָס איך װעל אײַך זאָגן, און דאָס װעט אײַך ברענגען צו מיר, 

מײַנע געסט הערן דאָף װאָס איך זאָג, און שלוימע וויצלט זיך: , האָסט 
שוין א גאסט אין א נאַװענע". דער שמועס קלעפּט זיך שוין ניט, איז צײַט 
צו טרינקען א גלאָז טי מהאָב ניט באוויזן אוועקצושטעלן דעם טשײַניק 
אפן טיש, דער טעלעפאן ווערט צעשפּרונגען. כ'נעם אראָפּ דאָס טרײבֿל, 

-- איר הערט מיך, דאָס איז װוידער קוניצער. כ'האָב שוין באשלאָטן, אז 
כוועל צו אײך ניט פאָרן. נ'וועל בעסער איבערזיצן די נאכט אף א שטול 
אין פּאַיע, װאָרעם איך פיל, אן איך קאַנטשע זיך, 

נ, װאָס האָבֿ איךף דאָ געקאַנט זאָגן. מיר האָבן אויסגעטרונקען טיי מיט 
קיכעלעך, שלוימע מיט אבראם אבראמאָוויטשן זײַנען אוועקגעגאנגען, איף 
זעץ וך לייענען, עס קליגנט ווידער דער טעלעפֿאָן. איך נעם אראָפּ דאָס 
טרבל, און איך הער וו"דער װעלוול װולפאָװיטשן, 

-- איר פאר שטייט, די דאמע, װאָס זיצט אין פאָיע, זאָגט מיר, או עֶלֶף 
אזייגער גייען ארויט די אלע, װאָס זיצן דאָ, מיט מיר איגייגעם, און די פאֵיץ 
ווערט פארמאכט. װאָס זשע זאָל איך טאַן? 

-- גייט ארויס פון פאַיע ניט קיין ארויסגעטריבענער. ניט װײַט פון האָ- 
טעל , מאָסקװא" שטייען טאקסי. זעצט זיך ארין און פארט צו מיר, 

-- איף האָב אויך אזוי געטראכט, -- איז ער מאטקים, 

-- 329 א קוק אפן זייגער, ס'איז צען מינוט אף צוועלף. אין א מינוט 
פערציק ארום דארף ער שוין זײַן דאָ. ס'איז צוועלף, ס'קלינגט ווידער דער 
טעלעפאַן. איך נעם אראָפּ דאָס טרײַבל און הער א גאנצן רעפּאָרטאזש: 

-- איר פאר שטייט, כ'האָב געטאַן, וי איר האָט מיר געהייסן, כ'האָב אַפּ- 
געשטעלט דרי טאקטי און קיין איין טאקסיסט וויל ניט פאָרן צו אײַך, זי 
זאָגן, אז ס'איז װײַט. איך װעל שוין טאקע איבערזיצן די נאכט אין פאֵיץ. 

-- וו וועט איר זיצן, אז איר זאָגט אליין, אז מע טרײַבט אלעמען ארויס? 
| איך װוין װײַטלעך, אַבער אויג איר װעט זאָגן דעם טאקסיסט, אז איר 
גיט אים צוויי רוכּל כוץ דערוף, װאָס ס'וועט זײַן אָנגערעכנט, װעט ער פאַרן. 

-- גוט, כוועל טאקע אזוי טאַן, 


9399 


דער זייגער איז שוין א פערטל אף איינס. האלב איינס, איינס, דער 
טעלעפאָן שװײַגט, און איך בין זיכער, אז איך קאָן פארמאכן די טיר אפן 
קייטעלע און גיין אין מײַן רו ארײַן, פּלוצעם ווערט דער טיר-גלעקל אזש 
צעזעצט. כ'כאפּ ארוף אף זיך דאָס כאלאטל, לויף צו צום טיר, פרעג ער דאָ 
איז און הער, אז ס'איז טאקע מײַן גאסט. 

כ'עפן די טיר, עס שטייט א װוּקסיקער עלטערער מענטש, פון אהינטער 
זײַן פּלײצע קוקט ארויס א מיליציאַנער. כ'האָב גלײַך פארטיק א פּלאן: , איך 
װעל זאָגן דעם מיליציאַנער, אז כ'זע דעם דאָזיקן מענטשן דאָס ערשטע 
מאָל אין מײַן לעבן". דער מיליציאַנער דערפילט עפּעס און מאכט צו מיר; 

-- נאבוסיע, עפנט ברייטער די טיר, לאָזט ארײַן אײַער גאסט, איר 
פארשטייט, ער האָט ניט געקענט כאפּן קיין טאקסי, און איך האָב יאָ גע- 
קענט, אז ער האָט מיך געבעטן. איך אווואזשאיע עלטערע מענטשן אוז אן 
עלטערער מענטש בעט בא מיר א טויווע, װעל איך קיינמאָל ניט אָפּואָגן. 

אווי מאכט צו מיר דער מיליציאָנער, און איך באװײַז ניט צו זען װי 
זײַנע פיס שווינדלען איבער די טרעפּ אראָפּ-צן. 

אין שטוב דערציילט מיר דער גאסט: 

-- איך שטעל אָפּ איינעם, איך שטעל אָפּ א צווייטן, א דריטן, איך זאָ? 
שוין, אז כ'וועל געבן א דרײַערל, ניט קיין צוויי קערבלעך, נאָר קיינער וויל 
ניט. גי איך צוריק ארײַן אין פאֵיץ, גיי צן צום מיליציאָנער, װאָס שטייט 
דאָרטן און זאָג צו אים װי די מײַסע איז, זאָגט ער צו מיר: , כאָראַשאָ, דע- 
דושקא" -- און וי איר זעט. בא אים האָט זיך יאָ אָפּגעשטעלט א טאקסי, לאנג 
לעבן זאָל ער. בא מיר אין בענדערי װאָלט אזא נעס קייגמאָל גיט געטראָפן. 

איך גיב א קוק אפן זייגער, ס'איז אָן צען מינוט צוויי. מע דארף מאכן 
נאכט, 


עס זאָל אי ניט טרעפן 


איך האָב זיך באקאנט מיט איר אין כערסאָן אפן טעקסטילער פּראָס- 
פּעקט. מיר זײַנען געגאנגען צום טײַך-האפן, צום װאָקזאל. דערנאָך זײַנען 
מיר א װײַלע געזעסן אין סקווער אף א בענקל. דאָס איז געװען א גאנץ 
כייגעוודיקע יונגע פרוי, װועגן זיך האָט זי גאָרניט דערציילט, זי האָט בא- 
האוונט גערעדט ועגן ליטעראטור און באזונדערס װעגן טאָמאס וולף, זי 
האָט מיך באגלייט צום האָטעל ‏ קיעוו" און מיר זײַנען היפּש געועסן אין 
וועסטיביול. פון צײַט צו צײַט האָב איך זי אָנגעקוקט און איך האָב ניט גע- 
קאַנט פארשטיין, פארװאָס אירע אויגן זײַנען א מינע סטאטיסטן אף איר 
פּאַנעם. דאָס מויל שמייכלט, די אויגן ניט, דאָס גאנצע פּאָנעם איז הײַטער, 
די אויגן -- ניט. דערנאָך האָב איך זי באגלייט און איך האָב זיך איבערצײַגט, 
אז סאיז ריכטיק, װאָס זי האָט געזאָגט, זי װוינט נאַענט. מיר זײַנען היפּש 
געשטאנען און זי האָט מיך ניט איין מאָל געבעטן, איך זאָל מאָרגן ארײַנגײן 
צו זײ, 


200 גאועקסז .ען 98 


מאָרגן איז זי געקומען אין האָטעל, און איך בין מיט איר געגאנגען, װי 
זי האָט געזאָגט, , צו מײַן מאמען און צו מײַן טאטן", 

די דירע איז מיר גלײַך געפעלן געװאָרן. ס'איז ניט געווען דער אומ- 
באדינגטער קרעדענץ, די גרויסע פּאַלירטע שאפע, װאָס פארנעמט א וואנט, 
אין וועלכער עס שטייען גלאנצנדיקע ביכער, וועלכע שרײַען מאמעש ,מע 
לייענט אונדז ניט!" איך האָב שׂוין געװוסט, אז די יונגע פרוי רופט מען 
לענע. זי האָט מיך באקאנט מיט איר מאמען, וועלכע האָט געזאָגט: 

-- רופט מיך פּראָסט סאָרע און ניט סארא יעפרעמאָוונא, 

דערנאָך איז געקומען דער טאטע. דעם טאטן האָט מען גערופן זייער 
מאָדנע -- יאָכאן, דאָס איז געווען א הויכער, מעכטיקער מאנצבל, װאָס האָט 
פארנומען זייער א סאך אָרט אין צימער. דאָס, װאָס איך האָב ניט געװאָלט, 
האָט פּאסירט. ס'איז געגאנגען א רייד וװעגן עסן מיטיק, 

-- ביז װאָס-װען קומט ארײַן צוֹ מיר אין צימער, -- האָט לענע גע- 
זאָגט, -- דער צימער איז מיר געפעלן געװאָרן מער וי יענער, דאָ איז 
געשטאנען א נידעריק טישל, א שמאָלע סאָפקע און א רעפּראָדוקציע פון 
מארקע, א פּייזאזש מיט לאָדקעס. נאָר װוען איך האָב מיך א קערעוע גע- 
טאָן, האָט זיך ארויסגעוויון, אז דאָ שטייט נאָך א קליין בעטעלע, אין וועלכן 
עס ליגט א פּרעכטיק קינד און שלאָפט. כווייס ניט װי ווער, איך קאָן קוקן 
אף וואסער, אף פּײַער און אף א קליינינק קינד שאַענלאנג, 

אינגיכן האָט סאָרע אײַנגעלאדן צום טיש, און כאָטש איך האָב אן 
אײַזערנעם געזעץ, װאָס װייניקער פרעגן, האָט מיך דאָס מאָל געפּיקט די 
צונג און איך האָב גאנץ הויך זיך געװוענדעט צו לענען: 

-- מיר וועלן ניט ווארטן אף אײַער מאן, מיר װעלן עסן מיטיק אָן אים? 

כ'האָב געזען, װי דאָס שעפּ-לעפל איז שטום געבליבן אין סאָרעס האנט, 
יאָכאנעס האָט א קוק געטאַן אין פענצטער, לענע האָט שטיל צו מיר גע- 
ואָגט; 

-- איצט טרעפט אזוי. גלייך װי אונדזער ייִנגעלע איז געבוירן גע- 
װאָרן איז מײַן מאן פון מיר אוועק. סאיז אים געפעלן געװאָרן אן אנדער 
פרוי, איר פארשטייט?,, 

-- געפעלן געװאָרן, -- האָט דער פאָטער מיט ביטל אויסגערופן, -- איך, 
ווידער האָב געטראכט: אירע אויגן זײַנען שטום געווען ניט אומויסט.. 


איך נים זיך אליין א קאָמאנדידוננ 


װוער עס טוט גוטס, װעט קײינמאָל קיין כאראָטע ניט האָבן, 

פוגעם טעלעפאָן-קלונג האָב איך פֿון אַנפאנג גאָרניט פארשטאנען, נאָר- 
װאָס האָט זיך פארמאכט די אויסשטעלונג פון מײַן פארשטאַרבענעם מאן, 
דעם קיגסטלער מענדל גאָרשמאן, דורכן טרײַבל זײַנען צו מיר געפלויגן 
אזעלכע ווערטער, אז ס'איז מיר ווארעמער געװאָרן, 


201 


-- איך בין דאָך ייִסראָעל שיינמאנס זון. שוין זשע האָט איר פארגעסן 
ייִסראָעל שיינמאנען? 

ס'האָט מיר א קלאפּ געטאָן אין הארצן, ייִסראָעל שיינמאן פון סאָראַקע! 
קנאפּע צוואנציק יאָר זײַנען מיר אהין געפאָרן, און א גאנצן סאָראָקער זו- 
מער האָבן מיר זיך געזען מיט ייִסראָעל שיינמאנען און מיט זײַן װײַב העניע. 
העניע האָט זיך מיר שטארק פארגעדענקט. ביז איצט קלינגט מיר איר קאָל 
אין די אױיערן: ,כ'װועל מיך דערהארגענען, און געלערנטע וװעלן מײַנע קינ- 
דער זײַן". האָב איך דאָך איצטער די געלעגנהײַט צו דערוויסן זיך, וי גע- 
לערנט העניעס קינדער זײַנען, און אָט-אָ זיצט טאקע אװראָם שיינמאן בא 
מיר. זייער א כיינעוודיקער יונגערמאן, ער איז גאָרניט ענלעך אף ייִסראָעלן. 
ער איז ענלעך אף דער מאמען. איך טו גלײַך א פרעג: 

-- װאָס טוט איר עפּעס? 

-- װאָס זאָל איך טאָן, איך בין אן אינזשעניער א בויער, איך קאָן זיך 
ניט באקלאָגן, מײַנע שוועסטערלעך געדענקט איר נאָך? זיי זײַנען ביידע 
עקאָנאָמיסטקעס. מײַן מאמע, זאָל אונדז נאָר געזונט זײַן, האָט געטאָן װאָס 
זי האָט געקאָנט, אָבער מיר האָבן פארשטאנען, אז מיר דארפן האָבן גוטע 
אטעסטאטן און גוטע דיפּלאָמען, קיין פּאָסילקעלעך מיט קיין ופינף-און-צוואג- 
ציקערס װעט מען אונדז ניט שיקן. איר ווייסט דאָך, מײַן טאטע האָט זײַן 
גאנץ לעבן אָפּגעארבעט אין א רעמאָנטנע מאסטערסקאיא, איר קענט דאָך 
מײַן מאמען? גרעט האָט זי געוואשן, און פּאָדלאָגעס האָט זי געשקראָבעט 
בא לײַטן, מיר האָבן זיך געלערנט. און מיר האָבן אלע געהאט גוטע דיפּלאָ- 
מען. דער טאטע מיט דער מאמען רעדן דאָך בא אונדז גוט ייִדיש, האָבן זי 
מיך אויך אויסגעלערנט, 

איך קוק אף אוװוראָמען, עס געפעלט מיר, װאָס ער האָט אוועקגעשטעלט 
דעם פּאָרטפעל אף דר'ערד און ניט אפן טיש, װי אנדערע קולטורעלע געסט. 
נאָך זײַן אוועקניין בלײַבט אין צימער א פּוסטקײַט,. אפילע דער שטול, אף 
וועלכן ער איז געזעסן, זעט מיר אויס ליידיק, 

צוליב גאָרשמאנס אויסשטעלונג בין איך א גאנצן זומער געװען אין 
מאַסקװע, אין א כוידעש ארום קלינגט װוידער אװראָם. 

-- דאָס זײַט איר, שׂירע גריגאָריעװנע? איר זאָלט נאָר ניט מיינען, אז 
איך בין א נאכאל, נאָר איך װויל מיט מײַן זון זײַן אין מאָסקװע. ער װויל 
ווערן א מאָלער. איר זײַט א היימישע? 

-- א חיימישע, נאָר מײַן גאסטפרײַנטלעכקײַט איז, זעט אויס, געמי- 
נערט. אָנבײַסן און וועטשערע מיטן גרעסטן קאָװעד, אָבער ווארמעס, װי 
איר פארשטייט.. 

-- ס'האָט ניט קיין באדײַטונג, איך קאָן אליין קאָכן, 

אין עטלעכע טעג ארום איז אװוראָם מיט זײַן זון װאָװע געקומען. דער 
נאָמען װאָװע איז ניט זייער צוגעפּאסט פארן באָכער. זײַנע געלע ברעמען 
זײַנען הארט אפילע אפן קוק. די טיף-גרויע אויגן זײַנען שארף. די גע- 
קרײַזלטע האָר שטייען װי אין א בארשט. ער װאָלט געדארפט האָבן אן 


2602 


אנדער נאָמען. אָבער איך האָב געהאט האנאָע פון אװוראָמען, פונעם טאטן, 
ערשטנס, איז ער טאקע א גוטע באלעבאָסטע. ער האָט געקאַכט ווארמעס, 
אז יעדע פרוי מעג זיך דאָס װוינטשן, צווייטנס, איז ער א זעלטענער טאטע, 
אָבער װאָס א טאָג װײַטער, האָט זיך ארויסגעוויזן, אז וועלוועלע װעט אין 
קיין מאָלערײַ-אינסטיטוט ניט אָנקומען, וועלוועלע איז ארומגעגאן װי פאר- 
טשאדעט, און אווראָם האָט אים געטרייסט: אז זו װעסט ועלן, װעסטו זײַן 
װאָס דו װילסט. נאָר ניט אראָפּלאָזן די נאָז. מיר װעלן קומען צוריק אהיים, 
וועסטו זיך לערנען פּריוואט, צו אכציק יאָר איז דיר נאָך װײַטלעך. נעם 
זיך ניט צום הארצן, 

אױסמאָלן אלע צערטלעכע ווערטער, דאָס צערטלעכע שװײַגן, די מילדע 
בליקן, װאָס אװוראָם האָט געװאָרפן אפן זון, איז מײַן פּען שוואך. אָפט פלעג 
איך זיך דערמאָנען טעוויע דעם מילכיקן, װאָס האָט אויסגעטראכט א ניט 
געשטויגענעם כאָלעם, קעדיי גאָלדע זאָל ניט װעלן לייזער-װאָלפֿן פאר אן 
איידעם. אװוראָם איז געווען ניט נאָר א זעלטענער טאטע, װאָס װײַטער האָב 
איך געהאט די געלעגנהײַט זיך צו דערוויסן, אז ער איז א זעלטענער פרײַנט, 
אלעמאָל פלעג איך געפינען א ריינע שטוב און, װאָס עס איז געווען וויכטי- 
קער פון אלץ -- טרייסט-ווערטער, 

-- איר דארפט זײַן גליקלעך, גיט א קוק, װאָס פאר א דערפאָלג די 
אויסשטעלונג האָט, וויפל מענטשן עס גייען און װאָס מע פארשרײַבט אין 
בוך, 

דאָס איז געווען ניט איבערגעטריבן, אָבער די אויסשטעלונג איז אַפּנע- 
לייגט געװאָרן פינף מאָל. זי איז דערעפנט געװאָרן אין יול, ווען די מערהײַט 
קינסטלער פאָרן זיך פאנאנדער, 

אזוי איז טאקע געװוען, אװוראָם און וועלוועלע זײַנען אװעקגעפאָרן מיט 
דעם, מיט װאָס זי זײַנען געקומען. אָבער ייִסראָעל שיינמאנס זון, אװוראָם, 
איז ניט פון די יעניקע, װאָס פאָרן אוועק אָן א זײַ-געזונט,. אלע אָװנט האָט 
ער מיר געקלונגען פון קעשענעוו. געװאָלט וויסן, צי איך קאָך שוין מיטיק 
פאר זיך און וי איך פיל זיך. נאָך א קלײניקײַט האָט אים גערופּעט: ווען 
נעם איך א בילעט צו פאָרן קיין קעשענעוו. א מענטש קלינגט אלע טאָג פון 
קעשענעוו, ער ברענגט זיך אזוי אויס! וי קאַן מען בלײַבן גלײַכגילטיק? 
פאָר איך מיר נאָך גאָרשמאנס אויסשטעלונג צו אװראָמען צוגאסט, 

דער װועטער איז פּרעכטיק. װי די הימלען װאָלטן געװװוסט, אז איך בין 
א גאנצן זומער געזעסן אין מאָסקע. דער באן גייט, אָבער איך ליג. איך 
בין נאָך אין דער עקספּאָזיציע. איך בין בא די סטענדן מיט די איליוסטרא- 
ציעס צו מענדעלע מױכער-ספאָרים. אף די ואגאָן-ווענטלעך זע איך די 
אקווארעלן. ניט אזוי לאנג איז דער וועג פון מאָסקװע ביז קעשענעוו. ס'האָט 
זיך מיר אויסגעוויזן, אז דער באן איז נאָך ניט שטיין געבליבן, און אװוראָם 
איז שוין אין וואגאָן. זײַן קאָל איז אזוי ווייך, װוי ער װאָלט גערעדט צו א 
קרויווע: 

-- גוט, מאָלאָדיעץ, 


2059 


ווען מיר גייען ארויס פון וואגאָן, פארשטיי איך גלײַך, אז די פרוי מיטן 
בוקעט איז אווראָמס פרוי. דער שווארצכיינעוודיקער באָכער מיט בלויע 
קאָרן-בלימלעך איז ראפיק, װאָלאָדיעס ברודער. זי זײַנען דאָך א צווילינג -- 
ראפיק איז עלטער מיט דרײַ מינוט. אין א קורצער װײַלע ארום בין איך 
שוין בא אװוראָמען אין שטוב. קימאט צוויי װאָכן בין איך בא זי אָפּגעװען. 
איך האָב אָפּט געטראכט, אז װען גאָט זאַל האָבן צען קעפּ, און איך זאָל 
דערצו נאָך וויסן זײַן אדרעס, װאָלט איך אים אויסגעדריקט דעם גרעסטן 
דאנק, װאָס ער האָט צונויפגעפירט אזא זיוועג. גאנצע טעג זײַנען זי אף 
דער ארבעט, װײַל אװראָמס פרוי איז אויך אן אינזשעניער א בױער. 
ראפיק לערנט זיך אין טעכניקום און ער ארבעט. קומט אויס, אז די סאמע 
פּרײַע מענטשן זײַנען װאָװע און איך. נאָר זאָגן וועגן װאָװען, אז ער איז 
א פרײַער מענטש, איז א ביסל אויבערפלעכלעך. אינדערפרי צייכנט ער. 
דערנאָך לייענט ער. אלע װײַלע גייט ער ארײַן צו מיר אין צימערל און 
לייענט מיר עפּעס פון גאָגאָלן. דערבײַ אנטשולדיקט ער זיך און פרעגט מיך, 
צי ער האָט מיר ניט געשטערט. סטרעפט, אז איך כאפּ א קוק, װי ער גייט 
צו צום קיך-אלמער און ווארפט ארײַן א ציגעלע צוקער אין מויל. דערנאָך 
שטעלט ער אוועק א פּלאסטינקע מיט טשײַקאָװוסקיס ערשטן קאָנצערט, זעצט 
זיך אין גרויסן שטול, װאָס ווערט אף באנאכט א בעט, לייגט צונויף די הענט 
אף די קני, בייגט זיך אײַן זייער נידעריק און בלײַבט אזוי פארשטארט, רירט 
ניט מיט קיין גליד. עס טרעפט, אז איך פרעג: 

-- איר שלאָפט? 

-- װאָס אײַך קאָן אײַנפאלן! אז מע הערט טשײַקאָווסקין כאפּט מען 
זיך אוף, ניט מע שלאָפט. 

אזוי פארברענג איך די ערשטע עטלעכע טעג בא אװראָמען מיט סאָרען. 

עס קומט א טאָג, ווען איך האָב בעדייע א קוק צו טאָן קעשענעוו. 

-- װוּהין גייט איר? -- מאכט צו מיר ועלוועלע. -- אויב איר ווילט, 
װועל איך אײַך באגלייטן. קעשענעוו קען איך בעסער וי מײַן צימער, 

אזוי ווערט וועלוועלע מײַן טשיטשעראָנע. ער גייט מיט מיר צו יעכיעל 
שרײַבמאנען, פארשטייט זיך, אז איך לייען דאָרטן א דערציילונג. שרײַבמאן 
הערט זייער אופמערקזאם און כאזערט עטלעכע מאָל איבער אויסדריקלעך:-- 
;איך װאָלט עס אזוי ניט געשריבן", איך פארשטיי, אז ער װאָלט עס אָנגע- 
שריבן בעסער. אָבער דער גוטער מאלעך פליט צו קיינעם ניט ארײַן אָפט. 
פון דעם האָכ איך הארצווייטעק. אין גאס זאָגט צו מיר װאָװע: 

-- דעם שרײַבער איז ניט געפעלן געװאָרן אײַער דערציילונג. 

--- פונוואנען װוייסט איר דאָס, איר פארשטייט דאָך ניט קיין ייִדיש. 

-- כהאָב דאָס דערפילט. | 

פון שרײַבמאנען פאָרן מיר אף ניאגי-גאס. ניאגי איז געווען א מאָלדא- 
וואנישער קאָמפּאַזיטאָר. נאָר כוץ אים זײַנען דאָ נאָך גאסן אף גלינקאס, 
טשײַקאָווסקיס און באָראָדינט נאָמען. אף ניאגי װױנט בערטע און אװראָם 
שווארץ, דאָס זײַנען מײַנע לאנגיאָריקע באקאנטע. איצטער זײַנען זי שוין 


264 


היפּש באיאָרט, און איך ווייס ניט, פארװאָס זיי דערמאַנען מיר אין די ,אלט- 
מאָדישע פּריצים". דאָס מאָל האָט מיר ניט אָפּגעגליקט. מע האָט פּונקט 
פאריכט דעם דאך בא זיי. האמערס האָבן געקלאפּט, פון סופיט זײַנען גע- 
פאלן שטיקער קאלך. פונדעסטוועגן האָט אװראָם מיר געגעבן אלערליי 
פארמאקאָלאָגישע אייצעס, װײַל ער איז א באחאוונטער אין די איניאָנים, 

צוויי װאָכן כין איך געווען בא אװראָמען מיט טאָרען. די גאנצע צײַט 
האָב איך זיך געפרייט, װאָס אװוראָט איז ניט נאָר א זעלטענער פרײַנט, נאָר 
אויך א זעלטענער מאן. וועגן א טאטע איז דאָך אָפּגערעדט. אלע טאָג קומט 
ער פון דער ארבעט מיט צוויי געפּאקטע טאָרבעס, אף וועלכע עס זײַנען 
אָנגעמאָלט שרעקלעכע מענטשן. זונטיק האָט סאַרע געבאקן א לעקעך, אוו- 
ראָם האָט געשאטקעװעט קרויט, געריבן מערן פאר דער קרויט, ניט פאױ- 
געסן ארײַנצולײגן עפּל, עס ארײַנגעפּאקט אין א קליין פעטעלע, ארויסגע- 
קײַקלט אפן באלקאָן, אײַנגעקוטעט דאָס פעסעלע מיט וואטניקעס, די זון 
זאָל עס ניט קאַנען אָנווארעמען, װײַל דער װעטער איז געווען ווארעם אין 
פּרעכטיק. אויסגעבאקן דעם לעקעך, מאכט צו מיר סאָרע: 

-- הײַנט זאָלט איר אין ערגעץ ניט אוועקגיין. הײַנט האָבן מיר געסט. 

-- אוב איר האָט אין זינען מעכאבעד צו זײַן מיט מיר אײַערע געסט, 
גי איך גלײַך אוועק פון שטוב, 

-- איר װעט מיר עס ניט טאָן, צווישן די געסט װעט זײַן מײַן ברודער, 

ס'איז נאָך ניט צוגעפאלן דער אַװנט, װי דער ערשטער גאסט איז שוין 
געקומען. דאָס איז געווען א חויכער מאנצבל פון א יאָר עטלעכע און פער- 
ציק, ער האָט זיך אוועקגעזעצט, אויסגעשטרעקט די לאנגע פיס, דערציילט. 
א פּאָר אנעקדאָטן, געלאָזט װויסן, אז ער איז א פּראָגראמיסט, דערנאָד מיט 
אלע אײנצלהײַטן דערציילט, װי זײַן װײַב מאכט א טראנסערוואלער טאָרט. 
אינגיכן איז געקומען סאָרעס ברודער מיט זײַן פרוי. סאָרעס ברודער איז 
א באװװוסטער פיזיקער. ער האָט דערציילט א סאף טשיקאווע זאכן. כ'האָב 
ניט געװאָלט, און פונדעסטוועגן דורכגעלייענט א דערציילונג, 

אין איינעם א טאָג קלינגט אווראָמס שװועסטער ליובאָטשקע, איך זאָל 
קומען, װײַל זי מאכט האָלונצעס. דאָס איז מאמעש אן אומגליק. װי מע גייט 
ארײַן אין שטוב, הייבט זיך אָן דער פרעס. איך געדענק ליבאָטשקען, ווען 
זי איז געגאנגען לערנען אין דריטן קלאס. זי האָט געהאט צװיי שטײַפע 
פארפלאָכטענע צעפּלעך אוֹן א טאָרבעטשקע, װאָס העניע האָט איר אופגע- 
נייט פון אן אלטן האנטעך. איצט איז עס א כינעװדיקע ליכטיקע פרוי. 
זי איז אף דער צײַט. כ'האָב אײַך שיר ניט פארגעסן צו זאָגן, אז בא ליובעז 
זײַנען צוגאסט אירע טאטע-מאמע -- ייִסראָעל און העניע. פארשטייט זיך, 
אז העניע האָט גענוג ארבעט, אָבער פונדעסטוועגן געפינט זי צײַט אויסצו- 
גיסן אירע װונטשן: 

-- ווען ער, אין הימל, העלפט מיר שין און מײַן ליובאָטשקע איז פון 
דער זײַט מיטן קינד אף די הענט, װאָלט איך זיך מעכײַע געווען.. 

און צו ייִסראָעלן: 


909 


| -- הער זיך צו, מײַן מאן, נעם אראָפּ דאָס געפעס פונעם טיש, עס װעט 
דיר ניט פארשאטן! 

ייִסראָעל טראָגט די טעלער און טוט א זאָג צו דער טאָכטער: 

-- ליובע מײַנע, לייג זיך צו, קיינער װעט אף דיר קיין פאריבל ניט 
האָבן. פאָלג מיך, דער, װאָס איז מיט דיר, איז שוין פארמאטערט... 

קוקן אף ייִסראָעל שיינמאנען איז ניט קיין קלענערער פארגעניגן, װי 
אף אװראַמען. עֶר איז װוקסיק, זײַן גראָװע טשופּרינע איז געדיכט. דאָס פּאַ- 
נעם פריש, קוקט אף אים העניע, שאַקלט מיטן קאָפּ און מאכט צו מיר: 

-- איר מעגט אײַך קוקן אף מײַן ייִסראָעלן וויפל איר וילט, אָבער 
פונדעסטוועגן קוקט בעסער אף מיר, 

מיר האָבן געגעסן האָלובצעס, געטרונקען װישניק און צוגעװוונטשן, 
עס זאָל זײַן גוט דעם גאנצן פאָלק, און ליובען מיט איר מאן אויך. אף 
מאָרגן, װי אלע טאָג, שפּאציר איך מיר מיט וועלוועלען איבער קעשענעוו, 
און ווידער גייען מיר ארײַן צו שרײַבמאנען. איך ווארט, אז שרײַבמאן זאָל 
שוין אָנהײיבן דערציילן, וי זײַן מאמע רעדט, ער דערציילט עס אזוי קאָ- 
לאָריטפול, ס'איז א כיעס אין די גלידער. נאָר דאָס מאָל איז, צום באדויערן, 
קלאָגעדיק. שרײַבמאנס מאמע איז אוועקגעריסן געװאָרן, און ער איז זייער 
פארומערט און פארצאָרנט, 

א הויכער הימל, קלאָרע דורכזיכטיקע װײַטן. װײַנגערטנער און װײַג- 
גערטנער, װוּ-ניט-װו עפּל-סעדער. עס זײַנען פאראן אזעלכע סעדער, װוּ 
די ביימער זײַנען קימאט אָן צװײַגן. אָט שטייט א נידעריקער שטאם, גע- 
ציילטע עטלעכע צװײַגן אף אים, און די צװײַגן ברעכן זיך מאמעש פון דער 
גערעטעניש, דערנאָך האָב איך זיך דערװוסט, או דאָס איז א נײַער אויפן 
פון פלאנצן סעדער. די דערפער, װאָס מיר פאָרן דורך, זײַנען היימלעך, 
די שטיבער זײַנען נײַע, די װענט פון דרויסן זײַנען געמאָלט מיט בלומען 
און זון-רויזן. די טאָפּאָלן, װאָס וואקסן פון ביידע זײַטן וועג, האָבן זיך קימאט 
פארייניקט, און ערטערװײַז דעקן זיי איבער דעם װעג װי א גרין געצעלט. 

סאָראָקע מײַד איך דאָס מאָל אויס. כאָטש דאָס דאָרף טריפאוצע איז ניט 
װײַט פון סאָראָקע. איבערן דאָזיקן דאָרף ברומען װילדע טױיבן, און די 
פרוכטן פון די סעדער זײַנען נאָך ניט אראָפּגענומען. דאָרטן, בא אנעטען, 
איז גאָרשמאן אלע מאָל אײַנגעשטאנען. אין דער קאסע-מארע, אין שיינעם 
צימער, װוּ די באלעבאָסטע האָט אײַנגעאָרדנט גאַרשמאגען, האָב איך בא- 
מערקט, אז דער טיש איז געווען פארשפּרײיט מיט א געלן זײַדענעם טאלעס 
מיט העל-כלויע פּאסן בא די ראנדן. אף דער פענצטער-ברעט זײַנען גע- 
שטאנען מעשענע לײַכטער, אף די פּאָליטשקעס האָב איך דערזען עטלעכע 
בעכערס און א זאלץ-מעסטעלע, אף וועלכע עס איז געװען אויסגעקריצט 
,קאַשער לעפּייסעך". נאָר אומבאגרײַפלעכער פון אלץ זײַנען געװוען עט- 
לעכע פאָטאַגראפיעס פון יונגע מידלעך, צוגענאָגלטע צו די טאפּעטן 
גאָרשמאן, אַלעװהאשאָלעם, האָס זיי אראָפּגענומען, און מיר האָבן זיך אי- 
בערצײַגט, אז מיר האָבן קיין טאָעס ניט געהאט... 


00 


דאָס אלץ האָט געצאפּלט אין מײַן זיקאָרן. און דאָס האָט מיך איצט, אין 
יאָרן ארום, אוועקגעפירט קיין טריפאוצע, 

יאָ, אוואדע שטייט זיך טריפאוצע וי געווען. א סאך נײַע שטיבער מיט 
פארגלאָזטע געראמע וועראנדעס. אנעטעס שטוב שטייט אויך, שטייט װי 
געווען. איך גיי ארײַן אין הויף, א חונט רײַסט זיך פון קייט, א פרוי באװײַזט 
זיך. זי שטעלט זיך לעבן מיר און סווערט מיר קלאָר, אז זי יל ניט, איך 
זאָל ארײַנגיין אין שטוב, אָבער איך בין ניט פון די, װאָס מע לאָזט ניט, 
איך ווארט ניט אף קיין אײַנלאדונג. איך זאָג צו איר: 

-- אנעטע פּעטראַוונא איז אײַער מאמע? 

-- אנעטע פּעטראָװנא איז שוין געשטאָרבן, | 

-- אָבער איך דארף ארײַנגיין, איך בין דאָ אײַנגעשטאנען מיט עטלעכע 
יאָר צוריק, 

געזאָגט און געטאָן. אפן פענצטער-ברעט שטייען, װוי אמאָל, די לײַכטער, 
קיין בעכערס זע איך ניט, נאָר דאָס זאלץ-מעסטעלע שטייט אפן גרינעם 
פּליושענעם טישטעך, מיט וועלכן דער טיש איז פארשפּרײיט. די פאָטאָגרא- 
פיעס הענגען, וי אמאָל, 

-- אף װאָס האלט איר די פאָטאָגראפיעס, זיי זײַנען דאָך ניט אײַערע 
קרויווים? 

-- וויבאלד די מאמע האָט זיי אופגעהאנגען, זאָלן זיי הענגען. 

איך פארזאם זיך דאָ ניט לאנג, דער וועג פון טריפאוצע איז זייער אָן- 
גענעם. רעכטס -- דער דניעסטער, לינקס -- די הויכע, װײַסע קרײַד-בערג, 
די בערג זײַנען נאקעט, אָבער די זון שײַנט. דער הימל איז בלוי, פאר מײַנע 
אויגן -- די וואנט מיט די פאָטאָגראפיעס. איך גיי, װוי אין אן אומגעדאכטן 
כאָלעם, 

געקומען קיין לװאָו, שטיי איך אין ריי נאָך א טאקסי און הער פּלוצעם 
א הארצרײַסנדיק געשריי. , שירע גריגאָריעװונע!" -- שרײַט ליזען. איך בין 
זיך אליין מעקאנע, װײַל װי נאָר איך האָב איבערגעלייענט אינעם צענטן 
נומער /, סאַװעטיש היימלאנד" פארן 1973-טן זײַן װערק , גרינע מאצייוועס, 
װאָס שװײַגט איר?", האָט מיך באהערשט אן אומרו. די דערציילונג איז ניט 
געווען ענלעך צו די, װאָס זײַנען שוין געדרוקט געװאָרן אף דער טעמע. 
כ'האָב איבערגעלייענט אין דער דערציילונג אזוינע װערטער: , ניין, ניט גע- 
ווען, סאיז דאָ ניט געווען קיין פּארק, ער געדענקט עס גאנץ גוט, קיין 
ביימער זײַנען ניט געװען. דאָ זײַנען געווען שטיבער, פון דאָר-דוירעס זיי- 
נען דאָ געשטאנען שטיבער. אין די שטיבער האָבן געלעבט מענטשן, גץ- 
לעבט און געפרייט זיך, געפרייט זיך און געליטן, איז פונוואנען האָבן זיך 
גענומען ביימער? און װוּחין האָבֿן זיך אהינגעטאָן די שטיבער? די שטיבער 
מיט די פריילעכע און אומרויקע מענטשן". אָט דער קליינער אבזאץ מאכט 
קלאָר, אז דאָס, װאָס איז געווען, איז פארשוונדן אף אײביק, און מיר 
זײַנען קינדער פון א געקוילעט פאָלק. און ווידעראמאָל א ציטאטע: ,און 
דער הימל איז נאס, און דער חימל איז נידעריק און פארגרויט, זעט אויס 


07 


דער פארק, װוי א גרינע זעונג צווישן שטיינערנע נאקעטע ווענט". גלײַך וי 
איך האָב איבערגעלייענט ,גרינע מאצייוועס", אָב איך געהאט א סאך סי" 
מאָנים, אז ליזען דער שרײַבער הייבט ערשט איצט אָן, אָבער ער הייבט אָן 
אייגנארטיק. און דאָס איז דער בוילעטסטער סימען פון באגאבטקײַט. 

קורץ גערעדט, איך בין אין לװאָוו און איך קוק זיך צו, װי עס געהער 
צו זײַן, צו ליזענען. ער איז ניט װוּקסיק, יאָדערדיק. אפן פּאָנעם הערשן 
זײַנע בלויע אויגן. פון זי קוקט ארויס גינציקײַט און אזא צוגעלאָזטקײַט, 
אז עס װערט אזש אומבאקוועם. ער פירט מיך אוועק צום האָטעל , לוויוו". 
דער הויפּט-בוכהאלטער פון האָטעל, יאקאָוו סעמיאָנאָװיטש גערשקאָװויטש, 
איז ליזענס א נאָענטער באקאנטער. איך האָב א גוטן צימער. אינדערפרי, 
אזייגער האלב נײַן, קלינגט ליזען. ער דארף דרינגענד װיסן, װי איך פיל 
זיך, צי איך האָב שוין געפרישטיקט. אויב איך בין א געפרישטיקטע, איז 
ער אין עטלעכע מינוט ארום דאָ. מיר גייען אָנקוקן די שטאָט. די שטאָט 
איז װוונדערלעך. זי פארנעמט א גרויסן שעטעך. דער אײַזנבאן-װאָקזאל, 
וועלכן ס'האָט אויסגעבויט דער ארכיטעקטאָר סאדלאָווסקי, איז מאָנומענ- 
טאל. די קאַלאַנעס זײַנען פּראָפּאָרציאָנעל צו דער געבײַדע, אלץ איז מאָד 
נומענטאל, און אײנצײַטיק האָט מען אן אײַנדרוק, אז עס איז זייער גרינג 
און לופטיק. אף מאָרגן גי איך צום מארק-פּלאץ. דאָ זײַנען פאראן אוניקא- 
לע ארכיטעקטור-דענקמעלער און סקולפּטורן. נעפּטון שטייט אין ליכט און 
ראכוועס. אדאָניס און די געטן פון יאגד דאנאיא שטייען אזוי, גלײַך זי 
פארברענגען דאָ די צײַט און פירן א שמועס. זי הארמאָנירן צו דער אור- 
באניק. מיר דוכט, אז אָט שפּאנען זי גאָר אוועק צום ראָטהױז. די גאנצע 
צײַט טוט מיר וי דער נאקן, װײַל איך האלט פאריסן דעם קאָפּ. לװאָוו 
איז א שטאָט א מוזיי. א סאך ארכיטעקטור-דענקמעלער. די פארשיידענע 
קאריאטידעס זײַנען פונקציאָנעל און געזעצמעסיק. דאָס הויז נומער זעקס, 
לעבן מארק, װאָס פּעטראָ בארבאָנו האָט געבויט, איז פּרעכטיק, טאָג-אײַן, 
טאָג-אוס גי איך איבער די גאסן. איך װײס, אז אין לעמבערג האָבן גע 
לעבט א סאך ייִדן. דאָ איז געווען א יעשיווע, א סאך באָטעמעדראַשים, 
געווען א װונדערלעכע רעװאַליציאַנערע יוגנט. צו א סאך געבײַדעס זײַנען 
צוגעקלאפּט מירמל-טאָװולען מיט ייִדישע אויסיעס. ליזען פארשפּאָרט מיר 
צו דערציילן, װאָס פאר א ייִדישער קיבוץ לעמבערג איז געװען. ער פירט 
מיך צו דער גאס אף נאפּטאָלע באַטװינס נאָמען. דערנאָך גייען מיר אין 
אפּטייק-מוזיי, װוּ עס הערשט מיטלאלטער. גרויסע שטיינערנע שטויסלען 
מיט שווערע טוקאטשעס. שווערע געוויכטער. איך און ליזען זײַנען די אייג- 
ציקע באזוכער. דאָ איז שטיל און געמיטלעך. 

איך שלאָג ,יאדאכעס" מיטן באדינער פונעם האָטעל. ער לאָזט מיך 
ארויס נאָך האלבער נאכט און לאָזט מיך ארײַן באגינען. איך גי איבער די 
גאסן, און מיר דוכט זיך, אז איך זע דאָ פיל ייִדן אין לאנגע קאפּאָטעס און 
אין װײַסע שקארפּעטקעס, רײַכע סאָכרים אין שיינע אָנצוגן און ווייכע היט. 
אין די נעכט שטעל איך מיר פאָר זייער בוילעט, װי עס גאנועט זיך איבער 


2608 


די גאסן די רעװאַליציאָנערע יוגנט, װאָס קלעפּט אויס אנטיצארישע פלוג- 
בלעטלעך. אזוי פארברענג איך אין לװאָו, 

איך בין פארגאפט פון דער האָרעוואניע, װאָס ליזען האָט אופגעטאַן. 
ער האָס זיך צונויפגעשטעלט אן אייגענעם ייִדישן װוערטערבוך און א בוך 
פון סינאָנימען, 

ס'װאָלט מיר שוין געווען גענוג, אָבער ליזען מיינט, אז איך מוז מיך 
אומבאדינגט באקאנען מיט דארכאָווסקין. אין דארכאָווסקיס דירע איז זיך 
מאמעש גיטאָ װוּ א דריי צו טאָן. די גאנצע שטוב איז אָנגעפּראָפּט מיט 
האָלץ-שניצערײ, מיט אלערליי װאָרצל-אויסארבעטונגען, דער מײַסטער וי 
מיר שענקען א טײַך-מיידל, נאָר דאָס איז זייער א גרויסע ארבעט, װי װעל 
איך זיך מיט דעם ארײַנפּאקן אין וואגאָן? שענקט ער מיר א כיידער מיט 
א רעבן, מיט ייִנגעלעך. דאָס איז זייער א כיינעוודיקער האָלץ-שניץ. כוץ 
דעם, באגייט זיך ניט אָן עסן, אלערליי אייגענע מאשקעס פון יאגעדעס, 
אייגן געפּרעגלט פלייש מיט אלערליי געווירצן. נאָר פּלוצעם ווערט וויגדער 
לװאָװויטש נעלעם, און אקוראט אזוי אומדערווארט דערשײַנט ער אין מילי- 
טערישע בגאָדים. אפן יאם-קיטל זײַנען אזוי פיל אָרדענס און מעדאלן, אז 
ס'איז ניטאָ קיין אָרט פאר א שפּילקע-קעפּל. װויגדער לװאָוויטשעס װײַב 
כרענגט נאָך א קאָרטיק און שפּיליעט אים צו דעם מאן אפן לענד, װײַוט 
זיך ארויס, אז דארכאָווסקי האָט אָפּגעדינט אין מיליטער העכער 25 יאָר, 
ער האָט דורכגעמאכט די מילכאָמע און איז נאָך איצטער פול מיט לעבנט- 
לוסט און מיט ענערגיע, 

דער מאָלער סעמיאָן גרוזבערג איז אויך אומגעגאנגען מיט מיר איבער 
דער שטאָט, מיר זײַנען געווען אין לענין-מוזיי, וועלכער געפינט זיך אין א 
פּראכטפולער געבײַדע. אין אטעליע בא סעמיאָנען בין איך אויך געווען. 
כ'האָב געזען א סאך ארבעטן, דאָס האָט מיך שוין ניט אזוי געװונדערט, 
װײַל ניט דאָס ערשטע מאָל זע איך אן אטעליע בא קינסטלער, 

נאָר אָט בין איך שוין די לעצטע טעג אין לװאָוו. ליזען האָט אלץ אין 
זינען, צי האָב איך זיך צערעכנט מיטן האָטעל, און װוּ ליגט בא מיר דער 
באן-בילעט? ער באגלייט מיך צום באן. איך קוק דורכן פענצטער און זע, 
װי ער גייט צווישן א גרויסן אוילעם.., 


א פארדינסטפולער בויער 


מאמעש לעבן דער רעדאקציע פון , סאָװועטיש היימלאנד", אף טשיסטיע 
פּרודי, װוינט עמאנויל מארקאָוויטש מיט זײַן פרוי יעלענע אבעזנאוז, א גאנץ 
לעבּן װווינען זי אין דער קאָמונאלער דירע אין צוויי ניט קיין גרויסע צי- 
מערן, וו דאָס סאמע בעקאָװועדיקע אָרט פארנעמען סטעלאזשן מיט ביכער, 
עמאנויל מארקאָוויטש װאָלט זיכער געקאַנט האַבן א באזונדערע דירע, ער 


69 


איז א באוווסטער בויער, אן אינזשעניער, נאָר ער זאָגט ועגן דעם אליין: 
,איך האָב ניט קיין צײַט זיך צו פּאקן, מיר איז דאָ אויך גוט", 

יעלענע מאַיעסייעוונא איז אלעמאָל מאסקים מיטן מאן. כאָטש זי איז א 
געבילדעטע, קען שפּראכן, איז געווען א לערערן פון פיזיק אין אוניווערסי- 
טעט ביז דער פּענסיע, רוקט זי קיינמאָל ניט ארויס איר מיינונג פאָרויס. 
א גאנץ לעבן איז עמאנויַל מארקאָוויטש ארומגעפאָרן. שווער אָנצורופן 
כאָטש איין טעקסטיל-אונטערנעמונג, װאָס איז זיך באגאנגען אָן זײַן 
פּראיעקט. אין מילכאָמע-צײַט האָט ער געבויט די פארפעסטיקונגען ארום 
מאָסקװע. ביז דער מילכאַמע האָט ער געבויט פארשיידענע געבײַען אין 
איוואנאָווא, אין סאראטאָוו, אין בארנאול, און אפילע אין טערקײַ, גאָר 
זעלטן נעמט ער א ביולעטען, אפילע איצטער. ער ארבעט אין מיטישטשׂי, 
אין א פּראָיעקט-אינסטיטוט. אלע טאָג פאָרט ער אהין, פארשפּעטיקט קייג- 
מאָל אף קיין איין מינוט ניט, אזוי אז א סאך מיטארבעטער זײַנע קאָנטראָ- 
לירן די זייגערס, ווען ער קומט צו דער ארבעט. אין שטוב הערט מען פון 
אים קיין פּארע ניט. דער זון, די שנור, צוויי אייניקלעך זײַנען געוואקסן אין 
די צוויי צימערן. יעלענע מאַיסײעוונא האָט געהאט אף שיסל און אף טעלער, 
נאָר ווען עמאנויל מארקאָװויטש איז ארײַנגעגאנגען אין שטוב און זיך גע- 
זעצט אין טיפן ברייטן שטול, איז געװאָרן שטיל, אפילע די פּיצינקע האָבן 
געװוּסט, אז דער זיידע װעט איצטער דרעמלען. א האלבע שא איז אין 
שטוב א טויטע שטילקײַט, אז ער עפנט די אויגן, איז אלץ גרייט אפן טיש, 

דער סאמע גרויסארטיקער טיש װערט געגרייט שאבעס. שאבעס קומט 
דער זון, ס'קומט דאָס כאסענע געהאטע אייניקל מיט דער פרוי, עס קומט 
דאָס אייניקל, װאָס לערנט זיך נאָך אין מעדיצין-אינסטיטוט, און אומבאדינגט 
א צוויי-דרײַ באקאנטע. דער טיש איז אָנגעפּיקעװעט. עס ווערטלט זיך עמא- 
יל מארקאָוויטש. עֹר זאָגט, אז ווען ער איז געווען אין ענגלאנד, האָט ער 
זיך אלעמאָל געװונדערט: די פּאַליצעס אין די קראָמען זײַנען אָנגעפּיקעװעט, 
און אז דו גײיסט ארײַן אין שטוב, גיט מען דיר קאָפּע און אין בעסטן פאל 
א צוויי-דרײַ קיכעלעך. יעלענע מאַיסײיעוונא שמייכלט, אירע שווארצע אויגן 
שטראלן מיט גוטסקײַט און זי באמערקט זאכלעך: ,איך בין אין מאָסקװע, 
ניט אין לאָנדאַן, האָב איך אין זינען פרײַטיק, װאָס איך דארף אף שאבעס". 

מע זיצט זייער לאנג באם טיש, װאָרעם נאָך אלע פארבײַסונגען קומט 
דער עמעסער מיטיק, מיט יויך און מיט קניידלעך, מיט אָף אָדער מיט גע- 
בראָטן פלייש. עס גייט א שמועס צוישן עמאנויל מארקאָוויטשן און זײַן 
זון, וועלכער הייסט אין שטוב פּראָסט אליאָשע, אָבער אין אוניווערסיטעט 
רופן אים די טאלמידים און די מיטארבעטער אלעקסיי עמאנוילאָװיטש. זײַן 
ספּעציאליטעט איז פּאַלופּראָװאָדניקעס. ער איז שוין אויסגעווען אין דײַטש- 
לאנד און אין יאפּאן, נאָר עמאנויל מארקאָװויטש, זײַן טאטע, ווערט דערפון 
ניט ניספּאָעל, און ער זאָגט מיט דער גאנצער הארטקײַט; 

-- כ'פארשטיי, אז דײַן וויסנשאפט איז זייער וויכטיק, אָבער אוב דײַ- 
נער א טאלמיד װעט מאכן א גרײַז אין זײַן רעפעראט, װועסטו, ערשטנס, דעם 


570 


גרײַז, קאָן זײַן, כאפּן, און, צווייטנס, װעט עס ניט קאָסטן דער מעלוכע קיין 
מיליאַנען. אָבער אוב בא מיר װעט מען עפּעס פארזען אין א פּראָיעקט צו 
א טעקסטיל-אונטערנעמונג פליען גלײַך חונדערטער טויזנטער צו אלדי 
רוכעס... 

אליאַשע שװײַגט, אָבער אינגאנצן פארשװײַגן דאָס קאָן ער ניט, און 
ער זאָגט געציילטע װערטער: 

-- דו ווייסט, פּאפּאָטשקע, אז מיר איז שווער דיר צו דערװוידערן, װײַל 
איך קאָן קיינמאָל ניט פארגעסן, אז איך האָב דיך ליב, 

יעלענע מאַיסײעװנא איז זייער ערנסט, זי קוקט אפן זון און פרעגט 
סארקאסטיש: 

-- נידערסט בעעמעס אראָפּ צו ליבע פאר אונדז? 

דערנאָך דערציילט זי, אז אין 1941 יאָר, ווען די פאשיסטן האָבן באָמ- 
בירט מאָסקװע, פלעגט עמאנויֵל מארקאָוויטש דעזשורען אפן בוידעם, און 
אויב ניט, פלעגט ער זאָגן: 

-- איך זעץ זיך צו אין שטול און איך דרעמל גאנצע צוואנציק מינוט, 
זאָל מיט זי ווארפן ס'קאדאָכעס, און זאָלן זיי אײַנעמען א מיסע מעשונע, 
ניט מײַן אייסעק.. 

עמאנויל מארקאָוויטשעס באשײדנקײַט איז צו זען אין זײַן שטוב. בלויז 
דאָס, װאָס א מענטש דארף: ביכער, בילדער, געלעגערס צו שלאָפן, א טיש 
צו עסן, א שרײַבטיש צו ארבעטן, שטולן צו זיצן, קיין שום אָנגעלעגנהײַטן 
פון קאָמיסיאָנע קלייטן, 

יעלענע מאָיסייעוונא איז אוועק פונעם אוניווערסיטעט, װוּ זי האָט אוג- 
טעריכט פיזיק, ניט לויט איר אייגענעם ווילן. עס זײַנען געווען סיבעס, אָבער 
די חויפּט-סיבע איז געווען דאָס, װאָס ס'איז געבאָרן געװאָרן דאָס ערשטע 
אייניקל. איצטער איז ער שוין אן אינזשעניער, ער לערנט זיך נאָך אף איין 
פאקולטעט. זײַן פרוי איז אויך אן אינזשעניער. אָבער קעדיי זיי זאָלן װערן 
אינזשעניערן, האָט יעלענע מאַיעסייעוונא געהאט אף שיסל און אף טעלער, 
זי איז געווען די באָבע, די מאמע, די באלעכאָסטע און דעריקער עמאנויל 
מארקאָוויטשעס פרוי. אליאָשע האָט פארענדיקט דעם אוניווערסיטעט מיט 
אן אויסגעצייכנטן דיפּלאָם, זײַן פרוי נאדיע ארבעט אין קאַנסערװאטאָריע, 
זי איז א מוזיקערן. די גאנצע מישפּאָכע האָט צו דער געבילדעטער באָבען 
אָן א שיר פראגן, דעריקער װעגן דאטעס: װוען, אשטייגער, איז רעזערפאָרך 
געבאָרן געװאָרן, ווען איז וואן גאָג געשטאָרבן, צי האָט קאפיצא זיך בא- 
פרײַנדעט מיט יאָפען. און זי, די באָבע, גיט אף אלצדינג אן אויספירלעכן 
ענטפער. נאָר אנומלטן שמייכלט זי, און זאָגט צום אייניקל נינע, צו אליאָ- 
שעס טאָכטער, וועלכע לערנט זיך אין מעדיצינישן, און צו אליאָשען; 

-- מיט רעזערפאָרדן, וואן גאָגן און מיט די איבעריקע זאכן איז אלץ 
קלאָר, צי ווייסט איר אָבער, אז מע האָט דעם זיידן צוגעייגנט דעם טיטל 
פארדינסטפולער בױיער? זעט, װי ער זיצט אין שטול און דרעמלט, אקוראט 
וי א פּאַשעטער באָסערװעדאָם. אָבער באלד װעט ער, מירצעשעם, אום- 


21 


שטיין און ער װעט װעלן א גלאָז טיי, שטעל, נינע, אפן טיש די קריגעלעך, 
צוקערקעס, אָנגעשגיטענע ציטרין, קעקס, | 

נאָך דער טיי גי איך מיט אליאָשען -- מיט אלעקסיי עמאנוילאָװיטשן -- 
צו דער מעטראָ קיראָווסקאיא. זײַנע העלע אויגן שטראלן, און ער זאָגט צו 
מיר זייער אײַנגעהאלטן; 

-- די מאמע איז אן אויצער. און כאָטש זי האָט זיך געוויצלט א בי- 
סעלע װעגן טאטן, האָט זי אים ליב מער פון אלעמען, עס האָט מיר אָפּגע- 
גליקט מיט טאטע-מאמע.. 


מײַן שאָכן 


איזיע איסארעוויטש איז קימאט מײַן שאָכן. זײַנע שווער-און-שוויגער 
װוינען אינעם זעלביקן הויז, װאָס איך. ער איז א געזעצטער, א ברייטביי- 
נערדיקער. ביז מע זעט ניט זײַן פּאָנעם, האָט מען אפילע ניט קיין פאָר- 
שטעלונג, װי באכיינט דער מענטש קאָן זײַן. לוט דער ספּעציאליטעט איז 
ער א טערמאַעלעקטריקער. אין װאָס פאר א זאװואָד ער ארבעט, זאָגט ער ניט. 
ער זאָגט נאָר, אז ער ארבעט אין ייִשעוו סעטון. ער האָט שוין פארטיידיקט 
א קאנדידאטסקע. ווען איך זאָל ניט וויסן, װאָלט איך אפילע דערלאָזט, אז 
עֹר איז א דאָקטער פון טעכנישע וויסנשאפטן, אזא האדרעספּאָנעם האָט ער. 
זײַנע אויגן זײַנען אזוי סאמעטדיק און קוקן אזוי גוטהארציק, ס'איז שווער 
זיך פאָרצושטעלן, אז, שמועסנדיק מיט אים, זאָל א מענטש מיט עפּעס אים 
קאָנען דערווידערן. ער אליין זאָגט: 

-- איך האָב א סאך דײַגעס. מײַנע צוויי ייִנגלעך זײַנען מער װי צוויי, 
איך קאַן פון זיי קיין אויג ניט אראָפּלאָזן, זיי זײַנען פול אין גאנצן סעטון, 
קומען אָפט מיט צעקלאפטע נעז. קאַן איך צו זיי קיין טײַנעס ניט האָבן, 
װאָרעם איך אליין לערן זיי. טאָמער דארף מען עמעצן געבן אין די ציין, 
זאָלט איר זיך ניט שעמען און ניט טראכטן, אנדערש װעט איר אליין ארײַג- 
כאפּן... כוץ דעם, האָט מײַן װײַב, מײַן לענע, געארבעט אָנדערהאלבן יאָר 
אף א בויונג, קעדיי מיר זאָלן קריגן א דירע. װי מיינט איר, איך האָב ניט 
געהאָלפן? דער טאטע אין בריאנסק איז ניט מיט אלעמען, מוז איך אלע צוויי- 
דרײַ כאדאָשים צופאָרן צו אים. שווער-און-שוויגער זײַנען אויך ניט קיין 
אטלעטן, און מע דארף זיך צו זיי אראָפּכאפּן. איך בין אין קאָמאנדירונגען 
מער װי אין מאָסקװע. איר פארשטייט אליין, אז װאָס מער טעמפּ, װאָס מער 
איבערגעגעבנקײַט צו דער ארבעט, אלץ גרעסער װעט זײַן דער רעזולטאט. 
זיך דערשלאָגן טערמאָסטאבילקײַט איז ניט פון די גרינגע זאכן. עס שטייט 
מיר גאַר ניט אָן, מע זֹאָל מיר מאכן די קלענסטע באמערקונג, אויב אר- 
בעטן -- זאָל זײַן געארבעט! 

איך קוק אף איזיען, און איך בין אים מעקאנע. וויפל כיין א מענטש 
פארגינט זיך צו האָבן! ניט זייער אָפט גייט ער צו מיר ארײַן. ער האָט פּאָ- 


279 


שעט קיין צײַט ניט. אָבער גייט עֹר יאַ ארײַן, פארברענגען מיר חיפּש. כ'האָב 
זייער ליב צו הערן, וען ער דערציילט װעגן דער שוויגער. קיין קרום װאָרט 
זאָגט ער ניט ועגן איר, װי אנדערע איידעמט. ער דערציילט פּאַשעט וי די 
שוויגער רעדט אים אײַן: 

-- אף װאָסערע רוכעס דארפסטו א דאָקטאַרסקע? האָסט א קאנדידאט- 
סקע, זאָג א דאנק, זײַ א טאטע צו דײַנע קינדער! װאָרעם צו דײַנע זין דארף 
מען האָבן צען אויגן! װעגן דײַן װײַב װעל איך שוין גאַרניט זאָגן, דו ווייסט 
אליין װי זי דרייט זיך. זײַן א הױיפּט-שוועסטער אין א שפּיטאָל אין סעטון 
איז דיר ניט ארויסציען קיין האר פון דער מילך, ניט דו וואשסט, ניט דו 
רייניקסט די פּאָדלאָגעט, ניט דו גייסט מיטן קאַשעק אין קלייט, ניט דו 
קאָכסט -- דארפסטו האָבן סאָװעסט! 

ער דערציילט דאָס און לאכט. דערנאָך גיט ער צו: 

-- כ'קאָן ניט האָבן קיין בייז הארץ אף דער שוויגער, זי איז דאָך טאקע 
גערעכט, אָבער כזועל זי ניט פאָלגן, און א דאָקטאַרטקע װעל איך טאקע 
מאכן, | 


א צװאָב;קאדער 


ס'זײַנען געווען די לעצטע אָנגעשטרענגטע מינוטן אין קינאָ. דער זשור- 
נאל האָט זיך געענדיקט, מער האָט זיך שוין ניט געקײַקלט פונעם עקראן 
אפן צושויער קיין דאמף-מאשינעס און קיין אנדערע טעכניק, אָט-אָט האָט 
זיך געדארפט אָנהייבֿן דער פילם ,ניט קיין געענדיקטע ליד". די ליכט איז 
געווען אױיסגעלאָשן. פּלוצעם איז א מענטש זייער גיך דורכגעלאָפּן דעם 
דורכגאנג צװישן די רייען שטולן, אװעקגעלאָפן אף רעכטס צום אריינגאנג, 
א װײַלינקע נגעלעט געװאָרן און ארײַנגעפירט א וועגעלע, אף וועלכן סאיז 
געזעסן א פרוי. ער האָט צוגעפירט דאָס װעגעלע צו איינער פון די שטול- 
רייען, אופגעהויבן די פרוי און זי אװעקגעזעצט, אראָפּגענומען די פא" 
טשיילקע פון איר קאָפּ, צונויפגענומען אירע צעשויבערטע האָר מיט א קע- 
מעלע, זיך אוועקגעזעצט לעבן איר און צוגערוקט דאָס װעגעלע נאַענט 
צו זיך, | 
דער פילם האָט זיך געענדיקט, די עלעקטרע האָט אופגעשײַנט, א סאך 
צושויער האָבן געקוקט, װי דער מאנצבל האָט אופגעהויבן די פרוי פון 
שטול, זי ארײַנגעזעצט אין וועגעלע, אָנגעטאָן און פארבונדן די פאטשיילקע 
אף איר קאָפּ, זי א ביסעלע אונטערגעחויבן, סזאָל איר זײַן באקוועמער צו 
זיצן, און איז אװעקגעפאָרן מיטן וועגעלע צום ארויסגאנג. ניט װינציק 
מענטשן, מערסטנס פרויען, האָבן געקוקט אף דעם דאָזיקן געשפּאן. און דאָס 
איז קיין װוּנדער ניט געװוען, װײַל מיט אזויפיל צערטלעכקײַט און פאֲרזים- 
טיקײַט האָט דער מאנצבל געקערעװעט דאָס װעגעלע צו דער יארצעווער 
גאס... 


224 


אינהאלט 


כאנעס שאָף און רינדער 


(ראָמא) . . . . 


דערציילונגען און נאַװעלן 


מײַן באָבעיזײדעס פרילינגן . . 
דעם זיידנס טפילע . . . . . 
יאָמטעװ אינמיטן װאָך . . . , 
ערעוו פּייסעל. .+ + + + . . . 
פייסעף . + . . + 6 .6 ) 
כאגעקצ . . + א + 6 .6 , 


א פּורעמדיקער לעכאיִם . . . 


אין א מארקיטאָג .+ .+ .+ . . . 
אזוי אין געסאָן געװאָרן. + + + 
א געפיגס . .+ + + א א 6 . 
עליעס לעװײַעצ . . + + . . . 
פונוואנען שטאם איךף . + + . . 
עסט און טריגקט! .+ . . . 6 
פארטרוילעך און קורץ . . . . 
איינע עלטער, די אנדערע יינגער 
וי אן.. אייגענע טאָכטער . . 
א פארצײַטיקע ליבע . . . . 
דער מיטעסער . .+ + . ., + . 
די באָבע מאלקע . . . . . 6 
גאָט װעט אים אויסהערן + . 6 
צו אים . .+ + . + + א 6 ; 


רײַזע-בילדער און 


פון זומער בי הארבסט 
א ייִשׁעוו הינטער לענינגראך 
סאָראָלע + + + + + + 6 . 
קעשענעה. + + + + + + 6 
בריאנסקץ + + + + + + 6 . 


236 
242 
254 
259 


24* 


א רײַזע קיין ליטע -- װײַסרוסלאנד 


געציילטע מעסלעסן . . . , 
די מאָס איו פול . . . . , 


: 


א ראכמאָנעס אף די מאנצבלען . . 


פארצויגן מיט שפּינװועבס . , 


4 


4 


9 


מיר זײַגען צוגעװוינט צו די אומגליקן 


די מאמע האָט געטראָפן , , 
א װײַבערשער שמועס . . . 
מאָסיע און מײַצ . . . . , 
דער האפן איז פרלי . . . . 
װוּ סאין טיפער . . . . . 
קיין טשאדארלונגע . . . . . 
א פארדײַגעטער פאסאזשיר . 
א מיידעלע פון סאָראָקע . . 
אין פאָרהטזל . . . . , , 
געאָ. . 6 .א .6 . . ., 
זיסקינד לעווס גױירל . . . , 
שעפעלעף . . . . . . , , 
אין גאסט-צימער נומער איינס 
ליידיקע פלעשער . . . . , 
א יאָמטעװדיקע פארװולונג . 
עס זֹאָל אװוי ניט טרעפן . , 


4 


6 


9 


6 


איך גיב זיך אליין א קאָמאנדירונג 


א פארדינסטפולער בויער , , 
מײַן שאָכן 9 ג: ג 4 6 9 5 
א צואָביקאדעה . . . , , 


9 


9 


9 


4 


3 


1 


9 


3 


9 


9 


4 


:: 


ג 


9 


9 


שירע גאַרשמאן 
יֹאַמטעוו אינמיטן װאָך 


מ,, ,, סאָוועטסקי פּיסאטעל?, 1984, 376 זײַטן 
ארו{יסלאָזיפּלאן פון 1984. נומ,. 380 


קינסטלער װ. לאק שין 


רעדאקטאָר מ. ב ע לענקי 
קינסטלערישער רעדאקטאָר יע. קאפּוסטין 
טעכנישער רעדאקטאָר אי. מינסקאיא 
קאָרעקטאָרן ד. ג ר אָזאָװסקע און כ. פּאָטאשניק 


אינפאָרמאציע-ביולעטען נום. 4220 


אָפּנעגעבן אין זֹאץ 021183. אונטערגעשריבן צום דרוֹק 22:0284. פאָרמאט 
84061081/2, טיפּאָגראפיש פּאפּיר נומ. 1. הויכדרוק. באדינגלעכע דרוקבויגן 19,74, 
פארלעגערישע דיסקאָנט-בויגן 20,98. טיראזוש 1675 עקז. באשטעלונג גומ. 2521. 
פּרײַ{ 1 רוב. 80 קאָפּ. פארלאג , סאָוועטסקי פּיסאטעל", 121069, מאָסקווע, װאָראָווסקל- 
גאס, הויז נומ. 11, באלוינטע מיטן אָרדען פון דער רויטער ארבעטס-פאָן מאָסקװער 
טיפּאָגראפיע נומ. 7 ,איסקרא רעװאָליוצל?? פון , סאַיוזפּאָליגראפּפּראָם* פונעם מעלוכע- 
קאָמיטעט פון פססר איבער די איניאָנים פון די פארלאגן, פּאָליגראפיע און 
בוךיהאנדל, 121019, מאָסקווע, אקסאקאָוויגעסל, הז נוֹמ. 13 


1046 66846סמ20טט1 1146 
זעעחתעתצט ס0224ס אעגחהגבהק1ן 
(סאזע3ת א68064080 ג11) 


.קזס 376 ,1984 3 למחסעגסעת 4008610844 (.24 
0 הא ,.ז 1984 גאסצחומם טהה} 


880,068 825 אעמאנסתצ2 


4 .6 24 200ע26888 


4 .4 .2 00ע8א0628 .צנסתץצ2 
2 2 .122 900עא8מסט .ואסך 
448 2 25 4 1003060868 .6 // זמעסצאסעעסת 


0 שא טזץ 


.84041089 40004247 .222.0384 חזגטסת א 1102440440 .02.1183 84602 ם 02440 

אנגקע?1 20,986 יח .תבע.טש .19,274 יח -טסת .חסש .פעגטסחת 82100848 .| פֿאן .העד געגאאצם 

, 6216822עת /460861082 1132216220180 .א 80 .ץק }{ 116424 .2921 סאה 3284283 .583 1075 

װ668א382 160208000 10720800. 0/2642 116 /,8000804000 .חץ ‏ 2400432 (121009 

-ע1009 00820220800842ח00103) לעעגסותסמסקץן 802ס4/1 7 סא הע )2קסזסתעדף 21004080848484 

100א2;עטן 1 עחשגקתעחסת /23221672018ע 2662 סת 6602 1698עאסא 0װ2220186840 
134 ,2486224082 .קסת {121019 ,2400482 .עחמסנעסך